מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:איבערגעלייגט די לינק
ביטע פרובירן יעצט

__

גוטע לינק
שו"ת הבינינו_מוצש"ק תצוה תשפ"ב_ראלי האטעל

שלוש סעודות איז אויך דא צו באקומען?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

derech eretz האט געשריבן:
א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:איבערגעלייגט די לינק
ביטע פרובירן יעצט

__

גוטע לינק
שו"ת הבינינו_מוצש"ק תצוה תשפ"ב_ראלי האטעל

שלוש סעודות איז אויך דא צו באקומען?

ווייסעך נישט
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

נישט נארמאל זיס די שאלות ותשיבות
זייער א גוטע שטימונג די מצב דארט
אוועטאר
מפוזר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:17 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און קיטוב

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפוזר »

דערזעהנדיג אז קיינער האט נאך נישט אראפ געשריבען קיין באריכט פונעם שבת, וועל איך מיר אליינס נעמען די פעדער אין די הענט.

צום ערשטענס וויל איך מאכן א שטיקעל הקדמה,
איך בין נישט קיין שרייבער איך שרייב קיינמאל, סא ביטע מיר פארגעבן,
והשנית גיי מיר אין די תגובה וויינגער פאוקסערין איבער די גאר רייכע דרשות, נאר ענדערש איבער די זאך ארום, און אי''ה עוד חזון למועד,
איך וואלט געוואלט בעטן פאר סיי ווער עס האט זיך באטייליגט ביים שבת, אריין צו קומען מיט נאך דעטלאן און קאמעטארן,

אלעס האט זיך אנגעהויבען א קארגע וואך בעפאר, ווען איך האב אריין גערופען דעם האט ליין און דערהערט דעם ''מודעה משמחת'' וואס מעלט איבערן שבת, איך האב זיך גלייך א לאז געטוהן אויפן יארכע זוכן א חבר מיט וועם צו גיין, האב איך געקלונגען מיינטס א נאנטען צו וועם איך רעד אסאך איבערן מגי''ש, כאטשיג יענער הערט אים וויינג, האט אים נישט געבאדערט א שבת אויף די בערג, און מיר זעמיר געגאנגען באשטעלן בעטן. איבער א וועג אהין האמיר זיך מסדר געוועהן מיטן סיסטעם ווי וואוילע אידן האבן איין געגעבן אז זיי זענען גרייט מיט צו נעמען אנדערע אידן צום שבת,
קומען מיר אן דארט פרייטאג נאכמיטאג זאנען געזעסן אפאר אידן ביי א טיש אין לאבי דארט, ווי ביי א ראפעל אין ביהמ''ד, און אויסגערופן ''שבת הביננו'', האמיר גענומען די שליסלען אין א לאז געטוהן זיכן אונזער שטוב אונעם ראלי ''ברעני מעיז'', געטראפן האמיר א שטוב וואס האט שוין געזעהן בעסערע צייטן, מ'האמיר זיך מחזק געוועהן מיטן לחש ''נישט פאר דעם זענען מיר דא געקומען אויף שבת''
נאכן שלום מאכן מיטן מצב איבער אונזער שטוב, זענען מיר געגאנגען מיר געגאנגען אריין כאפן א שטיקל טועמי' לכבוד שבת, מיט נעמענדיג די בגדי שבת פארן מקוה, נישט ווילענדיג דארפען וואקען די איבעריגע מייל אהין און צוריק, ב''ה פיין געוועהן צוגעשטעלט טועמי', מ'האמיר און איינוועגס אנגעהויבן זעהן וועם מ'האמיר אלס פאר שבת, מ'האמיר זוכה געוועהן צום ערשטען שלום עליכם, און ווי לאנג הערסטו אים שוין קשיא, וואס האט זיך אסאך איבער גע'חזר'ט דורכאויס שבת, א מקוה איז געוועהן א פיינע און א שוויץ נאך א בעסערע,

