גברא דקפדנא האט געשריבן:lazy האט געשריבן:בכלל איז שווער צו פארשטיין אנדערש, ווי איז מעגליך אז מיט א שוואכערע סטענדערד זאל ארויסקומען בעסער? אתמהה.
אויב זאל אמת זיין אז במציאות זענען זיי בעסער/זויבערער דאן פארוואס קענען זיי נישט נאכקומען די בעסערע סטענדערד?!?!.
זייער פשוט.
לאמיר זאגן איינער עפענט א פרומע תלמוד תורה מיט שטרענגע גיידליינס אנדערש ווי די אלגעמיינע וואס האט מער פארעווע תקנות, אבער די באסעס קומען שפעט, די מלמדים זענען עפעס נישט איי איי איי, פון וועלכע ת"ת וועט ארויסקומען בעסערע פירות?
די זעלבע קען זיין מיט השגחות און פראדוקטן, מעגליך ס'איז דא שטרענגערע גיידליינס אבער אויב ערגעצוואו אין די 'סיסטעם' איז דא א לאך, לוינט זיך רוב מאל די קולא'דיגע פראדוקט/השגחה וואס איז 100% וואס ער שפרעכט אז עס איז.
דאס איז א כללית'דיגע תשובה.
לגבי די גרינצייגן, איך בין (ליידער) נישט בודק אליינס די פראדוקטן, איך האב פאר א וויילע געטוישט צו פאזטוב נאכן הערן אלע מעלות, אבער נאכן מאכן מיין ריסוריטש און רעדן צו מענטשן וואס קוקן אליינס איבער, זאגן זיי אז די מציאות איז אז בודק איז ריינער. אדרבה אויב איינער זאגט אנדערש פון 'עקספיריענס' וויל איך הערן.
די משל איז געוואלדיג, און איז טאקע זייער א גוטער צושטעל.
אבער ביטע פארשטיי סיי ביים משל און סיי ביים נמשל איז דא די ״סיסטעם״ און די ״ריזאלטס״.
בודק און פאזטיב איז נוגע לגבי דעים ״סיסטעם״ וואס די זאגסט אז עס קען זיין אז פאזטיבס איז בעסער, נאר די טענהסט אז יתכן אז די ״ריזאלטס״ זענען בעסער ביי בודק.
דא שטעקט א טעות, ווייל די הכשר מחלוקה ביי די נושא שטעקט בעיקר ביי די ״ריזאלטס״, דהיינו אויב די ריזאלטס זענען ביי א געוויסע דרגה, וועט התאחדות עפראווען ווידעראום מאגריב נישט, ממילא די ס״ה איז עפ״י דרך הטבע איז נישט מעגליך אז בודקס זאל זיין ריינער ווי פאזטיב, (ווייל אויב יא וואלט דאך מאגריב אים אויך עפראווד).
פונקט ווי ביים משל אויב סוף יאר וועט מען רופן פארהערן און ביידע מוסדות, און איין מוסד וועט ווערן עפראווד ביים שוואכערע פארהערער, און נאר די צווייטע וועט פעסן די שווערע פארהערער, וועסטו אויך מודה זיין אז די ״ריזאלטס״ זענען בעסער ביים צווייטען ( דו וועסט נאר מוזן מחליט זיין צו סהאט מיט די ״סיסטעם״, אדער נאכאלץ טענהן סאיז נישט מוכרך).
לגבי דיין אנפראגע איבער אן אייוועלט ניק וואס רעדט פון עקספיריענס זעה דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p3074294