תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

אנצוהייבן א אשכול מיט א איש השכולות קען מען נאר מיט ר' יענקעלע א גאון עצום בקי אין יעדע ווינקעל פון נגלה ביז נסתר. געשווימען מיט זיין מהלך פון אנקוקען א זאך אינדרויסן פון די באקס האט ער געטראפן אין די שווערסטע קצותן די מעסעדש וואס ער האט געוואלט ארויסברענגן.

זיינע מידות איז א קאפיטעל פאר זיך די ענוה פארקוקונדיג אויף זיינע מעלות און ווערנדיג א שד"ר צו זאמלען געלטער פאר ישיבות זיך אראפלאזנדיג צו יעדן וואס האט געקענט שעפן חיזוק

זיין התמדה איז ברעכנד ווען ער האט אלס יונג בחור'ל איבערגעצויגן די שטריקל און זיין ראש ישיבה דער נובהרדוקער האט עהם געצווינגען איינצוציען דעם פאסיקל פון התמדה ער זאל נישט אונטערברעכן זייענדיג גאר א שוואכע קערפער

דאס אלעס און נאך אסאך זאכן האבן פארוואנדעלט זיינע ספרי והגדת פאר א אוצר פון בריליאנטען אבער זייענדיג אין בעסטן פאל א שווערע לשון הקודש האט עס נישט געהעריג אפיעלט צו אונזער היימישע עולם און דאס איז א מוראדיגע פארלוסט

צוליב דעם האב איך אונטער גענומען די לייצעס מיינע און געפענט א אשכול כאטש איך בין נאך פון די גאנץ יונגע דא. אבער איך האב איינגעזען די וויכטיגקייט צו איבער טייטשן איין תורה א וואך מיט א פארשטענדליכע אידיש צום הנאה פון די פארשטייערס

אויב איינער האט סיי וואס צוצולייגן א עובדה א טייטש פון דעם גאון הגאונים זאל עס נישט האלטן ביי זיך
אזוי אויך אויב איינער וויל איבערטייטשן נאך תורות עלה והצלח
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

זייער חשוב, א ריזיגן יישר כח פון פאראויס. מיר ווארטן מיט דארשט.
געשטימט פאר ראשעק הול
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט שווערע לשון קודש, אביסל העברעישע ווערטער וואס כמעט יעדער וועט פארשטיין איך האב דורך געליינט אלע פינף בענדער על התורה, מתוק מדבש, אזעלכע אינטערעסאנטע רעיונות צוקער זיסע משלים מיט א שניידענדע מוסר השכל, איך מיין אז די סיבה איז ווייל מען האט נישט געהערט פון אים קיין סאך אין וויליאמסבורג פשוט ווייל ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל אין נישט געהאט קיין סך מיט סאטמאר אין נישט איבער געדרייט די וועלט מיט זיין קנאות, הגם ער האט בפועל לוחם געווען קעגן די ציונים ווי ער אליין פלעגט פארציילן אז ער איז געגאנגען בשליחות פונעם חזון איש צוזאמען מיט נאך אפאר חברים זיך אריינכאפן אין תימן'ע לאגערן צו זען וואס מען קען ראטעווען, פארשטייט זיך אז ער נישט געקענט גיין פון די הויפט אריינגאנג האבן זיי זיך אריין געכאפט פון א לאך אינעם צוים, איך געדענק נישט פונקטליך די מעשה אבער ווען מהאט זיי באמערקט זענען זיי אנטלאפן, אים האט מען אבער יא געכאפט, ער פארציילט ווי זיי האבן אים אזאנס אנגע'מקל'ט צום סוף האט ער זיך ארויס געדרייט מיט זיין פיקחות, זיינע חברים זענען געקומען פארציילן פארן חזון איש אז מען האט אים געכאפט האט דער חזון איש געשמייכלט, "זיי האבן אים נישט געכאפט, ער האט זיי געכאפט..

איך וואלט געשריבן אפאר קרישקעלעך (גוט געספעלט?) איין זיסע משל קומט מיר יעצט ארויף, ער איז געווען זייער א נידריגע מענטש האט ער פארציילט אז ווען ער גייט שלאפן איז די בעט זייער גרויס, קיינמאל האט זיין פיס נישט געגרייכט די אנדערע עק.... איין שיינעם פרימארגן וועקט ער זיך אויף און נישט מער נישט ווייניגער ער איז געוואקסן!! זיין קאפ ליגט איין עק און די פיס גרייכט די אנדערע עק!!! ער נעמט זיך שרייען צו זיין ווייב, א נס! א נס! זיין וויב קומט צו לויפן און ער ווייזט איר, קוק! איך בין געוואקסן, די קאפ ביי איין עק אין די פיס ביי די אנדערע! זיין ווייב נעמט זיך לאכן און זאגט אים, "יענקעלע יענקעלע די ליגסט און די ברייט".....

די מוסר השכל.... דענקעך שויניש
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

קאנסאלטענט האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט שווערע לשון קודש, אביסל העברעישע ווערטער וואס כמעט יעדער וועט פארשטיין איך האב דורך געליינט אלע פינף בענדער על התורה, מתוק מדבש, אזעלכע אינטערעסאנטע רעיונות צוקער זיסע משלים מיט א שניידענדע מוסר השכל, איך מיין אז די סיבה איז ווייל מען האט נישט געהערט פון אים קיין סאך אין וויליאמסבורג פשוט ווייל ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל אין נישט געהאט קיין סך מיט סאטמאר אין נישט איבער געדרייט די וועלט מיט זיין קנאות, הגם ער האט בפועל לוחם געווען קעגן די ציונים ווי ער אליין פלעגט פארציילן אז ער איז געגאנגען בשליחות פונעם חזון איש צוזאמען מיט נאך אפאר חברים זיך אריינכאפן אין תימן'ע לאגערן צו זען וואס מען קען ראטעווען, פארשטייט זיך אז ער נישט געקענט גיין פון די הויפט אריינגאנג האבן זיי זיך אריין געכאפט פון א לאך אינעם צוים, איך געדענק נישט פונקטליך די מעשה אבער ווען מהאט זיי באמערקט זענען זיי אנטלאפן, אים האט מען אבער יא געכאפט, ער פארציילט ווי זיי האבן אים אזאנס אנגע'מקל'ט צום סוף האט ער זיך ארויס געדרייט מיט זיין פיקחות, זיינע חברים זענען געקומען פארציילן פארן חזון איש אז מען האט אים געכאפט האט דער חזון איש געשמייכלט, "זיי האבן אים נישט געכאפט, ער האט זיי געכאפט..

איך וואלט געשריבן אפאר קרישקעלעך (גוט געספעלט?) איין זיסע משל קומט מיר יעצט ארויף, ער איז געווען זייער א נידריגע מענטש האט ער פארציילט אז ווען ער גייט שלאפן איז די בעט זייער גרויס, קיינמאל האט זיין פיס נישט געגרייכט די אנדערע עק.... איין שיינעם פרימארגן וועקט ער זיך אויף און נישט מער נישט ווייניגער ער איז געוואקסן!! זיין קאפ ליגט איין עק און די פיס גרייכט די אנדערע עק!!! ער נעמט זיך שרייען צו זיין ווייב, א נס! א נס! זיין וויב קומט צו לויפן און ער ווייזט איר, קוק! איך בין געוואקסן, די קאפ ביי איין עק אין די פיס ביי די אנדערע! זיין ווייב נעמט זיך לאכן און זאגט אים, "יענקעלע יענקעלע די ליגסט און די ברייט".....

