בדרך צחות ובדרך הלצה ...

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דעם שב"ק פרשת שלח העעל"ט האב איך מיר באגעגענד מיט א אינטערסאנטע טייטש בדרך הלצה אין ספה"ק עטרת ישועה פון הרה"ק ר' יושע'לע דזשיקובער זי"ע, כ'קלער דער עולם וועט הנאה האבן פון דעם. זוכנדיג אן אשכול ווי עס צי שטעלן האב איך נישט געפינען קיין פאסיגע אשכול דערפאר. זאל דעמאלטס זיין א נייע אשכול מיוחד פאר טייטשן און ווערטלעך אין ספרים הקדושים בדרך צחות ובדרך הלצה...

זאגט דער עטרת ישועה אז די מרגלים האבן נישט געוואלט ארויפגיין קיין ארץ ישראל ווייל מטבע הארץ אז מ'איז נישט קיין חסידים פון קיין רבי'ס דארט ווייל יעדער איינער האלט אז ער איז אליינס גוט איז וואס דארף ער נאך א רבי ... "וגם בזמננו אנו רואים כן..." די מרגלים האבן געזאגט "נתנה ראש ונשובה מצרימה" זיי האבן ענדערש געוואלט זיין אין מצרים מיט א רבי'ן ווי אין ארץ ישראל אן א רבי'ן...

060620211015.JPG
060620211015.JPG (122.51 KiB) געזען 2078 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

;l;p-
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער גוט. תרתי משמע. פארן ווארט און פארן אשכול.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א שיין ווארט און פאסיגער אשכול.

אגב, דער ווארט האב איך ערגעץ געזען ערנסטערהייט, מעגליך פון רביה"ק מסאטמאר, די מרגלים האבן געזען אז ס'וועט זיין נישט ערליכע מנהיגים אין אר"י ווי ס'איז טאקע געווען שפעטער, האבן זיי געוואלט אז מ'זאל נישט אריינפאלן צו די נסיונות, אבער באמת האט דער רבוש"ע געוואלט אף ע"פ כן, און מ'קען זיך מחזק זיין אפי' ווען די מנהיגים טויגן נישט וכו.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

דוכצאך אז הרה"צ ר חיים יוסף פריעדמאן מברעזאן האט א גאנץ ספר'ל פון אלע בדרך צחות והלצה וואס מען טרעפט אין חסידישע ספרים
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

ס'דא א ספר נמלצו לחיכי מיט פירושים כל התורה בדרך צחות ומליצה, זייער שיין און געשמאק.
לעצט פארראכטן דורך און שוין! אום זונטאג יולי 04, 2021 11:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

כ'האב אמאל געזעהן עפעס א גליון מילתא בדיחותא א ליקוט תורות על הפרשה בדרך הלצה וצחות.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שארף ווארט פון הייליגן קאצקער זי"ע פאריגע וואך, פארוואס האט נישט מרע"ה געבעטן דעם אייבערשטן יפקוד ה' אלוקי הרוחות איש על העדה תיכף נאך די מעשה הכאת הסלע ווען ער האט אויסגעפינען אז ער וועט נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל, נאר משה רבנו האט געהאלטן אז פנחס וועט איהם איבערנעמען, אבער נאך די מעשה קנאות האט ער שוין געבעטן יפקוד וגו' ווייל א קנאי קען נישט זיין קיין מנהיג ישראל... (כאטש דער שיח שרפי קודש ברענגט עס נישט בדרך צחות אדער הלצה מיין איך אז ס'בעלאנגט דא)

EDDB1D8C-9CC4-4108-AC41-C163F31BBBB6.jpeg
EDDB1D8C-9CC4-4108-AC41-C163F31BBBB6.jpeg (201.98 KiB) געזען 1606 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

;l;p-

שכח סטאווי.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

נאדיר נאך איינס פארן עטרת ישועה ;l;p-

ברענג נאך און נאך!
בשם כל ישראל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשם כל ישראל »

[quote="סטאוו יא פיטא"]שארף ווארט פון הייליגן קאצקער זי"ע פאריגע וואך, פארוואס האט נישט מרע"ה געבעטן דעם אייבערשטן יפקוד ה' אלוקי הרוחות איש על העדה תיכף נאך די מעשה הכאת הסלע ווען ער האט אויסגעפינען אז ער וועט נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל, נאר משה רבנו האט געהאלטן אז פנחס וועט איהם איבערנעמען, אבער נאך די מעשה קנאות האט ער שוין געבעטן יפקוד וגו' ווייל א קנאי קען נישט זיין קיין מנהיג ישראל... (כאטש דער שיח שרפי קודש ברענגט עס נישט בדרך צחות אדער הלצה מיין איך אז ס'בעלאנגט דא)

