שאלות אין הלכות שבת

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדושת לוי »

דורש ומבקש האט געשריבן:הרב למעלה.
איך זעה אז איר זענט אויסגעקאכט אין די סגי'. ליידער בין איך נישט אזוי שטארק אין די סגי'....

אבער דאס איז א קלארע הלכה אז א קבלן מיט אמירת ישראל צי ארבעטן שבת איז אסור. און אויב איז עס דורך א רמז איז מותר די מקור איז סי' ש"ז און עס שטייט אינעם רב שו"ע מערערע מאל.
במציאות איז די גוי א קבלן בכל אופן. און ער טוט עס אין שבת דייקא ווייל די איד וויל אדער האט אים עס די איד געזאגט בפירוש אדער דורך א רמז. נאר די דין זאגט אז כל זמן די איד האט נישט גערעדט הייסט עס נישט ווי די גוי טוט עס בשביל הישראל (וואס די טעם איז.דאס איז אונזער שאלה...).
איעדער פארשטייט אז ווען איך זאג פאר א גוי צונד אן די לעקטער אדער איך זאג ס'איז טינקעל, בכל אופן פארשייט די גוי די זעלבע זאך אבער די הלכה טוישט זיך (לאמיר נישט רעדן וועגן הנאה אד"ג)

דאס וואס איר שרייבט וועגן לא קצץ. דאס איז סגי' פאר זיך ווייל דארט איז די גוי נישט פארזיכערט מיטן געלד. און די שו"ע האלט אז מצד א' איז עס נאך ערגער פון א שכיר יום וואס באקומט עכ"פ באצאלט און ס'איז אסור אפי' בדיעבד....

על אחרון ראשון, די עיקר מיין איך די צווייטע חלק אז ביי קצץ איז קובע מלאכתו זעכער נישט אסור מטעם שליחות.
יעצט צום עיקר, עס איז נישטא און ערגעץ ווי מ'רעדט פון די היתר פון רמיזה אז ס'איז מותר ווען ער איז די איד'ס ארבייטער, אפילו א קבלן, ווען מ'רעדט פון די היתר פון רמיזה רעדט מען פון א פרעמדע גוי מיט וועם די איד האט נישט גערעדט פריער וועגן די מלאכה.
און די ביאור איז פשוט, די היתר פון רמיזה איז אז וויבאלד די האסט "גארנישט" געהייסען די גוי צו טון, נאר די האסט עם מרמז געווען אז די ווילסט די מלאכה זאל געטון ווערן, איז וויבאלד קיין אמירה איז דא נישט געווען איז דאס מותר, משא"כ אויב זאגסטו פאר די גוי בעפאר שבת טו פאר מיר דאס און דאס, נאר די זאגסט עם נישט ווען ער זאל דאס טון, און שפעטער ביסט עם מרמז אז דאס וואס איך פריער געהייסן זאלסטו טון אום שבת, הייסט דאס בכלל נישט קיין רמז נאר א אמירה. לאמיר דיר פרעגן אזא שאלה (בדרך משל, דאינו דומה לגמרי לענינינו), וואס טוט זיך אויב איך זאג פאר די גוי בעפאר שבת אז ווען איך ווייז דיר מיין האנט זאלסטו אנצונדען די לעקטער, און אינמיטען שבת וייזט די איד מיט די האנט, און דער גוי גייט און צונדט עס אן, הייסט דאס דען א רמז??, המשך יבוא
קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדושת לוי »

דורש ומבקש האט געשריבן:אייעם סארי. אבער איך פארשטיי נישט דיינע שאלות..

