די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

וויפיל מאל זאגסטו "ברכת המזון" משבת לשבת?


ביי פרישטאג\לאנטש, מעג מען אויף א "מזונות-ברויט" סענדוויטש'ל מאכן א מזונות?


וואס קען איך טוהן צו האבן מער שפע ופרנסה?




- כ'האב דעם שבת געליינט אינעם "גליון הליכות החיים" א מכתב וואס הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האט געשיקט צו הרב נחום צבי מאיר ראזענפעלד שליט״א (מו״ץ בשיכון סקווירא יע״א) איבער דעם נושא פון מאכן 'מזונות' אויף ראלס און ברויטן. היות איך פיהל אז ס'איז זייער וויכטיג די נושא ברענג איך עס ארויף לטובת הציבור ולתועלת הענין, אשע"כ שלעפ איך דא ארויף דעם גאנצן מכתב.


אויב איינער האט עפעס צוצולייגן, ביטע זיך נישט צוריקהאלטן. ולמצוה גדולה יחשב.
'מזונות' ראלס און ברויטן (2).jpg
'מזונות' ראלס און ברויטן (2).jpg (299.36 KiB) געזען 3582 מאל
'מזונות' ראלס און ברויטן (1).jpg
'מזונות' ראלס און ברויטן (1).jpg (305.66 KiB) געזען 3582 מאל
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

הערליך שיין אויך געליינט דעם שבת
וויל איך וויסן אויב אלע פוסקים האלטן אזוי?
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

קאשע זופ האט געשריבן:
הערליך שיין אויך געליינט דעם שבת
אויך געליינט און אהיים געטראגן פאר די ב"ב.

מ'האמיר זיך שוין היינט צופרי געוואשן אויף המוציא ברויט. לאור הנ"ל!
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
yid
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

קאשע זופ האט געשריבן:
הערליך שיין אויך געליינט דעם שבת
וויל איך וויסן אויב אלע פוסקים האלטן אזוי?
איך האב געפרעגט א דיין האט ער מיך געזאגט אז פאר מען עסט א מזונות ראלל אדער ברויט זאל מען זיך וואשן און עסן א המוציא ראלל אדער ברויט,
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

ברוך שכוונתי לדעתו הגדול, און שוין לאנגע יארען וואס איך מאך א המוציא און ברכהמ"ז אויף אלע סארט "מזונות" סענדוויטשעס און פיצא, היות ס'איז געמאכט אויף צו קובע זיין סעודה דערויף, וכן מצאנו במצות, שהגם שכוססים אותם, מ"מ מנהגינו ליטול ידים ולברך המוציא וברכהמ"ז עליהם, היות ועשויים (בפסח) לקביעת סעודה.

וכן להיפך, אז אויף דאונאטס, הגם פיל בעקערייען באקען עס אפ, און פרעגלען עס נישט אין אויל, איז עס למעשה א נאש, און דעריבער איז די ברכה א מזונות (אויב מ'עסט נישט א שיעור קביעות סעודה, וואס איז אגב היפש קליין, ג' ד' כביצים לרוה"פ), וכן הורה לי מורה הוראה מובהק שליט"א.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

איך ברענג דא די טעקסט פונעם גליון, אויב איינער דארף עס צו ציטירן אדער קאפיען:
מכתב מהגאון הגדול מגדולי הפוסקים הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א,
אב"ד ישראל והזמנים, ומח"ס שו"ת נשמת השבת, ויברך דוד, ועוד.
די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

לכבוד מכון הליכות החיים, אחדשה"ט, ובראשם ידידי הגאון רבי הערשל ראזענפעלד שליט"א דמשלחן גבוה
קזכי לזכות הרבים ופסקיו מתקבלין בבי מדרשא.
עס איז געשטאנען לעצטנס אינעם גליון די הלכות פון ברכות הנהנין. מאכן ברכות כהלכתן איז פון די וויכטיגסטע יסודות, ווי חז"ל זאגן, אז פאר מען מאכט די ברכה געהערט אלעס צום רבוש"ע און מען טאר נישט קיין הנאה האבן פונעם עסן, און ערשט נאכ'ן מאכן א ברכה גיט דער רבוש"ע איבער צו אונז דאס עסן פון זיין רשות. ווען מען מאכט ברכות הנהנין ווי עס דארף צו זיין, ברענגט דאס אראפ די שפע פאר דער גאנצער בריאה.
היוקר יאמיר
מיר לעבן יעצט אין א צייט פון "היוקר יאמיר". מען הערט כסדר פון טייערע אידן וואס ארבעטן שווער על המחי' ועל הכלכלה פון צופרי ביז ביינאכט און קענען פשוט נישט דעקן די טעגליכע הוצאות. מיר אליין האבן געהערט פון אסאך אידן וואס זענען מקיים "יצא אדם לפעלו" און ארבעטן בנאמנות צו פארדינען כדי מחייתם, און ווען עס קומט יום טוב - ווער רעדט נאך אין א צייט פון חתונה מאכן - דארף מען פשוט צוזאמענשטעלן געלט אז זיי זאלן קענען אנגיין.

