די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

בסדר גמור האט געשריבן:
עס איז דא א שו"ע הרב וואס זאגט אז אויב ביי פת הבאה בכוסמין איז די מי פירות א רוב, און דערמאנט נישט וויאזוי דער עצם טעם דערפון איז, איז דער ברכה מזונות.
היינט נוצט מען juice concentrate איז דא וואס טענהן אז דאס הייסט יא רוב וואסער
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אשדוד האט געשריבן:

און מיט דעם ווערט בפשטות אפגעפרעגט די ראיה פונם מהרש"ם אויכעט כמובן [אגב, וואו איז דער מהרש"ם?]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

אביונה האט געשריבן:

דו ווייסט ניטאמאל וואו דער מהרש"ם איז, אבער קודם איז ער אפגעוואנדן
א דור פון שכחת התורה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

מ'רעדט דאך פון קביעות סעודה, א"כ איז דער שמועס וועגן מי פירות נישט עכט נוגע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

נישט אלע בעקערייען ניצן concentrate,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

farshlufen האט געשריבן:
מ'רעדט דאך פון קביעות סעודה, א"כ איז דער שמועס וועגן מי פירות נישט עכט נוגע.
עיין קובץ בית ועד לחכמים (ט', י') בירור ארוך מהרב שמואל דוד סאקס שליט"א, דעתו להיפך מכל המחמירים בנידון זה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך וועל זיך נישט דינגען מיט אים דא, ס'איז א סוגיא ארוכה, אבער ער האט מיר שוין פארלוירן ביים חלק המציאות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

לא לנו האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
אשדוד האט געשריבן:
בסדר גמור האט געשריבן:
עס איז דא א שו"ע הרב וואס זאגט אז אויב ביי פת הבאה בכוסמין איז די מי פירות א רוב, און דערמאנט נישט וויאזוי דער עצם טעם דערפון איז, איז דער ברכה מזונות.
היינט נוצט מען juice concentrate איז דא וואס טענהן אז דאס הייסט יא רוב וואסער
און מיט דעם ווערט בפשטות אפגעפרעגט די ראיה פונם מהרש"ם אויכעט כמובן [אגב, וואו איז דער מהרש"ם?]
דו ווייסט ניטאמאל וואו דער מהרש"ם איז, אבער קודם איז ער אפגעוואנדן
א דור פון שכחת התורה
זאגדזשע, דו קענסט ענטפערן נארמאל?
יא, עס איז אן אנדערע נידון וואס איז נישט געווען בימי המהרש"ם
דו דיעלסט מיט דאורייתא'ס!!, רייס דיך נישט אויף מיט 'שכחת התורה' אויפרייסן..
אז דו ווייסט נישט וואו די מהרש"ם איז זאג איך ווייס נישט, עס איז ערלויבט צו פרעגן מהיכן דנתני
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אביונה האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
אשדוד האט געשריבן:
בסדר גמור האט געשריבן:
עס איז דא א שו"ע הרב וואס זאגט אז אויב ביי פת הבאה בכוסמין איז די מי פירות א רוב, און דערמאנט נישט וויאזוי דער עצם טעם דערפון איז, איז דער ברכה מזונות.
היינט נוצט מען juice concentrate איז דא וואס טענהן אז דאס הייסט יא רוב וואסער
און מיט דעם ווערט בפשטות אפגעפרעגט די ראיה פונם מהרש"ם אויכעט כמובן [אגב, וואו איז דער מהרש"ם?]
דו ווייסט ניטאמאל וואו דער מהרש"ם איז, אבער קודם איז ער אפגעוואנדן
א דור פון שכחת התורה
זאגדזשע, דו קענסט ענטפערן נארמאל?
יא, עס איז אן אנדערע נידון וואס איז נישט געווען בימי המהרש"ם
דו דיעלסט מיט דאורייתא'ס!!, רייס דיך נישט אויף מיט 'שכחת התורה' אויפרייסן..
אז דו ווייסט נישט וואו די מהרש"ם איז זאג איך ווייס נישט, עס איז ערלויבט צו פרעגן מהיכן דנתני
ביטע סולח זיין אויף מיין זלזול בערכך הרם
לענינינו, אויף אייוועלט האנדלט מען נישט מיט דאוריית'אס, נאר מיט ארבעטסלאזיגקייט צייכענעס
כ'האב נאר נישט געקענט דולדן ווי מ'ווענדט אפ דעם מהרש"ם מיט א צייט טרייבעריי שמועסל
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

קיינער האט נישט אפגעוואנדן דעם מהרש"ם, קוקט איבער מיין תגובה מיט א רואיגקייט
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

ווייס איך נישט צו מען האט דערמאנט
מען קען חוזק מאכן פון די ישיבישע לעיקוואד וויפהל מוויל.

