חידושי ליל ששי - פון הרה"ג צנמ"ס ר' @אוראייניקל שליט"א

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

חידושי ליל ששי - פון הרה"ג צנמ"ס ר' @אוראייניקל שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

היות איך באלעק מיר די פינגער יעדער ליל ששי מיט די פערל ווערטער פון הרה"ג ר' @אוראיייניקל שליט"א, און מסתמא זענען פארהאן נאך צענדליגע מענטשען וואס האבען הנאה פון דעם, און ס'איז א שאד אז נאר די אידען וואס קומען אריין אין די ליל ששי אשכול אין פארברענגען זאלען הנאה האבען פון דעם, האב איך באשלאסען צו עפענען א אשכול אין ידיעות התורה, דארט ווי ס'באלאנגט, און אהערברענגען אלע ליל ששי דרשות פונעם דרשן דמתא.

איך וועל בעז"ה שרייבען אין די קעפל פון יעדער תגובה די נאמען פון די פרשה, און אזוי אויך וועט זיין א לינק צו טרעפען די תגובה אין איר ארגינעלער מקור אין די ליל ששי אשכול, ווי אויך וועל איך אביסל צענזורירן די תגובות, ס'זאל זיין פארשטענדליך אויך פאר די אידען וואס זענען נישט בקי בשבילי ד'פארברענגען כבשבילי ד'בארא פארק.

אזויווי יעדער איינער האט ליב אנדערע סארט ד"ת, צי להבדיל תגובות, וואס ציען אים, וכשם שאין פרצופיהם שווים כך אין דיעותיהן שוות, די זעלבע זאך איז דא, און בשעת וואס איך האב שטארק הנאה פון ר' @אורי'ס פשעטלעך, און איך קום בדר"כ אריין אין ליל ששי אשכול נאר פאר דעם, איז זיכער דא אידען וואס האבען שטארק הנאה פון ר' @מומחה יוחס'ס ד"ת, אדער פון אנדערע ניק'ס ד"ת, און דאס וואס איך עפען א אשכול נאר פאר @אוראייניקל'ס פשעטלעך איז פארשטייט זיך נישט מגרע פון די חשיבות פון די ד"ת פון די אנדערע ניק'ס, און אדרבה טאמער וועלען יעצט אנדערע ניק'ס עפענען אזעלכע אשכולות אויך פאר די אנדערע ד"ת תגובות אינעם ליל ששי אשכול, והיה זה שכרי.
לעצט פארראכטן דורך פנימחדשות אום פרייטאג יוני 11, 2021 7:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:שטייט אין רש"י סוף יענע וואך (כך הוא דרכם של בעלי דרשנים, זיי גרייטן זיך א ד"ת איינמאהל אין דריי וואכן, און מ'זאגט, מ'האט געליינט יענע ווואך, אדער קומענדיגע וואך גייט מען ליינען פרשת...) 'בֶּן חֲמֵשׁ מֵאוֹת שָׁנָה. אמר רבי יודן, מה טעם כל הדורות הולידו למאה שנה וזה לחמש מאות? אמר הקב"ה, אם רשעים הם - יאבדו במים ורע לצדיק זה, ואם צדיקים הם - אטריח עליו לעשות תיבות הרבה, כבש את מעיינו ולא הוליד עד שהיה בן חמש מאות שנה'.
שטעלט זיך די קשיא, שטייט דאך אין רמב"ן דיע וואך אז די גאנצע תיבה איז געווען בדרך נס, אז מועט מחזיק את המרובה, אויב אזוי, וואס איז די טעם אז 'ואם צדיקים הם - אטריח עליו לעשות תיבות הרבה'?
נאר די תירוץ איז, אויב וועלן זיי אלע זיין צדיקים, אויב ס'העט זיך מאכן אז די אראלים העלן געווינען, און דער רבי ר' נח וועט נסתלק ווערן, וועלן זיך די צדיקים ארומרייסן אויפ'ן טאטע'ס בנין, ממילא העט ער געדארפט בויען א בנין פאר יעדעם באזונדער, ממילא כבש מעיינו, און זיינע קינדער זענען געראטעוועט געווארן, הגם ס'איז נאר געווען איינער וואס איז געווען ראוי איבערצונעמען די רעביסטעווע.

און כ'העל מסיים זיין מיט א סיפור, אז אמאהל איז א אונגערישע רב געקומען צו מרן מהרי"ד מבעלזא מיט א טענה אז די חסידים ביי איהם אין שטעטל רודפ'ן איהם וויל ער שפאצירט מיט'ן יודענע אויפן גאס. און ער האט געטענה'ט, ווי שטייט אז מ'טאר נישט גיין מיט'ן יודענע אויפן גאס?
האט דער בעלזער רב געענטפערט, אז אין פרשת נח (יא! נאכאמאהל פונקט די וואכעדיגע סדרה!) שטייט אז השי"ת האט געזאגט צו נח, צֵא מִן הַתֵּבָה אַתָּה וְאִשְׁתְּךָ וּבָנֶיךָ וּנְשֵׁי בָנֶיךָ אִתָּךְ, און רש"י איז מסביר אז די מענער קענען צוריקגיין מיט די וויבער. אבער למעשה שטייט וַיֵּצֵא נֹחַ וּבָנָיו וְאִשְׁתּוֹ וּנְשֵׁי בָנָיו אִתּוֹ, די מענער עקסטער און די ווייבער עקסטער, אלא מאי, איז געדרינגען אז ווען מ'גייט ארויס, גייט מען נישט מיטן ווייב.

viewtopic.php?p=2434789#p2434789
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת לך לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:שוין העמיר אנהייבן מיט א דבר תורה, פון די וואכעדיגע סדרה, א דבר תורה וואס האט אין זיך א וויכטיגע מוסר השכל ווי אזוי מ'דארף זיך פירן אינעם לאנגן גלות.


איזאזוי, שטייט אין פסוק "למען יטב לי בעבורך", זאגט רש"י "יתנו לי מתנות".

שטעלטזעך די קשיא, ביי די מלך סדום, טרעפט מען אז אאע"ה האט געזאגט "אם מחוט ועד שרוך נעל וגו' ולא תאמר אני העשרתי את אברם", און דא זעהט מען אז אאע"ה וויל גאר מ'זאל איהם געבן מתנות?

דער אמת איז אז אני כשלעצמי וואלטעך געענטפערט, אז אאע"ה איז געגאנגען מיט די סאטמערע שיטה, אז נאר אין חו"ל מעג מען נעמען פונעם קאסע, און נישט פונעם מלך סדום וואס איז געווען אן ארצישראל'דיגע.

אבער דער הייליגער אסטראווצער רבי זצ"ל זאגט אן אנדער דערהער.. ער ברענגט א גמרא (ביקשתי ולא מצאתי, אבער ס'איז א מציאות) אז ס'איז אוממעגליך פאר יודן צו לעבן אין גלות און מאכן פרנסה, אן אויסצונארן דעם גוי... מילא האט אאע"ה געוואלט מאכן א הכנה לדורות.. מעשה אבות סימן לבנים... ממילא האט אאע"ה געבעטן פון שרי'נען "אמרי נא אחותי את", שרייב אריין אין די פאפירן אז מיר זענען נישט חתונה געהאט... הלכה ולא למעשה... אויפ'ן טיש.. אונטערן טיש... פארוואס שרייט יעדער?... און ס'וועט זיין "יתנו לי מתנות", אזוי וועלן יודן אין אלע דורות האבן א כח ממשיך צו זיין דעם הנהגה עכתדה"ק (מובא בספר בית מאיר פ' וירא).

קעמען אפשר צולייגן לענ"ד אן הוספה, אז אאע"ה האט אויך געמאכט נאך אן הכנה אין דעם ענין, כדי ס'זאל נישט נאר זיין בדיבור, נאך אויך למעשה, און האט גלייך מקיים געווען דעם "שהטמין אותה בתיבה" און פרובירט אריבער צו שמוגלען דעם גרעניץ, כדי צו מאכן א הכנה אויף דעם ענין וואס יודישע קינדער האבן געצויגן חיונה דכרפון אלע דורות.

און אזוי ווי הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט נאכ'ן ערשטן וועלטסקריג, ווען דער עסטרייך-אונגארישע מלוכה איז זיך צופאלן, און אונגארן איז געווארן א לאנד פאר זיך, און גאליציע איז צוגעטשעפעט געווארן צו פוילן, האט דער בעלזער רב געזאגט, אז ער האט פארלוירן דאפעלט..
ווייל פאר'ן קריג פלעגן די אונגערישע יודן קומען ווייל ס'איז נישט געווען קיין גרעניץ, און די פוילישע יודן זענען געקומען, ווייל סאיז יא געווען א גרעניץ.. משא"כ יעצט דשי אונגערישע קומען נישט ווייל ס'דא א גרעניץ, און די פוילישע קומען שוין נישט וווייל ס'איז ישט דא קיין גרעניץ..

עד כאן דברי פתיחה, יעצט העמיר מכבד זיין ידידנו הנכבד פה מפיק מרגליא, רעב מומחה יאכעס צו אויפטרעטן, און באצאלן כפל כפלים

שמעו ותחי נפשכם...

viewtopic.php?p=2448423#p2448423

אוראייניקל האט געשריבן:לחיים לחיים גוטע ברידער! האמיר געהאט א ליל שישי מלא טעם!

העמיר מסיים זיין מיט א געדאנק, שטייט ביי לוט "ויסע לוט מקדם", דהיינו ער איז אוועקגעפארן פון מזרח, און לכאורה מינטעס אזער איז געפארן קיין מערב, שטעלן זיך די מפרשים לוט אידאך געפארן קיין סדום וואס געפונט זיך אין מזרח פון א"י

ענטפערט דער ט"ז אין דברי דוד, אז לוט האט זיך געשעמט פונעם פעטער אברם צו פארן אין אזא מיאוסע פלאטץ, האט ער געמאכט דער אנשטעל כאילו ער פארט ערגעץ קיין מערב א"י, און דערנאך אינמיטן וועג זיך אויסגעדרייט קיין מזרח עכ"ד.

געבט מען אבער א קוק וווייטער אין פסוק, זאגט השי"ת צו אברם'ן "שָׂא נָא עֵינֶיךָ וּרְאֵה מִן הַמָּקוֹם אֲשֶׁר אַתָּה שָׁם צָפֹנָה וָנֶגְבָּה וָקֵדְמָה וָיָמָּה", זאגט דאך דער אוה"ח הק' אז השי"ת האט געגעבן א כח פאר אברם צו זעהן גאנץ א"י, ממילא האט אברם גלייך געזעהן ווי דאס תכשיט'ל דרייט זיך! למדך אז פונעם צדיק קאן מען זיך נישט באהאלטן!

לחיים לחיים! אי"ה איבערן וואך אין פריידן, ומלכנו בראשנו!

viewtopic.php?p=2449134#p2449134
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:דיע וואך העמער זאגן א שטיקל פשעטיל, מ'בעט דער עולם זאל האלטן קאפ.. כ'מיין צו זאגן, זיך האלטן אין די זייטן..

שטייט אין תולדות יעקב יוסף (סוף פונעם ספר, הו' בבעש"ט עה"ת) אויפ'ן מאמר חז"ל (שבת קכז.) "גדולה הכנסת אורחין מהקבלת פני שכינה דכתיב (בראשית יח, ג) ויאמר ה' אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור", זאגט ער בשם מורי דער הייליגער בעש"ט, אז אפילו דאס אריינברענגען געסט קען צומאהל צוברענגען מ'זאל רעדן לשון הרע, וואס אויף כת מספרי לשון הרע זאגט די גמרא (סוטה מב.) אז זיי זענען נישט מקבל פני השכינה, אעפ"כ זאל מען ארייננעמען געסט, ווייל גדולה הכנסת אורחין יותר מהקבלת פני השכינה עכדה"ק.

האב איך אמאהל געהערט פון ר' ישראל שטערן פון לאנדאן, אז לפי"ז קען מען זאגן א געוואלדיגע מליצה ישרה.. די גמרא זאגט דאך אין פסחים (מו:) אז רבה האלט אז "האופה מיום טוב לחול אינו לוקה" ווייל מ'זאגט "הואיל ומיקלעי ליה אורחים חזי ליה".
אויב אזוי קען מען זאגן אז יעדעס מאהל וואס מ'רעדט לשון הרע, קען מען זאגן די סברא, הואיל ואי מקלעי אורחים איז דאך דא א היתר צו רעדן לשה"ר, איז הגם ס'זענען נישט געקומען קיין געסט, איז מען אויך פטור ודפח"ח.

לפי"ז קען מען טייטשן דעם פסוק "זעקת סדום ועמורה כי רבה וגו' ארדה נא ואראה הכצעקתה וגו' ", ס'שטייט דאך אין חז"ל (עי תנדב"א ועוד) אז אנשי סדום זענען געווען בעלי גאוה, און דער ח"ח שרייבט אז לשון הרע קומט פון גאות, ממילא איז מסתבר אז די אנשי סדום האבן גערעדט לשון הרע אויך.. איז, העטן זיי אריינגענומען געסט, וואלטן זיי כאטש געהאט א תירוץ פון הואיל ואי מיקלעי אורחים.. אבער זיי האבן דאך נישט אריינגענומען קיין אורחים, און דאס מיידל וואס האט געגעבן צו עסן פאר אן ארימאן האט מען דאך דערהארגעט, ממילא איז אוועקגעפאלן דעם היתר.

דאס זאגט דער פסוק "זעקת סדום ועמורה כי רבה" זיי שרייען און רעדן לשון הרע, מיט א היתר כאילו זיי האלטן פון דער אמורא רבה וואס האלט אז מען זאגט הואיל, אבער מצד שני "הכצעקתה" של ריבה וואס מ'האט געממית'ט פארן מקיים זיין הכנסת אורחים..

viewtopic.php?p=2463235#p2463235
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:כידוע איז דיע וואך די יסוד פון שידוכים, וכמה הלכתא גבירתא איכא למשמע מינה..

א) קידושין לערנט מען דאך ארויס קיחה קיחה פון שדה עפרון, וואס דארט טרעפט מען ס'נקודה אז קודם זאגט מען צו גרויסע גליקן, און ווען ס'קומט למעשה...

ב) גיימיר אריבער צום מייסטער שדכן אליעזר, טרעפט מען איהם שוין מיט'ן משנה זיין ס'אמת, וען אין מציאות האט ער קודם געגעבן ס'ארעםבאנד און נאזרינגל, און דערנאך געפרעגט בת מי את, און פאר די מחותנים האט ער פארקויפט אנאנדער געשיכטע..

ג) נאך טרעפמיר אז אליעזר סטראשעט "ואם לא הגידו לי ואפנה על ימין או על שמאל", דהיינו בני ישמעאל אדער לוט, און ווי מפרשי רש"י זענען מסביר בשיטת רש"י אז אאע"ה האט דאם איהם געזאגט ואם לא תאבה האשה, זאל ער גיין צו ענר אשכול וממרא, איז וואס זאגט ער דא ישמעאל ולוט, נאר ער האט געסטראשעט, עסט מיינטס עטס זענטס די איינציגסטע יחסנים, נעעע, די אנדערע צד האט נאך אסאך הצעות, אויב איר כאפט עס נישט בשתי ידים...

זה כל תורת השדכנות על רגל אחת, ואידך פירושא היא...

און אז מ'רעדט שוין פון שידוכים, טרעף איך מיר אמאל מיין חבר, מיט א ריזיגע שמייכל אויסגעצויגן אויפן פנים, םרעגעך איהם, "מה היום מיומים"?, זאגט ער מיר, הערסט כ'האב א שידוך געטוען מיין יונה'לע, מיט זעלדא, ברוך דעם גביר'ס טאכטער.

כ'קוק איהם אן ווי פון די לבנה, וואאאאאס?! ברוך'ס טאכטער?!, זיינע זוהן זענען דאך שרעקליכע חברה, זאג נאר וואס טוט זיך מיט "הנושא אשה צריך לבדוק באחיה", ווייל "רוב בנים דומים לאחי האם", ווילסט טאקע האבן אייניקלעך באמעס?!

קוק'ט ער מיר צוריק אהן ווי א יון אין בני אדם... אוראייניקל, ס'פאסט נישט פאר דיר צו פארזעהן אנאפענע גמרא, ס'שטייט דאך בפירוש "אין הולכין בממון אחר הרוב"!

ודו"ק

viewtopic.php?p=2476163#p2476163
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת תולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:ברשות כל הקהל הקאקאש הזה.
כ'אמעך נישט געגרייט דיע וואך, העמיר מוזן זאגן וואס פאלט מיר ביי אויפ'ן רגע.

שטייט אין פסוק, א צווילינג איז געבוירן נישט איין בעיבי נאר צוויי, יעקב און עשיו זענען זיי.
שטעלט זיך די קשיא ווי גייען די צוויי ביינאזאם?

זאגט דער פסוק.. אלה תולדות יעקב יוסף... נאך טרעפמיר אז יעקב זאגט, ואני אתנהלה לאיטי, איך גיימיר לאנגזאם, אויב אזוי פארשטיי מיר שוין ווי דער איש שדה קומט דא אריין.. פארוואס שרייט יעדער?


וואס נאך שטייט די וואך? אה.. בקחתו את רבקה..זאגט דער בעל הטורים "בקחתו ב' במסורה בקחתו את רבקה. בקחתו והוא אסור באזיקים". פארשטייט זיך פאר דיע וואס זענען שוינישט קיין בחורים ברויך עס נישט קיין עקסטערע הסבר..


וואס נאך?.. אההה...האמיר דיע וואך די ברכות פון יצחק... וואס דער קאזשניצער מגיד האט געזאגט אז אזוי קוקט אויס ווען פרויען מישן זיך אריין ווייסטעך יעדער..


וואס נאך קאן מען זאגן..
אלע שטעלן זיך שוין וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע מעשה אז יצחק זאל וועלן געבן די ברכות פאר עשיו'ן און יעקב זאל עס דארפ'ן ארויסדרייען מיט'ן יודישן קאפ.. אזש אז אין בעלזא האט מען געזאגט אז די יודן מיט אפאר גרייצער קליידן זיך ווי די גויים, ווייל יעקב האט באקומען די ברכות מיט עשיו'ס קליידער.. און קוקט'ס נאר אין חתם סופר..אז יעקב האט זיך אנגעטוען עשיו'ס קליידער האט ערמיט רעכט געקענט זאגן "אנכי עשיו"..


איז פשוט אידאך פשוט..ווייל ווי שוין גערעדט אפאר וואכן צוריק קאנען מיר יודעלעך נאר מאכן געלט אויף דעם אופן..אז אפילו פאר יציאת מצרים וואס איז אן הכנה פאר'ן נעמען דאס יודן פאר'ן יודישן פאלק האט מען זיי אויספרובירט מיט בארגן און נישט צוריקגעבן...

אבער ס'קען אויך זיין אנ'ערנסטן געדאנק.. ע"פ וואס כ'האב געהערט פון א אידן וואס האט געהערט פונעם פיטסבורגער רבי ר' אברהם אבא זצ"ל אויפ'ן פיוט "זרענו וכספנו ירבה כחול".. פארוואס זאגט מען דייקא כחול..נישט ככוכבי השמים וכו'.

נאר אז ס'וועט זיך א יודעלע אמאהל צופלאמען נאך א טונקעלע שאלעשידעס. און זאגן אהה זרענו מיינט אודאי תולדותיהן של צדיקים מעשים טובים.. כספנו מיינט דאך זיכער כיסופין צום הייליגן באשעפער.. זאגמיר.. ניין! אונז מייןמיר "ירבה כחול"! די וואכעדיגע זרענו וכספנו!

ולעניננו.. קוקט אריין אין מדרש.. דָּבָר אַחֵר, מִטַּל הַשָּׁמַיִם, זוֹ מִקְרָא. וּמִשְׁמַנֵּי הָאָרֶץ, זוֹ מִשְׁנָה. דָּגָן, זוֹ תַּלְמוּד. תִּירשׁ, זֶה אַגָּדָה.. די חסידישע ספרים זענען פארנומען "ויתן לך אלקותא".. ברויך מען אבער נישט פארגעסן אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו.. און נאך אלע העכערע ברכות וואס ליגט אין דעם..איז אויך דא עשיו'ס פשט וואס צונעם זענען זיי מתחילה געווען אדרעסירט..משמני הארץ דגן ותירוש מיט עברי טייטש!!

זאלמיר אלע זוכה זיין יתן ויחזור ויתן!

לחיים ברידערלעך אויף א ממשות'דיגע גלעזל תירוש..

viewtopic.php?p=2486880#p2486880

אוראייניקל האט געשריבן:ולסיומא דמילתא העמיר נאך אריינווארפן א נקודה'לע (נדנ) וואס מ'זעהט אין אוה"ח הק' דיע וואך.. זאגט ער אויפן פסוק "ורבקה אמרה אל יעקב בנה לאמר הנה שמעתי את אביך מדבר אל עשו אחיך לאמר", וזל"ק "עוד נתכוונה באומרה לאמר שלא להוציא דבר שקר מפיה, כי לא אמרה הדברים בדקדוק כיציאתם מפה יצחק, לזה אמרה לאמר הביאה וגו' פי' מה שנתכוין באמירתו הוא זה, וזולת לאמר יהיה נשמע כי אומרת דבריו בדקדוק".

מבהיל על הרעיון! מ'האלט דא אינמיטן אויסצופלאנירן די דעטאלירסטע שווינדל ווואס מ'טרעפט אין די תורה, און דא איז דא א פראבלעם.. אפשר וועט זי משנה זיין איין וארט פון יצחק'ס.. און ס'וועט זיין שקר.

נאר ללמדנו.. אז אמאהל דארף מען טוען וואס מען דארף.. אבער ס'מיינט נישט אז הותרה הרצועה.. וויפיהל מ'מוז מוז מען און אביסל מער איז שקר! ודו"ק היטב.

viewtopic.php?p=2487474#p2487474
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת ויצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:אה! א פרישע ליל שישי
פרשת ויצא!