עס איז א צייט זיך מתבונן צו זיין אין א פרט וואס איז שטארק נוגע צו ברכות הנהנין, וואס ממש רבים נכשלים בה בלא יודעים, און דאס איז בנוגע מצות נטילת ידים און ברכת המזון. דאס זענען ביידע מצוות וואס ברענגען די שפע, ווי חז"ל זאגן אז אויב מען איז מזלזל אין נטילת ידים ברענגט דאס עניות, חס ושלום. אויך איז ידוע אז די מצוה פון ברכת המזון עפנט אויף דעם שער המזון און ברענגט אראפ א השפעה פאר דער גאנצער וועלט.

אט-די צוויי מצוות, וואס זענען פול מיט גוטע סגולות, נישט נאר אויף פרנסה בהרחבה, נאר אויף בני חיי ומזוני, זענען ליידער גאר וואקלדיג ביי כלל ישראל, מחמת חסרון ידיעה, דורכדעם וואס עס איז געווארן די געוואוינהייט צו עסן א.ג. "מזונות ברויט", "ראָלס" און "סענדוויטשעס", און ס'קומען ארויס דערפון גרויסע מכשולות אינעם הארבן חיוב פון "נטילת ידים", און אין דער מצות עשה דאורייתא פון "ברכת המזון", ווי ס'וועט בעז"ה ערקלערט ווערן; און אומווילנדיג כאפט מען זיך נישט אז עס פעלט די צוויי שליסלען פאר אונזער השפעה.

איך וויל אויסניצן דעם כח הרבים און סייעתא דשמיא וואס באגלייט דעם גליון און אויסשמועסן עטליכע שאלות וואס מענטשן פרעגן אן כסדר בנוגע די הלכות, אויף וואספארא סארט ברויט מען דארף זיך וואשן און בענטשן געהעריג, און וויפיל מען דארף עסן צו ווערן מחוייב צו בענטשן. און אז אידן וועלן זיך מחזק זיין, וועט בעז"ה אראפקומען א השפעה פאר יעדן איינעם.


ברויט וואס ווערט כהיום פארקויפט דאס מערסטע
דאס ברויט וואס פארקויפט זיך היינט דאס מערסטע, און אזוי אויך זעמל (ראלס) דא ביי אונז אין חוץ לארץ, איז אנגענומען ביים המון עם, אז מען מאכט דערויף "בורא מיני מזונות", און אז די נאך-ברכה דערויף איז "על המחי'".

