די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

משה יוחנן האט געשריבן:
איך וויל פארשטיין אויב איינער קען מסביר זיין וואס די קאמפאניס שרייבן אויף די ברויט מזונות ווען פשטות להלכה ווען מען זעצט זיך פאר א פרישטאג וכדומה דארף מען מאכן אן המוציא??!!
זייער פשוט ווייל זיי האלטן אז עס איז מזונות

אביונה האט געשריבן:
ווייסעך נישט וועלכעס איז א גרעסערע סגולה לפרנסה
זאגן מארגן פרשת המן שמו"ת, [וואס כידוע אויף דעם איז עפעס דער עולם זייער פארגלייבט דערינען, הגם ס'האט כמעט נישט קיין מקור]
אדער מהדר זיין זיך נישט צו עסן מזונות ראללס פאר פרישטאג נאר זיך צו וואשן און בענטשן כהלכה לכל הדיעות...
איינער קען מיר העלפן פותר זיין די שאלה??
ווער האלט אז בענטשן איז נישט א מצוה דאורייתא, מ'רעדט דא ס"ה אויב ווען מען עסט מזונות ברויט (שלא בקביעות סעודה וכדו') מאכט מען מזונות
מיש נישט געפיל מיט הלכה
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אביונה האט געשריבן:
ווייסעך נישט וועלכעס איז א גרעסערע סגולה לפרנסה
זאגן מארגן פרשת המן שמו"ת, [וואס כידוע אויף דעם איז עפעס דער עולם זייער פארגלייבט דערינען, הגם ס'האט כמעט נישט קיין מקור]
אדער מהדר זיין זיך נישט צו עסן מזונות ראללס פאר פרישטאג נאר זיך צו וואשן און בענטשן כהלכה לכל הדיעות...
איינער קען מיר העלפן פותר זיין די שאלה??
ס'איז נישט לכל הדיעות, התאחדות שרייבט אויף מזונות ברויט אונטער זייער הכשר ביי א ספק קביעות סעודה אז מ'זאל זיך וואשן אויף המוציא ברויט און דערנאך עסן די זעמלעך.

דאס מיינט אז זיי האלטן קלאר ס'איז מזונות ברויט חוץ ווען די קביעות סעודה פארוואנדלט דאס פאר המוציא, זיי שטעלן קלאר געוויסע דוגמאות וואס מיינט קביעות סעודה. דארט ווי די קביעות סעודה איז א ספק בלייבט ברכת נטילת ידים, פאר ברכה און נאך ברכה אויך א ספק.

אויב עימיצער קען ווען אויסשמועסן די "ספק קביעות סעודה" כדי מ'זאל וויסן וואס און וויאזוי עס אויסצושמועסן מיטן לאקאלן דיין.

מ'רעדט דא פון דאורייתא'ס, ברכה לבטלה'ס אדער עסן בלא ברכה וואס איז גזל, ס'איז בכלל נישט פשוט.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קאשע זופ האט געשריבן:
משה יוחנן האט געשריבן:
איך וויל פארשטיין אויב איינער קען מסביר זיין וואס די קאמפאניס שרייבן אויף די ברויט מזונות ווען פשטות להלכה ווען מען זעצט זיך פאר א פרישטאג וכדומה דארף מען מאכן אן המוציא??!!
זייער פשוט ווייל זיי האלטן אז עס איז מזונות
זיי האלטן אז מ'דארף אויף דעם מאכן "מזונות" און מ'טאר נישט מאכן דערויף אן "המוציא" דארט ווי ס'איז נישט קביעות סעודה.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

