חידושי ליל ששי - פון הרה"ג צנמ"ס ר' @אוראייניקל שליט"א

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת אחרי קדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוט'ן ליל שישי.

שטיי מיר ליל ערב שבת פרשת אחרי, כידוע פון די ספה"ק אז הקריאה מעוררת את הזמן, איז דאך דעם שבת א בחינה פון יום כיפור, און ווי הרה"ק ר' אשר סטאלינער זי"ע האט געזאגט אז ס'איז א בחינה ווי מ'איז טועם פון די מאכלי החתונה בשעת'ן צוגרייטן.. איז דאך היינט א בחינה פון ערב יום הכיפורים.. דארף מען זיך צוזאמען זעצן אויף א פארברענג לקיים מצות היום באכילה ושתיה..

*

ובפרט וואס דער חתם סופר שרייבט די וואך.. דער כהן גדול האט געהאט אן עבודה פון התבודדות.. זיצן אויגעטוהן פון די וועלט פאר א גאנצע וואך.. זאגט די תורה דאס איז גוט פאר איינמאל א יאהר.. אבער גלייך נאך די עבודה.. 'ופשט את בגדי הבד אשר לבש בבואו אל הקודש'.. אראפ מיט די בגדי הבדידות.. ויצא ועשה את עולתו ואת עולת העם.. גיין דערהייבן דעם עולם..

*

און אפילו בשעת די עבודה פון יום כיפור.. צווישן איין וידוי און די אנדערע.. ווען יעדער איז צובראכן.. זאגט דער ערשטע בעלזער רב זי"ע דייקא דארט קומט עבודת הקטורת.. כדי צו דערפרייען דעם כהן גדול.. כמה שנאמר (משלי כז, ט) 'שמן וקטרת ישמח לב'..

קען טאקע זיין די המשך פונעם פסוק דארט אין משלי איז 'ומתק מרעהו', וויאזוי קומט מען צו צו ריכטיגע שמחה.. אז מ'זיצט צזאמען מיט זיסע ברודער.. טייערע חברים.. דאס איז א סגולה אויף שמחה.. נאר דער כהן גדול נאכ'ן זיין זיבן טעג אליינס האט ער באדארפט צוקומען צו די קטורת..

*

און אז מ'זיצט און מ'טרינקט אינאיינעם.. איז דאך ידוע פון הרה"ק ר' מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע אז לחיי"ם.. ווען די צוויי יודעלעך שטעלן זיך אויף בלייבט איבער לח"ם.. בלייבט נאר די שאלה פון ווי האט מען די סגו"ל'ס.. נאר היינט נאכט איז דאך די יארצייט פונעם ראפשיצער רב זי"ע.. איז דאך ידוע וואס ער האט געזאגט א צוויי יודן איז א שם הוי"ה.. און דאס זאגט דער פסוק די וואך 'ואהבת לרעך כמוך' דאן ווערט פון דעם 'אני ה'.. נו אז דער באשעפער שטעלט זיך צו צו די צוויי אידן.. דאן ווערט פון דעם א סגו"ל.. והייתם לי סגו"לה..

*

אז מ'שטעלט זיך רעדן צום ציבור ברויך מען רעדן צו ידען זיין שפראך.. ווי דער תפארת שלמה זי"ע האט געזאגט פאר א באנדע אויפגעקלערטע חברה וואס האבן איהם פארבעטן צו זאגן תורה.. קדושים תהיו.. פרשה זו בהקהל נאמרה.. צבו"ר איז נוטריקין צ'דיקים ב'ינונים ו'רשעים.. האט משרע"ה גערעדט צו יעדן.. צו די צדיקים 'קדושים תהיו וגו' אני ה"א'.. צו די בינונים 'איש אמו ואביו תראו וגו אני ה"א'.. צו די רשעים 'אל תפנו אל האלילים' שמד'טס ענק כאטש נישט..

קען זיין דאס איז די פסוק ממשיך מיט 'וכי תזבחו זבח שלמים'.. א דרשה דארף זיין ווי א שלמים.. שלום למזבח ולכהנים ולבעלים.. יעדער זאל זיך טרעפן דאס פלאץ..

*

זאגן די בעלי דרשנים.. כמעשה ארץ מצרים לא תעשו.. אין מצרים איז געווען החליפו עבודת נשים לאנשים.. זאגט די תורה.. די אלע ווייבערישע מאדע'ס.. לאז דאס פאר זיי.. טויש נישט אויף די מענער שוהל מיט די עזרת נשים..

*

די רבי פון לובלין זי"ע האט געזאגט.. מאנכע אידן פטר'ן זיך פון די מצוה פון צדקה.. זאגנדיג אז זיי זענען מקיים דעם מצוה מיט'ן 'עושה צדקה בכל עת.. זה הזן בניו ובנותיו.. זאגט דער פוסק 'ואל יבא בכל עת אל הקודש.. מ'קען נישט קומען צום בי"ד של מעלה מיט די צדקה פון 'בכל עת'..
קען זיין.. נדב ואביהוא זענען אוועק על שלא נשאו נשים.. ובנים לא היו להם.. וואלט איינעם איינגעפאלן אז ס'האט זיי געפעלט דער צדקה תציל ממות פונעם 'עושה צדקה בכל עת'.. זאגט דער פסוק אחרי מות שני בני אהרן.. אז דאס איז נישט די צדקה וואס מ'מיינט..

*

שטייט פון צדיקים.. מ'קען וויסן אסאך און וועלן אנקומען.. אבער דאס איז נישט גענוג.. מ'מוז טוען למעשה.. אל תפנו אל האובות.. צו די וועלערס.. ואל הידעונים און צו די ווייסערס.. דאס איז נישט די תכלית..

*

ולסיום זאגט מען די וואך די הפטורה 'הלא כבני כושיים'.. האבן זיי דאך די וואך זיך צוואולדעוועט.. און געמאכט ריוח אויפ'ן העלד זייערן.. זאגט ד פסוק.. דאס איז נישט ריכטיג.. הנה עיני ה"א בממלכה החטאה.. דער גאווערמענט דארף מען אנשמייסן.. אפס כי לא השמיד אשמיד את בית יעקב .. דער המון עם.. די געשעפטסלייט.. מה חטאו..


האטס מיר אלע א פרייליכע דערהויבענע שבת!!

viewtopic.php?p=2727039#p2727039
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת אמור - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:היינט ביינאכט איז דער עולם - ואני בתוכם - פארנומען בהילולא דרשב"י, וכלשונו פונעם מנהל לכאורה "געביכלט".. העמיר מקדים זיין מכה לרפואה.. און אריינווארפן אפאר ענינים לכבוד'ן ליל שישי הממשמש ובא..


היינט נאכט איז דאך אויך די יארצייט פונעם הייליג'ן רמ"א.. העמיר אנהייבן מיט א מעשה וואס האט א שייכות מיט'ן פרשת השבוע.. ס'האט דערציילט דער לונדונער רב הגאון ר' העניך פדווא זצ"ל, ווען ער האט געוואוינט אין וויען, האט ער אנגעטראפן א כהן אינעם אוהל פונעם טשארטקאווער רבי זצ"ל.. ער האט אפירגעהאלטן דעם כהן.. ס'דאך אן איסור דאורייתא.. לנפש לא יטמא..

דער כהן ענטפערט איהם.. וואס הייסט? קברי צדיקים אינם מטמאים!.. זאגט איהם ר' העניך, אין קראקא ביים ציון פונעם הייליגן רמ"א איז דאך דא א גדר כדי די כהנים זאלן קענען צוקומען.. דער כהן פארשטייט אבער נישט וואס ער וויל.. איך רעד פון צדיקים, וואס ברענגסטו מיר א ראיה פונעם רמ"א..

*


האב איך געזעהן בשם הג"ר בונם סופר זוהן פונעם קראקאווער רב ר' שמעון זצ"ל.. דער יארצייט פונעם רמ"א פאלט בדרך כלל אין פרשת אמר אדער בהר בחוקותי.. דאס איז א רמז.. אמר איז אותיות רמ"א.. דאס וואס דער רמ"א פסק'נט איז ביי אונז.. בהר בחוקותי.. כחוקה וכהלכה למשה מסיני..

מ'קען אפשר צולייגן בדרך רמז.. אחר"י קדשי"ם אמ"ר איז גימטריא רב"י שמעו"ן ב"ר יוח"י.. ביי אונז וואס רבי שמעון הא מגלה געוווען אינעם זוה"ק איז אויך הלכה למשה מסיני..


טרעף מיר טאקע אז תורת הרמ"א און תורת רשב"י גייען ביידע ביינעזאם.. ווי די מליצה וואס ווערט געברענגט אין די ספרים.. ובתוכם דער חת"ם סופר אין די תשובות.. "ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א".. ביי יהדות אשכנז גייט מען מיט'ן רמ"א.. און אז מ'קוקט אין תרגום זאגט ער "ברי"ש גלי".. און ס'איז ידוע וואס דער 'דגל מחנה אפרים' זאגט 'בריש ראשי תיבות רבי שמעון בר יוחאי, גלי כשיתגלה ספרו הקדוש ספר הזוהר אז בדא יפקון מן גלותא'..

ובפרט ביינונז חסידים ההולכים בתורת הבעש"ט, וואס איז מיוסד בתורתו של רשב"י, ווי דער דגל ברענגט דארט 'בריש ראשי תיבות רבי ישראל בעל שם, גלי היינו כשיתגלה תורתו ויפוצו מעינותיו אז יפקון מן גלותא'..

*


דארף מען אבער געדענקן אז הגם מ'פליהט אין די הימלען.. פאר אלעס קומט מקיים זיין הלכה למעשה, דערנאך קען מען זיך אריינטוען אין סודות התורה.. קודם קומט שנים מקרא "ביד רמ"א".. און דערנאך קומט די תרגום "ברי"ש גלי"..

זאגט רש"י "להזהיר גדולים על הקטנים".. ווי חז"ל זאגן "דבר גדול, מעשה מרכבה. דבר קטן, הויות דאביי ורבא".. אפילו דו טוסט אין הויעכע זאכן.. גדולים.. דארפסטו נאך אויך נזהר זיין אויף די קטנים.. אויף הלכה למעשה..
*


שטייט דאך פון אר"י הקדוש דאס ענין פון מאכן פיאות און זיך פרייען ביים ציון הרשב"י.. קען זיין.. שטייט אין שלה"ק בשם מדרש תהילים " אמר רבי שמעון בר יוחאי, בא וראה שאין חביב לאדם יותר מבניו, וכדי לעשות רצון בוראו רואה בנו שנשפך ממנו דם מילה ומקבל עליו בשמחה".. איז מצות מילה קען מען (עכ"פ די וואס זענען נישט נ נ"ח'ניקעס) נישט שלעפן קיין מירון.. אמול ואצא לדרך איז א סכנה.. אבער ענליך צו דעם איז וען מ'ווערט דריי יאר.. מ'מאכט נאך סימנים אז מ'איז א איד.. מ'נעמט אראפ א חלק פונעם גוף פאר השי"ת.. גייט מען צו ר' שמעונ'ען און מ'איז עס מקיים בשמחה..
*


בפרט אז מ'טרעפט די וואך "לנפש לא יטמא בעמיו".. זאגט רבי הענאך פון אלעקסאנדער זי"ע בעמיו איז א לשון פון גחלים עוממות... נישט טוהן די מצווות אויסגעלאשענעהייט.. דאס איז מטמא דעם נפש..

ענליך שטייט פון תולדות אדם פון אוסטרובה.. צו א מת מצוה.. איינער וואס טוט מצוות אן קיין חיות.. דארף יעדער זיך אראפלאזן צו איהם איהם אויפצהייבן..

*


ובדרך זה קען מען טייטשן דעם מדרש די וואך (ויק"ר כח, ג) 'אימתי הן תמימות, בזמן שישראל עושין רצונו של מקום'.. וכבר רבו הפירושים אויף דעם..

קען מען זאגן בהקדם וואס דער רבי פון לובלין טייטשט (דברי אמת ויקהל) 'רצה הקב"ה לזכות את ישראל' אז זיי זאלן טוהן מצוות מיט א פרישקייט , 'לפיכך הרבה להם תורה ומצוות' יעדע שטיק צייט קומט א נייע מצוה.. אזוי אז מ'זאל עס קענען טהן מיט א התחדשות..

איז די מצוה פון ספירה גייט אן פאר א לאנגע צייט.. ניין און פערציג טעג אין א ציה.. ס'קען ווערן אביסל אפגעקיהלט די התחדשות.. דעפאר באווארנט אונז דער מדרש.. אימתי הן תמימות.. בזמן שישראל עושין "רצונו" של מקום.. וואס "רצה" הקב"ה לזכות אונז יודעלעך צו טוהן מצוות מיט א התחדשות..

*


האמיר די וואך אויך די מעשה מיט'ן מגדף.. לאזט זיך פרעגן.. ווי קומט אזא זאך ביי אידן.. מברך את ה'?

נאר אז מ'קוקט אין פנים יפות ווערט אלעס קלאר.. מאכט ער דארט א חשבון אז די מעשה איז געשעהן גלייך נאך די מעשה פון קרח.. שטייט דאך אין מדרש אז דער ריכטיגע מאן פון שלומית בת דברי איז געווען דתן.. האט יעדער געמיינט אז דאס איז דתן'ס תכשיט.. האט ער געוואוינט ביי שבט ראובן.. איז אבער געקומען די מעשה פון קרח.. און די ערד האט איינגשלונגען גאנץ משפחת דתן ואבירם.. איז דער געבליבן לעבן.. ער איז נישט געווען דתן'ס א קינד.. האט זיך יעצט אנגעהויבן די גאנצע סומאטוכע ווי ער זאל וואוינען..

לערנט מען פון דעם.. אז מ'וואקסט אויף אין א שטוב ווי מ'בארעדט די גדולי הדור.. דאן גייט דאס קינד שוין א טרעפל ווייטער ה"י..

*


און לויט דעם פנים יפות'ס חשבון שטימט שוין וואס רש"י ברענגט אז ער האט מלגלג געווען אויף די לחם הפנים.. דרך המלך לאכול פת חמה בכל יום, או שמא פת צוננת של תשעה ימים, בתמיה.. ער איז דאך געוואקסן ביי דתן אינדערהיים.. ווי מ'האט נישט געקענט עסן קיין נעכטיגע עסן.. אפילו שבת האבן זיי פרובירט צו טרעפן פרישע מן..
*


ולסיום.. די לומדי דף היומי לערנען דאך היינט תורה לשמה.. די גמרא זאגט אין יומא (יח.) "והכהן הגדול מאחיו, שיהא גדול מאחיו בכח בנוי בחכמה ובעושר. אחרים אומרים, מנין שאם אין לו שאחיו הכהנים מגדלין אותו, תלמוד לומר והכהן הגדול מאחיו גדלהו משל אחיו"..

איז מילא בעושר קענען די אנדערע כהנים משלים זיין.. אבער ווי אזוי געבט מען כח, נוי און חכמה?

נאר די תירוץ איז.. ווי דער ילקוט הגרשוני טייטשט די וואכעדיגע פרק.. איזהו עשיר.. וואס איז די שאלה.. א עושר איז איינער וואס איז רייך.. נאר בדרך כלל קומט עשירות א גאנצע פעקעדזש.. ער ווערט שוין א חכם.. א שיינע איד.. ווי דער פסוק זאגט "וכסף וזהב ירבה לך.. וכל אשר לך ירבה".. איז די שאלה 'איזהו עשיר' נאר עשירות אן חכמה והמסתעף.. זאגט דער משנה 'השמח בחלקו'..

והוא הדין ביינונז.. איינמאל 'אחיו מגדלין אותו' מיט געלט.. קומט שוין ממילא מיט חכמה שיינקייט און גבורה..


הוא ימליץ טוב בעדנו אדוננו בר יוחאי!!!

viewtopic.php?p=2739807#p2739807
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת בהר בחוקותי - אחר אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:שטיי מיר שוין ביי א פרישע ליל שישי..

פונקט א וואך פאריבער פונעם שרעקליכסטן ליל שישי וואס איך געדענק.. און ס'נעמט איבער דעם שרעקליכן ליל שישי ר"ח אדר ב' תשס"ח.. פונעם פיגוע אין ישיבת מרכז הרב.. זייענדיג דעמאלטס אין ירושלים עיה"ק נישט צו ווייט פונעם מקום.. ווען במשכ'ן נאכט האט די פאליציי געזוכט אנדערע טעראריסטן אין די ירושלימ'ע גאסן..

אלע רבנים און רעדנערס האבן שוין געזאגט און גערעדט.. איך האב גארנישט וואס צו צולייגן.. בפרט ווען ס'איז נישט מיין אויפגאבע אריינצורעדן דערין.. ואנחנו לא נדע מ"ה נעשה.. וואס מ'ברויך צו טוהן וועגן די מ"ה ה' אלוקיך שואל מעמך.. די 45 הייליגע נשמות וואס השי"ת האט צוריקגעבעטן פון אונז..

וועל איך נאר זאגן א רמז'ל וואס כ'האב געהערט.. בתוספת נופך.. "אחרי מות קדושים" (אחר"י קדושי"ם עם התיבות והכולל גימטריא ארבעי"ם וחמש"ה), "אמר" (- גימטריא י"ח באייר) "בהר" אויפן בארג אין מירון.. דאס איז "בחקותי" דאס איז נישט פאר אונז צו פארשטיין.. "לפיכך כתב בה חקה, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה"..

*

אבער דאס איז זיכער.. אז דאס וואס מ'דארף זיכער נישט טוהן, איז מאכן יענעמ'ס חשבונות.. וואס יענער דארף פארעכטן..

ביי חסידים האט מען גאר געזאגט אז אפילו קיין אמונה טאר מען נישט האבן אויף יענעמ'ס חשבון.. ווי מ'טרעפט די וואך.. די תורה זאגט 'וכי תאמרו מה נאכל בשנה השביעית וגו' וצויתי את ברכתי'.. און אעפ"כ טרעף מיר אין גמרא (חגיגה ג:) 'הרבה כרכים כבשו עולי מצרים ולא כבשום עולי בבל.. והניחום כדי שיסמכו עליהן עניים בשביעית'.. שטעלט זיך די קשיא.. די תורה זאגט דאך צו אז ס'וועט זיין גענוג צו עסן.. עד כדי כך אז דער רבי ר' זושא זאגט אז אפילו פרעגן די שאלה "מה נאכל" איז שוין א פגם אין אמונה..

נאר וואס דען.. אמונה איז גוט פאר זיך אליינס.. פאר די ארימעלייט ברויך מען זיין אן אפיקורס.. פאר זיי דארף מען איבערלאזן שטעט אין עבר הירדן זיי צו באזארגן מיט פרנסה..

*

און אז מ'רעדט שוין פון בטחון אויף יענעמס חשבון.. האט מען געפרעגט איינע פון די בעלי מוסר.. צו מ'מעג בארגן פון א צווייטן, נישט וואוסנדיג צו ער גייט קענען באצאלן.. מיט'ן חשבון אז ער האט בטחון אינעם באשעפער אז ער וועט איהם שוין צושיקן.. האט דער גדול געענטפערט.. אויב דו ביסט גרייט צו בארגן פאר איינער וואס קען נישט צאלן ע"ס פון יענעמ'ס בטחון.. קענסטו איך בארגן על סמך פון דיין בטחון..

*

און אז מ'גיבט פאר ארימעלייט.. ברויך מען געבן מיט א שמייכל.. ווי חז"ל זאגן.. "כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות, והמפייסו בדברים מתברך בי"א ברכות".. זאגן די ספרים, דאס זאגט דער פסוק 'את כספך לא תתן לו בנשך'.. גיב איהם עס נישט מיט קיין פארביסנקייט.. און אודאי בייס נישט אריין אין איהם כאילו ער קומט דיר בארויבן..

*

און אז מ'רעדט פון ארימעלייט.. זאגט די וועלט.. ושבתם איש אל אחוזתו.. אז מ'באקומט צוריק די נכסים.. ואיש אל משפחתו תשובו.. דאן אקומ יעדער פלוצלינג א גאנצע משפחה.. יעדער וויל איהם שוין קענען.. ווי די פסוק זאגט "וישגב אביון מעני.. וישם כצאן משפחות"..

מיט דעם ווערט פארענטפערט דעם דיוק.. פארוואס זאגט די פסוק "ושבתם איש אל אחוזתו" נישט "ושבתם אחוזה אל בעליו".. ווייל דאס גאנצע חשיבות בעיני די מענטשהייט איז די אחוזה זיינע.. אן דעם קוקט מען איהם קוים אהן ווי מענטש.. ושבתם איש.. ער באקומט צוריק זיין מענטשהייט.. אל אחוזתו..

*

נאך קען מען זאגן אין דעם דיוק.. ס'באקאנט די מעשה מיט צוויי אידן וואס האבן זיך ארום גע'טענה'ט איבער א שטיקל קרקע.. זעהענדיג אז ער קומט נישט צו אן עמק השוה.. זאגט דער רב האט אז ער וויל עס זעהן דעם נידון מיט די אייגענע אויגן..

דער רב קומט אהן אינעם פעלד.. און ער בייגט זיך אראפ למטה מעשרה טפחים.. און איז מקיים דעם "והאזינו ארץ".. ער הערט זיך צו צום ערד..

צום ערשטוינטן בליק פון די צוויי בעלי דינים.. איז זיך דער רב מסביר.. דא שרייט איינער 'כולה שלי' דער ערד איז מיינס, און דער צווייטער שרייט ,כולה שלי, אלעס איז מיינע.. אבער די ערד זאגט..כולכם שלי.. עפר אתה ואל עפר תשוב..

צוריקגעבן פעלדער אין יובל קומט דאך צו לערנען "כי גרים ותושבים אתם עמדי".. עטס זענטס נאר געסט דא אויפ'ן וועלטל.. "כי לי הארץ".. ממילא פאסט נישט צו זאגן "ושבתם אחוזה אל בעליו".. נאר איש אל אחוזתו.. ער געהערט צום קרקע..

*

אבער פשוט פשט איז דאך פשוט.. דעם אחוזה קען מען דאך נישט רוקן פון פלאץ.. מ'ברענגט צוריק דעם בעה"ב צום פעלד און נישט דאס פארקערטע..

*

און א ווארט אויף פרשת בחקותי.. דער בעל הטורים זאגט "אם בחקותי תלכו. ר"ת אבת, שתלכו בדרכי אבות".. די גמרא זאגט אין יבמות (מח:) "מפני מה גרים מעונים בזה"ז וכו' מפני שאין בקיאין בדקדוקי מצוות כישראל".. שטעלט זיך דע שאלה.. א גר קאן דען נישט זיין א תלמיד חכם?..

נאר וואס דען.. כדי מקיים צו זיין די תורה ריכטיג ברויך מען דרכי אבות.. ווי מ'האט געזאגט ביי חסידים.. די שולחן ערוך איז געמאכט פאר די גרים.. און אז מ'גייט בדרכי אבות, קומט מען נשט צו צו זיין מעונין.. נאר ונתתי גשמיכם בעתם..

*

אין ישיבה, אז מ'האט נישט געקענט פטור ווערן פון א נודניק.. האט מען געעפנט א ספר, און זיך געזעצט לערנען.. בבחינת "כל הנפטר מחבירו" אז דו ווילסט פון יענעם פטור ווערן.. "לא יפטר ממנו אלא בדבר הלכה".. זאגט דער פסוק "אם בחוקותי" אז מ'זעצט זיך לערנען.. "תלכו"..

*

אין כולל פלעגט א יונגערמאן טענה'ן.. מ'קען אפלערנען א סוגיא.. מ'דארף נישט פארשטיין קיין סברות.. ס'איז א גזירת הכתוב.. אזוי האבן חז"ל פארשטאנען.. דאן קען מען אפלערנען אן קיין שטער.. "אם בחקותי" אז מ'לערנט בדרך חוקה.. דאן "תלכו" קען מען פארן..

קען מען צולייגן "ואת מצוותי תשמרו" אז מ'וויל אבער געדענקן דאס לערנען.. דאן "ועשיתם אותם".. ברויך מען עס גוט אדארך "טוהן"..



זאל דער אויבערשטער טרייסטן אלע צובראכענע הערצער "ונחמנו ביום המנוח הזה" (טאו"ח סי' ר"ח)
און האטס מיר א זיסן און א ליכטיגן שבת!

viewtopic.php?p=2756542#p2756542
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת במדבר - שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:ביז אפאר טאג צוריק זעמיר נאך געווען אינמיטן דעם סומאטוכע.. יא געיט.. נישט געיט.. אבער יעך האב נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט אויסצודריקן מיין השקפה אין דעם נושא.. זאג איך יעצט.. יא! ס'איז געווען א געיט!!

טאקע נישט אין מירון.. אבער היינט פאר 3333 יאר צוריק (אוריין תליתאי, לעם תליתאי, על ידי תליתאי, בירחא תליתאי) ביי מתן תורה .. איז געווען א געיט!! הקב"ה האט בפירוש געהייסן משה רבינו אין ג' סיון, 'הגבל את ההר וקדשתו'!

אפשר ווערט יעצט גאר נתעורר דאס גאנצע ענין.. צום ערשט די ימי הגבלה, מיט'ן מיסטערישן געיט.. דערנאך האלט מען יעצט ביי "קולות וברקים וענן כבד".. העלישע פייערן עד לב השמים.. זאל מיר נאר בקרוב זוכה זיין צום התגלות כבוד ה'.. רצוננו לראות את מלכנו!