אריין קומענדיג אין ביהמ''ד האט זיך גראד דערקענט אז מ'גיימיר זיין דא שבת מיט א פיל קעפיגע ציבור, אויף וואס די צוגעלייגטע רייע טישן האט מעיד געוועהן, מיין חבר איז געווארן אנגעצויגען אז מ'וועט נישט קענען הערן די מגי''ש רעדן, מ'האמיר אים באראיגט אז פאר א יאר האט מען ב''ה פיין געהערט, עס האט זיך אויכט אנגעזעהן א געמיש פון אלע מינע אידן און ''אלע'' חסידות'ן, די מנחה איז געוועהן א דערהויבנע, נאך מנחה איז ר' יואל ב''ר ליפא קרויס אריף אויפן ארון הקדוש און געפענט די שבת מיט דברי פתיחה צום דערהויבענם שבת, דערנאך איז דער מגי''ש ארויף אויפן ארון קודש בשעת אלע אידן זיצן מיט אנגעשפיצטע אוירען, פערל רייט גיסט זיך, דער עולם טרינקט מיט דארשט, דאן ענדיגט די מגי''ש צו זאגענדיג 'טייערע אידן איין טובה בעט איך ענק איך גיי עס זאגן קודם און ענגליש דערנאך אידיש ''ד'אונט בי פאורמעל'' זייט היימיש איינער מיטן צווייטען אז נישט האט עס נישט קיין שום טעם די גאנצע שבת', צו מעריב איז צוגעגאנגען ר'שלמה זלמן הארוויטץ וואס איז געקומען פירען די חלק הנגינה ביים שבת, שוין סוף עלינו האט דער עולם זיך אנגעהוין יאגן כאפען א גוטע פלאץ ביים סועדה ואני בתוכם
המשך יבוא.....
כ'בין דא צוריק!!!!!
ווערציך געגלייבט....
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

יא יא, דער דאונט בּי פאָרמאָול האט מער עפעס אזוי געכאפט....
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

מפוזר האט געשריבן:דערזעהנדיג אז קיינער האט נאך נישט אראפ געשריבען קיין באריכט פונעם שבת, וועל איך מיר אליינס נעמען די פעדער אין די הענט.

צום ערשטענס וויל איך מאכן א שטיקעל הקדמה,
איך בין נישט קיין שרייבער איך שרייב קיינמאל, סא ביטע מיר פארגעבן,

המשך יבוא.....

א מין מעשה דאס... ש'קיין שרייבער?.... שוין איינמאל א שרייבער! אבער נאך ווי...
אזוי גוט אראפצולייגן בקיצור, איז א קונץ וואס נישט יעדער קען באווייזן!
מיר ווארטן פארן המשך! אבער אויב שוין דען שוין, עטוואס מער באריכות.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
chicken
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 10:11 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך chicken »

מפוזר האט געשריבן:דערזעהנדיג אז קיינער האט נאך נישט אראפ געשריבען קיין באריכט פונעם שבת, וועל איך מיר אליינס נעמען די פעדער אין די הענט.

צום ערשטענס וויל איך מאכן א שטיקעל הקדמה,
איך בין נישט קיין שרייבער איך שרייב קיינמאל, סא ביטע מיר פארגעבן,
והשנית גיי מיר אין די תגובה וויינגער פאוקסערין איבער די גאר רייכע דרשות, נאר ענדערש איבער די זאך ארום, און אי''ה עוד חזון למועד,
איך וואלט געוואלט בעטן פאר סיי ווער עס האט זיך באטייליגט ביים שבת, אריין צו קומען מיט נאך דעטלאן און קאמעטארן,