העל איך אנפאנגען מיט צוויי שטארקע נקודות וואס מ’לערנט זיך פונעם וואכעדיגע סדרה.
צום ערשטנס, ממוז זעהן צו טוהן למעשה, נישט "כ’גיי טוהן", ווי ס’שטייט אין רש"י "וילך חרנה. יצא ללכת לחרן"..וואס לייגט רש"י צו?, נאר רש"י וויל אונז לערנען, אז מ’גייט גיין, נעמט עס פערצן יאהר ביז מ’קומט אהן…


והשנית, קומט זיך יעקב אבינו אהן אין א ווילד פרעמד ארט, און נעמט זיך מוסר זאגן "הן עוד היום גדול".. און די גרעסטע פלא איז אז דער עולם פארענפערט זיך נאך.. שטעלט אייך פאר דאהי געשעהט אזא מיישע.. מען וואלט זיך גענומען שרייען "ס’פארהאן א באזונדערע מחאות אשכול"..
זאגן די מגידים, אז יעקב אבינו האט אנגעהויבן מיט’ן צויבער ווארט "אחי".. ברודער טייערע.. און אז מ’רעדט ברודערליך, נעמט מען אלעס אהן!


יעצט צום טאפיק פון די פרשה.. ווייסטדאך יעדער וואס איך האב ליב צו דרש’נען דערפון, דעם "אחיו אני ברמאות" חלק..

וויזוי שטייט אין מהרש"א? לבן זעהט ווי יעקב ארבעט א חודש צייט בחינם.. און דער לבן וויסט דאך אז דער יעקב איניש קיין מעקעלע.. דער לבן ציטערט.. עפעס גייט איהם דאס קאסטן, ער ווייסט נאר נישט וואס.. נאך א חודש קען ער זיך נישט איינהאלטן, און ער פרעגט דעם יעקב’ן, “הכי אחי אתה" ביזט דאך אחי ברמאות.. “ועבדתני חינם" ס’קען דאך נישט זיין.. “הגידה לי מה משכרתך".. זאג מיר וואס ס’גייט מיר אפקאסטן.


איז אזוי, דערציילט די וועלט א מעשה’לע, אמאהל האבן זיך געטענה’ט א יוד מיט א גוי, ווער ס’זענען קלוגער, די יודן אדער די גוים. איז געבליבן מ’ווועט גיין אין מארק און זיך צוקוקן ווי מ’האנדלט דארט.זעהען זיי א יוד וויל פארקויפן א פערדל, פאר א ביליגע פרייז, קומט א גוי און פרובירט עס אויס, דאס פערדל הינקעט געפערלעך, אבער דער גוי גייט און באצאלט די פרייז.
נו איז דער גוי נישט קיין טיפש?

ווארט ווארט, זאגט דער גוי, עפעס מוז דא זיין..זעהען זיי ווי דער גוי גייט אין א זייט, און ער שלעפט ארויס א גרויסע נאגל וואס איז געווען אריינגעשטאכן אינעם פערד’ס פוס.

שפרונגט דער גוי אויף! דו זעהסט דער יוד האט נישט באמערקט אז ס’גאנצע פראבלעם איז די נאגל!

ווארט נאך אביסל זאגט דער יוד.. און צום גוי’ס שטוינונג, בלייבט ס’פערדל הונקען ס’זעלבע ווי פריער…

וואס לערנען מיר זיך פון דער מעשה? אז ווי קלוג א גוי איז, איז דער יודל מיט א שטאק קלוגער!

און אזוי זעה מיר אין אונזער פרשה.. שטייט אין פסוק "ויגנוב יעקב את לב לבן הארמי, על בלי הגיד לו כי בורח הוא".. פרעגן שוין אלע די קושיא.. דאס הייסט אויסגענארט.. אז מ’פארציילט נישט אז מ’אנטלויפט.

זאגט דער הייליגער אלשיך, יעקב אבינו האט געוואלט אז ס’זאל לבנ’ען נישט איינפאלן אז ער טראכט פון אזא זאך אמאהל צו אנטלויפן פון דא.., לכן האט ער זיך גענומען סטראשענען אויף יעדער קלייניגקייט.. איך גיי אנטלויפן.. און לבן זעהט אז ער טוט גארנישט למעשה בכלל טראכטן צו אנטלויפן, האט ער פארשטאנען אז ס’איז יעקב’ן זייער באקוועם דא, און ער האלט עס נישט ביים טוען.. און ווען ער האלט עס יא ביים טוען, וואלט ער עס נישט געזאגט אזוי אפן.. דאס זאגט דער פסוק "על בלי" אויף יעדע גארנישט "הגיד לו כי בורח הוא"..

פרעגט דער אסטראווצער רבי זצ"ל, יעקב אבינו איז געווען דער איש האמת.. קען זיין ער האט געזאגט אז ער גייט אנטלויפן, ווען ער האט נישט געהאלטן דערביי.
זאגט ער א שטארקע דערהער.. דער לבן האט געוואוסט אז יעקב איז אחיו ברמאות.. און ער האט וויזטאויס געקענט דעם שטיקל אלשיך.. ממילא האט ער געטראכט, מן הסתם אין די תקופה פאר ער גייט טאקע אנטלויפן.. העט ער אנהייבן מיט דעם שטיקל.. סטראשענען אויף יעדע קלייניגקייט אז ער גייט אנטלויפן.. און פון דעמאלט און ווייטער וועט ער נישט אראפנעמען קיין אויג פון איהם.

אבער יעקב אבינו איז געווען מיט א שטאק קלוגער פון לבנ’ען.. און דייקא נישט געמאכט דעם שפיצל.. כדי לבן זאל מיינען ער האלט נאכנישט ביים אנטלויפן.. דאס זאגט דער פסוק "ויגנוב יעקב את לב לבן הארמי” ער האט איהם אויסגענארט, "על בלי הגיד לו כי בורח הוא" מיט דעם אליינס אז ער האט איהם נישט געסטראשעט אז ער גייט אנטלויפן!!


לחיים ברודער לחיים!!

האט'ס נישט קיין מורא.. כ'גיי נישט זאגן קיין מוסר יעצט...

viewtopic.php?p=2498947#p2498947
אוראייניקל האט געשריבן:אהה.. א געשמאקע ליל שישי געווען,
העמיר נאר נאך אריינווארפן א קליינע מעשה'לע, וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם שטעטל בעלזא בימי מרן מהר"א זי"ע..

די מנהג איז געווען ביי די רבי'ס, אז זיי זענען געווען סנדק ביי די בני העיר, און נאכ'ן ברית פלעגן זיי ארויפגיין ווינטשן מז"ט פאר'ן יולדת.. כידוע די בעלי בתים אין שטאט בעלזא זענען נישט געווען די גרעסטע צדיקים.. און ווען די חסידים האבן זיך איינגעקויפט ביים רבי'ן קנינים רוחניים.. האט זיך ביי זייערע באזוכן ביים רב אין שטוב אנגעקלעבט קנינים גשמיים..

מאכט זיך אמאהל אז דער רב קומט ארויף צו א יוד אין שטוב.. און דער גבאי רופט זיך אהן צום רב, כ'מיין אז די לייכטערלעך דארט זענען דעם רבי'נס.. דער יוד האט עס דערהערט, גיבט ער זיך א רוף אהן.. נאר די לייכטער איז דעם רעבי'נס?! איך בין דעם רבי'נס.. מיין גאנצע הויז איז דעם רבי'נס.. די גאנצע שטאט איז דעם רבי'נס!...


קוקט אויס דער יוד איז א רעכטע אייניקל פונעם זיידן לבן.. ווען יעקב אבינו האלט איהם אפיר.. "מה מצאת מכל כלי ביתך שים כה נגד אחי ואחיך ויוכיחו בין שנינו".. ענטפערט ער, ווי הייב איך אהן?.. נאר דאס איז מיינע.. נאר יענץ איז מיינע?.. "הבנות בנתי והבנים בני והצאן צאני וכל אשר אתה ראה לי ".. אלעס דא איז מיינס!

viewtopic.php?p=2499674#p2499674
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:שטיי מיר שוין א פרישע ליל שישי, א קארגע וואך אפגערוקט פון ווען די לעכטעלעך גייען באלייכטן יודישע נשמות למטה מעשרה טפחים.

היינט איז די יארצייט פונעם רבי ר’ ברוכ’ל זי"ע, העמיר אנהייבן מיט א ווארט פונעם בעל הילולא.

ס’געווען א חסיד וואס איז נאך געפארן צום הייליגן בעל שם זי"ע, און ער האט נאך געקענט דעם רר"ב פון אלץ קליין קינד, און ביים קומען צום רר"ב האט ער זיך געפירט בזחיחות הדעת.. האט איהם דער רר"ב געזאגט, מ’טרעפט די מלאכים זענען געקומען צו אברהם אבינו בבחינת "אנשים", אבער צום אייניקל יעקב האבן זיי זיך שוין געפילט בא’גדול’ט, אונז זעמיר נאך געווען ביים זיידן אברהם, און ביי איהם "ויפגעו בו מלאכי אלקים", האט יעקב אבינו געזאגט, אויב אזוי.. וישלח יעקב מלאכים לפניו אל עשיו אחיו.. עטס קענטס גיין צום ברודער…

זכותו יגן עלינו ועכ"י.


און אז מ’רעדט שוין פון ברודער, האב מיר דיע וואך א שטארקע יסוד אין רש"י, מעשה אבות סימן לבנים.. זאגט רש"י , ‘כתות של מלאכים פגע שהיו דוחפין אותו ואת אנשיו ואומרים להם של מי אתם והם אומרים להם של עשו והן אומרים הכו הכו ואלו אומרים הניחו בנו של יצחק הוא ולא היו משגיחים עליו בן בנו של אברהם הוא ולא היו משגיחים עליו אחיו של יעקב הוא אומרים להם אם כן משלנו אתם’.
אין מדרש תנחומא שטייט קודם "אמר להם הניחוני שאני בן בנו של אברהם”, און דערנאך "הניחוני שאני בנו של יצחק שנעקד על גבי המזבח".

לאמיר אפלערנען דעם רש"י, שטייט זיך אזוי עשיו מיט זיינע פיר הונדערט חסידים/שלעגערס, און פלוצלונג יאווען זיך אהן א מחנה פונעם אנדערע צד און הייבן אהן צו טיילן געבראטענע שלעק!

די חסידים שרייען, דרך ארץ פאר רעב עשיו’ן.. און זיי שמייסן ווייטער.. העי, וואס שלאגט עטץ, דאס איז דאך דעם רעבין זיכרוינע ליבראכע’ס עלטסטע אייניקל.. נישט איינמאל נאר צוויי מאהל.. העלפט נישט, זיי רייסן ווייטער אן די ביינער..
שוין.. ייחוס העלפט נישט.. ער איז דאך דעם רבי שליט"א’ס זוהן.. כבוד יצחק.. העלפט נאכאלץ נישט קיין פודנו ומצילנו..

ווייסטעטס וואס.. ער איז ענקער רבי’נס ברודער, ער האלט מיט איהם.. אזוי?! וואס זאגט עטס נישט פריער, דאס איז שוין "משלנו"…


האב מיר אמאהל געהערט א שטארק ווארט פון א משולח, פרעגט ער א באמבע קשיא! יעקב אבינו זאגט "כי במקלי עברתי את הירדן הזה".. דער אליפז האט איהם דאך אלעס צוגענומען.. און די חיד"א ברענגט בשם המדרש אז אפילו זיינע קליידער האט ער גענומען.. איז ווי קומט אז יעקב איז געבליבן מיט’ן שטעקן?

ענטפערט ער בטו"ט.. יעקב אבינו האט געזאגט אליפז’ן, איך גיי אויפשטעלן א שטוב מיט 13 קינדעלעך.. קענסט מיר אויסטוען נאקעט.. אבער דאס שטעקן מוז איך האבן.. אויף דעם בין איך נישט מוותר…


העמיר מסיים זיין מיט א מעשה, וואס האט דערציילט הגרח"ה פדווא גאב"ד לונדון זצ"ל, אז צום בראדער רב ר’ אברהם שטיינבערג זצ"ל איז געקומען א יוד מיט א שאלה, מ’טראגט איהם אן א שידוך פאר זיין ערליכע טאכטער א בחור וואס איז נישט די גרעסטע צ’.. אבער ער האלט אז זיין טאכטער קען איהם מחזיר זיין למוטב.. טראכט ער צו מאכן דעם שידוך.. רש"י זאגט דאך "ודינה, היכן היתה? נתנה בתיבה ונעל בפניה, שלא יתן בה עשו עיניו; ולכך נענש יעקב, שמנעה מאחיו שמא תחזירנו למוטב, ונפלה ביד שכם "..

האט איהם דער מחזה אברהם געענטפערט, מיר געפין מיר אין מדרש (בר"ר עה, ה)’רַבֵּנוּ אָמַר לְרַבִּי אַפָּס כְּתוּב חַד אִגְרָא מִן שְׁמִי לְמָרָן מַלְכָּא אַנְטוֹנִינוֹס, קָם וּכְתַב מִן יְהוּדָה נְשִׂיאָה לְמָרָן מַלְכָּא אַנְטוֹנִינוֹס, נְסַבֵּיהּ וּקְרָיֵהּ וּקְרָעֵיהּ, אֲמַר לֵיהּ כְּתוּב מִן עַבְדָּךְ יְהוּדָה לְמָרָן מַלְכָּא אַנְטוֹנִינוֹס. אֲמַר לֵיהּ רַבִּי מִפְּנֵי מָה אַתָּה מְבַזֶּה עַל כְּבוֹדֶךָ, אֲמַר לֵיהּ מָה אֲנָא טַב מִן סָבִי, לֹא כָּךְ אָמַר (בראשית לב, ה): כֹּה אָמַר עַבְדְּךָ יַעֲקֹב’.

קוקט מען אבער אביסל ווייטער אין מדרש שטייט (שם יא) בְּאוֹתָהּ שָׁעָה שֶׁקָּרָא יַעֲקֹב לְעֵשָׂו אֲדֹנִי, אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אַתָּה הִשְׁפַּלְתָּ עַצְמְךָ וְקָרָאתָ לְעֵשָׂו אֲדֹנִי ח' פְּעָמִים, חַיֶּיךָ אֲנִי מַעֲמִיד מִבָּנָיו שְׁמוֹנָה מְלָכִים קֹדֶם לְבָנֶיךָ.. איז די קשיא איז עס יא ריכטיג, אדער נישט?

נאר די תירוץ איז, ס’קען זיין אז יעקב האט זיך נישט געדארפט אזוי צו פירן, און ער איז אפילו נענש געווארן דערויף.. אבער אונז דארף מיר זיך פירן ווי אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט.. והוא הדין צו דיין שאלה.. יעקב איז טאקע נענש געווארן פארן נישט לאזן דינה חתונה האבן מיט עשיו’ניו, אבער דו דארפסט זיך פירן ווי די זיידע יעקב.

האטס מיר א פרייליכע שבת.

viewtopic.php?p=2511114#p2511114
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת וישב - חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א פריילכע חנוכה חבירים!

האמיר היינט געצינדן ס'ערשטע לעכטל, וואס איז לכאורה די חשוב'סטע לעכל פון אלע לעכטלעך! הלמאי אויפ'ן היינטיגע טאג האמיר באלד 1000 טעמים צו פארענטפערן די בית יוסף'ס קשיא, און ס'איז נאך מוסיף והולך עד אין שיעור וקצבה, און אויף די אנדערע לעכטלעך איז נאר דא איין איינציגע טעם...


שטערט מיר שוין טאקע די קשיא שוין יארן לאנג, וואס איז די פשט?... פונקט אויפ'ן ערשטן טאג וואס האט אזויפיהל טעמים..פונקט ואיף דעם פרעגט די בית יוסף פארוואס מ'צינדט... ס'וואלט סאך שווערער געווען די קשיא ווען ער פרעגט עס אויפ'ן פיפטע לעכטל וואס האט נאר איין טעם, ווייל מ'האט געצינדען די מנורה מיט שמן שע"י נס...

נאר ללמדנו בא.. אז דארט ווי די מיינסט אז ס'איז א קשיא.. וועסטו נאך מיט די צייט - צו נאך אויף די וועלט, צו לאחר מו"ע לאויש"ט - געוואויר ווערן, אז ס'איז נאך סאך מער מוסבר ווי די אנדערע זאכן וואס האט דיר אויסגעקוקט פארשטענדליך...

או יאמר.. אז איין גלייכע טעם איז סאך מער ווערד ווי טויזנט געדרייטע טעמים...


איצטער לאמיר כאפן א בליק בפרשת השבוע.. איז באקאנט די קושיית העולם.. יוסף הצדיק חלומ'ט זיך והנה השמש והירח ואחד עשר כוכבים... אפילו בלהה שגידלתו האט ער נישט אויסגעלאזט.. אבער ווי איז דינה פארשוואונדען.. נאר די תירוץ איז באקאנט.. אז דינה אידאך געווען יוסף'נס שוויגער, נאך וואס אסנת איז געווען איר'ס א טאכטער כמבואר בתרגו"י.. און דאס אז א שוויגער זאל זיך בוקן צו אניידעם.. אפילו אין חלום קען עס נישט געשעהן...

זאגט מיר איינער פשט פונקט יענע וואך.. יעקב אבינו האט געטענה'ט פאר יוסף.. ווי שטימט דיין חלום.. ווען קען מען זעהן די זון מיט לבנה בחדא מחתא? נאכ'ן שקיעה ראשונה, פאר די צווייטע שקיעה.. ווען די זון איז נאך נישט אינגאנצן אונטערגעגאנגען.. נו.. פרעג איך דיר.. דעמאלטס זענען דא שטערן?! דאס זענען נישט קיין שטערן'ס.. ס'דאך נאך סאך פאר'ן אמת'ע צאת הכוכבים...
און ס'שטימט דאך טאקע.. ווייל יעקב אבינו איז דאך געווען דער איש תם.. דער מייסד פון שיטת רבינו יעקב תם...


לכבוד חנוכה האב איך מיר געטראכט אזוי.. ס'דאך באקאנט פילע דרושים מקשר צו זיין די מימרות פון ר' תנחום, נר חנוכה שהניחה למעלה מעשרים אמה מי והבור ריק אבל נחשים ועקרבים יש בה.. וועל איך אויך אריינווארפן א פלאק..

מ'קוקט אין די פרשה.. יעקב אבינו זעהט אז יוספ'ל ברענגט דיבתם רעה..יעדע טאג א נייע שערוריה מיט ריזיגע פלאקאטן.. הפגנות.. טוסטוס'ן בלייבן סטאק.. זאגט יעקב דאס אידאך א ירושלימ'דיגע הנהגה.. ועשה לו כתונת פסים.. ער'ט איהם געמאכט א זיברא..

יעצט מאכט זיך דער ירושלימ'דיגע יידל ברויך צו גיין אויף חוץ לארץ.. מאכט ער אן אפיעל.. ער קלאפט אויס אין סמעדרעש "את אחי אנכי מבקש".. מיט ווארעמע תחנונים.. זאגט דאך די גמרא.. (ברכות ו, ב) "כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... רבי אמי ורבי אסי דאמרי תרוייהו כאלו נדון בשני דינים אש ומים שנאמר הרכבת אנוש לראשנו באנו באש ובמים"..
אויב אזוי ווערט דאך שווער ס'פסוק.. דא זאגסטע באנו באש ובמים.. און דא שטייט והבור ריק.. ער'ט נישט געמאכט קיין גראשן.. און ס'אין בו מים.. ווי שטימט עס.. זאגט די גמרא "אבל נחשים ועקרבים יש בו".. און ס'שטייט דאך (כתובות ל, ב)" ומי שנתחייב שריפה או נופל בדליקה או נחש מכישו".. ממילא כאטש מ'האמיר נישט דער מים.. אבער דער אש איז כאטש געווען..

זאגט אונז ר' תנחום.. דו קמצן איינער.. לייגסט דיין מנורה למעלה מעשרים אמה.. אז דער משולח המחזר על הפתחים זאל נישט זעהן אז דא וואוינט א יוד.. שעמטסייך ס'א בחינה פון באנו באש ובמים.. און דער ירושלימדיגער העט בלייבן מיט א בור ריק...


נאך א קרישקעלע.. שטייט אין ספה"ק בת עין (א מורא'דיגע שטיקל, ס'איז געראטן פאר יעדעם עס צו לערנען), אז חותמך מטך ופתילך גייט אויף די פתילות פון נ"ח, די חותם פונעם כה"ג, און המט"ה מיט'ן כולל איז גימטריא כל"י וואס אין דעם איז געווען די שמן..

לענ"ד קען מען זאגן.. שטייט אין די מפרשים, פון ווי האט יעקב געהאט שמן צו גיסן אויפן שטיין.. נאר יעקב הא געהאט א הוילע שטעקן און אין דעם האט ער געהאלטן שמן כדי צו קענען לערנען ביינאכט.. ממילא לאזט זיך זאגן אז יהודה האט אויך פארמאגט אזא שטעקעלע.. און ס'איז טאקע געווען א כלי פון שמן..

און לויט ווי מיר האבן גערעדט יענע ווואך, האט דאך יעקב אבינו געהאלטן ס'שטעקן פאר כל הון דעלמא.. כדי עס צו נוצן פאר חינוך.. ממילא איז דאך פשוט א א שטעקן האט מיט חנוכה מלשון חינוך...


און צום שלוס האב מיר מקובל גירסא דינקותא (האט אויך א שייכות מיט חנוכה עי' שבת כא, ב) אז וישכחה"ו איז ראשי תיבות "ו'עלכע י'וד ש'פילט כ'ארטן ח'נוכה ה'ייסט ו'יזתא".. והדבר צריך ביאור

ס'קען זיין.. אז מ'זאגט.. פארוואס טאקע האט המן געגעבן פאר זיין מוזשיניקל אזא מיאוסע נאמען?.. נאר אז ער איז געשטאנען און צוגעקוקט ווי מ'הענגט זיינע ניין ברודער.. און ער האט נישט אפגעצויגן.. איז ער טאקע אנעכטע ויזתא...

