ותן ברכה - ותן טל ומטר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

ותן ברכה - ותן טל ומטר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

איינער (פון ישראל) האט מיר געבעטן פרעגן דייקא אין קרעטשמע.

אין ישראל הייבט מען שוין אן זאגן ותן טל ומטר אי"ה דעם דאנערשטיג נאכט פר' לך לך,
אין חו"ל זאגט מען הערשט אין א תקופה ארום (ער/איך ווייסט נישט ווען),
לאמיר זאגן איינער פארט דעם מוצ"ש קיין חו"ל דארף ער זאגן ווייטער טל ומטר,
אדער ווארטן ביז מ'הייבט אן אין חו"ל זאגן, און זיך פירן ווי מ'פירט זיך דארט ווי ער איז?
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אויב כ'האב נישט קיין טעות, ווען דער רבי שליט"א איז געווען דעם לעצטן ווינטער אין ארץ ישראל, האט ער ביי די שטילע שמונה עשרה, געזאגט ווי אין אמעריקא, און ביי די הויכע ווי די ישראלים, אזוי דאכט זיך מיר, זאלן קומען די וואס ווייסן בעסער, און זאגן וואס זיי ווייסן.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אידיש_קינד, סידא וואס פירן זיך אזוי, און סידא וואס פירן זיך אזוי.
איך הער, 'איך' האב אויך אזוי גע'הער'ט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווען פאנגט מען אן דא אין חוץ לארץ זאגן ותן טל ומטר?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אין קרית יואל: מיטוואך נאכט פ' מקץ.

בשאר מקומות: אור ליום ה' מקץ.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח מושקה ידידי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ביי אונז אין בעד-סטיי האט דער בעל תפילה שוין געזאגט ותן טל ומטר (בטעות) דעם פארגאנגענעם פרייטאג.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מאשקע, חחח, און יישר כח.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

ששים יום אחר התקופה
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלעקסיי האט געשריבן:ששים יום אחר התקופה


טו ליטל טו לעיט ודו"ק
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

שטיי נישט?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מילער,
איי וויל טריי טו סעי סאמטינג, ניוס, טו לעיט, באט נאוט טו ליטעל.

נקוט האי כללא בידך, ביזן נעקסטן יאר הונדערט, איז יעדעס יאר דער התחלה פון שאלת גשמים, אינעם נאכט פונעם פערטן צום פינפטן דיסעמבער, אויסער א יאר בעפארן גרעגאריען קאלענדער'ס עיבור יאר, אזוי ווי נעקסטע יאר.

דער חשבון איז א פשוטער, סינס דער תקופה איז אייביג אין אקטאבער דעם זיבעטן, [ביז מ'גייט נישט מאכן א עיבור יאר אין 2100], און כידוע, לויפט דער תקופה אין א מחזור פון פיר יאר, גערוקט יעדעס יאר פונעם צוויטן מיט זעקס שעה, דהיינו, איין יאר דריי פארטאגס, די נעקסטע ניין פארמיטאג, דערנאך דריי נאכמיטאג, און נאכער ניין ביינאכט, על כן קומט אויס, אז זעכציק טעג פונעם תקופה איז דיסעמבער 5 און ביי אידן איז עס שוין ביי מעריב נאכט, וואס איז נאך דער פערטער, יעצט אינעם פערטן יאר ווען דער תקופה איז ניין ביינאכט, קומט דאך אויס ביי אידן שוין נאכן צאת, איז דער תקופה 60 טעג שפעטער פונעם פינפטן צום זעקסטן פון דיסעמבער.

ווערט דאך גראד שווער, אויב לויפט עס פאראויס מיט זעקס שעה, אויב אזוי דארף דאך נאך ניין ביינאכט ווערן, דריי פארטאגס ווידער פון דעם נעקסטן טאג, און דער תקופה דארף זיך ריקן פאראויס צום אקטאבער דעם אכטן??

דער תירוץ איז, דער אנדערער יאר איז דאך א עיבור יאר!!
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום זונטאג יולי 13, 2008 4:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נישט ליטעל און נישט לעיט. שכוח!
An article a day keeps the babies away
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מאשקע, נאך אפאר שכוח'ס, און איך בין פולקאם דיינער!!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אין די סעריע פונעם רבין'ס ידיעות, ולמה נקרא שמו רבינו הגדול ע"ש שגדול שמו בין הרבנים וכ"ש בין התלמידים שכמוני.