אלעס האט זיך אנגעהויבען א קארגע וואך בעפאר, ווען איך האב אריין גערופען דעם האט ליין און דערהערט דעם ''מודעה משמחת'' וואס מעלט איבערן שבת, איך האב זיך גלייך א לאז געטוהן אויפן יארכע זוכן א חבר מיט וועם צו גיין, האב איך געקלונגען מיינטס א נאנטען צו וועם איך רעד אסאך איבערן מגי''ש, כאטשיג יענער הערט אים וויינג, האט אים נישט געבאדערט א שבת אויף די בערג, און מיר זעמיר געגאנגען באשטעלן בעטן. איבער א וועג אהין האמיר זיך מסדר געוועהן מיטן סיסטעם ווי וואוילע אידן האבן איין געגעבן אז זיי זענען גרייט מיט צו נעמען אנדערע אידן צום שבת,
קומען מיר אן דארט פרייטאג נאכמיטאג זאנען געזעסן אפאר אידן ביי א טיש אין לאבי דארט, ווי ביי א ראפעל אין ביהמ''ד, און אויסגערופן ''שבת הביננו'', האמיר גענומען די שליסלען אין א לאז געטוהן זיכן אונזער שטוב אונעם ראלי ''ברעני מעיז'', געטראפן האמיר א שטוב וואס האט שוין געזעהן בעסערע צייטן, מ'האמיר זיך מחזק געוועהן מיטן לחש ''נישט פאר דעם זענען מיר דא געקומען אויף שבת''
נאכן שלום מאכן מיטן מצב איבער אונזער שטוב, זענען מיר געגאנגען מיר געגאנגען אריין כאפן א שטיקל טועמי' לכבוד שבת, מיט נעמענדיג די בגדי שבת פארן מקוה, נישט ווילענדיג דארפען וואקען די איבעריגע מייל אהין און צוריק, ב''ה פיין געוועהן צוגעשטעלט טועמי', מ'האמיר און איינוועגס אנגעהויבן זעהן וועם מ'האמיר אלס פאר שבת, מ'האמיר זוכה געוועהן צום ערשטען שלום עליכם, און ווי לאנג הערסטו אים שוין קשיא, וואס האט זיך אסאך איבער גע'חזר'ט דורכאויס שבת, א מקוה איז געוועהן א פיינע און א שוויץ נאך א בעסערע,

אריין קומענדיג אין ביהמ''ד האט זיך גראד דערקענט אז מ'גיימיר זיין דא שבת מיט א פיל קעפיגע ציבור, אויף וואס די צוגעלייגטע רייע טישן האט מעיד געוועהן, מיין חבר איז געווארן אנגעצויגען אז מ'וועט נישט קענען הערן די מגי''ש רעדן, מ'האמיר אים באראיגט אז פאר א יאר האט מען ב''ה פיין געהערט, עס האט זיך אויכט אנגעזעהן א געמיש פון אלע מינע אידן און ''אלע'' חסידות'ן, די מנחה איז געוועהן א דערהויבנע, נאך מנחה איז ר' יואל ב''ר ליפא קרויס אריף אויפן ארון הקדוש און געפענט די שבת מיט דברי פתיחה צום דערהויבענם שבת, דערנאך איז דער מגי''ש ארויף אויפן ארון קודש בשעת אלע אידן זיצן מיט אנגעשפיצטע אוירען, פערל רייט גיסט זיך, דער עולם טרינקט מיט דארשט, דאן ענדיגט די מגי''ש צו זאגענדיג 'טייערע אידן איין טובה בעט איך ענק איך גיי עס זאגן קודם און ענגליש דערנאך אידיש ''ד'אונט בי פאורמעל'' זייט היימיש איינער מיטן צווייטען אז נישט האט עס נישט קיין שום טעם די גאנצע שבת', צו מעריב איז צוגעגאנגען ר'שלמה זלמן הארוויטץ וואס איז געקומען פירען די חלק הנגינה ביים שבת, שוין סוף עלינו האט דער עולם זיך אנגעהוין יאגן כאפען א גוטע פלאץ ביים סועדה ואני בתוכם
המשך יבוא.....

keep going איך בין מיך מחיה
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

מודעה משמחת, שיעור הלכה יומי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

מטעם המכון ווערט געמאלדן אז אין די טעג הייבט זיך אן א פרישע שיעור הלכה אין משנה ברורה במסגרת דרשו פארגעלערנט דורכן מגיד שיעור שליט"א.