אבער למעשה יעדער איינער אנשים נשים וטף וואשען זיך אויף פיצא. יעדע רעסטעראנט אדער בייגל געשעפט וואשט זיך יעדער. עס איז ממש א בושה צו טהון אנדערש
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:

לפי כמה וכמה מורי הוראה מובהקים ומפורסמים (וואס באלאנגען נישט צום 'הליכות החיים' באוועגונג) איז גאר א 'קולא' און חסרון בהידור הלכה, זיך צו וואשן און מאכן המוציא אויף פיצא, אפילו מ'עסט צוויי דריי סלייסעס
ריכטיג דקדוק הלכה איז, להוציא מידי ספק, וואשן אויף פת גמור און דערנאך עסן פיצא
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

לא לנו האט געשריבן:
לפי כמה וכמה מורי הוראה מובהקים ומפורסמים (וואס באלאנגען נישט צום 'הליכות החיים' באוועגונג) איז גאר א 'קולא' און חסרון בהידור הלכה, זיך צו וואשן און מאכן המוציא אויף פיצא, אפילו מ'עסט צוויי דריי סלייסעס
ריכטיג דקדוק הלכה איז, להוציא מידי ספק, וואשן אויף פת גמור און דערנאך עסן פיצא
איר קענט אפשר ברענגן נעמען אדער מראי מקומות פון די מורי הוראה מובהקים?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
ווייס איך נישט צו מען האט דערמאנט
מען קען חוזק מאכן פון די ישיבישע לעיקוואד וויפהל מוויל.

אבער למעשה יעדער איינער אנשים נשים וטף וואשען זיך אויף פיצא. יעדע רעסטעראנט אדער בייגל געשעפט וואשט זיך יעדער. עס איז ממש א בושה צו טהון אנדערש
אויפן ליטווישן אייוועלט האט איר מוחה געווען אויפון עוולה אז בני תורה זיצן בתערובות אין רעסטעראנטן? (אפילו אנא תערובות פאסט עס אויך נישט פאר א בן תורה)
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לא לנו האט געשריבן:
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
ווייס איך נישט צו מען האט דערמאנט
מען קען חוזק מאכן פון די ישיבישע לעיקוואד וויפהל מוויל.

אבער למעשה יעדער איינער אנשים נשים וטף וואשען זיך אויף פיצא. יעדע רעסטעראנט אדער בייגל געשעפט וואשט זיך יעדער. עס איז ממש א בושה צו טהון אנדערש
לפי כמה וכמה מורי הוראה מובהקים ומפורסמים (וואס באלאנגען נישט צום 'הליכות החיים' באוועגונג) איז גאר א 'קולא' און חסרון בהידור הלכה, זיך צו וואשן און מאכן המוציא אויף פיצא, אפילו מ'עסט צוויי דריי סלייסעס
ריכטיג דקדוק הלכה איז, להוציא מידי ספק, וואשן אויף פת גמור און דערנאך עסן פיצא
ליתר דיוק ע"פ הלכה, אויף צוויי קען מען נאך מאכן א ברכה, דער דריטער איז שוין נישט בגדר אכילה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חוזר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:57 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוזר »

עס איז מיר דעם שב"ק אויסגעקומען צו רעדן מיט א חשוב'ער תלמיד חכם. ער האט שארף אוועקגעמאכט דעם אלט/נייעם שערוריא. ער זאגט מיר מיר זענען נישט היינט געבוירן, די שאלה איז שוין יארן לאנג אויסגעקאכט אין ביהמ"ד.

ווי ער זאגט מיר, זענען די ליטווישע וועלט גדולים אין אר"י ארויסגעקומען זייער שארף קעגן די מזונות ברויטן, און דערפאר איז דאס נישט דא צו באקומען דארט כמעט, און הרב וואזנער האט אויך געשריבן ווי זיי, און איז ארויס מיט א שטארקייט דערקעגן.

אבער למעשה זענען אין אמעריקא אויך געווען גרויסע גדולים. די רבנים המכשירים אין אמעריקא פון פריערדיגן דור זענען נישט געווען קיין לצים, און זיי האבן מפורש גע'פסק'עט לשואלים אז מען קען זיך יא סומך זיין דערויף, ווער בשעת הדחק און ווער לכתחילה.

לגבי די חלק פון דאורייתא, טענה'ט ער אז מה"ת איז מען יוצא מיט מעין שלש, די ג' ברכות זענען נאר א דרבנן.

