פרקי אבות מיט א שמייכל

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

כ׳וואלט גאר שטארק הנאה געהאט זאלסט וועגן אויסשמועסן אלע שאלות פון די 40 חברה אויפן וואגן, נישט נאר די ערשטע 3…
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אייוועלט זיידי האט געשריבן:מאניש'ל
אפשר קומסטע פארלערנען ביי זיידי אין סמעדרעש?


איך זעה דאך אז זיידי איז דא אין סמעדרעש ביים שיעור.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ד'

עס איז מיטוואך נאכמיטאג, איך זיץ מיר אין מיין פרנסה שטיבל, די וועטער אינדערויסן זעהט אויס מער צו די אנגעצויגענע זייט, די הימל איז פיין בא'בלאזן אויף איינעם, ווייס נאכנישט אויף וועמען, אבער ער זעהט אויס גוט דעפרעסט, און באלד גייט ער טיילן מכות רצח, איך שוין נעבעך די מענטשן וואס וועלן שטיין אין זיינע ד' אמות, אוי גייט פליען פראסקעס דארטן, און איך מאניש'ל בין פיין הונגעריג.

און אז מען איז הונגעריג וואס טוט מען? אט אזוי, ס'טו געוואוסט אזוי גוט? זעהט אויס בוזט אויך אמאל געווען הונגעריג, פיינעם זכרון דער, מען גייט צום גראסעריי געשעפט און מען קויפט! מען שפרייזט אדורך אלע קאלום'ס אין געשעפט, איז וואס קויפט מען? אה אט טרעף איך דארט'ן מיין באליבט'ן מאכל אסטרייכער'ס קוקי'ס! יע דענק איך עס נאך פון אלץ קליין קינד, אט אזוי, נידער אראפ מיט א פעקל, מען באצאלט, און יאלא צוריק אין אפיס.

איך זעץ מיר אראפ אויפ'ן פאטעל מיינעם, מיינע אויגן פאלט אויף עפעס א מאדנע לחש דארטן, אויפן פעקל שטייט ''מיר זיפן די מעהל, און באקוקן די אייער'' ס'טו געהערט אזאנס?! איך האב געמיינט איך קויף קוקי'ס, איך בין הונגעריג! דערווייל האב איך דא געזיפטע מעהל מיט באקוקטע אייער?! היו לא תהי-ה! אזוי אפצו'נערן א מענטש?! ס'גאנצע וואס איז דא אין דעם פעקל? גע'זיפטע מעהל מיט אייער? פיינע נייעס דעי חברה, זיי הייבן נישט אן צו מאכן קוקי'ס, פיינע סקעם קומט דא פאהר, זיי זיפן מעהל און באקוקן די אייער!

זאג, מען מאכט געלט דערפון? שוין יאר'ן וואס זיי טוהן דעס, זעהט אויס א גוט גייענדע ביזנעס, אבער גיוואלד!!! וויאזוי האבן זיי געדולד יאר'ן לאנג צו זיפן די מעהל און באקוקן די אייער? זיי ווערן נישט נמאס דערפון? א בארינג דזשאב דעס! מען זיפט די מעהל שוין צענדליגע יאר'ן דארטן, עפעס א שלעכטע מעהל האט זיי איינער אריינגעשווערצט, זיי קענען עס נישט סטאפ'ן צו זיפן, איך האב שוין דרייסיג יאר צוריק געזעהן אז זיי זיפן די מעהל, און זיי האבן נאכאלץ נישט גענדיגט, מוז זיין גאר א דיקע מעהל.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, וואס איז דא אזויפיל צו קוקן אויף די אייער? זאג איר דארפט בריל'ן אפשר? במילא די מעהל מן הסתם האט איינער געמאכט שווארץ שאבעס מיט ענק, ער זיצט יעצט מיט ריעל עסטעיט אין מאנהעטן, און עטץ זיפט'ס די מעהל! אבער געוואלד און געשוויגן וואס איז דא צו קוקן אזוי לאנג אויף די אייער? אפשר טוט מען עס דארטן אלץ א בא'רואיגונג מיטל זיך אפצורוהן פון זיפן די מעהל אזוי לאנג? איך מיין עפעס דארף דארטן פארגיין, עטץ זוכט'ס א שידוך יעצט? די אייער געפעלט ענק? וואס קוקט מען אזוי לאנג דעמאלט'ס, איך פארשטיי דער עד שיראנה איז א שטארקע חז''ל וואס מן הסתם איז מען דערויף גאר שטארק מקפיד ביי ענק אין שטוב, אבער צענדליגע יאר'ן קוקן דערויף? איך וואלט מורא געהאט פון אן עין הרע, איך האף עס האט נישט געשאדט פאר די אייער אז מען קוקט אזוי לאנג דערויף.

מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער, עפעס אן אטראקציע פלאץ דארטן, מען קוקט אויף די אייער, עס איז אפן פאר די פובליק? איך קען אויך גיין קוקן? אפשר חול המועד נעמען די קינדער קוקן די אייער, נישט קיין שלכעטע געדאנק דאס, עס מוז זיין גאר אינטערסאנט אז זיי קוקן שוין יאר'ן דערויף, אפשר קענט איר ארויפלייגן בילדער דערפון? מהנה זיין דערוילעם מיט די שיינע אייער?!