*

איז טאקע ידוע פון די ספרים.. ביי אלע אומות האט הקב"ה געשטעלט פאר זיי די מצוה וואס איז זיי די שווערסטע.. וואס איז מיט כלל ישראל?.. פארוואס פאר זיי האט מען נישט אויסגעזאגט פריער וואס קומט.. נאר ביי אידן איז די שווערסטע זאך דעם הגבל את ההר.. זיך אפהאלטן פון זיך דערנענטערן צום באשעפער צו פיהל.. מער ווי זיין מדרגה..

קען זיין דאס איז פשט אין מדרש ילקוט די וואך.. "בשעה שקבלו ישראל את התורה, נתקנאו אומות העולם בהן מה ראו להתקרב יותר מן האומות, סתם פיהן הקדוש ברוך הוא, אמר להן הביאו לי ספר יוחסין שלכם שנאמר הבו לה' משפחות עמים, כשם שבני מביאין"..

אויב פאר פשוטע אידן איז א נסיון צו פליען אין די הימלען.. פאר בנש"קים איז דאס א גזירה שאינם יכולים לעמוד בה.. דערפאר ווען די אומות העולם האבן געטענה'ט פארוואס די אידן האט מען נישט מודיע געווען די שווערסטע מצוה.. האט השי"ת געזאגט.. עטס פארשטייטס נישט די נסיון פון הגבלה.. עטס האטס נישט די יחוס..

אפשר דערפאר קומט טאקע דער יום המיוחס אלץ הקדמה צו די שלשת ימי הגבלה..

*

און אפילו גשמיות'דיג גערעדט.. איז דאס ביי אידן פון די שווערסטע זאכן.. זעהן א געיט און נישט זיך פרובירן אריבער צו שטופן.. ובפר ביי בנש"קים וואס זענען געוואוינט אז מ'לאזט זיי איבעראל אריין... זיי פארנעמען נישט אזוי שנעל קיין הגבלה.. עד פה תבא..

*

און ווי גערעדט לעצטע וואך.. כדי ריכטיג מקיים צו זיין תורה ומצוות.. דארף מען צוקומען צו מסורת אבות.. דאס ליגט אויך אין דער תשובה.. הביאו לי ספרי יוחסין כשם שבני מביאין.. די אידן האבן א מסורת.. מנהג אבותיהם בידיהם.. זיי האבן א מעגליכקייט מקיים צו זיין די תורה ווי עס דארף צו זיין..

*

און אז מ'רעדט שוין פון פליען אין די הימלען.. כאפן מלאכים.. שטייט פון צדיקים.. 'וימת נדב ואביהוא בהקריבם אש זרה.. זיי האבן געמאכט תנועות פו התלהבות.. נו כדי מחנךצו זיין די קינדער מעג מען דאס אויך.. אבער 'ובנים לא היו להם'..

*

און וואס איז די עצה פאר די וואס האבן נישט קיין ייחוס?.. נאר אז מ'נעמט זיךצוזאם.. זאגט דער אגרא דכלה.. נשא את ראש בני קהת.. מלשון יקהת עמים.. אז מ'נעמט זיך צאם האט מען מער נשיאות ראש ווי די וואס זענען דבוק אין באשעפער.. בני לוי.. מלשון חיבור.. פארוואס.. ווייל "למשפחותם לבית אבותם"..זכות אבותם פונעם ציבור מסייעתם

קומט דאך אויס אז מ'פארברענגט אינאיינעם.. בארגט מען זיך די ייחוס איינער פונעם צווייטן..

*

און א ווארט אויף די הפטרה.. דרך העולם איז אויף יענץ פויגל איז די סדר אז מ'זוכט זיינע מעלות.. ער איז נישט אזא שייגאץ ווי מ'מאכט איהם.. ער דאוונט פון מאל צו מאל.. ער האט א גוט הארץ.. וכדו' וכדו'..

אויף א ערליכע איד איז די ניגון פונקט ארקערט.. ער איז גארנישט אזא צדיק ווי ער מאכט זיך.. דא און דארט קוקט ער אוריס פון סידור.. וכו' וכו'..

זאגט דער ערלויער רב זצ"ל.. במקום אשר יאמר לא עמי.. אז מ'רעכנט זיינע חסרונות.. איז א סימן אז "יאמר לכם בני קל חי"..


האטס מיר אלע א דערהויבענעם שבת כלה, און א ריכטיגע הכנה צום קבלת התורה!

viewtopic.php?p=2774660#p2774660
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת נשא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוט'ן ליל שישי נאך שבועות!!

טאקע געווען א גאנצע ויכוח דא אויפ'ן וועלט אויפ'ן נעכטיגן טאג, צו ס'איז א מיטוואך צו א זונטאג.. צו גאר שתיהם כאחד.. אבער היינט נאכט, איז כולי עלמא מודי אז מ'שטיי מיר שוין ביי נאך א ליל שישי!

נו, אז ס'איז ליל שישי ברויך מען פארברענגען.. און פארברענגען מיינט אויף א גלעזעלע וויין.. בפרט אז די וואך האמיר דעם "וכפר עליו מאשר חטא על הנפש".. שציער עצמו מן היין.. ברויך מען טון דאס פארקערטע..

איי חז"ל זאגן דאך אויך "הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין".. האט דאך דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע שוין געענטפערט דעם אייזערנעם קאפ זצ"ל.. אויף זיין קשיא.. ווי קומט עס אז א פשוטע מענטש טרינקט ווערט ער ערגער.. און חסידים טרינקען און זיי דערהייבן זיך אין עבוה"ש.. האט דער לובלינער פארענטפערט.. טרינקען וויין שאדט נאר פאר דיע וואס זענען פראבלעמאטיש מלכתחילה.. דער רואה סוטה בקלקולה.. דער וואס מ'פירט איהם צו פון הימל צו זעהן פראבלעמאטישע זאכן..

*

און פארשטייט זיך, דער גלעזעלע איז נישט די עיקר.. נאר די שמחה וואס קומט דערנאך.. וואס דאס איז די שליסל זיך צו דערהייבן.. ווי מ'טרעף מיר אין ספה"ק 'ארון עדות'.. בני קהת מיינט מען די לומדי תורה.. נשא את ראש בני קהת.. זיי איז פשוט אז זיי ווערן דערהויבן..

בני גרשון.. די וואס זענען פארטריבן פון כולל.. זיי ברויכן ארויסגיין מקיים זיין מצות 'בזיעת אפיך תאכל לחם'.. זיי זענען אויך מקיים דעם רצון ה'.. נשא את ראש בני גרשון..

אבער די בני מררי.. די פארביטערטע חברה..זיי קענען זיך נישט דערהייבן.. ביי זיי שטייט נישט קיין נשיאות ראש..

*

און אז מ'רעדט שוין פון נשא את ראש.. זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע.. נשא את ראש.. אז דו זוסט א רבי א ראש.. בני.. איז ער א בנן של קדושים.. גרשון.. פארטרייב איהם צו אלע רוחות.. גם הם.. אויב ער איז אלייס אויך עפעס.. דאן קענסטו צורעכענען אלץ מעלה.. למשפחותם לבית אבותם..

קען זיין.. וואס איז די שייכות צום פשוט פשט.. נשא את ראש..ראש מיינט דער סך הכל.. ווי דער מזרחי איז מסביר, אז אמאליגע צייטן פלעגט מען שרייבן דעם סך הכל פון אויבן פונעם בלאט.. אזווי ווי מ'שרייבט היינט פון אונטן פונעם חשבון.. עולם הפוך ראיתי, עליונים למעלה ותחתונים למטה..

נו.. אז מ'מאכט א סך הכל.. רעכנט מען ערשט די אייינצעלנע נאמבערס.. און ביי אלע מספרים (חוץ פון די בכורים) איז עס געווען א גלייכע צענער מספר.. אזוי אז די סך הכל פון די איינצעלנע נאמבערס איז אויסגעקומען א זיראו.. ווי מ'זאגט נאך אז ייחוס אבות איז א זיראו.. אז ס'איז דא עפעס בעפאר הייבט עס דעם ווערט.. און אז נישט איז ער א גארנישט..

*

די וואך האמיר אויך ברכת כהנים.. זענען געקומען חסידים פונעם אפטער רב זי"ע לאחר פטירתו צום טשערנאבעלער מגיד זי"ע בעטנדיג א ברכה.. דער מגיד האט כדרכו בקודש געפאדערט א פרייז.. האבן זיך די חסידים אנגערופן.. זייער רבי פלעגט זאגן.."כה" אזוי ווי מ'שטייט אן קיין געלט "תברכו את בני ישראל"..
האט דער מגיד געענטפערט.. אזוי אן קיין געלט.. "יברכך ה' ".. זאל דער באשעפער ענק בענטשן..

*

פון זוואלינער רבי ר' שמואל אליהו זי"ע ווערט געברענגט.. "כה" אזוי ווי זיי זענען נאר "תברכו את בני ישראל".. ווי אזוי זיי קוקן נאר אויס.. זענען זיי תמיד ראוי לברכה.. בעסער פונעם גוי זענענן זיי אייביג..

*

און א בליק אינעם הפטורה.. האמיר דעם מנוח.. מ'האמיר קוים געליינט מגילת רות.. די גמרא זאגט דאך אין בבא בתרא.. אז בועז האט געהאט דרייסיג זוהן און דרייסיג טעכטער.. און ווייל ער האט נישט געלאדנט מנוח צו די חתונות.. האט ער זיי אלע באגראבן בחייו ה"י..

זאגט דער אפטער רב, דער הייליגער אוהב ישראל.. דאס האט נעמי געזאגט פאר רות.. 'הלא אבקש לך מנוח, אשר ייטב לך'.. די ערשטע זאך פאר מ'הייבט אן פון טראכטן חתונה צו האבן מיט בועז.. ברויך איך אויפזוכן און לאדענען דעם מנוח.. ווייל אז נישט איז צרות..

*

זאגט די גמרא אין עירובין.. מנוח עם הארץ היה.. ווייל ער איז געגאנגען אחר אשתו.. זאגן די בעלי מוסר.. אפילו זי האט איהם געפירט זעהן א מלאך.. נאכאלץ ברויך מען זיך נישט פארלירן.. און מ'באדארף אויפפאסן ווי אזוי מ'גייט..

*

טייטשט דער בני יששכר.. דער נביא זאגט אין איכה.. היא ישבה בגויים לא מצאה מנוח.. זי האט נישט געטראפן קיין איין גוי ווי דעם מנוח עם הארץ.. יעדער גוי קען דעם הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב.. נישטא קיין עם הארץ בנמצא..

*

עפי"ז קען מען זאגן.. יונה מצאה בו מנוח.. דער נביא יונה האט דך געהייסן 'יונה בן אמיתי'.. חז"ל זאגן דאך א עם הארץ אימת שבת עליו.. שבת זאגט ער דעם אמת.. קומט אויס אז דער מנוח עם הארץ טרעפט זיך אינעם שבת אלץ א בן אמיתי..

ואם כנים הדברים.. שטימט טאקע פארוואס בשבת נתנה תורה.. ווייל אזוי קעמען יעדעם גלייבן אז זיי זענען מקבל באמת.. דאס זאגט דער פייטן.. ובאו כולם בברית יחד.. אלע אן אויסנאם.. דערפאר דבר בקדשו בהר המור יום השביעי זכור זכור לגזירה שוה.. אז ס'איז געווען בשבת.. ווייל שבת איז יונה מצאה בו מנוח.. דאן רעדט דער עם הארץ אויך אמת..

*

און לסיום.. וואס איך האב געהערט בשם בעלזער רב זז"ג.. מען פארט צו א רבי'ן אויף שבועות.. פארהאן דריי מדרגות.. פארהאן אזעלכע וואס פארן ווייל "ובאו כולם".. ווייל יעדער פארט.. פארהאן אזעלכע וואס פארן "בברית יחד" מ'טרעפט די חברים און ידידים מארבע קצוות תבל, וואס מ'זעהט נישט א גאנץ יאהר.. און ס'פארהאן די וואס קומען מקבל זיין די תורה ביים משה רבינו שבדור.. "נעשה ונשמע אמרו כאחד"..

ווי האבן די בחורים געענטפערט פאר זייער ראש ישיבה אוועק פארנדיג פון ישיבה צו זייער רבי'ן.. ווען דער ראש ישיבה האט געטענה'ט אז די ישיבה איז דער בארג סיני.. און ווי פארן זיי אוועק פונעם בארג.. האבן זיי געענטפערט.. אז זיי פארן טאקע אוועק פונעם בארג סיני.. אבער זיי פארן צו משה רבינו..


האטס מיר אלע א דערהויבענעם שבת נאך שבועות!!!

viewtopic.php?p=2782095#p2782095
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת בהעלותך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:און שוין ווידער ליל שישי..

שטייט מען אין א ביזי וואך פון שמחות ביי אידן.. וכבר נמנו וגמרו כל חכמי אייוועלט.. אז דער וואס האט נישט קיין חתונה די וואך איז בחזקת גר.. איז שוין גאר נישט קיין וואונדער אז פונקט די וואך האט זיך יתרו געפילט אזוי פרעמד.. און געזאגט 'כי אם אל ארצי ואל מולדתי אלך'..

*

לאמיר כאפן א בליק אינעם פרשה.. זאגט די פסוק, לא יהיה בבני ישראל נגף בגשת בני ישראל אל הקודש.. זאגט רש"י 'שלא יצטרכו לגשת אל הקודש'..

זאגט דער אמרי נועם.. געקומען אמאל איז א איד צום קאזשניצער מגיד.. געזונט ווי א בער.. רייך ווי קרח.. קינדער איינס געראטענער ונעם צווייטן.. דער מגיד פרעגט איהם.. אויב אלעס גייט ווי ס'באדארף צו זיין.. צו-וואס קומסטו צום רבי'ן.. זאגט דער איד.. טאקע דערפאר.. דער רבי זאל פועל'ן אז כ'זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צום רבי'ן..

זאגט דער אמרי נועם.. דאס זאגט רש"י.. ולא יהיה נגף.. שלא יצטרכו לגשת.. מ'זאל נישט דארפן צוקומען צום רבי'ן..

*

ס'ווערט דערציילט ענליכ'ס.. אמאל האט הרה"ק ר' אשר סטאלינער זי"ע זיך אונטערגעהערט ביים שמיד פון שטעטל.. ווי ער זאגט די הגדה.. און דער טייטשטש מיט א געשמאק.. שלא אחד בלבד עמד עלינו לחלותינו.. נישט נאר איין צדיק דאונט פאר אונז (מלשון ויחל משה) אלא שבכל דוד ודור עומדים עלינו לחלותינו.. יעדן דור איז דא צדיקים וואס דאוונען פאר אונז..

צומארגנס רופט דער רבי צו דעם שמיד.. און פרעגט איהם איבער אויפן טייטש.. און דער ווייסט גאר נישט פון קיין אנדערע פשט.. פרעגט דער רבי.. אויב אזוי..וואס איז פשט.. והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם?

ענטפערט ער מיט א פשטות.. דער באשעפער העלפט מ'זאל נישט דארפן צוקומען צום צדיק..

*

אבער ווערטלעך אין א זייט.. שיחת חולין של ת"ח צריכין לימוד.. כנראה איז די פשט.. ע"פ א סיפור.. ביי מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע איז אמאל געווען א דחקות.. די וועגן זענען געווען פארשנייט.. און מ'איז נישט געקומען צו פארן.. קומט זיך א א אידענע.. רייך געקליידעט.. א וואגן נגעפולט מכל טוב.. און וויל דערלאנגען א קוויטל.. די גבאים נעמען איר אריין.. דער רב נעמט איר אויף.. זי לאזט איבער פון אלעם גוטן.. והיתה הרוחה..

ווייטער גייט אריבער א תקופה.. שוין ווייטער איז נישטא מיט וואס שבת צו מאכן.. און דער אידענע איז ווידער דא..

צום דריטן מאל ווען ס'האט פאסירט.. און די גבאים האבן שוין געמיינט אז דאס גייט זיין א רוטין.. ווי פארוואונדערט זענען זיי געווארן, הערנדיג אז דער רב וויל איר נישט אויפנעמען..

האט דער ערשטער רב מסביר געווען.. דאס וואס דער הייליגע בעש"ט פלעגט באווייזן מופתים.. איז געווען מיט א תכלית אז די אידן זאלן נתקרב ווערן צו איהם.. און אנגעווארמט ווערן בצל קדשו.. און אויך פאר ווייבער האט ער באוויזן מופתים.. כדי זיי זאלן שיקן זייערע מענער.. אבער די אידענע איז שוין דא צום דריטן מאל.. און איר מאן האט זי נאך נישט געשיקט.. כ'דארף נישט אזעלכע קוויטלעך..

קומט דאך אויס.. דאס גאנצע וואס מ'דארף צוקומען צו די צדיקים אויף ענינים גשמים.. איז נאר אז מ'זאל שוין איאיינוועגס נאשן ברוחניות.. אבער אז מ'פארשטייט אליינס און מ'ווייקט זיך ביים רבי'ן.. שלא יצטרכו בני ישראל לגשת אל הקדש..

ווי מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געטייטשט.. השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה.. אז מ'וועט צוריק אנהייבן צו פרעגן די צדיקים עצות בעניני עבודת השם ווי אמאל.. דאן וועט אטאמאטיש זיין 'והסר ממני יגון ואנחה'..

*

ס'גייט אבער ביידע וועגן.. אז דער צדיק איז משפיע ברוחניות.. איז ער אינאייינוועגס משפיע הרוחה און הצלחה בגשמיות, אז מ'זאל האבן הרחבת הדעת צו דינען דעם באשעפער..

ווי ס'ווערט געברענט פון הייליגן לובלינער.. בהעלותך את הנרות.. אז דו ווילסט באשיינען אידישע נשמות.. דאן אל מול פני המנורה יאירו.. דארףדער צדיק משפיע זיין אויך אויפן שולחן וואס איז נכח המנורה..

*

סוף פרשה האמיר מעשה מרים.. זאגט דער כתב סופר.. פארהאן מענטשן וואס שפילן אויף יעדעם.. פראווען אניוות.. שטייען אין בית המדרש אונטן אן.. ווי ס'הא זיך אנגערופן הג"ר חיים שמואלביץ זצ"ל צו איינער וואס פלעגט זיצן ביי מערב וואנט פון גרויס עניוות..לאמיר זעהן ווי דו זיצט אינמיטן בית המדרש.. נישט מערב און נישט מזרח..

ווען פלאצט דאס אבער.. ווען מ'באשולדיגט איהם אלץ בעל גאוה.. דאן האט ער שוין גארנישט.. נישט קיין כבוד.. און נישט קיין עניוות.. אבער משה רבינו.. אפילו ווען מ'האט איהם באשולדיגט אלץ בעל גאוה.. והאיש משה עניו מאד מכל האדם.. ער איז געווען א אמת'ער עניו..

*

ולסיום א שטארק נקודה פון איננע פון צדיקי דורנו שליט"א.. מ'זעהט די שינוי דרכי החינוך פון אלע דורות.. אין פסוק שטייט 'ואביה ירק ירק בפניה'.. פירסט זיך נישט אויף כמו שצריך.. א שפיי אין פנים..

דער תרגום אונקלוס איז שוין געווען טויזנט פינעף הונדערט יאר שפעטער.. דאן איז דאס שוין נישט דער דרך.. דארט שטייט שוין.. ואלו אבוהא מנזף נזף בה.. אנגעשריגן..

רש"י הקדוש איז שוין נאך טויזט יאר שפעטער.. זאגט רש"י.. היינט איז שרייען שוין אויך נישט קיין דרך.. רש"י טייטשט שוין 'ואם אביה הראה לה פנים זועפות'..


קען מען אפשר צולייגן.. מ'האמיר שוין אמאל געטייטשט דעם מדרש אין פרשת חקת.. 'ודברתם אל הסלע, והכיתם לא נאמר, א"ל כשהנער קטן רבו מכהו ומלמדו כיון שהגדיל בדבור הוא מיסרו, כך אמר הקדוש ברוך הוא למשה כשהיה סלע זה קטן הכית אותו שנאמר והכית בצור אבל עכשיו ודברתם אל הסלע'.. הקב"ה האט געזאגט פאר משה.. ס'איז שוין אנדערע צייטן.. אמאל האט מען געקענט שלאגן.. אבער היינטיגע צייט דארף מען רעדן בדרכי נועם..

קען טאקע זיין דערפאר הייסט דער שטייין בארה של מרים.. פון מרים לערנט מען זיך.. חנוך לנער על פי דרכו.. יעדער צייט מיט זיין דרך אין חינוך..

האטסא לעכטיגע ליל שישי
און א דערהויבענער שבת (שבע ברכות, לאלו שאינם גרים...)..

viewtopic.php?p=2797753#p2797753
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת שלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:קוים א וואך פאריבער, און... מיר האלטן שוין ווידער ביי ליל שישי!

דער ליל שישי האט אנעקסטערע משמעות.. ס'איז דאך מוצאי כ"ג סיון.. דער טאג וואס מרדכי מיט אסתר האבן ארויסגעשיקט די צווייטע בריוון ביי נס פורים.. ביי פורים איז דאך דער מנהג אריינצוציען און שיכור'ן אינעם נאכט אריין.. נו דארף מען פארשטייט זיך אנהייבן מיט א כוסה צוויי דריי..

בפרט וואס די וואך האמיר דאך 'ויאמר ה' סלחתי כדברך'.. האט דער יוד הקדוש פון פרשיסחא געזאגט.. 'ויאמר סלחתי כדברך' איז דאך די ראשי תיבות 'כוס'.. שם הוי"ה שרייבט מען דאך צוויי יודן.. אז צוויי אידן זיצן און טרינקען א כוס צוזאמען.. דאן זאגט דער באשעפער 'סלחתי'..

קען זיין אז ס'ענין איז דייקא ליל שישי.. ה' סלחתי כדברך' איז דאך גימטריא 'כוס ליל שישי' (עם התיבות והכולל)..

*

און אז מ'רעדט שוין פון פוילישן חדר.. איז דאך באקאנט דער קאצקער טייטש 'שלח לך אנשים' שיק אוועק דאס מענטשליכקייט.. מאנכע לערנען פשט.. פיר דיר אויף צו יענעם ווי א בהמה.. אבער זיי לאזן אויס א ווארט.. שלח "לך".. וואס איז נוגע לגבי דיר.. דארט שיק אווועק די מענטשליכע הנהגה.. לגבי יענעם.. פיר דיר אויף ווי א בן אדם..

ווער ס'לאזט אויס דעם 'לך'.. דאס קומט נישט פון חסידישקייט.. נאר פון ריינע גאות.. וואס אויף דעם איז דאך מרמז די חמץ.. דאס זאגט דער פסוק אין פרשת בא.. ולא יראה לך.. אז דו זעסט נישט דעם לך.. דאס איז חמץ-גאות..

*

אבער דאס איז ביז ווען ס'קומט צו כבוד שמים.. דאן ברויך מען נישט קוקן נישט אויף קיין מענטשליכקייט און נישט אויף קיין ישרות.. ווי מרן מהר"י מבעלזא זי"ע האט פארענטפערט פארן שינאווער רב זי"ע.. נאך וואס בעלזער חסידים אין לעמבערג האבן אנגעמאכט דריידלעך און שטיקלעך ביי די וואלן אין שטאט אז די חסידים זאלן ארויסקומען וידם על העליונה.. און די משכילים זאלן נישט קענען באקומען קיין כח..

האט דער מיטעלער רב מוכיח געווען פון כלב'ן.. ויהס כלב את העם אל משה.. וכי זו בלבד עשה לנו בן עמרם.. זעהט מען פון דעם.. ווען ס'קומט צו דברים שבקדושה.. דארף מען אמאל נוצן דריידלעך אויך..

*

און אזוי איז געווען אמאל ביי מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע.. געווען איז עפעס א מעשה פון וואלן.. וואס ציעשנובער רב זי"ע האט פארפירט און פארארבעט מעשים אז מ'זאל וועלן דעם וואס איז געלאפן קעגן א משכיל.. ווען מצד שני האט דער פריערדיגער רב זי"ע זיך נישט צו טוהן געמאכט.. און ס'האט דעם ציעשנובער רב זייער וויי געטוהן..

למעשה ווען דער משכיל האט געזעהן אז דער בעלזער רב שטימט מיט מיט איהם בשתיקה כהודאה.. האט ער נישט אריינגעארבעט צופיהל אין זיין קאמפיין.. זייענדיג פארזיכערט אין זיין געווינס.. אבער למעשה א טאג צוויי פאר די וואלן האט דער פריערדיגער רב ארויסגעגעבן די הוראה צו ווען דעם צווייטן.. און ס'איז שוין געווען צו שפעט יענער זאל נאך עפעס קענען טוהן.. און פארשטייט זיך אז דער אנדערער איז דערוועלט געווארן..

האט דער ציעשנובער רב זיך אויסגעדרוקט.. דער שוואגער איז א הייליגער פאליטיקאנט..

*

נאך איז דא אין דער פרשה.. ונהי בעינינו כחגבים, וכן היינו בעיניהם.. די ספרים זענען שוין פארנומען.. רש"י זאגט אויפן ארט.. 'שמענו אומרים זה לזה נמלים יש בכרמים כאנשים'.. שטעלט זיך די קשיא.. אז זיי האבן געזאגט נמלים..פארוואס זאגסטו חגבים..

