די אויסטערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

משל ומליצה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:20 pm

די אויסטערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משל ומליצה »

צדוק זיצט אויף זיין אפיס בענקל איבערגעבויגן איבערן טישל און רעכנט און רעכנט איינמאל און נאכאמאל.

זיינע אויגן זענען שוין מיד, עס פארלאנגט שוין איר שלאף, זיינע ביינער טוען שוין וויי פון אזוי לאנג זיצן, און זיין מאגן מאנט איר'ס, אבער צדוק קען זיך נאכנישט אויפשטעלן אהיימגיין.

היינט צופרי האט איהם זיין אקאונטענט אריינגעשיקט די יערליכע פינאנציעלע ביזנעס רעפארט, עס דערנענטערט זיך דעד-ליין און מען מוז שוין זיך גרייטן צו שטייער סעזאן, און זינט צופרי זיצט ער דארט און קוקט איבער די חשבונות איינמאל און נאכאמאל ווען א שוואכקייט שפרייט זיך אויס אין זיינע ביינער יעדעס מאל באזונדער.

צדוק איז שוין יארן אין ביזנעס, זיינע ווייץ פעלדער אין אריזאנע זענען פון די גרעסטע אין גאנץ אמעריקא און פון דארט גייט ארויס עקספארט צו די גאנצע וועלט.

די ביזנעס האט ער נאך געירשנט פון זיין טאט'ן וואס האט מצליח געווען צו אויפבויען א מעכטיגע ווייץ אומפעריע וואס האט נאך בשעתו אריינגעברענגט שווערע געלטער און זיין פאטער האט זיך פאררעכנט פון די רייכסטע מענטשן אויף די פארב'ס ליסע.

צדוק איז פון אייביג אן געווען אן ערגענישער און געטוען וואס אימער ארויפצוארבעטן די ביזנעס און טאקע זינד צדוק האט איבערגענומען די ביזנעס האט ער איר פיל פאכיג פארברייטערט און געהויבן די פארדינסטן, און אזוי גייט עס שוין צענדליגע יארן צו גוטן.

צדוק פינקט ווי זיין פאטער – האט אייביג געהאט אן אפענע טיר פאר יעדן איד. ווען אימער א איד האט זיך גענויטיגט אין הילף, יעדע צדקה צוועק אין שטאט, האט געטראפן ארט אין צדוק'ס אויערן און הארץ און פון דארט צום קעשענע. רבנים און רבי'ס ראשי ישיבות און משולחים האבן אייביג געוואוסט זיין אדרעס. חשובע אידן האבן שוין געהאט די חזקה פון נישט משנה זיין זייער אכסניא פון צדוק, און זענען אייביג ארויס העכסט צופרידן.

דאס אלעס האט אנגעהאלטן ביז פאריאר 2020. ס'איז נייע צייטן ס'איז קאווי"ד.

גלייך ווען קאווי"ד איז אריינגעקומען אין די וועלט, האבן אלע אנגעהויבן ציטערן וואס דאס מארגן וועט ברענגן. ביזנעסעס האבן געמאכט אגרעסיווע באשלוסן, נישט וויסענדיג וואס דאס מארגן וועט ברענגן. די וועלט איז פארשלאסן האנדל וואנדל איז כמעט אפגעשטעלט, ארבעטער האבן פארלוירן זייער לאנג יעריגע פאזיציעס איבער נאכט. און עס איז צייט צו איינציען ס'פאסיק.

און ווער האט דאס מערסטע געליטן? די ישיבות, די כוללים, און די מוסדות התורה. אין א צייט וואס די וועלט שאקלט און קיינער ווייסט נישט וואס גיין זיין ווייטער, ווערן די טייסטער'ס פארשפארט.

צענדליגע טויזענטער און זאגאר מיליאנען דאלער וועלעכע לויפן שוין יארן ארויס צו אינטערשטיצן די תורה וועלט, געלט וואס מען רעכנט אויף זיי, געלט וואס האלט אינטער די יסודות פון די מוסדות, האבן פלוצים אויפגעהערט קומען. משולחים זענען פארצווייפלט. חוץ וואס קיינער לאזט נישט אריין אין שטוב ווייל ס'איז דאך קאווי"ד, האט מען פשוט מורא צו געבן נישט וויסענדיג וואס צו ערווארטן.

