שליט בעולמו - סימני טהרה פון בהמה וחיה

רייכע ידיעות און כללי התורה
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

שליט בעולמו יודע מה יש לו בעולמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

אמר רב חסדא היה מהלך בדרך ומצא בהמה שפיה גמום בודק בפרסותיה אם פרסותיה סדוקות בידוע שהיא טהורה אם לאו בידוע שהיא טמאה ובלבד שיכיר חזיר.
לאו אמרת איכא חזיר איכא נמי מינא אחרינא דדמיא לחזיר?
לא סלקא דעתך דתנא דבי ר' ישמעאל ואת החזיר כי מפריס פרסה הוא, שליט בעולמו יודע שאין לך דבר שמפריס פרסה וטמא אלא חזיר, לפיכך פרט בו הכתוב הוא.

די גמרא פארדעם זאגט אז ס׳איז דא א סימן אין מויל וואס מ׳קען קוקן צו ס׳איז א מעלה גרה (שפעטער צוריק קומען צו דעם).
זאגט רב חסדא אז איינער וואס קען א חזיר און גייט אין וואלד און טרעפט א בהמה וואס די מויל איז אפגעהאקט, קען ער קוקן אויף די פיס, אויב איזעס מפריס פרסה איז זיכער אז ס׳איז א כשרע חיה און ער קען שחט׳ן און עסן.
פרעגט אבער די גמרא: אויב איז דא א חזיר קען דאך פונקט אזוי זיין א צווייטע חיה וואס איז מפריס פרסה און נישט מעלה גרה.
ענטפערט די גמרא: ניין, נישטא נאך א חיה חוץ פונעם חזיר וואס האט א מפריס פרסה און איז נישט מעלה גרה, און ממילא קען ער זיכער זיין אז ס׳איז א כשרה חיה.

און כן הוא במציאו נישטא בעולם מיט זיינע טויזנטער מיני חיות און בהמות, נישטא נאך אחיה וואס איז מפריס פרסה און נישט מעלה גרה אדער א חזיר.

חזיר נעמט אריין און זיך די גאנצע פאמיליע פון חזירים, בערך 25 מינים, און אלע האבן דעם זעלבן געבוי און ווער ס׳קען א חזיר וועט דערקענען אז ער איז פון יענע פאמיליע.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

לויט ווי מיר זענען געבליבן מיטן פירוש פון אבן עזרא ווערט אבער שווער אויף דברי רבי ישמעאל וואס זאגט אז ס׳איז נישטא בעולם ״מפריס פרסה״ שאינו מעלה גרה חוץ די חזיר.
ווייל אונז האבן דאך א סאך פורסי פרסות וואס זענען נישט מעלה גרה, א סוס חמור ודומיהן.

קען אבער זיין וויבאלד דער לשון הכתוב איז ואת החזיר כי מפריס פרסה הוא ושסע שסע פרסה,
און דער ווארט הוא שטייט נאך מפריס פרסה, און ממילא כאפט ער אויך אן מפריס פרסה, אבער די כונה איז אז ס׳איז נישטא קיין מפריס פרסה שסועה שאינו מעלה גרה חוץ די חזיר.

אבער הא גופא קען מען פרעגן אויפן פסוק, פארוואס שטייט טאקע נישט: כי מפריס פרסה ושסע שסע פרסה הוא.

נראה אז אויב וואלט געשטאנען אזוי וואלט מען געדרשנט הוא נאר אויף שוסע שסע, אז נאר די חזיר איז שוסע שסע און טמא ואין אחר שוסע שסע וואס איז טמא. אבער דאס איז נישט אמת ווייל דער גמל איז דאך שוסע שסע און ער איז טמא.
אבער אויב אזוי יעצט ווען ס׳שטייט נאר אויף מפריס פרסה וואלט מען געדארפט דרשענען הוא נאר אויף מפריס פרסה, און דאס איז דאך אויך נישט אמת ווייל סאיז יא דא פורסי פרסות וואס זענען נישט מעלה גרה.

