גוגל נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

גוגל נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

בשורה טובה לשוחררי עצם! (כא'פשוט געוואלט ווייזן מיינע בקיאות און מליצות...)

זענט איר אזא איינער וואס אייער אקאונט איז איבערגעשטאפט פון אימעילס אין ג'ימעיל, און איר דארפט האלטן אינאיין אויסליידיגן אלטע אימעילס פשוט כדי ס'זאל קענען אריינקומען נאך? איך אויך! וואו איר ווייסט שוין מן הסתם קען מען פאר א פאר דאללער צוקויפן סטארדז פלאץ ביי גוגל (הן פאר ג'ימעיל און אויך פאר פיקאסא), די פרייזן ביז היינט זענען געווען נישקשה:

פער יאר:
10 איבריגע גיג, פאר $20.
40 איבריגע גיג, פאר $75
150 איבריגע גיג, פאר $250.
400 איבריגע גיג, פאר $500.

(דאכציכמיר אז איר דארפט מסתם נישט צוקומען צו גיין $500...)

היינט פראקלאמירט גוגל אז זייערע פרייזן זענען שטוינענד געפאלן! זעטס און שטוינטס (פער יאר):
20 איבריגע גיג, פאר $5.
80 איבריגע גיג, פאר $20.
200 איבריגע גיג, פאר $50.
400 איבריגע גיג, פאר $100.


העי, מיט דעם ענדיגט מען נאכנישט:
1 איבריגע טעראבייט (בערך טויזענט גיג), פאר $256.
2 איבריגע טעראבייט, פאר $512.
4 איבריגע טעראבייט, פאר $1024.
8 איבריגע טעראבייט, פאר $2048.


עטס מיינטס אז זיי זענען פארטיג, הע? ס'קומט נאך איין מער, האלטסט אייך אן צום בענקל:
16 איבריגע טעראבייט (יא! זעכצן טעראבייט, אן ערך פון זעכצן טויזענט גיג!!!), פאר $4096 פער יאר!

דארפט איר מער? שיקט אין אישית קיין גרויזי. אפשר וועט ער אייך קענען העלפן, דאקטאר האניג גיבט אויף...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וויפיל פלאפיס דארף מען האבן צי סטארעדזעשן 16 איבעריגע טעראבייטס?
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

פאטאקי, דא האסטו א פונקליכע בילד וואו גוגל האלט אלע זייערע ג'ימעיל סטארעדשז:
אטעטשמענטס
669.jpg
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך מיין אז עס שוין ביליגער ווי דארפן קויפן א נייע הארד דרייוו, איך וועל מיר שיקן א אימעיל פון אלע מיינע גרויסע פיילס, און אויסמעקן פון קאמפיוטער וועל איך האבן נאך פלאץ
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

האניג וואויל!!!!!
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

וואו בין איך געווען צוויי וואכן צוריק דינסטאג נאכמיטאג האלב נאך פיר?
לאמיר זען וואס גוגל זאגט דערצו!
כ'בין ערגעץ דא פארשטעקט און א פרעמד געגענט נעבן וויליאמסבורג פאר אן אפפאונטמענט, וואו קען איך דא טרעפן עפעס א היימיש פנים?
אופס, מיין פאון צוקלינגט זיך, אה! גוגל זאגט מיר אז ווער'עלע איז אין געגענט!


יאפ! א נייער פיעטשער צו גוגל לעטיטוד (Google Latitude). אויב פארמאגט איר א סמארט פאון וואס איז קאננעקטיד צום אינטערנעט, דאן בנוסף צו אלע אנדערע פיעטשערס וואס לעטיטוד שטעלט צו, קענט איר מאכן אז אייער טעלעפאן זאל אינאכט נעמען פונקטליך וואו דו גייסט אלס, און עס ריקארדען למען יעמדו דורות רבים, און ווען דו ווילסט זיך דערמאנען וואו ביסט געווען דער און דער צייט, קענסטו עס אייביג נאכקוקן! (אוי! ס'ווערט אלץ שווערע און שווערע נישט צו האבן אמונה בהקב"ה, לפי דברי החפץ חיים זצ"ל, ואכמל"ה). און ווי אויך גייט מען קענען שיערען די אלע אינפארמאציע פאר חברים וכדו', אויב מען וויל.

בנוסף צו דעם, קען מען בעטן גוגל זאל אייך מעלדן וועגן חברים וואס זענען גראד יעצט אין אייערע נאנטע געוועזענהייט אומגערישט. גוגל גייט כאפן (ס'נעמט בערך איין וואך זיי זאלן כאפן) אז איר זענט נישט אין דעם געגענט געווענליך, אדער זענט איר נישט דא געווענליך אין דער צייט, און ס'גייט אייך מודיע זיין איבער חברים וואס זענען אין געגענט, וואס קענען אייך זיין צוהילף.