רבותי, ווער עס איז נאך נישט א תלמיד השותה בצמא את דברי רבינו זאל זיך שנעל מיטכאפן איידער איר וועט חרטה האבן.
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

צו וויסן אויף איבער א יאהר עס איז דא א תשובה אין מנחת יצחק צו הגה"צ ר' יעקב הלוי ראטטענבערג שליט"א סאלקא רב פון מאנסי וועגען אט די שאלה, חזקה על הרב מ'סקרענטאן צו אפיר ברענגען דעם פונקטליכן מראה מקום.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א) בחו"ל וואס איז געווען בימי חז"ל, בבל, האט מען אנגעהויבען צו זאגען ותן טל ומטר און בעטען פאר רעגען 60 טעג נאך תקופות תשרי. וויבאלד בבל איז געווען אויף א נידריג פלאץ האט זיך דארט אנגעזאמלט וואסערן פון אלע לענדער ארום, דערפאר האט דארט נישט אויסגעפעלט קיין רעגען גלייך נאך סוכות ווי אין ארץ ישראל.

ב) דעריבער איז אין גאנץ חוץ לארץ, אפילו אין אזעלכע מדינות וועלכע נויטיגן זיך אין רעגן גלייך פון אנהויב ווינטער איז אנגענומען געווארען גלייך ווי אין בבל, אנצוהויבען ותן טל ומטר 60 טעג נאך תקופות תשרי, וואס איז אויסגעקומען היי יאהר תשס"א דעם פארגאנגענעם מאנטאג נאכט פרשת ויצא ביי מעריב.

ג) שכח לגמרי - אויב מען האט אינגאנצען פארגעסן צו זאגען ותן טל ומטר, דארף מען נאכאמאל איבער דאווענען שמונה עשרה. דער זעלבער דין איז ביי מעריב אז מען דארף איבער דאווענען. אבער די ערשטע נאכט מעריב, האלטן טייל פוסקים אז מען דארף נישט איבער דאווענען וויבאלד ביי נאכט איז נאך נישט דא קיין 60 טעג, גאנצע מעת לעת פון תקופות תשרי. למעשה זאל מען יא איבער דאווענען, בתנאי אז אויב מן הדין דארף מען נישט איבער דאווענען זאל עס זיין בתורת נדבה.

ד) בתוך שמו"ע - כל זמן מען האלט נאך אינמיטן שמונה עשרה און מ'האט פארגעסן צו זאגען ותטו"מ זענען דא פארשידענע חילוקי דינים ווי אזוי דאס מתקן צו זיין און ווי מען קען זאגען ותטו"מ.

ה) בברך עלינו - ווי לאנג מען האלט נאך אינמיטן די ברכה פון ברך עלינו זאל מען צוריק גיין צו ותן טל ומטר, און ווייטער זאגען על הסדר. אויב מען האט שוין געזאגט ברוך אתה ה' - זאל ער ענדיגען די ברכה מברך השנים, און זאגען ווייטער שמונה עשרה ביז שמע קולינו, און פאר כי אתה שומע זאל ער זאגען "ותן טל ומטר וכו' ....

ו) לפני תקע בשופר - נאך דעם אז מ'האט געענדיגט ברך עלינו קודם מ'האט אנגעהויבען תקע בשופר, זאל מען דארט גלייך זאגן "ותן טל ומטר לברכה על פני האדמה" צווישען די צוויי ברכות, און נאך דעם ווייטער דאווענען תקע בשופר וכו', אנדערע האלטן אז נאך ברך עלינו איז בעסער צו ווארטן ביז שומע תפלה און דארט זאגן ותטו"מ.

ז) לאחר תקע בשופר - נאך דעם ווי מ'האט שוין אנגעהויבן מיט די נעקסטע ברכה, תקע בשופר, זאל מען ווייטער דאווענן ביז אינמיטן שמע קולינו, און פאר כי אתה שומע וכו' זאגט מען "ותן טל ומטר לברכה על פני האדמה".

ח) לאחר שומע תפלה - אויב מען האט געענדיגט די ברכה שומע תפלה, קודם מ'האט אנגעהויבן צו זאגן די נעקסטע ברכה "רצה", זאל מען גלייך דארט זאגן ותטו"מ צווישן די צוויי ברכות, און נאך דעם רצה וכו'.