ווען מען קוקט אריין אין דער הלכה און אין די פוסקים, שטעלט זיך ארויס מיט א פשטות אז די ריכטיגע ברכה אויף די אלע "מזונות ברויט" ראלס איז
"המוציא", אפילו ווען מען עסט נאר ממש א קליין ביסל דערפון, און אויב מען עסט א כביצה דארף מען זיך וואשן דערויף און מאכן "על נטילת ידים" (אזוי ווי ביים עסן חלה א.ד.ג.) און בענטשן ברכת המזון. און דאס איז אפילו ביי די בעקערייען וואס לייגן אריין אינעם טייג צוויי-דריטל מי-פירות, צי מער אפילו, און עס איז עס נאך אלץ "המוציא" גמור, פונקט ווי געהעריגע
ברויט. (און דאס אלעס האט גארנישט צו טון מיט די הלכות פון "קביעות סעודה", וואס איז נוגע נאר ביי א זאך וואס איז "מזונות", ווי "פת הבאה בכיסנין", צ.ב.ש. מזונות-קיכלעך,
לעקעך, אד"ג.)
פארוואס זענען אלע א.ג. "מזונות"-זאכן באמת "המוציא"
אז מען זאל פארשטיין פארוואס עס איז "המוציא", אפילו ווען מען לייגט אריין מי פירות, דארף מען וויסן דעם יסוד וואס דער "בית יוסף" (או"ח סי' קסח, אות ז) שרייבט, אז דאס וואס מען דארף נישט בענטשן ברכת המזון אויף "פת הבאה בכיסנין", איז ווייל מען האט נישט מחייב געווען זיך צו וואשן און בענטשן, נאר אויף אזעלכע ברויט וואס דער סדר איז אז מען איז קובע סעודה דערויף. דער "שולחן ערוך הרב" (או"ח קסח, ח) איז עס מסביר מער, אז "מען האט נישט מחייב געווען נטילת ידים און ברכת 'המוציא' (וואס מען האט מתקן געווען אויף ברויט אלס חשיבות), נאר אויף ברויט וואס איז געמאכט 'אונטערצולענען דאס הארץ', אבער נישט אויף 'פת הבא בכיסנין', וואס עס איז נישט דער דרך העולם קובע סעודה צו זיין דערויף". און אזוי זעט מען אין די פוסקים דעם יסוד, אז אפילו ברויט וואס עס ליגט דערין מי פירות וכו', אבער אויב דער מציאות איז אז אויף דעם סארט ברויט איז מען קובע סעודה, האט עס א הלכה לגמרי ווי "המוציא", לגבי "על נטילת ידים", ברכת "המוציא" און ברכת המזון.
וואס דער חיד"א שרייבט לגבי 'מצה עשירה'
נאך מער זעט מען אינעם חיד"א, וואס ער שרייבט ("מורה באצבע" סי' ז', אות רטו), אז פסח וואס מען עסט "מצה עשירה" (וואס באשטייט כל-כולו פון מי פירות), וויבאלד דאס איז פסח דער געהעריגער לחם וואס א מענטש עסט און עס איז דער סדר אין די ימי הפסח צו קובע סעודה זיין דערויף, זאל ער נישט עסן דערפון אפילו א קליינעם שיעור אן זיך וואשן און בענטשן דערויף, (כאטש א גאנץ יאר איז נישט דער סדר קובע סעודה צו זיין דערויף).
דער מציאות אין שנת תשפ"ג
נאכדעם וואס מען ווייסט שוין די הלכה לויט'ן שולחן ערוך און די פוסקים, איז לאמיר זען וואס עס איז דער מציאות היינט, תשפ"ג. דער פאקט איז, ווי יעדער ווייסט, אז רוב רובם פון די מענטשן וואשן זיך נישט משבת לשבת. זיי בלייבן דאך אבער נישט הונגעריג, איז וואס דען טוען זיי? זיי עסן טעגליך, צומאל עטליכע מאל א טאג, "מזונות ברויט", ראָלס. עס איז א פאקט, אז דאס ברויט וואס גייט דאס מערסטע אין די געשעפטן און די בעקערייען דורכאויס אלע זעקס טעג פון דער וואך, איז דאס "מזונות ברויט". דאס איז אויך וואס גייט אין די פלעצער וואו מען עסט פרישטאג, לאנטש און נאכטמאל; רעסטוראנטן א.ד.ג. באנוצן זיך בדרך-כלל נישט מיט קיין "המוציא". דער המון עם זוכט בדרך-כלל נישט אינמיטן וואך קיין "המוציא". אלע געשעפטן וואס פארקויפן ברויט - "מזונות" און "המוציא" - וועלן מודה זיין, אז דער "המוציא" גייט אסאך שוואכער ווי די "מזונות". א קינד, וואס די מאמע שיקט אים קויפן ברויט (אין שטיבער וואו מ'מאכט "בורא מיני מזונות" אויף "מזונות ברויט"), ווייסט זיך נישט טועה צו זיין און קויפן "המוציא" אנשטאט "מזונות", ווייל ער וועט דארפן צוריקגיין אין געשעפט עס אויפטוישן. די שענסטע מסיבות היינט (ווען די פראגראם איז נישט דווקא זיך צו וואשן און בענטשן) ווערן געפראוועט אויף אט-דעם ברויט. ביי פרויען-פארטיס, צום ביישפיל, וואו מען זיצט צוזאמען אפילו עטליכע שעה, און אזוי אויך ווען חברים, שותפים א.ד.ג. זעצן זיך צוזאמען איבערצושמועסן א ביזנעס-ענין א.ד.ג., און מען סערווירט דארט א פארשפייז און א נאכשפייז כסעודת שלמה בשעתו, איז דאס ברויט אדער ראלס וואס מען גיט דארט בדרך-כלל "מזונות ברויט".

עס האט געזאגט א איד וואס פירט אן א בעקעריי, אז די איינציגע גרעסערע באשטעלונגען פון "המוציא"- בולקעס א.ד.ג. אינמיטן וואך, זענען פאר א יארצייט- סעודה (און אזוי אויך פאר די מוסדות התורה וואו די קינדער ווערן אויפגעפאדערט זיך צו וואשן און בענטשן), אדערסעודות ברית און שבע ברכות, (וואס דאן וויל מען בענטשן בזימון וכו'). און אפילו ביי שבע-ברכות'ן און סעודות ברית איז שוין נישט קיין זעלטענעם ערשיינונג אז מען זאל באשטעלן "מזונות" פאר פרויען. דאס איז דער פאקטישער מציאות כהיום, ווען רובא דרובא מענטשן זוכן צו אויסמיידן נטילת ידים און ברכת המזון אין די וואכן-טעג.

