צולייגער האט געשריבן:סייוויאזוי, דאס אז מ'זאל מקדים זיין תפלה בזמנה צו תפלה בציבור איז זיכער נישט קיין אפענע מחבר ווי אפאר דא האבן עס פראבירט אראפצולייגן, און ווען עס ווערט אן השקפה שאלה בין איך מער נוטה אנצונעמען וואס א רב בישראל א ירא שמים מרבים און בקי בשבילי הדור זאגט, ווי אן אנאנימער ניק אויף אייוועלט. סארי.
ס'איז קלאר אין די פוסקים אז תפילה בזמנה איז וויכטיגער ווי מנין. מעגליך אויף למעשה וועט מען נישט ווילן אזוי פסק'ענען, זאלסטו טון ווי אזוי דיין רב הייסט דיר. אבער איך מיין אז רוב דיינים וואלטן געזאגט אויף אינדערוואכן מ'זאל דאווענען ביחידות, ווי די הלכה איז (ברכו, קדושה, און קריאת התורה קענסטו הערן סיי ווי). שבת אין אן אנדערע מעשה.

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:רוב דיינים? אין וויליאמסבורג זיכער נישט...
דו ווייסט אדער דו טראכסט? ס'איז מיר א חידוש צו הערן.
איך זאג וואס איך טראכט, אדרבה, זאל איינער אריינקומען אויב ווייסט ער
דו טראכסט אז רוב דיינים וועלן פסק'ענען קעגן דער הלכה? באזירט אויף וואס?
מקור לדין זה?
אויבן האט איינער צוגעצייכנט או"ח סי' צ ס"י. ס'שטייט אין נאך פלעצער, איך האב נאר נישט די צייט יעצט אויפצוזוכן. אבער ס'זענען לכאורה נישט דא קיין חולקים דערויף.
וואו איז דער מקור אז ביי חסידים האט מען נישט אזוי געהאלטן? ס'זענען געווען וואס האבן געדאוונט שפעט צוליב די הכנות לתפילה, אבער קיינמאל נישט געהערט וועגן מנין. מנין איז בלויז אן אופן ווי אזוי צו דאווענען; זמן איז די צייט וואס מ'דארף דאווענען און ס'איז פשוט אז ס'קומט פריער. בנוסף זענען די ברכות קריאת שמע נאך פיר שעה ברכות לבטלות לויט רוב פוסקים, כאטש בדיעבד האט מען זיך אויף וועמען צו פארלאזן.
גרשון האט געשריבן:דו ווייסט אדער דו טראכסט? ס'איז מיר א חידוש צו הערן.

אגב דאס דאווענען שפעט אלס הכנת הגוף איז אויך נישט עפעס וואס דו קענסט אזוי לייכט ארויפשמירן אויף אלע חסידים. ס'זענען געווען זייער אסאך צדיקים וואס האבן מקפיד געווען צו דאווענען פרי, און אנדערע וואס האבן אליין געדאוונט שפעט, אבער אנגעזאגט די חסידים זיי נישט נאכצוטון (אזוי ווי ווי הרה"ק מסאטמאר ומטאהש זי"ע). סך הכל דארפסטו ענדערש טרעפן די פלעצער וואו דער עולם האט יא געדאוונט שפעט. על פי רוב איז עס געווען אין ערטער ווי ס'זענען געווען עובדים, א שטייגער ווי חב"ד און קאצק.
אונז דינג מיר זיך נישט. אודאי האבן פשוטע מענטשן נישט וואס צו דאווענען שפעט מיט א תירוץ פון הכנת הגוף או הכנת המוחין, ווייל ער ווייסט נישט וואס ער טוט. אבער תפלה בצבור האט צו יעדן איינעם. און ווען איינער טרעפט זיך אין א מצב צו תפלה בצבור אדער בזמנה. דארף זיין די הוראה על פי חסידות צו דאווענען בציבור. אגב איך פערזענליך אין אזא מצב וואלט געדאוונט ביחידות.
גרשון האט געשריבן:אגב דאס דאווענען שפעט אלס הכנת הגוף איז אויך נישט עפעס וואס דו קענסט אזוי לייכט ארויפשמירן אויף אלע חסידים. ס'זענען געווען זייער אסאך צדיקים וואס האבן מקפיד געווען צו דאווענען פרי, און אנדערע וואס האבן אליין געדאוונט שפעט, אבער אנגעזאגט די חסידים זיי נישט נאכצוטון (אזוי ווי ווי הרה"ק מסאטמאר ומטאהש זי"ע).
