פרקי אבות מיט א שמייכל

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הערליכע רייכע אשכול דאס, הנאה אויפן העכסטן פארנעם, פון יעדע שיעור באזונדער!!

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:שיעור ב'

דוד הייבט אן ארויסוואנדער'ן פון שטאט, קלעטערנדיג פון איין דערפל צום אנדער'ן, איין טאג זייענדיג אין א דארף אויפן מארק, באמערקט ער א מיידל זיצן דארטן פארקויפענדיג גרינצייג, ער גייט דארטן צום טישל, און הייבט אן א שמועס מיט איר, ער זעהט אז זי איז זייער א קלוג מיידל, גאר א שטארקע מחוכמת, ער הייבט אן טראכטן הלואי, אפשר איז דעס זיין בא'שערטע?! ער פרעגט איר אפשר וואלט זי געוואלט מיט אים חתונה האבן?

זי ענטפערט אים אז ער זאל קומען מיט איר פרעגן איר טאטן, זיי מאכן זייערע טריט צו איר טאטן אהיים, זיי קומען אן צו א קליין הייזקע'לע, די דאך זעהט אויס ווי ער זאגט יעצט אשמנו איינגעבויגענערהייט, די שויבן האבן לכאורה נישט צו לאנג צוריק געקלאפט על חטא, און די ווענט גייען מיט אזא איינגעבויגענעם פיקל, עס איז דא געשווילעכטצער פון אלע זייטן, עס הענגט שפין געוועבעכטץ פעדימער כמנין תרי''ג מיט נאך פארשידענארטיגע גמטריאות, עס זיצט דארטן אן ארימער אידל אין דער זייט מיט געלעכערטע זאקן וואס ער האט נאך אן זינט זיין חתונה, זיין העמד זעהט ליבערשט אויס ווי א קונצליכע מעלעריי ווערק מיט אויג פארכאפענדע קאלירן, און דאס מיידל פרעגט איר טאטן אויב זי מעג חתונה האבן מיט דעם בחור?

דער טאטע פרעגט אויס דעם בחור מה טיבו, פון ווי קומט ער, ווער איז זיין טאטע? און דער ארימער איד זאגט ניין, ער איז נישט מסכים צו די שידוך, זיין טאכטער קומט פון אן ארימע שטוב, און מען וועט איר פארשעמען ביי דיין טאטע אין הויז, זי איז נישט געוואוינט צו אזא רייכע לעבן, עס איז נישט קיין שידוך!

רופט זיך אן דוד, אי משום הא איז נישט קיין פראבלעם, ער איז מסכים דא צו בלייבן וואוינען און קיינמאל מער נישט אהיימגיין, ער וועט לעבן א ארימע לעבן פונקט ווי זי האט געלעבט ביז יעצט, ער וויל מיט איר חתונה האבן ווייל זי איז א קלוגע מיידל, א פארשטענדליכע, און ער איז גרייט צו טוהן אלעס פארדעם!

זאגט די טאטע, אזוי? דעמאלטס קום מיט מיר איך וועל דיר עפעס צייגן, ער נעמט אים צו א קליינעם פארשטופטן צימער'ל, און עס אנטפלעקט זיך פאר אים אן אוצר פון גאלד, זילבער, דיימאנטן, ממש א וועלט'ס עשירות! זעהסט דאס? די גאנצע עשירות איז ענקער'ס, איך האב נישט געוואלט אז מענטשן זאלן וועלן חתונה האבן מיט מיין טאכטער צוליב מיין עשירות, האב איך עס באהאלטן פון מענטשן און געווארט צו זעהן ווער עס וויל חתונה האבן מיט איר און האלטן איר טייער נישט צוליב עשירות, יעצט אז איך זעה אז דו ווילסט איר אפילו אין עניות ודחקות, נאדיר מיין פארמעגן און האב חתונה מיט איר געזונטערהייט.