און לגבי די טענה אז היינט איז דאס די געהעריגע ברויט, שרייט ער לא דובים ולא יער, עס איז נישטא קיין איין גוי'אישע קאמפעני וואס לייגט אריין דזשוס אין ראלס, מען האט זיי געפרעגט צו זיי וואלטן געטון אזאנס, האבן זיי זיך גענומען לאכן; ווער גייט דאס קויפן... מען טיילט הונדערטער פארציעס פרישטאג אין חדר און אין ישיבה יעדן טאג, קיינעם פאלט נישט ביי אריינצולייגן דזשוס אין די ברויט. ביי יעדן אפיציעלן סעודה געבט מען ענדערש באגעטס ווי ראלס, און דו וועסט קיינמאל נישט געפינען קיין באגעט מיט א לעק דזשוס.

פארוואס? ווייל ברויט איז ברויט. און עס קומט נישט זיס. דאס איז א מציאות וואס האט זיך נישט געטוישט ביז'ן היינטיגן טאג.

איי, פארוואס זעט מען אז מענטשן עסן פאר פרישטאג זיסע ראלס?!... אה, ווי א איד וועלן מיר צוריקענטפערן מיט א קושיא. איי, פארוואס זעט מען אידן עסן פאר פרישטאג רייס קעיק און מעלבע טאוסט?... און וויפיל מענטשן עסן בכלל נישט קיין פרישטאג?

יא, מיר לעבן היינט אין א פאריאגטער וועלט, מענטשן עסן נישט נארמאל, אמאל פלעגט מען זיך וואשן צוויי מאל א טאג און היינט וואשט מען זיך איינס אדער דאס אויך נישט. דאס מאכט אבער נישט קיין קעיק פאר קיין ברויט. איינע פון די פוסקים (אפשר פרמ"ג?) שרייבט אז אויב מען עסט נאכאמאל אין די זעקס שעה הייסט עס שוין נישט קביעות סעודה.

עכ"פ איך גיי נישט דא פסק'ענען קיין הלכות אויף א פלאטפארמע, יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלער רב, און אדרבא, ברכות המזון איז א געוואלדיגע זאך און ווי מער אידן זאלן זיך מקבל זיין צו נזהר זיין דערין מיט אלע הידורים.

אבער קומען זאגן אז טויזענעטער אידן ווערן נכשל אין ברכות לבטלות טאג טעגליך ה"י. באזירט אויף א סברא אז אונזערע כאפ-לאפ זיסע סענדוויטשעס ווערט יעצט די סעודה פונעם דור איז פאלג-מיר-א-גאנג...
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

shalsheles האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
לפי כמה וכמה מורי הוראה מובהקים ומפורסמים (וואס באלאנגען נישט צום 'הליכות החיים' באוועגונג) איז גאר א 'קולא' און חסרון בהידור הלכה, זיך צו וואשן און מאכן המוציא אויף פיצא, אפילו מ'עסט צוויי דריי סלייסעס
ריכטיג דקדוק הלכה איז, להוציא מידי ספק, וואשן אויף פת גמור און דערנאך עסן פיצא
איר קענט אפשר ברענגן נעמען אדער מראי מקומות פון די מורי הוראה מובהקים?
הג"ר חיים דוד כ"ץ שליט"א

הג"ר פישעלע הערשקאוויטש שליט"א
הגה"ק מקאשוי זצ"ל
לעצט פארראכטן דורך leadership אום מאנטאג יאנואר 16, 2023 6:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

חוזר האט געשריבן:

;l;p- ;l;p-
און וויפיל עסן נאר טונא אייער און גרינצייג
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

חוזר האט געשריבן:

לגבי די חלק פון דאורייתא, טענה'ט ער אז מה"ת איז מען יוצא מיט מעין שלש, די ג' ברכות זענען נאר א דרבנן.
כן הוא בשלחן ערוך הרב
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

leadership האט געשריבן:
חוזר האט געשריבן:

לגבי די חלק פון דאורייתא, טענה'ט ער אז מה"ת איז מען יוצא מיט מעין שלש, די ג' ברכות זענען נאר א דרבנן.
כן הוא בשלחן ערוך הרב
עס איז נישט קיין לכתחילה
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

מצב כללי האט געשריבן:
אה איך האב גערעדט פון די רעגולער ווייסע ברויט יענס גלייב איך איז יא המוציא
אין הכי טאקע
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