ממילא, וויבאלד דאס איז דער מין ברויט וואס עס איז דער סדר קובע סעודה צו זיין דערויף, קומט אויס מיט א פשטות אז די הלכה איז, אז סיי "מזונות ברויט" און "סיי מזונות ראלס" זענען באמת "המוציא" (וואס מען דארף זיך וואשן דערויף און בענטשן) אפילו אויב מען עסט נאר אביסל דערפון.
דעת הגדולים והפוסקים
היות דאס איז א חידוש ביי מענטשן - נישט דווקא מצד ההלכה, נאר פשוט ווייל עס איז אנדערש ווי דער געווענליכער הנהגה - וואס ווייסן נישט דערפון, און זיי מאכן די ברכה "מזונות", פארפעלנדיג נטילת ידים און ברכת המזון, וועלן מיר צוברענגען די ווערטער פונעם פוסק הדור, הגאון הגדול בעל "שבט הלוי" זצ"ל אין לעצטן חלק פון זיינע תשובות (שבט הלוי חלק י"א סי' מ"ז), וואס ער שרייבט דארט צווישן אנדערן:

"...די דאזיגע 'מזונות'-ברויטן ווערן געגעסן היינט צו-טאגס דורך צענדליגער טויזנטער מענטשן צופרי און ביינאכט, מיט פלייש און ירקות און אלע צוגעהערן פון א סעודה, פונקט ווי עס איז דער דרך מיט 'המוציא'- ברויט, און די כוונה דערפון איז איין זאך, צו שפארן נטילת ידים און ברכת המזון, ווען ביי אזא סארט ברויט, וואס דער דרך העולם איז אז מען איז קובע סעודה דערויף, איז מען מחוייב מן הדין צו מאכן 'המוציא' אפילו אויב מען עסט נאר אביסל. און עס איז נישטא קיין גרעסערער זלזול אין מצות נטילת ידים און ברכת המזון ווי דאס..."

ער איז ממשיך דארט: "איך האב דאס אליין געזען מיט די אויגן, אז מען זעצט זיך צו גרויסע סעודות אָן נטילת ידים און 'המוציא'. מען עסט דארט אזעלכע ברויט, וואס ווען נישט דאס צעטל דערויף אז עס איז 'מזונות', דערקענט מען כמעט נישט אז עס איז 'מזונות', און די גאנצע כוונה איז נאר כדי אז די מאסן זאלן זיך קענען פטר'ן פון נטילת ידים און 'המוציא', בעת מען באנוצט זיך דערמיט אנשטאט ברויט ממש ... אויך איז עס נישט גענוג זיס, כאטש מען לייגט אריין דערין אסאך מי פירות ... דאס הארץ ווייסט באמת, אז די אלע תחבולות וועלן נישט טוישן גארנישט פונעם אמת פון דער הלכה, און מען מאכט א געוואלדיגן מכשול פאר'ן רבים צושטעלנדיג אזעלכע ברויט". ע"כ פון די ווערטער פון הגאון הגדול דער בעל שבט הלוי זצ"ל אינעם לעצטן חלק פון זיינע תשובות סי' מ"ז.

אזוי ווערט געברענגט אויך אינעם ספר "ארחות רבינו" פונעם "קהלות יעקב" זצ"ל: "אויף א פלאץ וואס די חלות וואס מען באקט דארט זענען (אפילו) גאר זיס, אבער אויב איז דער דרך אז מען עסט עס בתורת לחם, איז די הלכה ווי לחם ממש, אז מען מאכט דערויף 'המוציא', אפילו אויב מען עסט נאר אביסל און אָן קיין קביעות סעודה". ע"כ.

איז דאך א כל-שכן היינטיגע צייטן, ווען עס איז נאך מער דער דרך העולם ווי ווען אמאל, קובע סעודה צו זיין דערויף (און עס איז נישט אזוי זיס), דארף מען אוודאי מאכן דערויף "המוציא" אפילו אויף א קליין ביסל, און בענטשן ברכת המזון ווען מ'עסט א כזית - און דאס וואס מ'מאכט "מזונות" אויף די א.ג. "מזונות ברויט", קומט עס לענ"ד פון א חסרון ידיעה אינעם מציאות, וויפיל דאס "מזונות ברויט" האט איבערגענומען דאס "המוציא"-ברויט.

----------------------------------------------------

א ווארט פאר די וואס נטילת ידים וברכת המזון קומט זיי אן שווער


צום שלוס: עס זענען דא אסאך - בפרט פרויען וואס איילן זיך צו דער ארבעט, אדער זענען פארנומען מיט די קינדער - וואס טענה'ן אז זיי זעען זיך נישט ארום מיט קיין צייט זיך צו וואשן צו "המוציא" און בענטשן ברכת המזון יעדן טאג.

עס איז באוואוסט פונעם הייליגן בארדיטשוב'ער זי"ע, אז ער האט געזען א אינגערמאן אפכאפן דאס דאוונען און האט אים געפרעגט וואו ער לויפט, האט דער אינגערמאן געזאגט אז ער לויפט מאכן פרנסה. האט דער הייליגער בארדיטשוב'ער אים געפרעגט, "ווער זאגט דיר, אז דו לויפסט צו דיין פרנסה, אפשר לויפסטו אוועק דערפון?..."