מיר באקוקן די מעהל און זיפן די אייער
, אויש פארטוישט די יוצרות דא, גראדע איז עס נישט א שלעכטע פראז דאס, אפשר אריינלייגן אין מיין חתימה?! המממ, אויף וועלעכע וועג, די גראדע וועג? אדער די פארקערטע? מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער, פיינע נייעס דעס, אריין אין מיין חתימה! האב מיר שוין איינער וואס זאל באקוקן מיינע אתרוגים די יאר, איך מיין צו זאגן די אייער.

★★★

הם אמרו שלשה דברים, מורא'דיגע מעשה דאס, קוים אנגעהויבן צו רעדן דריי ווערטער, און פארטיג! שטים געוואר'ן ל''ע? סא'מעשה דאס, נאר דריי ווערטער האבן זיי געזאגט! אריין אינעם דריי ווערטער אשכול, און אז מען קוקט ווייטער אין די משנה זעהט מען ממש כמעט יעדע צווייטע אדער דריטע משנה האט אן אנדערער געזאגט נאר דריי ווערטער! אדער געוויסע האבן געזאגט נאר איין ווארט, עס זעהט עפעס אויס ווי מען שפילט דארטן צובראכענע טעלעפאן, מנהלים עטץ זענט'ס דא? ווי זענען די פרישע כוחות? אריין אין צובראכענע טעלעפאן אשכול!

אבער וואס איז טאקע פשט דערפון, נאר דריי ווערטער? א גאנץ לעבן? אבער וואס איז אינטערסאנט פאר מיר איז, אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האט עס אנגעקוקט אזוי קאמיש, כמעט אלע מפרשים רעדן דערוועגן, דער תוספות יו''ט, רע''ב אפילו רש''י מיט'ן רבינו בחיי האט עס געשטערט, און מער ווייניגער קומען אלע אן לפונדק אחד, דאס איז געווען זייער מאטא ווי מען רופט עס, זיין חתימה, נישט אז זיי האבן גארנישט געלערנט חוץ דעם, ח''ו. דעס איז געווען זייער שפרוך ווארט כסדר, אלץ איז זיי געלעגן די דאזיגע פראזן ביים אויבערפלאך, דאס האט זיי געמאכט יוניק!

קענסט בערל זאלצשטאך? נו, דער וואס איז אלץ פארנומען שטיל מאכן ביים לייענען, קענסט אים נישט?! יא, איך קען אים, אבער אלץ פארנומען דערמיט? לאו דוקא, איך זעה אים לערנען יעדע צופרי, ער ארבייט יעדן טאג פאר פרנסה, דאווענט זייער ערליך, יא ער מאכט אויך שטיל ביים לייענען, אבער למעשה מאכט עס אים יוניק דערמיט, דאס איז זיין מאטא, בערל זאלצשטאך מאכט שטיל ביים לייענען.

מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער, איר פארשטייט?! יע זיי מאכן קוקי'ס אויך, אבער די מאטא איז ''מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער''.

די הייליגע חכמים פון די משנה האבן געלערענט און עוסק געווען מיט אלע תרי''ג מצוות, און גע'ארבייט אויף אלע זייערע מידות, אבער יעדער האט געהאט זיין אייגענע מאטא וואס האט אים געמאכט יוניק ווי מען רופט עס, זיי פלעגן כסדר קאכן דערמיט און רעדן דערוועגן.

מיין מאטא איז ארויפברענגען א שמייכל אויף א צובראכענעם איד, וואס איז דיין מאטא אין לעבן?
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:שיעור ד'

עס איז מיטוואך נאכמיטאג, איך זיץ מיר אין מיין פרנסה שטיבל, די וועטער אינדערויסן זעהט אויס מער צו די אנגעצויגענע זייט, די הימל איז פיין בא'בלאזן אויף איינעם, ווייס נאכנישט אויף וועמען, אבער ער זעהט אויס גוט דעפרעסט, און באלד גייט ער טיילן מכות רצח, איך שוין נעבעך די מענטשן וואס וועלן שטיין אין זיינע ד' אמות, אוי גייט פליען פראסקעס דארטן, און איך מאניש'ל בין פיין הונגעריג.

און אז מען איז הונגעריג וואס טוט מען? אט אזוי, ס'טו געוואוסט אזוי גוט? זעהט אויס בוזט אויך אמאל געווען הונגעריג, פיינעם זכרון דער, מען גייט צום גראסעריי געשעפט און מען קויפט! מען שפרייזט אדורך אלע קאלום'ס אין געשעפט, איז וואס קויפט מען? אה אט טרעף איך דארט'ן מיין באליבט'ן מאכל אסטרייכער'ס קוקי'ס! יע דענק איך עס נאך פון אלץ קליין קינד, אט אזוי, נידער אראפ מיט א פעקל, מען באצאלט, און יאלא צוריק אין אפיס.

איך זעץ מיר אראפ אויפ'ן פאטעל מיינעם, מיינע אויגן פאלט אויף עפעס א מאדנע לחש דארטן, אויפן פעקל שטייט ''מיר זיפן די מעהל, און באקוקן די אייער'' ס'טו געהערט אזאנס?! איך האב געמיינט איך קויף קוקי'ס, איך בין הונגעריג! דערווייל האב איך דא געזיפטע מעהל מיט באקוקטע אייער?! היו לא תהי-ה! אזוי אפצו'נערן א מענטש?! ס'גאנצע וואס איז דא אין דעם פעקל? גע'זיפטע מעהל מיט אייער? פיינע נייעס דעי חברה, זיי הייבן נישט אן צו מאכן קוקי'ס, פיינע סקעם קומט דא פאהר, זיי זיפן מעהל און באקוקן די אייער!

