קלאנג האט געשריבן:ווען דארף מען קלאפן ביי תחנון. קומט עס איין קלאפ פאר יעדע ווארט
ז"ל שער הכוונות:
כי בעת שאתה מתודה הוידוי תכה ביד ימינך כפוף כמו אגרוף על לבך שמצד שמאלך הכאה אחר הכאה בנחת בעוד שאתה מתודה בין בשחר בין במנחה
על כל תיבה ותיבה של אשמנו בגדנו כו' הכאה א'. עכ"ל.
[די הכאה ווערט געברענגט בט"ז סימן קי"ג סוסק"ד, מג"א סימן תר"ז סק"ג, ובש"ע הרב שם ס"ז שהן ב' דעות אם מכה על הלב או על החזה.]
נ.ב. די וואס האבן פריער אנגערירט די שאלה וואלטן געמעגט אריינטראכטן איידער'ן שרייבן:
א. אויב פאר דיר זעהט עס אויס מינדערוויכטיג מיינט נאך נישט אז אזוי איז עס טאקע.
ב. עס פעלן נישט אין ספרים מנהגים אויף קלייניגקייטן.
ג. אין יעדן פאל איז נישט ריכטיג צו שפעטן פון א שאלה.
ד. והנה עיניכם רואות אז עס איז א מפורש'ע אריז"ל.