דא האב איך געמיינט אז דו גייסט מסביר זיין אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל פרס... אבער ס'איז גוט סייווי.......
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:שיעור ז'

שאאאאאא, מען בעהט דעם גאנצן עולם זאל זיין שטיל, די זיידע גייט זאגן אפאר ווערטער לכבוד די שמחה! מער ווייניגער מיינט עס אין אידיש אויף אונזער מאמע לשון, אז עס גייט יעצט פארקומען אזא ספירה'דיגע קומזיץ צווישן עולם, ווי מען וועט פארברענגען און אדורכשמועסן ענינים העומדים על הפרק, בו בזמן וואס די זיידע זאל זיין געזונט וועט בלייבן קאנעקטעד און שוועבן אין זיין אייגן וועלטל און זיך שטעלן אויף דעם אשר יצר אדער די שהכל ברא, איך האף זיי קענען פארנעמען אזא גרויסע וואג, געווענליך איז דער זיידע שוין עקסטענדעט לארבע רוחות העולם, מיט אזא וואג זיך שטעלן אויף אזא קליינעם פסוק?! דערנאך קומט די גימטריאות און ראשי תיבות, און אויב שטימט עס נישט וועט די פסוק געווענליך כאפן אפאר פליקעס ער זאל זיך האלטן אין די ראמען, און לאזן די זיידע אריינפאקן דארטן מה שלבו חפץ, ס'טו געהערט אזאנס?! א חצוף דער פסוק, זיץ איין דארטן.

טרעט נישט אויף די נערוו'ן, און זיכער נישט מיט אזא געמיטליכקייט, ווילסט גיין אויף די נערוו'ן? דאן גיי געשיקט! מאך עס געשווינד, מיין מח איז נישט א שפאציר גארטן, ועשו סיג לתורה, גייסט זאגן דברי תורה? געוואלדיג, קורץ און שארף!

;l;p- ;l;p-
ר' יענקעלע פלעגט זאגן אז 'רבי אומר, איזו היא דרך ישרה שיבור לו האדם--כל שהיא תפארת לעושיה, ותפארת לו מן האדם'
גרייט דיר נישט אהן לאנג, אזווי וועט עס זיין ''תפארת לעושיה'' העסטעך נישט דארפן אזוי לאנג אנגרייטן, ''ותפארת לו מן האדם'' און פאר דו צוהרער וועט אויך זיין גוט!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ח'

א גוט יאר, איז דעס זעצמיך צעטליך קלעבער? געוואלדיג, דא רעדט כיתה ווער רבי זאל זיין געזונט, איך האף צו זיין די אנדערע וואך דארטן אין שטאט מערצעטשעם, און ווייסט דאך די חסידים און מיינע תירוצים ווארטן שוין ממש בכליון עינים אויף די געהויבענע מאמענטן, דארף מען פשוט הענגן מודעות דערוועגן אלץ אל תמנע טויב מ'בלק.

איז די קעפל פונעם צעטיל זאל זיין שטייצעך ''צדיק בא לעיר'' און די נוסח האסטו שוין מן הסתם די סטענדערט, קענסט אריינפאקן הקדוש אויכעט, זיין א שיינע זאך, עס קאסט עקסטער געלט? אדער ס'איז די זעלבע פרייז? אה, ס'איז די זעלבע פרייז, ערלעדיגט נו דעמאלט'ס לייג שוין אויך אריין והטהור, איך בין א באאא קוה ב'תורא, בנגלה ובנישטער, ממש א גאון אויל לאמפ!