קען אפשר זיין..בהקדם א מעשה וואס ר' פינקי'נען דערציילט.. געוען אמאל איינער וואס האט פרובירט צו טוהן אין שדכנות.. אבער ס'נישט געגאנגען.. האט איהם איינער פרובירט צו מדריך זיין.. בין הדברים זאגט ער איהם.. א יעדע מעלה.. בלאז עס אויף לאין ערך.. א יעדע חסרון.. מינימיזיר ווי ווייט מעגליך..

שוין זיצט ער מיט א איד.. דער איד פרעגט איהם.. כ'האב געהערט אז דער בחור האט איין אויג אביסל גרעסער.. וואס?! אביסל גרעסער? רררריזיג.. ווי א מעלאונע.. דער איד ווערט אזוי פארלוירן.. דער צוויטער אויג איז סאך קלענער?.. קליין?! פיצי.. מ'קען עס קוים זעהן.. {איך וואלט געזאגט.. נאך קלענער ווי בענעט'ס קאפל.. ע"פ הגר"ע יוסף..}..

נו די מרגלים.. דאס איז געווען זייער שפראך.. דיבר הכתוב לשון הבאי..זאגט די גמרא ביי 'וערים בצורות בשמים' וואס די מרגלים האבן געזאגט.. שוין האבן זיי פארשטאנען אז יעדער רעדט די שפראך..און ווען יענער זאגט א מורישקע מיינט ער א היישעריק..

*

און א יסודות'דיג ווארט פונעם הייליגן לובלינער זי"ע.. אמאל א מענשט פאלט אדארך מיט שמירת עינים איינמאל און צוויי מאל.. טראכט ער ביי זיך.. שוין איך קען מיר נישט מתגבר זיין.. דאס איז נישט פאר מיר..

זאגט דער פסוק.. ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם.. מיטן תירוץ 'אשר אתם זונים אחריהם'.. ווייל כ'פאל ממילא אדורך..

*

ולסיום.. א זיסע סיפור.. געוואוינט האט אין לאנדאן א באבובער חסיד.. ר' שלמה ראזן ז"ל האט ער געהייסן.. אמאל האט ער געגעבן א קוויטל פאר הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ"ל.. ר' איציקל רופט זיך אהן.. איך בין נישט קיין צדיק.. נישט קיין רבי.. וואס ברענגסטו מיר קוויטלעך דא..

זאגט דער ר' שלמה.. די פסוק זאגט.. היש בה עץ.. זאגט רש"י דאס מיינט א צדיק.. ואם אין.. והתחזקתם ולקחתם מפר"י.. איז ראשי תיבות רבי משה יצחק פשעווארסקער..


די וואך טרעפט מען טאקע די כח פון ברכות הצדיקים.. משה רבינו האט געדאוונט אויף יהושע.. כלב האט געדאוונט ביי קברי צדיקים.. זאל טאקע זכות הצדיקים מגין זיין אויף אונז און אויף אלע אידן.. אמן!

viewtopic.php?p=2813280#p2813280
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוט חודש א גוט ליל שישי!

האלט מיר פרשת קרח.. די פרשה וואס איז יפה נדרשת.. נאכאמזל אז ס'איז איינס פון די קלענסטע ליל שישי'ס אין יאר.. ווייל ווען נישט.. וואלט מען געזיצן דא שעות אויף שעות.. ווי זאגט דער פמ"ג אין 'תיבת גמא'.. פרשה זו יפה נדרשת.. דאס איז אייביג מענינא דיומא..מ'טרעפט אייביג א שייכות צום זמן..

*

בפרט טרעף מיר א שייכות פון קרח מיט ראש חודש.. חוץ פון דעם וואס ס'איז ר"ת ק'דושת ר'אש ח'ודש.. ווי רש"י איז מסביר די גמרא אין ב"ב.. אז יעדע ראש חודש זאגו עדת קרח "משה אמת ותורתו אמת והם בדאים"...שטעלט זיך די שאלה פארוואס דייקא ראש חודש?
קען זיין.. עדת קרח האבן געוואלט זיין נאנט.. טון די עבודה אין משכן.. אבער לבנה לערנט אונז.. אז מ'קומט צו נאנט צום זון.. בלייבט נישט גארנישט.. רוק דיר אוועק אביסל.. און ס'איז דא א נייע לבנה.. אפגערעדט די היינטיגע ר"ח.. ווען די לבנה האט זיך אוועקגעשטעלט פארן זון.. דאס ברענגט שוין טאקע אן א חושך..

*

נו.. אז זיי האבן געמיינט צו טון א מצוה.. ואס איז די טענה? זאגט דער אגרא דכלה.. ויקח וגו' בן לוי.. קרח האט גע'טענה'ט.. וואס הייסט ס'איז דאך א מצוה צו טון די עבודה.. ווי קען ער מוותר זיין דערויף.. איי ס'שטייט נישט אין שולחן ערוך אז יעדער איז מחויב.. אבער 'שמרה נפשי כי חסיד אני'.. ס'איז א חסידישע ענין.. כ'בין דאך לוי'ס אן אייניקל.. דער 'חסיד שבחסידים'..
דארף מען אבער קוקן.. ביים לייגן תפילין ברענט דיר אויך אזוי מיט התלהבות.. צו א שטיקל גמרא שלאסטו דיר אויך אזוי?..קוק עס איבער מיט מדת האמת פון יעקב.. דאס האט איהם געפעהלט..

קען טאקע זיין דאס האט משרע"ה געזאגט.. בקר ויודע ה'.. ווארט צו ביז צום דאווענען אינדערפרי.. העמיר זעהן צו דו גייסט טאקע אויס פאר עבודת ה'..

*

שטייט טאקע גאנצעטע הסברים.. קרח ועדתו האבן געוויס געהאט סודות און ענינים אין זייער מחלוקת.. זאגט אבער דער דברי ישראל.. יעקב אבינו האט געבעטן.. בסודם אל תבא נפשי.. כ'ברויך נישט אזעלכע סודות..

*

און אפילו ע"פ נגלה פירן א מחלוקת.. זאגט דער הייליגער חת"ס.. ולא יהיה כקרח וכעדתו.. כאשר דבר ה' ביד משה לו.. אפילו דו טרעפסט דיין מחלוקת אין פסוק.. ס'איז ממש כאשר דבר ה'.. זאגט נאכאלץ דער פסוק.. ולא יהיה כקרח..

*

האט אמאל א איד פרובירט מסביר צו זיין קרח'ס צד ע"פ דרוש.. און איז געקומען מיט זיין ספר צום צאנזער רב זי"ע.. האט איהם צאנזער רב געזאגט.. דו האסטמ יר פארענטפערט א שווערע רש"י. רש"י פרעגט.. 'וקרח שפיקח היה מה ראה לשטות זה".. נו.. כהונה גדולה איז עפעס א שטות?!
נאר לויט וואס דו ביסט מסביר דעם מחלוקת.. איז עס טאקע א שטות..

*

פרעגט זיך אבער טאקע די קשיא.. פון וואנעט האט רש"י גענומען אז קרח איז געווען א פיקח?.. זאגט דער ילקוט הגרשוני.. דער איז דאך געווען רייך ווי קרח.. נו האסט אמאל געזעהן א גביר וואס מ'האלט איהם נישט פאר א פיקח?

קען מען אפשר צולייגן.. דאס פרעגט טאקע רש"י.. אז ער איז שוין געווען א גביר.. א גאנצע ראש הקהל.. צו וואס האט איהם אויסגעפעלט אויך דאס רבנות?
פירט רש"יאויס אז ער האט געזעהן שמואל'ן.. שמואל הנביא איז דאך אויך געווען א גביר ווי חז"ל זאגן.. און דאך איז ער געווען א מנהיג ישראל ממש.. נו פארוואס זאל ער זיך באגענוגענען מיט ראה"ק'שאפט.. פאר די געלט קען ער דאך זיין רב אויך..

*

לערנט מען די וואך אז ווען ס'קומט צו מחלוקת.. נעמט מען אן זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און נישט קיין זאקן.. ווי דער מדרש דערציילט.. קרח האט מגלה געווען א גאנצע מעשה.. מיט א שכנה אן אומבאהאלפענע אלמנה מיט צוויי טעכטער וואס האט געהאט א פעלד.. וויל זי אקערן.. שרייט משה 'לא תחרוש בשור וחמור'.. וויל זי זייען.. שרייט משה 'שדך לא תזרע כלאים'.. ביים שניידן 'לאז לקט שכחה ופאה'.. מאכוט זי א גורן.. גיב ביכורים, תרומה, מעשר ראשון, מעשר שני..
שוין האט זי דאס נישט אויסגעהאלטן.. פארקויפט די פעלד.. געקויפט צווי שעפסלעך.. געהאט א קינד צום מזל טוב.. קומט אהרן.. אהער דערמיט, ס'איז א בכור.. וויל זי שערן.. קומט ע רנעמען ראשית הגז.. האט זי נישט קיין צו דעם אויך.. שחט זי אפ די שעפסלעך.. קומט אהרן און וויל נעמען זרוע לחיים וקיבה.. גיט זי א שריי 'ס'איז חרם'.. אזוי.. נעמט אהרן ס'גאנצע שעפסל..און יאר געלאזט וויינען..

קיינעם איז אבער נישט איינגעפאלן צו פרעגן א פשוטע קשיא.. קרח לעבן.. וי האט זיך די אלמנה פארשאפט א פעלד אין מדבר..הא?! 'מעשה הייבט זיך נישט אן.. אבער אזוי איז די טבע פון מחלוקת.. מ'קויפט אפ יעדער לשון הרע'לע פאר גוט געלט..

קען מען טאקע זאגן דאס האבן דתן ואבירם מרמז געווען.. אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הביאותנו.. הגם האסט אונז נאכנישט אריינגענומען קיין א"י.. אבער ותתתן לנו נחלת שדה וכרם.. אונז גיימיר פארקויפן א גאנצע מעשה.. ווי מ'האמיר שוין פעלדער מיט גערטנער.. און דער עולם גולם וועט עס נאך גלייבן..

*

זעהט מען די וואך א אינטרעסאנטע חילוק צווישן די חסידישע מהלך, און די ליטווישע מהלך.. משרע"ה האט אנגעווינטשן פאר עדת קרח.. וירדו חיים שאולה.. ואס פעלט אויס דוקא חיים.. זאגט דער מיטעלער בעלזער רב זי"ע.. נאכן שטארבן קען מען שוינישט קיין תשובה טון.. האט משרע"ה געוואלט נאך געבן די טשאנס.. אבער אין בריסקער חדר האט מען געזאגט.. מיתה איז מכפר.. משרע"ה האט זיי דאס אויך נישט געוואלט געבן..

*

ולסיום.. געווען צדיקים וואס פלעגן האבן א הנהגה פון אנשרייען און אנזידלען.. און מיט דעם געפועלט ישועות.. וביניהם דער הייליגער תפארת שלמה.. האט ער אמאל געזאגט בשם זיין רבי'ן הרה"ק ר' מאיר'ל פון אפטא זי"ע.. משרע"ה האט זיך אפגערעדט 'לא חמור אחד מהם נשאתי' כ'האב קיין פדיון פון זיי קיינמאל נישט באקומען.. 'ולא הרעותי את אחד מהם'.. כ'האב זיי קיינמאל נישט באזידלט.. און אז כ'האב נישט געהאט די מינדנסטע שייכות מיט זיי.. נישט לטב און נישט למוטב.. אויב אזוי קען איך זיי נישט העלפן..

איז אמאל געווען א אידענע וואס האט זיך אריינגעכאפט אין צימער פון מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע וועלנדיג עפעס מזכיר זיין.. ווען דער פריערדיגער רב איז אריינגעקומען און דערזען אן אשה.. האט ער איר אנגעהויבן צו באזידלען.. רופט זיך די אידענע אן.. דעם רבינ'ס קללות זענען ברכות..

דרייט זיך דער רב אויס צום גבאי ר' אהרן יהושע לאנדא.. אהרן יהושע, שעלט דו!


לאמיר ענדיגן מיט א גטע זאך.. דער נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.. און מייערן צימעס איז גוטע צימעס..
האטס מיר א געבענטשטע שבת בשלום ובשלוה!

viewtopic.php?p=2828190#p2828190
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת חקת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:גייט עס ליל שישי פרשת חקת - דא גזירת אורייתא.

ו' חוקת איז דאך די טאג וואס איז נקבע געווארן לזכר דעם שריפת התלמיד בשנת ה'ד, וואס דער מהר"ם מרוטנבורג האט מקונן געווען דערויף "שאלי שרופה באש".. קען זיין די סיבה פארוואס מ'האט עס קובע געווען לויט די וואך און נישט אויף ט' תמוז.. ס'ווערט געברענגט בשם רבינו יונה, די טעם פארוואס ס'איז נגזר געווארן די גזירה, וויבאלד אין יענע תקופה האט מען ממש אויף יענעם מארק פלאץ פארברענט די ספרי חקירה פונעם רמב"ם.. האט מען מן השמים זיך אנגענומען פארן כבוד פונעם רמב"ם.

וועט מען אפשר מיינען.. א סימן מן השמים אז מען דארף אלעס פארשטיין און חוקר זיין.. דערפאר האט מען עס קובע געווען אויף ו' חוקת.. גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר..קודם דארפסטו וויסן אז מ'דארף נישט אלעס פארשטיין.. און מ'קען נישט אלעס פארשטיין.. דערנאך קענסטו פרובירן צו פארשטיין וואס דו פארשטייסט יא..

ווי ס'איז באקאנט פונעם אסטראווצער און נאך צדיקים.. קודם קומט אין כאלוקינו.. דערנאך קען מען פרעגן מי כאלוקינו..

זעהט מען טאקע אין רש"י.. קודם לערן די גאנצע פרשת פרה אלץ חוקה.. גזירה היא מלפני.. נאך די גאנצע פרשה.. ס'איז שוין קלאר אז מ'נעמט עס אן, אן צו פארשטיין.. הייבט רש"י אן צו ברענגען טעמים אויף יעדע פרט ופרט..

*

א שטארקע לימוד לערן מיר זיך פון פרשת פרה.. דער חזקוני זאגט.. פארוואס איז אפר פרה מטמא ווען מ'שפריצט עס שלא לצורך.. ס'וואלטן געווען מענטשן וואס וואלטן געפראוועט פרומקייט.. אפשר איז דא א ספק ספיקא אז כ'בין טמא.. און געשפריצט אפר פרה יעדע מאנטיג און דאנערשטאג.. זאגט דער תורה.. אז דו ביסט נישט טמא.. איז די אפר פרה דיר מטמא.. פראווע מיר נישט דא קיין איבעריגע פרומקייטן..

*

וווי ס'האט געפרעגט דער בריסקער רב זצ"ל זיין תלמיד דער סטריקובער רבי זצ"ל.. ביי פרשת נזיר דרשנ'ען חז"ל 'וכי ימות מת עליו, לרבות שנפל עליו הבית ועל המת'.. דאס איז דאך לכאורה א מילתא דלא שכיחא.. הייזער פאלן נישט איין יעדן טאג.. און פונקט זאל נאך זיין א נזיר דארטן..

האט דער סטריקובער רבי געענטפערט.. א נזיר איז א פרומער.. ער זוכט חומרות.. פאר א פרומער שיקט מען צו שאלות אפילו ס'איז לא שכיחא..

*

און אזוי זעה מיר אויך פון חז"ל.. פון איין זייט האבן זיי מחמיר געווען די גרעסטע חומרות ביי אפר פרה.. טהרת הקודש איז טמא אצל פרה.. מ'האט מגדל געווען קינדער פון פארן געבוירן צו זיין טהור.. אבער אעפ"כ האט מען געמאכט די פרה אדומה מיט טבולי יום.. ללמד אז חומרות איז נאר וואס חכמי ישראל זאגן.. אייגענע חומרות איז נישט קיין ארטיקל..

קען זיין דאס איז פשט.. מה ראה קרח לחלוק על משה רבינו, פרשת פרה אדומה ראה.. איהם איז דאס נישט געפאלן.. משה רבינו וועט מחליט זיין וואס איז יא א ריכטיגע חומרא און וואס נישט.. אונז איז נישט גענוג א קליין פעדימל פון תכלת.. מיר דארפן א טלית שכולה תכלת.. כי כל העדה כולם קדושים.. אלע ווילן זיך מקדש זיין במותר להם.. ומדוע תתנשאו..

*

נאך א מהלך קען זיין.. שטייט פון הרה"ק מבארנוב זצ"ל בעל חמרא טבא.. קרח הייבט זיך אן מיט א ק'.. פרשת חקת איז די ק' אינמיטן.. און אין פרשת בלק איז עס צום סוף.. ק' וויזט אויף קדושה.. קרח איז מתחילה געווען ערליך.. חקת איז די קדושה אינמיטן.. מטהר טמאים ומטמא טהורים.. און בלק איז צום סוף מגולגל געווארן אין חמורו של רפב"י..

ס'איז דאך ידוע דעם ווארט.. וקרח שפיקח היה.. מה ראה לשטות זה צו זיין א פיקח.. קען זיין אז קרח האט געמיינט אז מ'קען אויפטוען מיט פקחות אויך.. וויבאלד דער פקח האט אויך א ק' אינדערמיט.. פרשת פרה אדומה ראה..

*

צו רבי מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע איז אמאל אנגעקומען א שמועה אז ס'פארהאן א שוחט וואס וויל נישט ארייננעמען קיין געסט.. ווי ס'איז געווען נהוג בימים מקדם אז די געסט זענען איינגעשטאנען ביים שוחט.. האט ר' מאיר'ל געהייסן איהם מעביר צו זיין פונעם שחיטה.. און עס מסמיך געווען אויפ'ן פסוק.. ולא נתן אדום.. דאס איז דער שוחט וואס איז געבוירן במזל מאדים.. נתן ישראל עבור בגבולו.. ער נעמט נישט אריין קיין געסט.. ויט ישראל מעליו..

*

און אז מ'רעדט פון איינשטיין ביים שוחט.. דערמאנט עס מיר א מעשה וואס כ'האב געזעהן מיט יארן צוריק.. געווען איז אמאהל א איד וואס האט געפראוועט גרויס צדקות.. ער איז ארומגעפארן אין די שטעט און געפראוועט סיגופים און תעניתים.. געדאוונט גאנצעטע שעות וכדו' וכדו'..

איינמאל איז דער צדיק'ל איינגעשטאנען בי א קלוגער איד. וואס איז כאמור געווען שוחט אין שטעטל.. דער שוחט האט גלייך אויפגעכאפט במה דברים אמורים.. און ער האט מחליט געווען איהם צו לערנען לקח..

אינמיטן די נאכט.. ווען דער אורח טוט זיך אן זיין זאק צו זאגן תיקון חצות.. זיכער מאכנדיג אז יעדער זעהט.. באמערקט ער פלוצלינג ווי דער שוחט שטייט און שארפט זיין חלף.. ווען יעדע פאר סקונדעס גיבט ער א בליק אויף איהם.. דער האט איהם אנגעכאפט א פחד.. ער פרעגט דעם בעל אכסניא.. ווי גייט ער יעצט שחט'ן אינמיטן נאכט..

זאגט איהם ער איהם אזוי.. מיר וואוינען דא אין א קליין שטעטל.. אלע יארן האבן דע געוואוינט פשוטע אידן.. ס'קומט אבער אן די הייליגע טעג.. איינער האט א צרה אין שטוב.. מ'וויל זיך גיין אויסבעטן ביי קברי צדיקים.. ברויכן זיי זיך צו שלעפן א היבשע מהלך ביז אן אנדערע שטאט ווי ס'ליגן צדיקים..

יעצט אבער זעהענדיג וואס א גרויסע צדיק איז איהם אנגעקומען אין שטוב.. איז איהם איינגעפאלן א מורא'דיגע רעיון.. ס'איז דאך ממש השגחה פרטית.. ער וועט אפענדיגן דעם צדיק דא.. מ'וועט איהם באהאלטן אויף אונזער בית עולם.. און מ'וועט האבן א ציון ווי זיך אויסצובעטן דא ביי די האנט.. והכל על מקומו יבא...

דער איד איז איהם שווארץ געווארן פאר די אויגן.. ער הייבט אן צו זאגן.. נעה כ'בין נישט ממש א צדיק.. כ'בין שוין א שיינע פאר מאל נכשל געווארן מיט אן עבירה דא.. אן עבירה דארט.. אבער דער שוחט גיבט נישט נאך.. אדרבה! כ'זעה איר זענט נאך אן עניו אויך!.. אויב אזוי וועט איר אודאי קענען פועל'ן פאר אונז פון אויבן!.. און ער זעצט פאר צו שארפן דעם חלף..

דער איד נעמט זיך שרייען.. כ'קען אייך ברענגען פונקטליכע פרטים ווי און וואס כ'האב עובר געווען .. קענסט גיין מברר זיין ביי די שותפים לדבר עבירה.. בקיצור.. ער האט איהם נישט ארויסגעלאזט ביז ער האט איהם אפגעשריבן זיינע עבירות לכל פרטיה ודקדוקיה.. און אונטערגעשריבן דערויף בחתימת ידו.. אז מער האט זיך איהם קיינמאל נישט געשמעקט צו שפילן צדיק..

קען מען טאקע מסמיך זיין.. אז די אידן זענען אייגעשטאנען נעבן אדום.. וואס איז מרמז אויפ'ן שוחט כאמור.. האט עס אנגעברענט קברי צדיקים.. אז אהרן איז דארט נסתלק געווארן בהר ההר..


זכות כל הצדיקים זאל מגיון זיין אויף אונז און אויפ'ן גאנצן כלל ישראל, אמן!

א ליכטיגן שבת!

viewtopic.php?p=2842570#p2842570
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת בלק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!!

גיימיר לערנען דעם עולם בלק..

אנהייבן דארף מען פארשטייט זיך מיט'ן הסבר פון הרה"ק ר' מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע.. פארוואס די פרשה הייבט זיך אן מיט א גוי.. און ס'ווערט אנגערופן על שמו פון דעם בלק.. ווען מ'האט אמאל אויסגערופן צו עולה זיין כהן, א רב, וואס איז געווען זייער אן ערליכער, אבער קיין סאך לערנען האט ער נישט געקענט.... האט איהם ר' מאיר'ל געפרעגט די קשיא.. און ווער דער רב האט נישט געהאט קיין תשובה..

האט איהם ר' מאיר'ל דערציילט.. אמאל ווען ער איז געווען מיט א חבר אויפ'ן וועג צו זיין רבי'ן הרה"ק ר' מרדכי קרעמניצער זי"ע.. האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן.. און זיי האבן אנגעקלאפט אויפן ערשטן הויז.. ווען זיי האבן געזעהן אז ס'איז א גוייש הויז, האבן זיי גלייך צוריק געטרויטן.. אבער דער גוי האט זיי ארייינגערופן און געגעבן דארט צו נעכטיגן..

צומארגנס אויפ'ן וועג ווייטער.. רופט זיך דער חבר אהן.. דאס איז אן ערליכער גוי.. אבער צו זיין וואונדער טענה'ט ר' מאיר'ל.. ניין.. דאס איז אן אומ-ערליכער גוי.. איז געבליבן אז מ'וועט פרעגן דעם רבי'ן דערויף.. ווען דער רבי האט געפרעגט ר'מאיר'ל פארוואס האלט ער אז דער גוי איז נישט קיין ערליכער.. האט ר' מאיר'ל געענטפערט.. ס'איז דאך הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב.. אז דער גוי איז נישט מקיים די הלכה.. איז ער נישט קיין ערליכער.. און דער רבי האט איהם געגעבן גערעכט..

פירט ר' מאיר'ל אויס צו דעם רב.. בלק האט מקיים געווען דעם הלכה בהידור רב.. נו.. מיט א ערליכער.. אפילו א גוי מעג מען אנהייבן די סדרה.. נו קענסט עולה זיין..


קען זיין א רמז דערצו.. חז"ל זאגן דאך אז בלק איז צור פון די מלכי האמורי.. כזבי'ס פאטער.. די מימרא פון הלכה בידוע זאגט דאך רשב"י פון די פינטעלעך אויף וישקהו.. בל"ק צו"ר איז טאקע גימטריא וישקה"ו מיט'ן כולל.. ואולי איז דער כולל גאר א רמז אויף די פינטלעך..

*


אז מ'וויל הערן.. דארף מען אבער וויסן פון וועם.. אין שטאט קארלין האט געוואוינט הג"ר שמואל אביגדור תוספאה זצ"ל, בעמח"ס תנא תוספאה אויפ'ן תןספתא.. אמאהל האט ער געזעהן א חסיד לויפן צו הערן תורה פון הרה"ק ר' אהרן קארלינער זצ"ל.. דער רב האט געקענט דעם יונגערמאן אלץ ת"ח.. גיבט ער איהם א פרעג.. וואס לויפסטו צום רבי'ן.. וואס וועסטו שוין הערן דארט.. א רמז אויף א ו' ארויף א ו' אראפ.. קום אריין צו מיר.. און אין די צייט וועסטו הערן א טיפע פלפול..

זאגט איהם דער חסיד... לכאורה איז א פלא אין רש"י.. אין פרשת ויצא זאגט יעקב אבינו 'הבה את אשתי כי מלאו ימי ואבואה אליה'.. פרעגט רש"י.. 'והלא קל שבקלים אינו אומר כן'.. אבער רש"י איז מלמד זכות 'אלא להוליד תולדות אמר כן'..

