סמארט גאי האט געשריבן:מעג מען ארויסציען היינט צו טאגס א ווייסע האר פון די בארד אדער פיאות?
בפשטות פון יו"ד סי' קפ"ב קומט אויס אז אלץ איז תלוי במנהג המקום, ווי די רמ"א שרייבט אז במקום ווי ס'איז נישט קיין מנהג נשים דייק מגלח צו זיין שער בית השחי איז עס מותר לכתחלה.
אויב פרויען גייען נישט קיין (און ביי אונז מיט האר בכלל) וואלט עס לכאורה געדארפט זיין מותר. ניין?
א מאדנע געדאנק דאס מחמת כמה טעמים: א) נאר א חלק פרויען גיין נישט מיט האר, אבער אסאך אנדערע פרויען, און מיידלעך גייען יא מיט האר, און זיי זענען מקפיד אז ס'זאל נישט זיין ווייס, און זיי פארבן עס.
ב) נניח אז יעדער שניידט אפ די האר פונעם קאפ, זענען זיי נאך אלס מקפיד אויף אנדערע מקומות, למשל די אויגן ברעמען.
ג) ווער זאגט אז עס ווענדט זיך דווקא אין די מנהג פון אידישע פרויען, עס ווענדט זיך בכלליות העולם די מנהג פון נקבות.
ד) בכלל די גאנצע הנחה אז אויב מ'שניידט אפ הייסט עס אז זיי זענען נישט מקפיד, איז נישט ריכטיג, ווייל אויב האבן זיי ווען יא האר, וואלטן זיי יא מקפיד געווען.
אבער מצד אחר קען מען דן זיין אז מענער - גויאישע פארבן זיך אויכעט, ממילא איז עס נישט דוקא א מנהג נשים. אבער גראדע לעצטענס איז געווארן גרעי האר א סטייל ביי די גויאישע זכרים, זיי שעמען זיך נישט דערמיט, אדרבה. ממילא בלייבט עס איבער א מנהג נשים.
דער שבט הלוי שרייבט אבער אז ס'איז דא א עצה צו אפשניידען די גאנצע חלק פונעם בארד סיי די שווארצע און סיי די ווייסע. און פארשטייט זיך אז זי עצה איז נישט דא ביי אונז.