אבער בעיקר איז מיין שטארקייט די עבודה, ממש עס ברענט אין מיר! איך דאווען יומם ולילה, מיין רביצין גראדע פארשטייט אויך צום דאווענען, מיר דאווענען אסאך מאל אינאיינעם, און דעמאלט'ס גייט אזוינע בכיות, אזש די גאנצע שטאט קומט דערנאך מנחם אבל זיין, ס'איז עפעס מורא'דיג, נישט צום בא'שרייבן, מען רייסט עולומות, מען רופט אונז טאקע א משפחה פון רייסער'ס! איך בין א רייסער און מיין רעביצין איז א רייסער, איך שטיי און רייס פון איין זייט, די רעביצין רייסט פון די צווייטע זייט, ביז די גאנצע סידור ווערט צוריסן אויף קידוש השם! איר פארשטייט?! איך בין נישט סתם עפעס אבי א רבי, מיין שמונה עשרה נעמט נישט פינעף מינוט, אדער צעהן מינוט אזוי ווי אנדערע רבי'ס! מיין שמונה עשרה נעמט אכציג יאר! יא אכטציג יאר! איך האב נאך אפילו נישט אויסגעטרעטן שמונה עשרה! איך זאג דיר ס'ממש נורא עלילה וואס ס'קומט פאהר, ביי מיר אין ס'מעדרעש נאך שמונה עשרה ווען מען הייבט אן אשמנו הייבט אן פליען אזוינע דזשאכעס, נישט סתם עפעס א קליינע זעץ יוצא צו זיין, געזונטע קלעפ אזוי אזש מען גייט אין שפיטאל אריין, זאלסט נישט מיינען עס פליעט אויף מיר, ניין חס ושלום, עס פליעט אויפן בעל תפילה! פאר'ן נישט אויסווארטן ביז איך טרעט אויס שמונה עשרה.

שאבעס נאכמיטאג, זאלסטו אריינלייגן אז איך וועל ארויפטרעטן מיט דברי התעוררות בענינים העומדים על הפיי ריק, ווייסט דאך די ירידת הדורות מען דארף רעדן וועגן די טמא'נע טעלמי האטליין פוי, מיט די טריפענע פנים חלשות, ס'איז ממש אין לך יום שאין קללתה מרובה מחברתה, לעצטנ'ס האט זיך אריינגעכאפט די טמא'נע כלי וואס כאפט בילדער, מען רופט דאס א פאטאגראפיר אפאראט, דאס איז די ס''מ אליינס, ממש עבודה זרה, מען דארף דאס עוקר מן השורש זיין, און בנוסף לזה וויל איך רעדן וועגן די דאבל ברידזש גלעזער, דאס איז אויך א שרעקליכע פירצה, און מיר וועלן טוהן אלעס בידינו מוחה צו זיין דערויף, אויב וועט מען כאפן איין בחור מיט א ביפער, קריגט ער גלייך א לא נתקבל אויפן פלאץ! וכאן המקום לעורר אויף די בחורים וואס נוצן דייעלער'ס צו בא'גנב'ענען די פובליק טעלעפאן קאמפאניס, א שטייגער ווי עם סי איי, ניינעק'ס וכל שום דחניכא דאית לי-ה, עס איז די זעלבע גניבה ווי אריינלייגן א קוואדער מיט א בענדל און גלייך ארויסשלעפן, און דאס איז חוץ פון די ביטול הזמן וואס פאסט נישט פאר חסידישע בחורים, אזוי אויך איז אנגעקומען צו מיין ידיעה, אז א בחור האט זיך ארומגעשפילט מיט א דאנקי קאנג טיימאייט, דאס איז ממש עק וועלט! איך ווייס נישט צו די בחור וועט נאך אמאל קענען אויסוואשן זיין מח דערפון, ס'איז שרעקליך וואס קומט פאהר לעצטנ'ס! זאג האסט א ציגערעטל פאר מיר? איך דארף זיך פשוט בא'רואיג'ן פאר א מינוט, דאס בלוט קאכט אין מיר.


★★★★

שמעון הצדיק היה משיירי אנשי כנסת הגדולה, אלע מפרשים פרעגן פארוואס דוקא ביי שמעון הצדיק שטייט די טיטול הצדיק, אלע זענען דאך זיכער געווען צדיקים.

האב איך געזעהן ברענגען פון דברי דניאל, אז געווענליך אין די וועלט הייסט א צדיק איינער וואס איז אן עובד השם, ער טוט אין עבודה, אזא איינער רופט מען א צדיק, זאגט אבער שמעון הצדיק ניין, מען דארף טוהן גמילות חסדים אויך צו ווערן אנגערופן הצדיק, מען דארף קענען לערנען, אז מען טוט אין תורה ועבודה וגמילות חסדים דעמאלט'ס קען מען שרייבן צדיק בא לעיר.

