די פינטעלע אינעם פסוק

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

זעענדיג דאס ווערטעל
אי-רעלעווענט האט געשריבן:אין פארברענגען האט איינע צוגעוויזן דעם אשכול, האב איך מיר דערמאנט פון די הרב מלאכ'ס שליט"א'ס א ווארט,
ווי אזוי ווערט אנגערופן איינער וואס ליגט אינטער די וואסער און טובל'ט זיך מיט די פינגער, א:
שרץ , וטובל בידו

האב איך חשק צו מאכן א ליקוט פון אלע טייטשען וואס קומט אדאנק לייגען די פינטעל \ זיך אפשטעלן אינמיטן פסוק אזוי קומט ארויס א טייטש
וויצבש האומר אחטא ואשוב אין מספיקין לעשות תשובה טייטשט דער קדושת לוי האומר אחטא ואשוב . אין מספיקין, האב איך נישט קיין ספק אז לעשות תשובה און ער וועט יא קענען תשובה טון
די סקווירא חסידים וועלן וויסן וויאזוי מען זעצט איין דעם טוב לומר מעט בכוונה מהרבה שלא בכוונה. טוב לומר מעט בכוונה וויאזוי קומט מען צו מעט בכוונה דורך מהרבה שלא בכוונה
יעדער איז מכובד צו צילייגען
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

טשעירמאן האט געשריבן:זעענדיג דאס ווערטעל

גראדע די ווערטל וואס דו האסט געברענגט האט נישט מיט דעם, מען האט פשוט פארדרייט די ווערטער
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

כל הנגעים אדם רואה חוץ, מנגעי עצמו
אלע חטאים וואס א מענטש זעהט ארויס פון זיך, איז באמת פון זיינע חטאים וואס מ'וויל אים ווייזן פון הימל
איבעית אימא
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:21 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבעית אימא »

נודע הלצה על הפסוק: יהללך זר ולא פיך וגו' (משלי כ"ז ב')

כלומר: יהללך זר. ולא - ואם אין זר מהללך, אזי פיך יהלל את עצמך..

ובאמת הצבת פיסוק זה מקור מקומו טהור בזוה"ק פרשת בלק (דף קצ"ג ע"ב), ועיין נדרים (דף ס"ב ע"א).
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

כל הגדול, מחבירו. יצרו גדול, הימנו.

אלעס וואס א מענטש שטייט און וואקסט איז פון די כח פון די ארומיגע (עלטערן, חברים, קהילה א.ד.ג.).
אבער דאס וואס די יצר הרע שטארקט זיך איבער עם דאס איז ער זיך אליין שולדיג.

אמרי פנחס
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

יפה כח הבן, דאס נעמט זיך מכח האב.
דאכט זיך מיר אז דאס האט די רוזשינער זי"ע געזאגט פארן סאווראנער רבי זי"ע, ווען דער סאווראנער רב האט געזאגט אויף הרה"ק רבי אהרן טשערנובלער זי"ע אז ס'איז 'יפה כח הבן מכח האב', האט איהם דער רוזישנער געזאגט: "ווען די וואלסט געקענט זיין פאטער - דער טשערנובלער מגיד זי"ע - וואלסטו געוויסט אז די 'יפה כח הבן' נעמט זיך 'מכח האב'..."
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

גלות איד האט געשריבן:כל הגדול, מחבירו. יצרו גדול, הימנו.

אלעס וואס א מענטש שטייט און וואקסט איז פון די כח פון די ארומיגע (עלטערן, חברים, קהילה א.ד.ג.).
אבער דאס וואס די יצר הרע שטארקט זיך איבער עם דאס איז ער זיך אליין שולדיג.

אמרי פנחס

אסאך ברענגן די ווארט בשם הרה"ק מרוזין זי"ע.
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

"עצת ה', דעם אייבערשטנ'ס עצה
לעולם, אלעמאל
תעמוד –שטיי אויף!
תעמוד –שטעל דיך אויף!
תעמוד – דו האסט די כח זיך אויפצוהייבן.
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

האומר: אחטא,ואשוב ואחטא, ואשוב אין,- כ'וועל נישט תשובה טוהן! מיט דעם אלעם: מספיקין בידו לעשות תשובה!!!!!!
(בשם א' מצדיקי גאליציע)
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

WOW! שיינע טייטשן, נישטי געוויסט אז סדרייען זיך דא גרויסע ידענים אויפן וועלטעל
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14568
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שיינע טייטשן
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נועם אלימלך בליקוטי שושנה.