אלץ המשך פון דעם האב איך געהערט אז די זעלבע געדאנק זעיט מען אין די הפטרה פון פרשת פנחס (ווען עס איז נישט אין די 3 וואכן) מלאכים א' קאפיטל יט' שטייט אזוי "{יב} ואחר הרעש אש לא באש ד' ואחר האש קול דממה דקה: {יג} ויהי כשמע אליהו וילט פניו באדרתו ויצא ויעמד פתח המערה והנה אליו קול ויאמר מה לך פה אליהו: {יד} ויאמר קנא קנאתי ד' אלקי צבאות כי עזבו בריתך בני ישראל את מזבחתיך הרסו ואת נביאיך הרגו בחרב ואותר אני לבדי ויבקשו את נפשי לקחתה: (ס) {טו} ויאמר ד' אליו לך שוב לדרכך מדברה דמשק ובאת ומשחת את חזאל למלך על ארם: {טז} ואת יהוא בן נמשי תמשח למלך על ישראל ואת אלישע בן שפט מאבל מחולה תמשח לנביא תחתיך:" איז זעיט מען אז ווען אליהו האט געזאגט "קנא קנאתי" האט די אייבירשטער געזאגט "לך שוב לדרכך וכו' ואת אלישע בן שפט מאבל מחולה תמשח לנביא תחתיך" וואל היות וואס די ביסט געווארן א קנאי קענסטו מער נישט זיין א מנהיג און אלישע זאל איבערנעמען.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

מ'דארף נישט דא מאריך זיין נאר אויף דעם ווארט. אבער אז מ'רעדט שוין

אסיפת אמרים.JPG
אסיפת אמרים.JPG (47.95 KiB) געזען 1570 מאל


די לשון אין רמב"ם שמונה פרקים פרק ז' איז : ומצאנו באליהו, זכור לטוב, מידת הרגזנות. ואע"פ ששימש בה בכופרים ועליהם היה כועס, אבל אמרו החכמים: שהשם יתברך לקחו ואמר לו, שאינו ראוי למשול בבני אדם ולהיות להם לכהן, מי שיש לו קנאה כמו שיש לו - כי ימיתם.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17018
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שארף ווארט פון הייליגן קאצקער זי"ע פאריגע וואך, פארוואס האט נישט מרע"ה געבעטן דעם אייבערשטן יפקוד ה' אלוקי הרוחות איש על העדה תיכף נאך די מעשה הכאת הסלע ווען ער האט אויסגעפינען אז ער וועט נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל, נאר משה רבנו האט געהאלטן אז פנחס וועט איהם איבערנעמען, אבער נאך די מעשה קנאות האט ער שוין געבעטן יפקוד וגו' ווייל א קנאי קען נישט זיין קיין מנהיג ישראל... (כאטש דער שיח שרפי קודש ברענגט עס נישט בדרך צחות אדער הלצה מיין איך אז ס'בעלאנגט דא)

EDDB1D8C-9CC4-4108-AC41-C163F31BBBB6.jpeg

די חידוש פון דעם ווארט איז, אז דער קאצקער איז אליינס געווען א שארפער..

נאר די חילוק איז אז פינחס איז אויך געווען א קנאי בינו לבין קונו, כמבואר בהפטרת פינחס הנ"ל.

און ווי ס'שטייט אין מכילתא (בא)
אליהו תבע כובד האב ולא כבוד הבן, שנאמר 'קנא קנאתי לה' אלקי צבאות' [מלכים א' יט']. ומה נאמר? 'לך שוב לדרכך מדברה דמשק וגו' ואת יהוא בן נמשי תמשוח למלך על ישראל ואת אלישע בן שפט תמשוח לנביא תחתיך' שאין ת"ל לנביא תחתיך, אלא שאי אפשי בנבואתך.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

געדענק פאר א פאר יאהר צוריק איז ציטירט געווארען דעם ווארס פונ'ם קאצקער אין די "יתד נאמן" צייטונג אין ארץ ישראל, האט ר' אברהם יהושע סאלאווייטשיק ר"י בריסק געגעבען א גאנצען "חומש שיעור" געשיט פעך און שוועבל קעגן דאס ווארט.
לעצט פארראכטן דורך הרב מגאליציען אום זונטאג יולי 04, 2021 2:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