אבער פארוואס דארף די משנה שרייבן ער איז געווען משיירי אנשי כנסת הגדולה? שרייבט די מהר''ל זייער א שיינע פשט, די פאריגע משנה איז דאך שוין געשטאנען הם אמרו שלשה דברים, וואס קומט יעצט שמעון הצדיק זאגן אנדערע דריי זאכן? נאר זאגט די הייליגע מהר''ל די דורות ווערן שוואכער און שוואכער, און עס קומט אויף פרישע זאכן וואס פארדעם איז עס נישט נוגע געווען, מען האט גע'ארבייט אויף אסאך מער דקות'דיגע ענינים, און מיט די ירידת הדורות קומט צו כסדר פרישע זאכן וואס מען דארף מעורר זיין דערויף, זאגט ער דאס זאגט די משנה, שמעון הצדיק איז געווען משיירי אנשי כנסת הגדולה, ער איז שוין געווען פון די לעצטע, ס'האט זיך אנגעהויבן א ירידת הדורות, האט ער שוין געמוזט ברענגען פרישע דריי זאכן כדי די וועלט זאל האבן א קיום, איר פארשטייט? מען קען שוין נישט רעדן היינט פון די ניינעקס טעלעפאן'ס מיט די ביפער'ס, היינט איז דא סמארטפאון'ס, זאל דער אייבערשטער העלפן אז דאס זאל שוין זיין די לעצטע נסיון פונעם דור, אמן.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

מאניש, הערליך צו באלעקן די פינגער,
יא יא יענע פינגער וואס ווערט שמוציג פון די אייזקריעם...
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

גיי אן! דיין שפראך, דיינע משלים און דיין פארלערנען איז מעהרעדיג!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

געלויבט דער פון אויבן פאר דער שטורעם ווינט וואס האט מיר אריינגעבלאזן אין דעם אשכול. יעצט דורכגעלעזט דעם ערשטן בלאט מאניש'ל שפתיים יישק זאגסט אזוי גוט ציקער זיס.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דורך געלערנט אלע 8 שיעורים
Wow wow
וואס ס’גייט נישט דא פאהר.....
גיי ווייטער (אויב נישט פרקי אבות דעמאלטס מיט ברכי נפשי אויך א ערליכע איד דער)
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הערליך שיין מתוק מדבש צוקער זיס wow wow
גיי אן ווייטער די יאר אויך
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

הערשט איצט געלערנט דעם משנה… זעה איך דיין מאטא… און וואס איז מיט א נישט צובראכענעם איד??
@מאניש,
אגב יעדע איינציגע תגובה דיינע צום באלעקן! סאך מער פון די געשמאקע קוקיס..
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מי יודע האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

ותכסני פלצות...

איך בין נישט מקנא דעם בעל המודעות בכפלים

אוי א רחמנות דעם זרח! וועכע? איימעניט וועכע?..
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

כ'מזל איך האב ארומגעבינדן דעם אשכול מיט א וועקער זייגער, אזוי האט מיין אימעיל געכאפט א ציפ ווען איינער האט צוגעלייגט א תגובה דא.. אינאיינוועגס האב איך מיר דערמאנט אז מ'דארף שוין לערנען פרק..
א גוט'ן זוממער יעדער איינער.. די מייק ארבייט נאך? אקעי, יאלא.. ווארט מיר ביי די קארנער..

שיעור ט'

א איד רופט אריין היינט צום ריעל עסטעיט בראויקער, ער זוכט א דירה צו קויפן אין ווילי.. פרעגט אים די ברויקער, קום אריין מיט מער דעטאלן, וואס פונקטליך זוכסטו, און וויפיל בוזטו גרייט צו צאלן..

