טאלנער יונגערמאן האט געשריבן:להודיע האט געשריבן:אוהב חסידים האט געשריבן:[
אבער מאכן דערפון א עיקר אין זיך קאכן אין דעם אגאנצן ליבן טאג איז א פראבלעם.
הגה, כן דעת הניק אוהב חסידים מאייוועלט דאט קאם. אולם הרבה צדיקי אמת (כגון צאנז, גארליץ, נאסוד, סאטמאר, מונקאטש) חלקו עליו בזה והאריכו הרבה לדבר בכל עת בגנאי מנהיגי שקר, שראו בזה ענין גדול ונחוץ ויסוד מוסד באמונת אומן.
מסתמא רוב תשובות אין שו"ת דברי חיים און שו"ת מנחת אלעזר זענען בענין גנאי מנהיגי שקר...
ס'איז אמת אז ס'איז א ענין אין עבודת ה' פונקט ווי לדוגמא הכנה לתפילה, נישט דאס איז דער עיקר און נישט דאס איז דער עיקר, אלע זענען נקודות. אבער פון דער עיקרי היסודות פון תורת אור שבעת הימים רבינו הבעש"ט הק' ותלמידיו נ"ע אין 'ויאמינו בה'' ע"י 'ובמשה עבדו'. (אין כאן המקום מלקט זיין פון לדוגמא ספה"ק מאור ושמש בענין אמונת צדיקים והתקשרות לצדיקים, אבער ס'איז כדאי אריין צוקוקען)
און אין דער דור פון ש"ץ ימ"ש וסייעתיה האט פארשטייט זיך דאס איבער גענומען כלל ישראל שלא ילכדו ח"ו.
איז שוין געקומען די צייט זיך איינצוהאנדלען אויף דיע נושא, דעם ספר פון הגה"ק ר' שמעון זעליחאבער - נהרי א"ש.
און אין ספר תורת אלף פונעם הייליגען שאפאראן רב איז אויכט דא אפאר שיינע מכתבים איבער דעם שמועס,
איז כדי אריין צוקוקן דארט סתם אזוי, דאס יראת שמים גיסט זיך דארט.
אזהרה: נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער