אוראייניקל האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:נברא האט געשריבן:דרייטצעך האט געשריבן:די וואס זענען מקפיד נישט צו עסן חמץ וואס איז פארקויפט געווארן פסח
נאך שבועות, פירט מען זיך, אז מען פארלאזט זיך אז עס קומט פון נאך פסח
אבער אויב ווייסט מען קלאר אז קומט פון פאר פסח איז נישט קיין חילק פאר שבועות צי נאך שבועות
לאו דווקא, איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי עלטערע רבנים זיי זאגן פון נאך שבועות האט מען נישט מקפיד געווען. מער פון דעם, אפי' שבועות אליין האט מען שוין געגעסן
ויש נוהגים נאר פון דעם צווייטן טאג.
אינטערסאנט!
איך האב יענעם געפרעגט אז לכאו' מעג מען שוין א וואך פאר שבועות. ווייל לו יצוייר שבועות וואלט געווען מ"ד בעומר, וואלט מען דען נישט געגעסן ביז א וואך נאך שבועות? מסתמא נישט...