lazy האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:kipper.gif
וויפיל פראדוקטען וואס האבען נור א OU זענען אנגעצייענט BISHUL YISROEL ?
און פונקט ביי
SMOKED HERRING איז עס דא?
מעושן דארף זיין בישול ישרא' ?
איז נישט הערינג און סארדין איין מין?
א)הערינג איז נישט סארדינס.
ב) ווי זעסטו אין די תשובה אז ״עס גייט נישט אן״ בישול עכו״ם ביי סארדינס?
(ג) לשיטתך, טאקע פארדעם אז עס איז גרינגער ״קענען״ זיי שרייבן בישול ישראל
)
(ב) ער פאנגט אהן די תשובה לגבי בישול עכו’’ם בסארדינען !
אין אויף דעים ברענגט ער פון גדולי הפוסקים ואדמור’’ים וואס האבען עס געגעסן הגם עס איז געקומען געקאכט, אין נאר צוליב א שמועה אויף שומן של איסור האט כ’’ק מהר’’ש מבאבוב זצ’’ל מעיד געווען בשם הדברי חיים זי’’ע אז ער האט אויפגעהערט, אבער משום בישולי נכרים כנראה האט ער נישט חושש געווען !
(ג) מברר געווען ביי זיי אין זיי זאגען אז מען שרייבט נישט בישול ישראל אויב לשיטתם דארף עס נישט בישול ישראל.
דאס הייסט אזוי : קען זיין די ou האלט אז להלכה דארף נישט די סארדינען זיין בישול ישראל אבער אויב עס שטייט אויפ’ן פעקל בישול ישראל מיינט אז עס איז טאקע בישול ישראל.