צו באקומען אויף אימעיל שרייבט 'הצטרפות לשיעורי הלכה' צו [email protected]

צו באקומען אויף וואטסעפפ https://chat.whatsapp.com/JfETygVgbm8GAZg12RJ3vH

דא קענט איר הערן דעם ערשטן שיעור https://www.dropbox.com/s/bkja33pg4mo43 ... 0.mp3?dl=0

כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא, טעמו וראו כי טוב!
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

ערהאלטן פון א חבר:

מיינע געפילן בוזשעווען נאך פון דעם ״שבת הבינינו״ וואס מיר האבן די זכי׳ געהאט מיט ציהאלטן דעם מיטן מגיד שיעור הרב ר׳ שמעון שפיצער ני״ו.
אלזא איך וועל פראבירן עטוואס ארויסציברענגן מיינע געפילן כדי עס זאל ווערן אביסל מסודר און זיך זעצן די אנגעפאקטע 24 שעה וואס איז געווען איין קייט פון דערהויבנקייט אנגעפילט מיט גאלד און פערל וואס זענען געפלאסן פון דעם מויל פינעם מגיד שיעור שליט״א
איך וועל אנהייבן קודם מיט דעם סדר השבת און דערנאך וועל איך פראבירן צי שרייבן די נקודות וואס ר׳ שמעון האט געזאגט משך פון דעם שבת לויט וויפיל איך געדענק אויפ׳ן שפיץ גאפל
א חבר מיינער האט מיר געפרעגט וואס איז געווען די היילייט פינעם שבת, האב איך אים געענטפערט די היילייט איז געווען דער גאנצער שבת, דער גאנצער שבת קודש איז געווען א שטיק אור א שטיק פייער א פייער וואס האט געפלאקערט ביי יעדן אין הארץ מקבל צי זיין פינעם מגיד שיעור און גיין טרעפל העכער אין עבודת ה׳ און אין קירבות אלוקים
עס איז געווען הפלא ופלא צי זעהן דער מורא׳דיגע קאלערפולער עולם מענטשען פון אלע קרייזן סאטמאר/וויזניץ/בעלזא/ סקווער/ועוד פון אינג צי אלט ארעם און רייך זענען אלע געקימען מיט איין מטרה און יעדער האט גערעדט די זעלבע שפראך,
ווי מען איז געשטאנען און געגאנגען האט מען געזעהן ווי מענטשן וואס האבן זיך נישט געקענט בעפאר זענען נארוואס געווארן גיטע חבירים און האבן געשמיעסט און איבער׳געחזר׳ט און איבער געשמיעסט די געוואלדיגע רעיונות און שיעורים פינעם מגיד שיעור עס האט ממש אויסגעזעהן ווי איין גרויסע פאמיליע.

נאך מנחה בעפאר קבלת שבת האט דער מגיד שיעור געעפענט דעם מעמד מיטן ארויסברענגען וואס הגם יעדער איינער לערענט פאר זוך א גאנץ יאר און מען שטייגט יעדער אויף זיין פלאץ איז פארט דא דעם מעלה פון זיך ציזאם קימען אינאיינעם און איבערחזר׳ן וואס מען לערענט משך׳ן יאר ווייל ווען דער עולם איז ציזאמען איז דא א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז עס זאל נקלט ווערן אין די ביינער
עס איז געווען א ווארעמע קבלת שבת מיט דעם הערליכן בעל תפילה ר׳ שלמה זלמן הורעוויץ.

און דאן איז דער שבת׳דיגע סעודה אפגעראכטן געווארן מיט דערהויבנקייט ווי מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים און צי יעדע שטיק צייט האט זיך דער מגיד שיעור אויפגעשטעלט און דער עולם האט געשלינגן מיט דורשט די אבנים טובים ומרגליות וואס ער האט משמיע געווען פארן ציבור.

גלייך נאכן בענטשען איז געווען די באטע ווי מען האט ממשיך געווען מיט די ניגוני שבת און ניגוני התעוררות,
מען האט געזינגען אני מאמין און דערנאך האט ר׳ שמעון זיך אויפגעשטעלט רעדן איבער די גלות פרטי והכללי און דערנאך ווייטער געזינגען און נאכאמאל גערעדט אזוי עטליכע מאל און יעדעס מאל מיט א פרישע געדאנק
אזוי האט זיך עס געצויגן ביז ארום האלב איינס.

צי שחרית איז ציגעגאנגען ר׳ יואל בערקאוויטש מיט א געשמאקע ווארעמע דאווענען.