די מוסר השכל.... דענקעך שויניש

זייענדיג אויסגעקאכט אין זיין השקפה וועל איך דיר זאגן די מוסר השכל

א מענטש וואס ער האלט אז ער איז קלוג און ער ווייסט אלעס מיינט עס אז ער ליגט און די ברייט ער ווייסט פשוט נישט וויפיל סדא צו וויסן און אז סדא א לענג אויך

בנוגע די עברית וואס די שרייבסט איז מיין טענה אז וויבאלד עס ליינט זיך נישט אזוי זאפטיג ווי א אידישע ארטיקל כאפט עס נישט וויפיל מענטשן די תוכן וואלט ווען געדארפט כאפן...
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

יישר כח!
איך האב פארגעסן צו דערמאנען וועגן זיין מסירות נפש אונטער די קאמוניסטן, און וויאזוי ער איז געראטעוועט געווארן פון די נאציס ימ"ש דורך זיין מסירות נפש אויף שמירות שבת, א פארציטישע ירושלים'ער מגיד זי"ע

אונז קוקן ארויס אויף דיין הייליגע ארבעט און מהאמיר זיך סובסקרייבד צום אשכול
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רבי יאנקאלע פלעגט זאגן:
היינטיגן דור איז נישטא קיין אלטע אידן!
איי מ'זעהט דאך יא עלטער אידן וואס לעבן נאך?
זיי זענען נאך פון פריערדיגן דור....

געהערט איינמאל א דרשה פון איהם, אוי איז ער זיס געווען. געטריבן חויזעק פון זיין נידריגקייט און גערעדט מיט א זיסן שפראך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קאנסאלטענט האט געשריבן:איך וואלט געשריבן אפאר קרישקעלעך (גוט געספעלט?) איין זיסע משל קומט מיר יעצט ארויף, ער איז געווען זייער א נידריגע מענטש האט ער פארציילט אז ווען ער גייט שלאפן איז די בעט זייער גרויס, קיינמאל האט זיין פיס נישט געגרייכט די אנדערע עק.... איין שיינעם פרימארגן וועקט ער זיך אויף און נישט מער נישט ווייניגער ער איז געוואקסן!! זיין קאפ ליגט איין עק און די פיס גרייכט די אנדערע עק!!! ער נעמט זיך שרייען צו זיין ווייב, א נס! א נס! זיין וויב קומט צו לויפן און ער ווייזט איר, קוק! איך בין געוואקסן, די קאפ ביי איין עק אין די פיס ביי די אנדערע! זיין ווייב נעמט זיך לאכן און זאגט אים, "יענקעלע יענקעלע די ליגסט און די ברייט".....

די מוסר השכל.... דענקעך שויניש

אויך געהערט פון איהם אז ער איז שוין היינט העכער פון די טווין טאווערס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

קאנסאלטענט האט געשריבן:ווי ער אליין פלעגט פארציילן אז ער איז געגאנגען בשליחות פונעם חזון איש צוזאמען מיט נאך אפאר חברים זיך אריינכאפן אין תימן'ע לאגערן צו זען וואס מען קען ראטעווען, פארשטייט זיך אז ער נישט געקענט גיין פון די הויפט אריינגאנג האבן זיי זיך אריין געכאפט פון א לאך אינעם צוים, איך געדענק נישט פונקטליך די מעשה אבער ווען מהאט זיי באמערקט זענען זיי אנטלאפן, אים האט מען אבער יא געכאפט, ער פארציילט ווי זיי האבן אים אזאנס אנגע'מקל'ט צום סוף האט ער זיך ארויס געדרייט מיט זיין פיקחות, זיינע חברים זענען געקומען פארציילן פארן חזון איש אז מען האט אים געכאפט האט דער חזון איש געשמייכלט, "זיי האבן אים נישט געכאפט, ער האט זיי געכאפט..

עס איז געווען מיט די ילדי טעהראן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

אלס יונגעלע פלעגט זיך רבי יענקעלע ארומדרייען מיט א אלטע אפגעשטויבטע גלעזער אין טאש צום ווינדער פון זייינע ארומיגע אבער קיינער האט נישט געלייגט קיין האנט אויפן סיבה

איינמאל האט עהם זיין מאמע גענומען אויף א דרוגענליכע אויספארשונג אין נאכן גראבן טיף האט זי דערווישט דעם מיליטערישען סוד נעמליך די סבה פון די גלעזער אויסברוך

דער קליינער יענקעלע האט מיטן פולסטען תמימות מסביר געווען זיין מוטער אז ווען אליהו הנביא גייט קומען גייען אלע רוחניותדיגע שישקעס... זיך טשאשקענען מיט אליהו הנביא ער וועט זיין ארומגענומען מיט שורות תלמידי חכמים איז ווי וועל איך קענען צוקימען צו עהם

וויסנדיג אז זאל זיין וואס זאל זיין מיז ער טרעפן אליהו הנביא האט ער אפירגעזוכט א מין אבידה וואס די גמרא זאגט דערויף מונח עד שיבוא אליהו....וועט מען עהם שוין מוזן צולאזן און דאס איז געווען די גלעזער....

מיט אזא ריינע תמימות וואס האט געשריגן פון עהם אלס קינד מוז מען זאגן אז די פקחות וואס מען האט געזען אויף אים אלס ערוואקסענער איז נישט געווען אלס א נאטור נאר אלס א עבודת השם....
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

איינס האט געשריבן:רבי יאנקאלע פלעגט זאגן:
היינטיגן דור איז נישטא קיין אלטע אידן!
איי מ'זעהט דאך יא עלטער אידן וואס לעבן נאך?
זיי זענען נאך פון פריערדיגן דור....

געהערט איינמאל א דרשה פון איהם, אוי איז ער זיס געווען. געטריבן חויזעק פון זיין נידריגקייט און גערעדט מיט א זיסן שפראך.

איינס איך בין דיר מקנא...איך וואלט אוועקגעגעבן האלב פון מיין כח הנגינה..... צו זיצן איינמאל ביי זיין שיעור..

ערנסט גערעדט איך האב עהם באמערקט תיכף נאך זיין פטירה און איך רייס מיר נאך יעצט די האר פון קאפ פארן זיך נישט צושארן פריער צו די שפייאכץ פון זיין מויל
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

איינס האט געשריבן:רבי יאנקאלע פלעגט זאגן:
היינטיגן דור איז נישטא קיין אלטע אידן!
איי מ'זעהט דאך יא עלטער אידן וואס לעבן נאך?
זיי זענען נאך פון פריערדיגן דור....

געהערט איינמאל א דרשה פון איהם, אוי איז ער זיס געווען. געטריבן חויזעק פון זיין נידריגקייט און גערעדט מיט א זיסן שפראך.

