עניני קידוש לבנה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אהרןרייך

שלום עליכם בקידוש לבנה מקורה וטעמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרןרייך »

איך האב אמאהל געהערט אז וויבאלד די לבנה איז נתחדש גאווארען
זענען מיר זיך אויך אלע מחדש אין מ'איז מוחל איינער דעם צווייטען
מ'פאנגט אהן א נייעם פרשה ממילא זאגט מען
שלום עליכם

כאילו יעצט איז די ערשטער מאל איך זעה דיר מיין ליבער פריינט און ברידער

אויב איהר ווייסט פון נאך טעמים ביטע לאזט אייך הערען לתועלת הציבור
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב אמאל געהערט אז די טעם איז, וויבאלד מען זאגט תיפול עליהם וגו' 3 מאל אהין און צוריק, און מען וויל נישט אז די שכינים זאלן מיינען אז מען מיינט זיי ח"ו פארדעם זאגט מען שלום עליכם צו די שכינים.

לויט דעם איז עס קורא תגר אויף די וואס גייען אוועק פון זייער פלאץ צו זאגן שלום עליכם פאר א מענטש וויט פון אים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' אהרן,

קודם דא טאקע אינעם אשכול ה'שלום עליכם' וויל איך אייך ענטפאנגען מיט א ברייטן שלום עליכם, איך זעה הרב רייך אז מיר קענען פון אייך גרויס הנאה האבן, יהא בואכם לברכה.

[וועגן שלום עליכם ביי קידוש לבנה האב איך געהערט בדרך הלצה אז דאס האט צוטאן ווייל אז מ'קוקט אויף די לבנה גיט מען דערנאך שלום עליכם ווי איינער וואס קומט צוריק פון די לבנה.....]
אהרןרייך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרןרייך »

יישר כח פאר די ווארימע ווערטער...

הרב פעטיט דיינער ווערטער האב איך יעצט געטראפען בעז"ה
און מג"א

ספר מגן אברהם על או"ח סימן תכו:
(יא) שלום עליך. כלומר מפני שאמר תפול עליהם אימתה אומר לחבירו שלום עליך. כתוב בכתבים שינער שולי בגדיו:

ובספר פרי מגדים - אשל אברהם - או"ח סימן תכו
(יא) שלום. עמ"א. ובא"ר ד' בשם האר"י ז"ל שקיטרוג הראשון היה שא"א לב' מלכים בכתר א' אומרים שלום עליכם שלא יהא קטרוג ומשיב ג"כ ג"פ:


אויך א שיינע טעם אויף עלינו

ביאור הלכה סימן תכו ד"ה ומברך
ושמעתי מאחד דברי טעם במה שנהגו בכמה מקומות אחר קידוש לבנה עלינו לשבח היינו שלא יטעו ח"ו במה שאנו יוצאין נגד הלבנה ושמחין נגדה שיש שום חשש רעיון שאנו נותנין כבוד ללבנה לכך אנו אומרין עלינו לשבח ומסיימין כי ה' הוא האלהים בשמים ממעל וגו' אין עוד ומה שאנו יוצאין הוא רק כדי לראות גבורות של הקב"ה שהוא מאיר ברצונו לכל באי עולם וכענין שנאמר שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ערעב אהרן, תיפול עליך א גרויסע שלום עליכם..
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

אמאל געהערט אדער געזעהן ערגעצווי אז עס שטאמט פון די אנוסים אין שפאניע, ווען איינער פלעגט שטיין אינדרויסן ביי קידוש לבנה און צווייטער איז אדורך איז דאס געווען עפעס א סימן
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

דער מהרי"ל (שו"ת סי' מ"ז) ברענגט נאך א טעם (וכעי"ז ראיתי גם בשם מהר"ז בינגא ז"ל), וז"ל:

וטעמי' הואיל ומצוה רבה עבדי דחשיב ליה כקבלת פני השכינה, ראוי לתת שלום זה לזה מתוך שמחה ולב טוב שקבלו פני השכינה.
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

ליפא האט געשריבן:אמאל געהערט אדער געזעהן ערגעצווי אז עס שטאמט פון די אנוסים אין שפאניע, ווען איינער פלעגט שטיין אינדרויסן ביי קידוש לבנה און צווייטער איז אדורך איז דאס געווען עפעס א סימן