קומט אבער צו אונזער פרשה.. בלעם רעדט ווערטער.. 'אם יתן לי בלק מלא ביתו כסף וזהב לא אוכל לעבר את פי ה' אלקי לעשות קטנה או גדולה'.. געוואלדיג.. פאר קיין געלט אין די וועלט וועל איך נישט טוהן קעגן די רצון ה'.. ממש א דערהויבענער מדרגה.. זאגט אבער רש"י דערויף.. 'למדנו שנפשו רחבה ומחמד ממון אחרים'.. וואס איז די דיסקרימינאציע.. יעקב אבינו רעדט נידריגער ווי א קל שבקלים.. און מ'לייגט אריין דארט מדרגות.. און בלעם רעדט ווי א צדיק.. לערנט מען איהם אריין געלט גייציגקייט..

נאר די חילוק איז - פירט דער חסיד אויס - דער עיקר איז נישט וואס מען זאגט.. נאר ווער עס זאגט..

*


מ'קען אפשר צולייגן דערויף.. שפעטער טרעף מיר 'וירא ישראל שוכן לשבטיו' ווי רש"י איז מסביר 'שאין פתחיהן מכוונות'.. זיי זוכן נישט צו גלוסטן וואס יענער האט.. נישט ווי בלעם האט מרמז געוווען אין זיינע ווערטער.. האט בלעם מודה געווען.. איך מיט מיינע הייליגע דיבורים.. איז נאכאלץ בעסער יעקב אבינו'ס דיבורים איבער זיין חתונה האבן.. מה טובו אהליך יעקב..
*


און קען טאקע זיין בלק האט געזאגט 'אולי אוכל נכה בו'.. און זיינע כוונות זענען זיכער נישט געווען קיין גוטע.. און בלעם האט געזאגט 'לא אוכל'.. אז מ'שרייבט 'אולי' חסר.. איז בל"ק מיט זיין 'אלי אוכל' די זעלבע גימטריא ווי 'בלעם' מיט זיין 'לא אוכל'.. איי וועט עטץ פרעגן אז ס'שטייט נישט חסר.. עט מען מוזן זאגן הגם בלעם מיט לא אוכל איז זעקס ווייניגער.. אבער מ'טרעפט שוין ביי עפרון אז זיין נאמען שטייט חסר ו' ווייל ער איז געווען א רע עין.. אונזער בלעם איז דאך אויך געווען אזאנס.. ממילא איז ער טאקע מיט זעקס ווייניגער..

*


און קען זיין דערפאר רופט דער הייליגער אוה"ח - וואס היינט נאכט איז זיין יארצייט - דעם בלעם 'פי חזיר'.. דער דבר אחר איז דאך באקאנט מיט'ן ארויסווייזן זיין חזיר פיסל.. ווען פון דערונטער איז ער א שמוציגער חזיר.. אזוי הא בלעם זיך אויך געוויזן ווי א צדיק.. לא אוכל לעבור את פי ה'..

*


און אין אמת'ן אריין טרעף מיר דריי שיינע טיטלען אין אוהחה"ק אויף דעם בלעם אונזערער.. 'כי לעולם ברכת בלעם כברכת חמור'.. 'ולא ידעו ששלשלת הכלב ביד בעליו ואינו יכול עשות ככל אשר יחפוץ..'פי חזיר'..

אפשר איז עס טאקע מרמז אויף בלעם'ס הנהגה.. אויף נבל הכרמלי וואס איז געווען א רע עין, שרייבט דער פסוק 'והוא כלבי'.. ברענגט דער רד"ק אז ס'איז מלשון 'כלב'.. דער חמור איז דער סמל התאוה.. ווי מיר געפונען אויף די מצריים בשר חמורים בשרם.. און דער חזיר פרובירט זיך גרויס צו האלטן מיט וואס ער האט נישט..

*


און אז מ'רעדט פון נישט זיין קיין צר עין.. דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אמאל געפאדערט פון א גביר א סכום הגון פאר צדקה.. און דער גביר האט געוואלט וויסן צו זיין חבר האט אויך געגעבן אזוי פיל.. האט איהם דער צאנזער רב געזאגט.. ראה שאין פתחיהן מכוונין.. פתח תפתח מיינט דאך צדקה.. בלעם איז נתפעל געווארן אז די אידן שטעלן נישט צו זייערע נתינות צו וויפיל יענער האט געגעבן..

*


און אז מ'רעדט פון בלעמ'ס געלט.. זאגט דער 'גן יוסף'.. בלעם האט זיך שוין אנגעבארגט אויפ'ן חשבון פון די 'מלא ביתו כסף וזהב'.. און האט שוין געמאכט דערויף א חיים טובים.. ואחרי ככלות הכל.. בלק האלט נישט ביים באצאלן.. והנה מנעך ה' מכבוד.. האט זיך בלעם געטראפן אין א פראבלעם.. זאגט איהם בלק.. דו האסט איין עצה.. קום ברח לך..מאך פליטה..

מיט דעם קען מען מסביר'ן וואס דער אתון האט געזאגט בלעמ'ען.. זה שלש רגלים.. אתה הולך לעקור אומה החוגגת שלש רגלים.. ס'דאך ידוע די מעשה מיטן ארענדער (נדנ) וואס האט נישט געהאט צו באצאלן.. און ער האט געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט ווען דער פריץ איז געפארן אויף יאגד זיך ארויסצושלייכן פונעם דערפל מיט זיין גאנצע האב און גוטס.. צו זיין שלעכט מזל אויפן וועג ארויס פן דארף.. פארט איהם אקעגן נישט קיין צווייטער ווי דער פריץ עריץ אויף זיין פערד..

העי מאשקע.. ווי פארסטו.. דער איד'ל פארלירט זיך נישט.. וואס הייסט כ'פאר צום רבי'ן אויף יום טוב.. אויף יום טוב?! וואונדערט זיך דער פריץ.. וועלכע יום טוב איז יעצט.. וואס הייסט 'זמן פליטתנו'.. ווען איז דער יו"ט וויל דער פריץ וויסן.. אהה ענטפערט דער אידל.. ביי יעדעם אנדערש..

קאן זיין דאס האט איהם דער אייזל געוואלט מרמז זיין מיט'ן צודריקן די פוס צום וואנט.. אז בלעם זאל נאר בלייבן מיט איין רגל.. צו זאגן.. דו וועסט בליייבן מיט דעם איין יום טוב.. זמן פליטתנו.. און די אידן וועלן זוכה זיין צו דיינע ברכות.. און 'כל מה שישראל אוכלים בעולם הזה, מכח הברכות שברכם בלעם הרשע' (דברים רבה ג, ד).. און זיי וועלן טאקע האבן פרנסה בריוח.. און בלייבן מיט די דריי רגלים.. און דעם זמן פליטתנו וועלן מיר לאזן פאר בלעמ'ען!!

*


אבער ווי קלוג דער אייזל איז געווען.. זאגן די מגידים.. האט ער גוט ארויסגעברענגט פארוואס אן אייזל קען נישט רעדן.. מ'האט איהם שוין יא געגעבן דעם כח צו רעדן.. פארוואס שטעלט ער זיך נאר אויף 'למה הכיתנו'.. הייב זיך אן צו טענה'ן.. מהיכי תיתי.. פארוואס רייטסטו אויף מיר און נישט איך אויף דיר.. אבער דער אייזל האט עס אליינס מיישב געווען.. אנכי אתונך.. כ'בין אן אייזל.. מיט שכל ווי אן אייזל..




זכות האוהחה"ק יגן עלינו ועל כל ישראל,
און האטס מיר אלע א ליכטיגע שבת!!

און האפנטליך העמיר דעם מוצ"ש זאגן ותודיענו!!

viewtopic.php?p=2859306#p2859306
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: חידושי ליל ששי - פון הרה"ג צנמ"ס ר' @אוראייניקל שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די מנהג ביי קאמפיינ'ס איז אז מ'שטעלט א טישל אין ביהמ"ד..
כ'גלייב אז די ביהמ"ד אידן האלטן מיט די "אייוועלט קאמפיין"
אויפצושטעלן א מקוה לזכות "מחר אני בא"

נפשי בשאלתי, פאר די וואס האבן הנאה פון מיינע דיבורים, העלפטש מיר ארויס העלפן דעם קאמפיין
ובזכות זה תתברכו בכל הברכות האמורות בתורה.
דברי פתיחה צום קאמפיין
מיין פעידזש צום קאמפיין
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת פנחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי אחי ורעי!!

היינט נאכט איז דאך די יארצייט פון הרה"ק ר' שלמה קארלינער זי"ע הי"ד.. אין קארלין איז די מנהג צו מאכן שהחיינו דעם טאג.. בבחינת ל"ג בעומר אין די ימי הספירה.. קען זיין א טעם.. צדיקים האבן געזאגט אז ר' שלמה איז געווען בבחינת משיח בן יוסף.. און מיט זיין אומקומען על קידוש השם איז מען אפגעקומען דעם ענין פון משיח בן יוסף'ס געהרג'עט ווערן.. קומט דאך אויס אז דעם טאג איז שוין א הכנה לגאולה..

ובדרך רמז.. שהחינ"ו וקימנ"ו והגיענ"ו לזמ"ן הז"ה (עם האותיות והכולל) איז גימטריא 'משי"ח ב"ן יוס"ף - אפרי"ם (עם האותיות)..

נו.. אונז מאך מיר טאקע נישט קיין שהחיינו.. אבער שהחינ"ו וקימנ"ו והגיענ"ו לזמ"ן הז"ה (עם האותיות) איז אויך גימטריא לי"ל שיש"י פינח"ס (עם האותיות והכולל).. דאס קען מיר אויך..

*

נאך אזא הייליגע דערהויבענע וואך פון אהבת חברים און צדקה.. פראוועט זיך די ליל שישי אינגאנצן אנדערש.. בפרט ווען די ימי בין המצרים זענען איבערגעדרייט געווארן צו בלי מצרים.. ווען צדקה האט זיך געגאסן אן קיין גרעניצן.. ווען אידן האבן זיך איבעגעריסן יותר מכפי יכלתם.. ווי ס'שטייט אין די ספרים.. בדין הוא שיטול שכרו.. ווייל אויף מסירות נפש באקומט מען באצאלט נאך אויף די וועלט!

*

און אז מ'רעדט שוין פון דעם בדין הוא שיטול שכרו.. זאגט דער הייליגער חתם סופר.. ביי יעדער מצוה איז די כלל מצוה גוררת מצוה.. און די שכר פון די מצוה איז נאך א מצוה.. אבער אזא מצוה וואס קומט דורך א צווייטנ'ס עבירה.. דאס איז שוין נישט קיין שכר.. ממילא דארף מען איהם געבן שכר ממש..

די וועלט זאגט אבער אז ס'זענען דא צוויי מיני קנאים.. פונקט ווי ס'זענען דא צוויי וואס פירן א מלחמה מיט די מייז.. די קאץ מיט'ן אשה.. די חילוק איז נאר.. אז די פרוי קען באשטיין ס'זאל בכלל נישט זיין קיין מייז.. משא"כ דער קאץ.. ווי מער מייז.. אלץ בעסער.. והנמשל מובן מאליו..

זאגט די וועלט טאקע.. די שכר פאר פינחס איז געווען.. את בריתי שלום.. ס'וועט נישט זיין מיט וועמען זיך צו שלאגן און פארפירן אויף כבוד שמים.. דאס איז א שכר נאר פאר א ריכטיגע קנאי.. וואס ווייטאגט באמת אויפ'ן באשעפער'ס כבוד..

קען מען גאר צו לייגן.. לא נתכהן פינחס עד שהרגו לזמרי.. ווען פינחס ווערט א כהן פריער.. ער ווערט דאך אנגערופן אין די הרחמן'ס לברית מילה 'כהן צדק'.. וואלט ער דאך געווען א כ"ץ.. און א קעצישע סטייל קנאי איז דאך נישט וואס מ'דארף.. דערפאר האט מען צוגעווארט ביז נאכדעם..

*

קען טאקע זיין.. שהיו השבטים מבזין אותו.. זיי האבן געטענה'ט אז פינחס'נס קנאותקומט בכלל נישט פון זיך אננעמען פאר כבוד שמים.. נאך היות הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב.. האט ער עס נאך אינעם בלוט פונעם זיידן יתרו.. בא הכתוב וייסחו אחר אהרן.. דער אוהב ישראל.. וואס גאנץ כלל ישראל האט איהם באוויינט.. אז אדרבה זיין קנאות קומט מרוב אהבת ישראל קען ער נישט אויסהאלטן וען אידו טוען קעגן רצון ה'..

*

אדער קען זיין.. מ'האמיר שוין גערדט.. אינדערהיים האט מען געזאגט.. די שולחן ערוך איז געמאכט פאר די גרים.. געבוירענע אידן טוען וואס זיי האבן געזעהן ביי די עלטערן.. האבן די אידן געטענה'ט.. גערעכט אין הלכה שטייט 'קנאים פוגעים בו'.. אבער ביי חסידים פירט מען זיך נישט אזוי.. אזא שמרה נפשי כי חסיד אני.. איי דער פינחס.. דער איז דאך פון גרי'שע אפשטאם..

בא הכתוב וייחסו אחר אהרן..אהרן ווערט דאך אנגערופן 'איש חסידך'.. פינחס ווייסט נאך גאנץ אזוי גוט וואס איז א חסידישע ענין און וואס נישט..

*

באקאנט איז דאך די מעשה מיט'ן הפלאה.. אמאהל איז ער געפארן אויפ'ן וועג.. מיט גבאים און משמשים און באקומען גרויס כבוד.. האט מען איהם געפרעגט..ילמדנ רבינו.. וואס איז פשט אז אינדערהיים איז מען נישט אזוי מכבד דעם רבי'ן.. נאר אונטערוועגנס..

האט ער געענטפערט.. פינחס.. ווען ער איז אויף זיין פלאץ.. איז עס בין המצרים.. ווען מ'ליינט איהם נישט בזמנו איז עס א יום טוב..

קען מען צולייגן.. ביי פינחס טרעף מיר טאקע דעם ענין.. קוקן קוקט עס אויס ווי צוקלאפטע טעג.. שהיו השבטים מבזין אותו.. אבער ווען מ'קוקט אריין וואס שטייט אין די ספרים הקדושים.. בא הכתוב וייסו.. די טעג זענען געהויבענע טעג.. כל רודפ-יה השגיה בין המצרים.. רב לך שבת בעמק הבכא.. דערפאר ליינט מען עס טאקע בימי בין המצרים..

*

אבער אין די ספרים ווערט געברענגט די טעם צו ליינען פינחס בימי ביהמ"צ.. מחזק צו זיין און דערמאנען אלע ימים טובים אין די צובראכענע טעג..

איז געווען אמאל א חסיד וואס האט נאכגעזאגט אינדערהיים פון זיין רבי'ן.. אז פרשת פינחס קומט אראפ פון אויבן די השפעות פון אלע ימים טובים.. האט דאס אשת חיל דאס געהערט.. רופט זי זיך אהן.. דו ביסט דאך נאך קיינמאל נישט געווען קיין יו"ט אינדערהיים.. דאס יאהר פאר צום רבי'ן אויף פרשת פינחס.. און אויף יו"ט בלייב אינדערהיים.. זאלן די קינדער האבן א יו"ט מיט דיר.. שוין דער איד שאקלט צו.. טאקע א געדאנק..

קומט אבער שבת פינחס.. והנה.. ער איז דא.. פרעגט איהם די רעבעצן.. כ'האב געמיינט אז דו פארסט צום רבי'ן.. זאגט ער.. כ'האב מיר בארעכנט.. פרשת פינחס בלייב איך אינדערהיים.. אזוי וועט עס פארעכנט ווערן ביי די קינדער כאילו כ'בין געווען מיט זיי אלע ימים טובים.. און אויף יו"ט פאר איך ווייטער צום רבי'ן..

*

און אז מ'רעדט פון ווייבער שול.. האב איך אמאל געהערט.. די בנות צלפחד זענען געקומען און געמאכט קולות..משרע"ה האט זיך דערשראקן.. ויקרב משה את משפטן לפני ה'.. וואס טוט מען מיט זיי..

האט הקב"ה איהם בארואיגט.. כן בנות צלפחד דוברות.. אזוי רעדן ווייבער.. מיט קולי קולות..


זאל דער באשעפער העלפן שיתהפכו הימים האלו לששון ולשמחה.. אוון אלע אידן זאל זייערע צער הפרטי איבערגעדריט ווערן לששון ולשמחה.. ובשכר דאס עוסק זיין אין מכלה זיין נשמות מן הגוף זאל מיר זוכה זיין צו ביאת בן דוד במהרה בימינו אמן!!

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p2879259
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת מטות-מסעי (יארצייט של רש"י הק')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!

ביי קדשים איז ידוע די כלל אז הלילה הולך אחר היום.. היינט איז געווען די יארצייט פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע.. האב איך געזעהן ברענגען בשמו.. א טעם אויפ'ן זיך אנשפארן ערב שבת.. וואס צדיקים האבן געזאגט זייער גרויס דערויף.. שטייט דאך אין מסכת ברכות (נז:) שבת אחד מששים לעולם הבא.. נו אבער עולם הבא קען נאר באקומען לאחר מאה ועשרים.. איז די עצה.. די גמרא זאגט דאך דארט אויך 'שינה אחד מששים במיתה.. נו.. אז מ'לייגט זיך ער"ש האט מען די אחד מס' במיתה.. קען מען דערנאך צוקומען צו אחד מס' בעוה"ב..

קוקט אבער אויס.. ס'זענען דאך דא אזעלכע וואס דארפן קודם אדורכגיין אביסל גיהנם פאר זיי קענען אנקומען צום עוה"ב.. קען מען צולייגן.. שטייט דאך אויך דארט 'אש אחד מששים בגיהנם'.. כאפט מען ליל שישי א ברענעדיגע טשאלנט מיט א ציגאר אין די זייט.. אזוי קומט מען אלעס אפ..

אבער אין אמת'ן אריין.. אז מ'היט שבת.. המקיים שלש סעודות בשבת ניצול מדינה של גיהנם.. ממילא קען מען יוצא זיין אנעם אויך.. לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת..

*

היינט נאכט איז דאך די יארצייט פון רש"י הק'.. ווערט געברענגט אין 'כתר שם טוב' (הוספות אות כח) בשם דער בעש"ט.. אז ווען דער מלאך לערנט מיט'ן קינד פארן געבוירן.. לערנט ער ליל שישי חומש מיט רש"י.. און ווען מ'לערנט ליל שישי חומש מיט רש"י קען מען זיך דערמאנען און פילן א טעם פון יענע לימוד מיט'ן מלאך..

מ'קען אפשר מוסיף זיין.. שטייט אין מגן אברהם (פר' בא) אז רש"י איז ר"ת ר'וחן ש'ל י'שראל.. בבחינת רוח.. און פון אריה"ק שטייט אז דאנערשטאג אז מען מקבל די רוח יתירה פונעם קומענדיגע שבת.. און דער מלאך הממונה על ההריון לילה שמו.. ממילא די נאכט נאך דאנערשטאג איז די פאסיגע צייט פאר לערנען חומש מיט רש"י..

דארף מען טאקע לאזן צייט פארן עולם צו לערנען חומש מיט רש"י.. ס'מאכט זיך זעלטן אז רש"י'ס יארצייט זאל געפאלן אין א ליל שישי.. העמיר אנכאפן אפאר קורצע נקודות..

*

זאגט טאקע רש"י אנהייב פרשה.. שכל הנביאים נתנבאו בכה אמר ה'.. מוסיף עליהם משה שנתנבא בזה הדבר.. שטייט אין דברי יואל פר' שמיני.. זה הדבר אשר צוה ה' תעשו.. זאגט דער מדרש אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם ותהיו כולכם ביראה אחת ובעצה אחת לשרת לפני המקום.. פארהאן כמה וכמה נוסחאות התפילה.. און דאס קען צוברענגען צו מחלוקת און פירוד.. אבער אין אמת'ן אריין דארף די עיקר זיין אשר צוה ה' תעשו.. דאן קען מען דינען דעם באשעפער בעצה אחת..

האב איך אמאהל געהערט צולייגן.. זה הדבר.. דאס וואס מ'רעדט זיך איין אז נאר דאס וואס מ'פירט זיך ביי אונז.. דאס איז אשר צוה ה'.. תעשו.. דאס דארף מען פארעכטן.. אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם..

קען טאקע זיין דאס איז מרומז אין די פרשה פון נדרים.. יעדע הנהגה טובה איז דאך נכלל בתורת נדר.. וועט זיך איינעם דאכטן אז נאר זייערע הנהגה איז ריכטיג.. מאכט רש"י א הקדמה.. וידבר משה אל ראשי המטות.. יעדע שבט מיט זיינע מנהגים.. וויסן זאלט עטס.. נאר תורת משה איז דא איינס.. נתנבא ב'זה הדבר'.. דאס און נישט עפעס אנדערש.. אבער כל הנביאים לדורותיהם.. איז נאר שייך כה אמר ה'.. אבער יענעמס הנהגה האט פונקט די זעלבע חשיבות..
וסף.. דארפאר רעדט מען קודם פון יתרו און דערנאך יוסף.. און אז ס'איז געווען פון אלעזר'ס שוויגער'ס זייט.. איז שוין אלעס פארענטפערט..

*

נאך טרעף מיר.. משרע"ה בא לכלל כעס בא לכלל טעות.. און ער האט פארגעסן הלכות הגעלה.. קען זיין פארוואס טאקע די הלכות.. מ'האמיר שוין אמאל דערמאנט וואס שטייט פון צדיקים.. אלהי מסכה לא תעשה לך. את חג המצות תשמור.. ביי די הכנות לפסח דארף מען אויפפאסן פון כעס וואס איז כאילו עובד ע"ז.. נו.. ווען כשר'ט מען?.. פאר פסח.. איז דאס א רמז.. הכנות לפסח מיט זיך רעגן גייט נישט צוזאמען..

*

לאמיר נאר כאפן א בליק אין פרשת מסעי אויך.. שטייט דאך פון צדיקים אז יעדע איד גייט אריבער די מסעות אין זיין לעבן.. זאגט די אגרא דכלה.. ויסעו ממתקה ויחנו בחשמונה.. חשמונה איז א לשון פון חשמנים - שרים.. אז מ'לויפט נישט נאך מיני מתיקה.. גיבט מען נישט אויס צופיהל.. בלייבט מען מיט עעפס געלט אין קעשענע.. ויחנו בחשמונה..

קען מען זאגן פארקערט אויך.. ויחנו ממתקה אז מ'רוהט אין מיני מתיקה.. איז די נעקסטע סטאנציע.. ויחנו בח'שמונה.. דארף מען צוקומען צו ח'לק שמונה און די אנדערע פראגראמען..

*

און נאך טרעף מיר.. האט הרה"ק ר' יהודה צבי מראזלא געענטפערט אויף די טענה.. זיין א רבי איז א תאוה ווי אלע תאוות.. אז די תאוה קען מען נאר צוקומען נאכ'ן צוברעכן אלע אנדערע תאוות.. און דאס איז מרומז אין 'ויסעו מקברות התאוה'.. אז מ'האט שוין באגראבן די תאוות.. דאן ויחנו בחצרות.. קען מען עפענען א הויף..

*

א שטארקע יסוד זעהט מען ווייטער אין רש"י.. ומפני מה הלך פינחס ולא הלך אלעזר.. דבר אחר שהלך לנקום נקמת יוסף אבי אמו.. לכאורה איז שווער.. וואס ווערט יעצט פארענטפערט.. אלעזר איז דאך אויך א מחותן.. זיך אננעמען פאר זיין שווער'ס כבוד.. נאר פון דא איז א ראיה.. מ'דארף זיך טאקע נישט אננעמען פאר'ן שוער..

און ווער רעדט נאך.. די גמרא אין ב"ב האט א צד אז אלעזר'ס שוויגער האט גאר געשטאמט פון יוסף.. מיין שונא'ס שונא.. איז דאך דגאר נישט קיין ענין נקמה צו נעמען..

ווערט טאקע פארענטפערט.. רש"י איז ממשיך.. ומנין שהיתה אמו של פנחס משל יוסף, שנאמר מבנות פוטיאל, מזרע יתרו שפיטם עגלים לעבודה זרה ומזרע יוסף שפטפט ביצרו.. איז דאך שוער פארוואס זאגט רש"י ערשט יתרו און דערנאך יוסף.. יוסף איז דאך געווען פריער.. און צו דעם וויל דאך רש"י צוקומען.. נאר די רמז איז טאקע אז אבי אמו מיתרו.. און אם אמו מי
*

אויך טרעף מיר דא א רמז אויף די דאזיגע טעג.. ווי אידן זענען עסוק להברות גופן הטהור.. יעלו הרים ירדו בקעות.. און מ'קומט צוריק ציטערנדיג חודש אלול.. ווי מ'זאגט אין די ליטא.. אפילו די פיש אין וואסער ציטערן.. פון וואנעט ווייסט מען דאס.. אהה.. מ'קומט דאך יעצט פונעם ביעטש..

זאגט דער פסוק.. ויסעו מהר שפר.. מ'קומט צוריק פון די שיינע בערג.. ויחנו בחרדה.. מ'כאפט א ציטער פונעם אלול (מיט'ן ליטווישער מלאפום)..

אבער ביי חסידים גיבט מען זיך אן עצה.. מ'פארט צום רבי'ן.. און ער איז א גוטע אדוואקאט.. ויסעו מחרדה ויחנו במקהלות..

