התכלת והחלזון מהו

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

ער טאנעט דאס זיין רבי האט באמת נישט דורך געטוהן די נושא, אין גענפערט אויף איין פרט בלבד.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך דממה דקה »

מהגוני האט געשריבן:ער טאנעט דאס זיין רבי האט באמת נישט דורך געטוהן די נושא, אין גענפערט אויף איין פרט בלבד.

דא האט מען אנגעפירקלט צוויי בלאט צינאר לייגן רב אלישיב ווייל זיין טענה קעגן די מיורעקס וועגן געלט וכו'.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך בבקשה »

מהגוני האט געשריבן:ער טאנעט דאס זיין רבי האט באמת נישט דורך געטוהן די נושא, אין גענפערט אויף איין פרט בלבד.

איז מילא? וואס האלט זיין רבי? גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בו? אדער ער האלט גארנישט?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך איינס »

דממה דקה האט געשריבן:דא האט מען אנגעפירקלט צוויי בלאט צינאר לייגן רב אלישיב ווייל זיין טענה קעגן די מיורעקס וועגן געלט וכו'.

נישט צונאר געלייגט רב אלישיב, נאר צונאר געלייגט די וואס ווילן איינרעדן אז ״דאס״ איז ״די סיבה״ וואס ער האט נישט אנגעטון תכלת.

יתכן ער האט געהאלטן אז די זאך איז נאכנישט אזוי קלאר און דערפאר בצירות די געלט וויל ער נישט ארויס קומען מזאל אנטון, אבער צו זאגן אז נאר וועגן דעם?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

לכאורה וויבאלט ער האט נישט דורך געטוהן די נושא האט ער געהאלטען דאס ס'איז נאר א ווייטע ספק, לגבי א ספק קען מען מצרף זיין די גזירה שאין הציבור יכולים וכו'.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך דממה דקה »

איינס האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:דא האט מען אנגעפירקלט צוויי בלאט צינאר לייגן רב אלישיב ווייל זיין טענה קעגן די מיורעקס וועגן געלט וכו'.

נישט צונאר געלייגט רב אלישיב, נאר צונאר געלייגט די וואס ווילן איינרעדן אז ״דאס״ איז ״די סיבה״ וואס ער האט נישט אנגעטון תכלת.

יתכן ער האט געהאלטן אז די זאך איז נאכנישט אזוי קלאר און דערפאר בצירות די געלט וויל ער נישט ארויס קומען מזאל אנטון, אבער צו זאגן אז נאר וועגן דעם?!

מהגוני וואלט דאך געדארפט זיין דער ערשטער שרייבן אז דאס זענען נישט די טענות פון רב אלישיב, ער האט דאך דארכגעטוהן די נושא
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך איינס »

מהגוני האט געשריבן:לכאורה וויבאלט ער האט נישט דורך געטוהן די נושא האט ער געהאלטען דאס ס'איז נאר א ווייטע ספק, לגבי א ספק קען מען מצרף זיין די גזירה שאין הציבור יכולים וכו'.

און איך זאל אנטון ווייל?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך Who knows »

איינס האט געשריבן:און צום ענין, איך בין קאנווינסד אויף 10 אויב נישט 11!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך איינס »

Who knows האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
מהגוני האט געשריבן:לכאורה וויבאלט ער האט נישט דורך געטוהן די נושא האט ער געהאלטען דאס ס'איז נאר א ווייטע ספק, לגבי א ספק קען מען מצרף זיין די גזירה שאין הציבור יכולים וכו'.

און איך זאל אנטון ווייל?

איינס האט געשריבן:און צום ענין, איך בין קאנווינסד אויף 10 אויב נישט 11!