הפלא ופלא!

פאר מער אינפארמאציע: http://googlemobile.blogspot.com/2009/1 ... ation.html
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

טאקע אינטערעסאנט, אבער איינער וועט קענען זעהן ווי א צווייטער איז אלס געווען. אוטש.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

נו, וואס איז? פון ביהמ"ד אהיים, צום אפיס, צום שווער, צום טאטען, געפארן קיין בארא פארק פאר א טיי אווענט, ארויסגעלאפן אינמיטן דאווענען צו ענטפערן א פאון קאלל, וכדו' וכדו'. וואס איז אזוי שלעכט?...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

גוגל טרענסלעיט אייער ווערטער בשעת איר טייפט.
און אויך אינו דומה שמיעה לריאה...


גוגל טרענסלעיט גיבט נישט אויף אזוי שנעל. היינט האבן זיי צוגעלייגט א נייער שטריך:
איר דארפט מער נישט דרוקן Translate נאך יעדער מאל וואס איר דארפט א תרגום, נאך בשעת איר טייפט אריין זעצט עס שוין גוגל איבער! (ווי אויך האבן זיי אביסל שענער געמאכט דער אויסזען דערפון)

ווי אויך האבן זיי צוגעלייגט ביי געוויסע שפראכן (כ'האב נישט געקוקט אויף אנדערע חוץ ענגליש) אז מ'קען הערן דעם תרגום ווען איר קוועטשט א קנעפל.

נאך א זאך וואס זיי האבן צוגעלייגט וואס ס'נישט נוגע פאר מיר פערזענליך, דעריבער האב איך נישט מער מעיין געווען דערין, איז דאס מושג אזוי ווי ארטסקראל האט אין עטליכע סידורים, דהיינו Transliterate (טראַנסליטעראַטע), ס'הייסט, ארטסקראל נוצט עס פאר אידן וואס קענען נישט ליינען קיין לשה"ק, כדי זיי זאלן קענען דאווענען, גיבט מען זיי די לשה"ק ווערטער אין ענגליש דהיינו "שמע" שרייבען זיי Shema, ישראל Yisroel, וכו', נישט קיין תרגום נאר פשוט וויאזוי עס ארויסצוזאן מיט'ן ליפן. גוגל נוצט עס פאר דער אראבאשע שפראך און נאך.

(א קלייניקייט: זיי האבן צוגעלייגט Translate צום גוגל היים-דף, ווען איר קוועטשט אויף דעם More לינק.)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

ווער בין איך? האט געשריבן:איך מיין אז עס שוין ביליגער ווי דארפן קויפן א נייע הארד דרייוו, איך וועל מיר שיקן א אימעיל פון אלע מיינע גרויסע פיילס, און אויסמעקן פון קאמפיוטער וועל איך האבן נאך פלאץ


הא גופא קושיא, פארוואס'זש טאקע אפפערט נישט גוגעל פאר דעם פרייז אנליין בעקאפ?
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

זעט זיך אויס אז זיי פארשטייען אז ווי לאנג מ'רעדט בלויז פון אימעילס אונטער 25 מעג, דארף דער וועלט נישט האבן צופיל סטארעדז אין גימעיל, אבער איינמאל זיי לאזן ארויפשטאפן כל דכפין פאר דער שפאט ביליגער פרייז, וועט זיין אין לדבר סוף, און זיי וועלן פשוט נישט האבן ווי אהין צו לייגן אלע שטאף. דמיון.

כ'בין אבער נייגעריג צו וויסן, אויב איינער ווייסט, זיי שרייבן אז די פרייזן זענען פער יאר, און אז יעדער יאר וועלן זיי, אויב איר ווילט, אטאמאטיש טשארדזען אייער קרעדיט קארד די פאר דאללער (אדער מער). איז אינטרעסאנט צו וויסן וואס טוען זיי מיט די אלע טעראס פון שטאף ווען אזא איינער האלט איין יאר נישט ביים צאלן, אין גארבידז אריין? דמיון.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

האניג האט געשריבן:נאך א זאך וואס זיי האבן צוגעלייגט וואס ס'נישט נוגע פאר מיר פערזענליך, דעריבער האב איך נישט מער מעיין געווען דערין, איז דאס מושג אזוי ווי ארטסקראל האט אין עטליכע סידורים, דהיינו Transliterate (טראַנסליטעראַטע), ס'הייסט, ארטסקראל נוצט עס פאר אידן וואס קענען נישט ליינען קיין לשה"ק, כדי זיי זאלן קענען דאווענען, גיבט מען זיי די לשה"ק ווערטער אין ענגליש דהיינו "שמע" שרייבען זיי Shema, ישראל Yisroel, וכו', נישט קיין תרגום נאר פשוט וויאזוי עס ארויסצוזאן מיט'ן ליפן. גוגל נוצט עס פאר דער אראבאשע שפראך און נאך.

