אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: אינטערסאנטע תשובות פון רשכבה"ג הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

דריידל האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:האט ער געטראכט א מינוט און געזאגט אז די קאמפיוטער האט גערעכענט "ואם ימעט הבית מהיות משה" (פרשת בא, שמות יב. ד.) און "לא יגוש את רעהו כל בעל משה ידו" (פרשת ראה דברים טו. ב.)

ביטע אויפהערן איבערזאגן דעם נארישן נומער 97 און 99...

ס'איז א באקאנטע זאך אז 'משה' שטייט אין די תורה בערך 613 מאל (עי' מעשה רקח סו"פ האזינו), און ווען דער חיפוש פון 'בר אילן' (פרויקט השו"ת) איז ארויסגעקומען כמעט 40 יאר צוריק האט מען געטראפן אז ס'שטייט צוויי מאל מער (אבער דער ניקוד איז אנדערש כנ"ל). און די רעסט איז היסטערי. גארנישט מיט רבי חיים.

עס שטייט 654 מאל 'משה' אין די תורה, וואס צוויי דערפון מיינט נישט משה רבינו..
(בנוסף 'ומשה' 15, 'במשה' 4..)

איך געדענק 3 אויף די מינוט
די צוויי הנ"ל און על כל דבר אבידה משה ועד שלמה

געדענקסט נישט גוט.
אזא פסוק איז נישט פארהאן אין תנ"ך

פילייכט זענט איר זיך טועה מיט דעם פסוק: על כל דבר פשע על שור על חמור על שה על שלמה על כל אבדה אשר יאמר כי הוא זה

ניין, דער קאמפיוטער האט זיך פארמישט מיט'ן פסוק "ואם ימעט הבית מהיות משה"
ביי קרבן פסח
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9188
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון רשכבה"ג הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:ביטע אויפהערן איבערזאגן דעם נארישן נומער 97 און 99...

ס'איז א באקאנטע זאך אז 'משה' שטייט אין די תורה בערך 613 מאל (עי' מעשה רקח סו"פ האזינו), און ווען דער חיפוש פון 'בר אילן' (פרויקט השו"ת) איז ארויסגעקומען כמעט 40 יאר צוריק האט מען געטראפן אז ס'שטייט צוויי מאל מער (אבער דער ניקוד איז אנדערש כנ"ל). און די רעסט איז היסטערי. גארנישט מיט רבי חיים.

עס שטייט 654 מאל 'משה' אין די תורה, וואס צוויי דערפון מיינט נישט משה רבינו..
(בנוסף 'ומשה' 15, 'במשה' 4..)

איך געדענק 3 אויף די מינוט
די צוויי הנ"ל און על כל דבר אבידה משה ועד שלמה

געדענקסט נישט גוט.
אזא פסוק איז נישט פארהאן אין תנ"ך

פילייכט זענט איר זיך טועה מיט דעם פסוק: על כל דבר פשע על שור על חמור על שה על שלמה על כל אבדה אשר יאמר כי הוא זה

ניין, דער קאמפיוטער האט זיך פארמישט מיט'ן פסוק "ואם ימעט הבית מהיות משה"
ביי קרבן פסח

זייט מסביר וואס איר ווילט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
rekel
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 3:32 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rekel »

בכלל איז זיין גאנצע לעבן געלאפן לויט זיינע חובות, למשל, ער האט געזאגט ווען מען לערנט גיטין שפירט מען שוין די ראש השנה, ווען מען לערנט טהרות שמעקט מען שוין די פורים, ווען מען לערנט יומא האלט מען ביי די לענגסטע טעג (אינמיטן זומער), אןן אזּוי איז אלעס געלאפן לויט זיינע חובות
rekel
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 3:32 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rekel »