שטאמען שטאמט עס נאך סאך פאר די תקופה פין אנוסים - עס ווערט שוין געברענגט אזוי אין מס' סופרים (פרק כ' הלכה ב') "ואומרים לחבירו ג"פ שלום, וילך לביתו בלב טוב".
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אבער פון וויא נעמט זיך אז מען זאגט פאר דריי פארשידענע מענטשען און איינס איז נישט גענוג?
לויטען מהרי"ל וואס ר' יוסי האט אהער געברענגט קען מען אפשר הערען..
the SCY is the limit
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

עניני קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

א גוטן חודש א גוטן חודש.
נעכטן נאכט האבן מיר זוכה געווען צו מאכן קידוש לבנה אויף א הערליכע לבנה,
אלמלי לא זכו ישראל אלא להקביל פני אביהם שבשמים פעם אחת בחודש דים, אמר אביי הלכך צריך למימרא מעומד. (דרך אגב, דאס איז די סיבה פארוואס מען זאגט קידוש לבנה שטייעדיג.... ודי).

עכ"פ, נעכטן נאך קידוש לבנה, איז געווארן א גאנצע מבוכה צווישן די באטייליגטע, וואס די ריכטיגע וועג פון זאגן שלום עליכם, עליכם שלום איז.
אין סידור שטייט אומר לחבירו ג"פ וחבירו משיבו ג"פ, פשוט איז דאס פשט אז מען זאגט פאר איינעם דריי מאל שלום עליכם, און יענער חבר ענטפערט דריי מאל עליכם שלום.
אבער די מציאות איז, אז רוב מענטשן זאגן פאר דריי אנדערע אידן שלום עליכם, און אזוי אויך זאגט מען אויך עליכם שלום.
האט דאס א מקור, אדער עס איז א טעות וואס האט זיך אריינגעגעסן אין כלל ישראל?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

די טעמע דוכט זיך איז שוין אויסגעדראשן געווארן נישט איינמאל נאר אפשר צענדליגע מאלן צווישן די כותלי הקרעטשמע. דו"ק ותשכח. (איך קען מיך נישט דערמאנען אויף דער מינוט די אשכולות וואו דאס ווערט באהאנדלט, ויבואו המלנקים וילנקקו - (מיללער, ס'נישט עברית לדעתי...)).

ולדידי קשיא לי, וואס עפעס הייסט דאס 'קידוש' לבנה, פארוואס נישט 'ברכת' הלבנה? אזוי ווערט דאס גערופן אין חז"ל, ומאי קידוש איכא גבי?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לכבוד הרב סאדע באטעל שליט"א
בילדותי הסתובבתי אצל יהודי חשוב שהי' לו בכל הנהגות החיים קבלות של זקני החסידים מדור הקודם, ופעם ראיתי שקידש מאיזה טעם הלבנה ביחידות, וחיפש שיהי' שנים, ושאלתי אותו מפני מה, והשיב לי, ששלום עליכם יותר טוב לומר לשנים,
והתחלתי לחפש אחרי מקורן של דברים,
ומצאתי שיש ג' טעמים על אמירת שלום עליכם, ואחד מהם הוא, מפני שאומרים תפול עליהם, וראיתי ממחברי זמננו שכתבו, שלפיכך אומרים לשלש אנשים, להראות שלכל הציבור אין הכוונה של תפול, וראה בדרחו"ש, שנהג לאמר לימינו לשמאלו ולפניו.
אח"כ מצאתי שבמקורם של דברים יש ערבוב, אם אומרים לשון יחיד או לשון רבים, ולכן אם יש רבים אומרים לרבים עליכם, שיהי' לשון מבורר לתפלתו, וא"כ יש מקום להקפידא שיהי' לכה"פ שנים, ויש קפידא שיאמרנו לאנשים הרבה, שיראה שעליכם מוסב על הרבה.
שוב מצאתי לאחד ממחברי זמנינו שכשאומר לג' אנשים, הוה אמירה מעליא, של ג', ולא רק כמגמגם, ג' אמירות, ולפי"ז ג"כ יש להבין המנהג הנ"ל, היינו אומר לאחד ואח"כ להשני, וחוזר חלילה. (וכן ראיתי אצל האיש ההוא)
ובחב"ד אמרו שהטעם של שלום עליכם, הוא שהלבנה הי' המחלוקת הראשון, ולכן אומרים שלום עליכם, ואומרים לנאך א איד, וואס ארט אז נאך א איד וועט האבן שלום, וי"ל בדרך צחות, שלמחלוקת יותר טוב צבור ודי
אבל כהיום מצאתי שני דברים
א' שהטעם שאומרים בעצמם בחזרה, הוא מפני שיש סתירת לשונות בזה בהראשונים, (מא' בזמננו)
והב' שהרבבות אפרים מביא לשון הלבוש "ונותנים שלום זה לזה ג"פ אם הם שנים או הרבה משום שמחה שקבלו פני השכינה" ומסיק מזה שיש ענין בזה של ריבוי שמחה, ולפי"ז הבנתי יותר מה שראיתי אצל אותו איש חשוב.
והכלל בדברים אלו, שיש בהם משום מנהגא, וכלל ישראל מן הקצה אל הקצה עושה בדרך אחד, אין בזה טעות, ואף אנשים גדולים שכתבו על דברים אין לזה מקור, לבסוף מצאו מקור, והנח להם לישראל
וכי אין זה די מקור, שבכל קהילות ישראל, בכל מושבותיהם, עושים בדרך אחד,
ואבאר לך יותר כי מנהגים אי אפשר להבין רק במסורה, וממילא עד שרואים למעשה אין נוהגים אין מבינים מה שכתוב
ובפרט לפי מה שידוע מבעלז, שלא כתבו מנהגים, משום שזה מה שנשאר מתושבע"פ מובן למה אין כתוב בספרים בפירוש איך נוהגים, וד"ב
ואודות קידוש לבנה, וחדוש לבנה, כבר דשו בה רבים, והעיקר, שיש סרך וזכר בזה למצוות קידוש החודש, עי' ברמ"א שלפיכך רוקדים, ודו"ק
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

