אויסרעדן נאך המפיל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

נאכמיטאג האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:קריאת שמע ליינסטו יא? ווייל איך נישט ליידער (פארשטייט זיך ווייל מען קען נישט זאגן המפיל. וואספארא שייכות ווייס איך נישט)

מעריב דאווענסטו יא?


איך בין זיך מתודה ברבים וועגן קריאת שמע/המפיל האף איך ארויסצונעמען חיזוק. זיכער נישט די פארקערטע

כ'האב מורא אז דו מאכסט פשוט קאלט אנדערע.

פארוואס נישט ליינען כאטש דאס וואס די קינדער ליינען? כ'ווייס... ואהבת, המלאך, יברכך, אדון עולם, מ'דארף זיין וואויל... אינטער דריי מינוט ביזטו דאן, און דו גייסט שלאפן מיט א מינימאלע שמירה און א אידישע טעם...

ביז ובשעריך זאג איך. איך רעדט פון אלע 3 פרשיות. פון דארט און ווייטער

להוי ידוע אז עס איז נישט קיין שום חיוב צו זאגן ביי קרי"ש שעל המיטה פרשת והיה אם שמוע און ויאמר, חוץ אויב מען דאווענט מעריב פאר 72 וואס דעמאלס איז מען לויט טייל פוסקים נישט יוצא קיין קרי"ש ביי מעריב.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

א גוטן האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:מעריב דאווענסטו יא?


איך בין זיך מתודה ברבים וועגן קריאת שמע/המפיל האף איך ארויסצונעמען חיזוק. זיכער נישט די פארקערטע

כ'האב מורא אז דו מאכסט פשוט קאלט אנדערע.

פארוואס נישט ליינען כאטש דאס וואס די קינדער ליינען? כ'ווייס... ואהבת, המלאך, יברכך, אדון עולם, מ'דארף זיין וואויל... אינטער דריי מינוט ביזטו דאן, און דו גייסט שלאפן מיט א מינימאלע שמירה און א אידישע טעם...

ביז ובשעריך זאג איך. איך רעדט פון אלע 3 פרשיות. פון דארט און ווייטער

להוי ידוע אז עס איז נישט קיין שום חיוב צו זאגן ביי קרי"ש שעל המיטה פרשת והיה אם שמוע און ויאמר, חוץ אויב מען דאווענט מעריב פאר 72 וואס דעמאלס איז מען לויט טייל פוסקים נישט יוצא קיין קרי"ש ביי מעריב.

על פי אריה“ק דארף מען עס זיכער זאגען
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:26 am

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביש »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:פארוואס נישט ליינען כאטש דאס וואס די קינדער ליינען? כ'ווייס... ואהבת, המלאך, יברכך, אדון עולם, מ'דארף זיין וואויל... אינטער דריי מינוט ביזטו דאן, און דו גייסט שלאפן מיט א מינימאלע שמירה און א אידישע טעם...

יושב בסתר שטייט בפירוש אין די גמרא, אלע אנדערע קפיטלען און פסוקים נישט

בד"וו, זאג נישט אויס פאר קיינעם, אויב זענט איר א תלמוד חכם ברויכט איר בכלל נישט ליינען קיין קרי"ש שעה"מ
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

אין תפילה ישרה סידור געדענק איך נאך פון אלץ בחור אזוי:
ובענין ברכת המפיל יש להעיר כי מה שהעולם נוהגין לברך ברכת המפיל אחר קריאת שמע כששוכבו על המטה כדעת הסדר היום, הטעם לפי שכ' הרמ"א (או"ח סי' רל"ט) שאין לדבר אחר קריאת שמע לכך מאחרין הברכה כדי שיהא רשאי לדבר. וכ' בק' עלים לתרופה בפקודת הה"ק הנ"ל (הגה"ק מצאנז זצ"ל זי"ע) ושאר הגדולים ז"ל דמצד הדין מותר לדבר אחר ברכת המפיל אפי' לאכול ולשתות אחר כך, אם נחוץ לכך, ולכן הבית יוסף לא הביא זה בשולחן ערוך, ולא נזכר בשום ראשון, רק הרמ"א בשם הכל בו והרוקח כ' כן, וכו'

ואם כן אף שאינו יכול לישן אף אחר כמה שעות יכול לברך ברכת המפיל בלי שום חשש ברכה לבטלה ח"ו, ובפרט לפימש"כ בכנה"ג לברך ברכת המפיל קודם קריאת שמע ולא כששוכב על המטה שמא תחטפנו השינה ולא יברך כלל. ואמר הה"ק מהר"ח מצאנז הנ"ל ז"ל, שמותר להפסיק בדיבור כמה פעמים אחר ברכת המפיל ולא יישן פעם אחת בלי ברכה והיא כאילו אוכל בלא המוציא.