איי מאניש'ל דיין פענע גיסט גאלד אנשטאט טינט, הערליך שיינע משלים.

געליינט האביך די שיעור ד' און געווען זיכער אז סקומט יעצט א שיעור אויף אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו.

אבער די טוויסט פון שלשה דברים איז שטארק.

קיפ אפ יור האלי ווארק.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דורכגעזיפט און באקוקט און זיך באלעקט!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ישר כח פאר אלע מגיבים דא, אזוי ווייס איך כאטשיג אז איינער הערט מיר בכלל אויס, און איך רעד נישט צום לאמפ אוואו מיין רבי פלעגט זאגן אין חדר.

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
געליינט האביך די שיעור ד' און געווען זיכער אז סקומט יעצט א שיעור אויף אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו.


איך גיי אין די רייע פון די משנה, מען וועט מערצעשעם אנקומען צום קנקן אויכעט, אבער רואה אני את דבריך, מאכט שטארק סענס, נישט געטראכט גראדע דערוועגן בשעת מעשה, ישר כח פאר די פיעדבעק.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: אזוי ווייס איך כאטשיג אז איינער הערט מיר בכלל אויס, און איך רעד נישט צום לאמפ אוואו מיין רבי פלעגט זאגן אין חדר.




וואלט ווען דיין רבי גערעדט ווי דיר...
וואלט ווען זיין מאטא געווען ווי דיינ'ס...

וואלט ער שוין איינמאל געהאט ווער עס זאל איהם אויסהערן, און נישט ווען געדארפט רעדן צום לאמפ.

זאג איהם!

ומתלמידי יותר מכולם! ער קען זיך נאך נעמען אין האנט אריין.

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
מיין מאטא איז ארויפברענגען א שמייכל אויף א צובראכענעם איד, וואס איז דיין מאטא אין לעבן?
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

איי מאניש מאניש... צוקאש.... זיס! זיפסט די ווערטער.. אין די מאכסט אייער...אפס...שמייכלער... טענקס! האלט אהן!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ה'

עס איז פרייטאג צופרי, די מודעה צעטליך זענען שוין ביים שוועל פון צודריקט ווערן, אלעס זעהט שוין אויס פיין אין פלאץ, אבער מיטאמאל צוקלינגט זיך די טעלעפאן, פון אנדער'ן זייט טרייבל דערקענט זיך א פרייליכ'ן שטימע, זרח בעזעמשניידער האט איצטערט געבוירן א אינגל למזל טוב. איך מיין, נישט ער ממש, זיין ווייב כצ''ל, און ער איז ממש יעצט ארויסגעלאפן פאר עטליכע מינוט איינמעלדן די שמחה ביי די מודעות, כדי עס זאל נאך אריינגיין פאר שבת.

העלאוי? יא, זרח בעזעמשניידער א אינגל, איך מאך די זאכער ביי מיר אינדערהיים, איך קען עס נאך אריינלייגן?

מודעה דרוקער: יא, געב מיר דיין קרעדיט קארד אינפארמאציע ביטע, זרח געבט זיין קרעדיט קארד, און דער דרוקער זאגט איבער, איז די נאמען האב איך זרח בעזעמשניידער א זכור, אבער נאך פאר די דרוקער האט צייט איבערצופרעגן מער דעטאלן, זאגט זרח איך מוז אויפהייבן א ביפ, מיר וועלן רעדן שפעטער, און ער לייגט אראפ דעם טרייבל.

דער דרוקער קען אבער נישט אויפהאלטן דעם פרינטער, דער מאשין איז שוין אנגעפיטערט מיט די צעטליך, ווארט שוין אומגעדולדיג צו קענען מעלה גרה זיין די וועכנטליכע מודעה און מאכן חוזר חזרה לויט וויפיל סמעדרעש'ס זענען הונגעריג פאר די צעטליך, איז וואס טוט א איד? אלץ קען מען זיך אנייצע געבן, פשוט מען נעמט ארויס דעם טעלעפאן ביכל, מען גייט צו אות ב', בעזעמשניידער, וויפיל איז דען דא?! אט טרעפט ער די לעצטע שורה פונעם בלאט, זרח בעזעמשניידער, וואוינט 38 זעצנשטופ, דעם דריטן שטאק! אן איידעם ביי פסח שמאלצטראפ, און א זוהן פון זינדל, ערלעדיגט האב מיר שוין אלע אינפערמאציע, אריין.

ניטאמאל איז בייגעפאלן פאר דעם דרוקער, אז אויפן אנדער'ן בלעטל גאנץ אויבן איז דא נאך איין זרח בעזעמשניידער, וואס פאר'ן צוועק פון דעם דאזיגן שיעור, וועל מיר אים רופן זרח ב' כדי נישט צו פארמישן, אבער ווער גייט אויפמערקזאם מאכן יעצט דעם דרוקער אז עס איז דא א זרח ב'? די פרינטער מאשין? נע, ער איז זייער א צופרידענער גראדע, פארנעמט גאר אסאך, א שטארקער סבלן, קענסט אים שיקן וואס דיין בויך דרוקט דיר, ווילסטע דרוקען בליציגע חכמות? שטופ דעם פרינט קנעפל! ווילסטו דרוקן סתם ווילדע פערדעריי? קיין פראבלעם, די זעלבע אינסטרוקציע'ס! און אזוי שפייעט ער אויס זיינע טויזענטער מודעות וואס שטייט יעצט גרייט אט אט מודיע צו זיין פאר'ן גאנצן ציבור קבל תבל ומלואה, אז זרח בעזעמשניידער ב' וואס האט גראדע געהאט א מיידל פינעף חדשים צוריק, מאכט איצטערט א זכור ביי זיך אינדערהיים! וועם שטערט עס?! וואס דער אייבערשטער קען באווייזן, ממש נסים ווי אין מצרים!