פותחין בכבוד האכסניא 'הרב צופלאטשקעט'
ייש''כ פארן עפענן דעם אשכול,
זיינע ספרים איז פיל מיט בליציגע רעיונות און הומאריסטישע ווערטלעך, און אייביג מיט א זיסער מוסר השכל,
אדרבה ברענג אריין אהער אביסל פון זיינע הערליכע סחורה (איך האב נישט זיין ספר ביי מיר אינדערהיים)
-----------
עס זענען דא זייער אסאך ווערטלעך פון זיי נידריקייט וואס ער האט אליינס געמאכט,
עס האט מיט טאקע געווינדערט פארוואס ער האט אזויפיל חוזק געמאכט דערפון,
(אפשר אזוי א.מ. מאלך מאכט חוזק פון זיין דיקקייט..)
איך האב אייינמאל געהערט אז ער האט געוואוינט אויפן פיפטן שטאק און איינמאל איז ער אריין אינעם עליוועטאר און ער האט געדריקט די נומער דריי
עס איז אנגעקומען צו דעם שטאק האט ער ארויס געוואקט, און ארויף שפאצירט די צוויי שטאק ביז זיין הויז, דער איד וואס איז געווען מיט אים פרעגט עם צו עס ארבעט נאר ביזן דריטן שטאק, האט ער אים געזאגט ניין 'איך האב נאר געגראכט דעם דריטן קנעפל',
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

tףote="שר התורה"]
איינס האט געשריבן:רבי יאנקאלע פלעגט זאגן:
היינטיגן דור איז נישטא קיין אלטע אידן!
איי מ'זעהט דאך יא עלטער אידן וואס לעבן נאך?
זיי זענען נאך פון פריערדיגן דור....

געהערט איינמאל א דרשה פון איהם, אוי איז ער זיס געווען. געטריבן חויזעק פון זיין נידריגקייט און גערעדט מיט א זיסן שפראך.

פותחין בכבוד האכסניא 'הרב צופלאטשקעט'
ייש''כ פארן עפענן דעם אשכול,
זיינע ספרים איז פיל מיט בליציגע רעיונות און הומאריסטישע ווערטלעך, און אייביג מיט א זיסער מוסר השכל,
אדרבה ברענג אריין אהער אביסל פון זיינע הערליכע סחורה (איך האב נישט זיין ספר ביי מיר אינדערהיים)
-----------
עס זענען דא זייער אסאך ווערטלעך פון זיי נידריקייט וואס ער האט אליינס געמאכט,
עס האט מיט טאקע געווינדערט פארוואס ער האט אזויפיל חוזק געמאכט דערפון,
(אפשר אזוי א.מ. מאלך מאכט חוזק פון זיין דיקקייט..)
איך האב אייינמאל געהערט אז ער האט געוואוינט אויפן פיפטן שטאק און איינמאל איז ער אריין אינעם עליוועטאר און ער האט געדריקט די נומער דריי
עס איז אנגעקומען צו דעם שטאק האט ער ארויס געוואקט, און ארויף שפאצירט די צוויי שטאק ביז זיין הויז, דער איד וואס איז געווען מיט אים פרעגט עם צו עס ארבעט נאר ביזן דריטן שטאק, האט ער אים געזאגט ניין 'איך האב נאר געגראכט דעם דריטן קנעפל',[/quote]
;l;p-
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

פרשת קרח

א אינגערמאן קומט אמאל צו צי מיר און זאגט מיר "איך האב געלערנט און יענע אין יענע ישיבה איר קענט זיכער די משגיח דארט א איד א גאון א ערליכער א כליל כל המעלות "

אוודאי האב איך געקענט יענע משגיח אויף עהם זאגט מען(ברכות ו:) כל אדם שיש בו יראת שמים דבריו נשמעין!!

פארציילט ער ווייטער "איך האב חתונה געהאט מיט א מיידל פון בית יעקב וואס איז יונגער ווי מיר. און סאיז מיר שווער געווארן א קשיא וויאזוי איז מעגליך אז מיין גרויסע משגיח האט פרובירט צו ארבעטן אויף מיר 6 יאר איך זאל אויפשטיין צייטליך צום דאווענען אבער ער האט גערעדט צו א וואנט און דא פלוצלינג מיין פרוי איר איז עס יא געלונגען??

זאג איך עהם ברענג מיר א יומא גמרא וואס ער ברענגט גלייך

אויף דף לא. ווייז איך עהם ווי די גמרא פארציילט די מעשה פון אלכסנדר מוקדון ווי ער האט זייער ליב געהאט די חכמה פון די זקני הנגב און ער פלעגט זיי אסאך אויסהערן ער האט זיי אנגעטון שיינע קליידער (פון ארגמן. איז דאס גרין?) און ארויפגעלייגט קרוינען אויף זייער קאפ ווערנדיג נתפעל פון זייער חכמה

איין טאג זאגט זיי אלכסנדר מוקדון איך וויל גיין צו מדינת אפריקע אבער די זקנים האבן געטענעט אז צו דורך גיין אהין דארף מען דורכשפרייזן די הרי חושך וואס איז א שלעכט געשעפט...

אלכסנדר האט זיי שטייף געזאגט איך בין נישט געקומען פרעגן רשות איך בין געקומען מעלדן אז איך גיי

האבן די זקנים געגעבן א עצה פאר אלכסנדר וויאזוי צו גיין און ער האט עס מקבל געווען

אויפן וועג קומט ער אן צו א שטאט ווי עס איז נאר דא פרויען האט ער געוואלט מלחמה האלטן האבן עהם די פרויען געזאגט "מה נפשך אויב וועסטו געווינען וועט מען לאכן פון דיר אז די האסט מורא געהאט פון פרויען און זיי געהרגעט און אויב פארקערט אונז וועלן געווינען גייט דאך די חוזק זיין אסאך גרעסער....

האט ער מסכים געווען און געבעטן עסן ברענגט מען אים א גאלדענע ברויט אויף א גאלדענע טיש דא איז אלכסנדר פארווינדערט געווארן און ער פרעגט "אזוי עסט מען ביי ענק גאלדענע ברויט?? האבן זיי אים קלוגערהייט גענטפערט פאר נארמאלע ברויט וואלטסטו זיך נישט געדארפט שלעפן ביז דא אין דיין שטאט איז דאך אויך דא נארמאלע ברויט!!

ארויסגייענדיג פון דארט האט אלכסנדר געשריבן אויף די ווענט פון די טויערן "איך אלכסנדר מוקדון בין געווען א נער ביז איך בין אנגעקומען צו דער שטאט פון די פרויען און זיי האבן געפענט מיינע אויגן...

זאג איך עהם זעסטו מען זעהט שוין אין די גמרא אזא געדאנק אז די גרעסטע חכמים האבן איינעם עפעס פרובירט מסביר צו זיין און ער האט זיך נישט געוואלט לאזן ביז פרויען האבן עס מסדר געווען...

נאך מער קוק אריין און די וואכעדיגע סדרה פרשת קרח ויקח קרח בן יצהר בן קהת בן לוי וכו' ואון בן פלת פרעגט די גמרא אין סנהדרין קט: ווי איז און בן פלת פארשווינדען געווארן שפעטער אין די פרשה נאר זיין ווייב האט אים געראטעוועט

נישט משה נישט אהרן האבן אים געקענט צוריקברענגן נאר זיין ווייב...

תם ונשלם

(לאזטס מיר וויסן וואס איך קען פארבעסערן ביטע )
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

:roll: שווערער ווי איך האב געמיינט
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

I appreciate your effort!
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קאנסאלטענט האט געשריבן:I appreciate your effort!

סאו דא איי

א. גרויסן יישר כח
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

אפשר אין די עתיד
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

צופלאטשעט האט געשריבן:אפשר אין די עתיד

גיבסט מיר רשות צו פראבירן אויב איך האב צייט?
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

קאנסאלטענט האט געשריבן:
צופלאטשעט האט געשריבן:אפשר אין די עתיד

גיבסט מיר רשות צו פראבירן אויב איך האב צייט?