נאכאלס גיי איך נישט אנטון קיין תכלת (איך וואלט אפשר יא געמאכט א ברכה אויף א טלית וואס האט תכלת אם יזדמן לידי)
וואלט איך געווען א מורה הוראה און איך וואלט דורך געטון די נושא אין בית מדרש מיט די סגיות און וואלט געבליבן ביי 10 וואלט איך מיר אנגעטון תכלת. אדערווייל וואס איך בין נישט טוה איך עס נישט אן ביז איך וועל באוקמען א הוראה למעשה פון מיין רב אדער דיין.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מצפים לישועה »

דממה דקה האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:סי'דאך דא א געדריקטע תשובה פון רב אלישיב, איך כאפ נישט די גאנצע שמועס דא

מצפים לישועה האט געשריבן:א איד האט מיר געזאגט אז רבי משה אלישיב האט אים געזאגט אז זיין טאטע האט זיך פונאנפאנג מתנגד געווען צו די תכלת, ווייל ער האט געמיינט אז סאיז סתם א באנדע משוגעים וואס בויען אויף השערות בעלמא, שפעטער האט ער געההערט מער די טענות האט ער זיך שוין נישט מתנגד געווען, רבי צבי שכטר זאגט אז ער האט פארשטאנען פון רב אלישיב אז די טעם וואס ער וויל נישט אריין גיין אין דעם איז ווייל אויב ער וועט זאגן מען זאל גיין מיט תכלת וועט די פרייז שפרינגען משוגע היועך, און אין רוב הציבור יכול לעמוד בו.

יעצט פארשטייסטו?

יא איך פארשטיי, א פוסק שרייבט א תשובה להלכה, און דא קומט מען מעשיות מפי עבד מפי שפחה, און דערנאך מאכט יענעם פוסק צושפאט בעיסד אויף די מעשיות מפי עבד ושפחה.

ער שרייבט גארנישט קיין בירור אין דעם נושא, נאר אז ער ווייסט גארנישט וועגן דעם, און כל זמן מען ווייסט נישט דרארף מען נישט חושש זיין אז אפשר איז דאס דער ריכטיגער תכלת, זייט דעמאלט איז די זאך נתברר געווארן אסאך מער.
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מצפים לישועה »

איינס האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:דא האט מען אנגעפירקלט צוויי בלאט צינאר לייגן רב אלישיב ווייל זיין טענה קעגן די מיורעקס וועגן געלט וכו'.

נישט צונאר געלייגט רב אלישיב, נאר צונאר געלייגט די וואס ווילן איינרעדן אז ״דאס״ איז ״די סיבה״ וואס ער האט נישט אנגעטון תכלת.

יתכן ער האט געהאלטן אז די זאך איז נאכנישט אזוי קלאר און דערפאר בצירות די געלט וויל ער נישט ארויס קומען מזאל אנטון, אבער צו זאגן אז נאר וועגן דעם?!

קיינער האט נישט געזאגט "נאר" וועגן דעם
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מצפים לישועה »

איינס האט געשריבן:
מהגוני האט געשריבן:לכאורה וויבאלט ער האט נישט דורך געטוהן די נושא האט ער געהאלטען דאס ס'איז נאר א ווייטע ספק, לגבי א ספק קען מען מצרף זיין די גזירה שאין הציבור יכולים וכו'.

און איך זאל אנטון ווייל?

רוב רבנים וואס האבן דארך געטון דעם נושא האלטן אז סאיז ריכטיגער תכלת, נאר טייל טוען עס אן בצנעא, טייל זאגן זייטיגע טעמים פארוואס נישט, כגון מסורת, רב אלישיב, צער בעלי חיים, יש כח ביד חכמים לעקור דבר מן התורה בשב ואל תעשה וכדומה, למעשה איז כמעט נישט דא קיין צוויי רבנים וואס האבן עס דארך געטוהן און זיי זאגן די זעלבע טעם פארוואס נישט, ממילא הייסט עס א דעת יחיד, און אפילו מען זאל זאגן אז סאיז א מחלוקת שקול איז דאך ספיקא דאורייתא לחומרא.
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