עס איז גאנץ אן אנגע'שטרענגט'ע פרייטאג ביי זרח ב' אינדערהיים, ער איז קוים געשלאפן די פארגאנגענע נאכט, און פרייטאג איז ער געווען גאר שטארק פארנומען, אן אויסגעמוטשעטער טראכט זרח ב' אז היינט נאכט וועט ער דאווענען מיט א מנין לעבן זיין הויז, א קליין ס'מעדרעשל וואס שטייט לעבן זיין הויז מיט קוים מנין, און אזוי וועט ער קענען ענדיגן די סעודה שנעל, און מאכן א משכנ'טע אויפן געלעגער.

אין טשערעפאכע ס'מעדרעש ווי אונזער זרח ב' איז א שטארקע מתפלל, האט די גבאי באמערקט אויפן וואנט, אז זרח מאכט א זכור ביי זיך אינדערהיים! הממ, מיר גארנישט געמאלדן היינט? פארוואס האט ער מיר נישט געבעטן צו אויסרופן נאכן דאווענען? קען זיין ער וועט באלד קומען, און מיר זאגן דעמאלט'ס! עס קומט ביים סוף דאווענען, און והילד איננו, טראכט דער גבאי צו זיך, מן הסתם האט ער געדאווענט פריערט כדי צו קענען אויפנעמען די געסט, ער נעמט די אינפארמאציע פונעם צעטל, וואס האט שוין חזקה קיינמאל נישט צו מאכן קיין גרייזן, און שאאאאאא, ר' זרח בעזעמשניידער רופט דעמוילעם צום זכור ביי זיך אינדערהיים אויף 38 זעצנשטופ די דריטע שטאק!

שמערצל וואס זיצט אלע וואך נעבן זרח'ן אין ס'מעדרעש, פרעגט זיין שכן נחום, נו גיימיר צו זרח'ן היינט נאכט? אפשר גיימיר בענעזאם? מען שמועסט אפ א זייגער, און אריין אין סקעדזשול פאר די נאכט.

די רב איו ס'מעדרעש שמועסט אויך אפ מיט'ן גבאי'ן אים צו באגלייטן צום זכור היינט, סוף כל סוף וועט דאך דער ברית אודאי זיין אין זיין ס'מעדרעש, פאסט דאך פשוט נישט ער זאל זיך נישט וואסענדיג מאכן, וועט מען זיך אונטעריאגן מיט די סעודה די וואך, און מערצעשעם וועט מען קריגן די ברכות ביים ברית, שיינע אינוועסטמענט, ניין?!

ביי זרח ב' אינדערהיים האט מען נארוואס גענדיגט די סעודה, די גאנצע טיש איז שוין אפגערוימט, אלע קינדער אין בעהט, זרח נעמט דעם נעקסט'ן פליגער קיין ספעיס, ער איז שוין טיעף אין די הימל'ן, ניטאמאל פאלט אים איין וואסערע זיסע חלומות גייט זיך אפשפילן ביי אים אט אט, קנאק קנאק......

ווי פון א ווילדן חלום כאפט זיך זרח אויף פון די מערדערליכע קלאפערייען אויף זיין טיהר, ער שלעפט ארויף די הויזן זיינע, מיט די צושטרויבעלטע פיאות און מיט די בארד אויסגעצויגן אויף אלע זייטן, שלעפט ער זיך צום טיהר, ווער איז דארטן?

ער קוקט ארויס פונעם אויגעלע זעהר, ער מיינט ער פאלט צוזאם, דער רב פון שוהל איז דא! עס ווערט אים גוט, וואסע פשט פון דעם? אפשר שלאפט ער נאך, איז ער אויף אדער יא? שוין מען קען דאך נישט לאזן ווארטן דעם רב אינדערויסן, ער מאכט אויף דעם טיר, אה מזל טוב כאפט דער רב גלייך זיין היינט פאר א משכון וואס געווענליך געבט מען נישט צוריק אזוי שנעל, נאר נאכן מאכן דערמיט די נענועים דרום מזרח צפון מעלה מטה שלא כסדרן געווענליך, צו פארמישן די ארומיגע.

זאלסטע קענען עס מעגאדיל זיין לתורה ולחופה ומעשים טובים, און מכניס זיין בבריתו של אברהם אבינו, דא קומט אזא קנאקעדיגן שאקל, ''בעתו ובזמנו'' און זעהן אסאך אידיש נחת! דער זרח שטייט דארטן בלאסערהייט צו'טומל'ט פון די חלום וואס ער האלט יעצט מיר בהקיץ, און אט זעהט ער שלענגעלט זיך א לאנגע רייע מיט חברים זיינע פון ס'מעדרעש וואס זענען געקומען זיך באטייליגן אין זיין געהויבענע........... נאכט שלאף!

★★★★

הוו מתונים בדין, בפשטות גייט עס ארויף אויף די דיינים, דאוינט דזשאמפ די גאן, מאך נישט שנעלע החלטות מיינענדיג אז דו האסט שוין אלע דעטאל'ן, ווייל עס קען זיין אז מען רעדט פון זרח ב' נישט פון די ארגינעלע זרח.