קען זיין אז מען וועט עס קענען נוצן צו וויסן וויאזוי צו שיקן א טעקסט טו לענדליין מעסעדזש...
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

אין אידיש? זייד'זשע מסביר א שטיקל פליז. (אידיש האבן זיי נישט)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

גערעכט, איך האב נישט געכאפט.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
טאמעטא
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאמעטא »

איך וויל יעצט קויפן נאך פלאץ ביי גימעיל, זעה איך אז טאמער איך קויף 200gb פאר $50 א יאר, קומט מיט א free Eye-Fi card וואס מיינט דאס?
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

קאמענטאטאר האט געשריבן:הא גופא קושיא, פארוואס'זש טאקע אפפערט נישט גוגעל פאר דעם פרייז אנליין בעקאפ?


לייענט דא.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

איך וואונדער אויב די פראבלעם איז נאר ביי מיין פאון אדער ביי יעדעם.

עס איז ברייט באקאנט אז אויב מ'וויל אויסגעפינען די אייגענטומער פון א טעלעפאן נאמבער, קען מען שיקן א טעקסט מעסעזש צו גוגל
466453
און ס'נעמט נישט קיין סך צייט און ס'קומט אריין די אדרעס און נאמען פון יענעם.
אבער זייט נעכטען ווען איך שוק זיי א נאמבער קומט צוריק די זעלבע ענטפער
Local Listings:
Bklyn
3054 Bedford Avenue
Brooklyn, 11210

נישט קיין נפקא מינה וועלכע נאמבער איך לייג אריין. (איך האב פראבירט אפילו פון מיין היים נאמבער, וואס איך האב שוין א פריערדיגע מאל פראבירט, און ס'איז יא געקומען די ריכטיגע נאמען)
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

גוגעל אין טעלעוויזיע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

די וועלט סופערמאכט גוגל - ארבעט זיך אריינצוקריגן אין די טעלעוויזיע ביזנעס דורכן אריינבויען א סוירטש ענדזשין אין די טעלעוויזיע מאשינען ערלויבענדיג צו זוכן טיווי פראגראמען א.א.וו. דורך טייפן אותיות, אנשטאט ווי ביז היינט וואס מ'ברויך קליקן א רעמאוט קנעפל ווילאנג מ'טרעפט וואס מ'זוכט.

וואל סטריט זשורנאל
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

New! On Google Maps, get biking directions

האבן זיי יא בעדפארט עוו. צו נישט, כ'האב נאכנישט אנגעיאגט צו קוקן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

כ'האב מיר אויך געוואונדערט, נאר היות כ'בין נישט קיין וויליאמסבורגער (גילוי??) און כ'קען נישט פונקליך דער פאליטיק דארט האב איך נישט געוואוסט וואו צו זוכן. עכ"פ אין בארא פארק האבן זיי נאכנישט געלייגט די רוטס (מ'קען עס נוצן, אבער זיי האבן נישט אנגעשטעלט פונקליך וואו זענען די בייק רוטס וכדומה).

אינטרעסאנט, כ'האב געבעטן פאר א וועג פון אן אדרעסס אין ב"פ צווישן צוועלף און דרייצן (נענטער צו דרייצן) צו אן אדרעסס צווישן זעכצן און זיבעצן, האבן זיי מיר גענומען דורך צוועלף ווי איידער דורך דרייצן (אי איכא דרכא אחרינא...) נישט אייביג, כ'האב נישט געקענט דערטאפען ווען יא און ווען נישט. בעצם, טראכט איך, אז זיי זאגן עפעס (כ'האב עס געליינט מיט א מהירות, קען זיין כ'האב נישט פונקליך פארשטאנען) אז זיי פרובירן נישט צו נעמען דעם בייקער דורך פארנומענע גאסן וואס איז שווער צו בייקען דארט, קאן זיין וועגן דעם מיידן זיי אויס דרייצן? מעגליך, אבער פערצן, פופצן און זעכצן זענען דאך אויך נישט קיין גרויסע פארנומענע גאסן. ווער ווייסט...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

גוגל: ענקריפטעד זוכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

די סירטש ענזשין מאנסטער האט ארויסגעשטעלט פארגאנגענעם פרייטיג א נייע זוך-פיעטשור, אז די פעיזש ווערט פארזיכערט דורך ענקריפשען אזוי קען קיינער נישט גנב'נען אייערע סירטש טערמינען וואס איר טייפט אריין אינעם זוך קעסטעלע.