פראקטיש האט געשריבן:
קאשע זופ האט געשריבן:
משה יוחנן האט געשריבן:
איך וויל פארשטיין אויב איינער קען מסביר זיין וואס די קאמפאניס שרייבן אויף די ברויט מזונות ווען פשטות להלכה ווען מען זעצט זיך פאר א פרישטאג וכדומה דארף מען מאכן אן המוציא??!!
זייער פשוט ווייל זיי האלטן אז עס איז מזונות
זיי האלטן אז מ'דארף אויף דעם מאכן "מזונות" און מ'טאר נישט מאכן דערויף אן "המוציא" דארט ווי ס'איז נישט קביעות סעודה.
די וואך גערעדט צו א גרויסע רב זאגט ער מיך אז מאכן א המוציא אויף א מזונות ברויט איז אן ערנסטע שאלה פון א ברכה לבטלה
און אויב מען עסט א קביעות סעודה דארף מען מאכן המוציא אויף המוציא ברויט און דערנאך קען מען עסן די מזונות
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קאשע זופ האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
קאשע זופ האט געשריבן:
משה יוחנן האט געשריבן:
איך וויל פארשטיין אויב איינער קען מסביר זיין וואס די קאמפאניס שרייבן אויף די ברויט מזונות ווען פשטות להלכה ווען מען זעצט זיך פאר א פרישטאג וכדומה דארף מען מאכן אן המוציא??!!
זייער פשוט ווייל זיי האלטן אז עס איז מזונות
זיי האלטן אז מ'דארף אויף דעם מאכן "מזונות" און מ'טאר נישט מאכן דערויף אן "המוציא" דארט ווי ס'איז נישט קביעות סעודה.
די וואך גערעדט צו א גרויסע רב זאגט ער מיך אז מאכן א המוציא אויף א מזונות ברויט איז אן ערנסטע שאלה פון א ברכה לבטלה
און אויב מען עסט א קביעות סעודה דארף מען מאכן המוציא אויף המוציא ברויט און דערנאך קען מען עסן די מזונות
התאחדות זאגט קלאר אז דארט ווי ס'איז זיכער א קביעות סעודה זאל מען זיך וואשן ענט"י, המוציא און ברכהמ"ז.

קביעות סעודה דארף קלארקייט, עס צום האפן אז איינער פון די גדולי פוסקי דורינו וועט דאס קלאר שטעלן.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פראקטיש האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
ווייסעך נישט וועלכעס איז א גרעסערע סגולה לפרנסה
זאגן מארגן פרשת המן שמו"ת, [וואס כידוע אויף דעם איז עפעס דער עולם זייער פארגלייבט דערינען, הגם ס'האט כמעט נישט קיין מקור]
אדער מהדר זיין זיך נישט צו עסן מזונות ראללס פאר פרישטאג נאר זיך צו וואשן און בענטשן כהלכה לכל הדיעות...
איינער קען מיר העלפן פותר זיין די שאלה??
ס'איז נישט לכל הדיעות, התאחדות שרייבט אויף מזונות ברויט אונטער זייער הכשר ביי א ספק קביעות סעודה אז מ'זאל זיך וואשן אויף המוציא ברויט און דערנאך עסן די זעמלעך..
כמובן, כ'האב געמיינט צו זאגן זיך וואשן אויף ברויט גמור.., [מיט א מנין דורך כולל חצות ביים ציון פון רבי מענדעלע מרימאנאוו :P ...]
זיך נישט אריינלאזן אין שאלות וספיקות פון ברכת המזון..
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פראקטיש האט געשריבן:
תורה הוא וללמוד אני צריך.

יעדער בר בי רב פארשטיי אז די מודעה איז געוואוייגן און געמאסטן אז ס'זאל שטימען להלכה און מ'זאל ארויסהאבן למעשה ווי אזוי זיך צו פירן.

לאמיר עס מפרש זיין, לפענ"ד.

1) איז א הבהרה, אז מציאות'דיג שטימט עס מיט מזונות, להוציא פון די מרננים.

2) זאגט וואס די דין איז ווען ס'איז ברור "נישט" קיין קביעות סעודה, ד"ה ער עסט זיכער נישט צופיל וכו'.

3) דער דין ביי קביעות סעודה לויטן מציאות הדברים ארום און ארום, ד"ה הכל מודים אז ווען ס'איז א פול ברייטע מעניו איז עס א געהעריגער המוציא.

4) דער דין ביי ספק אלץ דעם שיעור וויפל מ'עסט, דאס איז נוגע ביי פריוואטע מענטשן, לאנטש ביי די ארבייט, אויפן וועג, וכדו' דאס האט נישט קיין הכרעה אויף למעשה אינעם שיעור וויפל ווייל ס'איז תלוי און מחלוקת'ער און אין פרטים, נאר מ'דארף אכטונג געבן נישט אריינפאלן אינעם ספק, און טרעפן דעם זיכערער וועג ארויס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מכתב בענין לחמניות מזונות - ט' שבט תשפג.jpg
מכתב בענין לחמניות מזונות - ט' שבט תשפג.jpg (156.52 KiB) געזען 694 מאל
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