אדרבא איך וועל ליינען מיט דורשט
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
גוזמא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

ליינענדיג אזוי אויפן וועלטל איז מיר זייער געפאלן די געציילטע תגובות וואס מ’האט געברענגט פון ר’ יאנקאלע גאלינסקי, איך האב שטארק ארויסגעקוקט אז דאס זאל זיין א וועכענטליכע קאלום, איך האב שוין אפילו געמאכט עקסייטעד מיינע קינדער וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די זיסע מאמרים.

נישט קענענדיג זיי דיסעפוינטען מיט דעם שטימעניש וואס דער אשכול האט איינגענומען, האב איך מיך איינגעהאנדלט א ”והגדת”, אהה מיין בעסטע השקעה, מיינע קינדער קענען קוים ווארטן אויף שבת צו הערן וואס יאנקעלע גייט זאגן די וואך, און ב”ה דער איז כמעיין המתגבר, יעדע וואך פרישע חידושים, צוקער זיס, צו די זאך.

נאכן זיך איינהאנדלען דעם אוצר האב איך אינאיינוועגס זיך איינגעשריבן אויפן וועלטל, איך האב שוין לאאאנג פארגעסן דערפון, והנה די וואך זינטאג באקום איך אן אימעיל פון ארענדאר אז ”גוזמא” איז אקטיוו.

אלס אל תמנע טוב מבעליו וועל איך ארויף שליידערן וואס איך האב צוגעגרייט פאר מיינע קינדער אויף די סעודות ערב יו”ק, בלי נדר איך נעם מיך ח”ו נישט אינטער צו שרייבן יעדע וואך, איך בין נישט קיין שרייבער, קיינמאל געשריבן פאר א רבים, אבער אויב ס’וועט זיין אינטערעסע וועל איך זיך משתדל זיין פון צייט צו צייט.

ומכאן הקריאה יוצאת צום פותח האשכול און די אנדערע וואס האבן א געשמאק (און ווער דען נישט) אין יענקעלע’ס מאמרים לאזט אייך הערן אפטער, דער עולם (עכ”פ איך און מיינע קינדער) האבן גאר שטארק הנאה דערפון.

ערב יום הקדוש

”כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם” די עצם עיצומו של יום איז מכפר, ס’איז אמת ויציב אז יום כיפור אליינס איז מכפר אויף אלע חטאים, אבער וואס איז מיט די עוונות? ווער רעדט נאך פון די פשעים.

נאר אביסעלע לשבר את האוזן, די חילוק פון חטא און עון, ”חטא בל יכופר” קלינגט אייך היימליך? ווען מ’רעדט פון חטאים איז עס געווענליך אין א משל פארמאט, ווי חז”ל זאגן צומאל כל ה…. ”נקרא” חוטא, אדער ווי יהודה האט געזאגט פאר יעקב אבינו אויב ברענג איך נישט צוריק בנימין ”וחטאתי” לך כל הימים, נישט אז ח”ו יעקב האט חושד געווען אז יהודה גייט עפעס טיען במזיד חלילה, נאך די דעפרעסטע 22 יאר וואס זיי האבן מיט געמאכט מיט יעקב’ס זיך נישט וועלן טרייסטן אויף יוסף’ן האט ער פיין געוויסט אז יהודה גייט טיען אלעס ביכלתו אז בנימין זאל אהיים קומען, אבער פאר אן עקסטע לעיער אף פראטעקשן האט ער אריין געווארפן ”וחטאתי” לך כל הימים, משא”כ עון און פשע ניצט מען אויף די ריעל באגאבאנדס, ווי למשל ביי קין שטייט גדול עווני מנשוא, ווען מ’רעדט פון רשעים ריפט מען זיי פושעים, וכהנה.

פארשטייט יעדער אז יו”כ אנע תשובה איז גאנץ פיין פאר א תינוק שנשבה, פארשטייט זיך אויך פאר אונז אזעלכע עבירות וואס זענען קאזינס מיט תינוק שנשבה, קען מען אויך זיך פארלאזן אויף יו”כ, אונז זעה מיר דאך אבער אז דער כהן גדול האט געדארפט מתודה זיין פאר זיך ובני ביתו און גאנץ כלל ישראל, און ווי אויך האבן די אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען אז מיר דארפן זיך מתודה זיין כמה וכמה פעמים במשך יו”כ, דער רמב”ן פסק’ט אז מדארף תיכף בכניסו של יום מתודה זיין.

ווי באקאנט תשובה באשטייט פון 3 זאכן: חרטה, עזיבת החטא, און ודוי. א חלק ראשונים האלטן אז ודוי איז א חלק פון די מצות עשה פון ”ושבת עד ה’ אלוקיך”, אבער דער רמב”ם און נאך אסאך ראשונים ווי אויך דער חינוך רעכענען עס אלס א באזונדערע מצוה ”והתודו את חטאתם אשר עשו”, און דער רבינו בחיי איז מסביר אז דער נביא זאגט ”קחו עמכם דברים ושובו אל השם” די עיקר תשובה איז די דברים, די ודוי, עכ”פ לויט יעדן איינעם איז ודוי א מצות עשה דאורייתא.

איך וועל איבער געבן דאס ווארט פאר ר’ יאנקאלע ער מיט זיין זיסן שפראך וועט בעסער ארויס ברענגען דעם ענין.

מורי ורבותי ס’איז נישט צו פארשטיין, ודוי? דאס איז די עיקר תשובה?

ס’גליטשט זיך דאך אונז ארויס פון מויל, ס’רינט ווי א שויער, נאך מיט אזעלכע הערליכע הפסקות ווי מ’צוזינגט זיך "איי איי איי, אההיי יאי יאי, אההיי יאי יאי, הע-וי-נו!"

מ’פארציילט אז דער הייליגער ראפשיצער העט געזען איינער קלאפט זיך אויפן הארץ ביי ודוי, גיבט ער אים א זאג ”איר האט נישט וואס צו קלאפן, דער בעל הבית איז נישטא”.

גערעכט, עס איז נישט גרינג צו שטיין איינגעבויגן די גאנצע צייט, אבער ס’איז דא ברעיקס זיך אויסצוגראדן דעם רוקן, ביי ”ועל כולם אלוק סליחות, סלאאאח לאאנו, מחאאאל לאאנו, כאפר לאאאנו”, מ’ציילט דעמאלטס וויפיל על חטא’ס מ’האט שוין געזאגט, אונז דארף מיר טאקע מכיר טובה זיין פאר די אנשי כנסת הגדולה אז ביי נעילה האבן זיי שוין געשניטן די ודוי און מ’זאגט נאר די קורצע.

און דאס איז די עיקר תשובה?!

נישט די טיפע חרטה, און נישט קבלה על העתיד ”עד שיעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב לזה החטא לעולם” נאר ודוי?!

אבער אזוי איז עס, איז לאמיר פרובירן צו מסביר זיין.

לאמיר נעמען אלס א משל די ערשטע חטא וואס אדם הראשון האט געזינדיגט.

דער אלטער נאבהארדעקער קאכט זיך ארום מיט דעם, אדם הראשון איז געווען יציר כפו של הקב”ה, אן קיין ייצר הרע, זיין חכמה איז געווען גרעסער פון די מלאכים, א נביא, גרעסער פון די אבות הק’ (ב”ב נח.) זיין גוף איז געווען לויטער ווי אונזערע נשמות, און אין זיין נשמה האמיר בכלל נישט קיין מושג, ווי אזוי קען זיין ער האט געזינדיגט? ווי אזוי? ווי אזוי האט ער עובר געווען אויפן צווי השם?