אויב מ'דערמאנט זיך נאך ברוך אתה ה' פאר "שומע תפלה" זאל מען זאגן למדנו חוקיך און גלייך זאגן ותטו"מ און נאך דעם צוענדיגן כי אתה שומע וכו' ביז סוף ברכה.

ט) לאחר רצה - נאך דעם ווי מ'האט שוין אנגעהויבן רצה, דארף מען צוריק גיין ביז אנהויב די ברכה "ברך עלינו" און ממשיך זיין פון דארט דאס דאווענען על הסדר נאך אמאהל.

י) יהיו לרצון - נאך דעם אז מ'האט שוין געזאגט צום סוף יהיו לרצון, אפילו מען האט נאך נישט געזאגט עושה שלום וכו' ווערט עס גערעכענט גלייך ווי נאכ'ן אויסטרעטן שמונה עשרה און מען דארף איבער דאווענען די גאנצע שמונה עשרה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

6 וועגען פון זאגען ותן טל ומטר

1) ותן טל ומטר אין מיטען ברך עלינו
2) ותן טל ומטר - תקע
3) ותן טל ומטר - כי אתה שומע תפלת
4) ותן טל ומטר - רצה
5) ותן טל ומטר - נאך רצה צוריק צו ברך עלינו
6) ותן טל ומטר - נאך יהיו לרצון צוריק צו אנהייב שמונה עשרה
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך_הער האט געשריבן:אויב כ'האב נישט קיין טעות, ווען דער רבי שליט"א איז געווען דעם לעצטן ווינטער אין ארץ ישראל, האט ער ביי די שטילע שמונה עשרה, געזאגט ווי אין אמעריקא, און ביי די הויכע ווי די ישראלים, אזוי דאכט זיך מיר, זאלן קומען די וואס ווייסן בעסער, און זאגן וואס זיי ווייסן.


מיין טאטע ע"ה איז איינמאל געפארען קיין א"י ממש נאך סוכות און עס איז אוהם אויסגעקומען צי זיין דארט ז' חשון, ער איז אוועק געפארען פון א"י א פאר טעג דערנאך.

ער האט אהנגעפרעגט ביים אויווארער רב ז"ל אויב ער דארף אהנפאנגען זאגען ותן טל ומטר און א"י.
דער רב ז"ל האט אוהם געענטפערט אוויא איך-הער שרייבט דא.
the SCY is the limit
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

מיר פארשטייען נישט, סקרענטאנער רב צו ר' שמחה קענען נישט פארשאפן א פונקטליכע מראה מקום.
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמל »

כאב אמאל געהערט אז אויב מזאגט אין חו"ל ותן טל ומטר בשעת אוין חו"ל זאגט מען נאכנישט אין און אר"י זאגט מען שוין יא דארף מען נישט אנפאנגען פון ברך עלינו אויב מהאט זיך דערמאנט אינמיטן. איז דא א מקור צי דעים?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א אינטרעסאנטע הלכה געזעהן די וואך אין גליון 'הליכות החיים'
פרייטיג ביי מנחה אז מ'האט פארגעסן ותן טו"מ און מען האט זיך דערמאנט נאך מעריב, דארף מען נישט דאווענען קיין צוויי שמו"ע ווייל מען וועט ביי די צווייטע שמו"ע די שבת'דיגע נישט זאגן ותן טו"מ וועט מען עס סיי ווי נישט מתקן זיין, (אין די הגהות אינטן ברענגט ער א מחלוקת, אבער היות ס'איז א ספק קען מען נישט דאווענען בתנאי נדבה, ווייל שבת טאר מען נישט דאווענען קיין תפלת נדבה).
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

די זעלביגע געדאנקיסטישע שאלה קען פאסירן יעדע וואך פרייטאג צונאכטס אויב מען האט גענצליך פארפאס מנחה צו מען ברויך דאווענען צוויי מאהל דעם שבת'דיגן שמונה עשרה, אדער קען פאסירן דאס זעלביגע שאלה ווען מען האט פארגעסן יעלה ויבוא ראש חודש ביי מנחה און ביינאכט איז שוין נישט ראש חודש, צו מען ברויך דאווענען צוויי מעריב'ס קיין איינס אן יעלה ויבוא. אויב מיין זכרון דינט נאך פסקנ'ט מען ביי די צווייטע שאלה איז מען דאווענט יא איבער העכסטנס בתורת נדבה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

וועגן דעם האב איך געשריבן, אז שבת קען מען נישט דאווענען קיין נדבה, שטאנען
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

יא יא פארשטאנטי
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”