נראה על פי דאיתא בגמרא בחולין דף ז׳: רבי פנחס בן יאיר הוה קאזיל לפדיון שבויים, פגע ביה בגינאי נהרא, חלוק לי מימיך כו׳, חלוק ליה נמי להאי כו׳, חלוק ליה נמי להאי כו׳, אמר רב יוסף כמה נפיש האי גברא ממשה כו׳, אלא במשה כו׳. ולכאורה מהיכן מוכח דנפיש גברא ממשה, ודילמא משום דלא היה צריך משה רבינו עליו השלום לקרוע הים אלא חדא זימנא.
ואך דהענין הוא דאבות סימן לבנים, והפירוש הוא כך, שכל דבר ודבר בתחילתו לפעול איזה נס הוא קשה מאד, אבל כיון שכבר נעשה פעם אחת, כבר יכולים הצדיקים שיהיו אחר כך לעשות כזאת אפילו כמה פעמים, כיון שנפתח השער, והפירוש בגמרא הוא כך "כמה נפיש גברא" כלומר מהיכן בא לו זה שהיה יכול לפעול דבר גדול כזה? ומפרש "ממשה ושתין רבבן" שהם פתחו השער והיה זה יכול לפעול
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

שמואל ק. האט געשריבן:האומר: אחטא,ואשוב ואחטא, ואשוב אין,- כ'וועל נישט תשובה טוהן! מיט דעם אלעם: מספיקין בידו לעשות תשובה!!!!!!
(בשם א' מצדיקי גאליציע)

בשם הגה"צ ר' טובי' מבריגל זצ"ל מפ"ק חו"ז הרה"ק ר' בער ראדאשיצער זי"ע. כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל האט דאס נישט געלאזט אריינלייגען אין "כרם שלמה".
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

זייער פארשטענדליך!
ויהי רצון שלא ילמדו מזה שלא כרצון הבורא
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

טעמו ונימוקו איז געווען, וויבאלד די קובץ "כרם שלמה" איז פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט, אפילו צווישן אזעלכע קרייזען וואס זענען נישט געוואוינט צו הערן אזא שפרייך, האט ער חושש געווען אויף כבוד רבותינו הקדושים שלא יכוו בגחלתן ודי
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

סאיז באקאנט די מחלוקה וואו מלייגט די פינטעל ביי וְהָשֵׁב אֶת הָעֲבוֹדָה לִדְבִיר בֵּיתֶךָ, וְאִשֵּׁי יִשְׂרָאֵל וּתְפִלָּתָם בְּאַהֲבָה תְקַבֵּל בְּרָצוֹן צו ואישי ישראל גייט עקסטער אז די אייבערשטער זאל מחזיר זיין די עבודה און אזוי אויך זאל די אייבערשטער זיך צוהערן צו די איידישע תפילות, אדער אן א פינטעל אז די אישי ישראל וואס דאס איז היינטיגע צייטן די תפילות פון יידישע קינדער תקבל ברצון. אזוי צו אזוי יה''ר תפילתנו תתקבל ברחמים אמן
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

hoipt1 האט געשריבן:"עצת ה', דעם אייבערשטנ'ס עצה
לעולם, אלעמאל
תעמוד –שטיי אויף!
תעמוד –שטעל דיך אויף!
תעמוד – דו האסט די כח זיך אויפצוהייבן.

שיין
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך געדענק איך האב אמאל געזען אין גליון מבאר רבותינו איבער א רב וואס האט אמאל געזאגט א טייטש אין פסוק. פאר איינער פון די צדיקים (...) און ער האט אים שארף אפגעענטפערט: מגלה פנים בתורה שלא כהלכה!
זייט דעמאלט יעדע מאל איך זע א טייטש ואס דרייט אויס די ווערטער פון א פסוק אויף ממש פונקט פארקערט פון די משמעות, שטערט מיר עס אביסל.
איך וואלט געווען אינטערעסירט צו הערן אויב איינער האט מער א קלארקייט אין דעם ענין...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:איך געדענק איך האב אמאל געזען אין גליון מבאר רבותינו איבער א רב וואס האט אמאל געזאגט א טייטש אין פסוק. פאר איינער פון די צדיקים (...) און ער האט אים שארף אפגעענטפערט: מגלה פנים בתורה שלא כהלכה!
זייט דעמאלט יעדע מאל איך זע א טייטש ואס דרייט אויס די ווערטער פון א פסוק אויף ממש פונקט פארקערט פון די משמעות, שטערט מיר עס אביסל.
איך וואלט געווען אינטערעסירט צו הערן אויב איינער האט מער א קלארקייט אין דעם ענין...

