שייף עייל האט געשריבן:מען קען דאס רעכענען פאר די ניינציג מאל (דעם שומע תפילה ותן טל ומטר)
כ'בין נישט זיכער אין דעם, דאס דארף א געהעריגע עיון מקיף
דאס נעמט זיך פון איינע פון די נו"כ וואס שרייבן אז נאך 30 טעג קען מען אננעמען אז מ'האט ריכטיג געזאגט, על אף מ'האט אין די דרייסיג טעג אויסגעלאזט איין תפילה אדער מער, איז דא א כל שכן אויב מ'האט געזאגט כאטש ביי שמע קולנו איז עס זיכער בעסער ווי אינגאנצן נישט זאגן. דאס איז גוט כלפי 30 טעג, אויב וויל מען זיך אבער פארלאזן אויף 90 מאל אין די 30 טעג, איז דאס לכאורה נישט געניג, ווייל דעמאלטס איז דער עיקר די בפועל ציגעוואוינען זיך צו "ברך עלינו ה"א וכו' ותן טל ומטר".
אויף דעם ק"ו הנ"ל באדערט מיר א קשיא, ווען מ'זאגט ותן טל ומטר ביי שמע קולנו האט ער טאקע יוצא געווען בסוף אבער ער האט דאך למעשה געזאגט אומריכטיג ביי ברכת השנים, איז עס מצד שני ערגער ווי אינגאנצן נישט דאווענען ווי ער דערמאנט נישט גארנישט. וצ"ע