ממילא לעניננו.. ווי ס'שטייט אין די ספרים וואס מ'קען אנווערן דארכן שפילן קארטן.. וער ס'מאכט זיך נאכאלץ נישט צוטוהן.. איז נישט מער ווי א ויזתא


לאמיר זיך אלע גרייטן צום "הקולות יחדלון מניסוך המים, בבית היין נלון בכל יום פעמיים.. מקולות מים רבים תצילנה אזניכם, ומשרת דם ענבים לא ימוש מפיכם.. שבת וחנוכה.

לחיים לחיים!

viewtopic.php?p=2521248#p2521248
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת מקץ - חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:צום ערשט העמיר איבערחאזערן א שטארקע ווארט וואס מיר האבן געהערט די וואך (שוין דערמאנט אינעם גראמען אשכול) בתוספת נופך ספיר ויהלום.. א נייע טעם פארוואס מ’איז מרבה באכילת מאכלי שמן אין דיע טעג.. היות די יונים האבן דאך איינגעפירט כל מיני ספארטס וכדו’ וואס מאכן דאר דאס מענטשהייט, ממילא בתורת נקמה, און אלץ ‘זממם אל תפק’ טוט מען פונקט די פארקערטע..

זה שאמר הכתוב "ורבים" מ’לייגט צו פילע קילא’ס און פונטן "ביד מעטים" אויף די דארע חברה…

קען מען עס מקשר זיין מיט די וואכעדיגע סדרה (תורה לשמה אלערט).. פרעה חלומ’ט זיך זיבט פעטע.. זיבן מאגערע.. לאזט זיך זאגן אז ס’מיינט די זיבן טעג פון חנוכה (די ערשטע טאג זעטיגט מען זיך מיט תירוצים אויפ’ן ב"י קשיא, דאס מאכט נישט פעט..).. וואס מ’פאשעט זיך אן עד אפס מקום.. ותרעינה באחו.. אח"ו במילוי (מ’רעדט דאך פון זיך אנפילן).. באטרעפט 551 פונקטליך די גימטריא פון "לאטקע"ס פאנק"” חושבנא דדין כחושבנא דדין..

דערנאך קומען די זיבן מאגערע. וואס איז מרמז אויף די זיבן תעניתים.. אנגעהויבן ביי עשרה בטבת און נאך זעקס וואכן פון די שובבים.. ביז ולא נודע כי באו אל קרבנה...


קוק מיר טיפער אין די סדרה, א חלום מיט דארע קיען פארשלינגען די זאטע.. מוז דאך זיין עפעס א לימוד לדורות פון דעם.. לאמיר קוקן אין בעל הטורים.. אויפן פסוק "לא ראיתי כהנה בכל ארץ מצרים לרוע" "כהנה. ב' במסורת. הכא... ואידך ואתנה לך את בית אדוניך ואת נשי אדוניך וגו' ואם מעט ואוסיפה לך כהנה וכהנה, גבי דוד (ש"ב יב ח). זהו שאמר הכתוב (קהלת ז כו) ומוצא אני מר ממות את האשה. וזהו ואוסיפה לך כהנה, שאם היתה רעה, לא ראיתי כהנה לרוע".

די עמקות איז.. קענסטן שטיין "ותרעינה באחו" זיך אנארבעטן און מאכן אפאר גראשן.. האבן אוועקגעלייגט פולע קאנטעס "בריאות בשר".. קומען זיך די דארע חברה.. וואס גייען גאר יא אויף דייעט.. די מוצא אני מר ממות'ניקע'ס, און גיבן עס א שלינג איין.. אז "ולא נודע כי באו אל קרבנה".. בלייבט נישט קיין זכר דערפון..

זאגט טאקע די בעה"ט ווייטער "ב' במסורת. יעשה פרעה ויפקד פקידים. ואידך גבי אחשורוש ויפקד המלך פקידים (אסתר ב ג). אחשורוש הפקיד פקידים לקבץ לו נשים על כן נתרושש'..

פארשטיי מיר שוין די חכמה פון יוסף "ועתה ירא פרעה איש" דייקא א מאן וואס זאל צוזאמנעמען די גרינע..

ווי פלעגט מען זאגן ביינונז.. וואס הייסט א א שיינע פארדינער?.. אז ער קען פארדינען מער ווי זיין אידענע קען אויסגעבן...


און איצטער אפאר ווערטער צו די אמעריקאנע יודן..

די וואך איז א היסטארישע וואך, מ’גייט זאגן אן הפטרה וואס מ’האט שוינישט געזאגט לעצטע 20 יאהר.. וואס הייבט זיך אהן מיט די ווערטער "ויקץ שלמה והנה חלום".. לויט ווי ס’שוין געברענגט געווארן אין טורנהיים אשכול מיינט דאך "שלמ"ה" אונזער טראמ"פ 45 חושבנא דדין כחושבנא דדין.. ברויך מען שוין גארנישט צולייגן..


לכבוד דעם העמיר זיך מתבונן זיין אין אונזער פרשה ווי מ’רעדט פון א מלך וואס שלאפט און איז פארחלומט.. און למרבה הפלא האט איהם דאס אוועקגעשטעלט און רייך געמאכט זיין מלוכה.. און דער שווארצע מלך האט באקומען א ווייסע וויצע (עי’ בראשית רבה פו, ג)..

רעדט מען טאקע פון אויפנעמען יוסף אלץ מושל בכל ארץ מצרים.. און ווי דער סאטמארער רב האט געזאגט איז דאך טומאת אמעריקע סאך ערגער.. זעהט מען גלייך אין פסוק וואס איז די ערשטע זאך "וחמש את ארץ מצרים".. זאגט דער רשב"ם.. ביז היינט איז טעקס געווען 10% היות דער עולם גייט ווערן גרויסע פארדינערס אין די שנות השובע.. לאמיר הייבן די טעקסעס צו 20%..

סטעפ 2.. ובלעדיך לא ירים איש את ידו ואת רגלו.. זאגט שוין רש"י כתרגומו.. און דער תרגום זאגט דא רעדט מען פון טשעפענען די צווייטע אמענדמענט..

נו? איז א וואונדער אז "ואת העם העביר לערים"?! דער עולם האט זיך גענומען אוועקציען פון איין שטאט צום צווייטן..

און פון די אנדערע זייט "וכל הארץ באו מצרימה לשבור אל יוסף" אימיגראנטן האבן זיך גענומען פליסן צו מאכן א לעבן פון אלע פראגראמען..

שטיי מיר דאך אין חנוכה.. בעט מיר נאך אפילו חרב חדה (עם האותיות גי' יוס"ף בייד"ן עם הכולל) מונחת על צוארו של אד(ו)ם (דעם רויטן טראמפ, שטייצעך).. אל יתייאש.. און ס'זאל מקויים ווען ו"זיידן" ביד "עוסקי תורתך", וואס מיינט טורנהייים שטייצעך.

דשנת בשמן ראשי, כוסי רויה..
לחיים אידעלעך לחיים.
פועלטס אלעס גוטס!!

viewtopic.php?p=2529406#p2529406
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת ויגש - עשרה בטבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:שוין, טאקע עשרה בטבת.. אבער פטור בלא כלום אי אפשר.. העמיר זאגן עפעס ערנסט.

העמיר טאקע דערציילן א מעשה פונעם קריג, מ'דערציילט אז ווען ד דייטשן האבן איינגענומען פוילן, האט אמאהל א דייטשע פאליציאנט אפגעשטעלט א פאליאק וואס האט נישט איינגעהאלטן איינע פון די טרעפיק געזעצן, נישט קענענדיג קיין פויליש, האט דער ימח שמו'ניק צוגערופן א יוד וואס קען דעך סיי אידיש-דייטש און סיי פויליש כדי צו דינען אלץ מליץ בינותם.

דער יודל קומט צו, און קוקט אריין אינעם קאר, און ער דערקענט דעם תכשיט'ל, וואס איז נישט געווען ממש א אוהב ישראל.. און ער באשליסט איהם צו לערנען לעקיך.. וזה תוכן השיחה.
דייטש: ווארום זיינען זי געפארן אינעם פערקערטן ריכטונג.
יוד: טייטשט איבער אויף פויליש.
פאליאק: (אויף פוילי ששטייצעך) כאניש געוואוסט אז מ'טאר נישט, די סיין איז צובראכן וכדו'.
דייטש: יודע, וואס האבן זי געזאגט.
יוד: זי זאגען, דאס איזט מיין לאנד, אונד זי ווערדען מיר ניכט זאגען וואס איך היער טון זאלל.

דער דייטש איז די בלוט געשפרינגען אין קאפ, און מאכט א שנעלע באגעגעניש פון זין פויסט מיטן פאליק'ס פנים, אז ס'זענען איהם געבליבן אפאר שאקלדיגע ציינער, און בלוט האט זיך גענומען גיסן.. און דער נעמט זיך וויינען.. וואס האב איך שוין געטוהן? פארוואס קומט מיר אזא מערדעליכע קלאפ?

דייטש: וואס זיגן זי, דאס שוויין?
יוד: זי זאגען, איצטער זענען זי שטארק, ווען וויר וויל דאס מאכט צוריק איבערנעמען איך ווירדע דיך ראכען (נקמה נעמען)..

פארשטייצעך אז דער דייטש האט איבערגעלאזט דעם פאליאק א גל של עצמות..
כן יאבדו כל אויביך ה'

זאגן די מפרשים דאס שטייט אין אונזער פרשה.. יהודה זעהט אז ס'גייט פאר א מאדנע שפראך.. ער רעדט צו יוספ'ן מארץ כנען לשבר אוכל.. און יוסף שרייט צוריק "מרגלים אתם"!!
ער זאגט שנים עשר עבדיך אחים וכו' וכו'.. און יוסף שרייט " הוא הדבר אשר דיברתי אליכם מרגלים אתם"!!

זעהט שוין יהודה.. מן הסתם איז דער מליץ יענץ יונג און מאכט דא א טשאלענט.. האט יהודה געזאגט צו יוסף.. ידבר נא עבדך דבר באזני אדוני.. לאז ארויס דעם מליץ.. און לאמיר רעדן גלייך אויף גלייך.


קען אויך זיין, יהודה האט געזעהן ער זאגט פאר מנשה "אשר ימצא אתו מעבדיך ומת וגם אנחנו נהיה לאדני לעבדים", און דער ענטפערט "גם עתה כדבריכם כן הוא אשר ימצא אתו יהיה לי עבד ואתם תהיו נקים".. דאס איז כדבריכם?! נאר קוקט אויס אזוי איז דער שפראך.. וואס מ'זאגט איהם פארשטייט ער פארקערט.. אויב אזוי האט יהודה פרובירט "הננו עבדים לאדני גם אנחנו גם אשר נמצא הגביע בידו".. און יוסף העט אודאי זאגן.. ניין! כולכם נקיים!!.. זעהענדיג אבער אז ס'גייט נישט.. האט ער פארשטאנען אז מן הסתם האט דער מליץ שוין געזאגט פאר יוסף פארקערט פון איהם.. און יוסף מוז שוין זאגן א דריטע מהלך.. ממילא האט ער געבעטן ידבר נא עבדך באזני אדוני.. אולי אזוי העט עס ארבעטן...


מ'טרעף מיר ווייטער אינעם פרשה יוסף האט געשיקט יעקב'ן יין ישן מיט גריסין של פול.. איז ידוע די ווארט.. היות לוי האט געווארט א שמחה.. און יוסף האט נישט געוויסט צו ס'קומט א זכר צו א קידוש.. האט ער געשיקט ביידע וויין פאר קידוש און באנדלעך פאר'ן שלום זכר..

קען אויך זיין.. שטייט דאך אין רד"ק אז דארך דעם וואס יודן האבן געוואוינט אין גושן, איז עס שפעטער נכלל געווארן אין גבולות הארץ.. א בחינה פון נחלה בלי מצרים וואס מ'איז זוכה דארך עונג שבת.. האט יסף געשיק פאר יעקב א גוט פלעשל וויין מיט א טעלער טשולענט בונדלעך.. זאגנדיג מיט דעם קען מען מקדש זיין און קונה זיין ארץ גושן!

א לייכטע תענית און א גוט שבת.

viewtopic.php?p=2542297#p2542297
אוראייניקל האט געשריבן:און אז מומחה'לע האט שוין דעמאנט דער ענין פון "אותו צדיק מצטער" אויפן רצועה פו יהודה, מוז איך דערמאנען וואס הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א האט געזאגט בשם ספר כרם חמד, אז ס'ווערט געברענגט אין מדרש אז פארדעם וואס די ברודער האבן געשלאגן בנימין בין כתפיו ביים טרעפן די בעכער באמתחתו, דערפאר האט ער זוכה געווען צום בין כתפיו שכן.

זאגט ער, אז יהודה האט מן הסתם נישט געשלאגן בנימין'ען, זייענדיג ערב ער זאל אהיימקומען געזונט און שטארק, דערפאר האט יהודה אויך זוכה געווען צו א רצועה בביהמ"ק.. און דאס האט זיך בנימין מצער געווען, ווען כ'באקום נאך איין קלאפ פון יהודה, וואלט די גאנצע געווען מיינס!

viewtopic.php?p=2542392#p2542392
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת ויחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:ראשית דברי, איז דאך די וואכעדיגע סדרה די מקור אויף ליל שישי פראווענען, כידוע ס'ווארט פונעם הייליגע רוזשינער "האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים", אז אין די אחרית הימים, וועט זיין די עצה זיך צוזאמען נעמען און פארברענגען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד.

קען מען צולייגן, ווען איז דאס אחרית הימים? סוף פונעם וואך, דער אחרית.

איי העט עטץ פרעגן, סוף וואך איז דאך שבת קודש.
דער תירוץ איז, שטייט אין ערוגת הבושם (פר' מקץ) אויפן פסוק 'ויהי מקץ שנתים ימים' אז "ימים" איז נישט כולל יום כיפור, ווייל ס'שטייט "ימים יוצרו ולו אחד בהם" וואס גייט ארויף אויף יו"כ, וואס איז א יוצא מן הכלל פון אנדערע טעג.. אויב אזוי, רש"י זאגט דאך דארט אז "ולו אחד בהם" גייט אויך ארויף אויף שבת.. ממילא איז שבת אויך נישט בכלל "ימים".. בלייבט אז אחרית הימים איז ערב שבת.

איי, אפשר מיינט מען טאקע דער אחרית ממש, ערב שבת פארן זמן?
נאר די גמרא זאגט דאך "כבר מובטח להן לישראל שאין אליהו בא לא בערבי שבתות ולא בערבי ימים טובים מפני הטורח".. (ובמאמר המוסגר מיינט טורח, אודאי די הייליגע טשאלנט, וואס איז גורם טירחא כידוע..), ממילא איז דאך ער"ש נישטא איבעריג צייט.. דערפאר איז טאקע מרומז "ה'אספו ו'אגידה ל'כם א'ת א'שר י'קרא" האט אין די ר"ת אליה"ו, מרמז צו זיין אז ס'איז נישט נוהג ערב שבת, נאר ליל שישי דייקא.


און אז מ'רעדט שוין פון די פסוק, לערנט מען זיך פון דא, מה שנהוג אצל בני ישראל העסקים צו מאכן אסיפות, וואס נאכ'ן אראפנעמען די אלע איבעריגע ווערטער אינעם החלטה פונעם אסיפה.. קומט אויס אז די תוצאה איז "מ'האט מחליט געווען אז מ'גייט מאכן אן אסיפה דערוועגן"..
דאס שטייט דא, האספו וגו' און די החלטה איז, "הקבצו ושמעו".. מ'העט זיך נאכאמאהל צוזאמענזעצן..

שוין העמיר נישט מקדים זיין דער טפל פארן עיקר.. שטייטעך לא המדרש העיקר אלא המעשה.. העמיר דערציילן א מעשה.. קען זיין ס'איז באקאנט.. אבער חזרה שאט קיינמאל נישט (העי! האסט שוין אמאהל פרובירט?)..

געווען אמאהל א משולח, געהייסן האט ער ר' דן. א באטעמעט יודל.. פערל ווערטער זענען שטענדיג גערינען פון זיין מויל.. בפרט איז ער געווען שטארק אין גימטריאות ופרפראות.. (דיסקלעימער: איך הייס נישט דן.)
געגאנגען נאך געלט איז ער פאר א כולל פון אויסגערופענע מצויינים.. ערגעץ אין א פארשטופטע מקום אין ארץ ישראל.. און אזוי האט ער אויפגעטריבן שיינע סכומים להגדיל תורה ולהאדירה..
מאכט זיך אמאהל איינע פון די שיינע תומכים קומט אהן בטעות אין יענעם שטעטל.. וועטר ער געוואר לא דובים ולא בער.. נישטא קיין כולל און נישט קיין תלמיד חכם.. די פאר פויערן מיט זייערע קיען פונעם דערפל האבן נאך אין זייער לעבן דעם ר' דנ'טשיק נישט געזעהן פאר די אויגן..
קומענדיגע מאהל, דער ר' דן קומט אן אויף זיין יערליכע רייזע.. קומט איהם דער תומך אנטקייגן.. אה שלאמעלייכעם ר' דן.. איר ווילט הערן א גמטריא וואסס מיר איז איינגעפאלן?
יע יע, אוודאי..
זאגט דער גביר, ס'מיר איינגעפאלן אז "דן" איז גימטריא "גנב"!
שרייט ר' דן.. ס'שטימט דעך ניט..
יא, יא.. מיט'ן כולל, שטימט עס שוין איינמאהל..

כלפי מה הדברים אמורים, די וואך שבת איז די יארצייט פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, זאגט ער אז די מקור צו רעכענען א גימטריא מיט'ן כולל, נעמט זיך פון אפרי"ם ומנש"ה כראוב"ן ושמעו"ן יהיו לי.. היות אפרים ומנשה איז גימטריא ראובן ושמעון מיט'ן כולל..
שטעלט זיך אבער גלייך די קשיא.. אז מ'העט זיך זעצן אין כולל.. מהיכן ירק זה חי?
ענטפערט די פסוק גלייך "ומולדתך אשר הולדת אחריהם וגו' על שם אחיהם יקראו בנחלתם".. מהעט איינשרייבן דער איז מיין קינד.. דער איז זיינס.. אזוי העט מען קענען באקומען מער אדער נאך מער פון די פארשידענע פראגראמען.. וליהודים היתה אורה..

יעצט צוויי געדאנקען אין די הפטרה..
געווען איז אמאהל א מערכה.. וואס מ'האט פרובירט אריינצומישן איינע פון די רבי'ס, אנטקעגן איינע פון די צדדים.. זאגנדיג, אייער טאטע האט שוין אינדערהיים געהאט א מחלוקה מיט יענע קהילה..
האט דער רבי געענטפערט.. שלמה המלך איז דאך געווען דער חכם מכל אדם.. ואעפ"כ כדי צו ממשיך צו זיין מיט זיין טאטע'ס מחלוקת האט ער געברויכט א בפירוש'ע צוואה.. איך האב אזא צוואה נישט באקומען..

ועוד.. שטייט אין די הפטרה, דהמע"ה זאגט פאר זיין זון שלמה "והנה עמך שמעי בן גרא וגו' ועתה אל תנקהו כי איש חכם אתה וידעת את אשר תעשה לו והורדת את שיבתו בדם שאול".

קוקט מען ווייטער למעשה.. "וישלח המלך ויקרא לשמעי ויאמר לו בנה לך בית בירושלם וישבת שם ולא תצא משם אנה ואנה. והיה ביום צאתך ועברת את נחל קדרון ידע תדע כי מות תמות דמך יהיה בראשך. ויאמר שמעי למלך טוב הדבר כאשר דבר אדני המלך כן יעשה עבדך וישב שמעי בירושלם ימים רבים".
למעשה נאך דריי יאר האט זיך געמאכט אז שמעי איז ארויס פון ירושלים, און שלמה המלך האט מקיים פסק געווען.

שטעלט זיך קשיא, שלמה המע"ה האט דאך געהאט א צוואה, פון וואנעט האט ער געוואוסט אז שמעי גייט עובר זיין אויף זיין באפעל און ארויסגיין פון ירושלים.. אפשר וועט ער בלייבן שטענדיג אין ירושלים.. און ער וועט נישט האבן קיין וועג מקיים צו זיין די צוואה..

האב איך געהערט פון מו"ר הגה"צ ר' שמואל ראזנגארטן זצ"ל ראש הישיבות דחסידי בעלזא, אין א שמועס צו די בחורים.. אז איינער האט א גבול.. דא מעגסטו נישט גיין.. קען ער האבן די גאנצע פלאץ אין דער וועלט.. אבער ער וועט זיך נישט שפירן רואיג ביז ער וועט דיקא דארט אהינגיין.. שלמה המלך האט געוואוסט אויף זיכער, אויב שמעי מעג פון ירושלים נישט ארויסטרעטן.. ועט ער נישט צולאנג אויסהאלטן און ער וועט מוזן עובר זיין דערויף, ודפח"ח וש"י.

האטס מיר א פרייליכע שבת, און א הייסע טשאלנט!

viewtopic.php?p=2553128#p2553128
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:שטיי מיר ביי א פרישע ליל שישי, פרשת שמות ס'ערשט וואך פון די שובב"ים.

לסדר אשר לא ידע את יוסף.. עשה עצמו כאילו לא ידע.


היינט ביים ליינען, זיך מוטשענענדיג ריכטיג ארויסצוזאגן דעם "ויקמלכדש על מצרים" איז מיר איינגעפאלן.. חז"ל דרש'נען דעך "בפרך" מיינט "בפה רך".. שטעלט זיך די קשיא, ווי קומט דער מויל דא אריין.. נאר ס'קען זיין.. ס'שטייט אין אבן עזרא (פר' ויגש) אז די שטאט רעמסס וואס די יודן האבן געבויט פאר פרעה'נען איניש די זעלבע שטאט ווי רעמסס בארץ גושן ווי די יודן האבן געוואוינט.. ווייל דאס איז רַעַמְסֵס מיט צוויי פת"ח'ס, און דאס איז רַעְמְסֵס מיט צוויי שו"א'ס.