פון ווי נעמסטו די החלטה אז רמז איז אסור ביי קבלן ?
יעדע עושה בחינם איז מותר וועגן טובת הנאה, דהיינו מ'קוקט אים אן ווי א קבלן

מראי מקומות לזה, און סימן ש"ז סעיף ד' זאגן אלע (טו"ז מג"א א"ר שועה"ר משנ"ב), אז אויב איך זאג די פאר די גוי ער זאל קויפען ביום השוק, אפילו איך זאג עם נישט עס צו קויפען דוקא אום שבת, דאך וויבאלד עס איז נאר מעגליך צו קויפען אום שבת, הייסט דאס כאילו איך זאג עם עס צו קויפען דוקא שבת ע"כ, לכאורה פארוואס הייסט דאס נישט רמיזה? נאר ביי קובע מלאכתו איז אסור אפילו ברמיזה. איי וועסטו פרעגן וואס איז די ראיה, דארט איז דאך עס רמז בדרך ציווי?, נו פיין אויב אזוי לויט די משנ"ב וואס איז מתיר אפילו בדרך ציווי פארוואס לויט עם איז דאס אסור? ע"כ מוזטו זאגן אז ביי קובע מלאכתו איז נישט קיין חילוק וויאזוי ער פארשטייט פון דיר אז עס זאל געטון ווערן אום שבת, און עס קומט נישט אריין רמז בכלל.
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

קוקט ביטע איבער די מ"א דארט אז בד' וה' איז מותר, אויף דעים איז דאך געבויעט די זכרון יוסף
קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדושת לוי »

דורש ומבקש האט געשריבן:קוקט ביטע איבער די מ"א דארט אז בד' וה' איז מותר, אויף דעים איז דאך געבויעט די זכרון יוסף

ידעתי גם ידעתי מזה, טאקע פון דא איז מיין ראיה, אויב די היתר איז רמז, פארוואס איז דאס נישט מותר אויך ער"ש?? (און פארוואס איז די משנ"ב חולק אויף דעם??)
קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדושת לוי »

און וואס איז די ויצעקו פון א"ר ותו"ש?? און אפילו לויט די ביאור פון זכרון יוסף (אות רכה), איז די היתר נישט אז עס איז בגדר רמיזה, נאר וויבאלד די איד זאגט נישט ארויס יום השבת פעלט עס אין די מיחזא, עכ"פ קימט עס נישט אריין אין אונזער שאלה וואס מ'זאגט קלאר פאר די קאמפאני יום השבת, ודי למבין והמעיין.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קדושת לוי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
דורש ומבקש האט געשריבן:אייעם סארי. אבער איך פארשטיי נישט דיינע שאלות..

פון ווי נעמסטו די החלטה אז רמז איז אסור ביי קבלן ?
יעדע עושה בחינם איז מותר וועגן טובת הנאה, דהיינו מ'קוקט אים אן ווי א קבלן

עס שטייט קלאר אין שועה"ר סי' ש"ז ס"ח, אויב דער איד פרעגט אים נאך שבת פארוואס האסטו עס נישט געטון אום שבת, וואס דאס איז נישט א רמז בדרך ציווי, דאך איז אסור ביי א קבלן, און נאר ווען דער גוי טוט עס מעצמו צוליב א טובת הנאה איז מותר.

זה טעות, הרב שם אוסר מטעם איסור מהרי"א דכיון דרק הישראל מרוויח מהמלאכה בשבת אסור

כ'ווייס נישט פארוואס איר זאגט אזוי, כ'זע נישט קיין וועג אזוי צו לערנען. די חידוש דא איז נישט דאס זאגן אין מיטן וואך, די חידוש איז דאך בעיקר אז נאכן דאס זאגן, אויב טוט עס די גוי קומענדיגע שבת דארף ער נישט מוחה זיין און ער מעג אים עס לאזן טון. ביי די מהרי"א אפילו ער זאל קיין ווארט נישט רעדן פון שבת בכלל, איז דאך עס אויך אסור אלץ די הרווחה, דאס דארף ער נישט דא שולל זיין אז ס'איז דארט נישט פארהאן דעם היתר פון זאגן מדוע לא עשית.