די רבינו יונה שרייבט, און דאס זעלבע זאגט דער מדרש שמואל אויף א מער ברייטערע פארנעם, אז דאס גייט אויך ארויף אויף די עדים, זיי זאלן נישט כאפן און מחליט זיין אז זיי האבן געזעהן און ווייסן פונקטליך וואס האט פאסירט, זיי זאלן גוט איבערטראכטן, אפשר רעדט מען פון גאנץ אן אנדער'ן זרח?

אויב מאכט מען שנעלע החלטות, דאן איז מען מרבה שמחות ביי אידן, און יעדער איינער פריידט זיך חוץ דער מ'כלומרשטע בעל שמחה! דער וואס גייט ארויס דער געווינער ביי א דין תורה פריידט זיך זיכער אויב האט מען עס געמאכט געשיקט איינס צוויי, אבער דער וואס איז געווארן אנגעזעצט לכבוד דעם, מאכט א זכור ביי זיך אינדערהיים.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

ותכסני פלצות...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

אההה... דער משל וואה איך האב דאס ממש מיטגעלעבט.... טענקס.. יא מעד מיי דעי! ליינען א געשמאקער ארטיקל... אין נאך לערנען אויך..... אלא מאניש!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

שכו'ח מאניש'על
דיינע קינדער האבען דארטען פיינע שבת פארטי'ס קעניינע הארא
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אוראייניקל האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

ותכסני פלצות...

איך בין נישט מקנא דעם בעל המודעות בכפלים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ו'

זאג, איהר פארט אריין אין שטאט? פרעג איך מיין שכן זעליג וואס וואוינט די נעקסטע באנגעלאוי פון מיר, אפשר קען מיין געזעהלשאפט מיטקומען? זעליג א לב טוב טראכט נישט קיין צוויי, אריין. ויסעו......

מען הייבט אן מאכן דעם וועג אויף די לבנה'דיגע שאסייען, מען דרייט זיך שארף רעכט'ס און דערנאך קומט גלייך א שארפ'ן לינק'ס, און אזוי דרייט מען זיך און מען פריידט זיך, דאס איז אסאך פאר מען קומט אן צום אינטערסטעיט פרעצל, ברויך מען קודם אדורכגיין סיגופים וואס זענען מזכך דעם גוף ונפש, מען מאכט א גלגול המוחות פאר אזוינע 20 מינוט לערך, המהדרין והמחמירים דערשרעקן זיך נישט פונעם ספיד לימיט און שמוצן אריין אינעם פערדל אזא זעכציגער'ל, און אין פוזנא זינגט מאשקע כל מקדש, ווען די נער וואלט געווען זיינס וואלט איך אויך געזונגען.

הכלל, דאס ס'מעדריש'ל ביי מיר אינעם געדערים פאהרט אויף רעדער, ס'טוט זיך ביי יעדן דריי פליען די טישן אויף אלע זייטן, די בלעמער מיט'ן ארון קודש האבן שוין גלייך ביים אנהויב געמאכט א ריקוד, זענען שוין ביים ערשטן דריי געוועז'ן אויף דער ערד, ס'הערשט אן ערנסט'ן אנגעצויגענעם מצב דארטן אין סמעדרעש, פון די אנדערע זייט איז אבער אויך היבש ליסטיג דארטן, די געדערים מיט די קישקעס האבן זיך געפרעגט איינער דעם צווייטן למה נגרע, און באשלאסן אז וואס עפעס זיצן איינזאם מיט צוזאמגעלייגטע הענט?! מען גייט ארויס אין א ריקוד! אז ס'איז שוין סיי ווי פרייליך, זאל שוין זיין לעבעדיג! מיטאמאל האט זיך עפעס דעוועלעפט אין מיר א טעיסט פון ארויסגיסן אינערליכע השפעות אויף די גאנצע סביבה ארום מיר, ביי א שמחה איז דאך אלעמאל אן ענין משפיע צו זיין פאר די משתתפים, און דא האט זיך געשאפן אין מיר אזא התרגשות צו משפיע זיין, איז וואס טוט מען דא?

די מויל איז מיר שוין האלב פיל מיט השפעות, איך געב אזא וואונק פאר'ן בעל עגלה אז עס וויל זיך גיסן פון מיר השפעות, ער זאל מיר אראפלאזן צום נאנט'סטן סמעדרעש איך זאל קענען דארטן אויסגיסן מיינע דברי שבח ושירה, צום מזל האט ער פארשטאנען די ערענסקייט פון די זאך, און גלייך פארקירעוועט דאס בהמה'לע צו עפעס א דערנעבנדיגע קאנטרי.

איך קום אריין אין דאס סמעדרש'ל, איך ווייז פאר'ן ערשטן אינגערמאן אז איך זוך דעם צימער וואס איז גע'אייגענט ארויסצוגעבן די אינערליכע געפילן ביי אזעלעכע מצבים, און דער אינגערמאן זעהט אויס האט קיין צייט נישט געהאט פאר מיר, אדער האט ער פשוט געוואלט זיך אונטערהאלטן אויף מיין חשבון, אזוי צו אזוי איי וואס פארשטייט א גוי?! הקיצור, ער ווייזט מיר גיי גראד, מאך א לינק'ס דערנאך א רעכט'ס, טרעפ אראפ, רעכט'ס, גלייך דערנאך לינק'ס און שם תהא קבורתכם.