נו, שטעלצעך די שאלה.. איניש געווען קיין אנדערע נאמען צו געבן?! נאר א נאמען כמעט דע זעלבע ווי זיי האבן געוואוינט.. נאר דא ליגט אויך א רשעות.. פרעה האט געוואלט די יודעלעך זאלן זיך צוהאקן די ציין, וואו גייסטו? קיין רעממס! ווי רעמסס אדער רעמסס? און אזוי העלן זיי זיך צוהאקן ס'מויל און די ציין ארויסצוזאגן ריכטיג... העט טאקע פון די פה רך ווערן פארעך...


ועל דרך הדרוש קעמען זאגן.. מ'זעהמיר אז במשך הדורות די משכילים וואס האבן זיך געוואלט צושטעלן צום גוי, האבן זיך פארלייגט אויף דקדוק.. קוקט אויס אז דאס איז עפעס א סגולה זיך צו מישן מיט'ן גוי.. קען גאר זייין אז דאס איז געווען די כוונה פון פרעה'נען.. צו צווינגן די יודן צו לערנען דקדוק.. ממילא האט ער בדווקא געגעבן די ביידע נעמען גלייך מיט א דקדוק חילוק, דא איז א שוא נע דא א שוא נח.. אזוי זיי צו קענען אויסמישן מיט די מצריים..

און דערפאר טרעפט מען טאקע.. דער אבן עזרא פרעגט אז משרע"ה וואלט באדארפט צו הייסן משוי, וייל ער איז די ארויסגענומענער, און משה מיינט א ארויסנעמער.. (ובדרך אגב, וערט געברענגט א תירוץ פונעם טאטן פונעם רד"ק, אז בתיה איז געווען א גיורת,און זי האט נאכנישט געקענט ריכטיג די שפראך ודפח"ח) נאר די תירוץ איז.. די יודן האבן געזעהן וואס דא גייט פאר, מפרובירט אריינצוברענגען די השכלה דא.. האבן זיי מחליט געווען מ'גייט באיקאטירן ס'גאנצע מעשה.. שטימט יא שטימט נישט.. מ'מאכט נישט קיין עסק און פערטיג!

ואולי איז דאס אויך די טעם פרוואס מ'טרעפט נישט קיינער זאל רופן בתיה'ס טאכטער מיט די ריכטיגע נקודות ווי אין פסוק שטייט מיט א חיריק.. ווייל זי איז דאך געווען דער וואס האט עס אנגעפירט די ארויסגיין קעגן דקדוק...


השתא דאתית להכא.. קען מען גיין און מסביר זיין די מעשה מיט דתן ואבירם.. משרע"ה שרייט אויף דעם שלעגער "למה תכה רעך".. וואס רעך ווי רעך? זעהסט נישט ווי ער איז גרייט צו מאכן פון איהם געהאקטע לעבער?!
נאר דער בית הלוי שרייבט (פר ויגש) און לכאורה האט ער געמיינט די משכילים בדורו.. אין תהלים (נ, יח-כ) שטייט "אם ראית גנב ותרץ עמו ועם מנאפים חלקך וגו' תשב באחיך תדבר בבן אמך תתן דפי", דא ווען ס'רעדט זיך פון די פארברעכער.. זאגסטו מ'דארף מקרב זיין יעדער איינער.. זיין באחדות מיט זיי.. און דא ווען ס'קומט צום ערליכן יוד.. צום אחיך.. דארטן תשב באחיך תדבר..

קען זיין, דער דתן'ען איז דאך געווען דער וואס האט געכאפט פונעם מצרי כמבואר במדרש.. און דארט שטייט "מכה איש עברי מאחיו".. וואס איז פשט "מאחיו"?.. נאר דער דתן האט זיך אלע יארן גע'חבר'ט מיט די מצריים.. און ווער רעדט נאך זיין רעבעצין שלומית בת דברי וואס האט ווארעם באגריסט יעדן.. אבער די כלל איז.. אז מ'מאכט נישט אליינס קיין הבדלה מאכט דער גוי.. און דער מצרי האט איהם געגעבן צו פילן כמו שכתוב..

צומארגנס טרעפט משה'נען דעם דתן מיט געהויבענע הענט.. האט משרע"ה געטענ'ט, מיט דעם מצרי האסטעזיך גע'חבר'ט.. און דיין ברודער שלאגסטו?!


נאך קען זיין על דרך זה.. ס'ידוע דער מעשה מיט'ן עם הארץ וואס האט געשיקט ס'אשת ע"ה זיך צוצוקוקן ביים שכן וויאזוי מ'פראוועט דעם סדר.. דער שכן וואס האט פונקט געהאט א שלעכטן טאג, האט פונקט געהאלטן אינמיטן אנצובויקענען דעם פלג-גופא זיינע.. דער פרוי אונטערן פענסטער (נדש) האט געכאפט דעם קדחת.. אזוי פירט מען א סדר?.. און זי האט געציטערט אהיימצוגיין.

דער מאן האט געווארט און געווארט.. ביז דער געדולד האט איהם געפלאצט.. ער האט געכאפט א גראבע וועלגערהאלץ און ארויס אויפ'ן גאס.. זעהענדיג ווי זיין פלונית'טע שטייט דארט און פארזוימט זיך.. האט ער זיך גענומען איר מכבד צו זיין מיט א מתנת יד.. האט זי זיך גענומען וויינען.. אז דו ווייסט יא וויאזוי מ'פירט א סדר פארוואס האסטו מיר געברויכט שיקן קוקן?
און אזוי אויך דא.. דער דתן האט געזעהן א נייע הנהגה.. דא חבר'ט ער זיך מיט'ן מצרי און דער טיילט שלעק.. קוקט אויס אזוי פירט מען זיך מיט א חבר.. שוין ווער איז מיין חבר אויב נישט מיין געטרייער ברודער און שותף אבירם...


ועל דרך הפשוט קען זיין, רש"י זאגט "רעך. רשע כמותך".. זאגט איהם משה.. פראקטיש גערעדט, ווען די בא'מקלס'ט א איידעלע יוד, שוין.. נו.. אבער דער אידאך א רשע כמותך.. ער גייט דיר באלד צוריקגעבן מנה אחת אפיים.. ווי איז דיין שכל...


און נאך קען זיין,שוין ע"פ דרך החידוד.. אז באמת האט דאך דתן א טענה.. דער אבירם איז דאך א רשע.. א שייגעץ.. ס'קומט זיך איהם געבראטענע שלעק.. נו פארוואס מחמיץ זיין דער מצוה..

אבער משרע"ה אט געזאגט "אכן נודע הדבר" פארוואס יודן גייען אריבער אזא שיעבוד.. ווייל דער רמב"ם פרעגט דאך פארוואס האבן די מצריים באקומען מכות? ס'איז דאך געווען דער רצון ה' "ועבדום ועינו אותם".. נאר דער תירוץ איז.. אז הגם ס'איז א מצוה.. מוזטו נישט זיין דוקא דער וואס איז מקיים דער מצוה.. קענסט עס לאזן פאר א צווייטן.

אבער דער ראב"ד ענטפערט אז דער עונש איז געקומען פארן צולייגן מער ווי די גזירה פונעם באשעפער.

ממילא, דאס האט משרע"ה געטענה'ט אויב דער דתן גייט און כאפט דער מצוה צו בא'מקל'ען א רשע כמותו.. פאלט דאך אוועק דעם רמב"ם תירוץ אויף די מכות.. העט מען דאך מוזן צוקומען צום ראב"ד'ס תירוץ.. און דערפאר דארפן יודן ליידער ליידן מער ווי די גזירה איז געווען..

לאמיר מקיים זיין די עצה פון די יודן אין מצרים זיך צוהאלטן אינאיינעם, ווי ס'שטייט אין די ספרים אז די יודן פלעגן זיך צוזאמען קומען אין די שבתות און זיך מחזק זיין איננע דעם צווייטן, און מ'זאל מיר זוכה זיין כימי צאתנו מארץ מצרים יראנו נפלאות בב"א.


א לעכטיגן שבת!
און א רואיגן ערב שבת!

viewtopic.php?p=2566414#p2566414
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת וארא - ר"ח שבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוט חודש א גוט יאהר טייערע ידידים!
האלט מען שוין ביי ראש חודש שבט, הואיל משה באר את התורה בשבעים לשון!


דארף מען טאקע צו פארשטיין, פארוואס ברויך מען מסביר זיין אויף אלע זיבעציג לשונות, פארוואס איז נישט גענוג מסביר צו זיין אויף מאמע לשון?

נאר וואדען? שוין לעצטנס אויפגעברענגט געווארן די מעשה דא אופן וועלטל, מיט'ן ראש ישיבה וואס האט פרובירט מסביר צו זיין צום בחור'ל וואס האט זיך געוואלט איינשרייבן אין ישיבה א גאנצע אויסוואהל פון סיבות פארוואס ער קען/וויל איהם נישט אריין נעמען אין ישיבה,האון אויף יעדעס איינס רופט זיך דער בחור'ל אן מיט א תירוץ..

דער ראש ישיבה זעהט אז ס'איז נישט קיין עסק, זאגט ער איהם, אז די שיעורים אין ישיבה זענען אויף אידיש, און די בחור'ל רעדסט דאך נאר ענגליש/העברעאיש.. ענטפערט דער בחור'ל ניין, איך פארשטיי אידיש אויך?

צושרייעט זיך דער ראש ישיבה, איך רעד דאך צו דיר יודיש די לעצטע האלבע שעה, און ס'קוקט בכלל נישט אויס ווי די פארשטייסט יודיש...


במה דברים אמורים.. דער מדרש זאגט (דברים רבה ג, יא) 'א"ר תנחומא, שהיה משה מחבט עצמו לפניהן ואומר להם, אתם עוברים, אני איני עובר, ופתח להם פתח שמא יבקשו עליו רחמים, ולא היו מבינים.
למה הדבר דומה, למלך שהיו לו בנים הרבה ממטרונה, סרחה עליו מטרונה ביקש להוציאה.
אמר לה: תהא יודעת שאני נוטל אחרת.
אמרה לו: אין, ואין את אומר לי מי היא זו שאתה עתיד ליטול?
אמר לה: פלונית.
מה עשתה מטרונה, כינסה את בניה אמרה להן: הוו יודעין שאביכם מבקש לגרשני וליטול את פלונית, יכולין אתם שלא להשתעבד בה?
אמרו לה: הן.
אמרה להן: תדעו מה היא עתידה לעשות בכם, והיתה אומרת שמא יבינו ויבקשו עליה מאביהן, ולא היו מבינין.

בקיצור זאגט דער מדרש, משרע"ה שטייט און פרובירט זיי מרממז זיין, אז זיי זאלן איינרייסן פאר איהם אז דער באשעפער זאל איהם לאזן אריינגיין קיין ארץ ישראל.. און די יודן פארשטייען נישט.. זאגט משרע"ה, כ'זעה אז יודיש פארשטייען ענק נישט.. לאמיר זאג די תורה אויף אנדערע שפראכן אויך..

דערפאר קען טאקע זיין די פשט וואס משרע"ה האט אנגעהויבן אין ר"ח שבט דייקא, די ספרים זאגן דאך א ס'האט א שייכות מיט שיטת בית שמאי, וואס האלטן "באחד בשבט ראש השנה לאילן".. אידאך שווער, מ'פסק'ן מיר דאך ווי בית הלל.. נאר בית שמאי זענען דאך געווען מחדדי טפי (יבמות יד.), און שנעלער געכאפט א רמז.. האט זיי משרע"ה מרמז געווען.. חברה מ'ברויך דא נוצן ס'קעפל און כאפן דעם רמז.. וואס זאל מיר טוהן אז דער רמז האבן זיי אויך נישט געכאפט..

[align=center]*[/align]
די יסוד הענין טרעף מיר אויך די וואך אין מדרש (שמו"ר ט, ח) הקב"ה שיקט משרע"ה צו פרעה'נען צו וייזן רמזים, 'אמור לאהרן ויתלה את המטה כנגדו כלומר מזה אתה לוקה'.. 'לפי שפרעה נדמה לתנין וכו' וכשהיה משה נכנס מיד נעשה פרעה מטה'..

אבער דער פרעה.. נישט נאר קיין לשה"ק קען ער נישט.. ער פארשטייט קיין אידיש אויך נישט.. ער כאפט נישט קיין רמז.. איניש דא קיין צווייטע ברירה, נאר 'אינו מבין כסיל הוא וכו' במה מייסרים את הכסיל במטה' העט ער מוזן באקומען א שטערקערע רמז.. ווי זאגט יענער.. ער האט מיר אראפגעווארפן אלע טרעפ און כ'האב פארשטאנען די רמז.

מער מבואר טרעף מיר עס אין ילקוט שמעוני (רמז קפב) מיט א זיסע משל.. 'אמרו למה הדבר דומה, לארי וחיות ושועל שהיו הולכין בספינה, וחמור גובה מכס מן הספינה.
אמר להם החמור: תנו לי מכס.
אמר לו שועל לחמור: כמה עזין פניך, אתה יודע שמלך שבחיות עמנו, ואתה תשאל מכס.
אמר לו החמור: מן המלך אני נוטל, ולגנזיו אני מכניס.
אמר להם הארי: קרבו לי הספינה, ויצא וטרפו לחמור, ונתנו לשועל, אמר לו: סדר לי אבריו של שוטה זה.
הלך השועל וסדרן, ראה לבו נטלו ואכלו.
כשבא הארי מצא אבריו נתוחין, אמר לו לבו של שוטה זה היכן הוא?
אמר לו: אדוני המלך, לא היה לו לב! שאם היה לו לב, לא היה נוטל מכס מן המלך.
אף כך פרעה הרשע, אם היה לו לב, לא היה אומר למלך מלכי המלכים תן לי דורון..

מ'קען אבער זאגן א טיפערע ביאור אינעם משל, ובפרט וואס דער 'הדר זקנים מבעלי התוספות' לייגט צו צו דעם נמשל נאך א שורה 'אמר הקדוש ברוך הוא שוטה זה אין לו לב, לבו נעשה כבד, והיינו דכתיב כבד לב פרעה'.

אמאהל איז דא א כופר בעיקר וואס זיין שכל זאגט איהם אז ס'איז נישט דא קיין משגיח בתחתונים, אויף איהם העלפט מסביר צו זיין מיט ראיות והוכחות אז ס'איז יא דא א בורא ומנהיג לבירה.. אבער די היינטיגע כופרים זענען גאר עפעס אנדערד.. ווי דער בריסקער רב זצ"ל האט זיך אויגעדרוקט, זיי האבן נישט קיין קשיות, זיי האבן תירוצים.. ער ווערט דיקטירט דארך זיינע תאוות, און כדי צו בארואיגן דעם געוויסן פארבריצירט ער קשיות.. אויף איהם העלפט נישט קיין הסברה.. איהם דארף מען געבן אדער ווארעמקייט ס'זאל זיך איהם לוינען צו זיין וואויל.. אדער געבראטענע פעטש ס'זאל זיך איהם נישט לוינען צו זיין שלעכט..

ווייס מיר דאך פון די קדמונים און די ספה"ק (עי' כלי יקר סו"פ בא) אז די לב איז משכן הבינה, און די כבד איז דער וואס שלעפט די גוף צו אלע תאוות.. דאס האט הקב"ה געזאגט צו משה.. לאז דיר נישט אריין אין קיין ויכוחים מיט דעם פרעה אויפצוקלערן 'מי ה' אשר אשמע בקולו'.. ס'קומט בכלל נישט פון הארץ.. ער איז א בעל תאוה פון די לעבער.. און די איינציגסטע שפראך וואס רעדט צו איהם איז פעטש..

[align=center]*[/align]
און דער משל איז נוגע אקטועל אויף עניני דיומא אויך.. נישט אומזיסט איז דער דעמאקראטישע פארטיי סימבאל א שטאקעדיגע אייזל.. די ליבעראלן פויקן און האקן מיט שיטות און הסברים.. און ביזי זענען זיי טאקע מיט ארויפשטעלן טעקסעס אזוי ווי אונזער אייזל אין מדרש.. אבער ווי זאגט דער שועל? 'אדוני המלך, לא היה לו לב'.. ס'האט גארנישט מיט שכל און פארשטאנד.. פלעין און פראסטע בעלי תאוה איינגעפעלצט אין א שיטה...

[align=center]*[/align]
נאך א שטארקע נקודה זעה מיר אין די וואך סדרה.. מ'רעדט שוין פון משה און אהרן גאנץ פרשת שמות, און ס'שטייט גארנישט קיין ווארט פון זייער ייחוס.. ווער זענען זיי.. פון ווי קומען זיי.. פלוצלינג אינמיטן גיבט דער תורה א רעכן אויס די גאנצע ייחוס פון אלע זייטן.

נאר וואס דען.. א בנש"ק וואס קען אנדרייען איז נישט קיין ייחוס.. אנברענגן א תכבד העבודה אליינס איז נישט קיין כבוד.. ווען קען ייחוס זיין א מעלה.. ווען מ'הייבט אהן אויפצוטוהן.. מ'הייבט אן צו באקלאפן דעם פרעה דארט קען מען צולייגן אז דער איז א יחסן אויך..

[align=center]*[/align]
לאמיר נאך צולייגן א שיינע געדאנק וואס איז מיר איינגעפאלן, רש"י זאגט דאך "הנה יוצא המימה" ווייסט דאך יעדע חדר יונגל דעם פשט.. פארשטייט זיך נאכן זיך איינהאלטן פאר א מעת לעת איז די מצב געווען פיין אנגעצויגן..

קען זייין דער רמז איז געווען צו פרעה'נען.. די גמרא זאגט דאך אין מסכת מכות (טז:) - האט עס דאך אודאי א שייכות צו אונזער פרשה.. - צוויי אופנים וואס זענען נכלל בכלל איסור "בל תשקצו", חוץ פונעם עצם איסור פון עסן שרצים, וואס אויף דעם האבן זיי דאך נישט חושש געווען, כמבואר בילקו"ש (שם) 'צפרדעים מפני מה באו עליהם אמרו לישראל צאו והביאו לנו שקצים ורמשים ונשחק בהן כמו שאנו רוצין', און דארכ'ן שפילן מיט שרצים קומט מען צו לידי אכילה כמבואר במס' שבת (צ:), איז די גמרא מוסיף נאך צוויי אופנים "אמר רב אחאי, המשהה את נקביו עובר משום 'לא תשקצו', אמר רב ביבי בר אביי האי מאן דשתי בקרנא דאומנא (-השותה בכלי שמקיזים בהם דם) קא עבר משום לא תשקצו".

דאס איז געווען דא דער רמז, קודם האבן זיי עובר געווען אויפ'ן פשוט פשט.. יעצט שטייט משרע"ה און האלט אויף פרעה, מוסיף צו זיין אויף דעם וואס ער איז עובר אויפן צווייטן פשט.. אויב אזוי קומט זיך איהם ער זאל עובר זיין אויפ'ן דריטן פשט, שארך דעם וואס ביי מכת דם האבן זיי באצאהלט תבין ותקילין פאר וואסער.. און מן הסתם הבן זיי עס געטרונקען אין בלוט פארשמירטע כלים, נישט וועלנדיג פארלירן פון די טייערע וואסער..

[align=center]*[/align]
און לסיום א מעשה'לע מיט א איד וואס איז געקומען צום רב מיט א ספר וואס ער האט אנגערופן 'מתת אלקים'., און געבעטן דער רב זאל איהם געבן א הסכמה, און א איסור אויף אנדערע זאלן נישט דרוקן דעם ספר אן זיי רשות.. דער רב בליקט אריין.. און קוקט אויס אז חוץ פון די חרטומי מצרים איז נישט געווען מעגליך אז איינער זאל קענען אזאנס צוזאמענשרייבן.. רופט ער זיך אהן צום יודל.. בעסער רוף דיין ספר 'אצבע אלקים'.. אזוי וועלן אפילו די חרטומים עס נישט קענען נאכמאכן..

א ייש"כ פאר'ן אויסהערן.. שומעים את הנראה..

שבת שלום ומבורך!

viewtopic.php?p=2578153#p2578153
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת בא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:שטיי מיר ליל שישי פרשת בא, וואס צדיקים האבן געזאגט אז פרשת בא איז נאך גרעסער פון שבת שירה, מצוה ב"א יותר מבשל"חו.


ס'איז ידוע דאס ווערטל פונעם הייליגער קאצקער, פארוואס שטייט בא אל פרעה און נישט לך אל פרעה.. ווייל ווען נישט וואלט דאך די פרשה געהייסן פרשת לך און נישט פרשת בא.. און ס'וואלט נישט געווען קיין שובבי"ם...

מ'קען אפשר מסביר זיין פשט.. ע"פ אן אנדער קאצקער ווארט.. ווען א קאצקער חסיד האט אמאהל געפרעגט א טשערנאבלער חסיד וויאזוי איז מען א חסיד.. און איינע פון די זאכן האט ער געזאגט אויסזאגן גאנץ תהילים שב"ק.. האט דער קאצקער חסיד געטענה'ט, וואס דוד המלך הא געזאגט במשך זיבעציג יאהר זאל איך זאגן אין איין טאג?!

(בדרך אגב דערמאנט מיר דער מעשה.. וואס דער בעל 'אז נדברו' טענה'ט אז נאך א פטירה פון א ליטווישע גדול מאכן זיך אסאך משברים ביי די בני טעירע.. זיך אנהערנדיג מיט די יגיעת התורה וואס דער גדול איז אנגעקומען במשך 90/100 יאהר.. און זיי פרובירן איהם נאכצומאכן ביי די 20..)

אבער וואס איז טאקע פשט?..

קען זיין אז דאס טאקע! כלל ישראל איז נזדכך געווארן אלץ א הכנה צו קבלת התורה במשך 210 יאהר.. דערנאך א יאהר צייט א לעקציע אין "וידעתם כי אני ה' ", פופציג טעג הכנה צו קבלת התורה.. משרע"ה אויפן בארג פערציג טעג.. מען בויט א משכן פון יו"כ ביז חנוכה..

