זכר לחורבן

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

זכר לחורבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ניטא וואס צו ריידן, זעהנדיג דעם קליינעם ווייסן זכר לחורבן אפצייכענונג אין צענטער פון די צענטראלע קרעטשמע בילד אויפן רעכטן טייל אויבן פון יעדן בלעטל דא, כאפט אן א שטיקל אבילות, מען זעט אז עפעס פעלט פון אונז, מיר פארמאגן מעגליך אסאך, אבער דאס סאמע וויכטיגסטע פעלט אונז ליידער, און דאס איז דער משכן ה'; דער ושכנתי בתוכם.

איז אין פלאץ צו רעדן פון די דיני "זכר לחורבן":

דער עולם איז ליידער זייער נישט נזהר איבערצולאזן אן אמה על אמה (48 צענטימעטער אויף 48 צענטימעטער) ביים פארבן א ניי הויז (עס ווערט נאך געברענגט אין די נושאי כלים אויפן שולחן ערוך), עפ"י הלכה ברויך יענע פלאץ פארבלייבן מיט ענטבלויזטע שטיינער און צעמענט, צו געדענקן דעם ביטערן חורבן.

מאנכע זענען זיך מקיל אז אויב מען וואוינט אין א געדינגענע דירה איז דאס נישט נוגע - איך האב לעצטנס אנגעפרעגט א חשוב'ן מורה הוראה, און ער זאגט אז מען זאל זיך אזוי פירן אויך ביי א געדינגענע דירה.

לויט טייל דעות מוז מען אפילו אין יעדן שטוב פונעם הויז איבערלאזן א שטיקל אנדענק.

לכתחילה דארף דער זכר לחורבן זיין ביים הויפט אריינגאנג, העכער - אדער קעגנאיבער - פונעם פאדערשטן טיהר, עס זאל מערקבאר זיין פאר אלע וואס קומען אריין אדער פארלאזן דאס הויז.

ויהי רצון שכשם שהתאבלנו על החורבן, כך נזכה לראותו בבנינו בקרוב בימינו.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האב געפרעגט א דיין אויב אויף א געדינגענע הויז דארפ מען איבער לאזען א זכר לחרבן האט ער מיר געזאגט אז מדארף נישט איבער לאזן א זכר לחרבן אויף א געדינגענע דירה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך גיי זיך נישט קריגן מיט דיין מורה הוראה, אבער דא האסטו א לשון פון שערי תשובה (או"ח סי' תק"ס) "ועיין פ"מ שהדר בשכירות בבית עובד כוכבים אם מסייד בכל שנה לעצמו או תולה בגדי רקמה י"ל שצריך לשייר". זעהן מיר אז אפילו אויב מען דינגט פון א גוי, אויב דער דינגער פארבט איבער דעם הויז, ברויך ער איבערלאזן אמה על אמה זכר לחורבן, איז לכאורה א כל שכן אויב מען דינגט פון א איד, און מען לאזט אליין איבערפארבן די דירה.
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

וואס איז די הלכה אויב די הויז בכלל קוקט אויס ווי א זכר לחרבון
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאי הוי עלה, דארף מען א זכר לחורבן אין א געדונגענע דירה, אדער יא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

רוב מורי הוראה פסקענען אז מען דארף נישט ביי א געדונגענע דירה... - און תשובות פון רבי משה פיינשטיין זצ"ל - איז ער אויך אזוי מברר. וכן עמא דבר
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ירא שמים האט געשריבן:וואס איז די הלכה אויב די הויז בכלל קוקט אויס ווי א זכר לחרבון

בית מלא ספרים אדער טלית שכולה תכלת?
.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ירא שמים האט געשריבן:וואס איז די הלכה אויב די הויז בכלל קוקט אויס ווי א זכר לחורבן

זכר לזכר לא דרשינן..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

ווען איך בין ארויס פון מיין פריערדיגן געדינגענעם דירה האב איך נישט נאר איבערגעלאזט "זכר לחורבן" נאר דער חורבן אליינס.... דאס איז נישט מער ווי רעכט, אזוי האט מיר דער לענדלארט געזאגט בשעת'ן שרייבן קאנטראקט 'גיב מיר צוריק די דירה אזוי ווי דו האסט עס באקומען' נו האבעך מקיים פסק געווען.. 