איך גיי נעבעך ארום מיט מיין אנגעפילטן מויל, רעכט'ס לינק'ס, איך בין שוין צומישט, איך דענק שוין ניטאמאל וואס ער האט מיר געזאגט, די רצון און חשקת צו מפיץ זיין ווערט שטארקער פון מינוט צו מינוט, און דא מאניש'ט זיך א מאניש! אין עפעס א ס'מעדרעש וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט איבערגעטראטן איר באדן, און אט אט גייט ער טיילן שיריים אזוי פאר'ן גאנצן ציבור בפני כל הקהל הקודש, זאג אינגערמאן, האסט דאך געזעהן די מצב איז בוקע רקיעים, פארוואזשע מיר לאזן אליינ'ס אויסטרעפן דעם וועג? נישט איינגעפאלן צו געבן די צוויי מינוט מיר צו באגלייטן צום חדר המיוחד?

עס דערמאנט מיר די מעשה פון פעסטע רב, ווען מען פאהרט אויפן פליגער, פאר מען פאהרט ארויס, שטעלן זיך אויף די סטוערד'ס, די יעניגע חברה, און מאכן פארשידענע איבונגען פאר'ן ציבור, זיי הייבן לכאורה נישט אן צו וויסן וואס זיי טוהן, עס איז לכאורה אזעלעכע סצענע'ס וואס זיי האבן זיך די ערשטע מאל איינגע'חזר'ט אין פערדע קלאס ביים מאכן א שפיל אין שולע, אדער איז עס פשוט עפעס אזא לחש אפצושפרעכן קעגן די בייזע רוחות, הקיצור מ'כלומרש'ט דארף דאס זיין אנווייזונגען חלילה אין קעסטל אויף אמעריקאן טשיז חאאאאאסקל שלום, איז אונז גייען ארויס פון דא, עטץ קענטס טוהן וואס עטץ ווילט'ס.

★★★★

והעמידו תלמידים הרבה פרעגן די מפרשים, וואס איז די לשון והעמידו? סתם לערנען פאר תלמידים איז נישט גענוג, מען מוז אים אויפשטעלן, לערנען מיט אים אים וויאזוי צו שטיין אויף די אייגענע פיס, מיטגיין מיט אים, באגלייטן אויף יעדע טריט, מיטשטיין מיט אים, זיין א וועג ווייזער נישט סתם גיי רעכט'ס לינק'ס ענד יו גאוי פיגער איט אייט, והעמידו טייטשן די מפרשים, שטעל אים אויף, לייג אים אויף שטארקע יסודות ער זאל דערנאך קענען אליינס גיין.

מיר אלע קענען האבן די זכי-ה אויפצושטעלן תלמידים, געוויסע פון אונז וועלן שרייבן דא אויפן וועלט'ל און משפיע זיין, אנדערע וועלן לייגן אויף סטאטוס וואס עס דריקט זיי, דערנאך איז דא אידן וואס גייען ארויף אויף קול מבשר אפגעבן זייער מעסעדזש פאר כלל ישראל, אנדערע נעמען עס א שטאפל ווייטער און געבן ארויס סינגל'ס, יעדער איינער האט זיך זיין מהלך אין עבודת השם וויאזוי מפיץ צו זיין דעם קול השם בכח! איש איש על מחנהו ואיש על דגלו, קיין חילוק וואסערע מעטאד מען נוצט צו פארשפרייטן עבודת השם, העיקר צו לייגן א דגוש אויף והעמידו, אויפשטעלן, ווייזן א וועג וויאזוי דו בוזט געגאנגען און מצליח געווען, ווילסט שיקן א מעסעדזש פאר כלל ישראל? האב אינזינען דעם והעמידו, אויף א פאזיטיוו'ן וועג פארשטייט זיך.

שוין מיין סמעדרעשל האט זיך שוין בא'רואיג'ט, ארויסגעגעבן אלע סחורה, איצטערט קען מען פאהר'ן ווייטער.

א געזונט'ן זוממער.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

פאר אזוינע זאפטיגע השפעות, בינעך גרייט דיר צו היטשען 6 מאל א טאג.
כ'וועל זיין דער כלב וואס איז שב על קיאו פון מאניש...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אהה.. כ'האב שוין געמיינט דו האלסט ביי פרק ג משנה ג...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

חוח בין השושנים האט געשריבן:פאר אזוינע זאפטיגע השפעות, בינעך גרייט דיר צו היטשען 6 מאל א טאג.
כ'וועל זיין דער כלב וואס איז שב על קיאו פון מאניש...


6 מאל א טאג? וואס איז די ענין פון 6? שמעקט עפעס פון זוגות דאס, חוץ מזה ברויך מען זיכער מאכן אויב מיין סמעדרישל קען דערהייבן אזוינע סיגופים אין איין טאג, ברויך מען אנפרעגן ביי די ראשי קעהילע אויב זיי זענען גרייט פאר אזא דערהויבענע שמחה וואס אזוינס גלייכענס איז ניטא, 6 מאל דאס דארף זיין גאר פיינע נייעס, דאס וועט ברענגען דאס השתוקקות וגעגועין צו נעקסט לעוועל.


אוראייניקל האט געשריבן:אהה.. כ'האב שוין געמיינט דו האלסט ביי פרק ג משנה ג...


