חלב ישראל האט געשריבן:שטייט אין תרומת הדשן אז ער פלעגט מאכן פרי שבת און נאכ׳ן סעודה איז ער געגאנגען שפאצירן, און ווען ער איז אהיימגעקומען פונעם שפאציר איז נאך געווען לעכטיג אינדרויסן, לכאורה איז ביי זיין שבת טיש געווען געהעריג לעכטיג אן די שבת לעכט, און לכאורה האט ער נישט געקענט טון די אלע חכמה׳לעך ווי אויסלעשן די זון בשעת׳ן צינדן... (אפשר האט ער יא געקענט אבער אין סומכין על הנס) בין איך נייגעריג צו ער מאכט אויך א גאנצע ברייטל פון די אלע דיונים דא וועגן הנאה האבן פון די שבת לעכט צו ער האט פארשטאנען אז מ׳דארף זיך נישט קימערן מיט די שאלות.
איך אלץ תלמיד פונעם תרומת הדשן וועל איך אייך ענפערן אז פשוט איר האט פארזעהן א הלכה מפורשת אין די פוסקים אז עסן א סעודה איז דא הנאה מן הנירות אפילו בעוד יום דא זעמער דן טאמער מען עסט ביי א שבע ברכות

גלגול #?
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אייער_קיכל האט געשריבן:אמאל געהאט דעם שאלה, געשלאפן אויף איין פלאץ, געגעסן מיטן ב"ב אויף א צווייט פלאץ, געפרעגט א מורי הוראה ווי צו צינדן, געענפערט אז די ב"ב זאל צינדן ווי זי שלאפט
מסתם איז געווען אייערע מעשה סתם א שבת ווייל די מעשה וואס איך רעדט איז ווען מקומט אהיים פון א שבע ברכות נאך 6 שעה פונעם צונדן איז די לעכט שוין לאנג אויסגעלאשן און הנאה שלא יכשל פארן גיין צום שבע ברכות העלפט נישט ווייל עס איז נאך נישט חושך ואפילה נאר השתמשות לאור הנר בקצת חשך העלפט לכמה פוסקים
יארן צוריק ווען די גרויסע הייס וואסער טשייניקס אין שוהל האבן באקומען א דרויסינדיגע גלאז צו ווייזן די וואסער לעוועל האב איך געזען רבנים רעדן אויב עס איז א פראבלעם שבת ווייל די וואסער אין די גלאז איז אפשר נישט הייס אדער נצטנן לגמרי און דורך ארויסנעמען וואסער מישט זיך אויס די צוננין מיט הייס וואסער. זעהט אויס די מסקנא איז להיתר. איז עס באשריבן?
להודות האט געשריבן:יארן צוריק ווען די גרויסע הייס וואסער טשייניקס אין שוהל האבן באקומען א דרויסינדיגע גלאז צו ווייזן די וואסער לעוועל האב איך געזען רבנים רעדן אויב עס איז א פראבלעם שבת ווייל די וואסער אין די גלאז איז אפשר נישט הייס אדער נצטנן לגמרי און דורך ארויסנעמען וואסער מישט זיך אויס די צוננין מיט הייס וואסער. זעהט אויס די מסקנא איז להיתר. איז עס באשריבן?
ס'ווענדט זיך וועליכע טשייניק. דיע וואס די בתי מדרשים ניצן נעמט מען עס טאקע אראפ אדער שפארט מען עס צו.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
מאכענדיג השקה שבת און מקוה און די הייסע בור איז מיך איינגעפאלען אז לכוראה איז א שאלה פון בישל... די מי גשמים בור איז פריזינג און די הייסע בור איז לכוראה יד סולדות בו.... איינער מיט די סברה להיתר?
רעים האט געשריבן:מאכענדיג השקה שבת און מקוה און די הייסע בור איז מיך איינגעפאלען אז לכוראה איז א שאלה פון בישל... די מי גשמים בור איז פריזינג און די הייסע בור איז לכוראה יד סולדות בו.... איינער מיט די סברה להיתר?
די מקוה איז יד סולדות?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
רעים האט געשריבן:מאכענדיג השקה שבת און מקוה און די הייסע בור איז מיך איינגעפאלען אז לכוראה איז א שאלה פון בישל... די מי גשמים בור איז פריזינג און די הייסע בור איז לכוראה יד סולדות בו.... איינער מיט די סברה להיתר?
איך האב גערעדט צי אײנעם אין װילאמסבורג אין ער זאגט מיר אז ער איז געגאנגען צי די שומרום בודקע צװײטע טעג מיטל נאכט צי ריפען א גױ װעגען עפעס אין מ׳האט אים געזאגט אז ס׳איז דאא װעיטינג ליסט פון נאנט צי 100 מענטשען פאר אים איז דאס נערמאל אז מ׳באניצט זיך מיט גױם אזױ אפט? איז אמירה לעכו״ם נישט אסור?כ׳הײב שױן אן צי טראכטען אז מענטשען האבן א התרשלות אנציגרײטען אלעס פון עיו״ט װעגן זײ װײסען אז ס׳איז דא גױם