אליעזר ווייס האט געשריבן:
איך פארשטיי נישט,
די דיין אויף וואס די פארלאזט זיך אז עס איז כשר (די בעל מכשיר) זאגט אז עס איז מזונות ווי אזוי קענסטו מאכן א המוציא אויף דעם?
:lol:
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

leadership האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
לפי כמה וכמה מורי הוראה מובהקים ומפורסמים (וואס באלאנגען נישט צום 'הליכות החיים' באוועגונג) איז גאר א 'קולא' און חסרון בהידור הלכה, זיך צו וואשן און מאכן המוציא אויף פיצא, אפילו מ'עסט צוויי דריי סלייסעס
ריכטיג דקדוק הלכה איז, להוציא מידי ספק, וואשן אויף פת גמור און דערנאך עסן פיצא
איר קענט אפשר ברענגן נעמען אדער מראי מקומות פון די מורי הוראה מובהקים?
הג"ר חיים דוד כ"ץ שליט"א

הג"ר פישעלע הערשקאוויטש שליט"א
הגה"ק מקאשוי זצ"ל
הגאון רבי שמואל דוד סאקס
הגאון רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל
ועוד הרבה אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם (ודרך הכתוב לפרוט המיעוט)
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

אביונה האט געשריבן:
leadership האט געשריבן:
חוזר האט געשריבן:

לגבי די חלק פון דאורייתא, טענה'ט ער אז מה"ת איז מען יוצא מיט מעין שלש, די ג' ברכות זענען נאר א דרבנן.
כן הוא בשלחן ערוך הרב
עס איז נישט קיין לכתחילה
אוודאי נישט

נאר געזאגט אז מ'איז שוין נישט דן אין קיין דארייתא ווייל מהאט יוצא געווען מן התורה אף במעין ג'
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

חוזר האט געשריבן:
...מען טיילט הונדערטער פארציעס פרישטאג אין חדר און אין ישיבה יעדן טאג, קיינעם פאלט נישט ביי אריינצולייגן דזשוס אין די ברויט. ביי יעדן אפיציעלן סעודה געבט מען ענדערש באגעטס ווי ראלס, און דו וועסט קיינמאל נישט געפינען קיין באגעט מיט א לעק דזשוס.

פארוואס? ווייל ברויט איז ברויט. און עס קומט נישט זיס. דאס איז א מציאות וואס האט זיך נישט געטוישט ביז'ן היינטיגן טאג.

איי, פארוואס זעט מען אז מענטשן עסן פאר פרישטאג זיסע ראלס?!... אה, ווי א איד וועלן מיר צוריקענטפערן מיט א קושיא. איי, פארוואס זעט מען אידן עסן פאר פרישטאג רייס קעיק און מעלבע טאוסט?... און וויפיל מענטשן עסן בכלל נישט קיין פרישטאג?
די הויפט חלק דא פארשטיי איך נישט.

וואו איז די מאסיווע ברויט סופליי נאכ'ן ארויסגיין פון ישיבה (און כולל)? איינמאל מגייט ארבייטן איז געהעריגע ברויט ארויס פון סיסטעם און מנוצט ראלס און סענדוויטשעס לרחצה. דאס איז די "ברויט" פון רוב חלק ארבייטס מענטשהייט. אויף "דעם" שטייט אין שולחן ערוך אז אויב מען איז קובע סעודה אויף "מזונות ברויט" - דהיינו ד' ביצים - ווערט עס א המוציא מיט נט"י, אפילו עס איז זיס, ווייל דער מענטש מאכט עס פאר זיך ווי געהעריגע המוציא ברויט.

אין שו"ע שטייט עס נישט אויף רייז קעיק און מעלבא טאוסט, נאר אויף די פיינע זאפטיגע גרויסע סענדוויטשעס (למשל די צען דאלארדיגע פאסטראמי סענדוויטש פון דריי טפחים און מער), אדער דיקע בייגעלס אדער די לאנגע געפלאכטענע ראולס מיט גרויסע טעלערס טונא און וועדזשטעבל, וואס זענען נישט ווייניגער ווי א בילקע מיט פיש און פלייש. אויף דעם זאגט דער שו"ע קלאר אז קביעות סעודה פון "זיסע ברויט" איז א געהעריגע המוציא מיט נט"י.

אז מ'נעמט אזויגערופענע "מזונות בעיגלס" מוצאי שב"ק הייס פון אויווען, און מרוקט אריין א צוויי דריי שטיק מיט גערויכערטע לאקס און צוגעהערן, ביז מען איז זאט לכהפ ביז זונטאג חצות, איז מעגליך צו מאכן אויף דעם א "מזונות"????????????

סאיז דא מענטשן וואס עסן בכלל נישט קיין ברויט א גאנצע וואך, נאר קענען עסן די פראטין מיט קרעקערס אדער אפילו סלייסעס רעטעך, וואטעווער, וואס איז דאס משנה דעם הלכה אין שו"ע אויף "פת הבאה בכיסנין מיט קביעות סעודה"?

(כ'בין נאך אלץ דעת בעה"ב אברך נישט דעת תורה)
אין עוד מלבדו
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”