(אין יודיש: אז מ'מעג רעדן נאך המפיל עטליכע מאל, און מ'זאל נישט שלאפן איין מאל אן המפיל)

והה"ק מדינאב ז"ל (הבני יששכר) אמר שלדעתו חמור יותר מאוכל בלא מוציא, שהרי קי' לן, דהנשבע שלא יישן ג' ימים מלקין אותו, ובנשבע שלא יאכל, השיעור ז' ימים, א"כ שינה היא יותר הנאה מאכילה, ואם אסור לאכול בלא ברכה ק"ו לשינה.

וכן בסוכה שינת ארעי אסור חוץ לסוכה, ואכילת ארעי מותר.

לכך יזהר אם רוצה לנהוג לברך הברכה אחר קריאת שמע יברך בעמידה ולא כששוכב על המיטה כי אז כמה פעמים יישן בלא ברכה ח"ו.

אבל הנכון יותר לברך ברכת המפיל קודם קריאת שמע כדעת כל הראשונים והאחרונים, וכן דעת האריז"ל בפע"ח ובס' מ"ח. ועיין בחיי אדם, שאם בירך ברכת המפיל ולא יישן כלל כל הלילה ג"כ אין לחוש לברכה לבטלה ח"ו, כמו מי שבירך על ביעור חמץ ולא מצא.

ולפי ששמעתי מכמה אנשים שנהגו שלא לברך כלל ברכת המפיל מטעם חשש הרמ"א ז"ל כתבתי זאת שידעו דאסור לישן כך בלי ברכה ח"ו.


פון דעם שטיקל קומט אויס אז מ'זאל זיך איינפירן לכתחילה נישט צו אפשטופן ברכת המפיל כלל וכלל. קודם שטופ עס נישט אפ.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יוני 12, 2022 4:16 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
קויפער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 10:45 am

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קויפער »

אביש האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:איך זאג נישט המפיל ווייל מיר האט אויסגעלערנט, אז אויסרעדן נאך המפיל איז אזוי ווי אויסרעדן נאך א ברכה פארן עסן.

למעשה וואס טוט מען??

מען זאגט איבער די פרשה ראשונה מיט המפיל שוין אין בעט, ממש ווען מען וויל שוין איינשלאפן, אזוי שטייט אין שו"ע/נ"כ.

ופשוט הוא
אוועטאר
עכט איך
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 9:36 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט איך »

קויפער האט געשריבן:
אביש האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:איך זאג נישט המפיל ווייל מיר האט אויסגעלערנט, אז אויסרעדן נאך המפיל איז אזוי ווי אויסרעדן נאך א ברכה פארן עסן.

למעשה וואס טוט מען??

מען זאגט איבער די פרשה ראשונה מיט המפיל שוין אין בעט, ממש ווען מען וויל שוין איינשלאפן, אזוי שטייט אין שו"ע/נ"כ.

ופשוט הוא

אויב איז עס אזו פשוט פארוואס ברויכט איר עס נאכאמאל ברענגן?

אחוץ אויב איר ווילט מודיע זיין אז סאיז אייך אויך בייגעפאלן...
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

מיין חתן רבי 15 יאר צירוק האט מיר געזאגט אז נאך די חתונה מעג מען אויסרעדן וכן נוהגין.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

שמחהלע האט געשריבן:מיין חתן רבי 15 יאר צירוק האט מיר געזאגט אז נאך די חתונה מעג מען אויסרעדן וכן נוהגין.

אויב געדענק איך גוט זאגט מען נאך פון הרה"ק מ'סאטמאר אז מ'זאל ענדערש זאגן שפעטער אן שם ומלכות ווי צו זאגן פריער מיט שם והלכות און אויסרעדן (עכ"פ אזוי האט מיר מיין חתן רבי געזאגט)
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אביש האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:פארוואס נישט ליינען כאטש דאס וואס די קינדער ליינען? כ'ווייס... ואהבת, המלאך, יברכך, אדון עולם, מ'דארף זיין וואויל... אינטער דריי מינוט ביזטו דאן, און דו גייסט שלאפן מיט א מינימאלע שמירה און א אידישע טעם...