*

שוין דארף מען נאך לאזן צייט פאר חומש רש"י אויך.. זכות כל הצדיקים יגן עלינו ועל כל ישראל.. מ'זאל שוין זוכה זיין והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.. און מ'זאל דאס יאהר פראווען א פרעילאכער תשעה באב!!

א גוט שבת א גוט חודש!!

viewtopic.php?p=2894153#p2894153
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת דברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:שטיי מיר ביי א פרישע ליל שישי!

ווי פאסיג איז אנצוהייבן די וואך.. די קביעותדיגע התחלה פון בעלי דרשנים.. (די אומצוגעגרייטע..).. לא איש דברים אנכי.. און שפעטער הערן זיי נישט אויף צו רעדן.. ווי מ'האמיר שוין אמאל דערמאנט.. די ספרים זאגן אויף יעקב אבינו איש תם.. א בעל הבית אויף די תמימות.. איז 'לא איש דברים אנכי' מיינט.. איך בין נישט קיין בעה"ב אויף די דיבורים.. כ'קעמיר נישט האלטן ס'מויל.. שוין איז די וואך קען מען זאגן לא איש דברים אנכי.. פונקט אזוי ווי ביי די דרשות איז עס אמת.. איז די וואך נישט פרשת דברים..

און בעצם האט די טענה אויף דעם פתיחה א בפירושע מקור אין מדרש.. די וואך זאגט דער מדרש תנחומא.. "אמרו ישראל.. אתמול אמרת לא איש דברים אנכי.. ועכשיו אתה מדבר כל כך".. בקיצור.. דער ערשטע לא איש דברים איז אויך געווען א וואזשנע בעל דרשן..

*

מ'קען אפשר לערנען פשט.. רש"י זאגט אז משרע"ה האט געמוסר'ט ברמז.. מפני כבודן של ישראל.. שטעלט זיך די קשיא.. שפעטער אין פרשה רעדט משרע"ה ארום פון חטא המרגלים בהרחבה.. אין פרשת עקב שטייט די חטא העי"ן גימ"ל למ"ד באריכות.. נאר וואס דען.. משרע"ה האט אנגעהויבן צו רעדן ברמז.. כאפן א שמעק צו דער עולם האלט ביים הערן מוסר.. געווארפן אפאר רמזים.. אז ער האט געזעהן אז ס'איז דא אינטערעסע.. קען מען זיך נעמען דרש'נען..

נו.. דער שטעלט זיך אויף.. ער גייט זאגן זיין דרשה אן אויסצולאזן אן אות.. גייט איהם אהן די פאריעריגע שניי צו איינער וויל איהם בכלל צוהערן.. איז ער א ריכטיגע לא איש דברים..

*

אדער קען זיין.. די פסוק זאגט 'אל תוכח לץ פן ישנאך.. הוכח לחכם ויאהבך'.. נו.. דארף מען בודק זיין צו מ'האנדלט דא מיט חכמים.. האט משרע"ה אנגעהויבן מיט רמזים.. ודי לחכימא ברמיזא.. און אז זיי האבן פארשטאנען.. קען מען זיך נעמען מוסר'ן..

*

היינט נאכט איז דאך די יארצייט פון הרה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע.. דערציילט הגרי"ש אונגאר זצ"ל אויף א שמועס וואס דער ערוגה"ב האט טאקע געפירט ברמיזא.. מיט דריי מאהל נו..

געקומען איז דער ספרים בינדער מיט פריש געבינדענע ספרים.. פרעגט איהם דער ערוגה"ב.. נו?.. דהיינו וויפיהל קאסט עס.. ענטפערט דער בינדער דעם פרייז.. נו?!.. דער בינדער פארשטייט דעם שפראך.. אזוי טייער?! ענטפערט ער.. און איז מסביר פארוואס ס'קאסט טאקע אזא פרייז. ענטפערט דער ערוגה"ב בניחותא.. נו..

*

און אז מ'פארברענגט ליל שישי באחדות.. בפרט אין די טעג וואס מ'וויינט אויפן חורבן הבית וואס איז געקומען מחמת שנאת חינם.. און דאס קען זיין גאר די ענין פון פראווענען סיומים.. און פלוצלינג פרייט זיך יעדער מיט מיט יענעמ'ס הצלחה אין לערנען.. אלעס מחזק צו זיין די ענין פון אהבת רעים.. ווייל אז נישט איז זייער ביטער..

ווי ס'זאגט די 'אמרי חיים' די וואך.. 'איש אחד' אז מ'איז א מענטש אליינס.. 'לשבט'.. קומט זיך איהם מיט א שטעקן..

אין א שטיקל ראיה דערצו.. די גמרא זאגט 'חרב אל הבדים'.. גייט ארויף אויף די וואס זיצן אליינס.. ולא עוד אלא שמתטפשין.. איז עס דאך א אפענע פסוק 'ושבט לגו כסילים'..
*

אבער צומאל איז פירוד און מחלוקת גאר א טובה.. כידוע אז די וועלט שטייט אויף שלום.. אבער בויען בויעט עס זיך פון מחלוקת.. אזוי גיסט מען געלט בריוח צו בויען מוסדות און שוהלן.. אבער 'ואת והב בסופה'.. נאך וואס אלעס שטייט שוין לתפארה.. קען מען שוין שלום מאכן..

קען זיין אז ס'איז מרומז אין פסוק.. 'בערבה מול סוף'.. די סוף דארף צו זיין אז כל ישראל ערבין זה בזה.. און מ'זאל זיין זיס איינער צום צווייטן.. איי 'בין פארן ובין תפל ולבן'.. וואס פעלט אויס די לשון הרע'ס און הוצאות ש"ר.. ו'חצרות' זו מחלוקתו של קרח צווישן די חצרות.. דאס איז נאר 'ודי זהב' אז מ'זאל האבן גענוג געלט צו בויען..

*

און נישט נאר סתם מ'דארף ליב האבן א חבר.. נאר מ'זאל גאר נישט קענען הערן קיין שלעכטס אויף איהם.. ווי ס'שטייט בשם דער הייליגער קדושת לוי.. מ'זאגט אין הפטורה א שארפע פסוק 'הוי גוי חוטא, עם כבד עון, זרע מרעים, בנים משחיתים, עזבו את ה', נאצו את קדוש ישראל, נזרו אחור'.. נו מיינט עטס אז דער באדיטשעווער האט געקענט זאגן אזא פסוק..

נאר וואס דען איז פשט.. הוי גוי חוטא.. כלל ישראל איז א פאלק וואס רייניגט זיך.. עם כבד עון.. איי.. א פאלק וואס אז זיי שווער צו טוהן עבירות.. זרע מרעים.. מלשון רעות.. האבן ליב און זענען דבוק אין באשעפער. בנים, משחיתים עזבו את ה'.. זיי צוברעכן אלע שונאי ישראל וואס לאזן אפ דעם באשעפער.. און אויב מאכט זיך אמאל 'ניאצו קדוש ישראל'.. איז גלייך האבן זיי חרטה און 'נזורו אחרו'..

*

ולסיום העמיר ענדיגן מיט משרע"ה'ס ברכה.. יוסף ה' עליכם ככם אלף פעמים.. איז דער חתם סופר מסביר.. משרע"ה האט אפיר געהאלטן כלל ישראל אויפן' ענטפערן 'טוב הדבר אשר דיברת לעשות'.. היה לכם לומר ממי נאה ללמוד.. וועלן די אידן ענטפערן.. וואס?! אונז זאל מיר זאגן פאר משרע"ה אז זיין עצה איז נישט גוט.. מיר זענען פאלגעדיגע.. אז משרע"ה זאגט אזוי איז עס אודאי גוט..

האט זיי משרע"ה מקדים געווען.. יוסף ה' עליכם ככם אלף פעמים'.. גלייך זענען די אידן אויפגעשפרינגען.. קצבה אתה נותן לברכותינו.. אפילו משרע"ה בענטשט האבן זיי אויך טענות.. נו קום מיר נישט פארקויפן אז דו ביסט אזא תמימות'דיע שעפעלע..

*

זאל דער באשעפער העלפן בזכות אהבת רעים.. דער שבת זאל נאך זיין שבת חול המועד צווישן שבעה עשר בתמוז מיט יום טוב תשעה באב.. און מ'זאל דעם מוצש"ק זאגן על כוס יין מלא 'המבדיל בין קודש לקודש, אמן!!

און ביז דעמאלטס, כאפטס אריין אין די געהויבענע שבתים פון די ימי בין המצרים.. ווי דער פסוק זאגט 'רב לכם שבת בהר הזה'.. ווילאנד די הר הבית איז נאך א ליידיגע בארג.. זענען די שבתים זייער געהויבענע שבתים.. כידוע פון די ספרים הק'..


א גוט שבת!!

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p2907831
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת ואתחנן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:האלט מיר די אונטערשטע ליל שישי בעפאר חמשה עשר באב, ווען דער נאכט ווערט אויס מיוחס.. און מ'ברויך יעדע נאכט מוסיף זיין בלימוד התורה..

אין אמת'ן אריין וואלט מען געדארפט אביסל מער מאריך זיין די וואך.. מ'זעהט דאך אז די קריאות פון שני וחמישי אין די קומענדיגע וואכן איז זייער לאנג.. כדי די וואס פראווענען די טעג להברות גופם הטהור זאלן כאטש לערנען אפאר פסוקים מער אין טאג..

אבער היינט איז דאך געווען דער יארצייט פון הרה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זי"ע.. האט מען איהם אמאל מכבד געווען מיט א דרשה אין דער פרעמד.. האט ער געזאגט.. וואס איז פשט אז דער קביעות'דיגע בעלי דרשנים הערט מען נישט צו.. הגם זיי ווייסן במה דברים אמורים.. מיט וואס מ'דארף זיך מחזק זיין דא.. און ווען ס'קומט א גאסט הערט מען איהם מיט אפענע מיילער..

נאר די חילוק איז ווי די והוא רחום וואס מ'האט היינט געזאגט.. מיטן ונתנה תוקף.. אז מ'וואלט נאר אמאהל אריינגעטראכט אינעם והוא רחום.. ווי מ'דערמאנט דארט די מצב פון די טאג טעגליכע צרות אין גלות.. און מ'זאגט עס אזוי קוים יוצא צו זיין.. און מ'פרובירט איהם אפצופטר'ן מיט יעדעס קלענסטע תירוץ.. משא"כ דער ונתנה תוקף.. דארט רעדט מען נישט פון חיי היום יום.. און דארט שאקלט זיך דער עולם אריין.. נאר די חילוק איז אז דער והוא רחום קומט יעדעס מאנטאג און דאנערשטאג..

שוין זעה מיר פון דעם אז א קביעות'דיגער בעל דרשן קען רעדן לענגער און בעסער.. אבער ס'וועט איהם גארנישט העלפן..

*

ובמאמר המוסגר אז מ'רעד שוין פונעם תחנון.. האב איך אמאל געהערט.. וואס איז פשט אז קיינעם פאלט נישט איין אז ס'וואלט געווען גאנץ געשמאק היינט אויסצולאזן אפאר פון די הללוקה'ס.. וואס האט זיך דער תחנון פארזינדיגט.. אז מ'האפט צו טרעפן עפעס א סיבה איהם צו באזייטיגן..

נאר די זאך איז.. אז דער תחנון לאזט זיך פון מאל צו מאל.. ווען ס'קומט א יומא דפגרא רוקט ער זיך אין א זייט.. און איינער וואס שטייט נישט פעסט.. דעם וועט מען שטענדיג טרעפן וועגן איהם צו אונטערברענגען..

*

האמיר דאך די וואך אין די פרשה די מצוה פון קריאת שמע.. און די גמרא זאגט 'כל הקורא קר"ש בלא תפילין כמעיד עדות שקר בעצמו'.. וואס דאס איז געווען פון די טענות וואס די מתנגדים האבן געהאט אקעגן די חסידים.. וואס פלעגן דאווענען שפעט.. וממילא האבן זיי געמוזט ליינען קר"ש פאר סוזק"ש אן קיין תפילין..

און נאך איז געווען א טענה קעגן די חסידים.. אויפן גיין אין מקוה שבת.. וואס דאס איז אויך נישט אויסגעהאלטן לפי כמה שיטות.. וואס אויף אזוינע זאכן האט מען ביי חסידים געזאגט אז מ'בעהט 'וזכני לקבל שבתות וגו' ומתוך מיעוט עוונות'.. פארוואס בעהט מען נישט אינגאנצן נישט קיין עבירות.. וואס אז דאס 'מיעוט עוונות'.. נאר אזעלכע עבירות פון גיין אין מקוה שבת וכדו'.. דאס וויל מען גאר יא האבן..

ווערט געברענגט משמיה פונעם פאפא'ער רב זי"ע.. אז ס'איז דא א ממה נפשך אז חסידים זענען גערעכט.. די משנה רעדט אינעם דריטן פרק פון ברכות.. פון איינער וואס איז אין מקוה והגיע זמן המקרא.. אם אין לבו רואה את הערוה זאל ער ליינען דארט קרי"ש.. נו אין מקוה האט מען דאך נישט קיין תפילין.. איז א ראיה אז מ'מעג ליינען קר"ש אן קיין תפילין..

איי וועסטן זאגן אז די משנה רעדט זיך פון שבת.. וואס מ'גייט ממילא נישט קיין תפילין.. איז דאך א ראיה אז מ'מעג גיין שבת אין מקוה..

*

די וואך אינעם פרשה האב מיר אויך די מצוה פון 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם'.. וואס איז טאקע שייך אין די וואכן ווען ליידער הערט מען יעדעס יאר אין א"י ווי אידן האבן זיך אין די טעג געטראפן אין א מצב פון סכנה ה"י..


זאגט אבער דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע.. רק השמר לך.. דעם לך.. דעם גוף.. דארף מען טאקע היטן.. אבער אכין ורקין מיעוטים.. גענוג אז מ'היט עס אביסל.. אבער 'ושמור נפשך מאוד'.. דאס נפש.. דאס דארף מען זייער שטארק היטן..

*

העמיר מסיים זיין מיט א מעשה'לע.. געווען איז עס ביי א דינער פאר איינע פון די ישיבות.. דאכט זיך מיר אז ס'איז געווען דער פאנאוייזשער רב וואס האט אויפגעטרויטן.. און די פלאן איז געווען אז ער וועט אראפלייגן במתק לשונו די מצב פון די בחורים.. פון די הונגער וואס זיי גייען אריבער ווען זיי האבן נישט וואס צו עסן.. אבער ווען ס'איז געקומען למעשה.. האט דער פאנאוויזשער רב אראפגעלייגט א פייערדיגע דרשה בענין חשיבות לימוד התורה.. נישט דערמאנענדיג קיין ווארט פון די מצב הגשמי..

ווען הג"ר יחזקאל סרנא האט איהם אפירגעהאלטן.. מ'האט דאך אפגעשמועסט אז מ'גייט רעדן פון די מצב האיכלה.. האט זיך דער פאנאוויזשער רב זייער געוואונדערט.. ווי לאנג עסט שוין א ישיבה בחור א טאג.. א האלבע שעה מאקסימום.. און די איבעריגע זיבעצן א האלב לערנט מען.. נו ווילסטו איך זאל רעדן נאר פון יענעם האלבן שעה?!
ענטפערט איהם ר' יחזקאל.. גערעכט ביזטו אז עסן עסן זיי נאר א האלבע שעה.. אבער פאסטן.. פאסטן זיי 24 שעה א מעת לעת..

טרעף מיר די וואך.. משרע"ה האט געבעטן אעברה נא ואראה.. ווי ס'איז מבואר אין די ספרים איז משה רבינו'ס כוונה נאר געווען מקיים צו זיין מצוות.. נו צו איז דען נישטא קיין מצוות וואס מ'קען מקיים זיין אין חו"ל?.. מ'ען דאך זיצן און לערנען.. ותלמוד תורה כנגד כולם..

נאר לערנען און אנדערע מצוות האבן א גבול.. מ'מוז עסן.. מ'מוז שלאפן.. אבער מצות ישוב ארץ ישראל.. דאס איז מען מקיים א יעדע רגע.. אן קיין אויפהער.. דאס האט משרע"ה געוואלט פארדינען..
האט איהם הקב"ה געענטפערט.. כ'האב א עצה פאר דיר.. נאדיר א מצוה פון 'אל תוסף דבר אלי'.. א מצוה נישט צו דאווענען אויף דער ענין.. נו.. א מצוה נישט צו טוהן.. דאס קען מען טוהן א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט..

*

האטס מיר אלע א לעכטיגע שבת נחמו..
ולא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב!!

viewtopic.php?p=2920882#p2920882
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת עקב (יארצייט של הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זי"ע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!!

היינט נאכט איז די הילולא קדישא פונעם מלאך ה"צ אהרן קדוש ה' דער הייליגער בעלזער רב זי"ע.. בשעת'ן שידוך שליסן בזוו"ש מיט'ן טאכטער פונעם מאקאווער רבי ר' יחיאל חיים לאבין זצ"ל.. ווען דער מחותן האט אויסגערעכנט אז ער איז אן אייניקל פון הרה"ק ר' הערשעלע זידיטשויבער זי"ע.. האט דער רב ז"ל זיך אנגערופן.. אז דער מיטעלער רב זי"ע האט נאכגעזאגט פון זיין טאטן דער ערשטער בעלזער רב זי"ע.. אז אריבערגייענדיג ליל שישי די אכסניא פונעם עטרת צבי אין לובלין.. האט מען שוין ארויסגעשפירט פון דארטן קדושת שבת..

*

דארף מען טאקע אנהייבן מיט א לחיים לכבוד'ן הילולא.. ובפרט ווי דער קאזשניצער מגיד האט אמאל געהייסן נאר א של"ס תורה.. אז מ'זאל אריינברענגען תיקון.. זאגנדיג אז מ'האט יעצט מקיים געווען דעם 'ומלתם את ערלת לבבכם'.. און נאך א ברית פראוועט מען א לאו"ב.. קען טאקע זיין א הילולא פון א צדיק וואס האט גע'מל'עט אסאך אידישע הערצער.. איז דאס טאקע דער טעם פון טרינקען לחיים..

*

די וואך לערנען מיר די פרשה פון והיה אם שמוע.. טרעף מיר א שטיקל שינוי צווישן דא מיט פרשת שמע.. אז ביי והיה אם שמוע ווערט נישט דערמאנט 'ובכל מאודך'.. זאגט דער אוה"ח הק'.. די גמרא איז מסביר 'אם נאמר בכל נפשך למה נאמר בכל מאדך.. ואם יש לך אדם שממונו חביב עליו מגופו לכך נאמר בכל מאדך'.. נו אזא סארט געשטעל.. מאכט זיך אמאהל א יחיד.. אבער א רבים.. דאס נישט..
רש"י זאגט דאך.. "הלא כבר הזהיר בכל לבבך ובכל נפשך, אלא אזהרה ליחיד אזהרה לציבור". ממילא אז מ'רעדט פון א ציבור קומט נישט אריין דעם בכל מאודך..

*

און אז מ'רעדט שוין פון דעם חביב עליו ממונו יותר מגופו.. האט אמאהל זיך א איד אפגערעדט צום בעל ההילולא דער רב ז"ל אז זין ברודער דער גביר וויל איהם נישט העלפן.. ובתוך הדברים האט ער אזוי געזאגט.. ער איז א דבר אחר.. רופט זיך דער רב ז"ל אן.. דבר אחר.. צדיקים ממונם חביב עליהם..(כ'האב א לאנגע צייט געזוכט ווי ס'איז דא אזא ד"א, און געטראפן לעצטנס אין פסיקתא זוטרתא אויף רות)..

*

און אז מ'דערמאנט שוין דעם ענין.. איז ידוע וואס דער רב ז"ל פלעגט צו זאגן.. אז דער זיידע דער מיטעלע בעלזער רב זי"ע האט ליב געהאט דעם דרך הפלפול.. און ער האט געזאגט אז דער טעם איז ווייל צומאהל דארף מען פארענטפערן א הארבן איד.. פונקט ווי מ'פארענטפערט א הארבן רמב"ם..

אבער נישט נאר דעם דרך הפלפול האט דער רב ז"ל גענוצט דערפאר.. נאר דעם דרך הרמז אויך.. ווען ס'איז געווען די שווערע צייטן אין א"י בתחילת המדינה.. איז געווען די געזעץ אז א קאר מעג נאר פארן 5 טעג א וואך.. כדי צו שפארן ברענשטאף.. און יעדער וועהיקל האט געמוזט ארויפלייגן א סטיקער וועלכע טעג ער פארט נישט..

איז אמאהל א איד אריין מיט א קוויטל.. האט דער גבאי געגעבן א זאג לשבחו.. אז אויף דעם איד'ס קאר שטייט ו' ז'.. לאמור.. אז ער האט אויסגעוועלט פרייטאג אלס דעם צווייטן טאג נישט צו פארן.. און אזוי בדרך אגב צוגעליייגט אז ס'זענען דא קארס וואס שטייט אויף זיי ג' ד'..


גיבט זיך דער רב ז"ל א רוף אן.. דו פארשטייסט נישט.. ג' מיט ד' איז דאך ז'..

*

און צוריק צום ממונו חביב עליו יותר מגופו.. האט אמאהל א איד געמאכט אן עליה קיין א"י.. מיטנעמענדיג א שיינער סכום זיך צו קענען מפרנס זיין דארט.. און זיך אויסלעבן זיינע יארן אינעם הייליגן לאנד.. למעשה האט ער אנגעוואוירן דאס גאנצע געלט.. און צוריקגעקומען קיין חו"ל..

האט איהם ר' אייזל חריף געזאגט.. דו ביסט א ריכטיגע ממונו חביב עליו יותר מגופו.. געפארן ביסטע געפארן צו מקבר זיין דיין גוף אין א"י.. למעשה האסטו דארט באגראבן דאס געלט.. און צוריקגעשלעפט דאס גוף..

*

און פון רבי'ן ר' בונם שטייט.. ציבור געלט האט א דין פון דיני נפשות.. ממילא אז מ'רעדט אזהרה לציבור.. דאן איז בכל מאודכם נכלל אין בכל נפשכם..

*

און נאך איז א חידוש ביי פרשת והיה אם שמוע.. אז אנדערש ווי די אנדערע פרשיות אין די תפילין איז דאס א סתומה און נישט קיין פתוחה.. און אזוי אויך אין די תפילין לכמה דעות איז דאס מעכב אז ס'זאל זיין א סתומה..

אין בעלזא האבן די יושבים מקפיד געווען נישט צו עסן פאר'ן לייגן רבינו תם'ס תפילין.. ווי איך האב געהערט פון מיין זיידן ז"ל.. אז מורו ורבו הרה"ק בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע פלעגט זיך מקיל זיין צו טרינקען א קאווע פאר די ר"ת תפילין.. היות אין בעלזא האט מען מקיל געווען בענין עסן פארן דאווענען.

איז געווען א סופר בימי מרן מהר"ש זי"ע.. געהייסן האט ער ר' נתנאל סופר.. און ער האט געהאט א פארשפארטן קעסטל אין ביהמ"ד ווי ער האט געהאלטן מיני מאכל.. און היות ער פלעגט זיצן לאנג מיט די תפילין פלעגט ער טועם זיין פאר די ר"ת'ס..

די יושבים איז עס נישט געפאלן.. וביום מן הימים האט מען אויפגעבראכן זיין קעסטל און מעלים געווען דעם תוכן.. די חסידים האבן געוואוסט אז ר' נתנאל וועט זיך אפרעדן ביים ערשטן רב.. האבן זיי מקדים געווען רפואה למכה.. און אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה זאגנדיג.. מ'האט געכאפט ר' נתנאל ביי א גרייז.. דארט ווי ס'האט געדארפט זיין א "סתומה" איז געווען א פתוחה"..

דער רב האט זיך דערשראקן.. אבער די חסידים האבן מסביר געווען דעם רמז שבדבר..אזוי אז ווען ר' נתנאל איז זיך געקומען אפרעדן.. איז שוין געווען בדיחא דעתיה..

*

מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געזאגט א טעם.. פארוואס די נשים שטופן זיך צוצוקוקן וואו ס'איז דא מיוזיק..(בימיו איז עס נאך געווען א וויבערישע זאך.. היינט איז בבחינת אוי לו למי שבניו נקבות..).. די גמרא זאגט אין קידושין.. נשים זענען מחויב במזוזה.. ווייל ס'שטייט גלייך דערנאך למען ירבו ימיכם.. וכי גברי בעי חיי, נשי לא בעי חיי..

אז מ'לערנט דעם גמרא אן דעם ניגון. שטייט דא קליפ און קלאר מענער ברויכן לעבן.. און פרויען.. קומט דאך אויס א די חיות פון די ווייבער איז אנגעהאנגען אינעם ניגון..

*

די וואך זאגט מען אין די הפטורה איזה ספר כריתות אמכם.. זאגט דער חידושי הרי"ם.. וואס הייסט.. ס'שטייט דאך אין ירמיה (ג, ח) 'שלחתיה ואתן את ספר כריתתיה אליה'.. נאר די תירוץ איז.. כלל ישראל מיטן באשעפער איז א משלחה וחוזרת.. ממילא איז דער גט נישט קיין גט..