בעפארן ליינען האט ר׳ שמעון גערעדט איבער די ענין פון קריאת התורה אז פינקט אזוי ווי ביי מעמד הר סיני איז געווען אז אלע חולים זענען נתרפה געווארן דאס איז געווען מיט די כח פון די הייליגע תורה איז פינקט אזוי היינט ווען מען ליינט די תורה האט דאס די זעלבע כח און טאקע דערפאר האט מען מתקן געווען צי מאכן מי שברך׳ס דווקא ביי קריאת התורה.

נאכן דאווענען ביים קידוש האט ר׳ שמעון דריי מאל גערעדט איבער דעם פארוואס די זוהר הקדוש ריפט אן די מצוות עיתין עצות און ער האט יעדעס מאל געזאגט אן אנדערע בחינה פון דריי באזינדערע מצות וויאזוי עס איז אן עצה ציציקימען צי ווערן אן ערליכע איד און שטייגן אין עבודת ה׳ בכלליות.

דערנאך האט מען זיך געוואשן צי די סעודת שבת און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה מען האט געזינגען און ר׳ שמעון האט גערעדט פיר מאל אינדערצווישן
מען האט געבענטשט בערך פינעוו אזייגער.

5:15 איז געווען מנחה און דערנאך איז געווען שלוש סעודות,
פארן זינגען זמירות האט ר׳ שמעון מעורר געווען אין וואספארא הייליגע זמן מען געפינט זיך ער האט איבערגעטייטשט די ווערטער פון בני הכלא
מען האט געפראוועט מיט פארלאשענע לעקטער און נאכן זינגען די זמירות האט מען געזינגען ניגוני התעוררות און דערנאך האט ר׳ שמעון גערעדט איבער דאס ענין פון מתפלל זיין פארן כלל און ווי אויך פאר א חבר
מען האט געבענטשט אכט אזייגער
צי מלווה מלכה בין איך נישט געבליבן איך האב אבער געהערט דעם ריקארדינג

איך האף ממשיך צי זיין שפעטער אי״ה מיט די נקודות
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

פונעם חבר הנ״ל

ביי די סעודה שבת אינדערפרי האט ער געזאגט אזא געדאנק
ווען איינער פרעגט זיין חבר צי ער האט אביסל צייט פאר אים ווייל ער וויל מיט אים דורכשמיעסן א גאר וויכטיגע זאך און ער ענטפערט אים, אנטשולדיגט איך וואלט באמת געוואלט מיט דיר רעדן און אוועק געבן פון מיין צייט אבער איך בין מורא׳דיג פארנימען מיט דאס און מיט יענס איך האב באמת נישט קיין צייט, מאכט זיך זייער אסאך מאל אז מען ווערט אפענדעט, פארוואס?..פון וואס קימט דאס?.. דאס קימט פון דעם ווייל מען שפירט אז ער איז נישט געניג וויכטיג ביי זיין חבר אין די אויגן, ווען ער וואלט אים ווען באמת ליב געהאט וואלט ער שוין געמאכט צייט פאר אים אפילו ער האט וויכטיגע זאכן צי טוהן.

א מענטש האט פיל רצונות אין עבודת ה׳ ער וויל אז זיין שיעור תורה זאל זיין מער בקביעות, אוועק געבן מער צייט פאר די הכנות צום דאווענען און פאר דעם דאווענען בעצם, אוועקגעבן צייט צו טוהן א חסד פאר א חבר זיך נאכפרעגן ביי זיין חבר וואס גייט דורך א שווערע פראבלעם מיט וואס ער קען אים העלפן,
עס איז אבער פארהאן בלויז 24 שעה אינעם טאג און ער האט באמת אסאך וויכטיגע זאכן צי ערלעדיגן סיי מיט זיין פרנסה און סיי מיט העלפן און שטוב און סיי מיטן שמיעסן אביסל.. כמיין… א מענטש איז נאר א מענטש און ער מעג אביסל מיטהאלטן די נייעס און זיך אויס ליפטערן אביסל.

