עלינו לשבח נאך שחרית, בעפאר מוסף

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

עלינו לשבח נאך שחרית, בעפאר מוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס איז פשט אין קהילות וויזניץ זאגט מען שבת צופרי עלינו נאך שחרית, און נאך מוסף זאגט מען נאכאמאל.

איז דא נאך קהילות וואס פירן זיך אזוי?
וויאזוי איז מער נוטה להלכה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פרעג פארקערט וואס איז פשט אז אין אנדערע קהילות זאגט מען נישט קיין 2 מאל עלינו?

אגב, וואס טוען זיי ר"ח, חוה"מ, יו"כ ביי מוסף, וכו'?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

כמדומה אז אין די אשכנזי'שע קהילות ווי מען דאווענט מנחה-מעריב אנשליסענד
זאגט מען נאר עלינו צום סןף
מסתמא איז דער פשט אז עלינו איז מתוקן געווארען אז פאר אהיים צו גיין לויבט מען דעם באשעפער אז מיר דינען איהם
אויב אזוי איז נישטא קיין חיוב צו זאגען עלינו נאך שחרית ווי ס'איז נאך דא א מוסף
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיליאנער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 9:59 am
לאקאציע: ביים ATM מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליאנער »

מי חכם האט געשריבן:אגב, וואס טוען זיי ר"ח, חוה"מ, יו"כ ביי מוסף, וכו'?


כ'מיין אז אין וויזשניץ זאגט מען עלינו נאך יעדען שחרית קיין חילוק וועלכע טאג פון יאהר
מי שיש לו מנה רוצה מאתים
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אין מג"א קל"ב ס"ק א' ברענגט ער א מחלוקת צו ווען מען דאווענט מנחה מעריב צוזאמען צו מען זאגט עלינו, ער ברענגט א תולעת יעקב אז נישט, און דער מ"ב איז מסביר בשם דעם ב"ח, אז עלינו איז געמאכט אזויווי msp איז מסביר. און דער אר"י הק' זאגט אז מען זאגט נאך אלע ג' תפילות, און ווי דער כף החיים ברענגט, איז דער פשט ווייל יעדע תפלה דארף ווערן פארשלאסן פאר די חיצונים אז זיי זאלן נישט קענען כאפן די שפע, און מיט עלינו וואס מען זאגט שלא שם חלקינו וכו' איז מען דאס פועל. מכח זה האט דער אהבת שלום איינגעפירט אז מען זאל זאגן נאך שחרית אפי' עס איז דא א מוסף, מובא בטעמי המנהגים, וכן מביא בפסקי תשובה בשם זקינו מביאלא, ועוד מקובלים ספרדים, אולם עלמא לא נהוג הכי, והביאור תלוי בסדר ירידת השפע ביום שיש בו מוסף ואין לנו עסק בנסתרות. וכדאי לציין שבמקומות כמו פרעשבורג שעשו הפסק בשבת בין שחרית למוסף כן אמרו. כן מונח בזכרוני. וידוע שבסיגעט מטעם זה יצאו האדמורים להכנות באמירת היום בשבת, ודי
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מיליאנער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אגב, וואס טוען זיי ר"ח, חוה"מ, יו"כ ביי מוסף, וכו'?


כ'מיין אז אין וויזשניץ זאגט מען עלינו נאך יעדען שחרית קיין חילוק וועלכע טאג פון יאהר


אזוי איז עס טאקע
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

והוא פלאי האט געשריבן: וידוע שבסיגעט מטעם זה יצאו האדמורים להכנות באמירת היום בשבת, ודי

וואס מיינט דאס, זיי האבן געזאגט פאר זיך עלינו?

דאכט זיך אז יום הקדוש נאך מנחה פאר נעילה זאגט מען נישט קיין עלינו, אין וויזשניץ יא?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן: וידוע שבסיגעט מטעם זה יצאו האדמורים להכנות באמירת היום בשבת, ודי

וואס מיינט דאס, זיי האבן געזאגט פאר זיך עלינו?

דאכט זיך אז יום הקדוש נאך מנחה פאר נעילה זאגט מען נישט קיין עלינו, אין וויזשניץ יא?

אין סיגוט אין די גרויסע שול און אין די חסידישע שול האט מען געזאגט עלינו, נאך שחרית, ווען דער ייטב לב איז געווארן רב, (צו אפשר גאר ר' אלעזר ניסן) און סיגוט, האבען זיי משום טעמם ונימוקם נישט געוואלט זאגן קיין עלינו, מאידך גיסא אז א ציבור זאגט עלינו דארף מען מיטזאגן, פלעגן זיי ארויסגיין ביים יום נישט צו דארפן מיטזאגן, וכן נהגו הקדויו"ט וכו', והרה"ק מסאטמאר, אף בכאן הי' יוצא בכל פעם באמצע היום בשבת, ויודעי קורות הדורות אמרו שמקורו הי' מזה
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

האט עלינו א שייכות מיט לדוד ד' אורי וישעי חודש תשרי ?

ביי מנחה יום הקדוש זאגט מען לדוד ד' ? וויאזוי איז ריכטיג צו טוהן ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כוח הרב פלאי פאר די הסבר הדברים.

דער ארי הק' רעדט פון צווישן שחרית און מוסף אויכעט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיליאנער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אגב, וואס טוען זיי ר"ח, חוה"מ, יו"כ ביי מוסף, וכו'?


כ'מיין אז אין וויזשניץ זאגט מען עלינו נאך יעדען שחרית קיין חילוק וועלכע טאג פון יאהר

דו מיינסט צו זאגן עלינו גלייך נאך תחנון, בעפאר אשרי בא לציון?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

שוועמל האט געשריבן:יישר כוח הרב פלאי פאר די הסבר הדברים.

דער ארי הק' רעדט פון צווישן שחרית און מוסף אויכעט?

ניין, דער מג"א ברענגט אחר כל הג' תפלות, אבער דער אהבת שלום האט עס אזוי אפגעלערנט, עי' בטעמי המנהגים קו"א שמביא כך
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

שוועמל האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אגב, וואס טוען זיי ר"ח, חוה"מ, יו"כ ביי מוסף, וכו'?


כ'מיין אז אין וויזשניץ זאגט מען עלינו נאך יעדען שחרית קיין חילוק וועלכע טאג פון יאהר

דו מיינסט צו זאגן עלינו גלייך נאך תחנון, בעפאר אשרי בא לציון?

ער מיינט א טאג ווי עס איז דא מוסף זאגט מען נאכן יום
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”