הרב בעלסקי זצ"ל, וואס איז געווען א גרויסע פוסק אין די ישיבישע וועלט אין אמעריקא, איז א קלאסישע דוגמא פון א גאר ערליכען איד, א פוסק גדול און א גאון אדיר וואס כל התורה פתוחה לפניו, וואס האט אויך געהאט א געוואלדיגע ברייטקייט אין וועלטליכע ידיעות און מדע, האט דורך געטוהן די נושא בעיון ובעמקות און איז אנגעקומען צו די מסקנא דאס די מיורעקס איז נישט קיין ספק ס'איז א וודאי חלזון התכלת, און איז טאקע געגאנגען מיט תכלת די לעצטע פינף יאר פון זיין לעבן. כ'מיין ס'נישט דא נאך א פוסק היינצוטאגס וואס קען זיך פארמעסטן מיט די ברייטע כלים וואס הרב בעלסקי האט פארמאגט. אויב איינער וויל ליינען איבער אים, ארטסקרול האט לעצטענס ארויסגעגעבן א שיינע ביאגראפיע בוך אויף אים (די תכלת נושא איז אויך דערמאנט).
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מצפים לישועה »

דאס וואס איך קען נישט פארשטיין, פארוואס רבנים דארפן באהאלטן זייער תכלת, פון ווען שעמען זיי זיך
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

ווינע רב שליט"א באהאלט דאס נישט.
קאסובע רבי אין ב"פ באהאלט דאס נישט.
ערלויע רבי און זיינע ברודערס די ערלויע רבנים באהאלטען דאס נישט.
לעצט פארראכטן דורך מהגוני אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 3:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מצפים לישועה »

נישט אלע באהאלטן אבער אסאך יא
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

א רשימה גענומען פון א אנדערע פורום אויף רבנים (א חלק לעבן שוין נישט) וואס גייען מיט די תכלת בפרהסיא, רוב זענען פון א"י.
רבי יצחק שלמה זילברמן
רבי חיים פנחס שיינברג
רבי זלמן נחמיה גולדברג
רבי שריה דבליצקי
רבי משה מרדכי קארפ
רבי מאיר מאזוז
הרב בעדני
הרב רצאבי
רבי עמרם אופמן
רבי נתן רוטמן
רבי ישראל בלסקי
רבי צבי שכטר
רבי יורם סרי
רבי חי"ד וייס מאנטוורפן
רבי נחום מאיר רוזנברג (בהג"ר שריאל)
האדמור מערלוי
הרב דוב ליאור
הרב שמואל טל
רבי גרשון מלצר
הרב כץ גאבד ווין בארה״ב
הרב פרבשטיין מחברון
רבי אליהו דוב וואכטפויגל
רבי חיים עוזר בן רבי משה שטרנבוך
רבי חיים קלופט
רבי ברוך גוטמן מב"ב
רבי ישראל לנדא
הרב דב קוק
הרב יצחק מאיר מורגנשטרן
הרב שרלין
רבי חיים רבי
רבי ינון מלאכי
רבי יעקב יוסף
רבי פסח מילר
חתן הגר"נ קרליץ - הרב גרוסברד מכולל חזו"א
הרב ליאור גלזר
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך Who knows »

הרב וואכטפויגל גייט?
הרב חיד"ו ווייס גייט?
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

רב חיד"ו וייס, בין איך נישט זיכער.
הרב וואכטפויגעל איז באקאנט דאס ער גייט.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מסתמא »

יאוי.. און וואו זענען די סאטמארע/וויזניץ/בעלזא/סקווירא/באבובע וכו' דיינים/רבנים/אדמורים?

וואו איז די עדה החרדית/התאחדות הרבנים? גארנישט?

וואו זענען די ליטווישע מנהיגים בארצה"ק ובאה"ב? אלעס איז שטיל..

טשערי פיקן קען יעדער... אבער דאס רוב רובם מנהיגים פון כלל ישראל שטיצן נישט דעם מיורעקס
(אדרבה וואס האלט דיין רב/מורה דרך אויף דעם?)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך דממה דקה »

מסתמא האט געשריבן:יאוי.. און וואו זענען די סאטמארע/וויזניץ/בעלזא/סקווירא/באבובע וכו' דיינים/רבנים/אדמורים?

וואו איז די עדה החרדית/התאחדות הרבנים? גארנישט?

וואו זענען די ליטווישע מנהיגים בארצה"ק ובאה"ב? אלעס איז שטיל..