הנוגע לעניננו, ווען מ'עסט ברויט וואס מ'דארף דערויף ע"פ הלכה זיך וואשן און בענטשן, און מ'טוט נישט אזוי, לויפט מען אוועק פונעם שפע - און פארקערט ווען מ'גיבט אכטונג זיך צו וואשן כהלכה און בענטשן, די פאר מינוט א טאג צו בענטשן איז וואס ברענגט די שפע פאר'ן טאג. עס איז א ברכה צו פארדינען געלט; א ברכה אז דאס געלט זאל האבן אין זיך א סימן ברכה.

די מערסט-קראנטע סגולה
די נשים צדקניות זאלן זיך אויך מתבונן זיין דערין: וואלט זי ווען געהערט פון א חבר'טע וואס האט מצליח געווען מיט די קינדער ווייל זי האט געטון די און די סגולה, וואלט זי זיך צוגעכאפט נאכצוטון די סגולה און עס דערציילט ווייטער פאר אנדערע, נישט קיין חילוק ווי מקורות'דיג עס איז די סגולה; און אויב וואלט עס גענומען צייט, וואלט מען געטראפן צייט אויך אויף דעם, וויסנדיג די פארדינסטן וואס עס ברענגט. איז דאך א כל-שכן וכל-שכן אט-די הייליגע מצוות פון נטילת ידים, וואס עס ברענגט אריכות ימים און עשירות, און ברכת המזון, וואס ברענגט הצלחה מיט די קינדער, עשירות, א לעבן אָן ווייטאגן. עס איז דא די הבטחה פונעם "ספר החינוך", אז דער וואס בענטשט מיט כוונה איז פארזיכערט אז עס וועט אים קיינמאל נישט פעלן קיין פרנסה. צי לוינט זיך נישט אוועקצוגעבן דערפאר די דאזיגע פאר מינוט?

זיך אויסבעטן ביי די "הרחמנ'ס"
דער "חזון איש" זצ"ל שרייבט אויף א פלאץ, אז ביים סוף פון ברכת המזון בעט מען אסאך "הרחמנ'ס". ווי קומט דאס אלץ אריין בשעת'ן בענטשן? נאר, זאגט דער חזון איש, מען האט נאר-וואס מקיים געווען אזא געוואלדיגע מצות עשה מן התורה פון ברכת המזון - ניצט מען אויס די געלעגנהייט מתפלל צו זיין צום רבוש"ע און זיך אויסבעטן אלע בקשות. אז אידן זענען זיך מחזק אין דער הייליגער מצוה פון נטילת ידים און ברכת המזון, זאל מען טאקע אויסניצן דעם שעת הכושר און זיך אויסבעטן יעדן טאג בשעת'ן בענטשן אלע בקשות, בני חיי ומזוני רויחי, ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל.

ידידכם, ישראל דוד הארפענעס
אב"ד ישראל והזמנים


* מאמר זה מעובד מתוך מכתב ארוך בלשון הקודש ששלח לנו הרב הגאון שליט"א וע"פ בקשתו תרגמנו את המכתב באידיש בלשון קצרה בלי המראי מקומות בכדי שיהא מובן לכל לומדי הגליון.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

יארן צוריק האב איך באקומען התעוררות אויף דעם מיט א צעטל וואס א בעל מכשיר האט געלייגט ביי א פיצא סטאר אז סאיז דא אן ענין ביים עסן א סעודה פון פיצא צו מאכן א המוציא מיט נטילת ידים און ברכת המזון. די זעלבע כמובן ביי אלע סארט סענדוויטשעס וכו'.
אין עוד מלבדו
רבותי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 3:49 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותי »

אין ארץ ישראל איז טאקע איינגעפירט דורך די עדה החרדית אז אויף די ראול'ס וואשט מען זיך, חוץ אויף ספעציעלע זיסע ראול'ס
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

די לעצטע 20 יאר גייט אלעס ביי כלל ישראל 'יעדער זאל פרעגן זיין פוסק' (וואס איך פערזענליך האלט נישט אזוי)
פארוואס זאל נישט דא זיין די זעלבע ?
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

אפענע וועלט האט געשריבן:
די לעצטע 20 יאר גייט אלעס ביי כלל ישראל 'יעדער זאל פרעגן זיין פוסק' (וואס איך פערזענליך האלט נישט אזוי)
פארוואס זאל נישט דא זיין די זעלבע ?
בלשונינו:
זיין "לאקאלער רב"
מי כעמך ישראל!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

לגבי די א. ג. מזונות ברויט/ראולס איז טאקע א פראבלעם און לויט רוב פוסקים איז עס א המוציא. כ'האב געהערט אז אינדרויסן פון ניו יארק איז כמעט נישטא אזא זאך ווי המוציא ברויט /פיטא וכו'.
אבער ווען ס'איז טאקע מזונות און די טענה איז אז מ'זאל זיך זיכן ארויסצודרייען ברכהמ"ז, איז אינטערעסאנט אנצוצייכענען א תוספות אין כיצד מברכין וואס ברענגט בשם איינע פון די ראשונים אז ער פלעגט איבערקאכן די ברויט (עפעס אזוי) כדי ס'זאל נישט זיין המוציא און אזוי וועט ער נישט דארפן בענטשן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

עס איז הערליך שיין קלאר אראפ געלייגט... כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט...

