ווער דארף באצאלט די טיקעט

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ר' אברהם מרדכי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 12:05 pm

ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אברהם מרדכי »

ב''ה די וואך זעהט אויס א פיינע וועטער, זעמיר ארויסגעפארן אויף שבת אין די קאנטרי,

אבער רבונו של עולם, וואס טוהן מיר דא מיט די לאנגע פרייטאג, כהאלט שוין נאכן שווים, שוין געגאנגן אין גראסערי, שוין באזיכט די בעקערי, און שוין איינגעקויפט אינעם בוטשער, וואס טוהן מיר דא יעצט, סנאך דא זיבן שעה צו זמן, באשעפער איינציגער.

דערמאן איך מיר, אלץ בחור איז אויך געווען די פראבלעם, און מהאט זיך אן עצה געגעבן,
וואס האט מען געטוהן ? וואס הייסט וואס, געגאנגען היטשן, מגייט ארויס פון קעמפ, משטייט אויפן ראוד מיטן פינגער ארויסגעשטעקט, און מווארט אויף די מצוה מעען, וואס גייט רחמניות האבן, און נאך א שעה ווארטן האט זיך איינער דערבארעמט, אבער ער גייט די אנדערע וועג, אקעי זאל זיין אהין, זאל מען נאר פארן, און אזוי איז דער פרייטאג פארביי.

טראכט איך צו מיר, כהאב דאך א קאר, סא היטשען קען איך נישט וואס טוה איך דא,
איז מיר איינגעפאלן, גיימיר זיין די מצוה מעען, וואס אלע בחורים זענען פרייליך צו אים, און מווינטשט אים אלע גיטע ברכות,

געגאנגען ארויף אופן 55, אה זעמיר שוין דארטן אפאר לעכטיגע בחורים מיט ארויסגעשטעקטע פינגערס גרייט צום גורל, איך שטעל מיך אפ,
אריין אריין !! שנעל שנעל !!
ווי ווילט עטס גיין ? צו לעווי'ס, נישט קיין פראבלעם, אריין, אריינגעקוועטשט דארטן 3 בחורים, און געגאנגען,


איך קום אן צום ערשטן סטאפ סיין, געמאכט אזא חסידישע סטאפ,
און וואפס לעלא לעלא !! מאוו אינטא די סייד !!
קומען ארויס די צוויי דזאלוואנען,
לייסענס ענד רעגארסטרעשן, כהאב געציטערט פון זיי און גלייך געגעבן אן קיין פיפס.
זיי קומען צוריק נאך צען מינוט, מיט א בארג מיט צעטליך, און א מגילה מיט עבירות,
יא דידנט סטאפ פראפערלי עט די סטאפ סיין,
ענד ווי סי יא העוו טרי פיפל אנדער 18 וויט אט סיעט בעלט,

און קורצן פיר עבירות, נישט זיך אפגעשטעלט געהעריג, און דריי מענשן אינטער אכצן יאר אן סיעט בעלטס גייט עס אויף דיין פיקל, יעדע איינס אן עקסטערע קוויטל,

די שאלה איז ווער דארף באצאלן די די סיעט בעלט טיקעט

איך ווייל ווען איך סטאפ ווען געהעריג וואלט מען נישט אפגעשטעלט און עס נישט באקומען,
אדער זיי ווייל זיי זענען נישט געווען געבינדן,
אדער עפעס אנדערע צדדים,
וואס איז די דעת תורה.
לעצט פארראכטן דורך ר' אברהם מרדכי אום פרייטאג יולי 09, 2021 6:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

קודם געפין אויס צו זיי זענען טאקע אונטער 18 יאר
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

דו האסט כאטש געהאט א דעש קעם וואס כאפט אפ די גאנצע מעשה?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

First I see that this week you're in country......see more here


viewtopic.php?f=25&t=48639
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

עבירה גוררת עבירה... קודם געהאלפן עובר זיין אויף ר' נפתלי'ס שטרענגע תקנה אז מ'טאר נישט היטשן דערנאך עובר געווען אויף די סטאפ סיין...
----
צום עצם השאלה, ווייסעך נישט קיין תשובה, דער עיקר איז אז ס'איז דא וואס צו ליינען.
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

ס״ה האבן זיי געטיהון וואס די האסט געטיהן,
נישט די אין נישט זיי האבן גיהאט וואס צי טיהן.

די בחורים איז בייגעפאלן זיך צי אנטשולדיגען ?
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

לכאורה איז עס די דרייווער'ס אחריות אז די אונטערשטע פאסאזשירן זאלן זיין צוגעבונדן, ממילא גייט עס אויפן דרייווער'ס פיקל.
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

איש חמודות האט געשריבן:לכאורה איז עס די דרייווער'ס אחריות אז די אונטערשטע פאסאזשירן זאלן זיין צוגעבונדן, ממילא גייט עס אויפן דרייווער'ס פיקל.


