תנא בתרא האט געשריבן:ווייסט איינער אויב די נייע microsoft edge (וועלכע קוקט אויס ענדליך) בעסער [אדער לפחות אזוי גוט] ווי קראוי"ם?
עס איז דער זעלבער סיסטעם אין די בעגראונד כמעט ממש, סאו עס ארבעט בערך די זעלבע גוט.
דער דעזיין מיין איך איז מער געשמאק, אבער דעזיין איז עפעס וואס יעדער האט אן אנדערע טעם.
איין פראבלעמעלע וואס קען נערווירן געוויסע איז אז מען קען עס נישט סינקן צו א גוגל אקאונט פאר פעסווארדס, בוקמארקס, וכדו'. אבער מען קען נוצן א מייקראסאפט אקאונט און מען קען אימפארטן פון קראום בעיסיקלי אלעס.