זאגן אבער די ספה"ק.. היינטיגע צייטן, הקריאה מעורר הזמן.. מ'מאכט אלעס אין קארגע 6 וואכן פון גלות מצרים ביז סוף פרשת משפטים "נעשה ונשמע", און אין א עיבור יאהר נאך 2 וואכן און מ'האט א גרייטע משכן להשראת השכינה!

דאס קען טאקע זיין דער רמז.. יא! מיר זאגן אין איין טאג וואס דהמע"ה האט געזאגט במשך 70 יאהר! דאס איז טאקע די כח פון שובבי"ם! אלעס אריינצוכאפן אין א קורצע צייט!

און דאס קען אויך טאקע זיין דער טעם פון רציפות לערנען.. נארמאל אז א בחור'ל זאל בסה"כ לערנען א נעט פון 5 שעה, ברויך מען עטליעסט אזא 15/20 שעה מינימום.. אבער שובבי"ם וויזן מיר ניין! מ'לערנט פינעף שעה, אין נישט מער ווי 5 שעה!!

דאס קען גאר זיין די רמז, די פרשה הייסט "בא", א' מיט ב', מ'מאכט אלעס "איינס צוויי", דא גייט פאר "כי אני הכבדתי את לבו" במשך א יאר צייט, אריינצופראקן אין דעם פרעה.. אבער שפעטער "למען תספר באזני בנך ובן בנך" אין איין סדר נאכט "וידעתם כי אני ה' ", און דאס איז טאקע די סוד פון שובבים!

*

היייבט זיך די פרשה אן מיט מכת ארבה.. העמיר לאור המצב זאגן א הסבר.. יענע וואך האט פרעה זיך געבראכן און געזאגט "ה' אני הצדיק ואני ועמי הרשעים".. איז שווער ווי קומט עס אז גלייך דערנאך האלט ער ווייטער נישט בייים פארשיקן די יודעלעך..

לאמיר אבער קוקן אין מדרש.. מיינט עטץ אז פרעה האט חרטה געהאט אויף משעבד זיין די געפלאגטע יודעלעך?.. א הויקער.. זאגן די בעלי התוס' אין מושב זקנים (וכעי"ז בשמו"ר יב, ה ובדע"ז) "הוא ריחם על הצאן ואמר שלח העז, ואני לא רחמתי עליהם והנחתים בשדה, לכן אמר אני ועמי הרשעים"... כליפ כליפ.. בשר חמורים בשרם.. א רחמנות אויף די בהמות.. איי דו פייניגסט מענטשן שוין פאר כ'ווייסנישטווילאנג.. אבער דער בהמה.. ער איז א רחמנות..

אויב אזוי, זאגט דער באשעפער, איז דאך נישט קיין יושר אז די מאכל בהמה "והשעורה נכתה", און די בהמות האבן נישט וואס צו עסן.. און דו פרעה דער מענטש האט מער פון זיי, "והחטה והכסמת" דער מאכל אדם "לא נכו".. ס'דאך אן עולם הפוך... נאר די עצה איז.. "הנני מביא מחר (מארגן אין אמעריקע...) ארבה בגבולך... ואכל את יתר הפלטה הנשארת לכם מן הברד".. כאטש זיין גלייך צום בהמה...

*

נאך קען זיין, שטייט אין מדרש יהונתן אז פרעה האט זיך פארענטפערט, דאס וואס ער האט געזאגט 'ה' הצדיק ואני ועמי הרשעים', איז נישט פשוט פשט.. נאר ה' הצדיק ואני', איך בין אויך א צדיק.. 'ועמי הרשעים' זיי זענען די שקצים (וכ"כ החת"ס בתו"מ בשם המדרש, ובפרדס יוסף כתב שלא מצאו במדרש).

אהה.. אויב אזוי.. ער הייבט שוין אהן אריינצוטייטשן חסידישע תורה'לעך.. אויב אזוי "הנני מביא מחר א'רבה בגבולך".. מ'האמיר דא א נייע רבי.. ער זאגט תורה.. פארטייטשט פסוקים מיט לימודי זכות.. נו ביי א רבי כאפן דאך די חסידים שיריים.. שוין "ואכל את יתר הפלטה הנשארת".. זיי וועלן כאפן די שיריים..

*

ווי האט מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע געזאגט, פארוואס האט פרעה אזוי געציטערט פון מכת ארבה און זיך געבעטן "ויסר מעלי רק את המות הזה", נאר דער בעה"ט ברענגט א מסורה, "וינח בכל גבול מצרים. וינח ביום השביעי. מלמד שנח הארבה בשבת", איז דאך דער ארבה געוווען א פרומע מכה.. א פרומע מכה איז ערגער פון אלעם..

*
די וואך טרעפמיר אויך א מקור איף מנהג ישראל תורה אלעס אנצויאגן אין די לעצטע מינוט.. ווי דער אבן עזרא איז מחדש אז ,בין הערבים, מיינט צווישן די שקיעה און די צאה"כ, "והנה הייתה קבלה שיחלו לשחוט מהרגע שיתברר לאדם כי השמש נטה לצד מערב. והזכיר הכתוב: בין הערבים, שרוב הפסחים אז היו נשחטים שם. והוא סוף הזמן שלא יעבור עד עריבת אור השמש..

הגם ס'שטימט נישט מיט די גמרא אז די דריטע כתה איז געווען די קלענסטע, זעהט מען אבער די נקודה אז רוב זאכן ווערן ארלעדיגט אין די לעצטע מינוט.

*

מסיים העמיר מיט'ן כלי יקר, וואס שטעלט זיך פון ווי האט דער בעל הגדה גענומען אז די שאלה פון 'מה זאת' איז פונקט דער שאלה פונעם תם?

נאר זאגט דער כלי יקר, דער תם, מגיבט איהם צו עסן, זאל זיין מצה.. זאל זיין א געבראטנס.. אביסל ציפעדיגס אין די זייט.. ער פרעגט נישט קיין שאלות.. א שאלה איז טרייף.. אז מ'גיבט נעמט מען.. און מ'עסט כמו שצריך.. ער דארף נישט קיין טעמים און הסברים.. ער איז א נער און ער גלייבט..

אבער ווען ס'קומט צו פדיון הבן.. ס'הייבט זיך אן מיט א דררא דממונא.. דארט זאגט דער כלי יקר "אפילו תם ופתי גמור, הרי הוא חכם לענין זה, להחזיק ממון, שלא ליתן ממון לשום אדם כלום בחנם".. דא איז ער שוין גארנישט אזא תם.. דא וויל ער שוין פארשטיין.. ער ברויך פונקטליכע הסברים..

לאמיר נישט זיין ווי דער תם פון די הגדה, און נישט פאדערן קיין הסברים נאר ווען מ'נעמט ח"ו.. נאר אויב מקבל זיין בתמימות, איז עד הסוף!


האלט מיר איצט בין גאולה לגאולה, צווישן דעם יום הגאולה פון אפאר טייערע יודן פון די אמעריקאנע תפיסות, און דער יום הצלה פון האחים הק' מרן מהר"א מבעלזא זי"ע און הגה"ק מהר"ם מבילגורייא זי"ע, היינט אויפדערנאכט, זאל דער אויבערשטער העלפן מ'זאל מיר בקרוב אויסגעלייזט ווערן אלע צוזאמען, וכימי צאתנו מארץ מצרים יראנו נפלאות בב"א.

viewtopic.php?p=2589837#p2589837
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת בשלח - חמשה עשר בשבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:אז מ'האלט מיר מוצאי ראש השנה לאילנות, ווען די ביימעלעך זענען פארנומען איינצופאסטן צום בעפארשטייענדן תענית, קען מען נאך אריינווארפן א ווארט צוויי איבער דעם יו"ט.


ס'ווערט דערציילט אויפ'ן רעבעצין פון ר' חיים בריסקער, אז זי הא אמאהל געפרעגט איר גרויסן מאן א הארבע קשיא אויפן סידור.. פאר קריאת התורה מאנטאג און דאנערשטאג זאגט מען קל ארך אפים, שטייט דארט אין די קליינע אותיות א רשימה פון טעג וואס מ'זאגט עס נישט, וביניהם ערב יום כיפור.. וכאן אשתו שואלתו.. פארוואס ברויך שטיין אין סידור אז עיו"כ א"א אא"א, ס'קען דאך נישט געפאלן נישט אין א מאנטאג און נישט אין א דאנערשטאג..

האט ר' חיים געענטפערט, אז זי איז טאקע גערעכט און אלטס קל ארך אפים וואלט עס טאקע נישט געברויכט צו שטיין, נאר היות אין דיע טעג זאגט מען אויך נישט קיין למנצח, ממילא שטייט דארט אויך עיו"כ מ'זאל וויסן אז מ'זאגט נישט קיין למנצח..

פרעגט זי צוריק.. דארט שטייט דאך עקסטער דע גאנצע ליסטע.. ענטפערט איר ר' חיים, דארט איז שוין טאקע שווער...


היוצא לנו מזה, אז די עיקר אז דא איז נישט שווער, איי דארט ווערט שווער.. דאס וועט מען שוין דארט זיך ברעכן קאפ צו פארענטפערן..

והשייך לעניננו, צדיקים האבן זיך געשטעלט, וואס איז פשט אז ט"ו בשבט וואס איז ר"ה "לאילן" עסט מען פירות.. און בעצרת נדונים על "פירות האילן" שטעלט מען ביימער אין ביהמ"ד כדי מ'זאל מתפלל זיין אויף זיי..

קען זיין די תירוץ.. אז מ'פרעגט אין הימל.. וועלכע זכותים האבן די ביימער.. ענטפערט מען, אם לא בזכות עצמן, זאלן זיי זוכה בדין זיין בזכות פון זיערע פירות.. איי ווען מ'קומט שבועות און מ'נעמט זיך דן זיין אויף די פירות אליינס.. דאן ענטפערט מען.. זיי האבן זכות אבות פון די ביימער..

וכ
ידוע די סיפור פונעם הייליגן אפטער רב זי"ע וואס איז געקומען אין א שטאט, און ס'זענען זיך צזאמגעקומען א גרויסע עולם איהם מכבד צו זיין, און דער אפטער רב האט עס געארט די כבוד וואס מ'טיילט איהם צו.. האט איהם זיין זוהן הרה"ק 'ר' צחק מאיר זשינקובער בארואיגט, אז דער עולם קומט איהם מכבד זיין, נישט דעם טאטן.. ונחה דעתו..
צומארגנס פרעגט איהם דער אפטער רב, פארוואס טאקע איז איהם דער עולם אזוי מכבד?.. וואס הייסט - ענטפערט ר' יצחק מאיר - ווייל איך בין דאך דעם אפטער רב'ס א זוהן..

*

או יאמר.. ראש השנה ליינט מען דאך די ערשטע טאג וה' פקד את שרה, און די צווייטע טאג די עקדה.. נו ביי די ביימער, איז דאך וה' פקד.. ווי רש"י זאגט (ר"ה יד.) "ונמצאו הפירות חונטין מעתה".. אבער די עקדה.. דערפאר מאכט מען א ברכה, און מ'שעכט אפ די פירות.. די קינדער פון די ביימער על קידוש שמו ית'.. .

*

העמיר א בליק טון אינעם פרשה אויך.. אידאך באקאנט די מדרש פליאה.. הים ראה וינוס.. מה ראה? ראה אותם באים ורכוש מצרים בידם.. וואסיז פשט?

נאר דער ים האט געהאט א תנאי מתחיל ברייתו זיך צו שפאלטן פאר די יודן.. אבער ווי ס'שטייט אין מדרש (ויק"ר כג, ב) "אלו ואלו ערלים אלו מגדלי בלורית ואלו מגדלי בלורית אלו לובשי כלאים ואלו לובשי כלאים" און מ'האט דאך גארנישט אנגעזעהן אז דאס זענען אידן.. אבער ווען דער ים הא געזעהן אז די חברה דא האבן געמאכט א גרינגע דאלער אויפ'ן גוי'ס חשבון.. אה! דאס זענען די ריכטיגע חברה.. דאס זענען די אידעלעך..

וליתר ראיה אז דאס זענען טאקע די יודן.. זאגט דער מדרש 'מה ראה, ברייתא דר' ישמעאל ראה,.. פרעג איך דיר.. קען דען א גוי ארויסזאגון דעם כלל ופרט, פרט וכלל, כלל ופרט וכלל' אזוי בנשימה אחת, און נאך ארויסקמען מיט גאנצע ציין?.. ע"פ שנים עדים יקום דבר אז דאס זענען די ריכטיגע יודעלעך..

דאס איז אויך פשט אינעם רש"י.. "מה זאת עשינו כי שלחנו את ישראל מעבדנו, על ממונם שהשאילום".. איז דאך שווער ווי שטייט געלט דא אין פסוק.. נאר די מצריים האט נישט אזוי געאהרט אז די יודן גייען ארויס לחירות.. ס'דאך ידוע אז די יודן זענען ארויס לפנ זמנם מיט'ן חשבון משלים צו זיין אין די אנדערע גליות.. נו וועלן זיי שוין דאן צוריקקומען ארבעטן ביי אונז.. אבער דא האבן זיי איינגעזעהן אז נעקסטיים גייען די אידן שוין נישט שוויצן צו פארדינען אפאר גרייצער.. זיי האבן זיך שוין אויסגעלערנט א לייכטערע וועג.. על ממונם שהשאילום.. אויף דעם האבן זיי געשריגן מה זאת עשינו..

*

דערמאנט מיר דאס א מעשה מיט איינע פון די צדיקים וואס ביי איהם האבן זאך נאר געדרייט בני עליה, חוץ פון איין פשוטע איד, וואס האט ערגעצוואו דארט אריינגעבלאנדזשעט.
ביום מן הימים האט דער איד מיט געברענט א חבר זיינס אינגלייכן צום רבי'ן.

האט איהם דער רבי געזאגט.. קום כ'וועל דיר דערציילן א מעשה.. אמאהל קומט א דארפסמאן אריין צום ספרים בינדער מיט א בקשה.. זייזשע מוחל און נעם מיר ארויס דעם ר' ישמעאל אומר פון סידור!.. יעדן טאג ווען כ'קום אהן דארט בלייבן מיר די ציינער שטעקן, מיטן קלאפט און ס'פארט, ס'פארט אום ס'קלאפט.. און דער חזן דאוונט ווייטער, און ער קען שוינישט מיטהאלטן!

דער בינדער איז געווען א גאטספארכטיגער איד.. סתם אזוי ארויסרייסן א שטיקל סידור?.. האט ער ארויס גענומען דעם בלאט, און אריינגעבינדן אינעם סוף פונעם סידור..
דער דארפס איד באקומט צוריק זיין סידור.. און ער קען זיך נישט בארואיגן פון פרייד!.. דער ר' ישמעאל שטייט איהם שוין נישט אין וועג.. ער קען שוין מיטהאלטן דעם דאווענען..
קומט מוצאי שבת נאך ויתן לך.. אמר ר' יוחנן.. והנה! און דער ר' ישמעאל איז דא!

רופט זיך אן דער דארפס איד.. דיר ר' יוחנן קען איך שוין פונלאנג נישט דולדן, מיט דעם "ענותנותו".. אבער אז דו ברענגסט נאך מיט ר' ישמעאל אויך...


קען מען גאר זאגן.. ביי מכת ארבה שטייט ויתקעהו ימה סוף.. שוין דאס האט דער ים נאך אראפגעשלונגען.. אבער יעצט ברענגען די מצריים אויך מכת חושך צום ים.. עד כאן.. אלעס האט א גבול..

*

נאך קען מען זאגן.. מתאמרא משמיה פונעם סאטמארן רב זצ"ל אז מ'זעהט די חשיבות פון תורה.. אז ס'דא א יוד וואס קען ש"ס און ער האט צום לעבן וועט ער נאכנישט טראגן דעם טיטל פון "תורה וגדולה במקום אחד".. אבער א גביר אדיר וואס קען א פרק משניות אויך.. אה..דער איז שוין תורה וגדולה.. ללמדך אז אביסל תורה האט א מורא'דיגע חשיבות..
אזוי אויך דא.. ראה אותם באים ורכוש מצרים בידם.. און זיי קענען נאך עפעס א ברייתא פונעם דאווענען.. אה.. פאר דעם דארף מען דרך ארץ.. איהם מאכט מען פלאץ..

*

אין של"ה הק' ברענגט ער פון 'אנשי צחות והמליצה'.. שטייט אין פסוק 'ותען להם מרים' .. וואלט דאך באדארפט צו שטיין 'ותען להן' נישט 'להם'.. נאר פשט איז אז די נשים האבן בכלל נישט געזאגט קיין שירה, נאר געשפיעלט מיט די פויקן.. זענען אבער געווען אפאר יונגען וואס האבן זיך געשטעלט ארום די מוזיקאנטן כנהוג.. האט מרים זיי געזאגט..ותען להם.. זייטס מוחל, אריין אין מענער שוהל.. שירו לה'..

*

ולסיום, האט דער בילגורייער רב זצ"ל נאכגעזאגט פון א חסיד ר' שמואל אנטשיל פון פשעמישל.. אז ער פלעגט טענה'נען אז ער נעמט נישט אן קיין מעשיות פון מופתים פון צדיקים.. ווייל ווער זאגט ס'איז טאקע דעם צדיק'ס מופת?.. דער באשעפער איז נאך אויך אזא בעל מופת..

נאר אז מ'דערציילט איהם אז א צדיק האט אריינגעשיינט יראת שמים אין א יוד.. אה.. דאס מוז שוין זיין דעם רבינ'ס מופת.. ווייל הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים..
האט דער בילגורייער רב געטייטשט, וירא ישראל את היד הגדולה אשר עשה ה' במצרים, וייראו העם את ה'.. איז אויפ'ן 'וירא ישראל את היד הגדולה', איז ויאמינו בה', דאס איז דעם באשעפער'ס מופת, אבער וייראו העם את ה', אויף דעם ויאמינו.. ובמשה עבדו.. דאס מוז שוין זיין דעם רעבינ'ס מופת..


א פרייליכע שבת שירה!!

נישט פארגעסן אז די פייגעלעך קומען עסן!!

viewtopic.php?p=2600883#p2600883
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:די מנהג פון בעלי דרשנים איז אנצוהייבן מיט "לא איש דברים אנכי", איך האב מיר נישט צוגעגרייט" וכו' וכו' וכל מיני התחלות.. ווי חז"ל זאגן שכל ההתחלות קשות.. יעדער טרעפט זיך א צווייטע וועג וויאזוי אריינצופארן אינעם דרשה.. והכלל אז די ערשטע צוויי מינוט איז נארמאל געזאגט און געזאגט און גארנישט געזאגט.. און דערנאך קומט דער גרויסער "אבער".. דעם "אבל אשמים אנחנו" יעצט צו הערן א דרשה עד בלי גבול.. אבער נישט געזארגט גלייך דערנאך שטייט "ולא שמענו"...

קאן טאקע זיין דאס איז די מכוון, יומא קמא לא אמר להו ולא מידי משום חולשא דאורחא.. משה רבינו איז טאקע נישט געווען קיין רעדנער.. זיין "לא איש דברים אנכי" האט געמיינט אויף אן אמת... און ער האט נישט אויסגענוצט די יומא קמא צו זאגן "ולא מידי" ווערטער וואס מיינען גארנישט, נאר "לא אמר להו, ולא מידי"..

[align=center]*[/align]

לאמיר א קוק טוהן אין די פרשה.. וישמע יתרו.. מה שועה שמע ובא מלחמת עמלק.. איז פארהאן א טייער ווארט אין ספר 'חידושי הרמבא"ד' פון א זוהן פונעם בעל גורן דוד זצ"ל, וזה לשונו..

"יש לתת טעם עפ"י הלצה למה שהביא גם אשתו של משה שמה, כי הובא בילקוט שעיקר ביאתו היה בשביל ששמע מלחמת עמלק.

רבים מן הנשים דומות (להבדיל) לעמלק בשני דברים, הא') דכשם שעמלק התחיל במלחמה נגד ישראל מבלי שום טעם, כן דרך האשה ג"כ להתחיל במריבה וקטטה נגד הבעל מבלי שום טעם. והב') דעמלק דרכו להאשים את ישראל על כל הרעות שנעשות תחת השמש אעפ"י שאין לישראל בהם שום גרמא, וה"נ דרך האשה להאשים את בעלה על כל הרעות הבאות לה.

ולכן כיון ששמע יתרו מלחמת עמלק חישב בעצמו דע"י שהורגל משה בעמלק ע"י מלחמתו יהיה נקל לו לסבול גם את אשתו לכן ויקח וכו' אשת משה" עד כאן לשונו מילה במילה..

מ'ברויך גארנישט צוצולייגן..

[align=center]*[/align]
איז דאך היינט נאכט די יארצייט פון מרן מהר"י מבעלזא זי"ע.. העמיר דערמאנען דאס וואס ווערט געברענגט אז ביי די שידוך פון הרה"ק מטשעכויב הי"ד ווען דער צאנזער רב זי"ע האט באגלייט דעם מיטעלער רב אויפן וועג אהיים, האט ער ארויסגענומען א קוויטל און א פדיון און דערלאנגט פאר'ן בעלזער רב.

דער גארליצער רב זי"ע האט עס געאהרט.. דער צאנזער רב איז געווען אסאך עלטער פון דעם בעלזער רב.. האט דער צאנזער רב זיך אנגערופן צום זוהן.. זארג דיר נישט.. ער האט מיר געגעבן א גרעסערע פדיון ווי איך האב איהם געגעבן..

קען מען דערמיט טייטשן.. שטייט אין רשב"ם, 'אחר שילוחיה' מיינט נאך וואס יתרו האט נאכגעשיקט איהר נדן צו משרע"ה.. אידאך שווער למאי נפקא מינה.. נאר אז ס'זאל נישט אהרן די יודן אז משרע"ה איז זיך מכניע צו יתרו "וישתחו וישק לו" וגו'.. איז דער פסוק מקדים.. אז יתרו האט אריינגעצאהלט א שיינע פדיון...