המממ, איך זוך לכתחילה א זיבן רומיגע דירה, מיט פיר טוילעט'ס, אויף די דריטע שטאק מיט א עלעוועיטער, אין די לינגען פון ווילי..(די הערצער האט מען שוין אפגעשיקט קיין אוקריינע שטייצעך, צוזאמען מיט אונזערע תפילות..) און ער איז גרייט צו צאלן ביז $200,000 פאר די דירה, ער איז מסכים צו גיין מיט א ניין רומיגע אויך בדיעבד פאר די פרייז.. דער ברויקער זעהט דאך מיט וועמען ער האנדל'ט דא, א שאד יעדע מינוט צו זיין מיט דעם ראזשינקע אויפן טרייבל, זאגט ער אים כהאי לישנא, ר' איד: ווארט מיר ביי די קארנער!

איך האב אמאל געמיינט אז די מערסטע מענטשן וואס ווארטן אויף איין פלאץ איז ביי מיין דאקטאר'ס אפיס, הייבט זיך נישט אן.. ס'איז ביי די קארנער! דו ווייסט וויפיל מענטשן כ'האב שוין אהינגעשיקט ווארטן? איך שיק זיי נישט מיט ליידיגע פיס ווארטן.. סע'שיגע? כ'האב דאך פארט א אידיש הארץ..בעהט איך זיי אז זיי זאלן מיטנעמען א שירעם, א זאק ארבעס, ס'זאל זיין אויף וואס א ברכה צו מאכן.. דא אויפן וועלט'ל האב איך שוין אהינגעשיקט א גאנצע מחנה כאסידים וואס זאלן גיין צום קארנער ווארטן.. כ'דערמאן זיך יעצט, א געלט מעשה, איינער דא אויפן וועלט'ל, האט זיך אים אמאל דעוועלעפט א התלהבות זיך צו באקענען מיט מיר, נו שוין געהערט אזוינס, מאכט זיך ביי די שענסטע מאלפעס אין דארף.. האב איך אים געשיקט ווארטן ביי די קארנער! כהנה בהמה שיק איך כסדר אהין מיינע יוניט'ס.. און די קארנער איז א אלוועלטליכע וועיטינג רום וואס מיליאנען מענטשן שיקן אהין כסדר צו ווארטן.. יע, ווארטן אויף וועמען? ס'חילוק, ווארט! ווילאנג? ווילאנג די ארבעס זאק ווערט ליידיג..

א איד רופט א שדכן פאר זיין 33 יעריגע בחור, ער זוכט א שידוך.. וואס זוכסטו? א געלט זאך.. דיין בחור איז דאך 33 יאר! אקעי, אפשר וועט ער גרייט זיין צו פארקוקן לכבוד דעם גאר שטארק, און אים מזווג זיין מיט א קניידל גלייך ארויס פונעם אנשטאלט צענטער.. אבער ער בעהט אויך אז ס'מוז אויסזעהן גוט.. האבן א שטיקל נארמאלע צורה, און שטייצעך זאל זיין א כלה נאה וחסידה.. המממ, דעס ווילסטו אויך? הייסט מ'קען נישט נעמען פון די דאון סינדראם חבריא.. נו, אפשר קען מען טרעפן עפעס מיט געלט און זאל אויסזעהן גוט, מיט היפשע געצוימטקייטן אין מח.. אזוינס וואס די שכל איז פארמאכט מיט א נומבער שלאס, און קיינער קען נישט די נומבער.. אזא סוחי ביי די עזרת נשים.. און דא קומט ער אבער מיט א דריטע פארלאנג, ער זוכט דייקא א קלוגע פארשטענליכע מיידל..

אלע דריי דארפסטו? געלט, שיין, און קלוג? ווארט מיר ביי די קארנער!

אבער וואס עפעס ווארטן ביי די קארנער? אינמיטן גאס איז נישט גוט? מוז זיין דוקא ביי די קארנער? זאג ווילסט הערן א מעשה, אדער פרעגן קשיות.. אזוי גייט די מעשה.. אויף א זאך וואס איז רחוק מן השכל, זאגט מען ווארט מיר ביי די קארנער..