יושב בסתר שטייט בפירוש אין די גמרא, אלע אנדערע קפיטלען און פסוקים נישט

בד"וו, זאג נישט אויס פאר קיינעם, אויב זענט איר א תלמוד חכם ברויכט איר בכלל נישט ליינען קיין קרי"ש שעה"מ

די גמרא זאגט אף על פי כן צריך לומר חד פסוקי דרחמי כגון בידך אפקיד ריחו.

און א תלמיד חכם מיינט וואס איז נישט מסיח דעת קיין מינוט פון תורה, האט ער די שמירה א גאנצע נאכט ווייל ער טראכט פון תורה, הלואי זענען מיר אין די דרגא.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
קאמאן סענס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:39 am

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמאן סענס »

עס טוט זיך וועגן דעם אין די פוסקים, און וואס קומט מיר ארויס (ועי' בס' פסקי תשובות) איז אזוי:

1) על פי הלכה דארף מען זאגן ברכת המפיל, און דער וואס האט נישט בקבלה אנדערש מצד מנהג רבותיו דארף זאגן המפיל אהן קיין חכמות.

2) קריאת שמע און די אנדערע פסוקי שמירה דארף מען לכולי עלמא זאגן, רש"י ברענגט דאס שוין אויפן פסוק "לא ישכב עד יאכל טרף" אין פרשת בלק.

3) לכתחילה זאל מען זען נישט אויסצורעדן נאך המפיל און מען קען לאזן די ברכה המפיל אויף צום סוף ווען מען האלט שוין ממש פאר'ן איינשלאפן, כדי נישט צוקומען צו אויסרעדן.

4) אויב ס'איז וויכטיג אויסצורעדן נאך המפיל פאר'ן איינשלאפין לויט שיטת הדברי חיים ועוד קען מען אויסרעדן.

איך בין נישט קיין פוסק, אבער איך פיר מיך אזוי ווי די אויבנדערמאנטע.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אין געוויסע מקומות פלעגט מען פארן שלאפן גיין מאכן א שהכל און טרינקן יי״ש פחות משיעור בורא נפשות, אנטשטאטס המפיל..מיטן אויסרייד ועל כולם אם אמר שהכל יצא..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
קאמאן סענס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:39 am

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמאן סענס »

Kollel האט געשריבן:אין געוויסע מקומות פלעגט מען פארן שלאפן גיין מאכן א שהכל און טרינקן יי״ש פחות משיעור בורא נפשות, אנטשטאטס המפיל..מיטן אויסרייד ועל כולם אם אמר שהכל יצא..


דאס איז גוט....! פארדעם געלט וואלט איך יענעם מייעץ געווען צו טרינקען מער ווי א שיעור ביז עד דלא ידע ויישן מיד וממילא וועט ער זיין פטור פון המפיל אלץ אונס....
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע: גנזו לצדיקים

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

קאמאן סענס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:אין געוויסע מקומות פלעגט מען פארן שלאפן גיין מאכן א שהכל און טרינקן יי״ש פחות משיעור בורא נפשות, אנטשטאטס המפיל..מיטן אויסרייד ועל כולם אם אמר שהכל יצא..


דאס איז גוט....! פארדעם געלט וואלט איך יענעם מייעץ געווען צו טרינקען מער ווי א שיעור ביז עד דלא ידע ויישן מיד וממילא וועט ער זיין פטור פון המפיל אלץ אונס....


יא, זאגשע נאר, אין פינקטליך וועלכע מקומות? גיימיר אהין, חברה?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דאכט זיך מיר ע"פ קאמארנא זאגט מען נישט ברכת המפיל, היות מען דארף גלייך נאכדעם איינשלאפן, ומה יעשה אז ס'געשעהט נישט.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

שמו האט געשריבן:דאכט זיך מיר ע"פ קאמארנא זאגט מען נישט ברכת המפיל, היות מען דארף גלייך נאכדעם איינשלאפן, ומה יעשה אז ס'געשעהט נישט.