איז דער רמח”ל מסביר, א מענטש איז נאר באשאפן געווארן פאר כבוד שמים (סוף אבות), און כבוד שמים ווערט נאר, אז מ’שטארקט זיך, מ’טיט בייקומען נסיונות, איז וואספארא התמודדות איז שייך אין גן עדן? אן קיין ייצר הרע?! האט אדם הראשון מחליט געווען ער גייט עובר זיין אן ”עבירה לשמה” אזוי וועט ער באקומען א ייצר הרע און וועט פארטריבן ווערן פון גן עדן צום עולם הנסיונות, דורך דעם וועט ער קענען מקדש זיין שם שמים.

באמת זענען אפילו די מלאכים געגאנגען פאר דעם געדאנק, ווי די גמרא זאגט ”שאלו מלאכי השרת את הקב”ה: מפני מה קנסת מיתה על אדם הראשון” (שבת נה:).

אויב אזוי פארוואס איז ער טאקע נענש געווארן? זאגט ר’ ישראל סאלאנטער אז ס’איז דא א תנאי ביי ”עבירה לשמה”, אז מ’טאר נישט הנאה האבן, יעל עברה עבירה לשמה, און די גמרא (נזיר כג:) פרעגט ”והלא נהנתה מהעבירה”, והעידו בה שלא נהנתה. און דאס איז אויך געווען די חשש פון אסתר המלכה פארוואס זי האט נישט געוואלט גיין צו אחשורוש מרצונה. ביי די אכילת עץ הדעת איז די פסוק מעיד ”ותרא האשה כי טוב העץ למאכל, וכי תאוה הוא לעינים, ונחמד העץ להשכיל” אז ס’איז שוין געווען אינוואלווד הנאה האט עס גע’הרג’עט די זאך.

יעצט לאמיר צונעמען די זאך אביסעלע, דער אייבישטער אליינס קומט אים מוסר זאגן, פארטרייבט אים פון גן עדן, גוזר מיתה על העולם, און באמת האט ער חרטה געהאט, ווי די גמרא זאגט (ערובין יח:) כיון שראה שנקנתה מיתה על ידו האט ער געפאסט 130 יאר, ופרש מן האשה מאה ושלושים שנה, און ער האט זיך אנגעטוהן שטעכעדיגע תאנים בלעטלעך 130 יאר.
אלעס פיין און וואויל, אבער ווי שווער איז אים געווען צו זאגן איין ווארט ”חטאתי!”

ווייל באמת לויט זיין השקפה האט ער נישט געזינדיגט, ער האט דאך נאר געוואלט כבוד שמים! ווי די מדרש זאגט אדרבה: ”אכלתי, ואוכל עוד”, און דער מדרש זאגט ווייטער דער אייבישטער האט אים געבעטן טו תשובה, און ער האט נישט געוואלט.

שוידערליך! ער איז גרייט געווען צו ווערן פארשאלטן מיט 40 קללות, בזיאת אפיך תאכל לחם, מיתה, ער איז אפילו גרייט געווען צו זיצן בפרישות, ביסורים, בתענות, אנלימיטעד, 130 יאר, אלעס, אבער נישט מודה זיין ”חטאתי”!

איז דען א ווינדער פארוואס ודוי, אנערקענען די עבירה, איז די עיקר תשובה?!

לאמיר נעמען נאך א ביישפיל, איך וויל נישט ח”ו מינימוזירן דאס רשעות פון טיטוס, אספסינות, נישט פון היטלער און סטאלין, אבער קיינער פון זיי האט נישט אפגע’רצח’עט א האלבע וועלט. קין, יא! ”קול דמי אחיך, דמו ודם זרעו, צעקים אלי מן האדמה”, און ווען דער אייבישטער קומט אים פרעגן וואס גייט דא פאר? וואס ענטפערט ער, ”השומר אחי אנכי?” די ביזט דער וואס היט די וועלט, וואס פרעגסטו מיר? (תנחומא בראשית ט). איר הערט א חוצפה, די ביזט גאר שולדיג פארוואס האסטו אים נישט אפגעהיטן?

די מדרש ברענגט א משל, א גנב האט זיך איינגעבראכן אין פאלאץ און אפגעיאגט מיט כל טוב וטוב ואין פוצה פה ומצפצף, ולא נודע כי בא אל קרבנה, צופרי טרעפט אים דער שומר אין מארק ווי ער מאכט שיינע רווחים אויפן חשבון המלך, און ער נעמט אים אפיר היתכן? די גנב! זאגט ער אים צוריק מיטן גרעסטן מאס רואיגקייט, יא ביזט גערעכט איך בין א גנב דאס איז מיין אומנות און איך מיין אז די ביזט מודה אז איך מאך א גוטן זשאב, אבער די שומר, שעמען מעגסטו זיך, די ביזט א שומר? איך וואלט דיך שוין לאנג געפייערט.

די זעלבע האט קין געזאגט פארן באשעפער די ביזט שולדיג, די האסט אים גע’הרג’עט, ווען די וואלסט אנגענומען מיין קרבן וואלט ער נאך געלעבט.

ער האט געטראפן דעם שולדיגן.

איך וועל ברענגען נאך איין דוגמא וואס דאס וועט נאך דאס בעסטע ארויסברענגען דעם ענין.
”שאול באחת ועלתה לו. דוד בשתים, ולא עלתה לו” (יומא כב:) איז רש”י מסביר שאול איז נכשל געווארן מיט איין עבירה, ועלתה לו לרעה, לקנסו במיתה, ולבטל מלכותו. דוד איז דורך געפאלן מיט צוויי עבירות, בענין בת שבע ומנית ישראל, און ס’האט אים גארנישט פאסירט.

וואס גייט די פאר? קאראפשן ח”ו? דאבל סטענדערד?

לאמיר אביסעלע צונעמען די השתלשלות הדברים, שאול המלך פון די געציילטע שלא חטא מעולם, וואס דער פסוק איז מעיד אויף אים און באטיטלט אים ושכמו גבוה למעלה מכל עם.
ווען שאול איז צוריק געקומען פון מלחמת עמלק האט שאול רחמנות געהאט אויף די שעף און ער האט געלאזט לעבן אגג, שמואל הנביא איז אים געקומען מוסר’ן, שאול איז אים אנטקעגן געקומען און ער זאגט ”ברוך אתה לה’, הקימתי את דבר השם”.

פרעגט שמואל: ”און וואס איז די קול פון שעפעלעך וואס איך הער דא?”

אה, " דאס פאלק האט געשוינט די שעף און רינדער כדי עס צו קענען מקריב פארן אייבישטען” ערשטנס נישט איך.. צווייטנס מ’גייט דאך ברענגען א קרבן.

און שמואל לאזט נישט נאך, ער פרובירט דאך ארויס ציקוועטשן א הודאה: "סטאפ! און איך וועל דיר זאגן וואס דער אייבישטער האט דיר צו זאגן… פארוואס האסטו נישט צוגעהערט צום אייבישטענ’ס באפעל און די האסט געלאזט לעבן די שעף?