★★★★

על שלשה דברים העולם עומד, על התורה ועבודה וגמילות חסדים
.. זאגט די ראב''ן, אז עס ברויך זיין אלע דריי צוזאמען.. ווי יענער זאגט, כ'האב אלע דריי.. נישט גענוג בלויז תורה, אדער בלויז עבודה, עס מוז זיין אלע דריי.. זאגט די דברי אבות בלשון צחות, העולם עומד, די וועלט שטייט און ווארט אויף אזא איינעם.. נישטא! ווי צו זאגן, ווארט מיר ביי די קארנער! על שלשה דברים, אז איינער זאל האבן אלע דריי צוזאמען, איז העולם עומד, אויף דעם שטייט די וועלט און ווארט נאך יעצט..

אבער די שפת אמת בא'רואיגט אונז, אז ס'מיינט נישט אלע דריי צוזאמען, און ער ברענגט פונעם רבי'ן ר' אלימלך דאס באקאנטע ווארט, אז קודם איז געווען א דור פון תורה, שפעטער א דור פון עבודה.. און באכעשעם מיר האלטן שוין ביי די דור פון גמילות חסדים ווי יעדער איינער האט א פעידזש מיט א גאויל און אכט גאוי פאנד מי'ס יעדע צווייטע חודש.. און אט אט קומט שוין משיח.. הוא איז אן די וועי..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

טענקס; ווארט מיר שוין לאנג אויף; אויף דעם שיעור!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקס! מעגא מאסיוו!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יעצט געליינט ( געלערנט ) די פאריעריגע שיעורים wow א הערליכע דזשאב לוקינג פארווערד פאר די שיעורים
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

זעסט מיין ווארטן האצעך אויסגעצאלט!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פיין געזאגט!


דערמאנסט מיר פונעם אידל.. ער טענה'ט אז מ'טראגט איהם אן דריי שידוכים.. יעדעס איינס מיט אנדערע מעלות.. ווען אלע דריי וואלטן געווען בי איינם וואלט עס געווען א פיינע זאך.. איינער האט א גוטע בחור.. דער צווייטער איז א מכובד'יגע משפחה.. און דער דריטער איז זיך גרייט משדך צו זיין מיט איהמ'ען..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

ווער איז די דברי שמואל פין די דריטע שיעור? עס שטימט נישט מיט די פסוקים פין ואתה תחזה אין פרשת יתרו
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:טענקס! מעגא מאסיוו!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

יקוש פייוויש האט געשריבן:זעסט מיין ווארטן האצעך אויסגעצאלט!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

סארא שפראך דאס... אויסצוגיין..
גראדע אין ע"ז כ: טרעפט מען שוין אז א שידאך איז געווארן ביים קארנער. "קרן זוית הואי".
זעט אויס א קארנער איז מסוגל.
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

ווי נעמט מען אזויפיל געדאנקען שפראך וכו', ישר כח, א געשמאַק צו ליינען!
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

יעדער האט געשריבן:ווער איז די דברי שמואל פין די דריטע שיעור? עס שטימט נישט מיט די פסוקים פין ואתה תחזה אין פרשת יתרו


ישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן, איך האב געמאכט א טעות מיטן נאמען פון די ספר, ס'איז מדרש שמואל נישט דברי שמואל. פון ר' שמואל די אוזידא.

דא האסטו א לינק צו די ווערטער, אותיות מחכימות, עס איז די דריטע שורה פון אויבן ואפשר לומר. ביז די סוף פון די שטיקל עכ''ל.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:ווער איז די דברי שמואל פין די דריטע שיעור? עס שטימט נישט מיט די פסוקים פין ואתה תחזה אין פרשת יתרו


ישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן, איך האב געמאכט א טעות מיטן נאמען פון די ספר, ס'איז מדרש שמואל נישט דברי שמואל. פון ר' שמואל די אוזידא.