און צדוק איז קיין אויסנאם. אלעס איז אפגעשטעלט. קיינער האט באמת נישט אויף איהם קיין טענות ווייל דאס איז די וועלט יעצט. און קאווי"ד איז די תירוץ אויף אלעס. ס'איז נארמאל.

צדוק איז אין די עסן ביזנעס. די עסן אינדאסטריע איז ווייטער אנגעגאנגען מיטן גאנצן פארע, ווייץ איז א מאכל וואס די וועלט דארף האבן, יא קאווי"ד נישט קאווי"ד.

מען קען זאגן אז צדוק האט גאר פארדינט פילפאכיג מער ווי א יאר פארדעם, די פארלאנג איז געשטיגן און פרייזן האבן זיך געהויבן, מען האט באקומען גוטע דידאקשנס פון די גאווערמענט, גוטע הלוואות מיט קליינע פראצענט, און שכל און חשבון וואלט זיין באנק אקאונט געברויכט זיין מער געשוואלן ווי סתם א יאר.

און אט זיצט צדוק העכער די לענגערע רעפארט פון זיין אקאונטענט און ער רעכנט די חשבונות און ער קען נישט באשליסן וואס דא איז געשעהן. זיינע פארדיסטן זענען מיט 'גאנצע צען פראצענט ווייניגער' ווי א יאר פריער! רבוש"ע וואס גייט דא פאר? ער קען ממש נישט פארשטיין ווי אזוי אזא זאך איז געשעהן?! עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.

צדוק האט נישט קיין מנוחה, ער מוז דערגיין וואס איז די גורם צו אזא פארלוסט.

מיט שווערע טריט ריכטעט ער אהיים ער מוז זיך לייגן פרי, מארגן איז זיין טאט'נס יארצייט ער מוז אויפשטיין פרי דאווענען פאר'ן עמוד און ארויפגיין צום ציון, ער וועט דארטן מתפלל זיין זיין טאטע זאל זיך מיען פאר איהם אין זיין שווערן מצב.

ביינאכט ביי די יארצייט סעודה זענען זיך צאמגעקומען משפחה און גוטע פריינט פון זיין טאט'ן און אינאיינעם האט מען ארויסגעהויבן דעם טאטנ'ס גוטע מעשים אלע האבן אדרעסירט זיין גוט הארץ און גרייטקייט צו העלפן יעדן איינעם אלעמאל.

שמעי' איז געווען א נאנטער ידיד מיט'ן טאטן. די משפחה מאכט זיכער יעדעס יאר איהם צו לאדנען צו די יארצייט סעודה און ער טרעט אויף מיט זכרונות פון זייער אומפארגעסליכן פאטער.

היי-יאר איז גארנישט אנדערש.

זיצנדיג נעבן שמעי' טרעפט זיך צדוק אויסרעדן דאס הארץ פאר זיין טאטנ'ס נאנטער ידיד, פארציילנדיג איהם ווי שווער עס איז געווען די פארדינסטן היי-יאר און מיט אלעס וואס ער וואלט געדארפט פארדינען לאור המצב איז גאר דאס רעדל געדרייעט פונקט פארקערט.

שמעי' שמייכלט זיך אינטער, צדוק'ס פנים ווערט רויט פאר כעס. די לאכסט פון מיינע צרות? דאס איז שוין מיינע גוטע פריינד!.

"צדוק" פרעגט שמעי' ליבליך. וואס זענען געווען די לעצטע ווערט פון דיין טאטן צו דיר איידער ער איז אוועק פון די וועלט?

מיטאמאל איז א בליץ אדורך געלאפן אין זיין מוח! וואווו וואו איז עס איהם נישט בייגעפאלן ביז יעצט!

געווען איז עס בערך א וואך פאר זיין טאטע איז נסתלק געווארן האט ער איהם געלאזט רופן און ער האט איהם געזאגט.

"מיין טייערע צדוק, דו נעמסט אי"ה איבער מיינע פארצווייגטע געשעפטן, איך פארלאז מיך אויף דיר אז די וועסט איר פירן ווי עס דארף צו זיין, און ארויפהייבן אירע סעיל'ס איבער די גאנצע וועלט, אבער לאז מיך דיר אויסזאגן די 'סוד' פון מיין גאנצע הצלחה!