און גארנישט, שאול האלט זיך ביי זיינס, ”איך האב יא אויסגעהערט דעם דבר השם, און דער פאלק האט געברענגט די שעף צו שעכטן פארן אייבישטען”

לאמיר זעהן ביי דוד ווי אזוי ס’האט זיך אפגעשפילט, ווען דער נביא איז אים געקומען מוסר זאגן אויף די מעשה פון בת שבע, - און חז”ל זאגן דאך ”כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה” (שבת נה:) און ער האט זיך פיין געהאט וואס צו פארענטפערן! - ”ויאמר דוד אל נתן חטאתי לה’” אויפן פלאץ קומט א ריפליי ”ויאמר נתן אל דוד: גם ה’ העביר חטאתך, לא תמית!”. און ביים צווייטן מאל, ווען ער האט געציילט די אידן, האט ער שוין אפילו נישט געווארט אז דער נביא זאל אים אפיר האלטן ”ויך לב דוד אתו...ויאמר דוד אל ה’ חטאתי מאד אשר עשיתי”.

מיר ערליכע אידן וואלט מיר זיך קלאפן אויפן רוקן נישט אויפן הארץ, אונז זעמיר דאך פון דוד’ס טיעם נישט פון שאול, אונז זעמיר נאך אפילו גרעסער, אונז זעמיר זיך אפילו מתודה אויף זאכן וואס אונז האב מיר קיינמאל נישט געטוהן, מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם, עניטינג וואס שטייט אין מחזור, זאל זיין.

פארשטייט זיך אליינס אז העיקר חסר, נישט דאס איז די ודוי וואס דער אייבישטער זיכט.

באמת פארוואס טאקע האט אדם הראשון זיך גע’עקש’נט נישט צו מתודה זיין, פארוואס האט שמואל נישט מצליח געווען צו ארויס קוועטשן א שטיקל ודוי פון שאול?

ווייל זיי האבן געוויסט וואס עס מיינט אן עבירה!

זיי האבן פארשטאנען די גדלות אלקית און אז איינער איז א חוטא איז ער מופרך מכל וכל, ער האט נישט קיין פלאץ אויף די וועלט, דאס האבן זיי נישט געקענט הענדלען!

און אינז? מ’זאל נישט אויסגערעדט זיין ”כל האומר חטאנו אינו אלא טועה” מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם זיך צו מתודה זיין, אינז זעמיר זייער קאמפארטעבל מיט די על חטא’ס, אפילו די ”הרי אני לפניך ככלי מלא בושה וכלימה” זאגט זיך אויך זייער געשמאק, און נאך מיטן ניגון, ווען מיר זאלן נאר אריינטראכטן איין סעקונדע ”על חטא שחטאנו לפניך”

וואס איז א חטא?

און וואס איז לפניך?

דאס איבעריגע איז שוין אירעלעווענט, די דיטעיל וואס ספעציפיש די חטא איז מאכט שוין נישט צופיל אויס.

ווערטלעך אין א זייט געלייגט, לאמיר איין מינוט צומאכן דעם מחזור, יעדער ביי זיך, קענסטו ציילן אויף איין האנט וויפיל מאל פארגאנגענע יאר האסטו געקענט פויעלן ביי דיר צו זאגן ”איים סארי, איך האב געמאכט א מיסטעק” מ’רעדט נישט ווען מ’האט בטעות ארויפגעטרויטן א פרעמדן אויף די שיך, אדער ווען די האסט אנגעגאסן איינעם מיט דיין איבערגעפילטע קאווע אין ביהמ”ד, צו ווען די האסט אריינגעבאמפט מיט דיין שאפינג וועגעלע אין א שווארצע אין וואלמארט.

אינדערהיים נאך א לענגערע טענה’ראציע מיט די בני בית? א בעה”ב פאר אן ארבעטער? אפילו פאר די קינדער אויב די אויפרייס איז געווען ארויס פון די גבולים, ווער האט דאס לעצטע ווארט, און וואס איז דאס לעצטע ווארט?

ווי לאנג ס’זאגט זיך נישט אזוי גרינג ווי על חטא, אדער בעסער געזאגט, פארקערט ווילאנג על חטא וועט נישט זיין לכה”פ אזוי שווער ווי א ריעל ”איים סארי, די ביזט גערעכט, איך האב געמאכט א מיסטעיק, איך וועל פרובירן צו זיין בעסער” האמיר נאך א לאנגע וועג צו גיין צו אמת’ע תשובה.

”איי איי איי, אההיי יאי יאי, אההיי יאי יאי, א-שמ-נווווווווו!”
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

גוזמא האט געשריבן:ליינענדיג אזוי אויפן וועלטל איז מיר זייער געפאלן די געציילטע תגובות וואס מ’האט געברענגט פון ר’ יאנקאלע גאלינסקי, איך האב שטארק ארויסגעקוקט אז דאס זאל זיין א וועכענטליכע קאלום, איך האב שוין אפילו געמאכט עקסייטעד מיינע קינדער וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די זיסע מאמרים.

נאך-נישט געליינט אבער א גרויסען יישר כח, מיר האפען כאטש אז די וועסט שרייבען וועלענטליך, בד"וו די דרשות וואס שטייט אינם ספר זענען עפ"ר געגעבען געווארען אין אידיש, אפשר וואלט איינער געקענט אזויפיל צוליב טוהן און דא ארויף-ברענגען זיינע ציקער זיסע דרשות, (קול הלשון האט עטליכע, אבער איך מיין עכטע סחורה!).
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

דאס איז א פערזענליכע איבעראשונג פאר מיר

הערליך איבערגעטייטשט אזש סצוגיסט זיך

בדרך אגב האב איך פלעינער צוריק אנצוהייבן
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

גוזמא!!!

וואו האסטו באהאלטן דיין פעדער ביז היינט??

א ריכטיגע הכנה צום יום הדין!

יישר כח.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
גוזמא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

איינער האט מיר מעורר געווען אין אישי, היתכן איך האב נישט אראפגעברענגט דעם גאנצן מאמר פון ר’ יעקעלע מיט אלע פסוקים און טייטשן וואס ער פארטייטשט אזוי שיין אריין, וואס דאס איז (געווען) די מטרה פונעם פותח האשכול ווי ער באוויינט אין זיין הקדמה אז צוליב דעם שווערן לשה”ק איז עס נישט געהעריג אויפגעכאפט בינינו, ווי אויך שפירט יענער אז איך האב אביסל צוגעלייגט אייגנס.

אויף ביידע איז ער גערעכט, איך האב איבערגעקוקט צופלאטשעט’נס הקדמה און ער שרייבט זייער קלאר פארוואס דער אשכול איז נתייסד געווארן, ”צוליב דעם האב איך אונטער גענומען די לייצעס מיינע און געפענט א אשכול כאטש איך בין נאך פון די גאנץ יונגע דא. אבער איך האב איינגעזען די וויכטיגקייט צו איבער טייטשן איין תורה א וואך מיט א פארשטענדליכע אידיש צום הנאה פון די פארשטייערס”.

דעריבער וויל איך זיך אנטשולדיגן, מיין ערב יו”כ תגובה, ווי אויך די פאלגענדע תגובה באלאנגען ענדערש אין ”צו דערציילן ביים שבת טיש”, ווי איך האב שוין ערווענט פארגאנגענע וואך איך שרייב נאר וואס איך גרייט אן צו זאגן פאר מיינע קינדער, איך האב נאך געפילט אז יענע אשכול איז לעצטנס עקסלוסיוו פאר ”בר מזל” האב איך נישט געזוכט אריין צו שטעקן מיין נאז דארט, ווי אויך דא אין דעם אשכול איז פיין געשלאפן, האב איך געשריבן דא.

