טעם וריח האט געשריבן:דענק איך עפעס א מעשה ווען א היימישע השגחה האט אנגעפרעגט דעם ווייסן הויז אויב די פרעזידענט עסט פאטעיטא טשיפס... לענין ראוי לעלות על שלחן מלכים
כנראה, האב איך בכלל נישט קיין אמת'ע הבנה אין בישול עכו"ם.
א. קודם כל פארוואס קוקט מען אויף דער מאכל היוצא, און נישט דער מאכל הנכנס?
קארטאפל, איז דאך זיכער עולה על שולחן מלכים, צו דען מיינט עס אז יעדער דבר היוצא פון קארטאפל דארף עקסטער זיין עולה און עס איז נישט גענוג אז קארטאפל אליין איז עולה?
לאור זה, ווי טיילט מען עס אזוי אפ? אויב עסט ער געבראטענע פלייש, אבער ער ניצט נישט הדר דאק סאוס (duck sauce from a certain brand)( טוישט זיך נאכאמאל דער הלכה?
וועט פארגליווערטע גאלע ווערן אהנגערופן נישט עולה על שולחן מלכים, ווייל קיין קעניג עסט עס נישט? וואס איז מיט טשולענט? און וואס איז אויב דער פרעזידענט עסט דער מאכל נאר האלב געקאכט, וועט גוט געקאכט ווערן אהנגערופן אינו עולה על שולחן מלכים? ועוד ועוד.
ב. שולחן מלכים מיינט דער ווייט האוס? דער אמעריקאנער פרעזידענט דוקא? ווייסט נישט דער שואל אז אין מעקסיקא עסט מען יא דער סארט מאכל? דהיינו וואס איז מיט אנדערע לענדער און ערוועלטער פרעזידענטען?
ג. ולהיפוך, צו טוט דער אמעריקאנער פרעזידענט דען יא רעפריזענטירן דאס מלכות פון שולחן מלכים? למשל כהיום וועט לעקן אייסקרים אין א קאון, ווערן אהנגערופן מעשה מלכות? וכו ' וכו'
אדער ווייסךנישט