וואס ער וויל אויסשליסן איז אויף א פאל וואס אן דעם וואס ער זאל זאגן פארן גוי מדוע לא עשית בשבת שעברה וואלט עס יא געווען מותר צו לאזן דעם גוי ארבעטן שבת, דהיינו לדוגמא לא קצץ און ס'איז חפצים של ישראל און ער זעט אים נישט ארבעטן שבת, אדער שכיר שנה למלאכה מיוחדת און די איד זאגט אים גארנישט וועגן שבת, פון דעם רעדט ער, און אויף אזא פאל איז שוין יא א חידוש אז ס'איז נישטא די היתר פון זאגן מדוע לא עשית.
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

קדושת לוי האט געשריבן:און וואס איז די ויצעקו פון א"ר ותו"ש?? און אפילו לויט די ביאור פון זכרון יוסף (אות רכה), איז די היתר נישט אז עס איז בגדר רמיזה, נאר וויבאלד די איד זאגט נישט ארויס יום השבת פעלט עס אין די מיחזא, עכ"פ קימט עס נישט אריין אין אונזער שאלה וואס מ'זאגט קלאר פאר די קאמפאני יום השבת, ודי למבין והמעיין.


ביטע טראכט איבער וואס איר שרייבט. ס'איז נישט בגדר אמירה נאר וויבאלד ער זאגט נישט ארויס יום השבת פעלט עס אין די מיחזא... זאגט איר דען נישט אליין אין אייער ווערטער אז כל זמן ער זאגט נישט ארויס מיטן מויל ארבעט שבת איז עס מותר

די שאלה פון יום השוק בשבת איז ווייל די איד האט גערעדט- ער האט געזאגט ארבעט נאר ער האט נישט געזאגט שבת אבער וויבאלד מען קען נאר שבת האלטן אסאך אחרונים אז עס איז מוכרח אין זיינע ווערטער הייסט עס ווי געזאגט, און די מ"א איז מתיר

אונזער שאלה איז ווען ס'איז בכלל נישט געווען קיין אמירה נאר א כתיבה, קען מען טראכטן צו מקוקט עס אן ווי גערעדט אדער נישט. און שוין ווי דערמאנט האלט ר' יונתן שטייף אים זיינע תשובות ביי די חידושים אויף סי' רמ"ז אז עס הייסט ווי הורהור און נישט דיבור און עס איז מותר
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

למעלה משבעים האט געשריבן:
קדושת לוי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
דורש ומבקש האט געשריבן:אייעם סארי. אבער איך פארשטיי נישט דיינע שאלות..

פון ווי נעמסטו די החלטה אז רמז איז אסור ביי קבלן ?
יעדע עושה בחינם איז מותר וועגן טובת הנאה, דהיינו מ'קוקט אים אן ווי א קבלן

עס שטייט קלאר אין שועה"ר סי' ש"ז ס"ח, אויב דער איד פרעגט אים נאך שבת פארוואס האסטו עס נישט געטון אום שבת, וואס דאס איז נישט א רמז בדרך ציווי, דאך איז אסור ביי א קבלן, און נאר ווען דער גוי טוט עס מעצמו צוליב א טובת הנאה איז מותר.

זה טעות, הרב שם אוסר מטעם איסור מהרי"א דכיון דרק הישראל מרוויח מהמלאכה בשבת אסור

כ'ווייס נישט פארוואס איר זאגט אזוי, כ'זע נישט קיין וועג אזוי צו לערנען. די חידוש דא איז נישט דאס זאגן אין מיטן וואך, די חידוש איז דאך בעיקר אז נאכן דאס זאגן, אויב טוט עס די גוי קומענדיגע שבת דארף ער נישט מוחה זיין און ער מעג אים עס לאזן טון. ביי די מהרי"א אפילו ער זאל קיין ווארט נישט רעדן פון שבת בכלל, איז דאך עס אויך אסור אלץ די הרווחה, דאס דארף ער נישט דא שולל זיין אז ס'איז דארט נישט פארהאן דעם היתר פון זאגן מדוע לא עשית.