מוצן די טייטש אריין צו לערנען פשט פארקערט.. ווי למשל איינער זאל ביים חוטא זיין נוצן דעם אויבנדערמאנטן פשט אויף אחטא ואשוב, אדער אפילו טראכטן, "שוין, ניש געפערליך די עבירה ווייל....." דאס איז מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.

אבער מחזק זיין יענעם, אדער אפילו זיך, אין א שווערע מינוט, אז ניין! ביזט נישט פארפאלן! ווייל.... א שיינע חסיד'יז ווארט, דאס יא

(שוין לאנג געוואלט ברענגען אזעלכע קליינע חסיד'ישע פשט'לעך אויף דאווענען נאך חצות, כל מיני היתרים, אבער ס'העטעך ווערן אזא שטורעם אזש......... און מיט רעכט, ווייל אויב אפילו איינער וועט דאס נעמען אלץ היתר דאס צו טון איז דאך יצא שכרו בהפסדו)
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:איך געדענק איך האב אמאל געזען אין גליון מבאר רבותינו איבער א רב וואס האט אמאל געזאגט א טייטש אין פסוק. פאר איינער פון די צדיקים (...) און ער האט אים שארף אפגעענטפערט: מגלה פנים בתורה שלא כהלכה!
זייט דעמאלט יעדע מאל איך זע א טייטש ואס דרייט אויס די ווערטער פון א פסוק אויף ממש פונקט פארקערט פון די משמעות, שטערט מיר עס אביסל.
איך וואלט געווען אינטערעסירט צו הערן אויב איינער האט מער א קלארקייט אין דעם ענין...

מוצן די טייטש אריין צו לערנען פשט פארקערט.. ווי למשל איינער זאל ביים חוטא זיין נוצן דעם אויבנדערמאנטן פשט אויף אחטא ואשוב, אדער אפילו טראכטן, "שוין, ניש געפערליך די עבירה ווייל....." דאס איז מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.

אבער מחזק זיין יענעם, אדער אפילו זיך, אין א שווערע מינוט, אז ניין! ביזט נישט פארפאלן! ווייל.... א שיינע חסיד'יז ווארט, דאס יא

(שוין לאנג געוואלט ברענגען אזעלכע קליינע חסיד'ישע פשט'לעך אויף דאווענען נאך חצות, כל מיני היתרים, אבער ס'העטעך ווערן אזא שטורעם אזש......... און מיט רעכט, ווייל אויב אפילו איינער וועט דאס נעמען אלץ היתר דאס צו טון איז דאך יצא שכרו בהפסדו)

בכלל דארף מען וויסן ווען נאכצוזאגן וואס. כ'קען איינער וואס האט אזא מנהג אז יעדע ווארט וואס ער הערט זאגט ער נאך און די נישט ריכטיגע זמן, צום ביישפיל פאר ר"ה זאגט ער נאך אז ס'איז נאר "א בילקע ארויף, א בילקע אראפ"... און יו"כ זאגט ער אז ס'איז נאר "כיום ה'פורים'..." וכדומה.
ס'קען זיין ממש די זעלבע ווארט, נאר אין איין זמן ברענגט עס אריין א געוואלדיגע ווארימקייט צו די זמן, און אין א צווייטע צייט איז עס ממש נישט אין פלאץ...
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

באקאנטע פוילישער טייטש אויפן פסוק (ירמי' ב כז) פנו אלי עורף ולא פנים, ובעת צרתם יאמרו קומה והושיענו.
פשוט פשט איז אז כביכול האט טענות אז מדערמאנט זיך נאר פון אים ווען עס גייט נישט גוט.
האבן צדיקים געטייטשט.
פנו אלי, זיי האבן זיך געקערט צו מיר.
עורף ולא פנים, טאקע נישט אויפן בעסטן אופן, אבער נאך אלץ פנו אלי,
פון וואו ווייס איך?
ווייל בעת רעתם יאמרו קומה והושיענו.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

באין - ווען איד האלט זיך פאר גארנישט. דאס איז מליץ יושר מול מגיד פשע.
(קדושת לוי, וכעי"ז בעבודת ישראל).
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

בבן אדם שאין לו. תשועה.
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

חבל על דאבדין, ולא, משתכחין.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: די פינטעלע אינעם פסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גברא רבא האט געשריבן:בבן אדם שאין לו. תשועה.

מובא בשם הרה"ק מ'צאנז זי"ע.
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 10:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”