ס'עפעס? האבן זי געזאגט א שעינים ווארטיל תורה, איז עס שלחנו של מקום!
ווארט נאר ווארט, אוי גייט גיין א הפגנה ביי יענע משנה, אבער מיט געדולד, איין שיעור אויפאמאל, קען מען נישט היטשען יעדן טאג, ברויך מען נעמען אפרוה פאר א וויילע צוריקשטעלן דאס סמעדרעש אין פלאץ קודם, נאכער נעמט מען דעם שופר אין די האנט, און מען לאזט די טינט באנעצן דעם פאפיר אביסעלע, שלא יבוש זאל ער נישט פארשימעלט ווערן.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:איך קום אריין אין דאס סמעדרש'ל, איך ווייז פאר'ן ערשטן אינגערמאן אז איך זוך דעם צימער וואס איז גע'אייגענט ארויסצוגעבן די אינערליכע געפילן ביי אזעלעכע מצבים, און דער אינגערמאן זעהט אויס האט קיין צייט נישט געהאט פאר מיר, אדער האט ער פשוט געוואלט זיך אונטערהאלטן אויף מיין חשבון, אזוי צו אזוי איי וואס פארשטייט א גוי?! הקיצור, ער ווייזט מיר גיי גראד, מאך א לינק'ס דערנאך א רעכט'ס, טרעפ אראפ, רעכט'ס, גלייך דערנאך לינק'ס און שם תהא קבורתכם.


בינעך געווען זיכער אז די מעשה העט זיך ענדיגען אז מאניש'ל האט געלאזט יענעם וואוסען "ס'גוט דארף שוין נישט"...

זאזוי צו זאזוי וואס פארשטייט יענער צו א שיעור אין פרקי אבות פון מאניש'ל...

שכו'ח
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

איי, מאניש מאנישל, ווען די העסט ווען וויסן וויאזוי איך באלעק זיך מיט דיינע זיסע דיבורים, העסטע ווען יעדן טאג דא אריין געלאזט פינגער אפדריקן! היטשעס אראפ ארויף יא טאק מי אן עי רייד!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

ישר כח
אין שמחה כשמחת התורה
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ז'

שאאאאאא, מען בעהט דעם גאנצן עולם זאל זיין שטיל, די זיידע גייט זאגן אפאר ווערטער לכבוד די שמחה! מער ווייניגער מיינט עס אין אידיש אויף אונזער מאמע לשון, אז עס גייט יעצט פארקומען אזא ספירה'דיגע קומזיץ צווישן עולם, ווי מען וועט פארברענגען און אדורכשמועסן ענינים העומדים על הפרק, בו בזמן וואס די זיידע זאל זיין געזונט וועט בלייבן קאנעקטעד און שוועבן אין זיין אייגן וועלטל און זיך שטעלן אויף דעם אשר יצר אדער די שהכל ברא, איך האף זיי קענען פארנעמען אזא גרויסע וואג, געווענליך איז דער זיידע שוין עקסטענדעט לארבע רוחות העולם, מיט אזא וואג זיך שטעלן אויף אזא קליינעם פסוק?! דערנאך קומט די גימטריאות און ראשי תיבות, און אויב שטימט עס נישט וועט די פסוק געווענליך כאפן אפאר פליקעס ער זאל זיך האלטן אין די ראמען, און לאזן די זיידע אריינפאקן דארטן מה שלבו חפץ, ס'טו געהערט אזאנס?! א חצוף דער פסוק, זיץ איין דארטן.

צום אלעם ערשט ווען דער זיידע נעמט דעם מייק אין דער האנט, ווערט ער אן אויער דאקטאר, ער מאכט א סוירוועי ביים ציבור זעהן צו די אויער'ן ארבייטן פיין ביים עולם, עס קען זיך איינעם דאכטן אז מען האנדעלט דא מיט שטימע מענטשן ל''ע.

איז אזוי, אהההממממ, מען הערט? איינס איינס איינס, מען הערט? יעדער קען הערן? כ'וועל האלטן די מייק אביסל ווייטער, מען קען הערן יעצט?? און וויאזוי איז יעצט? מען הערט בעסער? אזוי אדער אזוי איז בעסער? זאנוויל מאך אביסל העכער, איך מיין עס איז אביסל צו שטיל, יעצט הערט מען? ניין שוין צו הויעך, מאך אביסל נידריגער, יעצט איז בעסער? חיים וויאזוי הערט מען דארטן? מען הערט גוט? ביי די פרויען הערט מען אויך? זיי שוין שטיל דארטן דו אינגעלע, מען הערט יעצט גוט? יעדער איינער קען הערן? מען הערט איבעראל? איינס איינס איינס, אקעי.

שוין ערלעדיגט, די אויער'ן ביי יעדן איינעם איז שוין אויסגעפוצט, יעצט קומט די רייע צו שיסן סתם באקאנטע שפריך ווערטער וואס געבט צו א געוואלד טוחן צו די ביז יעצטיגע אינהאלטסרייכע טוחנ'דיגע דרשה.