אין ויקרא וואלט מען טאקע געקענט אזוי דרשענען אבער אין דברים שטייט:
אך את זה לא תאכלו ממפריסי הפרסה השסועה את החזיר כי מפריס פרסה הוא,

און דא ווען ס׳שטייט כי מפריס פרסה הוא ע״כ הכונה כי מפריס פרסה שסועה הוא, ווייל די תורה זאגט דאך פארדעם ממפריסי הפרסה השסועה.
(ואף שדרשו דיש בריה שנקרא שסועה, על כרחך אין הכתוב יוצא מדי פשוטו דאם לא כן היה לו לומר את השסועה ואת הגמל, ולא מפריסי פרסה השסועה את הגמל. וגם טעמי המקרא מוכיחים ששסועה קאי אדלעיל).
און לויט דעם שטומט עס ווייל אויב וואלט געשטאנען הוא נאך שסועה וואלט מען געדרשנט נאר אויף שסועה אויב שטייט נאר אויף מפריס וואלט מען געדרשנט נאר אויף מפריס. יעצט אז די תורה האט קלאר געשטעלט אז שפעטער וואס שטייט מפריס פרסה איז די כונה צו מפריס פרסה שסועה אויב אזוי איז הוא ואין אחר מפריס פרסה שסועה

ובדרך צחות קען מען אריינטייטשן וואס די גמרא זאגט(חולין סג:)
למה נשנו, פארוואס שטייט נאכאמאל אין דברים די סמני החיות
און די גמרא ענטפערט: בבהמה מפני השסועה.
ובדרך צחות די סימני בהמה האט מען איבערגחזרט כדי צו מוסיף זיין די ווארט שסועה און אויסקלארן די דרשת הוא
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

סימן ב העלאת גרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

בענין העלאת גרה נתקשו רבות לברר ההלכה הצרופה בענין זה ולהולמו עם המציאות.

שוין געברענגט רש״יס פשט
מעלת גרה. מעלה ומקיאה האוכל ממעיה ומחזרת אותו לתוך פיה לכתשו ולטחנו הדק: גרה. כך שמו. ויתכן להיות מגזרת מים הנגרים (שמואל ב יד יד), שהוא נגרר אחר הפה. ותרגומו פשרא שעל ידי הגרה האוכל נפשר ונמוח.

רש״י טייטש אז גרה איז די עסן ווען ס׳קומט ארויף הייסט עס אין לשון קודש גרה.
פאר ער עסט הייסט דאס עשס, ווען ס׳ומט ארויס הייסט דאס צואה, און ווען ספארדייט זיך הייסט עס גרה.

דער תרגום טייטשאבער גרה פשרא, צואה.
אבער ס׳טשטומט דאך נישט מיט רש״יס פשט, איז רש״י מפרש אז דער תרגום טיישט דא נישט אפ די ווארט נאר ער איז מפרש אז דורך די ארויף ברענגען די עסן אינעם

און אזוי טייטשן מער ווייניגער אלע מפרשים.

די וועג פון פארדייען עסן וערט אוי היינט אנגערופן העלאת גרה
אנדערש ווי א מענטש וואס האט איין מאגן און ער עסט און גלייך פארדייט זיך די עסן און פון דארט צוטיילט זיך א חלק צו בלוט און פלייש וואס געבט איהם די כח צו לעבן און א חלק גייט ארויס.
אבער ביי די חיות איז דא 4 מאגן׳ס
א. הכרס ב. בית הכוסות ג. ההמסס ד. קיבת המיצים.

zoology-cow.jpg
zoology-cow.jpg (27.24 KiB) געזען 1192 מאל


די חיה עסט די עסן און אזוי ווי א חיה עסט שלינגט ער שנעל אן גוט צוקייען, ס׳גייט אריין אין ערשטן מאגן און ווערט אביסל פארדייט און דערנאך קומט דאס צוריק ארויף צום מויל ווי די בהמה צוקייט נאכאמאל, וחוזר חלילה צום צווייטן מאגן אראפ און ארויף צום דריטן און צום פערדן און פון דארט ארויס.

די סיסטעם איז דא ביי די כשר׳ע בהמות: שור כבש עז און די זיבן כשרע חיות.

אויסער דעם איז דא נאך איין חיה וואס האט א ענליגע סיסטעם און דאס איז דער גמל
אבער אנדערש ווי די כשר׳ע האט ער נאר 3 מאגן׳ס און נישט 4.

די מעלה פון די מין פארדייען איז אז די סיסטעם פון מענטש פארדייט נאר איין מאל און זייער אסאך ווייטעמינס וואס ליגן און די עסן באקומען מיר נישט, אבער די בהמות וואס ווערט פארדייט 4 מאל באקומען זיי יא די ווייטעמינס און אונז באוקומען דאס דורך עסן זייער פלייש.