*

ולסיום א סיפור.. דער דובנער מגיד איז אמאל אנגעקומען אין אן אכסניא.. און מ'האט איהם דארט געגעבן קוים עפעס צו עסן.. און דער בעל אכסניא האט זיך אפגערעדט אז ער האט נישט מער.. נאך וואס דער מגיד האט זיך געלייגט איבערן אויוון.. און דער עולם האט געמיינט אז ער שלאפט שוין.. האט מען ארויסגענומען די ריכטיגע סחורה.. און זיך גענומען רוקן אויף אלע באקן..

צומארגנס האט דער מגיד געזאגט פארן בעלעבאס.. אז ער האט איהם פארענטפערט א שווערע קשיא.. משה רבינו זאגט ער איז געווען אין הימל.. לחם לא אכלתי ומים לא שתיתי.. פארוואס זאגט ער אויך נישט אז ער איז נישט געשלאפן?

נאר די גאנצע טעם איז דאך.. אלץ אל ישנה אדם ממנהג המקום.. נו פונוואנעט האט משרע"ה געוואוסט אז די מלאכים עסן נישט ווען ער שלאפט.. איז דאך ממילא מוכח אז ער איז נישט געשלאפן אויך נישט..

נו אפשר פון דא נעמט זיך דער מנהג אז אויפבלייבן ליל שישי.. און טועם זיין חמין פון שבת.. האט עפעס א שייכות..


האטס מיר א פרייליכע שבת!!

viewtopic.php?p=2933777#p2933777
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת ראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!!


שטיי מיר נאך אין די דריי טעג פונעם יארצייט פונעם סאטמארער רב זצ"ל.. דערציילט מען אז אמאהל האט א רב איינגעדרימלט ביים רבי'נס טיש.. דערנאך האט ער זיך פארענטפערט.. נעכטן איז דאך געווען ליל שישי.. גיבט זיך דער רבי א רוף אן.. יא יא.. איין שלאף ברענגט דעם צווייטן..

איז דאך אודאי מדה טובה מרובה.. אז מ'זיצט ליל שישי בחבורת מרעים.. און מ'פארברענגט געשמאק.. איז דאך אודאי אז מצוה גוררת מצוה.. און דער שבת האט אן אנדער פנים..

*

בנוסח אחר.. אדער גאר איז ביידע געווען.. האט דער סאטמארער רב אויסגעפירט.. נעכטן איז געווען ליל שישי.. און אעפ"כ בין איך געשלאפן.. איז פרייטאג צונאכטס עאכו"כ..

כעין זה זאגט מען נאך פון איינע פון די צדיקים.. ווען ער האט אפירגעהאלטן א גביר וואס האט נישט געוואלט געבן קיין צדקה.. און דער האט זיך פארענטפערט.. ער הייבט אן אזוי צו קעקעצן.. דער רבי ווייסט כ'האב אן ארימע ברודער.. מיט א קינדער געבענטשטע משפחה.. פירט דער רבי אויס.. און איהם גיב איך נישט.. ווילסטו איך זאל געבן פאר אנדערע?!

האב איך געזעהן מסביר זיין.. 'ורעה עינך'.. דו וועסט נישט וועלן געבן קיין צדקה.. און די תירוץ וועט זיין 'באחיך האביון'.. כ'האב אן ארימע ברודער.. זאגט די תורה.. מאך נישט משוגע.. 'ולא תתן לו' איהם געבסטו אויך נישט..

*

קען זיין דער געדאנק גייט אויך אריין אינעם פסוק.. 'די מחסורו אשר יחסר לו'.. פארשטייט זיך אז ס'איז די מחסורו.. אודאי איז עס יחסר לו..

נאר די ארימעלייט וואס האבן רייכע קרובים.. בלייבן אויסגעשפילט פון ביידע זייטן.. ווייל דער עולם טענה'ט אז זיינע קרובים זאלן איהם געבן.. קומט אויס אז חוץ פון דעם וואס מ'גיבט איהם נישט קיין געלט.. טענה'ט מען נאך אז ער הייסט גאר נישט קיין ארימאן.. ווי צדיקים האבן געטייטשט 'אל תגזול דל כי דל הוא'.. בא'גנב'ע נישט דעם ארימאן דעם טיטל אז ער איז אן ארימאן.. דאס זאגט אויך דער פסוק.. גיב איהם אויך דאס אז 'אשר יחסר לו'.. אז ס'פעלט איהם..

*

ווי ס'האט אמאהל גע'טענה'ט ר' אייזל חריף.. ווען מ'האט אויסגעטראפן אויף א געלט גייער.. אז ער דארף נישט ממש צוקומען צו שולחן אחרים.. און די עשירים האבן פארפירט אז מ'קען שוין נישט וויסן וועם צו געבן.. האט ר' אייזל גע'טענה'ט.. ס'זענען דא צענדליגע עניים וואס שפילן עושר.. און קיינער האט נישט קיין טענות.. קומט איין גביר שפילן ארימאן.. און יעדער פארפירט..

*

אדער קען מען פארענטפערן דעם כפל הלשון.. די גמרא אין כתובות (סז:) דרש'נט.. די מחסורו אשר יחסר לו, זו אשה'.. קומט אויס אז מ'דארף איהם דאס אויך צושטעלן.. הגם דארך דעם וואס ער וועט חתונה האבן.. וועט עס גורם זיין ס'זאל איהם פעלן נאך מער געלט.. כמבואר בביאוה"ל תקכ"ט.. אף על פי כן שטעל איהם עס צו..

*

ווי די גמרא ברענגט שוין ארויס.. אז נאכן חתונה קומט מיט א רחיים על צוארו.. האט אמאהל דער סאטמארער רב מעורר געווען אין א פלאץ ווי בחורים האבן זיך נישט געיאגט חתונה צו האבן.. אז אין די גמרא איז א מחלוקת צו ילמוד תורה ואח"כ ישא אשה.. אדער ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה.. קוקט אויס אז עטס האטס מורא זיך אריינצומישן אין מחלוקת.. זענט איר מחמיר און טוט ביידע נישט..

*

נאך ווערט געברענגט א פשט.. די מחסורו אשר יחסר לו.. ווי קען מען דאס אויספירן.. חז"ל זאגן דאך.. יש לו מנה רוצה מאתים.. קומט אויס אז וויפיהל מ'וועט איהם געבן פעלט איהם מער.. ווי קען מען עס משלים זיין ס'זאל זיין די מחסורו.. דערפאר זאגט די גמרא 'זו אשה'.. און פון דעם איז איינס די והותר..

*

די גמרא דרש'נט אויך די מחסורו איז כולל.. סוס לרכוב עליו ועבד לרוץ לפניו.. אמאהל ביים קאצקער איז געקומען א איד אויף שבת.. אנגעטוען מיט די בגדי רעביסטעווע.. און דער עולם וואס האט איהם געקענט אלץ קליינע מר בר רב אשי האבן זיך זייער געוואונדערט, אז דער רבי האט איהם אפגעגעבן כבוד מלכים..

האט דער קאצקער זיי געזאגט.. מילא סוס לרכוב עליו.. נו.. ער איז א שוואכע מענטש ער ברויך א פערד.. אבער עבד לרוץ לפניו?.. נאר פון דא זעהט מען.. א נאר נאכגעבן זיין שטות איז אויך צדקה..

*

און צומאהל איז עס סתם אן עצה טובה.. נאכצוגעבן יענעם זיין שטות.. ווי ס'האט געטייטשט ר' דוד'ל לעלובער זי"ע.. השמר לך.. היט דיר ווען דו רעדסט צו יענעם מיט א 'דו' און נישט מיט א לשון רבים.. פן תעזוב את הלוי.. דו וועסט פארלירן דיינע בני לויה.. זיי וועלן מער נישט וועלן קענען..

*

און אז מ'רעדט שוין פון די פרשה פון צדקה.. האט אמאהל דער קעלעמר מגיד געזאגט צו א קבוצה גבירים.. די פסוק זאגט 'כי לא יחדל אביון בקרב הארץ'.. נו.. וועט עטס דאך טענה'ן אז ס'וועלן ממילא בלייבן עניים.. וואס דארף מען בכלל אנהייבן צו געבן?.. נאר דער פסוק זאגט.. אז די ארימעלייט וועלן ח"ו אויסשטארבן פאר הונגער.. וועט איינער פון ענק מוזן ממלא מקום זיין.. ממילא גיבטס באצייטנס..

*

און דער עיקר איז אז מ'האט געלט.. צו בלייבן א בעה"ב אויף די געלט.. נישט די געלט זאל געוועלטיגן אויפן מענטש.. ווי ס'טייטשט ר' דוד'ל דינובער זי"ע.. וצרת הכסף בידך.. אז דו האסט די געלט געבינדן אין דיין האנט.. און נישט פארקערט.. דאן איז עס 'כסף שיש לו צורה' ווי חז"ל דרש'נען.. דעמאלטס האט די געלט א פנים..


נו.. מ'האלט שוין נאך יום כיפור קטן.. און דעיר גרויסער יום כיפור רוקט זיך שוין אויך אהן.. זאלטס עטס מיר אלע האבן א לעכטיגע שבת.. און א כתיבה וחתימה טובה.. און ביז צום קרעטשמע אויך אלע ברכות.. אפס כי לא יהיה בך אביון!


גוט שבת!

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p2945952
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

פרשת שופטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!

האלטן מיר יעצט ביי די ערשטע ליל שישי, אינעם חודש השישי.. ובפרט ווי ס'איז מבואר אין די ספרים אז יעדער ערב שבת איז א זמן תשובה בעפאר עס קומט די הייליגע שבת.. אזוי אויך איז חודש אלול ווי א לאנגע ערב שבת, פאר די הייליגע טעג.. און אויב אזוי איז די ערשטע האלבע פונעם חודש ממש א בחינה פון א ליל שישי.. איז דאך יעצט ליל שישי שבליל שישי..


מיט דעם געדאנק קען מען לערנען פשט.. די וואך איז דאך געווען די יארצייט פון הרה"ק בעל דמשק אליעזר מוויז'ניץ זי"ע.. אין חודש אלול תש"ה האט מרן מהר"א מבעלזא זי"ע באזוכט ביים דמשק.. צוזאמען מיט'ן ברודער דער בילגורייער רב זי"ע.. האט דער רב ז"ל נאכגעזאגט פון הרה"ק ר' מרדכי טשערנאבלער זי"ע.. 'יהא רעוא קמיה דתשרי על עמיה'.. אז דער באשעפער זאל העלפן און די יראה וואס מ'קויפט זיך איין אין חודש 'תשרי'.. זאל זיין 'על עמיה' א גאנץ יאהר..

האט דער דמשק צוגעלייגט.. מ'קען אויך טייטשן.. יהא רעוא.. ס'זאל זיין אן עת רצון.. 'קמיה דתשרי' נאך פאר ס'קומט תשרי.. ווען מ'שטייט אין חודש אלול.. און דער רב זי"ע האט זייער אויסגעלויבט דעם טייטש..

און אין אמת'ן אריין.. איז איינס געבינדן מיט'ן צווייטן.. כידוע פון די ספרים הק'.. א התעוררות וואס מ'באקומט במתנה פון אויבן. כלעומת שבא כן ילך.. עס פארבלייבט נישט אויף שפעטער.. אבער אז מ'גרייט זיך צו ריכטיג.. דאו איז די התעוררות ווי קערנדלעך אויף א געאקערטע פעלד.. און דעמאלטס ווערט מקויים דעם 'ושמה לא ישוב, כי אם הרוה את הארץ והולידה והצמיחה'..און ס'בלייבט אויף ווייטער..

קומט דאך אויס.. אז מ'פראוועט אפ דעם חודש אלול ווי עס דארף צו זיין.. און מ'מאכט א ריכטיגע הכנה צום חודש תשרי וואס קומט.. ווי רבותינו הק' מבעלזא פירן זיך צו זאגן די וואכן פון אלול.. אז פאר אזא חודש וואס איז תקיף במצוות.. האט דער אויבערשטער געגעבן א חודש אלול זיך צו גרייטן.. קומט אויס אז די רעוא פון חודש אלול וואס איז קמיה דתשרי.. דאס איז די וועג אז גאנץ יאר זאל בלייבן די השפעות וואס מ'איז קונה אין חודש תשרי..

אין מיט דעם פארשטייט מען וואס עס האט א שייכות מיט שבת.. ווייל שבת טרעף מיר די זעלבע זאך.. ווי די ספרים זאגן.. והיה ביום השישי והכינו.. אז מ'גרייט זיך צו אינעם ערב שבת.. את אשר יביאו.. דאס איז מען זיך קונה אין שבת.. קומט דאך אויס אז ליל שישי מיטן חודש אלול דינען טאקע ביידע די זעלבע ענין.. ובפרט א ליל שישי אין חודש אלול.. דאפלט איז שטערקער..

*

האב איך געזעהן ברענגען.. דער מאנטשעסטער רב הגרמ"מ שנעעבאלג זצ"ל האט נאכגעזאגט פונעם דמשק.. ולא עם הארץ חסיד.. א חסיד קען נישט זיין קיין עם הארץ.. ווייל אז ער קוקט זיך צו צו די הנהגות פון זיין רבי'ן.. פון דעם אליינס ווערט מען א תלמיד חכם.. און אין אמת'ן אריין זאגט דאך די גמרא.. מתוך שחסידים היו תורתם מתברכת..

באותו ענין זאגט דער הייליגער חת"ס.. והאיש אשר יעשה בזדון לבלתי שמוע אל הכהן.. ער האט א טענה.. מילא איך, כ'זיץ און לערן א גאנצע טאג.. אבער דער כהן.. ער מאכט חסידישע מעשיות.. פארנומען מיט עבודת ה'.. עסן בשר הקדשים.. ווי קען ער לערנען.. אזא זאך איז 'וכל העם ישמעו ייראו'.. אז מ'זאל חלילה נישט האבן קיין הוה אמינא אז די קדושי עליון זענען נישט קיין בני תורה..

*

נאך זאגט דער פסוק.. לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל.. זאגט רש"י.. אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין.. וכל שכן שאומר לך על ימין ימין ועל שמאל שמאל..

די מפרשי רש"י זענען מסביר.. וכל שכן אז ס'איז באמת נישט אזוי.. נאר אין אמת'ן אריין זאגן זיי על ימין ימין.. ועל שמאל שמאל.. אבער לכאורה איז אביסל שווער די לשון.. וואס איז די וכל שכן.. ס'וואלט ווען געדארפט צו שטיין.. כיון שאומר על ימין ימין וכו'..

נאר ס'איז באקאנט די מאמר פון די קדמונים.. 'דעת בעל הבית היפך דעת תורה'.. און ווי מ'פלעגט זאגן.. אז מ'קען זיך נישט דורכרעדן מיט א דעת תורה.. פרעגט מען א בעה"ב און מ'טוט פארקערט.. קומט דאך אויס אז היא הנותנת.. אויב ס'קוקט דיר אויס אז זיי זאגן על ימין שמאל.. איז א כל שכן אז דו דארפסט זיי פאלגן.. ווייל דאס איז א ראיה אז שאומר על ימין ימין..

*

די וועלט דערציילט אויף צוויי גדולים.. און איינע פון די גרסאות איז אויך אויפ'ן אור שמח וואס היינט איז געווען די יארצייט.. אז זיי האבן זיך געשפארט בדבר הלכה.. האבן זיי מחליט געווען מ'וועט פרעגן א בעל הבית וואס ער זאגט צו דעם שאלה.. און מ'וועט וויסן אז די אמת איז פארקערט..

נאכ'ן פרעגן.. רופט זיך אן דער גאון וואס דער בעה"ב האט געזאגט ווי איהם.. אין אמת'ן אריין בין איך גערעכט.. נאר היות ס'איז דאך יעצט פאר פסח.. און דער בעה"ב איז טרוד מיט הוצאות החג.. האט ער נישט די ריכטיגע יישוב הדעת.. און ס'פעלט איהם די ריכטיגע דעת בעל הבית..

לפי"ז קען מען אויך פארענטפערן די קשיא.. אויב ס'איז אומר לך על ימין שהוא שמאל.. ווען דער דעת תורה איז פארקערט ווי די דעת בעה"ב זאגט.. דארפסטו פאלגן.. איז א כ"ש אויב ס'קוקט דיר אויס אז די דעת תורה איז ריכטיג.. און ס'שטומט מיט דיין דעת בעה"ב.. דיין מוז דאך זיין אז דיין קאפ איז נישט אויפ'ן פלאץ.. איז דאך פשוט אז דו קענסט זיך נישט פארלאזן אויף דיין אייגענע דעה..

*

און אז מ'רעדט שוין פונעם אור שמח.. אמאהל האט דער גאון מיטגעהאלטן ווי א תלמיד חכם זיצט ביי א שיעור.. און דער האט אריינגעפרעגט א געזונטע קשיא.. אזוי אז דער מגי"ש איז געבליבן מיטן צונג אינדרויסן.. און ער איז געווארן פארלוירן און נישט געקענט ממשיך זיין..

גיבט זיך דער או"ש א רוף אהן.. וואס רעדט ער דארט?.. ער ווייסט דאך נישט בין ימינו לשמאלו.. די מגי"ש האט געזעהן אז דער או"ש אז אויף זיין זייט.. האט ער זיך בארואיגט און ממשיך געווען דעם שיעור..

דערנאך איז דער שואל צוגעגאנגען פרעגן.. וואס איז אזוי געפערליך מיט מיין קשיא.. וואס האט דער גאון עס אזוי אוועק געמאכט?.. ענטפערט ער איהם.. די גמרא דרשנ'ט פונעם פסק 'ושׂם דרך' וואס שטייט מיט א שׂין שמאלית.. כאילו ס'וואלט געשטאנען ושׁם דך, מלשון שומא.. מ'דארף אפשאצן ווען מ'מעג פרעגן א רבין און ווען נישט.. כדי איהם נישט צו צו ברענגען לידי בזיון.. נו אז דו קענסט נישט דעם דרש.. פארמישסטו צוישן דעם לינקע שין מיטן רעכטע.. וויסטו דאך נישט מימינו לשמאלו..

קען טאקע זיין.. דאס זאגט דאס דער פסוק.. ודרשת והגידו לך.. מ'דארף טאקע פרעגן דעם רבי'ן..לא הביישן למד.. אבער לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל.. פארגעס נישט פונעם דרש פון די לינקע שין וואס ווערט א רעכטע..

*

און אז מ'רעדט שוין פון לא הביישן למד.. שטייט ווייטער ולא הקפדן מלמד.. האט אמאהל הג"ר חיים עוזר געזאגט אז דער אור שמח איז קודם געווען א שארפער.. און קומענדיג קיין דווינסק האט ער געטוישט זיין צוגאנג.. משא"כ דער ראגאטשאווער וואס איז געווען דער חסידישע רב אין דווינסק איז געבליבן א שארפער..

האט ער געזאגט פשט.. דער אור שמח איז שטארק אין עיון און אין סברא.. סברות קען מען טוישן.. קודם קוקט אויס אזוי.. שפעטער קוקט אויס אנדערש.. אבער דער ראגאטשאווער'ס כח איז אין זכרון.. נו געדענקט ער תמיד זיין אלטע מהלך..

*

די וואך האבן מיר אויך דעם 'כי השוחד יעור עיני חכמים'.. וואס די משנה דרש'נט אין סוף פאה.. וכל דיין שלוקח שוחד ומטה את הדין אינו מת מן הזקנה עד שעיניו כהות.. דערציילט מען.. אמאהל איז געווען א דיין וואס איז געווען באקאנט אלץ שוחד ליבהאבער.. און למרבה הפלא אנשטאטס צו פארלירן די ראיה.. האט ער גאר פארלוירן די שמיעה.. האט ר 'אייזל חריף געזאגט.. קוקט אויס אז מ'האט איהם נאר צוגעזאגט און נישט געגעבן.. ממילא האט ער נאר געהערט שוחד און נישט גענומען..

*

א צווייטע דיין איז גאר געווארן א הינקעדיגער.. האט ר' יאשע בער בריסקער געזאגט.. אז נישט וועט מען זאגן אז ער האט פארלוירן די ראיה דורך פסיעה גסה הנוטלת א' מת"ק ממאור עיניו של אדם.. דערפאר איז ער קודם הינקעדיג געווארן..

*

און א דריטער.. וואס אפילו ער האט גענומען שוחד האט ער זיך געדרייט פריש און געזונט.. האט ר' יאשע בער געזאגט.. דער תורה זאגט נאר יעור עיני חכמים.. דער איז בכלל נישט בגדר חכם..



שוין.. האבן מיר שוין צופיהל מאריך געווען.. דער עיקר אז מ'זאל זיך קענען צוגרייטן אין חודש אלול צו די הייליגע טעג.. און אלע זאלן מיר פארשריבן ווערן צו א שנה טובה ומבורכת כוח"ט וכל טוב סלה!

גוט שבת, גוט שבת!

viewtopic.php?p=2960356#p2960356
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

לא עליך המלאכה לגמור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איך וועל פראבירן ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט וואס פנים חדשות האט אנגעהויבן.
ס'איש ממש א שאד אז ס'זאל נישט בלייבן למשמר עולם, בשעת וואס אזויפול יודן דעקוויקן זיך דאס הארץ פון די שיינע רייד.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

פרשת כי תצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אוראייניקל האט געשריבן:און ווידער א ליל ששי אין חודש אלול.. האמיר שוין גערעדט די קשר צווישן אלול וואס איז דער חודש הששי און ליל ששי.. א שטיקל רמז דערצו.. שטייט אין פסוק אין שיר השירים.. דודי צפנתי לך.. דודי איז א רמז אויף חודש אלול.. כידוע.. אני לדודי ודודי לי.. און צפנתי לך איז גימטריא 'ליל ששי'..

האב איך געזעהן ברענגען פונעם גערער רבי'ן דער אמרי אמת.. בדרך צחות פארוואס ווערט דער באשעפער אנגערופן דודי.. א פעטער.. וויבאלד דער באשעפער זאגט אויף די אבות הק'.. למען אחי ורעי.. נו אז ער איז אונזער עלטערנ'ס ברודער.. איז ער אונזער פעטער..

*

אז מ'רעדט דרשות.. מ'טייטשט פסוקים.. דארף מען וויסן וואס ווערט געברענגט אמאל איז געווען א בעל דרשן וואס האט געדרשנט פסוקים אז ס'איז געגאנגען א רויעך.. אריינגעשטופט אין די ווערטער.. אז דער פסוק זאל פלאצן.. אבער זיין טייטש זאל אריינגיין.. פארענטפערנדיג זיך.. אז מ'זעהט אין די ספרים אזאנס.. נישט אלע טייטשלעך שטימען טאקע כפתור ופרח..

האט איהם א גוטע איד געזאגט.. די צדיקים האבן געזאגט מוסר לצורך השעה.. זאגט די פסוק.. כי תצא למלחמה על אויבך.. אז מ'איז אין א מצב מלחמה מיטן יצר.. ונתנו ה"א בידיך.. גיבט דיר דר באשעפער איבער דעם פסוק אין דיין האנט.. מעגסט טוהן מיט איהם וואס דו ווילסט לצורך השעה.. ווי די פסוק זאגט.. עת לעשות לה'.. הפרו תורתך.. זאל דער פסוק פלאצן..

אבער רש"י לייגט גלייך צו.. דאס איז ביי א מלחמת מצוה.. מ'דארף מעורר זיין אידן לצורך השעה.. אבער במלחמת הרשות.. ווען ס'איז סתם א דרשה'לע.. נישט קיין צורך.. הכתוב מדבר.. לאז דעם פסוק רעדן.. מאך נישט קיין צימעס פון איהם..

*

איז אמאל געווען א בעל דרשן.. וואס האט פשוט גע'לקחנט זיינע דרשות גלייך פונעם פרשת דרכים ארויס.. און דער עולם איז נתפעל געווארן פון זיינע הפלא'דיגע דרשות.. האט מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע זיך אויסגעדרוקט.. עומד על פרשת דרכים.. דער נעמט א שטיקל פרשת דרכים.. ומלסטם את הבריות..

ווי כ'האב געזעהן טייטשן.. שטייט יענע וואך.. ושמעת.. האסט געהערט א גוט שטיקל.. ודרשת היטב.. דו דרשנ'סט עס זייער גוט.. צוגעלייגט פעפער און זאלץ.. והנה אמת.. ס'איז א אמת'ע פשט אויך.. אבער דיינס איז עס נישט.. און די זאגגסט עס נישט נאך בשם אמרו.. נעשתה נארישקייט הזאת בישראל.. דאס איז נישט קיין שיינע זאך..

*

אמאל האט הג"ר יחזקאל אברמסקי פארגעלערנט א שיעור פאר אויפגעקלערטע חברה.. האט איינער געטענה'ט.. מזעהט אין די פרשה פון יפת תואר.. לא דיברה תורה אלא כנגד יצר הרע.. אז ס'איז דא אזא מושג אז א מענטש קען זיך נישט מתגבר זיין.. און דעמאלטס איז אלעס מותר..

האט ר' יחזקאל צוריק געטענה'ט.. אדרבה.. פון דאס וואס מ'זעהט אז ווען ס'איז אוממעגליך זיך מתגבר צו זיין.. האט די תורה בפירוש מתיר געווען.. איז א סימן אז אלע אנדערע מצוות וואס מ'טרעפט נישט אזאנס.. דאן האט יעדער איד די כח זיך מתגבר צו זיין..

*

און אז מ'רעדט שוין פון יפת תואר.. האט ר' יענק'לע גאלינסקי זצ"ל געברענגט א ראיה.. ווי קומט אזאנס צו עורכי המלחמה.. ס'זענען דאך נאר געבליבן די וואס האבן נישט וואס מורא צו האבן מעבירות שבידם.. נאר פון דאנעט איז א ראיה אז נאכן גיין אין מיליטער קומט אפילו דער ערליכער בחור ארויס אנדערש ווי ער איז אריין..