ב”ה ”צופלאטשעט” האט זיך פארגענומען צום נייעם יאר, אז ער הייבט אן צוריק מיט א התחדשות, וועל איך בעזהשי”ת פרעגן רשות פון ”בר מזל” צו שרייבן דארט, אדער וועל מיר מאכן שבת אליינס, דערווייל ביז דער עולם ענדיגט הייבערנעטן וועל איך ממשיך זיין דא, אויב די מנהלים, אחראים פילן אז מדארף משנה מקום זיין, כל הכבוד.

”דיסקלעימער דאס איז געשריבן נאר צו נאכזאגן פאר מיינע קינדער, ס’האט אייגענס אביסעלע, ס’האט אויסגעלאזט חלקים פון די ארגינעלע מאמרים”

ערשטן טאג סוכות

ס’איז ידוע די גמרא (סוכה כז.) לערנט ארויס א גזירה שוה ט”ו ט”ו וואס איז מקשר פסח מיט סוכות, אזוי ווי ס’איז דא א חיוב כזית מצה פסח ביינאכט איז אויך דא א חיוב כזית פת די ערשטע נאכט אין די סוכה.

אז מ’טראכט אריין איז דא א ריזיגע חילוק צווישן פסח און סוכות, פסח פראוועט מען אין דיינונג רום, מיט א רחבות, אנגעלאנט, מיט אלע זילבערנע כלים, ווי בני מלכים, אנגעטון שניי ווייס מלכות’דיג, משא”כ סוכות, אקעי לאמיר שוין זאגן אינז זעמיר מחמיר ווי ”שיעור חזון איש” וואס האט איר געוואלט מ’זאל בויען א סוכה פון שבעה טפחים מיט רבי חיים נאה’ס שיעור? א האלבע מעטער ברייט, צען טפחים הויעך, און דארט דארף נאך אריין פיטן ראשו רבו ושלחנו?! מ’איז אנגעטון מיט א מעיל, אין בעסטן פאל מיט א שאל א סוועטער און א דשעקעט.

שוין, מ’זיצט שוין אין די סוכה צוקוועטשט ווי סארדינים איינער אויפן שויס פונעם אנדערן, און מ’הייבט אן מיט א התלהבות ”אזמן לסעדתי שפיזין עלאין. במטו מינך אברהם אשפיזי עלאי דיתבי עמי” מ’רופט אריין אברהם אבינו זאל דזשוינען, אבער ווארט א מינוט ער קומט נישט אליינס, נאר ”ועימך כל אשפיזי עלאי” ער זאל נאך מיט ברענגען יצחק יעקב משה אהרן יוסף און דוד, מ’וועט פאר יעדן מאכן פלאץ.

ווי אזוי ארבעט עס?

נאר וואס דען, אז מ’האט אין די פארגאנגענע ימים נוראים זיך געטוישט דעם בליק, און אריינגעקריצט אין מח אז רוחניות איז די עיקר און גשמיות איז בלויז א טפל, אז מ’ריפראגרעמט אין זיך א וויזיע אז די גאול איז עולם הבא, און עולם הזה איז נאר א מיטל צו דערגרייכן דעם ציל, אויב אזוי, גייט מען ארויס פון די דירת קבע און מ'גייט אריין אין די דירת עראי, זיך מסתופף זיין בצלא דמהימנותא, בצל השכינה, אז מ’גייט צו מיט דעם עדיטוט, דעמאלטס איז דא פלאץ פאר יעדן.

רבי חיים שמואלביץ זצ”ל פלעגט אסאך דערמאנען ווי די גמרא (סנהדרין כ.) דרש’נט די פסוק אין משלי "שקר החן” זה דורם של משה ויהושע, ”והבל היפי” זה דורו של חזקיה, ”יראת ה’ היא תתהלל” זה דורו של רבי יהודה בר אילעאי, וואס זעקס תלמידים האבן זיך צוגעדעקט מיט איין קלייד און מ’האט געהאראוועט אין תורה. איי, פלעגט רבי חיים אנכאפן די צוויי עקן פון זיין פראק, און זאגן, ”איך פארשטעי ניט, די פראק, קאן האלטן צוועי מענטשן? וואו אזעי קאנען זעקס זיך צודעקן מיט איין קלעיד? איעדערער שלעפט דאך פון די זייט און פון די אנדערע זייט” זאגט רבי חיים, גערעכט טאקע, ווען יעדער שלעפט צו זיך איז טאקע נישטא גענוג אפילו פאר צוויי, אבער ווען יעדער וויל דער צווייטער זאל זיין ווארעם איז דא פלאץ אפילו פאר זעקס! אזוי ווי די גמרא זאגט (סנהדרין ז.) ווען ס’איז דא אהבה, קען מען זיך מסדר זיין אויף די שארף פון א שווערד!

איך האב געהערט א ווערטל פון אן עלטערן איד: אמאל האט מען געוואוינט אין א דירה פון איין שטוב, ס’איז געווען פלאץ פאר די עלטערן און די קינדער און אויך פאר אורחים, מ’איז אריבער צו א צוויי שטוביגע דירה, יעצט איז שוין נישט דא קיין פלאץ פאר געסט, דריי צימערן, איז שוין נישט דא קיין פלאץ פאר די קינדער, מ’מיז שוין מופן צו פיר צימערן, א צימער פאר אינגלעך און א צימער פאר מיידלעך, ווען מ’מופט שוין צו פינף צומערן איז שוין נישט דא קיין פלאץ פאר די עלטערן, און זיי פארן אויף וואקאציע און עסן אין רעסטוראנטן…

דאס איז די חילוק צווישן פסח און סוכות. אויב זעסטו זיך ווי א בן מלך מיטן גאלדן לעפל אין מויל, אלעס גייט בהרחבה, ווי מ’רופט עס היינט ”זאל זיין”, דעמאלטס וויפיל זאלסט נאר נישט האבן וועט נישט זיין גענוג, אפילו מ’זיצט אין א טרי סיטער היסב בעט איז די אנגעצויגענקייט אויף די העכסטע שטאפלען, מיט די מצות, וויין, טישטוך, אפיקומן, חצות, געבראקטס כידוע ליו”ח, אויב אבער מ’לעבט מיטן מיינדסעט פון דירת עראי, דאס יעך, דער אנכי פארנעמט נישט קיין ארט, מ’שטרעבט פאר א העכערן ציל, מ’לעבט פאר יענעם, שטופט מען זיך צאם בשמחה, און ס’איז דא גענוג פלאץ פאר יעדן, דאס איז די לימוד פון סוכות אנדערש ווי פסח.

ענליך זעהט מען אויך ביי פסח איז דא ארבעה בנים און ארבע כוסות, און סוכות איז דא ארבעה מינים, פסח ביי די ארבעה בנים איז יעדער פאר זיך, זיין קשיא זיין תשובה, די זעלבע ביי די כוסות ווערט געפסקנט ”שתאן בבת אחת, לא יצא (פסחים קח:), אבער סוכות ביי די ארבעה מינים, באגודה אחת!

”ויעשו כלם אגודה אחת, לעשות רצונך בלבב שלם”, דארף מען עס טייטשן פארקערט, ווען ס’איז לעשות רצונך בלבב שלם דעמאלטס קען עס זיין באגודה אחת, מ’קען זיך צוזאם שטיפן, און אויב נישט, לאמיר בעסער נישט רעדן.

