פרקי אבות מיט א שמייכל

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:ווער איז די דברי שמואל פין די דריטע שיעור? עס שטימט נישט מיט די פסוקים פין ואתה תחזה אין פרשת יתרו


ישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן, איך האב געמאכט א טעות מיטן נאמען פון די ספר, ס'איז מדרש שמואל נישט דברי שמואל. פון ר' שמואל די אוזידא.

דא האסטו א לינק צו די ווערטער, אותיות מחכימות, עס איז די דריטע שורה פון אויבן ואפשר לומר. ביז די סוף פון די שטיקל עכ''ל.

נו ער זאגט דאך קלאר אז ער רעדט פין סתרי תורה וסודותיה און נישט פין די אלע שאלות וואס מענטשען האבען אבער למעשה האסטו מיר באמת'דיג משמח געווען מיט יענע זאפטיגע תגובה וואס א חילוק אויב עס שטימט אדער נישט...


לערן עס איבער נאכאמאל.. פון ואפשר לומר ביזן סוף..

ער הייבט אן ד“ה ומסרה ליהושע מיט א סתירה צי משה רבינו האט איבעגעגעבן די תורה פאר גאנץ כלל ישראל אדער נאר פאר יהושע ענטפערט ער אז נגלה איז געווען פאר כלל ישראל און נסתר נאר פאר יהושע
אויף דעם פרעגט ער פארוואס האט יהושע יא איבערגעגעבן “נסתר“ פאר אלע זקינים און נישט נאר פאר איינעם אזוי ווי משה רבינו האט געטוהן
און אויף דעם זאגט ער די ד“ה ואפשר לומר ער רעדט פין די חלק תורת הנסתר
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יישר כח

בדוו כהאב געזען עפעס סוחי כהאב מיר דערמאנט פון עפעס...
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: ;l;p-

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: האלט'ס ס'וועט גיין א נשיאת כפים אזש כ'וועל זעהן מתן תורה בהקיץ? כ'בין נישט גרייט איינצושטעלן מיין אויער פאר אזא מאמענט..

ווי קען בכלל זיין א ספק?
שטייט דאך בפירוש אין אונזער משנה.. אל תהיו כעבדים וכו' על מנת לקבל פראסק..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הערליך הערליך!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

עס גיסט זיך.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

דרייטצעך האט געשריבן:[quote

אפשר פאנגט מען אן צו פי די עף'ן די שיעורים?
איך האב אויפגעהערט צו פרינטען יעדע וואך די שרייבער משום כמה טעמים, און ס'איז מיר שווער צו אלעס ליינען אויפן קאמפיוטער, אבער אזעלכע טיפזיניגע שיעורים מוז איך אדורכלערנען!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

וואס טוט זיך מיט די שיעורים?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
עבד אברהם
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד אברהם »

דער מאניש איז דאך אזוי גוט, קען איינער מוחל זין און ליגגען אפאר לינקס צו ליינען לענגערע ארטיקלען כא אפען וועלטל ?
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

נא מאניש
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אפשר דאך?
יישר כחכם
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל - שיעור י''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור י''א

ביי מיר האט זיך עס אנגעהויבן שמער גע''וואנט ביי שאלעש שידעס.. זיצט ר' פישל מאטיאש אין מיין סמעדרעש אין היכל מאטיאש, ר' פישל איז אן איינשטענדיגער און פאפולערע פיגור ביינונז אין סמעדרעש, און די דאזיגע וואך האבן מיר פארבראכט אינאיינעם.. איך האב אים געגעבן די האנט, און מיט א חמצ'דיגן אייער בענקל, האב איך אים אוועקגעזעצט אויבן אן.. פון אנהויב האט עס אויסגעזעהן גאנץ א בעטעמ'ט עסק.. כ'האב געהאט לעבן מיר, נו וויזויהייסט ער נאר דארטן? יע צוויבל.. ס'חילוק זיין ערשטע נאמען, מאכט נישט אויס.. דער צוויבל איז בעצם זייער א געפילישער, און איז כסדר מעורר די ארומיגע עד דכדוכה של נעיפעש.. ס'גייט ממש ביז בכיות.. אן קיין גוזמאות.. א ריכטיגע משפיע פונעם קומענדיגן דור, מיט א כח וואס איז א חד בדרא..