לאמיר זעהן אויב די גליון הליכות החיים וועט זיין אויפריכטיג און דעס אויך אריינלייגן
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

יין רב האט געשריבן:
לאמיר זעהן אויב די גליון הליכות החיים וועט זיין אויפריכטיג און דעס אויך אריינלייגן
וואס הייסט אויפריכטיג? ער האט מברר געווען להלכה אז ס'איז א פראבלעם
ס'איז גראדע געווען א בריוו פון הגה"צ ר' שלום פאלאק אז מ'קען נישט מאכן א מזונות, אויך זאגט מען אז ר' יושע לייפער איז שטארק קעגן, דא שטייט אז זיי זענען חברי הוועד?
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

הערה בעלמע: סקווירא זאגט זיי זענען מקפיד אויף שני שלישים מי פירות אבער התאחדות באגניגט זיך מיט 60 פראצענט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נחוניא האט געשריבן:
מכתב בענין לחמניות מזונות - ט' שבט תשפג.jpg
שיין, אבער סעיף ג' איז א האפענונג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

מחזור האט געשריבן:
יין רב האט געשריבן:
לאמיר זעהן אויב די גליון הליכות החיים וועט זיין אויפריכטיג און דעס אויך אריינלייגן
וואס הייסט אויפריכטיג? ער האט מברר געווען להלכה אז ס'איז א פראבלעם
ס'איז גראדע געווען א בריוו פון הגה"צ ר' שלום פאלאק אז מ'קען נישט מאכן א מזונות, אויך זאגט מען אז ר' יושע לייפער איז שטארק קעגן, דא שטייט אז זיי זענען חברי הוועד?
ער איז געוועין זייער בייעסד אויף איין זייט יעצט דארף ער ברענגען די רבנים וואס האלטן אנדערש אויך.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

farshlufen האט געשריבן:
התאחדות בעקערייען נוצן "נישט" פון קאנצעטרעיט.

נאר עפל דזשוס פיהלט מען נישט אזוי שטארק.
התאחדות בעקערייען נוצן "יא" פון קאצנענטרעיט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

farshlufen האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
מכתב בענין לחמניות מזונות - ט' שבט תשפג.jpg
שיין, אבער סעיף ג' איז א האפענונג.
וועלכע חלק?
אז רוב לחמניות הנמכרים זענען המוציא?
דאס איז א פאקט וואס מען האט מברר געווען ביי די בעקערייען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נחוניא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
שיין, אבער סעיף ג' איז א האפענונג.
וועלכע חלק?
אז רוב לחמניות הנמכרים זענען המוציא?
דאס איז א פאקט וואס מען האט מברר געווען ביי די בעקערייען.
Capture.PNG
Capture.PNG (50.99 KiB) געזען 629 מאל
בעיקר די ערשטע און די לעצטע זאץ.

די מיטעלסטע איז סתם א חורבן, רוב עולם גולם מיינט אויף כמעט אלע בייגלעך אז ס'איז מזונות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

יין רב האט געשריבן:
הערה בעלמע: סקווירא זאגט זיי זענען מקפיד אויף שני שלישים מי פירות אבער התאחדות באגניגט זיך מיט 60 פראצענט
וואס איז טאקע די חשבון פון 60? רוב איז דאך 51 און שני שלישים איז כמעט 67?
געפונען מיר צומאל אזא שיעור אין הלכה? פארקערט איז באקאנט אלס בטל בשישים.
להבדיל ביי קאנגרעס איז פארהאן א רוב פון 60...
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יין רב האט געשריבן:
מחזור האט געשריבן:
יין רב האט געשריבן:
לאמיר זעהן אויב די גליון הליכות החיים וועט זיין אויפריכטיג און דעס אויך אריינלייגן
וואס הייסט אויפריכטיג? ער האט מברר געווען להלכה אז ס'איז א פראבלעם
ס'איז גראדע געווען א בריוו פון הגה"צ ר' שלום פאלאק אז מ'קען נישט מאכן א מזונות, אויך זאגט מען אז ר' יושע לייפער איז שטארק קעגן, דא שטייט אז זיי זענען חברי הוועד?
ער איז געוועין זייער בייעסד אויף איין זייט יעצט דארף ער ברענגען די רבנים וואס האלטן אנדערש אויך.
נישט סתם.