למען האמת, אין שם משמואל וואס איז אסאך קראנטער פון די שיח שרפי קודש [א' אלס אייניקל, ב' א גאון וצדיק, ג' חוסר פארלעסליכקייט און פונקטליכקייט פון דער ר' קים קדיש און זיינער מקורות], ברענגט ער פון זיין זיידע'ן דעם קאצקער פונקט פארקערט, ער ציטירט דארטן לשון קודשו אויף יודיש, אז נאכ'ן מעשה פון פנחס פון הריגת זמרי, האט משה רבינו געזעהן "אז דער יונגערמאן געראהט" האט ער געהאלטן אז פנחס איז ראוי צו זיין א מנהיג ישראל, האט ער מתפלל געווען יפקוד ד' אלקי הרוחות כו'.
לעצט פארראכטן דורך הרב מגאליציען אום מאנטאג יולי 05, 2021 9:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

אוראייניקל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שארף ווארט פון הייליגן קאצקער זי"ע פאריגע וואך, פארוואס האט נישט מרע"ה געבעטן דעם אייבערשטן יפקוד ה' אלוקי הרוחות איש על העדה תיכף נאך די מעשה הכאת הסלע ווען ער האט אויסגעפינען אז ער וועט נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל, נאר משה רבנו האט געהאלטן אז פנחס וועט איהם איבערנעמען, אבער נאך די מעשה קנאות האט ער שוין געבעטן יפקוד וגו' ווייל א קנאי קען נישט זיין קיין מנהיג ישראל... (כאטש דער שיח שרפי קודש ברענגט עס נישט בדרך צחות אדער הלצה מיין איך אז ס'בעלאנגט דא)

EDDB1D8C-9CC4-4108-AC41-C163F31BBBB6.jpeg

די חידוש פון דעם ווארט איז, אז דער קאצקער איז אליינס געווען א שארפער..

נאר די חילוק איז אז פינחס איז אויך געווען א קנאי בינו לבין קונו, כמבואר בהפטרת פינחס הנ"ל.

און ווי ס'שטייט אין מכילתא (בא)
אליהו תבע כובד האב ולא כבוד הבן, שנאמר 'קנא קנאתי לה' אלקי צבאות' [מלכים א' יט']. ומה נאמר? 'לך שוב לדרכך מדברה דמשק וגו' ואת יהוא בן נמשי תמשוח למלך על ישראל ואת אלישע בן שפט תמשוח לנביא תחתיך' שאין ת"ל לנביא תחתיך, אלא שאי אפשי בנבואתך.


מאידך גיסא מצינו הגמ׳ שלא נתכהן פנחס עד שהרג לזמרי.
אלמא שדוקא בשביל שקנא לה׳ נעשה כהן גדול.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: (כאטש דער שיח שרפי קודש ברענגט עס נישט בדרך צחות אדער הלצה מיין איך אז ס'בעלאנגט דא)

EDDB1D8C-9CC4-4108-AC41-C163F31BBBB6.jpeg

די הלצה איז, אז היינט איז פארקערט, וואגען זאל זיך א רבי נישט זיין גענוג קנאות'דיג ... פאר יענעם...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

יפקוד השם איש על העדה ולא תהי כצאן אשר אין להם רועה

האב איך געזעהן זייער שיין פשט פונעם קלוזענבורגע רב זצ''ל

רבי מאיר שפירא האט אמאל דערציילט אז מען האט אויפגענימען א רב אין אמעריקא בראשות ימיו, די ראשי קהילה האבן דעם רב אנגעזאגט נאר צי רעדן איבער זאכן וואס די עולם וויל הערן...

די רב האט געוואלט רעדן איבער שמירות שבת, האבן די ראשי קהילה איהם געווארנט אויף נישט צוליב וואס רוב ציבור ארבייט שבת...

האט ער געוואלט רעדן איבער כשרות המאכלים, האבן זיי איהם געווארענט אויף נישט ווייל נאר אפאר מענשטן עסן כשר...

האט ער געפרעגט איבער וואס דען זאל ער רעדן? אויף וואס זיי האבן גענפערט איבער אידישקייט...

טייטשט די דברי יציב הערליך שיין אריין אין פסוק..

יפקוד השם איש על העדה די רב זאל זיין בעה''ב אויף דעם עדה נישט פארקערט...