הכלל זיץ מיר מיט צוויבל און מאטיאש'ן צוזאמען בעת רעווא דרעווין, און מיר פארברענגען אינאיינעם.. זייער אן איינגענעמע אטמאספערע.. מיר מאכן אזוינע ראוינד טריפ'ס מיטן אייער בענקל, מ'זעצט ארויף דעם צוויבל מיט מאטיאש'ן, און מ'פירט זיי אונטער די חופה באשיידענערהייט.. די באסעס גייען אהין און צוריק אנגעלאדענט מיט די סכוירע.. ביז די היכל מאטיאש ווערט אויסגעליידיגט..

איצטערט האט ר' פישל מאטיאש גענומען דאס ווארט, און ער האט אנגעהויבן זיפצן און קרעכטצן מן הסתם אויף די וואכעדיגע סדרה.. האט מיר בכלל נישט אויסגעזעהן אינטערסאנט.. אבער דער צוויבל האט נישט אויפגעהערט אריינצוהאקן מיט זיינע הגהות.. כסדר האט ער געהאט צו קאמאנטירן אויף ר' פישל'ן.. כ'האב געקלערט ער איז מער א בעל דערעך כערעץ.. א מכה, ניטאמאל די רב פונעם שול האט ער אפגעשוינט.. אינמיטן דעם רב'ס דרשה האט ער אריינגעהאקט מיט זיינע קאמאנטארן.. א מין חצוף דער.. און איר זאלט נישט מיינען אז דאס האט זיך אפגעשטעלט ביי שאלאש שידעס, א דופן עקומה.. דעם גאנצן וועג אהיים האט ר' פישל געפירט א מערכה מיט דעם צוויבל'ן.. ס'האט אנגעהויבן גיין אויף הויעכע טענער.. יעדע דורכגייער אויפן גאס איז געווען א ציהל פונקט פאר די שטורעמישע חצים ובליסטראות וואס האט געקענט טויב מאכן אפילו א שטיין.. קיינער איז נישט געווארן אפגעשוינט.. די דיבוק האט גע'דרשענט בקול חוצב להבות אש, ס'געגאנגען פייער פון די באלאטעס..

אהיימקומענדיג האב איך געקלערט, אז זאכן וועלן זיך בא'רואיג'ן.. סוף כל סוף בין איך שוין מער נישט צווישן מענטשן, וועלן די כעוורע קלים וריקים נישט קריגן קיין אטענטשען.. נו שרייען אויף וועמען? אויף מיר? מאכן הפגנות אויף א ליידיג מקום ווי קיינער קימערט זיך בכלל נישט דערמיט? הו קעיר'ס?!

אבער זאכן ביי מיר אין שול האבן אנגעהויבן ווערן מער ווילד.. די הפגנות זענען געווארן מער שטורעמיש, און די רעדעס זענען געווארן מער אגרעסיוו.. ס'האט געהערשט אן ערענסטן חרון אף וואס מ'האט געדארפט ממתיק זיין.. אבער געוואלד, וואס טוט מען?! כ'האב אריינגענומען די כעוורע אין א פריוואטע שטיבל ביי מיר אינדערהיים, און זיך געבעטן ביי זיי, לאמיר זיך מסדר זיין.. קאן זיין עטץ זענטס בייז אויף מיר מיט רעכט, יתכן.. אבער אפשר קענען מיר מאכן א שטילשטאנד? איך האב זיי גע'ווארענט אויב זאכן וועלן נישט גיין צו בעסערונג, און זיי וועלן נישט מאכן פליטה, וועל איך גיין מיט שטרענגע מיטל'ן.. אבער די כעווערע זענען געווען בעלי זרוע, שטייפע עזות פעינעמער.. און גארנישט, ווי א גומי אויפן בארדע בלייבן זיי גענאגעלט און רירן זיך נישט פון ארט.. אבער ביי מיר איז א ווארט א ווארט, ש'טא קיין מעשיות.. מיר זענען געגאנגען צום אוצר ווי עס ליגן מיינע געווער, מיר האבן ארויסגענומען די פינקע סכוירע.. די האוויצער'ס פון פעפטא ביסמאל האבן געמאכט פון די שונאים א גל של עצמות.. וליהודים היתה אורה, און די שונאים האבן געהאט א מפלה..