דא האסטו א לינק צו די ווערטער, אותיות מחכימות, עס איז די דריטע שורה פון אויבן ואפשר לומר. ביז די סוף פון די שטיקל עכ''ל.

נו ער זאגט דאך קלאר אז ער רעדט פין סתרי תורה וסודותיה און נישט פין די אלע שאלות וואס מענטשען האבען אבער למעשה האסטו מיר באמת'דיג משמח געווען מיט יענע זאפטיגע תגובה וואס א חילוק אויב עס שטימט אדער נישט...
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

יעדער האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:ווער איז די דברי שמואל פין די דריטע שיעור? עס שטימט נישט מיט די פסוקים פין ואתה תחזה אין פרשת יתרו


ישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן, איך האב געמאכט א טעות מיטן נאמען פון די ספר, ס'איז מדרש שמואל נישט דברי שמואל. פון ר' שמואל די אוזידא.

דא האסטו א לינק צו די ווערטער, אותיות מחכימות, עס איז די דריטע שורה פון אויבן ואפשר לומר. ביז די סוף פון די שטיקל עכ''ל.

נו ער זאגט דאך קלאר אז ער רעדט פין סתרי תורה וסודותיה און נישט פין די אלע שאלות וואס מענטשען האבען אבער למעשה האסטו מיר באמת'דיג משמח געווען מיט יענע זאפטיגע תגובה וואס א חילוק אויב עס שטימט אדער נישט...


לערן עס איבער נאכאמאל.. פון ואפשר לומר ביזן סוף..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור י'

ר' קלונימוס זויערפעקל זיצט ביים גמרא אין ס'מעדרעש, דאס געזיכט איז אים פארוואלקענט, ער וואלט ליבערשט געזאגט יעצט קינות, אבער וואס זאל מען טוהן ער מוז יעצט לערנען.. א מין אפקומעניש דעס, פון צייט צו צייט לאזט ער ארויס אזא טיעפ'ן קרעכטץ, ווי צו זאגן, די תורה איז זיס.. עפעס א לחש וואס זיין רבי האט אים אויסגעלערנט אין חדר צו זאגן, און ער האט נישט קיין אהנונג די באגריף דערפון.. ס'איז עפעס אזא אמונה זאך.. ער האט אמונה פשוטה אז ס'איז זיס.. ס'קען מען טוהן, ס'הערשט א הסתר פנים.. וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסטו זעהן, עפעס אזא בחינה.. אבער ביזדערווייל, מאכט מען זיכער אז מ'איז אריינגעפאנטש 926 אין ס'מעדרעש, ווייל אז נישט וועט ער נישט קריגן באצאהלט, היו לא תהיה.. ער איז נעבעך א געדינגענער.. ער ארבייט אויף די שעה, קוים אין צרות שטופט ער אדורך א בלאט גמרא, שוין אפאר מאל געקלערט צו גיין אריינרוימען צו אים אין די אויער, קוקו ריקו קו.. אדער בשעת ער זיצט מיטן קאפל אראפ ביז די אויגן, און דאס זויערקייט אויפן פנים ריח'ט ווי א זויערע אוגערקע, זיך געבן אזא בייג אריין פון דערונטער, און פארופן א באלדיגע כא כא כא אווענט.. האלט'ס ס'וועט גיין א נשיאת כפים אזש כ'וועל זעהן מתן תורה בהקיץ? כ'בין נישט גרייט איינצושטעלן מיין אויער פאר אזא מאמענט.. אבער וואס קען מען נעבעך טוהן, ער איז א געדינגענער.. גלייב מיר ער וואלט עס נישט געטוהן ווען נישט איינער זאגט אים צו אן אוצר מיט געלט..