*

א איד וואס זיין שלום בית איז נישט געווען אויפן העכסטן גראד.. האט ער מסביר געווען.. כי יקח איש אשה חדשה.. לא יצא בצבא.. ווייל דער האט שוין א מלחמה אינדערהיים.. און צוויי מלחמות אויף אמאהל איז צו שווער צו פירן..

*

האמיר שוין איבערגעזאגט פאר יאר.. אבער חזרה שאדט נישט.. שטייט אין פסוק "כי יקח איש אשה" וגומר "והיה אם לא תמצא חן בעיניו", ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, וק"ו בן בנו של ק"ו ביי די נישט שיינע, איז וואס איז די עצה

זאגט דער פסוק "וכתב לה ספ"ר כריתות", מ'נעמט דעם ווארט ספ"ר און מ'צושניידט יעדעס ווארט אין האלב! פונעם ס' ווערט א ל', פונעם פ' א מ', און פונעם ר' א ק'.. האב מיר דעם אזוי באקאנטן "מקל"!

און דער תורה פירט אויס מיט א הבטחה "ויצאה והיתה לאיש אחר", נאך דעם באהאנדלונג וועט זי ווערן אנאנדער מענטש!

*

און אז מ'איז שוין מרחיב אין דעם.. שטייט דאך אין ביאור הלכה סי' תקכ"ט "אז די עיקר סיבה פארוואס מענטשן גיען אריין אין חובות.. איז וויל זיי לאזן זיך פון די ווייבער אויס צו געבן געלט אן קיין חשבון..

קען מען דאס אריינטייטשן אין פסוק.. אין די פוסקים בשם המדרש ווערט דערמאנט אז קורות הבית איז מרמז אויפן ב"ב.. זאגט דער פסוק.. כי תבנה בית חדש.. ועשית מעקה לגגך.. מאך א גבול.. א לימיט וויפיל מ'קען אויסגעבן.. ולא תשים דמים בביתך.. פזר נישט אוועק קיין געלט.. כי יפול הנופל ממנו.. אזוי פאלט מען אריין אין אלע חובות..

*

ולסיום א שטארקע יסוד פונעם אסטראווצער רבי.. פארוואס זאגט דער תורה ארבעים יכנו.. ווען למעשה גיבט מען נאר ארבעים חסר אחת.. זאגט ער.. ווען מ'גיבט דען א מענטש די גאנצע פערציג.. וואלט ער זיך געפילט גוט.. שלום עלי נפשי.. איך האב אפגעצאלט מיין חשבון מיט'ן באשעפער.. יעצט בין איך מסודר..

האבן חז"ל געדרשנ'ט.. ניין.. די פערציגסטע קלאפ זאל זיין אט דאס.. ער זאל וויסן ביי זיך. כ'בין נאך אלץ נישט אפגערעכנט.. כ'מוז מיר נאך אלץ פארעכטן.. טובה מרדות אחת בלבו..


זאלטס עטס אלע זוכה זיין צו לבנות בית חדש .. ותגיע לכרם ושדה ולבגדים נאים..און צו א כוח"ט וכל טוב!!

א ליכטיגע שבת!!

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p2977090
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

פרשת כי תבוא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!


רבותי! די מצב ווערט שוין ערנסט.. מ'שטייט שוין ערב שבת סליחות.. און ווען נאך נאך אזא יאר ווייסט יעדער ווי מ'דארף בעטן.. כמעט די גאנצע ונתנה תוקף האמיר מיט געהאלטן דאס יאר.. ממילא איז נישט מער ווי רעכט אז דאס יאר זאל זיין אנדערטהאלבן וואך סליחות.. אויסזאגו דאס גאנצע סליחות'ל אן אויסלאזן קיין שורה..

ס'ווערט אבער דערציילט איבער איינע פון די צדיקים.. אמאל די ערשטע טאג סליחות איז ער איינגעשטאנען ביי א דארפס איד.. פארטאגס קלאפט דער בעל אכסניא אויפן טיר.. רעב איד שטייט אויף.. מ'דארף שוין גיין.. דער צדיק מאכט זיך תמ'עוואטע.. ווי גיין ווען גיין.. ס'איז דאך אינמיטן די נאכט.. וואס הייסט?! ס'איז דאך די ערשטע טאג סליחות!!.. דער רבי פרעגט צוריק.. וואס איז דאס סליחות?.. וואס הייסט? בייזערט ער זיך שוין.. שעמט אייך.. א איד מיט אזא לאנגע בארד זאל נישט וויסן וואס סליחות איז?.. מ'גייט אין שוהל און מ'בעט ביים באשעפער.. די קוה זאל געבן גוטע מילך.. די תבואה זאל פיין וואקסן וכו' וכו'..

א בושה און א חרפה.. זאגט דער צדיק.. דאס איז זיך אויפגעפירט פונקט וו א בעיבי.. וועקט זיך אויף אינמיטן די נאכט און וויינט פאר עסן..

נו.. וואס טוט מען טאקע?

קען זיין דערפאר הייבט מען טאקע אן סליחות דייקא במוצאי מנוחה.. ס'אידאך באקאנט פונעם בעשה"ק די משל פון עונג שבת.. צו א בן מלך אין געפענגעניש וואס האט זיך געפרייט מיט א בריוו פון זיין טאטן.. און כדי די נידריגע פארשוינען ארום איהם זאלן נישט באמערקן און שטערן זיין שמחה.. האט ער זיי צוגעשטעלט צום זויפן.. אזוי איז יעדער געטאנצן.. זיי מיטן יי"ש און ער מיטן בריוו.. אזוי אויך שבת קודש.. כדי די נשמה זאל זיך קענען פרייען.. מוז מען דעם גוף שטיל מאכן מיט בשר ודגים וכל מיני מטעמים..

לערנט מען פון דעם.. אז ביי א איד איז די אלע עניני גשמיות נאר א מיטל אז ס'זאל נישט זיין קיין שטער צו דינען דעם באשעפער.. און נאכגיין די ווילן פון די נשמה.. נו.. אויף אזא אופן קען מען בעטן עסן אינמיטן די נאכט.. למענך אלקים חיים..

*

און אז מ'רעדט פון ימי התשובה.. דער אמרי חיים האט געטייטשט.. לא אכלתי באוני ממנו.. ממנו איז אותיות ממון.. כ'בין קיינמאל נישט געווען באנינות ובצער איבער געלט זאכן..

באקאנט איז דאך אז ממו"ן איז אויך גימטריא צו"ם און קו"ל.. קען זיין פשט.. די תשובה און תפילה טאר אויך נישט זיין באנינות.. נאר מיט שמחה.. ווי ס'שטייט אין די תוכחה.. תחת אשר לא עבדת את ה"א בשמחה.. און עבודה מיינט דאך תפילה..

*

און אז מ'רעדט שוין פון די תוכחה.. דער אהבת ישראל האט געזאגט.. וואס מיינט גוי אשר לא תשמע לשונו.. אין דער אלטע היים.. אז א גוי האט געבעטן פאפירן.. האט ער נישט געמיינט בדווקא לעגאלע פאפירן.. ס'האט געמיינט אפאר שטרות.. ער רעדט א גאנץ אנדערע שפראך.. מ'דארף זיין א מבין דערצו..

*

ווי ס'איז באקאנט.. אמאל האט מען זיך אפגערעדט פארן סאטמארער רב זצ"ל.. אויף עפעס א גזירה דורך א מושל.. האט ער זיך געוואונדערט.. ער האט נישט קיין הענט?!.. א גוי ווילאנג ער האט הענט.. קען מען איהם אריינרוקן.. און א ראיה האט ער טאקע געברענגט פון די תוכחה.. ביי הקב"ה שטייט 'אשר לא ישא פנים ולא יקח שוחד'.. ביים גוי שטייט אבער נאר 'אשר לא ישא פנים'.. אבער שוחד.. דאס יא..

און דאס איז טאקע די פשט.. שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו.. והקב"ה מצילנו מידם.. דורך זייערע הענט ווי מ'קען אריינרוקן וואס מ'דארף..

*

נאך אין די תוכחה.. האמיר דעם 'מכה אשר לא כתובה בתורה'.. ווערט געברענגט א מדרש.. זו מיתת צדיקים.. האט שוין הג"ר ישעי' פיק שוין געזאגט.. דער מדרש איז שוין אויך א לא כתובה בתורה..מ'געפינט איהם נישט אין ערגעץ..

*

האט אמאהל הג"ר יוסף שאול נאטזאן געזעהן ביי א רבנישע לויה איינער איז מספיד פון א צעטל.. האט ער געטענה'ט.. דאס איז נספד שלא כהלכה.. אין מדרש שטייט אז מיתת צדיקים איז לא כתובה..

*

האב איך געזעהן ברענגען בשם דעם אבן עזרא.. כ'ווייס נישט וואו ס'שטייט.. די פסוק זאגט. והיה כאשר שש ה' עליכם וגו' כן ישיש.. רעדט זיך די פסוק אפ אין תהילים.. 'כאשר'.. דעם כאשר שש להיטיב ולהרבות.. דאס איז נאר 'שמענו'.. מ'האמיר געהערט אז אמאל איז געווען אזוי.. אבער דער 'כן'.. דער כן ישיש.. דאס ליידער ראינו.. מיט די אייגענע אויגן..

*

ווייסן מיר אבער אז אין די תוכחה ליגט דאך ברכות.. ווי די חיד"א ברענגט.. אויפן פסוק 'שורך טבוח לעיניך ולא תאכל ממנו, חמרך גזול מלפניך ולא ישוב לך, צאנך נתנות לאיביך ואין לך מושיע'.. זאגט ער.. מ'דארף ליינען די פסוק אויף צוריק צואוועגס.. 'מושיע לך, ואין לאויביך נתונות צאנך, לך ישוב, ולא מלפניך גזול חמורך, ממנו תאכל, ולא לעיניך טבוח שורך'.. ריין ברכות..

אולי טאקע דערפאר קענען אידן אין גלות נאר פארדינען געלט דורכן פארקערטן אופן..

קען זיין אז דאס איז מרומז אינעם מדרש (ויק"ר לה, א) ר' אבא בריה דר' חייא בשם ר' יונתן אמר חשבתי ברכות חשבתי קללות.. ברכות מאל"ף ועד תי"ו קללות מן וי"ו ועד ה"א.. ולא עוד אלא שהן הפוכות.. א"ר אבין אם זכיתן הריני הופך לכם קללות לברכות.. אז מ'דרייט עס איבער ווערט עס ממילא ברכות..

און קען זיין דאס איז אויך פשט.. הוא יהיה לראש.. דער גוי וועט פרובירן צו ליינען דעם פסוק פון אנהייב.. אבער ואתה תהיה לזנב.. דו וועסט עס ליינען פון אונטן ארויף.. אבער בעסער איז אז די ברכות קומען גלייך.. בעט מיר ראש השנה.. שנהיה לראש ולא לזנב.. נישט דארפן צוקומען צו די פארקערטע קונצן..

*

ולסיום.. געווען איז אמאל א מלמד.. אפגעהארעוועט מיט דארפישע קינדער.. פארגרעבטע קעפ.. אריינגעהאקט פסוקים חומש.. ואין קול ואין עונה.. זילטש.. גארנישט האבן זיי פארשטאנען.. חוץ איין קינד.. דער האט יא עפעס אויפגעכאפט..

קומט שבת.. דער בעל הבית פארהערט זיינע בנים.. און.. גייט ער צו צום מלמד.. פאר דעם צאל איך דיר?! זיי קענען דאך נישט קיין ווארט.. דער מלמד הייבט זיך אן צו פארענטפערן.. איך בין שולדיג?! דיינע קינדער האבן פאר'תמ'טע קעפ.. זיי פארשטייען נישט גארנישט.. זעהסט דאך אז ס'האט נישט מיט מייר.. קוק דיין יענקעלע.. ער קען דאך יא..

אהה..מיין יענקעלע.. דאס האט נישט מיט דיר.. ער האט דאך א גאונישע קאפ.. דאס איז נישט קיין שום ראיה..

האט דער מלמד געזאגט.. יעצט פארשטייט ער א שטיקעלע הגדה.. 'ויהי שם לגוי'.. קען דער קינד ווי א גוי.. 'מלמד'.. איז דער מלמד שולדיג.. שהיו ישראל.. קען ער ווי א איד.. דאס האט נישט מיטן מלמד.. נאר מצויינים.. דאס קומט פון זיינע כשרונות..


האטס מיר אלע א דערהויבענע שבת סליחות,
ויתקבלו תפילותינו לרחמים ולרצון לפני אדון כל!

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p2995165
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

פרשת נצבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!


שטיי מיר שוין טיף אינמיטן די ימי הסליחות.. שוין באלד ראש השנה.. אבער אעפ"כ א ליל שישי דארף מען פראווענען.. און מיט א גלעזל משקה דערצו אויך.. ווי כ'האב געזעהן ברענגען א מליצה פונעם הייליגער בארדיטשובער זי"ע.. ביי הלכות טומאה טרעף מיר אז א שני לטומאה רירט אן א משקה ווערט עס א ראשון.. זאגן מיר דאך ביי סליחות יעדן טאג אפאר מאל.. אז הקב"ה איז א מעביר ראשון ראשון.. נו אז מ'זיצט חסידים אינאיינעם מיט משקה ווערט אפילו דער שני א ראשון און הקב"ה איז עס מעביר..

קען טאקע דאס זיין די פשט.. מתנהג בחסידות.. אז מ'טרונקט שטענדיג א לחיים כמנהג חסידים.. איז מוחל עוונות עמו.. ווייל מעביר ראשון.. און נאכאמאהל ראשון.. ווייל מיט משקה איז אלעס א ראשון..

קען גאר זיין.. דערפאר האט עזרא מדייק געווען.. לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים.. מ'ווייס מיר דאך אז שתיה איז בכלל אכילה.. צו ואס דארף מען עקסטער דערמאנען די משקה.. נאר דאס איז א וועג ווי אזוי מ'זאל זוכה זין צו מחילת עוונות.. און דייקא ווען מ'טרונקט באהבת רעים פארשטייט זיך.. ממילא 'ושלחו מנות לאין נכון לו'..

*

היינט נאכט איז די יארצייט פונעם 'בית שערים' דער אופאלער רב הג"ר עמרם בלום זצ"ל.. אמאהל ווארטנדיג ביי אן אסיפה אויף איינע פון די רביים.. האט ער זיך אנגערופן.. דער באשעפער איז א יושב על כסא רחמים.. איי פארוואס זעהט מען עס נאכנישט.. ווייל מתנהג בחסידות.. חסידישע מעשיות..

*

און אז מ'רעדט שוין פונעם בית שערים.. האט ער אמאהל געזאגט ביי זיין שבת תשובה דרשה.. ס'איז ידוע די מימרא 'דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב.. נו.. וואס איז פשט אז מיינע ווערטער מאכן נישט אויס ביי ענק?.. קען זיין צוויי אופנים.. אדער זענען מיינע דברים נישט קיין יוצאים מן הלב.. אדער האט עטס פשוט נישט קיין הארץ ווי ס'זאל אריינגיין..

נו.. ווי ווערט מען עס געוואויר.. איז הערטס מיר צו.. מיין געהאלט פון די קהילה איז כך וכך.. די הוצאות וואס קאסט מיר צום לעבן איז מער פון דעם.. בעט איך אייך ביטע הייבטס מיר מיין געהאלט.. דאס איז דאך זיכער דברים היוצאים מן הלב.. און אז עטס האלטס נישט דערביי.. מוז זיין עטס האטס גאר קיין לב נישט..

*

האט מען איהם אויך אמאהל געבעטן ער זאל אפשטופן דעם שבת הגדול דרשה אויף שבת נאכמיטאג.. נישט אויפהאלטן דעם הונגעריגן עולם שבת צופרי פארן ליינען.. האט ער געזאגט.. די משנה זאגט דאך.. זקני ת"ח כל זמן שמזקינין דעתם מתיישבת עליהם.. זקני ע"ה איז פארקערט.. נו שבת אינדערפרי קענטס עטס נאך אביסל מיט האלטן דעם דרשה.. אבער אפאר שעה שפעטער.. בין איך מער ת"ח.. און עטס גרעסערע טפשים.. וועט מען שוין גארנישט פארשטיין..

*

כעין זה איז אמאהל געווען א ויכוח ראש השנה ביים פריערדיגע בעלזער רב זי"ע.. צווישן הרה"ק ר' ברוכ'ל סערעטער זי"ע מיט א חסיד.. דער מקור ברוך האט געטענה'ט אז די תפילות די צווייטע טאג איז געווען מער דערהויבן ווי די ערשטע טאג.. און דער חסיד האט געטענה'ט אז די ערשטע טאג איז געווען א גרעסערע עבודה..

ווען דער פריעדיגער רב האט עס געהערט.. האט ער געזאגט.. בעצם זענען ביידע טעג געווען די זעלבע.. נאר ר' ברוכ'ל איז א תלמיד חכם.. און זקני ת"ח דעתם מתיישבת.. האט ער די צווייטע טאג מער משיג געווען.. דער חסיד איז אבער פון די זקני.. ממילא האט ער די ערשטע טאג מער געפיהלט..

*

גייט עס דאך פרשת נצבים.. דער שרף פון מאגלניצא זי"ע איז אמאל געווען אין מעליץ ביי זיין איידעם הרה"ק ר' יהודה פון מעליץ.. און די בני העיר האבן איהם נישט אויפגענומען בכבוד הראוי.. אבער אנכן זעהן די עבודה זיינע ביום השבת.. האט יעדער געוואלט ארייינגיין צום רבי'ן מיט א קוויטל.. דער מאגלניצער האט אבער געהאט א הקפדה אויף זיי.. ס'וואלט געפאסט עכ"פ אלץ דעם רב'ס שווער מער מכבד זיין.. האט ער געהייסן אז יעדער וואס וויל אריינקומען מוז געבן א גאלדענע רענדל.. און ער האט געשטעלט א שומר ביים טיהר דערפאר..

זענען געוען צוויי חסידים וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן.. האבן זיי אריינגעשריבן די נעמען פון ביידע משפחות אין איין קוויטל.. און אזוי אריין ביידע צוזאמען אויפ'ן חשבון פון איין רענדל.. דער שרף האט גלייך געזעהן אז דא רעדט מען פון שתים שהן אחת.. האט ער זיך געגעבן א רוף אהן.. אתם נצבים, מעליצער גנבים..

האט דער אסטראווצער רבי זי"ע (וואס האט זיך געהאלטן אלץ זיינס א חסיד.. הגם וואס ער האט איהם נישט געזעהן בחייו) מסביר געווען פשט.. רש"י זאגט 'כל נצים ונצבים דתן ואבירם היו'.. נו.. איז דאך נצבים נישט קיין טיטל.. פארוואס זאגט משה 'אתם נצבים'.. נאר צומאהל טרעפט זיך א איד טוט עפעס שלא כשורה.. האנדלט נישט ערליך וכדו'.. אבער סוף כל סוף איז זיין כוונה צו צאלן דערמיט פאר הוצאות שבת ויו"ט וכדו'.. איז עס אויך לפני ה' אלקיכם.. אזוי אויך דא האבן די חברה געטוען א גניבה שטיקל.. אבער מיט א כוונה אנצוקומען צום רבי'ן.. ממילא איז דאס די זעלבע בחינה.. אתם נצבים מיט די מעליצער גנבים..

*

זאגט טאקע דער נועם מגדים די וואך בשם זיין טאטן.. אם יהיה נדחך בקצה השמים.. אויב די עבירה וואס איז נדח, האט אין די ווינקל אביסל הימלדיג'קייט.. עפעס א גוטע תוצאה.. משם יקבצך ה' אלקיך.. איז עס חשוב ביים אייבערשטן..

*

און אזוי האט ר' מאיר'ל פרימישלאנער געזאגט.. אז מ'וועט אויסקוועטשן אידישע תפילות ווען ארויסרינען געלט.. אבער אז מ'וועט אויסקוועטשן דאס געלט.. וועט ארויסרינען מצוות ומעשים טובים..

מעג מען אבער נישט פארגעסן טאקע די כוונה.. קען זיין דאס איז פשט וואס דער ראפשיצער רב האט געזאגט.. די וועלט זאגט פחד"ך איז גימטריא געל"ט.. אבער די פראבלעם איז אז מ'האט אינזין.. ובכן, געלט.. תן, געלט.. פחדך, געלט.. דהיינו.. מ'מעג טאקע בעטן אויף געלט.. אבער געדענק אז די עיקר איז עס צו נוצן פארן הייליגער באשעפער..

*

איי ווי קומט ובכן תן צו געלט.. קען זיין.. ובכ"ן איז גימריא לח"ם.. תן מיט די צוויי פינטלעך אין די ציר"י וואס ווערן גערעכנט ווי יוד"ן.. און די דגוש אינם ת'.. שטייט אין משנת חסידים אז מ'רעכנט אזאנס אויך פאר א יו"ד.. קומט עס אויס למספר פ"ת..

*

די וואך שבת איז די יארצייט פון מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע.. ווען ער האט נאך געוואוינט אין סקאהל.. איז ער אמאהל ראש השנה געווען אויפן וועג צום מקוה פאר די תקיעות.. אריבערגייענדיג א צוווייטע בית במדרש האט ער געהערט ווי מ'בלאזט דארט שופר.. און ער האט געזעהן אז די תקיעות זענען בוקע רקיעים.. קענענדיג דעם בעל תוקע אז ער איז נישט א בר הכי.. האט ער געטראכט ביי זיך.. מוז זיין אז ס'איז די כח פונעם ציבור..

לימים האט דער מיטעלער רב זי"ע געזאגט.. די אמת'ע סיבה פארוואס די תקיעות האבן אזוי גע'רעש'ט.. איז ווייל דער טאטע איז דארט אריבער.. און דאס האט משפיע געווען אויף די תקיעות דארט.. נאר דער שר שלום ברוב ענוותנותו האט עס תולה געווען בזכות הציבור..


קען מען צושטעלן.. ביים ערשטן יארצייט האט דער מיטעלער רב דערציילט ביים ציון.. א סיפור פונעם בעש"ט.. וואס האט צוגעזאגט א קינד.. און נאכן פטירה פונעם בעש"ט איז דאס קינד נפטר געוועאן.. דער טאטע האט גענומען דאס קינ צום ציון פונעם בעש"ט און געזאגט.. דער רבי האט מיר צוגעזאגט א לעבעדיגע קינד.. און ער איז ארויס איבערלאזנדיג דאס קינד דארט..

גלייך דערנאך האט זיך דאס קינד אויגעכאפט.. און ער זעהט דעם בעש"ט שטיין פאר איהם.. זאגנדיג איהם.. שריי טאטע ווילאנג דיין טאטע איז נאך דא..

האט דער מיטעלער רב אויסגעפירט.. לאמיר שרייען טאטע.. ווילאנג דער טאטע איז נאך דא..

ולעניננו.. אז די יומא דהילולא פאלט ממש פאר ראש השנה.. און ביומא דהילולא איז דער טאטע דא.. איז עס ממש אין די בחינה פון די מעשה ווען דער רב איז אריבער נאבן דעם בית המדרש.. זאל דער אויבערשטער העלפן אז זכותו יגן עלינו אז די תקיעות זאלן בוקע רקיעים זיין.. און מ'זאל שוין בקרוב זוכה זיין נאך דאס יאר צום 'תקע בשופר גדול לחירותנו' אמן!

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p3010204
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

פרשת בראשית ~ תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אוראייניקל האט געשריבן:כאטש אינ'אמתן אריין שטיי מיר נאך אינמיטן די גלגל החוזר פון די וואכן וואס האבן נאר א זונטאג און א מאנטאג.. אזוי אז קיין ליל שישי איז נישט געווען זייט דאס יאר האט זיך אנגעפאנגען.. און היינט האמיר אויך נישט געהאט צופיהל פון די זאך ואס רופט זיך צייט.. אבער פטור בלא כלום אי אפשר.. ס'גייט דאך שבת בראשית.. וואס צדיקים האבן געזאגט אז ס'איז א צייט אנצוהייבן מיט א פרישע התחלה!

*

העמיר אביסל כאפן א בליק אינעם פרשה.. צו ערשט א ווארט וואס איז נוגע צו אונז בעלי דרשנים.. צומאהל ברויך מען זאגן א דרשה ברבים.. און אז מ'האט נישט וואס.. פאלט עפעס א פסוק א קרבן ציבור.. מ'שחט עס אפ לעיני כל הקהל מיט פשטים אשר לא שערום אבותינו..

זאגט דער אור מלא.. דאס קומט רש"י באוארענען גאנץ פון אנהייב.. אין המקרא הזה אומר דרשוני.. מ'קען זיך נישט נעמען דרש'נען קיין פסוקים.. נאר אויב.. 'בשביל התורה'.. אז מ'וויל מחזק זיין שמירת התורה והמצות.. אדער בשביל ישראל.. ווען צדיקים טייטשן איין פסוקים משפיע צו זיין דורך דעם השפעות טובות פאר אידן..