אז מ’רעדט שוין פון צודעקן זעקס מיט איין בגד, דערמאן איך מיר, אין מאנסי איז נישט לאנג צוריק אוועק א איד, א פארצייטישער תמים, וואס איז שוין געווען פאר די בוקס צוויי הונדערט יאר צוריק, א תמימות וואס מחניים מעלער ה. העכטקויף האט אין בעסטן בילד נישט געקענט ארויסברענגען א מעין דמעין, מנחם מענדל ע”ה, מ. לעהמאן, אדער יאיר וויינשטאק אין זייערע בעסטע פאנטאזיעס זענען ממש א פארזעיעניש ווען ס’קומט אראפ צו מאלן א ריכטיגע דארפישער פשוטער איד, דעם דאטשיק מיט די הויזן טראגער וואס ער האט מיטגעברענגט פון די תיבה, האט קיין איין מוזיעם נישט אפילו ענליך, דעם אפגעקראכענעם לעדערנעם דזשעקעט מיטן הויכן שיך כמעט ביז די קני, אה, נאסטאלגיע, חוץ וואס זיין מאמע האט אים אויסגעלערנט האט ער נישט פארשטאנען גארנישט און נישט געקויפט גארנישט, דארט האט זיך עס אנגעהויבן און דארט האט זיך עס געענדיגט, לטב ולמוטב.

נאר א דוגמא צו כאפן בערך פון וואס פאר א סארט איד מ’רעדט, ער האט געהאט אן אלטן סידור ירושה פון מתושלח, מיט דעם האט מען אים אויסגעלערנט עברי, אויסגעלערנט? דאס ביסל וואס ער האט געקענט, מ’האט אים געקענט זעהן אין א אראנדזשען מיטוואך זאגן מילה במילה ”תכנת שבת” פארענדיגן צוויי פעידזשעס און פארמאכן דעם סידור (ס’האט גענומען קרוב צו צוויי שעה) טאג איין טאג אויס, - א דאווענען וואס דער האט אראפגעלייגט, שטייענדיג אויף די פיס, מיטן סידור א אינטש אוועק פון די נאז, יעדע ווארט צוויי דריי מינוט ביז ער האט זיך דערזען ביים קומענדיגן ווארט, - א וואך שפעטער האט מען שוין געקענט הערן דינסטאג ”אנעים זמירות” א.א.וו. תיקון חצות, תשליך, יוצר, קריאות, צוויי דפים אין א סדר ביז מ’האט געענדיגט דעם גאנצן סידור וחוזר חלילה.

געדענק איך איינמאל אלס בחור מ’זעמיר געזעצן נאך שחרית ביי תיקון און געשמועסט פונעם לעצטן סקלונער רבי זי”ע, ס’איז נאך געווען בחייו פונעם רבי’ן, און דער האט פונקט צאם געלייגט זיין תפילין ביי דעם טיש, האט ער אזוי מיטגעהאלטן דעם שמועס, גיבט איר אונז אזוי א פרעג פון וועם מ’רעדט, און אונז זאג מיר אים פון סקולער רבי זז”ג, דער האט געעפנט אזעלכע צוויי שרעקעדיגע אויגן, ”ווער? ישראל אברהם? אויך מיר א רבי?! א שגץ איז ער, א ליגנער, א בלאפער, מ’טאר מיט דעם נישט שטיין אין ווארט”, אונז האמיר געמיינט מיר קומען אים, און דער לאזט נישט נאך, די חימה איז אים געוואקסן אויף הייוון, די בזיונות איז געווען אין לשער, איך האב אים פרובירט אביסל צו בארואיגן, איך פרעג אים ר’ .... וואס האט פאסירט? פארציילט ער אונז אזוי.

איך בין געווען א קליין אינגל בערך זעקס זיבן יאר ווען איך בין געווארן א יתום, איך בין געגאנגען וואוינען ביי אליעזר זוסיע’ן דער אלטער סקולענער רבי, דארט ביים רבי’ן האבן געוואוינט נאך אסאך יתומים, געדענק איך זעמער געשלאפן אויף דער ערד, נישט געווען קיין בעטן, נאר אזא דינע מאטראץ, אויף יעדע מאטראץ זענען געשלאפן פינף צו זעקס קינדער צוזאמען, קיינער האט זיך נישט אפגערעדט, דער רבי האט זיכער געמאכט אז אונז זעמיר פיין צוגעדעקט, אוי איז געווען פיינע צייטן.

דער קליינער ישראל אברהם איז נישט געווען קיין מיוחס, ער איז געשלאפן צוזאמען מיט אונז אלע, זיין טאטע האט אים גארנישט געגעבן אנדערש ווי פאר אונז, געדענק איך איינמאל א ווינטער צופרי מ’האמיר זיך אויפגעוועקט, והנה, איינער האט נאס געמאכט ביינאכט, מ’זעמיר אלע געווען דורכגענעצט, ס’האט זיך אנגעהויבן א טענה’ראציע ווער ס’האט עס אנגעווערטשאפט, ווער ס’גייט דארפן אויסוואשן די מאטראץ ביים טייך אין די פראסטיגע קעלט, די טענער זענען געוארן העכער און העכער, ביז ענדליך ריפט זיך אן ישראל אברהם, ער בעט זייער שטארק מ’זאל מאכן א שווייג, קיינער זאל גארנישט דערציילן, ער וויל נישט זיין מאמע זאל געוואר ווערן אז ער האט עס געטוהן, ער וועט שוין גיין ביי מיטאג אויסוואשן ווען קיינער זעהט נישט, ער האט זיך איינגעבעטן מיר זאלן אים צוזאגן אז מ’גייט נישט פארציילן.

דא צושרייט ער זיך נאכאמאל, ”דער ליגענער וואס ער איז, איך ווייס דאך יא ווער ס’האט נאס געמאכט, מיר וועט ער נישט איינרעדן, דער מיט זיינע ליגענטס, מ’קען אים נישט גלייבן קיין איין ווארט!” זי”ע.

אנטשולדיגט איך בין אביסעלע פארקראכן, צוריק צו יענקאלע, אוי, ווען אימער יאנקעלע רירט אן דעם סאבדזשעקט פון ”דירת עראי” ”מסתפק במועט” וכדומה, דעמאלטס גייט ער אריין אין אווער דרייוו, כמעין הנובע, ער אליינס פאר זיך איז געווען א בלוטיגער טשאלמער, געוואוינט אין א לעכל אין בני ברק מיט עלעוו קינדער, אבער אייביג געווען מיט א שמייכל, אבער נישט סתם א שמייכל מן השפה ולחוץ, דער איז געווען באמת א לעבעדיגער אידל, טופח על מנת להטפיח, נאר צו שטיין אין זיינע ד’ אמות איז מען געווארן קעטשי פון זיין שמחה, טראץ וואס ער האט נישט פארמאגט דאס מינימום, פארדעם הערט זיך עס געשמאק דייקא פון אים, ווייל ביי אים איז עס געווען מיט אן אמת.

מער איבער דירת ארעי אי”ה מארגן בל”נ, פארן צווייטן טאג סוכות
לעצט פארראכטן דורך גוזמא אום זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 2:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: תורת רבי יענקעלע גאלינסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

ווען איינער איז דיר מעורר צו מאכן בעסער פארציילט עס גארנישט אויף די אלע אנדערע וואס האבן געשלונגען מיט דארשט דיינע שרייבעראציע ווערק

איך האב עס אפילו מעלה גרה געוועזן....

האלט אן
.אבער דא
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”