סוחי קארפענקאפ רייסט אריין צו שחרית מיט זיין תפילין לאנטש בעג.. מ'האלט שוין ביי ברוך שאמר, און ס'פליעהט ארויף די רצועות אויפן של יד מיט איין אטעם, דער של ראש באקומט אויך זיין פארדינטן רוה ארט, ער צו'קישט זיך דערמיט אהין און צוריק, דיך מיך שיך קריך.. אזא ונתנו פון אלע צדדים, כ'ווייס שוין נישט ווער ס'קושט וועמען, ער די בתים אדער גאר פארקערט.. סא חילוק, העיקר ער כאפט א בליק אויפן זייגער, ס'שפעט.. ער דארף נאך צוריק ענטפערן אויפן וואטסעפפ שמועס זיינע הגהות, און דא האלט אים די בעל תפילה אויף.. נו, יאג דיך אונטער דו מטורף.. נישט ווייל ער מאכט אויס דא פאר די מנין, ער פוצט עניוועי אפ נאך נקדישך יעדן טאג, אבער אז מ'קען זיך בייזערן פארוואס דען נישט?! זאל כאטשיג זיין א תירוץ פארוואס ער פוצט אפ אינמיטן דאווענען.. ס'איז דעם בעל תפילה'ס אחריות.. ער וועט ברענען אין געהענעם פארדעם.. ער פון זיין זייט וואלט נישט געלייגט יעצט קיין תפילין, נאר וואס זאל מען טוהן אז ער איז עט גאן פוינט, און חלילה טאמער וועט ער נישט לייגן תפילין וועט אים די באשעפער בראטן אינעם הייסן קעסל און מאכן פון אים זרוע פארן סדר.. ער קען זיך פשוט נישט קיין עצה געבן חלילה דערמיט.. און אלץ א זייטיגע בענעפיט, וועט ער געווינען א גורל אויף א באקס דשעלי ביענס.. כ'מיין צוזאגן באקומען עפעס אן עולם הבא, אזוי האט אים זיין טאטע געזאגט..

★★★★

אנטיגנוס איש סוכו, קיבל משמעון הצדיק, ער האט געהייסן איש סוכו זאגט רבי יצחק אבוהב אין מגן אלוקים ווייל איש ווייזט אויף א העכערע מענטש, אזוי ווי ביים כהן גדול שטייט, אישי כהן גדול..

הוא היה אומר, זאגט ר' ברוך מקוסוב, אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב על מנת לקבל פרס, דינט נישט דעם אייבערשטן אויף אזא וועג, אז די ארומיגע זאלן מייענען אז דו טוהסט עס נאר ווייל דו בוזט א געדינגענער.. אלא הוו כעבדים המשמשין את הרב שלא על מנת לקבל פרס, מען דינט דעם אייבערשטן מיט א געשמאק, ווייל מ'האט ליעב צו לערנען, מ'האט ליעב צו דאווענען.. מיט א שמייכל, מיט א פרישקייט, וויאזוי זאגט מען אין ירושלים אלט אידיש? ס'לעבט צאך א דאווענען.. די ארומיגע זאלן זעהן אז דו טוהסט דאס ווייל ס'איז דיר געשמאק! נישט ווייל דו גייסט קריגן זאזא'ס אויב דו וועסט זאגן שיין הויעך.. דו לערנסט ווייל ס'געבט דיר חיות, האסט א געשמאק דערינען, אה טו א קוק, א תירוץ פון אביי.. א שמייכל אויפן געזוכט, מ'האט צוגעטראפן א תוספות.. א געפיל פון סיפוק, אן אהבת התורה.. אט דאס איז א העכערע שטאפל אין עבודת השם.. אודאי גייט דער סוחי קריגן שכר פארן ארויפדרייען די רצועות, אין הקב''ה מקפח שכר כל ברי-ה, נישט ווי די תלמידים צדוק ובייסוס האבן אפגעלערנט אז מ'קריגט חלילה נישט קיין שכר, יעדער באקומט שכר.. אבער נישט דאס דארף זיין די סיבה וואס מאכט מיר לערנען אדער דאווענען.. איך זאל האבן אזא שמחה און געשמאק ביים דאווענען און לערנען, אז די ארומיגע מענטשן זאלן נישט איינפאלן אז איך טוה דאס ווי א געדינגענער..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”