אוהב חסידים האט געשריבן:שיינע שטריימעל האט געשריבן:אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:בכלל אז מ'רעדט שוין פון די מושג פון "צדיקים בזמן הזה"
איך האב אמאל געפערגט איינער וואס האט מיר איבערגעזאגט בשם רבו אז "היינט איז שוין נישט דא קיין צדיקי אמת"
פרעג איך אים - אן צו פוגע זיין ח"ו אין דיין רבי, דאס איז א געפערליכע פאראדאקס [א טענה וואס פרעגט זיך אליינס אפ אזוי ווי למשל איינער זאל זאגן "איך זאג יעצט א ליגענט"]
ממה נפשך, אויב זענען פארהאן צדיקים בזמן הזה, וואלט איך אנגענומען וואס דיין רבי זאגט, אבער אויב נישט - דעמאלטס וואס גייט מיך אן וואס דיין רבי האט געזאגט? ער איז דאך סיי ווי נישט קיין צדיק...
ח"ו לא כתבתי לקנטר ח"ו! דאנט געט מי ראנג אבער שאלתי בעינה עומדת און אדרבה זאל איינער קלארער מאכן
לכו''ע איז דא היינט מנהיגי ישראל צדיקים ערליכע אידן וואס מען דארף פאלגן,
די אמאליגע צדיקים וואס האבן געהאט אפענע אויגן דאס איז נישט דא,
שקר ווי די עבודה זרה!
צו זאגן אזוי גראב אז חלילה היינט זענען נישט דא קיין צדיקים מיט אפאנע אויגן שמעקט טאקע פון כפירה.
אבער מ'מעג וויסען אז אמאל זענען געווען העכערע צדיקים ווי דער היינטיגע (און פארשטייט זיך דאס דארף נישט שטערן דער התקשרות און אמונה וואס אונז ה'תשפ"ב אידן דארפן האבען. אצינד ברענג איך דער לשון פון'ם אמרי נועם און דער וואכנדיגע פרשה (משפטים אות ד'):
'כי אמרו חז"ל ובאת אל השופט כו' אין לך אלא שופט שבימיך, יפתח בדורו כשמואל בדורו. ואמת היא, הגם שהצדיקים שהיו בדורות הראשונים נתגלה אור קדושתם וצדקתם לעין כל, והיו פועלים עניני נסים, כמו שמצינו בחז"ל אצל התנאים ובר' חנינא בן דוסא שאמר מי שאמר לשמן וידלוק כו' וכן בשאר התנאים. וגם בדורות האחרונים כמו האר"י הקדוש ובעש"ט ותלמידיו הקדושים, כאשר ספרו לנו אבותינו גודל נפלאותיהם וצדקתם. עכ"ז אל ירך לבב האדם בדורות הלו אשר אין להם צדיקים ומנהיגי הדור כאלו... המנהיגים הצדיקים בכל דור, אשר הצדיקים הראשונים בגודל צדקתם היו מתקנים כל פגמי אדם, וזככו נפשותם וטיהרו לבבם בתכלית הטהרה, ורק עקבתא דמשיחא בדורות הללו אינם צריכים רק אומנים פחותים לתקן רק העקביים...'