וואס ער וויל אויסשליסן איז אויף א פאל וואס אן דעם וואס ער זאל זאגן פארן גוי מדוע לא עשית בשבת שעברה וואלט עס יא געווען מותר צו לאזן דעם גוי ארבעטן שבת, דהיינו לדוגמא לא קצץ און ס'איז חפצים של ישראל און ער זעט אים נישט ארבעטן שבת, אדער שכיר שנה למלאכה מיוחדת און די איד זאגט אים גארנישט וועגן שבת, פון דעם רעדט ער, און אויף אזא פאל איז שוין יא א חידוש אז ס'איז נישטא די היתר פון זאגן מדוע לא עשית.


הרב למעלה
דאס איז א גרויסע סגי' קוקט נאך אין די מראה מקומות וואס איז אויפן רב דארט דהיינו קוקט נאך אין סי' רמ"ד און אין די מהדורה בתרא וועסטו זעהן אז עס האט מיטן מהרי"א און מהר"ם.....
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דורש ומבקש האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
קדושת לוי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
דורש ומבקש האט געשריבן:אייעם סארי. אבער איך פארשטיי נישט דיינע שאלות..

פון ווי נעמסטו די החלטה אז רמז איז אסור ביי קבלן ?
יעדע עושה בחינם איז מותר וועגן טובת הנאה, דהיינו מ'קוקט אים אן ווי א קבלן

עס שטייט קלאר אין שועה"ר סי' ש"ז ס"ח, אויב דער איד פרעגט אים נאך שבת פארוואס האסטו עס נישט געטון אום שבת, וואס דאס איז נישט א רמז בדרך ציווי, דאך איז אסור ביי א קבלן, און נאר ווען דער גוי טוט עס מעצמו צוליב א טובת הנאה איז מותר.

זה טעות, הרב שם אוסר מטעם איסור מהרי"א דכיון דרק הישראל מרוויח מהמלאכה בשבת אסור

כ'ווייס נישט פארוואס איר זאגט אזוי, כ'זע נישט קיין וועג אזוי צו לערנען. די חידוש דא איז נישט דאס זאגן אין מיטן וואך, די חידוש איז דאך בעיקר אז נאכן דאס זאגן, אויב טוט עס די גוי קומענדיגע שבת דארף ער נישט מוחה זיין און ער מעג אים עס לאזן טון. ביי די מהרי"א אפילו ער זאל קיין ווארט נישט רעדן פון שבת בכלל, איז דאך עס אויך אסור אלץ די הרווחה, דאס דארף ער נישט דא שולל זיין אז ס'איז דארט נישט פארהאן דעם היתר פון זאגן מדוע לא עשית.

וואס ער וויל אויסשליסן איז אויף א פאל וואס אן דעם וואס ער זאל זאגן פארן גוי מדוע לא עשית בשבת שעברה וואלט עס יא געווען מותר צו לאזן דעם גוי ארבעטן שבת, דהיינו לדוגמא לא קצץ און ס'איז חפצים של ישראל און ער זעט אים נישט ארבעטן שבת, אדער שכיר שנה למלאכה מיוחדת און די איד זאגט אים גארנישט וועגן שבת, פון דעם רעדט ער, און אויף אזא פאל איז שוין יא א חידוש אז ס'איז נישטא די היתר פון זאגן מדוע לא עשית.


הרב למעלה
דאס איז א גרויסע סגי' קוקט נאך אין די מראה מקומות וואס איז אויפן רב דארט דהיינו קוקט נאך אין סי' רמ"ד און אין די מהדורה בתרא וועסטו זעהן אז עס האט מיטן מהרי"א און מהר"ם.....

וואס איז א גרויסע סוגיא, דער מהרי"א? ווייס מיר, כ'זע נאכאלץ נישט ווי אזוי דאס אריינצוצווינגן אינעם שועה"ר אז ער מיינט דייקא דאס.