און דא קומט די באמבע קשיא אז אין מציאות איז נישט דער שפן און נישט דער ארנבת מעלה גרה, זיי האבן נאר איין מאגן ווי אלע אנדערע טמאנע חיות.

אלא על כרחך אז פשט פון מעלה גרה איז נישט דאס נאר א צווייטע זאך
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

נו, ביים בעסטן פארט לאזטו הענגן?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האלט מיר איין פון ווען איך האב געזעהן די קעפל.

אבער בערל דו האסט אסאך גאטס מיטן עפענען דא אזא אשכול
די קשיא איז איינס פון די קשיא׳ס אין די וועלט.

איך וויל נישט אריינקריכן אבער דו האסט געשריבן אז רבים חללים הפילה,
דיין תירוץ מוז זיין א קנאק פון תירוץ ווייל אויב נישט גייסטו כאפן....

איך געדענק ווען איך האב געהערט די קשיא איך האב געמיינט די תהום האט זיך געעפנט אונטער מיר
ביז היינט רעג איך זיך נאך אויף מיינע מגי״ש וואס זיי האבן נישט ארויף געבערענגט די שאלה, ווען זיי ברענגען דאס ארויף וואלט איך מיר נישט אזוי צושאקלט ווען איך הער עס.

איך דערשרעק מיר נישט פון שאלות (איך שלאף רואיג אויך ווען איך האב א שווערע תוס׳, איך וועל מארגן זיכן דעם תירוץ).
אבער ווען דו באהאלטס די שאלה און איך טרעף איהם, דעמאלטס איז מיין קאלקעלעישן אז דו האסט מורא פון דעם, און אז דו האסט מורא מיינט אז די אליין ביסט נישט זיכער מיטן יסוד.

עני וועי,
שוין גערעדט צו סאך...

ברענג דעם תירוץ אבער שוין!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

מעלה גרה - מסקא פישרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

צו טרעפן די הגדרה פון מעלה גרה וועלן מיר טאקע גיין קוקן וואס איז דא ביי די דריי חיות און ביים חזיר נישט.

דער גמל האב איך שוין פריער געשריבן האט דריי מאגן׳ס וואס זיין עסן פארדייעט דריי מאל דורכן ארויף ברענגען דיעסן צום מויל איבערקייען און צוריק אראפ.

די שפן׳ס סיסטעם האט איין זאך אנדערש פונעם מענטש אז ער האט דריי בלינדע קישקעס.

די ארנבת האב איך שוין אויבן דערמאנט אז זי לאזט נאך צוויי מינע צואה: איינס וואס איז פון עסן וואס איז אינגאנן פארדייט, און די צוווייטע עסן וואס איז נשט אינגאנצן פארדיי. די צווייטע מין עסט זי גראד פון פי הטבעת און קייט איבער די עסן און אזוי גייט עס אראפ צום מאגן וואס ענדיגט צו די ארבעט
דאס ווערט אנגערופן קופרופגיה (Coprophagy).

די חזיר׳ס סיסטעם איז להבדיל אזוי ווי דער מענטשס סיסטעם מיט איין מאגן וואס פארדייט די עסן און פון דארט ארויס.

א מנהג ׳נאה׳ פירט זיך דער חזיר ער עסט זיין גללים, ווי ס׳ווערט דערמאנט עטליכע מאל אין גמרא.
אבער נישט ווי דעם ארנבת וואס עסט דאס כדי צו פארדייען די עסן עסט ער דאס ווייל כשמו כן הוא און ער עסט וואס סליגט איהם פאר די אויגן און ער וועט עסן גללי בהמה אחרת אויך.
לויט דעם פארשטייען מיר וואס די מעלה גרה איז: א חיה וואס פארמאגט א סיסטעם צו פארדייען די עסן און עטליכע שטאפלען. און לויט דעם מעלה גרה איז טייטש ער נעמט ארויף די גרה פישרא (טאקע נישט קיין ריכטיגע צואה אבער סאיז האלב וועגס אויפן וועג וראוי לקראו פישרא), און לאו דוקא דורכן ושט נאר אויף יעדע וועג וואס סאיז.

און דערפאר וואלט מען געקענט מיינען אז א חזיר הייסט מעלה גרה, ווייל ער עסט אויך זיין גללים, פארדעם זאגט די תורה גרה לא יגר, ווייל נישט אכילת גללים איז מגדיר העלאת גרה.