און אזוי ווייטער האט א מענטש א לאנגע ליסט יעדן טאג וואס ער וויל אנקימען, סאיז אבער דא זאכן וואס זענען אויף די טאַפּ פון די ליסט דאס הייסט זאכן וואס זענען ממש זיינע פרייארעטיס, און דערנאך האט ער זאכן וואס זענען נעקסט אויף די ליסט און ווי ווייטער אויף די ליסט עס איז, איז אלס דא א מעגליכקייט אז זאכן זאלן ווערן אפגעשטיפט פאר די נעקסטע טאג אדער פאר א צווייטע געלעגענהייט אדער… פאלט עס אינגאנצן אוועק און שוין נישט געפערליך סאיז דאך סך הכל נאך אלעמען בלויז אינטן פון ליסט.

די עבודה פון א איד דארף זיין ארויפציריקן ציביסלעך זיינע רוחניותדיגע שאיפות אביסל העכער אויף די ליסט אוודאי מיט די פיפטע שלחן ערוך אבער אויב וועט ער אפמאכן אז יעבר עלי מה ער גייט שלאפן פרי כדי צי קענען אויפשטיין פארטאגס, אדער ער ריקט אביסל ארויפציר אויפ׳ן ליסט אז זיין דאווענען מעג נעמען אביסל לענגער זיין שיעור קבוע געבט מען נישט אוועק פאר אנדערע וויכטיגע זאכן ער מוז טאהן עפעס חסד צי זיין א שטיקל איד
אזוי קען מען ציביסלעך שטייגן.

אני הקט׳ קלער ציצילייגן אז דאס איז פשט פון ״עלבון התורה״, וואס הייסט די תורה ווערט פארשעמט? ער ווערט פארשעמט און עס באדערט אים אז ער איז אינטען פון די ליסט און ווערט ליידער צימאל פארגעסן
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

נאך א שטיקל פון אים

פרייטיג צי נאכטס ביים באטע האט ער ארויסגעברענגט אז פארוואס זענען זייער אסאך זמירות פון שבת מיוסד אויף די גלות און אויף די בענקעניש צי די גאולה
איז ער מסביר אז א איד זיצט זיך שבת ביי זיין טיש מיט א רואיגקייט פראוועט א סעודה ער פארגעסט פון אלע זיינע צרות און זינגט ניגוני דביקות ווערט נאנט מיט רבונו של עולם הייבט אים אן בענקען צי די גאולה.. ער וויל נישט צוריק גיין צי די וואכעדיגע נידריגע טעג ער וויל בלייבן מיט די נאנטשאפט א גאנצע וואך
פארדעם זענען די זמירות מיוסד אויף דעם נושא
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

די היינטיגע חובת הלבבות שיעור איז עפעס אזוי מין רייך און קלאר, די יסודות אמונה ובטחון צאמגענומען בבהירות נפלא ווי אזוי צו טראכטן בעת יעדע שוועריקייט, סטעפ ביי סטעפ.

https://lomdotchasidut.libsyn.com/episode--136
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
chicken
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 10:11 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך chicken »

derech eretz האט געשריבן:די היינטיגע חובת הלבבות שיעור איז עפעס אזוי מין רייך און קלאר, די יסודות אמונה ובטחון צאמגענומען בבהירות נפלא ווי אזוי צו טראכטן בעת יעדע שוועריקייט, סטעפ ביי סטעפ.

https://lomdotchasidut.libsyn.com/episode--136

אשרינו אשרינו אשרינו שיש לנו תורה ורבי כזה
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

chicken האט געשריבן:

כ'פלעג לאכן ווען די ברעסלאווע פלעגן זינגען די ניגון, היינט פארשטיי איך עס...
סך הכל תגובות: 999
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נעכטן זונטאג און היינט מאנטאג זענען די טעגליכע שיעורים געווידמעט איבער דברים העומדים על הפרק - זיין עדיקטעד צו נייעס.