ברשות כל העדה הקדושה, די מחותנים, אלע זיידעס, ממש כולם אהובים כולם ברורים, אזעלעכע חשובע זיידע'ס יראי האטשעם, מיט אזא יחוס עבות, אפשטאמיגע פון אזעלעכע באוואוסטע אויסגערימטע עמי הארצים, ס'זיכער אז די זיידע'ס בעולם העליון זענען זיך משתתף ביי די היינט נאכטיגע שמחה, ס'איז אזא שמחה ווי די שימך פון אפרים ומנשה, די אלע זיידע'ס דא זענען געקומען צופליען פון די מרחקים, אוועקגעגעבן אזויפיל שעות זיך צו משתתף זיין אין די שמחה, אזא שיינע שמחה געוועזן, מען האט געקענט זעהן די שמחה אויף יעדנ'ס פנים, באמת בין איך נישט קיין רעדנער, לא איש במדבר אנכי, מיין טאטע איז נישט געווען קיין רעדנער, און איך בין נישט קיין רעדנער, איך האב מיר ניטאמאל צוגעגרייט צו רעדן, איי פארוואס האב איך מיר אויפגעשטעלט רעדן? די מחותן האט מיר געבעטן אזוי שטארק, אין מסרבין לגדול, ער איז דאך אזא בקי בתורה בנגלה ובנסתר, בקי בכל חדרי חדרים, ער קען אויסעווענדיג די גאנצע אידישע ליכט מיט עונג שבת, דער איד מיט די בלאט איז שגור על פיו, מאמענט, קינדליין, אוצרות, און פיל פיל נאך ווי אונז וועל מיר באלד קענען הערן פונעם בעל שמחה אליינס, אבער בעיקר איז זיין שטארקייט די חזרה, דאס איבערחזר'ן כסדר נאכאמאל און נאכאמאל, איז איך וויל נישט אויפהאלטן דעם ציבור, ס'איז שפעט, יעדער דארף גיין ארבייטן מארגן, די קינדער דארפן גיין אין חדר, אפאר ווערטער לכבוד די שמחה און לכבוד די מחותן האב איך געקלערט צו זאגן, איך האף דערוילעם וועט הנאה האבן.

געווענליך האלט שוין דא דער עולם ביי די הויכע פאל פון די קומזיץ פארברענג, ווי די זיידע פרובירט מיט אלע כוחות איבערצושרייען דעם גאנצן ציבור מיט זיינע דברי פתיחה, פון צייט צו צייט קומט פאהר אזוינע צווישנרופן ''שאאא דרך ארץ ס'זאל זיין שטיל'' דאס מיינט אין אונזער אידיש אז די זיידע האלט נאך אינמיטן רעדן און די קומזיץ גייט אן מיטן פולן שוואונג, אדער הערט מען זעצן אויף די מחיצה ביי די פרויען אוואו צו זאגן ארויפגיין מיט א העכערע סקעיל!

יעצט קומט די חלק הטוחן, געווענליך וועט די זיידע גיין איצטערט אויף א שפאציר, ווי ער וועט שפאצירן? אויף די מענטשליכע דראנטן וואס ליגט ביי יעדן אין מח! די עקספיריענס חברה וועלן מאכן אזא לאנגווייליגע שטייטע שפאציר, די ספיד לימיט ביי זיי איז 5 מייל פער שטונדע, עס הערשט די וועלט'ס רואיגקייט דארטן.

נאכער קומט די סיום וואס פארנעמט דאפעלט אזוי לאנג ווי די גאנצע דרשה אינאיינעם, אויך מלא טוחן מבית ומבחוץ, עס גיסט זיך פערל ווערטער, עס פליעט פקחות מיט אזוינע בליציגע צחות'דיגע רעיונות וואס געווענליך נאר די זיידע פארשטייט, און בדרך כלל איז שוין האלב עולם אינדערויסן קאלן קול מבשר אדער אנדערע וויכטיגע ביזנעס טעלעפאן קאל'ס, און דער אנדער עולם ברענגט מען אריין נעגל וואסער!

און זאלמיר שוין דערלעבן מיט יושע'חן אינאיינעם במהרה בימינו אמן.


★★★★

די מאירי זאגט מורא'דיגע ווערטער אויף דעם ועשו סיג לתורה, דו זאלסט לייגן א גדר אויף די ווערטער וואס דו רעדסט בשעת דו לערנסט פאהר, ממש פלאי פלאים וויאזוי ער דרוקט זיך אויס, מענטשן זענען אסאך מאל מרבה בדיבורים מען קייעט איבער נאכאמאל און נאכאמאל ווייל אפשר אזוי וועלן מער מענטשן פארשטיין, זאגט ער אז דערווייל גייען די אלע חכמים און נארמאלע מענטשן אראפ פון זינען, און זיי וועלן מער נישט אויסהערן וואס ער האט צו זאגן, ליבערשט זיי שפארזאם אויף דיינע ווערטער, זאג נישט איבער צענדליגע מאל די זעלבע זאך, אזוי וועט יעדער הנאה האבן.

טרעט נישט אויף די נערוו'ן, און זיכער נישט מיט אזא געמיטליכקייט, ווילסט גיין אויף די נערוו'ן? דאן גיי געשיקט! מאך עס געשווינד, מיין מח איז נישט א שפאציר גארטן, ועשו סיג לתורה, גייסט זאגן דברי תורה? געוואלדיג, קורץ און שארף!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-
מאניש'ל.. ביסט א נאה דורש.. אבער ווער מיר נישט יעצט א נאה מקיים.. דו קיי איבער און איבער..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

מאניש, ;l;p-
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

או הו איז דאס א אשכול!

בליציגע רעיונות און משלים!

הערליכע שפראך און מליצות!

האב מיר שטארק הנאה געהאט.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

פיינע נייעס...

דיין וועג פון אנקוקען זאכען אנדערש איז ממש אמעזינג!

איך וואלט געזאגט נאך אבער ועשה סיג...
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”