מהגוני האט געשריבן:פון הרב שפרן ווערטער איז משמע דאס ס'איז ברור ביי אים דאס די תכלת איז די ריכטיגע תכלת, דאס הייסט אז לדעתו על פי הלכה קען מ'זען זיך בנוצען מיט דעם מקיים צו זיין א מצוה דאורייתא.
אויף די נ.ב.
דאס איז נישט די אופן וויאזוי מ'איז מברר א הלכה לאמיתה של תורה, מיט הרגשים אנצוטיילען און מחליט זיין פארן באשעפער ח"ו, פונקטליך ווער מעג יא מגלה זיין די תכלת און ווער נישט, הרבה שלוחים למקום.
איך גלייב נישט אינגאנצן אז לדעתו האלט ער מיט א בירור גמור
כמו באורים ותומים אז מ'קען מיט דעם מקיים זיין די מצווה פון גיין מיט תכלת. דאס איז מיין פיהלינג. איך גלייב אז טיף אינעווייניג האט ער פארשידענע דוחקים דערויף. ער וואלט געקענט באשטיין צו ווערן דערין נאך קלארער. וואס איז די 'נאך קלארער'?
סאו תכלת דארף ווייזן אז מ'זאל זיך דערמאנען מכל מצוות ה'. און דא דארף מען זיך אויך דערמאנען
ווער ס'האט אנגעוויזן וואס ס'איז? קען מען דען דאס נישט נוצן אלץ א ראי' אז ס'איז נישט די ריכטיגע תכלת? תכלת דארף דערמאנען פון כסא הכבוד, און דא דערמאנט עס פון געוויסע פרופ'. תכלת דארף שטארקער מאכן אמונה, און דא מאכט עס שוואכער.
ווען דער ראדזינער איז ארויסקומען מיט זיין בפירוש'ע תכלת, האסטו אויך געשריבן אויף "אייוועלט" אז דאס איז די תכלת. און קיינער האט דיך נישט געקענט אפווענדן. ווייל דו האסט נאר געהאט געטראפן יענעם פישל. און
אפשר איז דא עפעס א אנדערע חלזון וואס מ'האט נאכנישט געטראפן? וואס יענץ האט נישט קיין שום שוועריגקייט. ס'איז א גוף אטום, ס'איז ברייתו דומה לדג, אלעס.
די 'אפשר' וואס איך האב פריער געשריבן ווערט נישט שטערקער ווען מ'ווייסט אז זיי האבן דאס געטראפן?
ווען דו ווייסט אויף
זיכער אז השי"ת האט דא געטון עפעס, אז דאס איז
זיכער די תכלת. קענסטו אנהייבן זאגן אז מ'זאל נישט איינטיילן און מחליט זיין. אבער דאס אז השי"ת האט דא געטון עפעס, דאס אליין איז נישט הונדערט פראצענט.
קען זיין אז ס'איז א געוויסע דמיון. די ראדזינער - לדעתך - האט אויך געמיינט בפירוש אז זיין פישל איז די זאך.
יא, ס'שטומט היפש אז דאס קען שטומען אריינגעקוועטש, אדער נישט אריינגעקוועטש, אהער, אהין, קען זיין. נישט הונדערט פראצענט. ס'איז דא דוחקים. ס'איז נישט 'אורים ותומימ'דיג'. דאס דארף מען פארענפערן, יענץ דארף מען פארענטפערן.
דא דארף מען זאגן אז דער רמב"ם האט נאר נאכגעשריבן. און אז רש"י האט זיך געהיטן פון געהעריג זאגן. בקיצור ס'איז נישט ממש קלאר.
והא ראי' אז ווען איך זאל דיר ברענגען א חלזון וואס שטומט הונדערט פראצענט מיט אלע ראשונים, און מיט יעדע איינציגע גמ' בבלי ירושלמי, וואלסטו יענץ גענומען. פארוואס? וויאזוי קענסטו יענץ נעמען? די מיורעקס איז דאך די ריכטיגע תכלת? אלא מאי, דו ווייסט אז דער מיורעקס האט דוחקים.
זאג איך אז די זאך אז זיי האבן עס געטראפן, איז אויך א זאך וואס שוואכט אפ די שוין אזוי דוחק'דיגע אריינגעקוועטשאכץ. צו זאגן אז תבנית דיוקנו כים זאל מיינען די גלי הים. איז
והשם הטוב יעזור