אבער ערענסט גערעדט, די גמרא זאגט דאך אז נישט נאר אויף א דירה ברויך מען מאכן זכר לחורבן, נאר און דער גאנצן מענטשן'ס מהלך החיים, ביי יעדע פרייליכע צערעמאניע - וואס מאכט דעם מענטש פארגעסן אז מיר האבן אמאל געהאט א ביהמ"ק - ברויך מען טאן עפעס א פעולה דאס צו געדענקן, לדעתי איז דאס כמעט און ערגעץ איינגעפירט, און פון דעם וואלט מען געמעגט און געדארפט מאכן א ברייטל.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איך מיין מען זאל מיר מאכן א וועד הרבנים לעניני זכר לחורבן אפשר קען עס עפעס ברענגן $
.
כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'שעם מיך »

ארויפגעברענגט אין ליכט פון די ביטערע טעג וואס ריקט זיך אן (האפענטליך נישט).
ס'איז ידוע א עובדה אז דער רבי הלל קאלאמייער האט מוסר געזאגט פארן הייליגן דברי חיים איבער א זכר לחרבן און אויפן פלאץ האט זיך דער צאנזער רב אויפגעשטעלט קראצן די וואנט.

אדר איז א מנהג געווען צו באדעקן דעם זכר מיט א משנכנס סיין, אזוי געדענק איך פון ספר מנהג ישראל תורה.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שעם זיך (נישט. יא די ניק...) שקויעך פארן ארויפברענגען.

גראדע איז מיר גוט צו הערן וואס דו פארציילסט איבער'ן צאנזער רב זי"ע. ווייל איך האב זיך אריינגעצויגן פאר יאר אין א נייע דירה, און איך בין געווען אין די קעטסקילס בשעת מען האט געפארבט מיין דירה און איך האב פארגעסן אנצוזאגן איבערצולאזן אמה על אמה, איז מיין שאלה געווען צי דארף מען אראפקראצן?

פון די מעשה רב זעט מען אז מען דארף אראפקראצן אויב האט מען נישט איבערגעלאזט.

אבער די מעשה כשלעצמה איז שווער, ווארום ווי איז מעגליך אז דער הייליגער צאנזער רב זאל נישט מקפיד זיין אויף די הלכה און שו"ע?
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

למעשה איז דער עולם נישט מקפיד דערויף, פארוואס ווייס איך נישט.
קען זיין אז עס איז פשוט א חסרון ידיעה, אדער א פארזעהניש.
די מעשה מיט צאנזער רב איז א מעשה וואס איז ידוע, דער צאנזער רב האט געבעטן ר' הלל קאלאמייער, אז אזוי ווי ער זאגט יעדעם איינעם מוסר, זאל ער אים אויך מוסר זאגן, קודם דאכט זיך מיר האט ער נישט געוואלט, בכל אופן, למעשה האט ער אים דאס מעורר געווען. וכו' אזוי ווי כ'שעם מיך שרייבט.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

איזעי האט געשריבן:למעשה איז דער עולם נישט מקפיד דערויף, פארוואס ווייס איך נישט.
קען זיין אז עס איז פשוט א חסרון ידיעה, אדער א פארזעהניש.

יש מקילין ע"י חול דס"ל דהיכא דעירוב חול שוב לא מקרי סיד
והנה בזמנינו לא נהגו לשייר ואפשר משום דסומכין על היש מקילין ועכ"פ תמוה שהרי מלבנין הבתים בסיד לבד ואפשר דדוקא במיני סיד הנקרא גופ"ש שהוא לבן ביותר אסור משא"כ סיד שלנו אך כל זה דוחק וצ"ע על מה נוהגין היתר (משנ"ב סי' תק''ס סק"ב)
ועיין עוד שו"ת התעוררות תשובה ח"א סי' קס"ד
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”