והוא פלאי, יישר כח
הבאת כמה פעמים בתגובתך הנ"ל ממחברי זמננו, או מ' מזמננו, האם אפשר לפרט בשמם, או גם זה נכלל ב"למה תשאל לשמי"....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לכבוד הרב סאדע באטעל,
כמונו כמוך שנינו יכולים לחפש בסערטש ענזין, יש היום אוצר החכמה, אוצר התורה, בר אילן, היברו בוקס, ועוד,
וקודם בחפשי עוד פעם בשבילך לציין המ"מ, מצאתי ראי' מפורשת מקדמון שכן הי' המנהג,
במטה משה סי' תק"מ אומר דאם אין ג' אז אומר לאחד ג"פ שלום עליכם, והוא נפלא, והוא תשובה נפלא להמתחכמים.
מ"מ
עיין סיני כ' מאמר מיחיאל צימלס
אור ישראל שנה א' ג'
בית אהרן וישראל לא
שיחת קודש מהרמ"ש תשנ"ב
אהלך באמיתך אודות אמירת שלום
עלך החדש ליברמן עמוד ר"ל
אבני ישפה סי' נ'
ואודות הענין של תפלה מבוררת שרמזתי עלי' יש בזה בירור ארוך, שמונח מזכרוני, והרבה בניתי ע"ז בכל הספקות בנוסחאות ובטעמים לאמר הכל, רק שלא יהי' שטותים, ודי בזה, ואכמ"ל
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

שלום עליכם
איז שוין דא אזא אשכול?

קידוש לבנה יש בה משום ברכת השבח וגם משום קבלת פני השכינה (כל המברך על החדש בזמנו כאילו מקבל פני שכינה http://www.hebrewbooks.org/shas.aspx?me ... format=pdf)

פון ווען קען מען שוין דאס מקיים זיין? (רמ"א 7 טאג, אחרונים 3) וועלכע זמן? עפעס ארץ-ישראל זייגער?
מוצאי שבת איז לייכטער? פאר 3 אדער נאר פאר זיבן? מקור?
ביז ווען? לכתחלה\ בדיעבד\ מיט א גמרא (מיט אדער אנע שם ומלכות)

שרייבט מיט א ברייט האנט...
עליכם שלום
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

איז פארהאן א סייט כמו http://www.myzmanim.com לזמני קידוש לבנה?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

סוף זמן קידוש לבנה, מיטוואך נאכט אור ליום טו בשבט 12:43 AM
(גענומען פון kosherjava)
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

קידוש לבנה מנהגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

עס איז דא אסאך מנהגים ארום קידוש לבנה און די פיוט טובים מאורות וואס מען זינגט אדער טאנצט נאכען קידוש לבנה.