אבער עס איז דא אנדערע גדולי הפוסקים וואס האלטן אנדערש....

כ'האב גערעדט דער שבת מיט א חשובע דיין א ערנסטע תלמיד חכם נאך וואס ער האט אדורך געטוהן דער גאנצע תשובה פון הרב הארפענס שליט"א אין ער האט מיר געזאגט אז ער האלט ממש פארקערט... אין האט אפי' געזאגט אז ס'איז דא נאך פוסקים וואס האלטן פארקערט...

אבער היות איך האב נישט אדורך גערעדט דער קלארע בירור אין דעת התורה פין יענער דיין קען איך נישט אפשרייבן...

כ'וויל נאר זאגן אז ס'איז דא נאך א צד......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

מענין לענין, איך וויל דא אראפשרייבן א שמועס אין דעם ענין פון רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע וואס זיין יארצייט געפאלט מארגן.

רבי יענקעלע זי"ע האט אמאל געשמועסט (סאיז דא אויף טעיפ):

וואס איז די עיקר ברכה דאורייתא פון ברכת המזון? די ברכה פון נודה לך על הארץ הטובה, און נישט די ערשטע ברכה על המזון.

ווייל אין פסוק שטייט 'ואכלת ושבעת וברכת את ה"א על הארץ הטובה אשר נתן לך', די תוה"ק וויל דו זאלסט זיין זאט, און דעמאלס וועסטו בעסער קענען בענטשן השי"ת על הארץ הטובה.

זאגן חז"ל, ביזט זאט? דאן מאך קודם א ברכה אויף דעם, און דערנאך וועסטו בענטשן די דאורייתא על הארץ הטובה, און מען פירט טאקע אויס 'על הארץ ועל המזון' קודם אויפן לאנד און דערנאך אויף די עסן.

און - זאגט רבי יעקעלע - מען מוז זיך וואשן און בענטשן יעדן טאג, ווייל ס'איז א חיוב, ואכלת ושבעת וברכת, יעדן טאג.

רופט זיך אן איינער, ווער זאגט יעדן טאג? איך וואש מיך נאר שבת, אזוי זאגט רבי יענקעלע, און איך וויל תפילין לייגן נאר זונטאג, וואס עפעס יעדן טאג? אין די תורה שטייט ואכלת ושבעת וברכת מיינט דאס יעדן טאג, פונקט ווי תפילין!

רופט זיך אן א צווייטער, אבער די דאקטוירים זאגן סאיז נישט געזונט,

אויב דו עסט איין רעפטל ברויט איז עס געזונט, יא, פינף רעפטלעך ברויט א סעודה דארפסטו גיין צום דאקטער....

(להלכה זאל יעדער פרעגן זיין דיין...).

זי"ע
על "טעם וריח" אין להתווכח
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

אפענע וועלט האט געשריבן:
די לעצטע 20 יאר גייט אלעס ביי כלל ישראל 'יעדער זאל פרעגן זיין פוסק' (וואס איך פערזענליך האלט נישט אזוי)
פארוואס זאל נישט דא זיין די זעלבע ?
אין אנדערע ווערטער,
עס איז זייער וויכטיג מעורר צו זיין יעדער זאל זיך וואשן אין בענטשן יעדן טאג (אני הקטן פרוביר אזוי צו טוען וויפיל איך קען) עס זעהט אויס אז איינער וויל מעורר זיין אידן דאס צו טוען, כל הכבוד, אבער די מהלך פון אנהייבן גלייך מיט די הלכה, ווי איידער קודם צו ברענגען אויפמערקזאמקייט איז לענ''ד א דורכפאל, ווייל ליידער היינט גייט עס, קודם דארף מען וועלן, נאכדעם קען מען רעדן פון די הלכה,
איך וועל ברענגען א משל לסבר את האוזן.
קוק אזא שרעקליכע איסור פון עבודה זרה, וואס הכל מודים קיין שום איד וואלט נישט ח''ו אפילו געוואלט קוקען אויף אן עבודה זרה, כל שכן וכל שכן ארייננעמן אין שטוב פאר איין מינוט, כל שכן וכל שכן הנאה האבן דערפון, די תורה שרייט שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו, מיט דעם אלעם ווען עס קומט צו די עבודה זרה שייטלען, וואס רוב גדולי הדור האבן קלאר גע'פסק'ט אומצוויידייטיג אז עס איז אסור, און אפילו איינער וויל האלטן אז נישט איז נאך אלס דא אזא זאך בדברי תורה הלך אחר המחמיר, דאך, ווער עס וויל נישט, קענסטו גארנישט טוען, ער שרייט איך האב פוסקים וואס האלטן אז מ'מעג,
איי די פוסקים זענען ווייט ווייט פון די קהלה און מוסדות ווי די ביזסט אנגעהאנגען און ווי די באלאנגסט,אבער אויב זיין חומר און תאוה זאגט אזוי, קענסטו גארנישט טוען
די זעלבע זאך דא,