אויב וויל מען דורש זיין טעמו של מצוה, קען זיין זייער פשוט אז ווי געברענגט אויבן נאר די וואס פארדייען אין שטאפלען זאפן איין געוויסע ווייטעמינס און דורך עסן זייער פלייש גייט דאס אריבער צום מענטש.

למעשה מיטן שפן בין איך נישט קלאר ומקום הנחתי ווער ס׳קען אויסקלארן אויב ס׳שטומט מיט דעם מהלך.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

הוא ואין אחר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

ווערט אבער שווער וואס דער תנא זאגט שליט בעולמו יודע שאין בעולמו מעלה גרה והוא טמא אלא הגמל
און רש״י תוס׳ שרייבן אז פארשטייט זיך ס׳מיינט אויך חבריו האמורים עמו בפרשה.

אבער די סיסטעם פון ארנבת איז נישט נאר ביי איר, ס׳איז דא זייער אסאך חיות מיט די סיסטעם וואס זיי זענען נישט פון די משפחת הארנבת.
אזוי אויך מיט די דריי בלינדע קישקעס וואס איז נישט נאר ביי משפחת השפנים.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

לכן נראה אז דרשת רבי ישמעאל איז בדוקא אויף הוא פון גמל אבער ביי שפן וארנבת איז עס לדרשא אחרת.

אויב אזוי דארף מען זיך פרעגן מהיכן ידע רבי ישמעאל אדער בלשו הגמרא (חולין ס:): אמר רב חנן בר רבא השסועה בריה בפני עצמה היא שיש לה שני גבין ושני שדראות. וכי משה רבינו קניגי היה {צד חיות בקניגון - רש"י} או בליסטרי היה {מורה בקשת לחיות ובלע"ז בלישטדי"ר, ומנין היה בקי בחיות הללו שאין אדם בקי בהם. - רש"י}, מכאן תשובה לאומר אין תורה מן השמים.
די זעלבע אויף רבי ישמעאל האט ער דע געווען א בליסטרי?
נאר מכאן שכל דרשות חז״ל עברו במסורת עד משה מפי הגבורה

ומעתה "שליט בעולמו יודע מה יש לו בעולמו", ומכאן תשובה להאומרים אין תורה מן השמים, ומכאן ראיה שדרשות חז"ל נמסרו לנו במסורה עד משה רבינו שקיבלם משליט בעולמו.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום מיטוואך פעברואר 26, 2020 5:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

למעשה ביי מיר האב איך מער מאריך געווען צו צולייגן די גמרא אין חולין און זעהן ווי שיין סשטומט דארט, אבער קיצרתי כאן ועוד חזון למועד.

העכט האב איך נישט געוואלט ארויפברענגען די נושא אבער אז מהאט געשריבן וועל איך נאר צוענדיגן.
יא מכורח קושיא זו רייטן אסאך און פרעגן ״קשיות, אבער די איראנישע חלק איז אז טאקע ביי די נושא שרייבט די גמרא מכאן תשובה להאומרים אין תורה מן השמים!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ס׳איז קעגן פירוש הראשונים און קעגן דברי רש״י ותוס׳ אז הוא איז אויך אויף שפן וארנבת

אבער אויב ענדיגסטו צו דעם שפן אויך וואלט איך אויך געזאגט אז סאיז א ״ביאור נפלא״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערליכע אשכול הרב האניג.
לעצטענס איז ארויסגעקומען א ספר "סימני טהרה בבהמה ובחיה", ער ברענגט דארט די קשיא, און עטליכע תירוצים אויף דעם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

די נושא רירן אן אסאך אבער די חידוש איבער הוא אז סגייט נאר אויף גמל האב איך נאכנישט געזעהן אין ערגעץ ברענגען
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

איך זעה דארט אז איינער שרייבט מיט א פשטות אז א שפן פארדייט זיין עסן אין אפאר שטאפלען, אבער ער ברענגט נישט א מקור
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p ... ca#p365343
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

נא_שכל האט געשריבן:הערליכע אשכול הרב האניג.
לעצטענס איז ארויסגעקומען א ספר "סימני טהרה בבהמה ובחיה", ער ברענגט דארט די קשיא, און עטליכע תירוצים אויף דעם.