צדוק שפיצט אן די אויערן אזאנס טאר מען נישט פארפאסן, הערן די סוד פון זיין טאטע'ס אויסטערלישע הצלחה אין ביזנעס.

"זעסט דאס ביכל? דארט שטעקט מיין גאנצע הצלחה!

צדוק עפענט דאס ביכל, אן אלט פארגעלטע ביכל וואס האט שוין געזעהן בעסערע צייטן, ער בלעטערט און איר און ס"ה וואס ער זעהט איז חשבונות.

"דאס איז די סוד? וואונדערט ער זיך הויעך.

"יא! הער וואס איך וועלט דיר זאגן.

"זיי וויסן אז עס גייט נישט דורך קיין וואך וואס איך זעץ מיך נישט אוועק ביים ביכל און איז מאך א גענויער חשבון וויפיל איז אריינגעקומען פאריגע וואך און איך שייד אפ מעשר פון אלעמען, און אלעס ווערט פארטיילט פאר צדקה!

"דאס גייט שוין אן יארן, און גלייב מיר איך ווייס נישט ווי אזוי אבער מיין ביזנעס וואקסט יעדעס יאר טאפעלט פון יאר פריער!! דאס איז א פאקט!!

"איך קען דיר איין זאך זאגן, אויב וועסטו דיך ווייטער אזוי פירן, וועט דיר די הצלחה ווייטער באגלייטן, און דיין עשירות וועט זיך הייבן יעדעס יאר!!

אצינד האט זיך צדוק דערמאנט אין זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער און זאכן האבן אנגעהויבן שטימען.

נישט קאווי"ד מאכט פארלירן געלט, און נישט קאווי"ד מאכט פארדינען געלט, איין זאך וואס מאכט רייך:

"געבן מעשר ערליך"

(ע"פ תוס' תענית ט. ד"ה עשר, בשם המדרש)
לעצט פארראכטן דורך משל ומליצה אום פרייטאג מאי 21, 2021 2:50 pm, פארראכטן געווארן 9 מאל.
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: די אויסערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

HebrewBooksOrg_36109_page_15.pdf
(146.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 40 מאל
;l;p- ;l;p-
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
שרייבען
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 8:49 pm

Re: די אויסערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבען »

יישר כח פאר די חיזק. זייער גיט אראפגעלייקט.
משל ומליצה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:20 pm

Re: די אויסערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משל ומליצה »

אוצר המדרשים פרשתן.
אטעטשמענטס
אוצר המדרשים
אוצר המדרשים
אוצר המדרשים.JPG (161.23 KiB) געזען 1249 מאל
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: די אויסערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הערליך!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: די אויסערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

הערליך שיין!
שיינע שריפט, מיט א זיסע שפראך!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: די אויסטערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

כידוע יש מצווה להפריש מעשר מכל רווח שיש לאדם, וכפי שלמדו חכמים מהפסוק (דברים יד, כב): "עשר תעשר את כל תבואת זרעך היוצא השדה שנה שנה". ואמרו חז"ל (בספרי שם): אין לי אלא תבואת זרעך שחייב במעשר, אבל רווחים מריבית וסחורה וכל שאר רווחים מניין? תלמוד לומר ´את כל´. שהיה יכול לומר הכתוב "את תבואתך", ולמה נאמר "את כל" - ללמדנו שצריך להפריש מעשר גם מריבית וסחורה ומכל דבר שאדם מרוויח בו.
וזהו שנדר יעקב אבינו בצאתו לחרן, שאם ה´ יהיה עימו וישמור עליו ויתן לו לחם לאכול ובגד ללבוש - "כל אשר תתן לי עשר אעשרנו לך" (בראשית כח, כב), היינו שיפריש מעשר לצדקה.
עשר תעשר - בשביל שתתעשר
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: די אויסטערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

זייער געשמאק אראפגעלייגט. ייש״כ.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: די אויסטערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

יישר כח פאר די חיזוק ווערטער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די אויסטערלישע הצלחה פון צדוק, און זיין פאנטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פארוואס גייט דאס נישט אין קרעטשמע?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”