[align=center][/align]*

דער רב ז"ל האט געזאגט אז דער זיידע האט ליב געהאט דעם דרך הפלפול.. העמיר אריינווארפן א פשט'ל.. אין מכילתא טרעפמיר אפאר מחלוקת'ן דיע וואך צווישן ר' יהושע מיט ר' אלעזר המודעי, און צווישן זיי,

כהן מדין. רבי יהושע אומר, כומר היה.. רבי אלעזר המודעי אומר, שר היה.
אחר שלוחיה. רבי יהושע אומר, אחר שנפטרה ממנו בגט.. ר' אלעזר המודעי אומר, מאחר שנפטרה ממנו במאמר וכו'
וישמע משה לקול חותנו, ודאי. ויעש כל אשר אמר, כל אשר אמר לו חותנו דברי ר' יהושע; ר' אלעזר המודעי אומר, וישמע משה לקול חותנו, ודאי. ויעש כל אשר אמר לו, אלקים.

קען מען מקשר זיין.. לכאורה איז דאך שווער.. בשלמא לויט ר' אלעזר כהן מדין איז א שר.. שוין עפעס א טיטל.. אבער אז עראיז געווען א גלח ווי ר' יהושע האלט.. צו וואס דארף מען בכלל דערמאנען זיין זייענדיג א מדיני..

נאר קאן זיין.. ע"פ הספיור הידוע מיט דעם יעניגן וואס האט מחזיר געווען גרושתו.. און אויף די שאלה פארוואס איז ער נאכאמאהל באגאנגען דעם זעלבן טעות.. האט ער געענטפערט.. פאר א זיווג שני איז זי פונקט גוט..

והוא הדין בנידון דידן.. אויב משרע"ה האט איהר געגעבן א גט, וואס איז איינגעפאלן פאר יתרו אז משה רבינו וועט איהר צוריקנעמען.. נאר וואס דען.. יתרו איז דאך געקומען פון מדין, וואס איז געווען פון די בני קטורה.. און חז"ל זאגן דאך אז ס'די זעלבע ווי הגר.. נו זעה מיר דאך דאס שוין פון אאע"ה.. אז הגם ער האט איהר געגעבן א גט.. אבער פאר א זיווג שני יאז זי פאסיג.. אויב אזוי האט יתרו געטראכט דאס זעלביגע איז מיט משה רבינו.. דערפאר ויקח יתרו חותן משה את צפורה אשת משה..

נו און אז משרע"ה האט פון פריש חתונה געהאט מיט איהר.. איז ער דאך איצט געווען א שנה ראשונה יונגערמאן.. שוין איז פארשטייטזיך האלט ר' יהושע "וישמע משה לקול חותנו, ודאי. ויעש כל אשר אמר, כל אשר אמר לו חותנו", מ'פאלגט נאך דעם שווער כתורה מסיני. אבער לויט ר' אלעזר.. טאקע "וישמע משה לקול חותנו, ודאי", מ'הערט אויס וואס דער שווער זאגט.. זייער שיין.. אבער "ויעש כל אשר אמר לו, אלקים"...


ווי האט דער בלאזשובער רב בעל צבי לצדיק זי"ע האט געזאגט פארן שווער ר' משה'לע ראזוואדאווער זי"ע, ווען ער האט איהם געגעבן עצות בנוגע זיין רבנות.. אז ווען יתרו האט אנגעהויבן צו געבן עצות.. שטייט גלייך, וישלח משה את חותנו..

אן אנדער בחינה ברענגט דער 'גן יוסף'.. אז משרע"ה האט געזעהן אז יתרו הייבט אהן מיט רעפארמען.. האט משרע"ה געזאגט עד כאן.. זייט מוחל גייט אייך אהיים..

[align=center]*[/align]

האב אמאהל געהערט.. וואס איז טאקע פשט.. קיינעם איז נישט איינגעפאלן דעם חכמה.. ס'האט געמוזט קומען עפעס א גוי א גלח מיט דעם המצאה?

נאר וואדען.. חסידים האלטן אז דער רבי איז א מלאך.. ער דארף נישט עסן.. נישט שלאפן.. ער איז העכער פון אלעם.. אבער דער יתרו איז נישט געווען קיין היימישער.. ער האט נישט פארשטאנען וואס גייט דא פאהר.. נבול תבול..

[align=center]*[/align]

קוקט מען אריין אין יתרו'ס עצה.. ווי רש"י מאכט דער חשבון.. מער פון א אכטל פון כלל ישראל אויפגענומען אלץ דיינים.. קוקט אויס יתרו האט געזעהן אז ס'ניש קיין עסק.. דער עולם האט נישט קיין פרנסה.. א באנדע כלי קודש.. און מ'קומט זיך שלאגן אין דין תורה א פרוטה ארויף א גרייצער אראפ.. האט ער געטראפן אנייצע.. מ'העט זיי מאכן פאר רבנים.. און די איבעריגע העלן זיין גבאים, משמשים, ספרא דדינא'ס וכדו' אזוי אז יעדער העט האבן שבת צו מאכן.. וגם כל העם הזה יבא בשלום...

אזוי שטימט שוין דער סתירה אין רש"י.. אין בבא קמא (ק.) זאגט רש"י "והודעת להם, זו בית חייהם" מיינ אומנות.. און אין בבא מציעא (ל:) זאגט רש"י אז ס'מיינט גאר תלמוד תורה.. ולפי בנ"ל איז מיושב.. א תורה'דיגע פרנסה..

[align=center]*[/align]

ווייטער אין די פרשה איז פארהאן א "חסידישע" שטיקל אוהחה"ק.. אויפ'ן פסוק פוקד עון אבות על בנים, וזל"ק "ואשכילך כי בערך האדון ברוך הוא אפילו כשיאריך אפו עד דור רביעי יקרא מיד, כי ג' וד' דורות הם ג' מאות שנה ויומו של הקדוש ברוך הוא אלף שנה וכמו שיאמר תכף ומיד בערך האדם ו' וז' שעות כמו כן יהיה בערך האדון ג' מאות שנה".

ומכאן איז א שטאקרע מקור למנהג חסידים הראשנים.. היו 'שוין' שעה אחת.. נו אז ,תיכף ומיד' מיינט זעקס זיבן שעה.. קען שוין מיינען א שעה..

קען גאר זיין פארואס דאס איז מרומז דייקא ביים איסור פון עבודה זרה.. ווייל ביי חסידישע אידן איז געווען א ענין נישט מדייק צו זיין אין זמנים.. זאגנדיג אז פון פונקטליכקייט איז ארויסגעקומען א עגל.. ווייל די אידן האבן נישט געקענט טראכטן אז משה רבינו זאל שפעטיגן.. קומט אויס אז דער 'תיכף ומיד' זאל מיינען א שיינע פאר שעה געהערט טאקע צום איסור פון ע"ז...


זאל דער אויבערשטער העלפן די זכות פועם בעל הילולא זאל מגין זיין עלינו ועל כל ישראל להושע בכל הענינים, אמן!!

לחיים לחיים! די נשמה זאל האבן אן עליה און פאר אונז א ישועה!!

viewtopic.php?p=2612385#p2612385
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת משפטים - ר"ח אדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן חודש! א פרייליכע חודש! א מעכטיגע חודש!

שטיי מיר ביים שוועל פון חודש אדר.. בעסער געזאגט חודש אדר שטייט ביי אונזער שוועל.. אזוי שטייט דאך 'משנכנס' אדר.. נישט משנכנסין לאדר.. כידוע פון קרעטשניפער רבי'ן, לעולם וואלט מען באדארפט אריינצוגיין אינעם קוגל.. מ'קען דאך אבער נישט.. לייגט מען דעם קוגל אריין אין זיך..

ולעניננו קען זיין, מיין נישט אז דו דארפסט אריינגיין אינעם אדר.. הייב נישט אן מיט קיין תירוצים, כ'האב נישט קיין כח.. קיין מוט אריינצוגיין אינעם אדר.. כ'האב נישט די שליסל.. ניין דער אדר קומט אליין אריין.. נאר שטופ איהם נישט אוועק בשתי ידים...

[align=center]*[/align]

האלט מען טאקע ביי פרשת 'ואלה המשפטים', וואס דער אמרי חיים האט געזאגט.. ואל"ה איז נוטריקין ל'יהודים ה'יתה א'ורה ו'שמחה.. קען מען צולייגן אין משפטי"ם איז מרומז מ'שתה ש'מחה פ'ורים י'ום ט'וב (פארשטייט זיך פארקערט.. ס'דאך ונהפוך הוא..) מ'גילה...


האט טאקע דער אמ"ח געזאגט..רש"י זאגט 'אלה פסל את הראשונים, ואלה מוסיף על הראשונים', אז ס'איז ל'יהודים ה'יתה א'ורה זו תורה.. איז דא מחילת עוונת, און ס'איז פסל את הראשונים.. אבער אז ס'איז ל'יהודים היתה א'ורה ו'שמחה.. דאן איז שוין תשובה מאהבה, און זדונות נעשים לו כזכיות.. ממילא איז 'מוסיף על הראשונים'..

[align=center]*[/align]

און פורימ'דיג גערעדט, קאן מען זאגן.. ר' אייזל חריף האט דאך געזאגט אז די גרעסטע נס פורים איז געווען 'אין אסתר מגדת'.. אז א פרוי האט זיך געקענט האלטן דאס מויל.. קען גאר זיין אל"ה איז נוטריקון ל'א הגידה א'סתר.. דאס איז 'פסל את הראשונים' דאס איז אנדערש ווי אלע אנדערע ווייבער ביז אהער..

אבער שפעטער האט דאך אסתר יא דערציילט ווער זי איז.. וכמבואר ברש"י אויפן פסוק (אסתר ז, ה) 'ויאמר המלך אחשורוש ויאמר לאסתר המלכה', זאגט רש"י, וואס איז די צוויי מאל ויאמר.. 'בתחלה היה מדבר עמה על ידי שליח, עכשיו שידע שממשפחת מלכים היא דבר עמה הוא בעצמו'.. דאס שטייט ווייטער ואל"ה, איז ר"ת המלך אחשורוש ויאמר לאסתר... דאן איז שוין געווען ווי אלע ווייבער.. מוסיף על הראשונים...

[align=center]*[/align]

קען מען נאך צולייגן צו דעם ווארט.. מ'זאגט אינעם קרובץ ביי ברכת ראה נא, אז אסתר האט צוגעגרייט תכלת פאר'ן בית המקדש.. איז די שאלה פארוואס האט זי זיך דייקא געפארעט מיט שפינען וואל.. נאר אין די גמרא אין כתובות (סא) איז משמע אז כדי צו שפינען נוצן די פרויען אויך דאס מויל.. איז דאס א שטיקל עצה אז זיי זאלן קענען האלטן דאס מויל ווען ס'איז פארנומען בשעת'ן שפינען..

נישט בחינם האט ר' אליעזר געזאגט 'אין חכמה לאשה אלא בפלך'.. שטייט דאך אין אבות סיג לחכמה שתיקה.. נו ווי קומט א פרוי צו שתיקה.. איז די תירוץ דארכ'ן פלך..

אבער כולי האי ואולי.. נישט אייביג העלפט עס.. די גמרא אין מגילה (יד:) זאגט 'היינו דאמרי אינשי, איתתא בהדי שותא פילכא' ווי רש"י טייטשט.. 'עם שהאשה מדברת היא טווה'...

[align=center]*[/align]

קען מען גאר זאגן פארוואס דייקא תכלת.. ווייל ווער גייט מיט תכלת? די וואס זענען פארנומען מיט'ן 'אין ייאוש בעולם כלל'.. נישט בחינם זאגט דער פייטן 'שושנת יעקב צהלה ושמחה בראותם יחד תכלת מרדכי'.. אז מרדכי האט אויסגערופן 'אסור להתייאש'...

[align=center]*[/align]

העמיר נישט פארקריכן.. ס'גייט דאך ואלה המשפטים.. זאגט דער זוהר, ואילין רזא דגלגליא'.. ווי קומט מען אן צו די משפטים.. אז מ'דרייט און דרייט.. קומט מען צום סוף אן אהין.. אבער זאגט דאך די משנה באח"ד באד"ר (עם התיבות) כמפסר דרי"י דאן'משמיעין על השקלים'.. אויב אזוי 'הרוצה שיתקיימו נכסיו.. יטע בהן אדר.. א געזונטע דריי.. ווייל אויב נישט.. ואם שלש אלה לא יעשה לה.. אז ער וועט נישט דרייע'ן, איז 'אין כסף'...

[align=center]*[/align]

אין אמת'ן אריין טרעף מיר אין די ראשונים וואס האבן גערעכנט פרשת משפטים פאר צוויי עקסטערע פרשיות.. איינם ואלה המשפטים, און איינס אם כסף תלוה, אבער בזמננו טרעף מיר שוין נישט דער מנהג..

קוקט אויס אז היינטיגע צייטן גייט עס צוזאמען.. אז ס'איז אם כסף תלוה.. צאלט מען נישט ביז ס'קומט אן צו ואלה המשפטים..

[align=center]*[/align]

מ'טרעף שוין היינט נישט די אמאליגע מלמדים זאלן אזוי שמייסן אין פרשת משפטים.. ווי אבותינו סיפרו לנו.. נאכאלץ איז א ענין צו רעדן פון דעם.. כידוע וואס מרן מהר"י מבעלזא זי"ע האט געטייטשט 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם'.. אז מ'לייגט פאר און מ'לערנט די פרשה פו עונשים.. איז כל העוסק כאילו ס'איז שוין מקויים געווארן און מ'קומט אפ מיט דעם..

האמיר שוין אמאהל דערמאנט דעם טעם הענין.. ווייל חז"ל זאגן דאך, כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה.. כך משנכנס אדר מרבין בשמחה'.. נו אז משנכנס אב שטייט אין מחבר (או"ח תקנ"א סי"ח) 'ולא יכו התלמידים בימים ההם'.. נו אז דאס איז ממעטין בשמחה.. דאן ווען ס'קומט צו מרבין בשחה.. ברויך מען מרבה זיין מיט מכות..

איי פרשת משפטים איז דאך נאכנישט חודש אדר.. נאר מ'איז חושש צו די דעות (עי' שעה"צ שם סק"א) אז ממעטין בשמחה מיינט נישט ממעט זיין אינגאנצן.. אויב אזוי מרבין מיינט אויך אז ס'שוין דא שמחה און מ'ברויך נאר צוצולייגן.. נו אויב אזוי אם לא עכשיו אמתי..

[align=center]*[/align]

אבער מ'קען זאגן אז די טעם איז.. ווייל די גאנצע מקור פון טיילן געבראטענע שלעק איז דאך פון אונזער פרשה.. אנגעהויבן פון 'אשר תשים לפניהם', זאגט די גמרא (סנהדרין ז:) 'אשר תשים, אשר תלמדם מיבעי ליה, אמר רבי ירמיה ואיתימא רבי חייא בר אבא אלו כלי הדיינין. רב הונא כי הוה נפק לדינא אמר הכי אפיקו לי מאני חנותאי, מקל ורצועה ושופרא וסנדלא'.. זאגט רש"י, רצועה - למלקות. מקל - למכת מרדות עד שיחזור בו. שופר - לשמתא ונידוי.. האבן די רבי'ס געטייטשט 'אשר תשים לפניהם' מ'זאל דאס צולייגן אויפ'ן פנים....


אבער ניש נאר דאס.. נאר אז מ'קוקט ווייטער.. זאגט רש"י 'להרגו בערמה' ולא.. והרב הרודה את תלמידו.. נו פאר אונזערע רבי'ס האט נישט אויסגעפעלט א בעסערע רמז.. ומכלל לאו אתה שומע הן.. אז מ'שטראפט נישט פארדעם דארף מען עס אויספרובירן למעשה...

[align=center]*[/align]

שטיי מיר אין א זמן מ'ברויך מיר צוקומען צו 'ורפא ירפא'.. טאקע נישט מיט א מאדנע היטל און א ס"פ אין בית החיים.. אבער א רפואה ברויך מען פאר אלע חולי ישראל.. י בשמחה תצאון.. זאל מען שוין ארויסגיין פון דעם מהומה מיט'ן כח פון חודש אדר, אמן!!



נאט אייך א גלעזעלע וויין! לחייים! לחיים!

viewtopic.php?p=2624374#p2624374
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת תרומה - זכור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:אז ס'גייט ליל שישי פרשת תרומה.. שוין באלד שבת זכור.. ברויך מען שוין זיך גרייטן צום עמל"ק קוגל..

האב איך מיר אזוי געטראכט.. אולי איז דאס דער פשט וואס משרע"ה האט געזאגט צו יהושע'נען 'צא והלחם בעמלק מחר'.. איז דאך שווער די קשיא.. ס'שטיט דאך זריזין מקדימין למצוות.. וואס איז די מחר.. נאר אויב עמל"ק איז א קוגל.. און מ'גייט דאס אייננעמען.. איז א אווערנייט קוגל אסאך א גרעסערע הידור..

ואם כנים דברינו, איז דאס געווען די גרויסע עולה פון עמלק.. אשר קרך.. קאלטע קוגל איז דאך דאס ערגסטע..

*


א מקור צו די וואס פירן זיך שוין צו טרינקן פון שבת זכור.. די גמרא דרש'נט דאך 'זכור זכור לגזירה שוה'.. נו דרש'נט מען אויך זכור את יום השבת לקדשו צו זכור את אשר עשה לך עמלק.. אז ס'ברויך אויך זיין זכרהו על היין..

וסמך לדבר פון פרקי דרבי אליעזר (פרק מ"ד) 'כתוב אחד אומר זכור את אשר עשה לך עמלק, וכתוב אחר אומר זכור את יום השבת לקדשו וכו' זה כוס וזה כוס...

פירט אויס די פדר"א דארט, 'וכשתבא לארץ לא תשכח'.. קען מען אריינלערנען, דער סדר הים זאגט דאך דער טעם פון חייב איניש לבסומי 'ומפני מה חייבו בזה, אחר שהוא ענין כבד וקשה. שמעתי פעם, שאחר שהמן הרשע בקש להשמיד להרוג ולאבד ולשפוך דם היהודים, נעשה ענין קרוב לזה מתוך שמחה, עד שנשאר כמתים מושכבים ארצה' עכ"ל..

שוין ס'קען אדורכגיין גאנץ פורים.. און חוץ פונעם מגילה ליינען דערמאנט מען נישט המנ'ס גזירה.. קען דאך זיין א חשש פון 'לא תשכח'....זאגט דער פדר"א אויב וועסטו מקיים זיין דעם סדה"י.. 'וכשתבא לארץ'.. אז מ'טרינקט ביז מ'קומט אן אויפן ערד.. איז דאס שוין א זכר צו וואס דער המן האט געוואלט טוהן.. דאן 'לא תשכח'...

*


און ווער רעדט נאך פון אזא יאר ווי דאס יאר, אז שבת זכור איז אין פרשת תרומה.. די וואך שטייט דאך 'שלשה גביעים משוקדים בקנה האחד'.. דאס איז 'כפתור ופרח'..
דארף מען נאך אבער פארשטיין דעם 'משוקדים'.. ווי קומט דאס אריין אין בילד?

נאר ס'באקאנט די מעשה פונעם שאגת אריה, וואס איז אמאהל געווען פורים ביי הגאון ר' חיים ראפאפורט זצ"ל, און דער שאג"א האט געטרונקען פורים כמו שצריך..און ר' חיים האט נישט געהאט די הנהגה.. און ער האט אפירגעהאלטן דעם שאג"א דערויף אז אין רמ"א שטייט נאר 'ישתה יותר מלימודו'..

האט דער שאג"א צוריק געענטפערט, קוקט אויס איר לערנט נישט אזוי פיהל, זענט איר מיט אביסל טרינקען יוצא דעם יותר מלימודו.. אבער איך לערן אסאך.. ממילא איז מיין יותר מלימוד"ו אסאך מער..

ממילא קאן זיין.. אז ס'איז 'משוקדים'.. מ'איז א שקדן.. דאן איז עס טאקע כפתור ופרח אז מ'רוקט אריין אזא שלשה גביעים בבת אחת..

וכבר מילתי אמורה, אז פונקט אזוי ווי ממעג נישט אויסרעדן און שמועסן אינמיטן לערנען.. דארף מען אויך טרונקען גאנצע רביעית'ן ברציפות.. וסמך לדבר.. רש"י טייטשט דאך 'לבסומי - להשתכר ביין'.. און דער רמב"ן זאגט דאך (ויקרא י, ט) 'יין ושכר אל תשת - יין דרך שכרותו, לשון רש"י. ופירושו, שאם הפסיק בו, או שנתן לתוכו מעט מים פטור'.. ממילא פורים ואס די מצוה איז יא זיך משכר צו זיין.. דארף עס טאקע זיין בלי תערובות.. און ברציפות..

*


פרשת תרומה שטעלן זיך אלע אויף דעם תנא דבי אליהו... בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע, מד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה.. וואס איז די שייכות..

איז אני בעניי האב איך געזאגט.. דער באשעפער האט רחמנות געהאט אויף די בעלי דרוש.. דא גייט אזא פרשת תרומה..ס'איז נישט ממש דא אויף וואס זיך צו שטעלן.. ומדרך הטוב להיטיב.. האט ער גלייך נאך נעשה ונשמע געזאגו ויקחו לי תרומה.. כדי זיי זאלן האבן אויף וואס זיך צו שטעלן..

*


אבער כ'האב געזעהן מסביר זיין.. ע"פ א מעשה מיט ר' חיים בריסקער זצ"ל וואס איז געקומען אין א שטאט לצורך פדיון שבויים.. און ס'האבן זיך גלייך צונויפגענומען דער גאנצע עולם.. דער וויל שלום נעמען.. דער וויל א ברכה.. דער האט א קשיא צו פרעגן.. דער האט א שאלה.. און ס'געווארן א געשטופעכץ.. האט ר' חיים אויסגערופן.. רבותי, כ'בין געקומען נאך געלט.. ותהי הרוחה.. דער עולם האט זיך אנגעהויבן אפיהר צו רוקן...