דער סאטמער רבי זי"ע האט זיך נוהג געווען אז נאך קידוש לבנה פלעגט ער אריינגיין אין ביהמ"ד און זיך געזעצט אויף זיין פלאטץ און מען האט געמאכט א רקידה ארום אים און געזינגען טויבם מאורות.
דער ברך משה זי"ע האט זיך נוהג געווען צו טאנצען א רקידה אויף די גאס נאך קידוש לבנה, די היינטיגע סאטמערע רבי'ס פירען זיך צו שטיין אויף איין פלאטץ און זינגען טובים מאורות.

וואס איז די סיבה פון די אלע חילוקי המנהגים?
צדיקל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקל »

אויב איך געדענקט גוט, פלעגט דער ברך משה אויך נישט טאנצן ביי טובים מאורות נאר שטיין אויפן פלאץ און מ'האט געזינגן, אזוי ווי איר שרייבט אז בניו האדמו"רים פירן זיך
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

אפטימיסט האט געשריבן:"איך בין היינט געואויר געווארן אז" ווען דער משמש רופט אויס דער מולד וועט זיין פערצן חלקים מיט פיר מינוט נאך דרייע, מיינט דאס ארץ ישראל'דיגע זייגער.


די צייט איז די זעלבע, נאר זיבן (אדער זעקס) שעה שפעטער. סאו די זמן המולד אין אמעריקא איז אקוראט ווען די שמש רופט אויס. די שאלה איז נאר צו מען דארף ווארטען ז' שלימים לויט די היגע מולד אדער אויב איז גענוג אז אין אר"י איז געווען.
די טעם פון ז' שלימים איז ווייל ס'זאל זיין שטארק מאיר לארץ. לפי"ז דארף מען לכאורה ווארטען לויט די לאקאלע זייגער.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

די זייגער איז געלעוועלט און איז באמת נישט אפגערוקט פון א"י מיט פונקטליכע זיבן שעה (און צומאל 6 און צומאל 8), דעריבער איז די מולד אין אמעריקע נישט אקוראט דער זעלבער זמן ווי אין א"י.
וכן בנוגע סוזק"ש לשיטת הרה"ק מקאמארנא זיעועכי"א (בפשטות, סקווירא איז נישט מקפיד דערויף ע"פ הוראת האדמו"ר שליט"א)
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

גערעכט. אבער וואס מיינט איר צומאל 6 און צומאל 7? דאס וואס אונז האבען נישט די 'עכטע' זייגער, איז יעדען טאג די זעלבע. אמאל געהערט אז מיר זענען אפגעריקט מיט 20 מינוט. ס'איז אויך נוגע קידוש ליל שב"ק צעווישען 6-7. למעשה די וועלט וואס איז מקפיד רעכנט לויט די געהעריגע זייגער.

שיטת קאמארנא האט שייכות מיט דעם? איז עס נישט יעדן טאג די זעלבע צייט?

ואס איז מען נישט מקפיד אין סקווירא?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

6 און 8 האב איך געמיינט די עטליכע טעג/וואכן וואס מיר רוקן די זייגער פאר/נאך זיי.

שיטת קאמארנא גייט מיט שעות שוות אבער דאך מיט די אמת'ע (בפשטות, זוי ליגט מיר אין קאפ), איך האב געזעהן אמאל א אידישע תשובה ספר פאר סקווירא בחורים און קינדער (אויף אלע קפידות און מנהגים פונקטליך וויאזוי און ווען) דארט איז געשטאנען אז דער רבי שליט"א האט גע'פסק'נט אז מען קען גיין מיט די לעגאלע זייגער
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לעכטיגער האט געשריבן: די שאלה איז נאר צו מען דארף ווארטען ז' שלימים לויט די היגע מולד אדער אויב איז גענוג אז אין אר"י איז געווען.
די טעם פון ז' שלימים איז ווייל ס'זאל זיין שטארק מאיר לארץ. לפי"ז דארף מען לכאורה ווארטען לויט די לאקאלע זייגער.

מרן מהר"י ט"ב זצ"ל פלעגט צו זאגן "דער טאטע ז"ל, ווען ס'איז אויסגעקומען מוצ"ש און ס'האט נאר געפעלט א פאר שעה צו ז' שלמים, האט ער שוין מחדש געוועזן".

ס'מוז אבער נישט זיין אז ס'האט מיט טעם הנ"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מודה אני
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 4:56 pm

קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה אני »

איינער קאן מיר זאגן די שייכות וואס דוד מלך ישראל האט מיט קידוש לבנה?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”