*

אבער צומאהל איז גאר דא פארקערט.. דער בעל דרשן האט א דרשה אין בויך.. ס'איז נאר נישטא קיין סיבה וואו עס ארויס-צו-דרש'נען.. א בחינה ווי איינע פון די גדולים האבן זיך אויסגעדרוקט ווען דער גרויסער גאון ר' שמעון שקאפ זצ"ל איז נסתלק געווארן.. אז ער האט רחמנות אויף די יתומים.. ווען מ'האט איהם אויפגעמערקט אז דער גאון האט נישט איבערגעלאזט קיין קליינע קינדער.. האט ער געזאגט.. נישט דאס מיין איך.. נאר דער גאון האט געהאט צענדליגע סברות און חילוקים ואס ער האט נאכנישט געטראפן וואס צו פארענטפערן דערמיט.. די סברות וועלן בלייבן יתומים..

נו למעשה וואס טוט מען אין אזא פאל.. זאגט דער אנטעניער רבי.. ויאמר קין.. קין האט געהאט וואס צו זאגן.. אבער ער האט נישט געהאט קיין סיבה.. ויהרוג את הבל אחיו.. נו.. יעצט ברויך מען שוין זאגן אן הספד..

*

און דאס איז ווען ס'איז נאך תורה שבעל פה.. אבער וען די חברה נעמען זיך דרוקן ספרים.. דאן איז שוין ביטער.. ווי די גמרא זאגט.. סימן לעבירה הדרוקן.. ווי א רב האט זיך אנגערופן צו א מחבר וואס איז געקומען מיט זיינע חידושים.. רוף דעם ספר 'תולדות אדם.. ווי דער פסוק זאגט די וואך.. זה ספר תולדות אדם..

פונקט ווי אדם הראשון האט איהם דער באשעפער אפגעפסק'נט כי עפר אתה ואל עפר תשוב.. האסטו גענומען פאפיר וואס איז געמאכט פון שמאטעס.. און עס צוריק געברענגט צו איר שורש.. צוריק געמאכט שמאטעס דערפון..

*

און פון פיעטריקובער רב הג"ר משה חיים לאו הי"ד האב איך געזעהן.. זה ספר תולדות אדם.. פונקט ווי אין דער אלטע צייט האט יעדער ספר געהאט צום סוף אזא לוח התיקון. אזוי פירן זיך מענטשן.. ווען מ'שפירט אז די סוף איז נאנט הייבט מען אן מתקן צו זיין..

אבער היינט איז דאך אכשר דרא.. מ'שטעלט מגיהים און מ'פאריכט גלייך אינעם ספר אליין.. דאן איז דאך נישט מער ווי רעכט אז מיר דארפן אויך פארריכטן נאך אין די יונגע יארן...

*

שוין דארף מען דאך דרשנ'ען נעיצת סוף התורה בתחילתה.. חסידים הראשונים האבן קיינמאל נישט געקוקט אויף די אייגענע צרכים.. נאר געווען גרייט צו גיין אין פייער פאר'ן באשעפער.. אבער פאר יענעם.. ביי חסידים האט מען געזאגט.. יענעמס גשמיות איז די אייגענע רוחניות.. לכל האותות והמופתים.. משרע"ה איז געגאנגען צו פרעה אן קיין חשבון וואס פרעה קען איהם טוהן.. אבער לעיני כל ישראל. פאר יענעמ'ס וועגן.. בראשית ברא.. קודם דארף מען זארגן פאר זיין געזונט און וואוילזיין..

*

האט אמאהל דער סאטמארער רב זיך אויסגעדרוקט.. ווען דער ממונה אינצוטיילן די טעג פאר די בחורים האט זיך אפגערעדט.. פארהאן בעלי בתים וואס נעמען אויף זיך א טאג.. אבער למעשה גיבן זיי נישט דעם בחור'ל נאר מיטאג.. האט ער געזאגט.. ויהי איז דאך א לשון צער.. ויהי ערב.. ביי נאכטמאהל לאזט מען דעם בחור הונגערן.. ויהי בוקר.. און ביי פרישטאג אויך.. אבער האלטן האלטן זיי אז זיי געבן יום אחד.. זיי רעכענען עס פאר א גאנצן טאג..

*

און פארשטייט זיך קען מען נישט אויסלאזן די פרשה פונעם אם כל חי.. דער חסד וואס דער באשעפער האט געטוהן מיטן געבן פארן מענטש דעם עזר כנגדו.. ווי ר' פינחס'ל קאריצער האט מסביר געווען.. אזוי שעמט זיך דער מענטש.. ער מוז געבן צדקה.. אנישט העט מען איהם באזונגען אלץ קמצן.. אבער יעצט איז דא אן עצה.. ס'ווייב לאז נישט געבן..

*

ווי דער כתב סופר טייטשט מיט דעם יסוד.. הנושא אשה מוחלין לו כל עוונותיו.. מער האט מען נישט קיין טענות אויף איהם.. ער האט א קנאקעדיגע תירוץ.. ס'רעבעצין איז שולדיג..

*

איז א אמאהל געקומען א אינגערמאן צו הרה"ק ר' אברהם דוב פון חמעלניק.. און דער רבי פרעגט איהם איבערן מצב הפרנסה.. ענטפערט דער אינגערמאן ער זיצט אויף קעסט ביים שווער.. פרעגט דער רבי.. און וואס טוסטו.. זיצטסט כאטש און לערנסט.. הייבט דער אינגערמאן אן זיך צו פארענטפערן.. די ווייב וויל ער זאל זיך לערנען האנדלען..

זאגט איהם דער רבי.. אדם הראשון האט געענטפערט האשה אשר נתת עמדי.. וואס הייסט דאס עמדי.. אז כאטש זי איז טאקע שולדיג.. בין איך אבער בדעה אחת מיט איהר.. איך וויל אויך אזוי..

*

און נניח אז מ'טוט טאקע נאר אויף איהר באפעל.. שטייט שוין אז אדם הראשון'ס פסק הייבט זיך אהן.. כי שמעת לקול אשתך.. דאס איז שוין א חטא בפני עצמו..

*

אבער אז מ'קוקט אינעם בעל הטורים.. היא נתנה לי מן העץ.. זי האט איהם דערלאנגט מיט'ן שטעקן.. דאן איז דאס שוין א שטיקל לימוד זכות..



דארף מיר לויפן.. האטס אלע א פרייליכע שבת בראשית.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p3037732
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

פרשת נח ~ תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוט'ן חודש און א גוט'ן ליל שישי!


איז מיר די וואך איינגעפאלן א אפענע רמז.. אויפ'ן ענין פון זיך צוזאמענקומען בחבורה ליל שישי.. ביי א גלעזעלע משקה פארשטייט זיך.. נעמליך שיש"י איז נוטריקין י"ש און נאכאמאהל י"ש.. א גלעזל יי"ש פאר מיר און א גלעזעלע פאר דיר..

ואם תאמר.. אפשר מיינט עס גאר צוויי גלעזעלעך י"ש.. קען דעך נישט זיין.. ווי חסידים האבן געטייטשט.. י"ש.. א גלעזעלע משקה.. דורשין אותו לשבח.. אבער וי"ש.. מיט א ו' מוסיף.. מ'טרינקט שוין צופיהל.. דאן איז עס שוין לגנאי..

איי ווי קומט אריין דאס ענין ביי נח'ן.. דאס איז שוין נישט קיין קשיא.. ערשטנס.. אין מגילה שטייט דאך אויך 'ונח מאויביהם'.. והשנית.. נח איז דאך געווען דער ערשטער טרינקער אין דער וועלט.. ויטע כרם.. וישכר.. נאר וואס דען.. נח ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער כאטש געוואוסט וואס איז פארגעגאנגען.. מה שאין כן לוט איז אנגעקומען צו א גרעסערע דרגה.. ולא ידע.. מילא שטומט דאך זייער פיין.. וי"ש דורשין לגנאי.. ווען נח האט זיך צופיהל אנגעטרונקען איז שוין נישט קיין גרויסע שבח.. אבער אילו היה בדורו של אברהם.. דאן איז געווען א לוט.. לא היה נחשב לכלום.. זיין געטרונקעכץ איז גארנישט קעגן לוט'ס..

*

על דרך הנ"ל ווערט געברענגט אין 'גן יוסף'.. אמאהל איז געווען אן אורח.. ביי די בראנפן האט דער בעה"ב זיך אנגעגאסן א פיין גלעזל משקה.. אבער דעם אורח'ס גלעזל איז געווען בבחינת 'סבאך מהול במים'.. מער וואסער ווי יי"ש.. זאגט דער אורח.. י"ש איז לשבח.. אבער ווען ס'איז וי"ש.. אריינגעמישט נאך עפעס.. דאן איז עס שוין לגנאי..

*

קען אויך זיין.. אז מ'טרונקט א לחיים און מ'רעדט פון צדיקים.. מ'זאגט נאך מאמרים און עובדות.. אז ס'איז י"ש מרבותינו.. מ'רעדט פון די רבי'ס.. דאן איז עס לשבח.. אבער אז ס'סתם וי"ש דורשים.. מ'פלאטקעט סתם ארום.. איז שוין נישט אזוי איי איי איי..

*

ובפרט ליל שישי דארף מען עוסק זיין בתורה וחסידות.. היינט נאכט איז דאך די יארצייט פון הרה"ק ר' ברוכ'ל סערעטער זי"ע.. וואס האט נאכגעזאגט פונעם שווער מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע.. בשם זיין טאטן דער מיטעלער רב זי"ע.. אז מ'איז עוסק בתורה וחסידות ליל שישי.. קען מען שפירן א טעם אינעם שבת..

*

נו.. אויב אזוי.. דארף מען טאקע נאכזאגן פון צדיקים.. דעם שבת איז דאך די יארצייט פון הרה"ק ר' אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע.. ווערט געברענגט משמו.. פון ר"ח אלול ביז ר"ח מרחשון איז 58 טעג.. כמספר נח.. דאן איז איש צדיק תמים היה.. ווייל א"ת איז נוטריקין אלול תשרי.. איז את האלקים התהלך נח..

קען מען צולייגן.. שבת איז דאך אויך די יארצייט פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע.. איז ידוע ואס ער האט געזאגט מרחשון איז מלשון רחושי מרחשין שפותייהו.. די ליפן שאקלען זיך נאך פון די תפילות פון די הייליגע טעג.. קומט אויס אז מ'שטיימיר מיר היינט ביי אלה תולדות נח.. די המשך צו די הייליגע טעג..

*

די וועלט זאגט נאך.. רש"י איז מדייק אז בפניו זאגט מען נאר מקצת שבחו.. ווייל קודם שטייט איש צדיק תמים.. און בפניו שטייט נאר כי אותך ראיתי צדיק.. איז דאך שווער.. אויב פון צוויי שבחים זאגט מען איינס.. איז דאס מחצית שבחו.. מקצת איז משמע אז ס'איז ווייניגער ווי האלב.. נאר מוז זיין אז "איש" איז אויך א שבח.. קודם דארף מען זיין א מענטש..

*

פון ר' אייזל חריף ווערט געברענגט.. רש"י זאגט אויפ'ן יונה.. אומר אני שזכר היה.. פון וואנעט נעמט רש"י דאס?.. נאר אז דער יונה איז געפלויגן א גאנצן טאג מיט א בלעטל אין מויל.. מוז זיין אז ס'האט נישט געעפנט דאס מויל די גאנצע טאג.. זאגט רש"י גלייך.. אומר אני שזכר היה.. א נקבה קען דאס נישט באווייזן..

דער רמב"ן קריגט זיך אבער אויף רש"י.. און ער האלט אז דער פסוק זאגט א לשון נקבה.. איז עס געווען א נקבה.. איז דאך אבער טאקע שווער די קשיא.. ווי האט זי געקענט האלטן דאס מויל.. קען אפשר זיין.. ס'ווערט געברענגט אז די שילוח היונה איז געווען אין שבת קודש.. שטייט דאך אין תוס' (שבת קיג:) בשם המדרש.. אז רשב"י האט געהייסן זיין מאמע שווייגן אין שבת.. ס'זאל נישט זיין דיבורך בשבת כדיבורך בחול.. דאס איז פשט יונה מצאה בו מנוח.. אין שבת האט זי זיך געקענט האלטן דאס מויל..

*

קען אבער זיין א'נאנדער ראיה אז ס'איז געווען א זכר.. רש"י ברענגט דאך.. אמרה יהיו מזונותי מרורין כזית בידו של הקדוש ברוך הוא, ולא מתוקין כדבש בידי בשר ודם.. בעוד וואס בדרך הטבע זענען ווייבער אויסגעשטעלט צו ווערן געשפייזט דורך זייערע מענער..

שטייט טאקע אין ספר דבש השדה.. חז"ל דרש'נען דאך וישאר אך נח.. הכישו ארי פארן פארשפעטיגן איהם צו ברענגען עסן.. אבער אחורי ארי.. בעסער פארשפעטיגן פאר א לייב.. ולא אחורי אשה.. אויב מ'שטעלט איר נישט צו וואס זי וויל.. איז עס אסאך אסאך ערגער..

*

ולסיום א שטיקל פשעטל פון ספר בנין דוד.. ער איז מדייק וואס זאגט דער פסוק.. ואני ההני מביא את המבול מי וגו' אשר בו רוח חיים.. אודאי רעדט מען פון לעבעדיגע באשעפענישן..

בהקדם מיט'ן באקאנטע מעשה.. פונעם צאנזער רב זי"ע וואס האט אפיר געהאלטן א איד פארן משיג גבול זיין א צווייטן.. אבער דער איד טענה'ט.. יענער איז א רשע.. א מצוה איהם צו באגראבן..

האט דער צאנזער רב געענטפערט.. ביי יציאת מצרים שטיייט אז אידן האבן נישט געהאט קיין זכות.. אפילו זיי האבן באגראבן מער ווי מיליאן רשעים ביי מכת חושך.. איז א ראיה אז אפילו א רשע איז נישט קיין מצוה איהם צו באגראבן.. האט אבער דער גארלימער רב צוריק געטענה'ט.. פון דארט איז נישט קיין ראיה.. דארט איז שוין געווען נאכן שטארבן.. א לעבעדיגע רשע איז יא א מצוה צו באגראבן..

שטייט דאך פונעם ערשטע בעלזער רב זי"ע.. חז"ל דרש'נען ביי המנ'ען.. על העץ אשר הכין לו.. לו הכין.. ווייל הכנה איז נאר שייך ביי א מצוה.. ממילא אז ס'שטייט הכין.. מוז זיין אז ס'איז א הכנה אויף מצות מחיית עמלק..

נו.. אז דער באשעפער זאגט ואני הנני מביא מבול.. און רש"י טייטשט 'הנני מוכן'.. ווערט דאך שווער.. איז דען א מצוה אוועק צו לייגן א רשע.. ענטפערט דער פסוק גלייך.. אשר בו רוח חיים.. א לעבעדיגער רשע איז א מצוה צו באגראבן..


לחיים לחיים!!

האטס מיר א דערהויבענעם שבת!!

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p3054319
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

פרשת לך לך ~ תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אוראייניקל האט געשריבן:האלטן מיר שוין ביי א פרישע ליל שישי!


הייב מיר אן מיט א גלעזעלע לחיים כנהוג.. ווי ס'איז מרומז אין די וואכעדיגע סדרה.. וישא לוט את עיניו וירא את כל ככר הירדן כי כלה משקה.. פארשטייט זיך אז לוט איז גלייך אהינגעגאנגען.. לוט איז דאך נוטריקין ל'חיים ט'ובים ו'לשלום.. זאגט גלייך דער פסוק.. כגן ה'.. ס'איז ממש א גן עדן.. און ווען איז די צייט.. כאר"ץ מצרי"ם.. וואס איז גימטריא לי"ל שיש"י (עם הכולל)..

און דאס קען זיין די המשך.. ואנשי סדם רעים וחטאים.. ווי ס'ווערט געברענגט פון קאלאשיצער רב זי"ע.. סד"ם איז ס'עודת מ'לוה ד'מלכה.. רעים.. מ'חבר'ט זיך.. וחטאים.. מ'רייניגט זיך.. לה' מאד.. און דאס איז אויך די ענין פון ליל שישי באהבת רעים.. מיט א חסידישע פארברענג זיך צו גרייטן לכבוד שבת..

*

אבער פארשטייט זיך אז הגם מ'זעמיר ע"פ רוב אייניקלעך פון לוט.. היות מער ווייניגער איז זיך יעדער מתייחס היינט צו טאגס צו דוד המלך.. דארף מען עס האלטן אין די ראמען.. ווי ס'האט זיך אויסגעדרוקט דער ראפשיצער רב זי"ע.. זעהענדיג א קבוצה אידן וואס האבן אפגעלערנט די ענין פון תפילת ותיקין.. אז ס'איז מלשון תיקון.. און די עיקר איז אנצוקומען צום לחיים דערנאך.. אז יעדע תפילה איז מרומז אנעם צווייטן אות פונעם מחבר.. א'ב'רהם - בקר.. י'צ'חק - צהריים.. י'ע'קב.. ערב.. און זייערע ותיקין איז מרומז אין ל'ו'ט..

*

שטייט פונעם סקולענער רבי בעל נועם אליעזר.. רש"י זאגט לך לך.. להנאתך ולטובתך.. און רש"י רעכנט אויס.. דארט וועט ער זוכה זיין צו קינדער.. ועוד שאודיע טבעך בעולם.. איז דאך שווער אין די קומענדיגע פסוק שטייט טאקע ואעשך לגוי גדול און ואגדלה שמך.. אבער פארוואס האט רש"י אויסגעלאזט דעם 'ואברכך בממון'.. נאר דאס איז מובן מאיליו.. אז מ'ווייל ס'זאל זיין אודיע טבעך בעולם.. מוז ממילא זיין א דררא דממונא דערין..

*

ווי ס'ברענגט דער גן יוסף.. ואת הזוזים בהם.. זאגט די תרגום.. וית תקיפיא.. די גאנצע תקיפות קומט אז מ'האט אפאר זוזים..

*

האבן געלט איז טאקע א געשמאקע זאך.. אבער נאר ווען ס'איז אייגנס.. ווי ס'איז מסביר הגה"ק ר' שלמה קלוגער.. ואברם כבד מאוד במקנה בכסף ובזהב.. זייט ווען איז געלט א שווערע זאך.. נאר איז רש"י מסביר.. בחזרתו פרע הקפותיו.. שלעפן יענעמס געלט איז שוין איינמאל שווער..

*

אבער מ'לערן מיר זיך פון דעם.. שפעטער אין די פרשה זעה מיר.. אברהם אבינו וויל נישט נעמען ביים מלך סדום.. ולא תאמר אני העשרתי את אברם.. פרעגן אלע.. וואס איז פרעה אנדערש.. דא האט אאע"ה נאך געזאגט פאר שרה.. למען ייטב לי בעבורך.. יתנו לי מתנות.. נאר די חילוק איז.. דא איז ער געווען שולדיג געלט.. זיין א פרומער אויף יענעמ'ס חשבון איז נישט קיין מהלך.. דאן דארף מען זעהן צו באצאלן בכל אופן שיהיה..

*

נו.. וואס טוט מען אבער אז מ'האט נישט קיין געלט.. ברענגט דער מקור ברוך בשם זיין פעטער הרה"ק מאנטניא זי"ע.. אברהם אבינו האט מורא געהאט וואס ועט זיין אז א איד וועט דארפן צוקומען צו צדקה.. האט איהם הקב"ה בארואיגט.. פארהאן צדקות וואס דער עולם האט ליב צו געבן.. כי גר.. ווען א גר קומט נאך געלט.. יהיה זרעך.. א רעביש אייניקל.. בארץ.. א א"י איד.. און לא להם.. א גבאי צדקה וואס גייט פאר יענעם..

*

און צדיקים האבן טאקע מיט דעם געטייטשט.. בך חותמין ולא בהם.. אז די גלות וועט מען ענדיגן מיט אברהם אבינו'ס מדת החסד.. איז געווען איינער וואס איז גאר געווען אן אייניקל פונעם 'מגן אברהם'.. ואף על פי כן האט ער קיין צדקה נישט געגעבן.. נאר שטענדיג זיך בעגענוגט מיט'ן יחוס זיינער.. האט איהם א משולח געזאגט.. דער מגן אברהם איז טאקע זייער גרויס.. אבער אן קיין מחצית השקל קאן מען איהם נישט פארשטיין..

*

און אז מ'רעדט פון מגן אברהם.. איז באקאנט פון הרה"ק ר' מרדכי'לע פון נאדבורנא זי"ע.. אברהם אבינו מיט זיין גרויסע הכנסת אורחים.. האט דאך אוודאי מיט געגעסן מיט יעדע גאסט.. נו ווי אזוי פארנעמט מען אזא אכילה.. האט איהם דער באשעפער בארואיגט.. אנכי מגן לך.. איך וועל דיר צושטעלן א שטארקע מאגן..

האב מיר שוין אמאהל מיט דעם פארענטפערט.. פארוואס נאך א גאנצע סעודה פרייטיג צו נאכטס.. קומט מען צוזאם מיט א פרישקייט ביי א באטע.. ביי שלום זכר'ס.. און מ'נעמט זיך אריינרוקן.. כאילו מ'האט נישט יעצט געענדיגט א גאנצע סעודת שבת.. נאר לויט ווי ס'שטייט אין די ספרים אז סעודת ליל שבת איז קעגן אברהם.. און אברהם האט דאך געהאט די מדה פון א פרישע מאגן יעדעס מאל..

קען דאס טאקע זיין די טעם פארוואס מ'טרונקט דאן דייקא ביר.. די פסוק איז דאך גלייך ממשיך.. 'שכר'ך הרבה מאוד...

*

אבער אין זוה"ק איז משמע אז סעודת יום השבת איז גאר קעגן אברהם.. איז דאך אויך פשוט אז פאר'ן סעודה פון שבת בייטאג דארף מען צוקומען צו דעם ברכה פן אנכי מאגן לך..

קען דאס טאקע זיין די רמז וואס שם בן נח האט געזאגט.. וברוך קל עליון.. ווען זינגט מען דעם זמר ברוך קל עליון.. אשר מגן.. ווען מ'נוצט דער כח המאגן וואס מ'האמיר פון אברהם אבינו..

*

ווי האט דער אדר"ת.. הג"ר אברהם דוד ראבינאוויטש-תאומים געזאגט פארן רעבעצין.. ווען זי האט געוואלט ער זאל שוין קומען עסן.. און ער האט נאכנישט געהאלטן דערביי.. דו האסט טאקע א 'שולחן ערוך'.. אבער דער 'מגן אברהם' און דער 'מגן דוד' קריגן אויף דעם...

*

האבן מיר נאך אין די סדרה.. את הנפש אשר עשו בחרן.. פרעגן אלע די קשיא.. וואס איז געווארן מיט זיי.. ווי זענען זייערע אייניקלעך.. זאגט הרה"ק ר' העניך פון אלעקסאנדער.. אברהם אבינו איז געווען א צוגעלאזענע רבי.. זיך געפירט מיט מדת החסד... מקרב געווען אידן.. לאחר פטירתו.. דער נייער רבי.. א שטרענגע רבי.. פחד יצחק.. איז עס זיי נישט געפאלן.. וואס עפעס א נייע דרך.. נו אז זיי האבן אפגעלאזט דעם רבין.. איז שוין פון זיי גארנישט געבליבן..

*

ווי ס'שטייט אין דברי יחזקאל.. אאע"ה האט זיך אפגערעדט.. ובן משק ביתי הוא דמשק אליעזר.. דרש'נען חז"ל.. דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים.. נו.. וואס איז שלעכט.. אדרבה איז דאך דא ווער ס'זאל ממשיך זיין די שושלת.. נאר סתם נאכמאכן איז נישט קיין קונץ.. אברהם אבינו האט געוואלט א ממלא מקום וואס קען מחדש זיין נייע דרכים אין עבודת השם..

*

ולסיומא דמילתא.. א שיינע סיפור פון הרה"ק ר' מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע.. איז אמאל געקומען צו איהם א איד מיט א קוויטל געהאלפן צו ווערן מיט קינדער.. און דער איד האט געגעבן א שיינע פדיון.. אבער ארויסקומענדיג.. ווען די גבאי האבן איהם געבעטן גבאי געלט.. האט ער נישט געהאלטן ביים געבן.. און ס'איז געווארן א געראטשקע דארט..

ר' מאיר'ל האט געהערט וואס טוט זיך.. האט ער געזאגט צו דעם איד.. ס'איז אמאל געווען א מלך סדום.. וואס האט נישט געהאט קיין קינדער.. ער איז שטענדיג געגאנגען צו זיין רבי'ן שם בן נח.. אבער ער איז נישט געהאלפן געווארן..

אמאהל הערט ער אז ס'איז דא א נייע רבי.. ר' אברם.. גייט ער פרעגן זיין רבי'ן צו ער מעג גיין מיט א קוויטל צו איהם.. זאגט איהם דער רבי.. כ'דארף איהם פארהערן.. כ'וועל איהם מאכן א סעודה.. הוציא לחם ויין.. און מ'העמיר זעהן מה טיבו.. נאך דעם סעודה זאגט איהם ר' שם.. יא.. ער איז אן ערליכע איד.. קענסט גיין צו איהם..

דערמלך סדום קומט צו ר' אברם.. תן לי הנפש.. בענטש מיר מיט א קינד.. והרכוש קח לך.. נאדיר א שיינע פדיון.. זאגט איהם דער רבי.. איך דארף נישט דיין געלט.. בלעדי רק אשר אכלו הנערים וכו'.. אבער די גבאים און די שטוב מענטשן.. הם יקחו חלקם..זיי זאלסטו געבן וואס קומט זיך זיי..

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p3069454
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”