מיין לערן געלט:

עסן אלע זאכן וואס זענען אפעטיטליך קען פירן צו א קאטאסטראפע, איך מוז געדענקן וואס נישט צו עסן, אפילו עס זעהט אויס אפעטיטליך..



★★★


ויהי מורא שמים עליכם
, זאגט די הייליגע ברטנורא. אע''פ שאתה עובד מאהבה, עבוד ג''כ מיראה. שהעובד מאהבה זריז במצות עשה, והעובד מיראה נזהר ממצות לא תעשה, ונמצאת דעבודתו שלימה. מ'דארף אויך ארבייטן אויף וואס נישט צו טוהן, נישט גענוג די חלק וואס מ'דארף יא טוהן.. און אזוי האט מען א שלימות.. אז נישט זיצט מען אנגעדרייטע סכוירע ביי שאלעש שידעס..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אה טענקיו, ר' מאניש, יעצט קענסטו שוין אפדעיטן דיין נסיעה אויך...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: :lol: :lol:

חדש ימינו כקדם..

כ'האב געמיינט אז דו האלסט ביים 'הוו זהירין ברשות (מאכלי הרשות), שאין מקרבין לו לאדם אלא לצורך עצמן. נראין כאוהבין בשעת הנאתן. ואין עומדין לו לאדם בשעת "דחקו"..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אוראייניקל האט געשריבן:
כ'האב געמיינט אז דו האלסט ביים 'הוו זהירין ברשות (מאכלי הרשות), שאין מקרבין לו לאדם אלא לצורך עצמן. נראין כאוהבין בשעת הנאתן. ואין עומדין לו לאדם בשעת "דחקו"..


א ריכטיגע תלמיד המחכים את רבו.. דאס זאגט די פסוק, תן לחכם ויחכם עוד..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

פיינע סכוירע דער ר' מאניש...
זוכט איר דוי?
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

:grin:

יישר כח
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

Potus האט געשריבן::grin:

יישר כח

גא״מ
איך ביילעק מיך די פינגער
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צ/ק

מיט מער ווי איין שמייכל....
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל - שיעור י''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:שיעור י''א

ביי מיר האט זיך עס אנגעהויבן שמער גע''וואנט ביי שאלעש שידעס.. וליהודים היתה אורה, און די שונאים האבן געהאט א מפלה..

מיין לערן געלט:

עסן אלע זאכן וואס זענען אפעטיטליך קען פירן צו א קאטאסטראפע, איך מוז געדענקן וואס נישט צו עסן, אפילו עס זעהט אויס אפעטיטליך..



★★★


ויהי מורא שמים עליכם
, זאגט די הייליגע ברטנורא. אע''פ שאתה עובד מאהבה, עבוד ג''כ מיראה. שהעובד מאהבה זריז במצות עשה, והעובד מיראה נזהר ממצות לא תעשה, ונמצאת דעבודתו שלימה. מ'דארף אויך ארבייטן אויף וואס נישט צו טוהן, נישט גענוג די חלק וואס מ'דארף יא טוהן.. און אזוי האט מען א שלימות.. אז נישט זיצט מען אנגעדרייטע סכוירע ביי שאלעש שידעס..

אוי הוי הוייי....
זאלט אור זיין געבענטשט און פרייליך!
אזוי משמח צו זיין זזוי פול אידן? מגלגלין זכות ע"י זכאי!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

רבי אן הערליכע שיעור געוועזען.
;l;p- :lol:
איך ווייס נישט וואס
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

בעבעשת'ל בינעך געווען זיכער אז ערגעץ גייען דיינע בעבעלאך אריינקומען.