דער סארט ענקריפשאן ווער גערופן SSL (סעקיור סאקעט לעיער) און ווערט ברייט באנוצט איבעראל אויף די געוועב ביים איינקויפן וכדומה, ווען איר ברויכט אריינלייגן פערזענליכע אינפארמאציע אז קיינער זאל נישט קענען גנב'נען די אינפארמאציע וואס ווערט געשיקט הין און צוריק פון אייער קאמפיוטער צו די סערווער אויף וועלכן איר זענט אנגעהוקט.

כדי צו וויסן אויב אייער פעיזש איז סעקיורד ברויכט איר זיכער מאכן צוויי זאכן, איינס אז די אדרעסע ענטהאלט דעם פריפיקס פון HTTPS בעפארן וועבסייט נאמען, צווייטנס אז איז זעט א סימבאל פון א שלאס (פעדלאק) אויבן נעבן אדרעס באר.

כדי צו נוצן דעם נייען גוגל פארזיכערטע סערווער טייפט אריין אין בראוזער https://www.google.com.
דערווייל ארבעט עס נאכנישט פאר די לאקאלע iGoogle און אנדערע סערוויסעס.
אטעטשמענטס
story_google_secure.jpg
story_google_secure.jpg (10.17 KiB) געזען 11508 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

איין זאך כאפ איך נאר נישט, איך פערזענליך האב סייווי נישט דער מעגליכקייט אריינצוהעקן אין יענעם'ס גוגל סערטש, איז פון אזעלכע ווי מיר איז עס אזוי אויך ביז יעצט געווען סעקיור. און פאר די גנבים די העקערס, וועט עס זיין אביסל שווערער, איז וואס? פאר'ן גנב איז דאך קיינמאל נישטא קיין עכטע שלאס! איז וואס פונקטליך איז דא דער אויפטו, נאך א לעיאר סעקיורעטי וואס וועט זיך אנהאלטן אזוי לאנג פון ברוך שאמר ביז מזמור לתודה? (אין א געווענליכע וואכן טאג)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

בינג!

מאנכע געפעלן בינג.קאם צוליב איר שיין אויסשטעל, און ווי אויך די טעגליכע שיינע בעקראונדס דערפון (איז דא אן אנדערע סיבה?...). נוצט איר גוגל קענט איר שויך אויך עפעס אזאנס נאכמאכן, מיט דער נייער פיעטשער וואס קען טוישן דער ווייסער בעקראונד אויף אייער גוגל סערטש היימזייטל צו א בילד פון אייער טעיסט. אויף דער לינקע זייט פון אונטען זייער הויפט זייטל טרעפט איר א לינק צו לייגן א בילד, דארט קענט איר אויסקלויבן פון אייער קאמפיוטער, פונ'ם אינטערנעט, וואס גוגל אליינס שטעלט צו, און נאך. יא, ס'מאכט א משהו שטייטער דאס לאודען פונ'ם זייטל, אבער ס'גיבט צו א הערליך חסידישע'ן טעם אינ'ם טריפענעם אינטערנעט (מסתם וועט איר לייגן א בילד פון ר' איציקל, ניין?...).
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

האניג האט געשריבן:בינג!

מאנכע געפעלן בינג.קאם צוליב איר שיין אויסשטעל, און ווי אויך די טעגליכע שיינע בעקראונדס דערפון (איז דא אן אנדערע סיבה?...).

בינג האט נאך א מוראדיגע מעלה אז ווען מ'רוקט א דורך די מייזל אויפן לינקן זייט פון א סערטש רעזאלט (אויפן עראו) קומט ארויף נאך אסאך אינפא וועגן די רעזאלט אן דארפן קליקן דערויף און אוועקגיין צו א אנדערע פעידש,
חוץ דעם געט בינג ארויס זייער אסאך מאל (אפשר אייביג) בעסערע און מער מסודרדיגע רעזאלטס, למשל לייג אריין די ווארט GOOGLE ביי גוגל סערטש וועט ארויסקומען א נייעס פון גוגל אויבן נאכדעם די גוגל מעין סייט און נאכדעם גוגל מעפס/ווידיאו/לעב וכו', זייער פיין, אבער יעצט לייג די זעלבע ווארט ביי בינג און געב א קוק די רעזאלטס, קודם די ערשטע רעזאלט האסטו א איבערבליק אויף גאנץ גוגל -סערוויסעס/פיינענשעל (סטאקס)/פראדאקס- ווי אויך סערטשן דורך גוגל אדער שערן דורך פעיסבוק/טוויטער וכו', נאכדעם אפאר מעין רעזאלטס פון גוגל דערנאך נייעס פון גוגל נאכדעם האסטו הערליך מסודרדיג אויסגעשטעלט אלע מין סערוויסעס פון גוגל,
דאס איז שוין חוץ די רייכע וויו וואס בינג האט איבער גוגל וואס האט נישט מער ווי א קאלירטע סימבאל,

אדרבה, פרובירט און איבערצייגט אייך
(זיי נישט באזארגט, איך ניץ אויך גוגל..)
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”