לענגערע ביאור איבער דעם יסוד חומר הענין פון ביטול זמן און א טיפערע אריינבליק אין דעם טבע פון השתוקקות צו נייעס יעדע שעה און מינוט (ריעל-טיים), פארגלעט און איינגעוויקלט אין א איידעלע אבער לא משתמע לתרי אנפי'דיגע שפראך כמנהגו הטוב פונעם מגיד שיעור...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

צולייגער האט געשריבן:נעכטן זונטאג און היינט מאנטאג זענען די טעגליכע שיעורים געווידמעט איבער דברים העומדים על הפרק - זיין עדיקטעד צו נייעס.

לענגערע ביאור איבער דעם יסוד חומר הענין פון ביטול זמן און א טיפערע אריינבליק אין דעם טבע פון השתוקקות צו נייעס יעדע שעה און מינוט (ריעל-טיים), פארגלעט און איינגעוויקלט אין א איידעלע אבער לא משתמע לתרי אנפי'דיגע שפראך כמנהגו הטוב פונעם מגיד שיעור...

זאג איך פאר א חבר אז ר' שמעון איז שוין באלד גרעסערער ריש... פון פוטין... אזוינס זיך צו נעמען איידעלערהייט אויף מיינע ביינער... ארומגענומען ווי קיעוו אן קיין מקום לנוס...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אזא דרייעדיגע ציפ אין רעכטן באק פון זיידי... יעפ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:נעכטן זונטאג און היינט מאנטאג זענען די טעגליכע שיעורים געווידמעט איבער דברים העומדים על הפרק - זיין עדיקטעד צו נייעס.

לענגערע ביאור איבער דעם יסוד חומר הענין פון ביטול זמן און א טיפערע אריינבליק אין דעם טבע פון השתוקקות צו נייעס יעדע שעה און מינוט (ריעל-טיים), פארגלעט און איינגעוויקלט אין א איידעלע אבער לא משתמע לתרי אנפי'דיגע שפראך כמנהגו הטוב פונעם מגיד שיעור...

זאג איך פאר א חבר אז ר' שמעון איז שוין באלד גרעסערער ריש... פון פוטין... אזוינס זיך צו נעמען איידעלערהייט אויף מיינע ביינער... ארומגענומען ווי קיעוו אן קיין מקום לנוס...

יישר כח פאר ביידע פון ענק פאר'ן ברענגען און אויסשמועסן

לכבוד דעם גייעכעס טאקע הערן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
viener
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:10 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך viener »

https://lomdotchasidut.libsyn.com/2kxm52106hxc

נישט פשוט - ב״ה שוין געראטעוועט שעות מיט אומזינגסטיגע אנערגיע...
סאיז א שווערער ארבייט - אבער עס לוינט
באשעפער נאר די קענסט העלפען!!
chicken
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 10:11 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך chicken »

viener האט געשריבן:https://lomdotchasidut.libsyn.com/2kxm52106hxc

נישט פשוט - ב״ה שוין געראטעוועט שעות מיט אומזינגסטיגע אנערגיע...
סאיז א שווערער ארבייט - אבער עס לוינט
באשעפער נאר די קענסט העלפען!!

?u stopped totally
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

לינק צי שטיצן הרב פימא וואס דער מגי"ש האט דערמאנט?
סך הכל תגובות: 999
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

.
לעצט פארראכטן דורך צולייגער אום זונטאג מארטש 06, 2022 10:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

יענע לינק איז ספעציפיש פאר ארץ ישראל יודן
די אמעריקאנע אידען האבן א עקסטרע לינק מזאל ביטע נוצען דעם לינק

https://thechesedfund.com/kiev/kievemergencyfund/
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

א פארצייטישע איד האט געשריבן:יענע לינק איז ספעציפיש פאר ארץ ישראל יודן
די אמעריקאנע אידען האבן א עקסטרע לינק מזאל ביטע נוצען דעם לינק

https://thechesedfund.com/kiev/kievemergencyfund/

אויך טעכניש די לינק איז טעקס דידאקטיבל פאר סיי וואסערע אינפארמאציע קען מען רופען ⁨(732) 806-1718⁩
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

חוץ די לינק
איז די היינטיגע שיעור עפעס נישט נארמאל....

לוינט זיך צו הערן אפי' ביסט נישט פון ר' שמעון'ס מענטשן...
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”