איך האב נישט געזעהן די ספר אבער די אלע וואס איך האב געליינט האב איך זעזעהן ברענגען ״תירוצים״ און נישט ביאורים

דהיינו מפארענטפער און מדריידט זיך ארויס פון פעיסן די שאלה

די גרויסע שאלה איז:
1. שפן וארנבת זענען נישט מעלה גרה
2. הוא ואין אחר בעולם ס׳איז דאך יא דא

אויף דעם ענטפערן אסאך אז מעלה גרה איז די סיסטעם פון ארנבת און שפן איז א מין ארנבת
אבער דאס ענטפערט נישט די צווייטע שאלה

אנדערע זאגן אז מווייסט נישט וואס די שפן וארנבת זענען
איך קוק דאס נישט אן ווי א תירוץ נאר זיך שיינערהייט ארויסגעדרייט

אזוי אויך צו זאגן אז מיר ווייסן נישט וואס מעלה גרה איז, און ס׳איז עפעס וואס נאר די גמל שפן וארנבת און די חיות כשרות האבן, אבער מווייסט נישט וואס דאס איז
אויך זיך ארויסגעדרייט און נישט געענטפערט

איך מיין אז מיין ביאור האט יא פארענטפערט ביידע, און מקען זאגן נישט נאר ס׳איז פארענטפערט ס׳איז מאיר באור חדש די סוגיא
אדרבה אשמח לשמוע חות דעת החברים כאן
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

איילון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

די שאלה איז אבער למאי נפק״מ און פארוואס האט די תורה געדארפט געבן א סימן פון מעלה גרה, ס׳איז דאך עני וועי נישט דא קיין חיות כשרות מיט די סיסטעם פון שפן וארנבת
וואלט די תורה געדארפט זאגן אז די צווייטע סימן איז מעלה גרה אזויווי חיות כשרות און נישט אנרופן שפן וארנבת בשם מעלה גרה

די אמת אויף גמל איז אויך שווער די תורה וואלט געקענט זאגן אז גמל איז נישט מעלה גרה און סוואלט דאך נישט אויסגעמאכט

אבער דא איז יא דא א נפק״מ ווייל ס׳איז דא איין מין חיה כשרה וואס האט אויך נאר 3 קיבות

איילון
א קליין חיה (אין ענגליש הייסט דאס - מייזהערש) וואס איז ממשפחת האיילים און האט נאר 3 מאגןס

mouse-deer.jpg
mouse-deer.jpg (57.73 KiB) געזען 1086 מאל
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

אויב אבער גייט מען מיט די מהלך פון דורש זיין טעם המצוה ווי איך האב געשריבן אויבן קען זיין אז דערפאר שטייט די מעלה גרה צו לערנען אז די סיבה איז וויבאלד ספארדייט זיך אין שטאפלען
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בערל האניג האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:הערליכע אשכול הרב האניג.
לעצטענס איז ארויסגעקומען א ספר "סימני טהרה בבהמה ובחיה", ער ברענגט דארט די קשיא, און עטליכע תירוצים אויף דעם.

איך האב נישט געזעהן די ספר אבער די אלע וואס איך האב געליינט האב איך זעזעהן ברענגען ״תירוצים״ און נישט ביאורים

דהיינו מפארענטפער און מדריידט זיך ארויס פון פעיסן די שאלה

די גרויסע שאלה איז:
1. שפן וארנבת זענען נישט מעלה גרה
2. הוא ואין אחר בעולם ס׳איז דאך יא דא

רצ"ב המאמר של הרב אמיתי בן דוד בעמח"ס שיחת חולין. (ראיתיו בספר הנ"ל) ער ברענגט דארט די תירוצים פון רד"צ האפמאן, און תורה שלימה, און ער נעמט אן לפרש עפ"י דברי החוקרים של זמנינו אז די ארנבת עסט איבער איר צואה. און לגבי שפן שרייבט ער אז ס'האט דריי קישקעס כנ"ל. און איבער די קשיא פון הוא ולא אחר, איז ער מבאר אז ס'דא צוווי סוגי "מעלה גרה", איינס פון א גמל, וואס דאס איז די שלימותדיגע העלאת גרה, און צוליב דעם האט עס בכלל נישט קיין ציין אויבן, ווייל דאס איז די סיבה פארוואס ס'דארף מעלה גרה זיין, משא"כ שפון וארנבת האבן קליינע ציין פון אויבן, ממילא וועגן דעם זענען זיי נישט מעלה גרה אינגאנצען אזוי ווי דער גמל.

מאמר של הרב אמתי בן דוד מח"ס שיחת חולין בענין ארנבת ושפן
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: שליט בעולמו - סימני טהרה פון בהמה וחיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

ארויף געברענגט לכבוד פרשת השבוע
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”