דאס זענען געווען זיינע חובות

גמרא, אכט בלאט א טאג, און מסכתות קטנות האט ער געלערנט מיט די מסכתות
ירושלמי האט ער געלערנט צוזאמען מיט בבלי, און אזוי אויך תוספתא
נאכדעם מכילתא ספרי ספרא
רמב''ם דריי פרקים א טאג
שולחן ערוך פינף בלאט א טאג
משנה ברורה דריי בלאט
נ''ך א פרק א טאג

נישט אלעס נעמט א יאר נאר ווייניגער

און דאס האט ער שוין אנגעהויבן ביי די אכצן און אנגעהאלטן זיין גאנצע לעבן
rekel
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 3:32 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rekel »

די חובות האט ער קיינמאל נישט פארפאסט אפילו אין שפיטאל קראנקערהייט

ער פלעגט האבן חברותות דערויף און זיי צוגעזאגט אז אויב וועלן זיי זיין שטארק מיט די קביעות וועלן זיי די גאנצע צייט נישט האבן קיין קראנקהייטן און מיחושים וואס וועט זיי אפהאלטן פון קענען קומען

ביי איינע פון די שבע ברכות פון זיינע זון האט ער געזאגט פארן מחותן אז צו די היינטיגע שבע ברכות קען ער נישט קומען ווייל ער איז א בעל חוב און ער דארף באצאלן זיינע חובות
די מחותן האט צום ערשט געמיינט אז ער איז א בעל חוב אין געלט וועגן די חתונה מאכן, אבער נאכדעם האט ער געזען אז ער איז א בעל חוב אין זיינע תורה חובות.....
rekel
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 3:32 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rekel »

א אינטערעסאנטע זאך וויאזוי דער אייבערשטער האט אים געהאלפן מיט זיינע חובות
סיי זיין טאטע סיי זיין מאמע און סיי זיין שוועסטער הרבנית בערמאן זענען אוועק אין א שנה מעוברת, דעריבער האט אים די שבעה און אלע טירדות ארום נישט געשטערט פון ענדיגן זיינע חובות אין יענע יאר

אזוי אויך איז ער אליין אוועק אין א שנה מעוברת, אבער איך ווייס נישט צו ער האט אנגעהאלטן די חובות ביז ממש די לעצטע צייטן, אבער אויב יא האט ער שוין יעצט געהאלטן נאכן ענדיגן די גאנצע חובות פונעם יאר און ער האט יעצט ארויפגעשיקט זיך אליין אלץ לעבעדיגע ספר.....

(ס'איז איינעם אינטערסאנט די אלע מעשיות?)
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

rekel האט געשריבן:(ס'איז איינעם אינטערסאנט די אלע מעשיות?)


יא, אויב סאיז אמת
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:א מין שאלה דאס... (שאלת רב ח"א עמ' ר"ג)

m.jpg


פארוואס איז דעם שואל נישט בייגעפאלן אז יצחק אבינו איז אויך צוקנייטשט געווארן אונטער יעקב'ס קאפ?

כ'האב עס אמאל געזעהן
ייש"כ פארן דערמאנען
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

להחיות האט געשריבן:שאלה: איזה ברכה מברכים על ביסלי ?
תשובה: איני יודע מה זה ביסלי

יענער איז ממשיך מיט זיינע שו"ת:

שאלה: איזה ברכה מברכים על במבה?
תשובה: כנ"ל..
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

אוי איז דאס א גוט ווארט... און אמת'דיג!
אטעטשמענטס
image (8).png
image (8).png (258.93 KiB) געזען 1306 מאל
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

rekel האט געשריבן:א אינטערעסאנטע זאך וויאזוי דער אייבערשטער האט אים געהאלפן מיט זיינע חובות
סיי זיין טאטע סיי זיין מאמע און סיי זיין שוועסטער הרבנית בערמאן זענען אוועק אין א שנה מעוברת, דעריבער האט אים די שבעה און אלע טירדות ארום נישט געשטערט פון ענדיגן זיינע חובות אין יענע יאר

אזוי אויך איז ער אליין אוועק אין א שנה מעוברת, אבער איך ווייס נישט צו ער האט אנגעהאלטן די חובות ביז ממש די לעצטע צייטן, אבער אויב יא האט ער שוין יעצט געהאלטן נאכן ענדיגן די גאנצע חובות פונעם יאר און ער האט יעצט ארויפגעשיקט זיך אליין אלץ לעבעדיגע ספר.....