עס זעהט אויס ווי די בחורים ווארטען נאך דארט אויף די 55 גרייט צובאצאלען
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

איש האשכולות האט געשריבן:קודם געפין אויס צו זיי זענען טאקע אונטער 18 יאר

עס איז נישט קיין חילוק די געזעץ גייט אן אויך ביי העכער 18
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לאמיר פארשטיין האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:קודם געפין אויס צו זיי זענען טאקע אונטער 18 יאר

עס איז נישט קיין חילוק די געזעץ גייט אן אויך ביי העכער 18

העכער 18 דארף מען אליין באצאלן אויב ווייסעך גוט
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:העכער 18 דארף מען אליין באצאלן אויב ווייסעך גוט

העכער 18 באקומען זיי אליינס די טיקעט כצ"ל
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

איש חמודות האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:העכער 18 דארף מען אליין באצאלן אויב ווייסעך גוט

העכער 18 באקומען זיי אליינס די טיקעט כצ"ל

אין אויב הייסען זיי משה יוכות ? זיי וואוינען אויף 152 Rodney?
ר' אברהם מרדכי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 12:05 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אברהם מרדכי »

sheetrock האט געשריבן:דו האסט כאטש געהאט א דעש קעם וואס כאפט אפ די גאנצע מעשה?

איך האב נישט,
וואס וואלט איך געהאט דערפון, חוץ בזיונות פונעם ציבור.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

יעצט נאכגעטשעקט די געזעץ, און ווי איך זעה איז די עידזש 16, נישט 18.
דאס הייסט אז אונטער 16 גייט עס אויפן דרייווער'ס פיקל, און העכער דעם אויפן פאסאזשיר.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

לאמיר פארשטיין האט געשריבן:אין אויב הייסען זיי משה יוכות ? זיי וואוינען אויף 152 Rodney?

פרוביר עס אויס איינמאל, זיי זענען נישט אזוינע טפשים ווי דו מיינסט [נאר אסאך גרעסערע, הא? :wink: ]
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

פון דא קוקט אויס אז העכער 16 באקומען ביידע א טיקעט, סיי דער דרייווער און סיי דער באטרעפענדער.
ר' אברהם מרדכי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 12:05 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אברהם מרדכי »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן:ס״ה האבן זיי געטיהון וואס די האסט געטיהן,
נישט די אין נישט זיי האבן גיהאט וואס צי טיהן.

די בחורים איז בייגעפאלן זיך צי אנטשולדיגען ?

זייער מענטשליכע בחורים מיט א גיטן חינוך,
זיי זענען גרייט צו באצאלן אפי',
די פראגע איז זענען זיי מחיוב אדער נישט.
לעצט פארראכטן דורך ר' אברהם מרדכי אום פרייטאג יולי 09, 2021 8:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מיר זעט אויס אז ס'איז נישט קיין נפ"מ פארוואס די פאליציי האט אפגעשטעלט
אויב קען מען זיי מחייב זיין אלס גרמא, ווייל זיי האבן נישט געפאלגט דעם געזעץ, מאכט נישט אויס וויאזוי מ'האט למעשה געכאפט דעם דרייווער זיי האבן געדארפט טון דאס זייעריגע, און זיך פארבינדן
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בכל אופן איז שוין זייער שפעט יעצט, נעם זייערע נאמבערס און פארשטענדיג דיך מיט זיי נאך שבת
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

איש חמודות האט געשריבן:פון דא קוקט אויס אז העכער 16 באקומען ביידע א טיקעט, סיי דער דרייווער און סיי דער באטרעפענדער.

העכער 18 באקומט נישט די דרייווער
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

ר' אברהם מרדכי האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:דו האסט כאטש געהאט א דעש קעם וואס כאפט אפ די גאנצע מעשה?

איך האב נישט,
וואס וואלט איך געהאט דערפון, חוץ בזיונות פונעם ציבור.

פארן קארט
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

טוה מיר א טובה קויף שנעל א דעש קעם. אונטער $45 אויף אמעזאן. העסט מיר נאך דאנקבאר זיין.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

קלמן יעגער האט געשריבן:טוה מיר א טובה קויף שנעל א דעש קעם. אונטער $45 אויף אמעזאן. העסט מיר נאך דאנקבאר זיין.

כ'מיין אז ס'לוינט זיך צו צאלן אפאר מאות פאר א בעסערע דעש קעם
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

קלמן יעגער האט געשריבן:טוה מיר א טובה קויף שנעל א דעש קעם. אונטער $45 אויף אמעזאן. העסט מיר נאך דאנקבאר זיין.

ער שרייבט דאך קלאר אז ער האט געמאכט א
חסידישע סטאפ, וואס גייט א דעש קעם העלפן? עס גייט נאר אויפטון דאס פארקערטע.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווער דארף באצאלט די טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
קלמן יעגער האט געשריבן:טוה מיר א טובה קויף שנעל א דעש קעם. אונטער $45 אויף אמעזאן. העסט מיר נאך דאנקבאר זיין.

ער שרייבט דאך קלאר אז ער האט געמאכט א
חסידישע סטאפ, וואס גייט א דעש קעם העלפן? עס גייט נאר אויפטון דאס פארקערטע.

טאמער די דזשאדזש וועט אים זאגן אז ער האט אים געברענגט איידי פון אנדערע מענטשן
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”