טשערי פיקן קען יעדער... אבער דאס רוב רובם מנהיגים פון כלל ישראל שטיצן נישט דעם מיורעקס
(אדרבה וואס האלט דיין רב/מורה דרך אויף דעם?)

יאוי, דו ברענגסט דאך די רבנים וואס רעכענען זיך מיט ראשונים.
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

מסתמא האט געשריבן:יאוי.. און וואו זענען די סאטמארע/וויזניץ/בעלזא/סקווירא/באבובע וכו' דיינים/רבנים/אדמורים?

וואו איז די עדה החרדית/התאחדות הרבנים? גארנישט?

וואו זענען די ליטווישע מנהיגים בארצה"ק ובאה"ב? אלעס איז שטיל..

טשערי פיקן קען יעדער... אבער דאס רוב רובם מנהיגים פון כלל ישראל שטיצן נישט דעם מיורעקס
(אדרבה וואס האלט דיין רב/מורה דרך אויף דעם?)

אסאך פון די דיינים און רבנים פון די דערמאנטע קהילות און חסידות'ן גייען בצנעא (און דווקא בצנעא אלץ רעפיוטאציע וכו'), און רוב פון די אדמו"ורים, רבנים און ראשי ישיבות, האבען קיינמאל נישט דורךגעטוהן די נושא אין ווייסען ניטאמאל וואס די ווארט "מיורעקס" איז (אדרבא פראבירט...).
לעצט פארראכטן דורך מהגוני אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 7:49 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

רעדט מיט א דורכשניטליכער רב אדער דיין, פרעג אים אויף תכלת, וועט ער מימרמלען עפעס אויף ראדזינער, וואס, יא, אסאך גדולים האבען נישט געהאלטען דערפון, ניין איך רעדט פון א די נייע תכלת! וואס יא כ'האב עפעס געהערט וויפיל תכלת'ן איז שוין דא היינט, ווי קען מען וויסען, וואס, יא ס'איז נישט אנגענומען, האט איר עס דורכגעטוהן, וואס, יא, כ'כ'האב עפעס אמאל געליינט דערפון כ'גדענק נישט פונקטליך אבער מ'זעט דאך ס'נישט ס'נישט, וואס הייסט ס'נישט? איך בין נישט פונקטליך באקאנט...
לעצט פארראכטן דורך מהגוני אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מהגוני
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 5:31 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך מהגוני »

כ'וואלט מציע געווען פארן עולם דא, צו פרעגען זייערע דיינים און רבנים. און צוריק ברענגען אהער וואסערע תשובות מ'הערט (ס'פעלט נישט אויס קיין נעמען). ס'איז פשוט אינטערעסאנט צו וויסען וויפיל זענען באמת באקאנט אין דעם ענין, אין וואסערע ריאקאציעס מ'באקומט.
לעצט פארראכטן דורך מהגוני אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: התכלת והחלזון מהו

תגובה דורך גרשון »

מסתמא האט געשריבן:יאוי.. און וואו זענען די סאטמארע/וויזניץ/בעלזא/סקווירא/באבובע וכו' דיינים/רבנים/אדמורים?

וואו איז די עדה החרדית/התאחדות הרבנים? גארנישט?

וואו זענען די ליטווישע מנהיגים בארצה"ק ובאה"ב? אלעס איז שטיל..

פון בלאט 1
סאכדעס האט געשריבן:אנדערע טענה'ן, אז היות דער ראדז'ינער איז דאך געווען א קדוש וטהור, איז אפילו די היינטיגע קוקט אויס אז עס שטימט מער מיטן מציאות. איז וויבאלד די היינטיגע קומט פון די פושעים למיניהם, און אויך איז עס דאך ווי-נישט-ווי א חידוש אין מסורה. זאל ווער עס וויל מחמיר זיין און גיין מיט א טלית של תכלת, זאל ער כאטש אנטוהן דאס וואס דער הייליגער ראדז'ינער האט באשטעטיגט אלס תכלת.

אלעס שטימט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פארשפארט

צוריק צו “הלכה למעשה”