אין ערגעץ שרייבן זיי (די סקווירא בי"ד) נישט אז מ'קען מאכן אן המוציא אויף די לחמניות אפילו ווען ס'איז קביעות סעודה און אויף אלעס אנדערש שרייבן זיי "לא נכון".

ס'איז שיין צן זעהן ווי מ'איז זיך מפלפל בהלכה (בעסער ווי זינלאזע פאליטישע קריגערייען וואס מיר פאלן אריין מזמן לזמן). אב"ד ישראל והזמנים שליט"א האט שיין מסביר געווען זיין צד און אזוי אויך לעצטע וואך אינעם גליון הליכות חיים ווי מ'האט געברענגט דעת קדשו פון פאפא רב זצ"ל.

אויב "הליכות" חיים וויל בלייבן מיט קרעדיביליטי זאל ער אריינלייגן די צעטל פון סקווירא בי"ד און אפשר אויך התאחדות'נס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

באנקיר האט געשריבן:
יין רב האט געשריבן:
הערה בעלמע: סקווירא זאגט זיי זענען מקפיד אויף שני שלישים מי פירות אבער התאחדות באגניגט זיך מיט 60 פראצענט
וואס איז טאקע די חשבון פון 60? רוב איז דאך 51 און שני שלישים איז כמעט 67?
געפונען מיר צומאל אזא שיעור אין הלכה? פארקערט איז באקאנט אלס בטל בשישים.
להבדיל ביי קאנגרעס איז פארהאן א רוב פון 60...
דאס איז פשוט צו זיין אויף די סעיף סייד מיט די בעקערייען למיניהם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

איינער קען מיך טרעפן אין ברוקלין א מזונות ברויט מיט סקווערער השגחה?
(איך זוך שוין לאנג א זיסע בייגל...)
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

יחליצך האט געשריבן:
איינער קען מיך טרעפן אין ברוקלין א מזונות ברויט מיט סקווערער השגחה?
(איך זוך שוין לאנג א זיסע בייגל...)
טעם עדן פארקויפט דען נישט קיין זעמל?
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

צל עובר האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין דערמאנט געווארן, אבער אין מיין גראסערי איז דא לכה"פ 2 סארטן ראללס (אין די אינגרידיענטס שטייט עפל דזשוס - ס'גראדע נישט זיס...) מיט התאחדות הכשר, ביי ביידע שטייט "ברכתו מזונות".
איז פשט אז זייערע רבנים האלטן אזוי?
אודאי אזוי.

זעה עך אז @פראקטיש האט שוין טאקע געברענגט זייער קלארע הבהרה.

------

נ. ב. וואס איז די דזשאוק פון שרייבן כסדר איבעראל אז מען עסט עס אלעמאל בקביעות סעודה? איר אלע האט נאך קיינמאל געהערט פון אזא איידיע פון כאפן א סענדוויטש אויפן וועג אדער ביי די ארבעט? איך פארשטיי פשוט נישט.

ווען דו זיצט ביי דיר אין קאך/דיינעט/וואטעווער, ווילסט מחמיר/מהדר זיין זיך צו וואשן אויף המוציא ברויט? גאו אהעד, שרייב אפילו אז "ווען מען איז זיך קובע סעודה", דארף מען זיך וואשן. אבער ביטע, טרייב נישט ארויס מיין אן דע גאו סענדוויטש פון די מארקעט. טענקס, החותם בשם נאך טויזנטער אידן.
זיי מיך פליז מסביר די איידיע.
1) באמת ביזטו זאט נאר דו ווילסט עפעס קייען פאר די נערוון?...
2) אדער באמת ביסטו הונגעריג נאר דו ביסט פאריאגט?
3) אדער דו עסט עס אנשטאטס א קוקי?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

לא לנו האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
איינער קען מיך טרעפן אין ברוקלין א מזונות ברויט מיט סקווערער השגחה?
(איך זוך שוין לאנג א זיסע בייגל...)
טעם עדן פארקויפט דען נישט קיין זעמל?
אין ברוקלין?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

יחליצך האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
איינער קען מיך טרעפן אין ברוקלין א מזונות ברויט מיט סקווערער השגחה?
(איך זוך שוין לאנג א זיסע בייגל...)
טעם עדן פארקויפט דען נישט קיין זעמל?
אין ברוקלין?
בארא פארק איז נישט ברוקלין?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”