דאס זאגט דער מדרש.. די אידן האבן געשריגן 'נעשה ונשמע' און ס'קען ח"ו ווערן א אנלויף.. ס'קען קומען לידי סכנה.. האט דער באשעפער גלייך געזאגט 'ויקחו לי תרומה' מ'גייט דא נאך געלט..

*


און אז מ'רעדט שוין פון בריסק.. האב איך געזעהן בשם בריסקער רב.. לכאורה איז דא א סתירה צווישן צוויי רש"י'ס.. אנהייב פרשת המנורה זאגט רש"י 'לפי שהיה משה מתקשה בה, אמר לו הקדוש ברוך הוא השלך את הככר לאור, והיא נעשית מאליה'.. אבער ווייטער זאגט רש"י 'מגיד שנתקשה משה במעשה המנורה, עד שהראה לו הקדוש ברוך הוא מנורה של אש'.. איז שווער, אויב דער באשעפער האט געוואוסט אז משרע"ה וועט עס נישט קענען מאכן.. און מ'ווועט עס מאכן ע"י נס דורכ'ן אריינווארפן אין פיייער, צו וואס פעלט אויס צו ווייזן א מנורה של אש?

נאר, ענטפערט דער בריסקער רב א בריסקער תירוץ.. מיינט עטס אז משרע"ה האט גענומען די מנורה און אריינגעלייגט אין משכן ווי ס'שטייט און גייט?.. תורה לא בשמים הוא.. נס ארויף, מופת אראפ.. משרע"ה האט באקוקט די מנורה לכל פרטיה ודקדוקיה און בודק געווען צו ס'איז טאקע כשר.. ממילא האט משרע"ה טאקע באדארפט צו וויסן וויאזוי די מנורה ברויך אויסצוקוקן..

*


ולסיום איז דאך היינט נאכט די 200'סטע יארצייט פונעם גרויסן צדיק נעים זמירות ישראל אא"ז הרה"ק ר' אייזיקל קאליבער זיע"א.. שטייט אין אוצר ישראל בשמו אז 'שמע ישראל ה"א ה' אחד' איז גימטריא' דן את כל האדם לכף זכות'.

קען מען זאגן פשט.. ס'דאך געווען א מעשה מיט א איד וואס האט געהערט ווי א רעבעצין זאגט פרקי אבות שבת נאכמיטאג.. ווי זי זאגט 'אל תהי דן יהודי שאין דן יהודי אלא אחד'.. און דער איד האט זיך צולאכט פון דעם טעות.. האט זיך דעררבי אנגערופן.. ס'איז שוין גארנישט קיין טעות.. נאר דער באשעפער קען ריכטיג דן זיין א איד..

דאס קען מען טייטשן.. 'שמע ישראל ה' אלקינו', אלקים מלשון שופט ודיין, דער באשעפער איז אונז דן 'ה' אחד' נאר דער באשעפער קען דן זיין א יהודי.. דאס איז טאקע דער סיבה פון 'הוי ד"ן א"ת כ"ל האד"ם לכ"ף זכו"ת'.

לחייים לחיים זכותו זכות כל הצדיקים יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!

viewtopic.php?p=2636188#p2636188
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת כי תשא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:אז ס'איז שוין ווידער ליל שישי, און נאך דערצו אז יענע וואך האט מען נישט געפראוועט דא קיין ליל שישי, ווייל ס'דאך ידוע אז מבטלין עבודה און ת"ת מפני מקרא מגילה, אידאך ליל שישי א ק"ו אז מ'איז מבטל, שוין העמיר זאגן אפאר ווערטער.

האלט מע'דאך נאך שבוע שחל בו פורים דמוקפין, שטייט דאך אין מדרש תנחומא (תצא ז) "אף על פי שכתוב בשבת זכור ובעמלק זכור אינן שוין.. מלה"ד למלך שעשה סעודה וזימן את האורחים נכנס הקערה לפניו מלא כל טוב אמר זכור פלוני אוהבי, משקנח את הקערה אמר זכור פלוני שונאי.

א"ל אוהביו זה הזכרת וזה הזכרת..

א"ל לזה הזכרתי על קערה מלא כל טוב ולזה הזכרתי על קערה ריקם..

וואס איז פשט?


חז"ל זאגן דאך אין די גמרא (ביצה טז.), "לדעת כי אני ה' מקדשכם, אמר לו הקדוש ברוך הוא למשה, משה מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה ואני מבקש ליתנה לישראל, לך והודיע אותם".. און די גמרא פירט אויס.. "נשמה יתירה לא אודעינהו, דאמר רבי שמעון בן לקיש, נשמה יתירה נותן הקדוש ברוך הוא באדם ערב שבת ולמוצאי שבת נוטלין אותה הימנו, שנאמר שבת וינפש כיון ששבת ווי אבדה נפש"...

זאגט רש"י, וואס איז טאקע דאס סוד.. וואס איז די נשמה יתירה.. "רוחב לב למנוחה ולשמחה, ולהיות פתוח לרוחה, ויאכל וישתה ואין נפשו קצה עליו".

ווי האבן גוטע יודן געזאגט.. אז ס'קומט מוצאי שבת, און די נשמה יתירה גייט אוועק.. אבער די טשאלענט בלייבט אינעווייניג.. דאן איז שוין איינמאל א וויי..

קען זיין דאס איז טאקע פשט "לדעת כי אני ה' מקדישכם".. ביים ביהמ"ק טרעף מיר דאך אז ס'געווען א מועט המחזיק את המרובה.. און אזוי שרייבט דאך טאקע דער יערות דבש, דערפאר האט אחשורוש געגעבן פאר די אידן צו טרינקען אין כלי המקדש, אזש ס'אל אריינגיין אסאך.. און שבת איז דאך אויך אזוי.. אז דער מענטש ווערט א בחינה פון כלי הקודש.. ער קען אריינלאדענען וויפיהל ס'לאטזעך..


קאן זיין דאס איז דער מדרש מחלק.. שבת בלייבט א תמחוי מלאה, מען פילט זיך אהן, און מ'קען אריינשטאפן נאך.. אבער פורים גאר, ווען מ'איז מקיים דעם מחיית עמלק.. דארט גייט אלעס צוריק ארויס.. נכנס יין יצא קרויט.. און ס'בלייבט א תמחוי ריקה..

*

אבער דאס יאר שטעלט זיך נישט אפ, און מ'שטייט שוין ערב שבת פרה.. זאגט דאך דער מדרש (שמו"ר יט, ב) "ד"א יהי לבי תמים בחקיך, זה חקת הפסח וחקת פרה אדומה, למה ששניהן דומין זל"ז, בזה נאמר זאת חקת הפסח ובזה נאמר זאת חקת התורה ואי אתה יודע איזו חקה גדולה מזו.. כך בפסח נאמר בו חקה ובפרה נאמר בה חקה ומי גדולה הפרה שאוכלי פסח צריכין לה"..

מ'קען זאגן פשט, ע"פ וואס שטייט פון צדיקים אויפ'ן סמיכות "אלהי מסכה לא תעשה לך. את חג המצות תשמור".. חז"ל זאגן דאך (זוה"ק) כל הכועס כאילו עובד ע"ז.. זאגט דער פסוק.. ס'איז טאקע בעפאר פסח.. די מצב איז אנגעצויגן.. אבער אעפ"כ "אלהי מסכה לא תעשה לך".. האלט דיר איין און רעג דיר נישט אויף..

קען מען זאגן.. פרה אדומה האט דאך דער רבי געטייטשט א רויטע קוה.. אזוי ווי מ'רופט א כעסן.. א רויטער.. חז"ל זאגן דאך "כל הכועס כל מיני גיהנם שולטין בו".. נעמט מען דעם רויטן און מ'פארברענט איהם אויף אש.. און דאס שפריצט מען אויף דער וואס האט אנגערירט א מענטש וואס זיין נשמה האט איהם פארלאזט.. און אזוי איז אויך א כעסן, ווי ס'שטייט אין זוה"ק.. טורף נפשו באפו.. אז נשמתו מסתלקת ממנו.. און אויף דעם זאגט דער מדרש.. ומי גדולה.. הפרה.. דאס איינהאלטן פון כעס.. שאוכלי הפסח צריכין לה..

*

און לויט ווי ס'לעצטע יאר געווען א מאוומענט פון מקיל זיין אויף כל מיני חומרות..- מיט'ן היינט שוין באקאנטע תירוץ - דיו טא סיטועישן.. זאגט דער פסוק "אלהי מסכה לא תעשה לך".. מאך נישט דעם מאסק געגייעכץ אזא געטשיק.. "את חג המצות תשמור".. היט דעם פסח ווי מ'האט געזעהן ביי די עלטערן בכל פרטיה ודקדוקיה..

*

נאך האמיר די וואך דעם עי"ן גימ"ל למ"ד.. וואס ס'דא א מורא'דיגע חזקוני, וואס איז פשט אז אהרן האט נישט געזאגט פאר די אידן, עטס דארפטס א מנהיג.. נעמטס נחשון בן עמינדב.. כלב בן יפונה.. געווען גענוג גרויסע אידן ביי כלל ישראל.. נאר אהרן האט מורא געהאט אז מ'וועט נעמען א נייע מנהיג, און משה וועט צוריקקומען.. וועט ווערן א גאנצע מחלוקת.. און דאס איז ערגער ווי אלעם.. איי זאל אהרן זיך אליינס אנטראגן.. דאס האט ער שוין מורא געהאט אז ס'וועט וויי טוהן פאר משה.. כאילו אהרן וויל איהם איבערנעמען.. האט אהרן געהאלטן אז ס'איז בעסר זיי צו פארדרייען מיט א עגל.. אפשר וועט משה אנקומען פריער.. און אלעס בעסער ווי אנדרייען מחלוקת אדער צער פאר א איד!

*

אבער אין דער אלטער היים האט מען געזאגט.. א פרעמדע.. אפילו א בהמה.. קוקט מען אייביג מער ארויף ווי א היימישער.. זאל ער זיין ווער ער זאל זיין.

*

וכדי לסיים בדבר טוב, די וואך איז געווען די יארצייט פונעם אסטראוווצער רבי הרה"ק ר' מאיר יחיאל הלוי זי"ע, וואס איז געווען באקאנט מיט זיינע פילע תענתים במשך פערציג יאר, וואס אסאך מאהל האט ער געפאסט שבת אויך..

איינמאהל ווען ער האט אפירגעהאלטן א מחלל שבת.. האט זיך דער עזות פנים אנגערופן, דער רבי איז אויך מחלל שבת, מיט דעם וואס ער פאסט.. האט דער רבי געענטפערט.. פון מיין חילול שבת וועט זיך קיינער נישט אפלערנען.. פון דיינס יא..

קען מען דאס מרמז זיין.. "אך את שבתותי תשמורו וגו' ביני וביניכם לדעת כי אני ה' מקדישכם".. ווי אויבנדערמאנט רעדט מען דא פון עונג שבת.. "ויאכל וישתה ואין נפשו קצה עליו".. דאס איז ביני וביניכם.. ס'איז א חשבון בין אדם למקום.. קיינער וועט נישט נאכמאכן דער וואס פאסט.. ווי זאגט מען בי די זמירות "לנוח בו ולשמוח בתענוג אכול ושתה".. "כל עדת ישראל יעשו אותו"...

אבער ווען ס'קומט צו "כל העושה מלאכה ביום השבת". דא שטייט שוין "ושמרו בני ישראל את השבת, לעשות את השבת".. דא דארף מען זיך שוין רעכענען אז אנדערע זאלן נישט נאכמאכן כמבו' באוה"ח הק'..

זי"ע ועכ"י..

*

היינט נאכט איז דאך דער יארצייט פונעם רבי'ן ר' אלימלך.. איז ידוע וואס שטייט אין לקוטי שושנה, אז יעדע נס וואס איז געווען ביי כלל ישראל, בלייבט אפן א פתח נשפע צו ווערן נאכאמאהל דער נס לדורות, זאל השי"ת העלפן א אלע התעוררות והשפעות וואס דער צדיק האט געפועלט פאר אידן זאל נשפע ווערן ווייטער לדורות זיעועכ"י.

האטס מיר אלע א פרייליכע און א לעכטיגע אדר'דיגע שבת.

viewtopic.php?p=2655427#p2655427
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת ויקהל פקודי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי אלע חברים!

די וואך טרעף מיר דאך א שטארקע רמז אויף ליל שישי, שטייט דאך אין די ספה"ק (אזוי האב איך געהערט, וכעת לא מצאתיו) לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת.. מ'קען נישט אנקומען שבת מיט א פרישקייט או זיך נעמען פלאקערן אין שבת.. ס'גייט נישט אזוי..מ'ברויך הייצן פון פריער..

איז פשוט זאגט דער פסוק.. ששת ימים תעשה מלאכה.. מ'ברויך זיך גרייטן אלע זעקס טעג פון די וואך.. אבער לעניננו אז מ'שטייט שוין ליל שישי, קעמען זאגן.. ששת ימים אין די זעקסטע טאג יעשה מלאכה.. מקומט זיך צוזאם ליל שישי.. און דענסמאל וביום השביעי יהיה לכם קודש.. אה ס'גייט א רויעך..

עדת'.. און כל איז מרבה די לילות ווי בן זומא דרשנ'ט אין די הגדה.. אבער די עיקר תירוץ איז.. אז מ'דרשנ'ט סמוכין.. יענע וואך האט דאך כלל ישראל געהאט א טעות מיט'ן חשבון.. ווייל די ערשטע טאג האט משה רבינו נישט גערעכנט ווייל ס'האט נישט געהאט קיין נאכט מיט זיך.. האט זיך שוין כלל ישראל געלענט אז א טאג אן קיין נאכט בעפאר איז קיין טאג נישט... דער עיקר איז די נאכט בעפאר.. אפשר דערפאר ליייגן מאנכע מער דגוש אויף אויס צו נוצן די נעכט ווי די טעג...

*


אין דער אלטע היים.. דער עולם איז געווען פאריאגט א גאנצע וואך על המחיה ועל הכלכלה.. און נישט געהאט קיין צייט זיך ארום צו שלאגן.. האט מען ערליך מקיים געווען דעם הלכה 'חשבונות של מצוה מותר לחשבן בשבת'.. ווי איז נאך דא אזא מצוה ווי זיך אפרעכענען מיט יענעם.. שבת אין ביהמ"ד האט מען געהאט די צייט דערפאר.. דערפאר זאגן די ספרים, ווארנט דער תורה הק' 'לא תבערו אש' המחלוקת 'ביום השבת'..

אפשר דאס איז טאקע פשט פון רש"י 'הבערה לחלק יצאת'... מלשון מחלוקת..

*


ווייטער אין די פרשה טרעף מען דער ענין פון 'דים והותר'.. און די ספרים שטעלן זיך שוין אז 'דים' איז נישט הותר און הותר איז נישט דים.. קען זיין פשט מ'דערציילט אויף איינע פון די רבי'ס.. אז מיט א אידישע בעל מלאכה וכדו' פלעגט ער זיך דינגען אויפ'ן פרייז, און צום סו באצאלן וויפיל ער'ט געבעטן.. משא"כ ביי א גוי'שע בעל מלאכה האט ער גלייך געצאלט אן קיין דין ודברים..

ווען מ'האט איהם געפרעגט ילמדנו רבינו.. ס'דאך איפכא מסתברא.. האט דער רבי געענטפערט.. דער איד, אז כ'וועל איהם גלייך באצאלן וויפיל ער בעט.. וועט איהם באנג טאן.. אפשר ווען כ'בעט ווען מער וואלט איך באקומען מער.. אבער אז כ'דונג מיר מיט וואס ער בעט.. פארשטייט ער אז מער וואלט ער נישט באקומען.. און ער גייט ארויס א צופרידענער.. משא"כ דער גוי.. זאל איהם טאקע אהרן..

זוי קען מען אויך זאגן לעניננו.. אז מ'ענדיגט דעם גאנצן בנין און ס'דא גענוג.. איז נישט קיין ראיה אז ס'איז טאקע געווען גענוג.. אפשר וואלט מען נאך געקענט עפעס בעסער מאכן.. עפעס שענער מאכן, ווען ס'איז ווען דא אביסעלע מער.. אבער אז ס'איז געווען והותר.. איז א סימן אז דער דים איז טאקע א דים.


*


און כי צו דערמאנן די וואס האבן שוין פארגעסן אז ס'איז אדר.. חזר'ט מען נאכאמאל איבער די וואך דעם 'שלשה גביעים בקנה האחד.. כפתור ופרח'!

מ'קען נאך אריינכאפן!

ותיתי ליה לידינו הרב מומחה יוחס, וואס האט מיר צוגעוויזן אז דער ווארט האט א איד געזאגט ל"ג בעומר ביים טיש ווען מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט איהם מכבד געווען מיט א גלעזעלע וויין אויף לחיים..

*


ס'גייט דאך אויך פקודי דעם וואך.. מ'שארפט זיך שוין די ציין צום 'ואת האלף'!.. באקאנט איז וואס שטייט אין מדרש.. אז דאס איז בכלל נישט קיין נייע מנהג.. ווען משרע"ה האט געמאכט די חשבון ווי דאס געלט איז געגאנגען.. און ער האט פארגעסן ווי די איבעריגע מחצית השקל'ס זענען געגאנגען.. האבן אידן זיך פיין אונטערגעזונגען.. ואת האלף.. ווי איז דער טויזעטער..

זאגן שוין די מפרשים..אויף זהב און נחושת האט משה רבינו נישט געגעבן קיין פונקטליכע חשבון.. נאר געזאגט וואס מ'מאכט מיט דעם און שוין.. נאר די חילוק איז.. זהב ונחושת האט מען נישט געמוזט ברענגן.. נאר די נדיבים האבן געברענגט.. און זיי דארפן נישט קיין חשבון.. משא"כ די מחצית השקל וואס יעדער האט געמוזט ברענגען.. צו ער וויל צו נישט.. די חברה וואס ברענגען נאר וויפיל מ'דארף.. זיי דארפן א פונקטליכע דין וחשבון..

*


נאך שטעלן זיך די מפרשים.. ביים חטא העי"ן גימ"ל למ"ד האבן דאך דער גאנצע עולם געברענגט נזמים אן א שיעור.. און ס'איז ארויסגעקומען נאר א קליינע קעלבעלע.. ואין פוצה פה ומצפצף.. דא האט מען געבויט א גאנצע בנין.. א לאנגס און א ברייטס.. און מ'פאדערט א פונקטליכע חשבון..

נאר ווערט געברענגט.. ביים עגל.. האט יעדער איד אין הארץ געהאט געוויסנסביסן.. געבן געלט פאר אזא פאסקודנע שטיק.. האט אבער יעדער געטראכט.. אז ס'איז ארויס אזא קליינטשיגע קעלבל.. מן הסתם האבן די עסקנים דא געמעשר'ט און געחומש'ט.. האט יעדער זיך בארואיהגט.. האפענטליך איז מיין גאלד נישט אריין אינעם עגל..

אבער דא ביים משכן.. האט יעדער געוואלט זיין הונדערט פראצענט זיכער אז זיין געלט איז אריין אין משכן.. און זיי האבן זיך נישט בארואיגט ביז משרע"ה האט אויסגעקלארט דאס גאנצע מעשה ביזן לעצטע פרוטה..

*


מ'קען אפשר זאגן נאך א מהלך.. ס'באקאנט די מעשה ביים צאנזער רב זי"ע אז דער גארליצער רב זי"ע האט זיך אפגערעדט אויף א גבאי מיט קלעבעדיגע הענט.. האט איהם דער טאטע בארואיגט.. ס'דא אין הימל א היכל פאר עוסקים בצרכי ציבור באמונה.. און ביז היינט שטייט עס ליידיג.. מען האט נאכנישט געטראפן איינעם צו מחנך זיין דעם היכל.. האלטסט טאקע אז פונקט דער גבאי איז ראוי מ'זאל איהם מכבד זיין צו מחנך זיין דעם היכל?...

ולעניננו.. ביים עגל האבן זיך ארומגעפארעט דארטן יינוס און יימברוס.. בלעמ'ס צוויי תכשיטים.. קיינער האט נישט געהאט קיין טענות וואס איז געשען מיט'ן גאלד.. יעדער האט פארשטאנען אז זיי זענען נישט ראו ימחנך צו זיין דעם היכל.. אבער משה רבינו? ווי איז נאך דא א פאסיגערער אורח הכבוד ווי רבן של ישראל.. דא האט שוין דער עולם געזונגען ואת האלף..

*


און נאך א נקודה'לע אויף שבת החודש.. אונז יודן צייל מיר לויט די לבנה וואס נעמט ארום דער וועלט איינמאל א חודש.. און די אומות העולם ציילן צום זון וואס נעמט איהם א גאנצע יאהר ארומצורינגלען די וועלט.. ללמדך אז וואס ס'נעמט פאר'ן גוי א יאהר.. מאכט דאס דער אידעלע אין א חודש.. און אפשר איז דאס טאקע א הקדמה צו יציאת מצרים.. וואס מ'האט יוצא געווען אין 86 יאר שיעבוד פון 400 יאר, ווי נאר א אידעלע קען..


א גוט שבת און א גוטע חודש!!

viewtopic.php?p=2665334#p2665334
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת ויקרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי טייערע אידן!

קיין סאך צייט זיך צו גרייטן האב איך נישט געהאט, און קיין סאך צו זאגן איז אויך נישטא, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

שוין אמאל געזאגט ענליכס, ס'איז אבער א חסד ה', אריינגערוקט אין פרשת ויקרא ווי ס'איז שווער זיך אנצוכאפן אויף עפעס אזא קליינטשיגער אל"ף, דער אל"ף זעירא, אזוי אז די ספרים זאלן זיך האבן אויף וואס צו שטעלן.

אזא בחינה ווי דער כרפס, וואס די גמרא זאגט איז געמאכט אז די תינוקות זאלן פרעגן.. נו און אז ער פרעגט שוין, וואס איז די תירוץ? ס'נישטא! דאס איז טאקע דער טעם! זאלסט פרעגן!