בהא נחתינן ובהא סלקינן, עס איז זיכער א גרויסע ענין זיך צו וואשן און בענטשן יעדן טאג, און אזוי וואלט יעדער איד געדארפט טוען,
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
להבין ולהשכיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:29 am

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין ולהשכיל »

מומחה יוחס האט געשריבן:
עס איז הערליך שיין קלאר אראפ געלייגט... כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט...

אבער עס איז דא אנדערע גדולי הפוסקים וואס האלטן אנדערש....

כ'האב גערעדט דער שבת מיט א חשובע דיין א ערנסטע תלמיד חכם נאך וואס ער האט אדורך געטוהן דער גאנצע תשובה פון הרב הארפענס שליט"א אין ער האט מיר געזאגט אז ער האלט ממש פארקערט... אין האט אפי' געזאגט אז ס'איז דא נאך פוסקים וואס האלטן פארקערט...

אבער היות איך האב נישט אדורך גערעדט דער קלארע בירור אין דעת התורה פין יענער דיין קען איך נישט אפשרייבן...

כ'וויל נאר זאגן אז ס'איז דא נאך א צד......
קען זיין די חלק אז ס'איז המוציא אפגעזען די שיעור זענען דא חלקים, דאכט זיך מיר אז כו"ע מודה ווען מען עסט מער ווי איין ראול דארף מען מאכן המוציא
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

קאשע זופ האט געשריבן:
הערליך שיין אויך געליינט דעם שבת
וויל איך וויסן אויב אלע פוסקים האלטן אזוי?
כמעט אלע וואס טוהן דורך די סוגיא קומען צו די זעלבע מסקנה. אין בין מזונות ראלל'ס צו המוציא ראלל'ס ולא כלום.
ס'איז א פלא, אז אינדערויסען פון ברוקלין (און לינדען, בלומענגבורג) איז אלץ 'המוציא' - די פלא איז, אז דוקא אין 'סלתה ושמנה' pun intended געגענטער איז אזוי נפוץ מזונות ראלל'ס.
די הפלא ופלא גייט נאך מער! די זעלבע טייגעלע, מוצאי שבת איז עס המוציא, און פון זונטאג ביז פרייטאג איז עס א מזונות, עיין ערך האט-בעיגלס.

הרה"ג מי"א שליט"א, משגיח כשרות, האט מיר געזאגט, אז אין א באקאנטע מזונות קאמפעני (שוין פארמאכט צוליב חילול שבת סומאטוכע) איז געלעגן א קעסטל עפפל-דוז'אס וואס מ'האט כאילו פון דעם גענוצט צו מאכן 'מזונות' טייג, ער זאגט מיר אז ס'איז געווען א מופת גלוי: די באטל האט זיך קיינמאל נישט אויסגענוצט.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

להבין ולהשכיל האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
עס איז הערליך שיין קלאר אראפ געלייגט... כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט...

אבער עס איז דא אנדערע גדולי הפוסקים וואס האלטן אנדערש....

כ'האב גערעדט דער שבת מיט א חשובע דיין א ערנסטע תלמיד חכם נאך וואס ער האט אדורך געטוהן דער גאנצע תשובה פון הרב הארפענס שליט"א אין ער האט מיר געזאגט אז ער האלט ממש פארקערט... אין האט אפי' געזאגט אז ס'איז דא נאך פוסקים וואס האלטן פארקערט...

אבער היות איך האב נישט אדורך גערעדט דער קלארע בירור אין דעת התורה פין יענער דיין קען איך נישט אפשרייבן...

כ'וויל נאר זאגן אז ס'איז דא נאך א צד......
קען זיין די חלק אז ס'איז המוציא אפגעזען די שיעור זענען דא חלקים, דאכט זיך מיר אז כו"ע מודה ווען מען עסט מער ווי איין ראול דארף מען מאכן המוציא
אין הכי נמי, דאס איז יעדער מודה אז מען עסט א שיעור ווי מ''ג ביצים צו ווייניגער יעדער לפי שיטתו עכ''פ אז ס'איז א קביעות סעודה איז יענער מורה הוראה אויך מודה נישט פון דעם רעדן מיר...
מיר רעדן איבער דער תשובה פון הגה''צ הרב הארפענעס שליט"א וואס ער שרייבט אז אפילו א קליינע שיעור דארף מען שוין מאכן המוציא אין נישט מזונות איז יענער מורה הוראה שטארק מחולק....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