ממילא וועט נישט זיין די עדה כצאן אשר אין להם רועה ווען די ציבור פירט די רבנים ביי די נאז...
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

.
לעצט פארראכטן דורך סענסיטיוו אום זונטאג יולי 04, 2021 6:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

א שיין צחות'דיג ווארט פון שאץ מאץ

viewtopic.php?p=442338#p442338
א פערטער
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 10:13 am

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פערטער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שארף ווארט פון הייליגן קאצקער זי"ע פאריגע וואך, פארוואס האט נישט מרע"ה געבעטן דעם אייבערשטן יפקוד ה' אלוקי הרוחות איש על העדה תיכף נאך די מעשה הכאת הסלע ווען ער האט אויסגעפינען אז ער וועט נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל, נאר משה רבנו האט געהאלטן אז פנחס וועט איהם איבערנעמען, אבער נאך די מעשה קנאות האט ער שוין געבעטן יפקוד וגו' ווייל א קנאי קען נישט זיין קיין מנהיג ישראל... (כאטש דער שיח שרפי קודש ברענגט עס נישט בדרך צחות אדער הלצה מיין איך אז ס'בעלאנגט דא)


כת"י פון הרה"ק מסאטמאר אז ניינציג פראצענט פון שיח שרפי קודש איז שקר.
שיח שרפי קודש (2).PDF
(98.31 KiB) געווארן דאונלאודעד 48 מאל
לעצט פארראכטן דורך א פערטער אום זונטאג יולי 04, 2021 6:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

און וואס איז מיט די רמב"ם אין שמונה פרקים???

די עולם איז זייער פארנומען מיט די שש"ק, אנשטאטס צו זיין פארנומען מיט די עיקר.
א פערטער
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 10:13 am

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פערטער »

פנימחדשות האט געשריבן:און וואס איז מיט די רמב"ם אין שמונה פרקים???

די עולם איז זייער פארנומען מיט די שש"ק, אנשטאטס צו זיין פארנומען מיט די עיקר.

וואס זאגט דער רמב"ם?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

פון דעם גליון הנפלא "בנאות דשא" לעצטע וואך פרשת פנחס תשפ"א- הגאון האדיר רבי שאול אלטר שליט"א

והדברים לא ניתן להיאמר, שהרי אין ספק בדבר שמעשה פינחס בקנאתו היתה מחמת אהבתו לישראל כמו שהאריכו בספה”ק (וראה לעיל עמ’ א מספר הזכות), ואי רצה לומר דסו”ס העניש, וכי מי שהיה בבי”ד לא יכול להיות מנהיג, וגם אין זה ההסבר מטעם קנאי, אלא כעין פסול דכהן דקטיל, ולא זה מה שנמסר מהרבי מקאצק זי”ע.

והיה אפש”ל עפ”ד הרבי מקאצק זי”ע עה"פ וירא פינחס וגו', שמרע"ה לא היה יכול בעצמו להרוג בעצמו את זמרי, כי הדין הוא שאם באים לשאול את בי"ד אין הן יכולים להורות שהוא חייב מיתה, ורק קנאין פוגעין בו, ומרע"ה שהוא עצם התורה הוי כאילו שבאו אליו לשאול את הדין. וכן י"ל דכל מנהיג הוא בבחינה מסוימת תורה, ואינו יכול לצאת משורת הדין, אך אין זה פשטות כוונת המאמר (ואם זה כוונת המאמר ונמסרו כראוי, היה צריך להיות ב' הדברים הנ"ל במאמר אחד).

ואולי יובן קצת עפ"ד הבית ישראל )תשי"ח ד"ה אי'( 'הגידו בשם הרבי מקאצק ז”ל 'איש על העדה' שיהי' גם מבחינת איש, וכוונתו אולי שיוכלו העם להתקרב אליו, כעין וירד משה כו', וזה שיסבול אותם, ואף אם קלקו יתקן אותם וידריכם'. אך מי לנו גדול מפינחס שתיקן כל כלל ישראל בקנאתו (ומ"ש המו"ל דצדיק אינו מעניש, אכן כן בנוגע על הקפדה על כבודו).

ולכן הדברים צריכים עיון ולימוד מעמיק, להבין על נכון מאמר זה שקנאי אינו יכול להיות מנהיג (ושיתאים ההסבר על פינחס), וגם מאמר זה נכלל במה שכתב בעל שם הגדולים החדש בהג"ה לקול שמחה פר' וישב 'מי יוכל לכלכל דבריו במשפט בסגנון לשונו ממש, אשר גם גדולי עולם ושרי ישראל יגעו הרבה בדבה"ק לבוא אל מטרת כוונתו הטהורה, ונלאו מלעמוד על סתרי אמריו אשר היו למעלה למשכיל'.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: בדרך צחות ובדרך הלצה ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

א פערטער האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:און וואס איז מיט די רמב"ם אין שמונה פרקים???

די עולם איז זייער פארנומען מיט די שש"ק, אנשטאטס צו זיין פארנומען מיט די עיקר.

וואס זאגט דער רמב"ם?

viewtopic.php?p=2882187#p2882187
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”