(ס'איז איינעם אינטערסאנט די אלע מעשיות?)

סאיז זייער זייער אינטערסאנט
אגב דאס ריפען דאס חובות אויף אלע שיעורים וואס ער האט געהאט
שטאמט נאך פון זיין טאטע
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

רבי חיים איז ליידער געזעסן שבעה מערערע מאל

וועלכע יאר איז אוועק זיין רביצין?
ווולכע יאר איז אוועק זיין טאכטער קולדוצקי?
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

rekel האט געשריבן: ס'איז איינעם אינטערסאנט די אלע מעשיות?

יא! ביטע זיי ממשיך
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

חוח בין השושנים האט געשריבן:ייש"כ פאר דעם שיינעם מראה מקום.
מיר זעט אבער אויס אז דער מהרש"ל האט געפרעגט די קשיא נאכן וויסן דעם תירוץ, כדי ארויסצוברענגען שטערקער זיין פוינט.
אבער דער שואל דא האט געפרעגט ווייל ער האט באמת געהאלטן אז יצחק אבינו איז פשוט ארויס געפאלן פון א"י.

לענ"ד איז די קשיא דא שטערקער ווי ביי די מהרש"ל, ווייל ביי יצחק איז דאך אויכט די עיקר נאר נישט צו זיין אין טומאת חו"ל און אויב איז די גאנצע כח פון ארץ ישראל נקפל געווארן אינטער יעקב קומט אויס אז יצחק אבינו איז נישט אין קדושת ארץ ישראל
(נאר אויף דעם האט הגר"ח גארנישט געענטפערט און לכאורה איז דאס נישט געווען די כוונת השואל)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:אוי איז דאס א גוט ווארט... און אמת'דיג!

הייליג ווארט
אני ישנה ולבי ער
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:אוי איז דאס א גוט ווארט... און אמת'דיג!

אין די געהעריגע אשכול האט מען עס שטארק אוועקגעמאכט
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
ואזכה
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:47 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואזכה »

התחברות האט געשריבן:רבי חיים איז ליידער געזעסן שבעה מערערע מאל

וועלכע יאר איז אוועק זיין רביצין?
ווולכע יאר איז אוועק זיין טאכטער קולדוצקי?


זיין טאכטער קולדוצקי לעבט איר מיינט מסתמא זיין טאכטער שטיינמאן אשת הגאון רבי שרגא נח שליט"א
לעצט פארראכטן דורך ואזכה אום דינסטאג מארטש 22, 2022 10:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יעדער האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:אוי איז דאס א גוט ווארט... און אמת'דיג!

אין די געהעריגע אשכול האט מען עס שטארק אוועקגעמאכט

ווייזט אויס אסאך פון די מפריעים דרייען זיך דארט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:אוי איז דאס א גוט ווארט... און אמת'דיג!
בילד

דאס איז די טיפיקעל בליק פון תורה פרעמדע אידן (איידל גערעדט) וואס קוקן מיט שפאט אויף אינז אידן וואס ווילן זיין ערליך און לעכצען צו נהנה זיין מאורם פון גדולי ישראל

ולפלא ווי עולם גולם זאגט איבער און איבער דעם קארני וויץ מיט עקסטאז אין יעדן אשכול בשייכות צו מרן הגר"ח זצוק"ל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דאס איז די טיפיקעל בליק פון תורה פרעמדע אידן (איידל גערעדט) וואס קוקן מיט שפאט אויף אינז אידן וואס ווילן זיין ערליך און לעכצען צו נהנה זיין מאורם פון גדולי ישראל

ולפלא ווי עולם גולם זאגט איבער און איבער דעם קארני וויץ מיט עקסטאז אין יעדן אשכול בשייכות צו מרן הגר"ח זצוק"ל

אגב, ענדליך צו דעם.