איך געדענק עפעס אז אויב מ'עסט ד' ביצים איז כו"ע מודי אז אפילו מזונות לויט אלע שיטות איז יעצט המוציא מיט נט"י און ברכהמ"ז.
נו, קען מען זאגן אז צוויי סלייסעס פיצא אדער א פיינע ראפאגאש דעלאקס סענדוויטש, ספעשל די לענגליכדיגע, איז נישט קיין ד' ביצים?
אין עוד מלבדו
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

למעשה וואס האלט התאחדת הרבנים זיי געבן דאך א הכשר פאר מזונות?
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

green sunday האט געשריבן:
למעשה וואס האלט התאחדת הרבנים זיי געבן דאך א הכשר פאר מזונות?
זיי גיעבן נישט קיין הכשר אויף די ברכה
די שאלה איז ווייל ווען מען איז זיך קובע סעודה דערויף טוישט די ברכה, יש אומרים אז מען שמירט דערויף עפעס הייסט עס שוין קביעות סעודה,
עכ"פ עס איז א שאלה פון א דאורייתא!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אין די בריוו שטייט גאנץ אן אנדערע נקודה. ער שרייבט אז אפילו אויב דער מענטש איז יעצט נישט קובע סעודה דערויף, היות די סארט טייג/ברויט ווערט איבעראל באנוצט אלס געהעריגע ברויט אויף וואס מען איז זיך קובע סעודה, ווערט דאס א מין וואס פארלאנגט א ברכת המוציא.
הליכות החיים האט געשריבן:
ממילא, וויבאלד דאס איז דער מין ברויט וואס עס איז דער סדר קובע סעודה צו זיין דערויף, קומט אויס מיט א פשטות אז די הלכה איז, אז סיי "מזונות ברויט" און "סיי מזונות ראלס" זענען באמת "המוציא" (וואס מען דארף זיך וואשן דערויף און בענטשן) אפילו אויב מען עסט נאר אביסל דערפון.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
י גרין
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2020 3:39 am

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י גרין »

445424024.pdf
(79.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 96 מאל
אטעטשמענטס
שבט הלוי1.png
שבט הלוי1.png (119.24 KiB) געזען 2837 מאל
רבותי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 3:49 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותי »

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

טעם וריח האט געשריבן:
.
די גאנצע שמועס וואס האסט געברענגט איז מסתם נישט ריכטיג איבערגעשריבן.

ס'איז א דבר פשוט אז (א) בהמ"ז האט גארנישט מיט'ן טאג, און איז א חיוב נאר אויב מ'עסט, און (ב) אלע 3 ברכות זענען מה"ת.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

טעם וריח האט געשריבן:
מענין לענין, איך וויל דא אראפשרייבן א שמועס אין דעם ענין פון רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע וואס זיין יארצייט געפאלט מארגן.

רבי יענקעלע זי"ע האט אמאל געשמועסט (סאיז דא אויף טעיפ):

וואס איז די עיקר ברכה דאורייתא פון ברכת המזון? די ברכה פון נודה לך על הארץ הטובה, און נישט די ערשטע ברכה על המזון.

ווייל אין פסוק שטייט 'ואכלת ושבעת וברכת את ה"א על הארץ הטובה אשר נתן לך', די תוה"ק וויל דו זאלסט זיין זאט, און דעמאלס וועסטו בעסער קענען בענטשן השי"ת על הארץ הטובה.

זאגן חז"ל, ביזט זאט? דאן מאך קודם א ברכה אויף דעם, און דערנאך וועסטו בענטשן די דאורייתא על הארץ הטובה, און מען פירט טאקע אויס 'על הארץ ועל המזון' קודם אויפן לאנד און דערנאך אויף די עסן.

און - זאגט רבי יעקעלע - מען מוז זיך וואשן און בענטשן יעדן טאג, ווייל ס'איז א חיוב, ואכלת ושבעת וברכת, יעדן טאג.

רופט זיך אן איינער, ווער זאגט יעדן טאג? איך וואש מיך נאר שבת, אזוי זאגט רבי יענקעלע, און איך וויל תפילין לייגן נאר זונטאג, וואס עפעס יעדן טאג? אין די תורה שטייט ואכלת ושבעת וברכת מיינט דאס יעדן טאג, פונקט ווי תפילין!

רופט זיך אן א צווייטער, אבער די דאקטוירים זאגן סאיז נישט געזונט,

אויב דו עסט איין רעפטל ברויט איז עס געזונט, יא, פינף רעפטלעך ברויט א סעודה דארפסטו גיין צום דאקטער....

(להלכה זאל יעדער פרעגן זיין דיין...).

זי"ע
לפי"ז וויאזוי קומט א תענית דרבנן און מבטל א מ"ע דאורייתא וואס איז א חיוב בכל יום?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”