ווי שטיייט אין מעשה נסים פונעם חוו"ד.. די תירוץ איז עבדים היינו לפרעהבמצרים.. ווען פרעה האט געהייסן האסטו זיך דערוואגט צו פרעגן פארוואס?.. האסט געפאלגט ווי א טאטעלע.. זייזשע מוחל פרעג יעצט אויך נישט קיין קשיות, און פאלג!

*

שטייט טאקע אין דגל מחנה אפרים, בשם ר' יוסף מגיד מישרים דק"ק פולנאה זללה"ה.. די וועלט זאגו מתנגדים לערנען יא און חסידים לערנען ניט.. פשט איז דער מתנגד וויפיהל ער לערנט ווערט ער א יא, א זאך ביי זיך.. דער חסיד וויפיל ער לערנט ווערט ער מער א נישט ביי זיך.. דאס איז אל"ף זעירא.. וויפיל מ'לערנט ווערט מען קלענער..

פון וואנעט ווייסט מען טאקע אז משרע"ה איז געווען א חסיד.. נאר דער מדרש זאגט (במדב"ר יב, א) 'כיון שנעשה המשכן, אמר ר' יהודה ברבי סימון הלך משה והרכין אזנו במשכן'.. משרע"ה האט זיך געשטעלט הערן אונטערן טיהר וואס דער רבי טוט.. א ריכטיגע חסידישע הנהגה..

*

אין אמרי נועם שטייט אז דער אל"ף איז דער איינציגסער אות וואס ווי אזוי מ'דרייט עס נאר בלייבט עס אן אל"ף עי"ש לפי דרכו.. ולעניננו דער פסוק זאגט 'אדם כי יקריב'.. רש"י איז מסביר אז מ'טאר נשט ברענגען מן הגזל.. נו זענען יודן חשוד אויף גזל.. נאר וואס דען די יודן זענען א עם תליתאי.. מ'דרייט דא און דארט.. איז דער רמז, דער אל"ף.. די דריידלעך.. זעירא.. אביסל ווייניגער דרייען..

*

אין הפטרה די וואך זאגט מען 'עם זו יצרתי לי תהלתי ייספרו.. זאגט דער רבי ר' יהונתן.. דער בארד איז יונק פון 13 שרשים קעגן י"ג מדות של רחמים.. עם ז"ו צרתי לי.. זו איז גימטריא 13, כ'האב זיי באשאפן מיט בערד.. וואס די י"ג מדות איז די שבח פון הקב"ה.. גייען זיי און 'תהלתי יספרו'.. זיי שערן אפ די שבח פונעם אויבערשטן..

קען מען צולייגן... די פסוק איז ממשיך.. 'ולא אתי קראת יעקב'..זעסט אמאל איינעם מיט א געפליקטע בערדל.. ער אי א זינגער.. ממש ער ברענגט ארויס געגועים צום באשעפער.. ער טענקיו'ט דעם באשעפער.. זאגט דער באשעפער 'ולא אתי קראת יעקב'.. זיי מוחל.. דיין בארד איז מיר א גרעסערע שבח..


באקאנט איז די מעשה מיט איינער פון די פריערדיגע גדולים וואס האט געדרשנ'ט אקעגן שערן די בארד.. און א חכם האט איהם צוריק געענטפערט אז מ'איז געבוירן אן א בארד.. האט איהם דער גדול געזאגט אז אן געבוירן ווערט מען אן ציינער אויך.. און געטייטשט מיט דעם די תשובה פאר'ן בן הרשע 'הקהה את שיניו'..

*

און אז מ'רעדט שוין פונעם בן הרשע.. העמיר מסיים זיין מיט א מעשה.. אמאל איז א משכיל געקומען צו מרן מהר"י מבעלזא זי"ע מיט א ספר אויף דקדוק, בעטנדיג א הסכמה.. האט איהם דער מיטעלער רב געזאגט.. וואס איז פשט מ'האט טענטות אויף דעם רשע 'לכם ולא לו'.. דער חכם זאגט אויך 'אשר צוה ה"א אתכם'..נאר דער חילוק איז אז דער חכם קעניש קיין דקדוק.. ערווייסט נישט פונקטליך די חילוק צווישן אותנו מיט אתכם.. אבער דער רשע קען דאך יא דקדוק..

דער יעניגער.. נישט האבנדיג אין פלאן צו הערן א מוסר דרשה.. האטתומ"י אפגעפוצט.. האט איהם דער רב נאך צוגעלייגט.. דערפאר שטייט טאקע נישט ביים רשע 'ואמרתם אליו'.. נאר סתם 'ואמרתם זבח פסח'.. ווייל דער רשע אז מ'הייבט איהם אן צו זאגן, פוצט ער גלייך אפ..

*

היינט איז געווען די יארצייט פונעם הייליגן אפטער רב זי"ע, ידוע איז וואס שטייט פון צדיקים אז ביי מים שלנו גייט מען צוריק נעמען די עבירות פון תשליך, וואס ווערן נהפך לזכויות דארך תשובה מאהבה, ווי דער אפטער רב טייטשט 'ביום ההוא יבוקש את עון ישראל', מוועט זוכן נאך און נאך עבירות צו מאכן פון זיי זכיות..

זי"ע ועכ"י אמן.
א גוט שבת!

viewtopic.php?p=2676594#p2676594
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת צו - שבת הגדול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:הגם ס'נאך נישט ליל שישי, אבער היות די קלינער וויל שוין פסח'יג מאכן ס'אשכול, העמיר אריינווארפן א ווארט צוויי.

גיימיר מקצר זיין, רש"י זאגט ביותר צריך הכתוב לזרז במקום שיש חסרון כיס, נו, וועלכע יו"ט קאסט די טייערסטע? דער יו"ט פון לחם עוני.. ס'מאכט אן אן עניות.. ברויך מען זיך מזרז זיין.

ולאלו וואס ליידיגן אויס זייערע קעשענעס נאר איינמאל א יאר ביי בדיקת חמץ.. מיינט מען טאקע די טאג פון בדיקת חמץ.. וואס מ'איז מחסר דעם כיס..

[align=center]*[/align]

העמיר נאר דערציילן א מעשה'לע, אמאהל האט דער בעל התניא זי"ע אפירגעהאלטן א למדן וואס האט זיך געחבר'ט מיט אויפגעקלערטע חברה, אבער דער למדן האט געטענה'ט אז ס'וועט איהם נישט שאטן, והא ראיה, אז ער דרייט זיך שוין א לאנגע צייט מיט חסידים.. און ס'האט איהם גארנישט געשאדט... ער איז געבליבן א מתנגד.

האט איהם דער בעה"ת געענטפערט.. די וואך טרעף מיר צוויי מאל נגיעה.. והבשר אשר יגע בכל טמא לא יאכל, און דארט איז גענוג א נגיעה בעלמא, און ס'איז טמא

מצד שני שטייט ביי בשר חטאת "כל אשר יגע בהם יקדש", זאגט די גמרא אין זבחים (צז.) "ת"ר כל אשר יגע, יכול אפי' שלא בלע, ת"ל בבשרה עד שיבלע בבשרה".. ביי קדשים דארף עס נבלע ווערן אז ס'זאל משפיע זיין.. ס'איז נישט גענוג א נגיעה בעלמא.

אולי קען מען צולייגן.. שטייט אויך די וואך "מצות יאכל במקום קדוש".. כידוע די תפא"ש טייטשט עס אויך מצות אכילת מצה פסח.. קען זיין פשט, די גאנצע מצה וסיפור יציאת מצרים ודעימיה איז נישט גענוג א נגיעה בעלמא.. מ'דארף זעהן אז ס'זאל נבלע ווערן.. אין זיך.. אין די קינדער.. אין די גאנצע ארום און ארום.

[align=center]*[/align]

ס'איז דאך שבת הגדול אויך.. מ'קען זאגן א געדאנק דייקא אויף דאס יאר.. ס'איז ידוע די ווארט פונעם אמרי חיים זי"ע, וואס סיי די קשיא און סיי די תירוץ זענען ריין אמרי חיים'דיג.

מ'זאגט ביי די הושענות לשבת "יושבת וממתנת עד כלות שבת".. קען דען זיין אזאנס?! א איד זאל ווארטן שבת זאל זיך ענדיגן? נאר די תירוץ איז אז ס'רעדט זיך פון שבת ער"פ, וואס מ'קען שוינישט ווארטן אויף די סדר נאכט..

בדרך כלל אז א מענטש ווארט אז די צייט זאל אריבערגיין קריכט עס זייער לאנג.. אולי דעפאר הייסט די שבת "שבת הגדול".. ווייל מ'קען שוין נישט ווארטן אויף די הלליגע נאכט.


האטס מיר אלע א כשר'ן און א ליכטיגן פסח.

viewtopic.php?p=2686304#p2686304
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת שמיני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי אידן טייערע.

כ'האב מיר נישט צוגעגרייט עפעס צום זאך, העל עך נאר אריינווארפן אפאר ענינים נאפה אחר הפסח.

די וואך האמיר האלב פון די תורה סיי אין ווערטער, דרש דרש, און סיי אין אותיות גחון... וואס איז די חילוק.. איינער וואס לערנט און פארשטייט, און יעדעס ווארט איז א זאך פאר זיך.. דער איז דרש דרש.. איינע רוואס איז נאר מעביר סדרה.. און בייניהם ווען די תורה בלייבט איין לאנגע ווארט ווי קודם הבריאה כמבואר בהקדמת רמב"ן וואלט ער ווי נישט ווי זיך אויך אנייצע געגעבן.. דער איניש מער ווי א הולך על גחון...

*

או יאמר, יעדע איד אידאך אן אות אינעם תורה, אז פארשטייט ער אז נאר מיט א צווייטן איז ער עפעס, און ער שטעלט צאם א ווארט, דאן איזער "דרש דרש".. אז א יעדע אות שטייט פאר זיך.. זיי א הולך על גחון..

*

נאך לערנט אונז דער דרש דרש, אז מ'לערנט דרוש, איז נישטא קיין אינמיטן..קיין נקודה אמצעית.. סדא איין צד און נאך א צד.. ווען ס'קומט צו הלכה.. מאכלות אסורות, דאן איז נאר דא א מיטלסטע אות, ו' דגחון.

*

נאך געפין מיר אין די סדרה זאת החיה אשר תאכלו זאגט די מדרש (ויק"ר יג ד) "כמין גולגולת של אש הראה לו הקב"ה למשה מתחת כסא הכבוד, ואמר ליה אם ניקב קרום של מוח אפילו כל שהוא".. ער קען האבן א פיירדיגע קאפ.. איין קליין ווערעמל.. חזיר טרייף!!

*

דער קאצקער זאגט, א כלי חרס איז נאר מטמא מתוכו.. א מענטש איז עפר מן האדמה.. האט ער עפעס תוך אין זיך איז ער א כלי.. אניש איז ער גארנישט מיט נישט..

*

די וואך איז די מנהג צו לעכערן די חלה מיט א שליסל.. באלד נאך יציאת מצרים וואס די אידן האבן זיך געלערנט צו מאכן געלט פון די גוים בדרך שאלה ורמיה.. ללמדנו אז דו ווילסט ברויט ברויך מען דרייען ווי א שליסל.. ובפרט לפי הנוהגים צו מאכן רונדעכיגע חלות..

*

האטס מיר אלע א ליכטיגע שבת קודש.

viewtopic.php?p=2698650#p2698650
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת תזריע מצורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוט'ן ליל שישי טייערע ברידער!

שטיי מיר איצט מוצאי יום ההילולא פון הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, וואס האט געזארגט אז אידישע קינדערלעך זאלן נישט בלייבן הונגעריג, און מן השמים האט מען איהם טאקע מזכה געווען משפיע צו זיין פרנסה פאר אידן, ווי מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט מעיד געווען אז די שליסל פון פרנסה ליגט אין זיינע הענט, איז נישט מער ווי פאסיג צו פראווענען א ליל שישי מיט א לגימה כנהוג..

ווי האט ר' ישעי'לע געזאגט ווען זיין זון הרה"ק ר' אברהמ'עלע האט געפרעגט בחורים וואס זענען געקומען קיין קערעסטיר פונעם מהרש"ג'ס ישיבה אין סעמיהאלי, נאכן שפאנען צופיס גאנץ ליל שישי, צו זיי האבן שוין געדאוונט און זיי קענען עסן, האט ר' ישעי'לע געזאגט, וואס פרעגסטו צו זיי האבן שוין געדאוונט? דו זיי מכבד מיט עסן, אז זיי האבן נאכנישט געדאוונט וועלן זיי נישט עסן.

האט ר' ישעי'לע צוגעלייגט, וישע ה' אל הבל ואל מנחתו, אויף הבל של תורה ותפלה איז פארהאן א צייט (מל' שעה), אבער ואל קין ואל מנחתו לא שעה.. אויף קייען און עסן פאר אידן ברויך מען שטענדיג געבן..


קען מען אפשר צו לייגן.. ס'שטייט אין מדרש (ויק"ר טו, ד) 'כיון ששמעו ישראל פרשת נגעים נתייראו, א"ל משה אל תתייראו אלו לאומות העולם, אבל אתם לאכול ולשתות ולשמוח'.
קען מען לערנען פשט, די גמרא זאגט אין מס' ברכות (ה:) 'והתניא כל מי שיש בו אחד מארבעה מראות נגעים הללו אינן אלא מזבח כפרה', און לויט כמה תירוצים אין גמ' מיינט עס אז ס'זענען יסורים של אהבה.. נו ווי אזוי זארגט מען ס'זאל נישט צוקומען דערצו?

איי וועסטו זאגן 'אלו הם יסורים של אהבה, כל שאין בהן בטול תורה.. כל שאין בהן ביטול תפלה'.. נו מיט דעם קען מען אויסרעכענען ס'זאל נישט שטערן בזמן תורה ותפילה.. אבער מ'טרעפט נאך א זאך וואס איז גלייך מיט תורה ועבודה.. וואס דאס איז גמילות חסדים.. און דאס האט דאך נישט קיין צייט.. און דורך דעם קומט מען אפ פון יסורים של אהבה אויך.. דאס זאגט די מדרש 'אבל אתם לאכול ולשתות' געבן צו עסן און טרינקען פאר אידן 'ולשמוח'.


*



נאך קען מען זאגן אויף די מדרש, ס'פארהאן א מהלך פון דינען דעם באשעפער מיט זיך פורש זיין פון מענטשן, ארומגיין פארטראכט און פארשווייגט.. קוקט מען אבער אריין אין פרשת נגעים.. זעהט מען גאר דאס איז א עונש פאר א מנוגע.. בדד ישב.. זאגט דער באשעפער.. אלו לאומות העולם.. דער מין עבודה פון זיך דרייען פארזויערט זאלט עטץ לאזן לאומות העולם.. ואתם ענק 'לאכול ולשתות' בחבורה 'ולשמוח'.. און דינען דעם אייבערשטן בשמחה מיט חסידים אינאיינעם..


*



ווידער קען מען זאגן אין דעם מדרש, ס'איז ידוע א מעשה מיט איינע פון די צדיקים, וואס האט אפגעזעגנט א חסיד גלייך ביים אנקומען, ער זאל שוין אהייימפארן..דער חסיד איז אהיימגעפארן אינגאנצן פאר'צער'ט וואס דער רבי פארשיקט איהם אזוי.. אויפ'ן וועג אין קרעטשמע האט ער אנגעטראפן א קבוצה חסידים אויפ'ן וועג צום רבי'ן, און זיי האבן נישט געקענט צוקוקן ווי ער זיצט אזוי פארצער'ט, און זיי האבן זיך געזעצט טרינקען מיט איהם און איהם משמח זיין, ארויסגייענדיג מיט א חסידישע רקידה.. ווען דערנאך כאפן זיי איהם אן און שלעפן איהם מיט אויפן וואגן צוריק צום רבי'ן.

אנקומענדיג צום רבי'ן נעמט זיי דער רבי אויף בצהלת פנים, און אזוי אויך דעם חסיד גיבט איהם דער רבי א ברייטן שלום עליכם אן קיין שום הערה.

שפעטער האט דער רבי מסביר געווען, אז ער האט געזעהן אויפן חסיד א גזירה ח"ו, און ער האט נישט געוואלט עס זאל פארסירן וועט ער וועט נישט זיין אינדערהיים, און נישט זעהענדיג א וועג מבטל צו זיין די גזירה, האט ער איהם אהיימגעשיקט.

אבער די חסידים מיט זייער שמחה, וואס א רבי קען נישט פועלן, קענען זיי אויספועלן, און מיט זייער רקידה האבן זיי מבטל געווען די גזירה..

קען דאס זיין די מכוון, פרשת נגעים מ'קומט צום צדיק.. צום כהן.. און דער כהן קען אויך גארנישט טוהן.. ער מוז איהם זאגן טמא.. וואס טוט מען.. איז די עצה לאכול ולשתות ולשמוח מיט חסידים אינאיינעם.. און דאס איז מבטל יעדע גזירה..


*



דער פריערדיגע בעלזער רב זי"ע האט געזאגט אויף דעם מדרש, בשעת'ן עצה'נען פאר א בחור זאל זאגן ביים זיך שטעלן צום מיליטער אז ער האט א מחלה.. און דער בחור האט מורא געהאט אז די מופת וועט ארבעטן צו גוט און ער וועט טאקע בלייבן מיט די מחלה.. האט איהם דער רב געזאגט.. אלו לאומות העולם.. דאס זאג נאר פאר'ן גוי.. אבל אתם לאכול ולשתות ולשמוח געזונטערהייט..


*



אנהייב פרשה האמיר ר' שמלאי 'כשם שיצירתו של אדם אחר כל בהמה חיה ועוף במעשה בראשית, כך תורתו נתפרשה אחר תורת בהמה חיה ועוף'.. ווי קומט עס דא אריין?

קען זיין.. ווי שפעטער אין די בריאה איז הארבער.. פיש ברויך בכלל נישט קיין שחיטה.. דערנאך עופות, שחיטה בסימן אחד.. דערנאך בהמות שחיטה בב' סימנים.. דערנאך שרצים איז בכלל נישט מותר.. אבער דער מענטש קומט נאך אלעס.. ווי צדיקים האבן געזאגט.. ואנכי תולעת ולא איש.. בעסער אריינצובייסן אין א תולעת ווי אויפצועסן א מענטש..

איי וועסטו פרעגן אויב אזוי פארוואס אויף א ווערעמל איז דא פינעף לאוין, און בשר אדם איז נאר א עשה.. מוז זיין אזוי ווי די ראשונים זאגן אז אויף איסור הנאה איניש דא קיין מלקות, ווייל ס'הייסט שלא כדרך הנאה.. ווייל אז מקען עס עסן איז די דרך הנאה צו האבן דורך עסן, און אנדערע הנאות הייסן שלכ"ד.. ביי א מענטש איז אויך די דרך הנאה צו עסן גייסטיש און נישט פיזיש.. דערפאר קומט גלייך גערויף די עונש צרעת, וואס איז חשוב כמת.. וואס דאס איז טאקע הארבער ווי א תולעת..


*



און מ'קען נישט אויסלאזן דעם חתם סופר (כ'האף איך כאפ נישט אויס מומחה'נען) והצרוע אשר בו הנגע.. דער וואס איז פארדארבן פון אינעווייניג.. פונדרויסן 'בגדיו יהיו פרומים' אלץ אבילות אויף חורבן הבית.. וראשו יהיה פרוע.. פרוש ווי א נזיר.. ועל שפם יעטה.. ער איז ממעט בדיבור.. און דער וואס פירט זיך נישט ווי איהם.. וטמא טמא יקרא..
וכעין זה האט געזאגט רבי שלמה'ניו פון סאדיגורא, פרום אין די תורה טרעפט מען נאר ביי א מצורע.. און דארט שטייט וראשו יהיה פרוע.. זיין קאפ איז אינגאנצן צומישט..


*



ווי האט געזאגט רבי העניך פון אלעקסאנדער זי"ע.. דער בעל לשון הרע איז דער איש האמת.. ער פארהוילט נישט יענעמס מעשים.. ווי קען מען זאגן ליגנט.. ווי קען מען באהאלטן וואס יענער האט געטוען.. ס'איז דאך קעגן דעם אמת.. .. וואס איז זיין רפואה? והובא אל הכהן.. מזרעו של אהרן וואס האט געברענגט שלום דורכ'ן זאגן ליגנט..


*



און ס'גייט דאך פרשת מצורע אויך.. שטייט דאך אין די ספרים 'זאת תהיה תורת המצורע ביום טהרתו'.. ביז דאן נעמט מען אוועק פון איהם אלע זכותים און מ'איז עס מעביר צו דעם וואס ער האט בארעדט..

איז געווען ביי די רבי פון לובלין זי"ע, אמאהל האט דער בדחן ר' מרדכי ראקובער געזעהן די עבודה פונעם רבי'ן ביי תיקון חצות.. און ער איז געגאנגען עס פארציילן פאר די חבריא.. ווען דער חוזה האט געהערט דערפון, האט ער איהם אפירגעהאלטן.. ס'שטייט דאך אז א מצוה וואס ווערט נתפרסם ווערט פאררעכנט פאר אן עבירה.. קומט אויס אז דורך זיין פארציילן ווערט עס אן עבירה.. ממילא איז דאס א שאלה פון לשון הרע..

האט ר' מרדכי גלייך געענטפערט.. נו.. ביי א בעל לשון הרע גיבט מען איהם אלע עבירות פון דעם באררעדטן.. נו וועט ער באקומען דעם רבי'נס תיקון חצות.. לוינט איהם דאס געשעפט..


*



העמיר מסיים זיין מעין הפתיחה.. וואס מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע האט געזאגט, פארוואס שטייט זאת תורת היולדת פאר ואם לא תמצא ידה.. ס'דאך נאך אינמיטן הלכות יולדת.. נאך 'זאת תורת' די הלכה איז א אידן זאלן האבן געלט.. ואם לא תמצא ידה.. דאס איז שוין נישט ע"פ תורה..
זאל דער אויבערשטער העלפן אידן מיט פרנסה בריוח וכל הישועות..


א ליכטיגן שבת!!

viewtopic.php?p=2712864#p2712864
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”