עמיצער האט דא ערגעץ געשריבן אויף דעם וואס האט געזאגט אז דער חזו"א איז געווען זיין סנדק, אז יעמאנד האט אים געזאגט אז צוליעב דיר האבן מיר איין סי' ווינציגער אין חזו"א.

דער אמת איז אבער פונקט קאפויער, צוליעב אים האבן מיר נאך א סי' אין חזו"א.

ווען א איד העלפט אנדערע בגוף און אודאי ווען ער העלפט בנפש, קריגט ער א ברכה בתורתו ועבודתו, נישט חלילה פארקערט.

בדוק ומנוסה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פשוט און קלאר! די חסיד'ישע ספרים זענען א געוואלד פארנומען איבער די מדרגות וואס א צדיק דערגרייכט דוקא דורכ'ן מבטל זיין פון זיין עבודה און זיך אראפלאזן צו עמך אידן.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

כ'האב א ווידיא ווי איינער פרעגט ר' חיים זצ"ל, אויב איינער האט געלערנט א מסכתא גמרא אין חלום, צו דארף ער מאכן א סעודת סיום.
ר' חיים: ער זאל מאכן די סיום סעודה אויך אין חלום.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

farshlufen האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דאס איז די טיפיקעל בליק פון תורה פרעמדע אידן (איידל גערעדט) וואס קוקן מיט שפאט אויף אינז אידן וואס ווילן זיין ערליך און לעכצען צו נהנה זיין מאורם פון גדולי ישראל

ולפלא ווי עולם גולם זאגט איבער און איבער דעם קארני וויץ מיט עקסטאז אין יעדן אשכול בשייכות צו מרן הגר"ח זצוק"ל

אגב, ענדליך צו דעם.

עמיצער האט דא ערגעץ געשריבן אויף דעם וואס האט געזאגט אז דער חזו"א איז געווען זיין סנדק, אז יעמאנד האט אים געזאגט אז צוליעב דיר האבן מיר איין סי' ווינציגער אין חזו"א.

דער אמת איז אבער פונקט קאפויער, צוליעב אים האבן מיר נאך א סי' אין חזו"א.

ווען א איד העלפט אנדערע בגוף און אודאי ווען ער העלפט בנפש, קריגט ער א ברכה בתורתו ועבודתו, נישט חלילה פארקערט.

בדוק ומנוסה.

בפרט ביי דעם צדיק איז עס גאר נאריש, ווייל ער איז נישט געווען קיין מנהיג וכדו' און זיין צייט איז עם געווען גאר גאר טייער, טראצדעם האט ער געהאט א ספעציעלע עבודה כל ימיו נישט אפצוזאגן קיין שום איד'ס שאלה און ברכה!
איך האב אמאל געזען אז דאס איז א קבלה פונעם חזו''א אדער זיין טאטן.
און פאר עם איז עס געווען מסי''נ ממש...
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

בעיני ראיתי ובאזני שמעתי, זייענדיג ביים גאון אין א געלעגנהייט.
א איד וואס איז ערוועלט געווארן פאר עפעס א תפקיד אין די שטאטראט פון שיקאגו [דאכצעך], איז געקומען אפנעמען זיין ברכה.
די אייניקל האט איהם אויסגערוהמט אז ער גייט יעצט טוהן אסאך טובות פאר אידן.
ר' חיים: ביטול תורה.
איד (מיט אן אמעריקאנע צוקראכטע העברעאיש): כמה שעות הרב רוצה שאני ילמוד ביום?
ר' חיים: עשרים וארבע.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: אינטערסאנטע תשובות פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

נכנס אליו אדם שהתלונן שאשתו לא מפסיקה לתרום לקופת העיר. מה לעשות??? יש איזה עצה או סגולה לעצור את זה??
הרב ענה: תתרום לקופת העיר
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”