אויב איז ריכטיג אז הרה"ק מסאטמאר ומטאהש זי"ע, האבן אנגעזאגט די חסידים זיי נישט נאכצוטוהן, האבן זיי אזויפיהל אפשר מצליח געווען, אז די חסידים דאווענען נישט נאך חצות, אבער זמן תפילה מאן דכר שמיה. (שוין אפגערעדט פון אזעלכע וועלכע דאווענען ביז חצות לקולא אויף אלע שיטות, און ביז נאך א האלבע שעה וכו' וכו'). נישט ח"ו אז די צדיקים האבן דאס מורה היתר געווען פאר זייערע חסידים, אבער למעשה כפי הנראה האט דאס געהאט א השפעה, אז די חסידים האבן נישט באקומען די געפיל אז מ'דארף דאווענען צייטליך.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
צולייגער האט געשריבן:סייוויאזוי, דאס אז מ'זאל מקדים זיין תפלה בזמנה צו תפלה בציבור איז זיכער נישט קיין אפענע מחבר ווי אפאר דא האבן עס פראבירט אראפצולייגן, און ווען עס ווערט אן השקפה שאלה בין איך מער נוטה אנצונעמען וואס א רב בישראל א ירא שמים מרבים און בקי בשבילי הדור זאגט, ווי אן אנאנימער ניק אויף אייוועלט. סארי.
ס'איז קלאר אין די פוסקים אז תפילה בזמנה איז וויכטיגער ווי מנין. מעגליך אויף למעשה וועט מען נישט ווילן אזוי פסק'ענען, זאלסטו טון ווי אזוי דיין רב הייסט דיר. אבער איך מיין אז רוב דיינים וואלטן געזאגט אויף אינדערוואכן מ'זאל דאווענען ביחידות, ווי די הלכה איז (ברכו, קדושה, און קריאת התורה קענסטו הערן סיי ווי). שבת אין אן אנדערע מעשה.
מדארף נאך אלס מברר זיין עד היכן הדברים מגיעים למשל סאיז נאר דא א אפאר מינוט בוז סוף זמן תפלה אין מקען נאר זאגען ברוך שאמר אשרי אין ישתבח צו מזאל דאס טוהן אין משלים זיין שפעטער אין מהפך זיין די צינורות ווייל דאס איז נישט פשוט כידוע מדארף וויסען וואס אלס מען איז מחוייב צו טוהן ווען מרעדט פון ביחודות אין בכלל אז מזאגט זייער שנעל איז מען ממש אין א מצב פון נישט מכוון זיין אפילו מאיז נישט די גרויסע מכוון געוונטליך אויבער סאיז יתכן איך ווייס נישט צו דעמאלטץ וואלטען די דיינים אויך מסכים גוועהן איך זאג דיר עס פשוט פון טרייען דווקא יא צו דאוונען בזמנה פארשטיין ווי אזוי די שאלה איז עכט במציאות אין צו סאיז דא געוויסע נקודות וואס קען מאכען א חילוק
רבותינו האט געשריבן:מדארף נאך אלס מברר זיין עד היכן הדברים מגיעים למשל סאיז נאר דא א אפאר מינוט בוז סוף זמן תפלה אין מקען נאר זאגען ברוך שאמר אשרי אין ישתבח צו מזאל דאס טוהן אין משלים זיין שפעטער אין מהפך זיין די צינורות ווייל דאס איז נישט פשוט כידוע מדארף וויסען וואס אלס מען איז מחוייב צו טוהן ווען מרעדט פון ביחודות אין בכלל אז מזאגט זייער שנעל איז מען ממש אין א מצב פון נישט מכוון זיין אפילו מאיז נישט די גרויסע מכוון געוונטליך אויבער סאיז יתכן איך ווייס נישט צו דעמאלטץ וואלטען די דיינים אויך מסכים גוועהן איך זאג דיר עס פשוט פון טרייען דווקא יא צו דאוונען בזמנה פארשטיין ווי אזוי די שאלה איז עכט במציאות אין צו סאיז דא געוויסע נקודות וואס קען מאכען א חילוק
לאמיר זיך האלטן דא צו דער הלכה. חסידות זאל יעדער אליין מחליט זיין. על פי הלכה דארף מען אויסלאזן אפילו כדי צו דאווענען מיט מנין, כל שכן פאר תפילה בזמנה. אויב דארף מען כיפערן, איז אן אנדערע מעשה; קען טאקע זיין ס'איז יצא שכרו בהפסדו.