און אדרבה, קוק אז די קוקסט שוין אין די מראי מקומות זעסטו קלאר ווי איך זאג, דהיינו ביי שכיר שנה לכל המלאכות איז דאך דאס נישט קיין חידוש [הגם די הלכה איז אמת שאסור לומר מדוע לא עשית], די חידוש איז ווען אן דעם רמז איז עס יא מותר, איז ביי שכירו אסור. און דאס צייכנען זיי צו צום מהדו"ב, אז דארט נעמט ער דאך אן אז אפילו א שכיר שנה לכל המלאכות איז אויך א געהעריגע קבלן, און אפילו אזוי זאגט ער אין מהדו"ב אז למעשה איז אסור צו זאגן מדוע לא עשית בשכירו נאר ווען ער טוט בטובת הנאה. אבער נישט אז דאס מיינט ער דא. ופשוט.
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

לאור covid-19: נוצן זייף אין שבת.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

ווייסט איינער וואס איז די הלכה לגבי נוצן זייף שבת כדי זיך באשוצן פון די קאראנא וויירוס? און וואס איז לגבי פיורעל?
ביטע ענטפערן נאך פאר די זמן.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

גא''מ
A. S. A. P
איינער זאל רופן א דיין
ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבעריל קויבעק »

Yes
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

יעצט גערופן א דיין
רינעדיגע זייף מעג מען( יעדע וואך
ווארעם וואסער קען מען נעמען פון די פערקיולעיטאר
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

לייטער האט געשריבן:יעצט גערופן א דיין
רינעדיגע זייף מעג מען( יעדע וואך
ווארעם וואסער קען מען נעמען פון די פערקיולעיטאר

בשם אומרו?
אז יענער קען קענסטו אויך
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

מ׳דארף נישט קיין ווארעם וואסער.
קאלט וואסער איז פונקט אזוי אפעקטיוו.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אלץ געוואוסט אז רינעדיגע זייף איז מותר, ס'איז נישט קיין ממרח אדער נולד ווי ביי געהעריגע זייף.
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

געפרעגט צוויי רבנים שבת. ביידע זאגן להיתר. איינער האט אויך געזאגט אז הגאון רבי יחזקאל ראטה האט אים געזאגט אויך אז אינו דומה לשעווה ממילא אין שום איסור בזה.
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

ר' משה איז מחמיר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז זיין חידוש.

די סאטמארע דיינים בדר"כ זענען מקיל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

איך מיין אז אפילו געמישט מיט וואסער וואס נעמט אוועק דער פראבלעם לויט געוויסע איז ר' משה נאך אלץ מחמיר, אבערנישט זיכער
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

Re: שאלות אין הלכות שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

אלארם מיט א פראדזשעקטער אויפן דאך, מעג מען שבת רוקן, אדער ס'הייסט כתיבה?
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שאלות אין הלכות שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

איך ווייס נישט פונקט וואס די מציאות אין די שאלה איז, אבער דאס איז זיכער אז עס איז נישט אסור צו שטיין פאר א שפיגעל אדער צו לייגען א (איבערגעדרייטע) כתב פאר א שפיגעל אויף שבת, איז מען זעט אז עס הייסט נאר כתיבה אויב עס איז א ממשות (ולפ"ז נראה שגם בכתיבה חשמלית אינו ממשות, וע"כ אינו אסור משום כתיבה, אלא מטעמים אחרים, וכן רואים שמנהג העולם להקל שאין מחיקה בשמות השם שכתובות במחשב).
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שאלות אין הלכות שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב געזען אין א ספר אז דער חזון איש האט געהאלטן אז א בלעך איז נישט גענוג צו מאכן גרוף וקטום, בין איך סתם נייגעריג וואס די חזון איש מענטשן נוצן אנשטאט דעם. איינער ווייסט?
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שאלות אין הלכות שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

דאכט זיך אז זיי האבען אזא הויכע בלעך וואס איז פיל העכער ווי די פייער.
יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

Re: שאלות אין הלכות שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

דייקן האט געשריבן:דאכט זיך אז זיי האבען אזא הויכע בלעך וואס איז פיל העכער ווי די פייער.

יא. די עיקר איז עס זאל זיין גענוג ווייט פונעם פייער, כדי צו ממעט זיין חום האש. (פארשטייט זיך די פייער דארף אויך זיין צוגעדעקט)
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”