יאאאארן צירוק אלס בחור'ל (קליינע בחור'ל) האב איך 'דורכגעטוען' די נושא און באשלאסן נישט צו מאכן אן המפיל אלס דעם חשש, וכן אני נוהג שנים רבות, היינט טראכט איך אריין אפשר אעבר פרשה דא ואתני' און טוישן מיין הנהגה, גיימיר בל"נ זיך זעצן נאכאמאל דורכטוען די נושא
על "טעם וריח" אין להתווכח
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

ביי אסאך חסידישע אויפן האט מען נישט געזאגט קיין המפיל, (געהערט האב איך וועלכער חסידישער איד איז געגאנגען שלאפן פאר חצות...)
גוטע נקודה
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

אין אבודרהם, זאגט ער קלאר אז במצות עונה מעג מען אויסרעדן אחר המפיל.
פרק ה' ט''ז
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

געדענק איך מקדמת דנא פון א דין קונטרס'ל "לקוטי מנהגים" וואס איז אינעם ספר ליקוטי מאיר וואס רעדט דערוועגן, האב איך עס אפיר געזוכט און געטראפן

די 'ליקוטי מנהגים' פלעגט זיין געדרוקט אין די אלטע דברי חיים'ס עה"ת צום סוף - פארוואס, ווייסעכניש, אולי ווייל ער האט עס געדרוקט "בפקודת רבן שכבה"ג רבינו חיים מצאנז זצוק"ל" ווי ער שרייבט אין די הסכמות (דא איז די לינק צום ספר, פארהאן אין די קונטרס נאך טשיקאווע חסיד'ישע ענינים ומנהגים, עי"ש ויונעם לך, ס'הייבט זיך אן אין עמ' נומ. 14)

ווי ער שרייבט, "הננו להודיע, אז ס'איז א טעות גדול און מן הדין מעג מען רעדן נאך 'המפיל', און די ברכה איז א געהעריגע ברכה פונקט ווי די אנדערע ברכות פון מעריב וואס מען מאכט כאטש מ'גייט נאכנישט שלאפן,
און א מענטש איז דאך נישט בעה"ב אויף זיין שלאף ואולי וועט ער נישט קענען איינשלאפן,
ע"כ מעג מען רעגן פאר יעדן דבר נחוץ, און אפילו עסן און טרינקען אויב ס'איז דא א צורך דערצו !
און בשם רביה"ק מצאנז זי"ע "בעסער צו אויסרעדן כמ"פ נאך ברכת המפיל, ווי איידער איינמאל נישט צו מאכן די ברכה..."
און בשם הרה"ק בעל בני יששכר זי"ע, אז ס'איז פונקט ווי ער עסט אן א ברכה...

והא לך העתק:
לקוטי מאיר 1.png
לקוטי מאיר 1.png (19.69 KiB) געזען 1191 מאל
לקוטי מאיר 2.png
לקוטי מאיר 2.png (95.77 KiB) געזען 1191 מאל
די הסכמה צו ליקוטי מנהגים:
לקוטי מאיר הסכמות.png
לקוטי מאיר הסכמות.png (88.28 KiB) געזען 1191 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
שטענדיג צופרידען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 4:47 pm

Re: אויסרעדן נאך המפיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיג צופרידען »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
אביש האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
פארוואס נישט ליינען כאטש דאס וואס די קינדער ליינען? כ'ווייס... ואהבת, המלאך, יברכך, אדון עולם, מ'דארף זיין וואויל... אינטער דריי מינוט ביזטו דאן, און דו גייסט שלאפן מיט א מינימאלע שמירה און א אידישע טעם...
יושב בסתר שטייט בפירוש אין די גמרא, אלע אנדערע קפיטלען און פסוקים נישט

בד"וו, זאג נישט אויס פאר קיינעם, אויב זענט איר א תלמוד חכם ברויכט איר בכלל נישט ליינען קיין קרי"ש שעה"מ
די גמרא זאגט אף על פי כן צריך לומר חד פסוקי דרחמי כגון בידך אפקיד ריחו.

און א תלמיד חכם מיינט וואס איז נישט מסיח דעת קיין מינוט פון תורה, האט ער די שמירה א גאנצע נאכט ווייל ער טראכט פון תורה, הלואי זענען מיר אין די דרגא.
געהערט פין א דערהויבענע יוד אין דעים דור אז מ'זאל מקפיד זיין צו זאגן לכל הפחות ווי פאלגענד ערשטע פרשה פין קר"ש. ויהי נועם, השכיבנו, המלאך, אדון עולם.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”