די וואכעדיגע סכוירע איז געווען עפעס אן אנדערע מין
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור י''ב

איך זיץ מיר אין סמעדרעש צופרי מיט מיין גלעזל קאווע איבער א חסידיש ספר, נישט ווייט פון מיר זיצט אויפן טיש א גאסט וואס איינער א מאן דהו האט אראפגעלייגט, א שאכטל טישוס.. איי פארוואס? פרעגסט גוט.. ס'פשט פון ברענגען וויש נאטיצן אין א הייליג מקום? אמאל האט מען געוואוסט אז אזוינס באלאנגט אינעם שוואכסטן ארט אינעם בנין, דארטן ווי מ'אשר יצר'ט ווען מ'קומט ארויס.. היינט, בעיקבתא דמשיחא, שמער שווייניגער האט מען עס אריינגעברענגט אין סמעדרעש.. און מ'שעמט זיך ניטאמאל.. געוויסע שרייבן אפילו אויף אויפן שאכטל א לעילו נשמת.. געהעריג אראפ פון זינען די מענטשן.. איך קען שוין זעהן אין עטליכע יאר פון יעצט לעילו נשמת טעוועלעך אויף יעדן טיר פונעם בית הכבוד..

אבער ווארט נאר ווארט, ס'איז נאכנישט פארטיג.. איך הייב אן דעם ערשטן שטיקל מאור ושמש, איך פארטיעף מיר אזוי אינעווענדיג, והנה דער זויערטייג איז דא.. ער גייט צום שאכטל וואס ליגט דארטן אויפן טיש, נעמט ארויס עטליכע וויש נאטיצן, טראגט זיי גלייך ארויף אויפן פרצוף זיינעם, און שאאאאא ער מאכט יעצט אן עצרת אין סמעדרעש.. מיט יחודים און פארגלייזטע אויגן טרייבט מען ארויס דעם דיבוק מיט קולי קולות וואס איז בוקע ריקועין.. ס'איז זיכער ווערט אזא הייליגע מעמד צו אפשטעלן דאס לערנען.. זעהט אויס ער ברויך מנין פאר די יחודים.. און ער ווערט נישט פארטיג אזוי שנעל, שלעפט ארויס נאך צוויי וויש נאטיצן, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה.. יעצט מאכט מען די תקיעות דמעומד.. ער שטעלט אוועק די נאטיצן ביים גרעניץ ווינקל פון די נאז זיינעם, פארמאכט ביידע אויגן ווי צו ווינקן אז ס'קומט יעצט א באטע לכבוד שאבעס.. און יאלא, ס'קומט פאהר אן עקספארט מיט סכוירע אריין אינעם וויש נאטיץ.. און די גאר געהויבענע איגערקעס, וועלן איבערלאזן די וויש נאטיצן צוזאמען מיט די השפעות אויפן טיש כאילו דאס איז זיין פערזענליכע בית הכבוד דא..

איך דריי זיך אויס, זיצט לעבן מיר א אינגערמאן, און האב זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פאר אים.. אזא מין דור שפל, און גארנישט? אין פוצה פה? מ'ברויך גיין מאכן אן הפגנה זאג איך אים.. ארויסקומען מיט א קול מחאה אין די גאסן.. אזא פירצה און יעדער שווייגט? מ'ברויך שטורעמען מיט קאנעס און ווארפן באלאטעס, ווי זענען די מוחים? מ'ארבייט היינט? יאלא מ'גייט אויף א מחאה.. דער אינגערמאן האט זיך צוגעכאפט דערצו, און צוזאמען מיט אים איז מיטגעקומען נאך צענדליגע ארבייטסלאזיגע אינגעלייט וואס זענען אויף כולל פענציע.. און מ'גייט אויף א מחאה.. ווי גייט מען מאכן די מחאה?? וואס הייסט ווי, אודאי אין ככר השבת, ווי דען? ווי מאכט מען מחאות, אין ככר השבת!

יעדע חדר אינגל אין ירושלים ווייסט, א מחאה גייט פון ככר השבת! אלע עסקנים ווייסן, מ'דארף א מחאה? ככר השבת!


★★★


יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים קבלו מהם, יוסי בן יועזר איש צרדה אומר, יהי ביתך בית ועד לחכמים. זאגט די הייליגע רמב''ם, דו זאלסט מאכן דיין הויז זאל זיין א סימבאל פאר אסיפת חכמים, אויב וועלן די חכמים זיך וועלן צוזאמקומען אויף א פלאץ, זאל יעדער וויסן גלייך, אה מ'גייט אין ככר השבת.. דיין הויז זאל ווערן א ברענד נעים פאר תלמידי חכמים ווען זיי ווילן זיך צוזאמקומען..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

:lol: :lol: :lol: :lol: וואט עי צאמשעל האהאהא
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”