וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

מנשה האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
מנשה האט געשריבן:ווען מען מאכט גרעסער דעם ערשטן ווארט פון א פערעגראף, ווערט די ערשטע שורה אפגערוקט פון די צווייטע שורה.
אויב שטעלט מען אבער אן די ספעסינ"ג אויף Exactly געשעט עס נישט, אבער ווען עס האט נקודות קומט עס נישט אויס גוט.
איז דא אן עצה ביי א ווארט מיט נקודות עס צו מאכן גרעסער אן אפרוקן די שורה?

אויב נעמט עס פאקטיש אויף מער פלאץ, נעמט דאך עס אויף...
אויב נישט קענסטו קליקן אויפן קליינעם אייקאן ביים עק פון יענעם חלק פונעם ריבאן און ארומשפילן ביים ארומגערינגלטן פרוביר 0.9 וכדו'

איך וויל נישט עס זאל זיין מער ספעיס צווישן די ערשטע שורה און דעם צווייטע שורה ווי צווישן די אנדערע שורות, דאס וואס דו זאגסט העלפט נישט פאר דעם, ווייל עס גייט אויף אלע שורות.
1.jpg

אין ווארד איז מיינעך נישט דא קיין עכטע עצה חוץ זיך שפילן, וואס הייסט מאך אן "ענטער" צווישן בשמים און ובארץ, דערנאך שטעל אן די סעיסינג צווישן פארגראפן אויף 0 און נאכדעם שפיל מיט די סעטינג וואס כ'האב דיר פריער געוויזן נאר אויף די אויבערשטע שורה ביז ס'קומט אויס גוט...
אויב ס'קומט נאכאלץ נישט אויס - נוץ אינדיזיין אדער תג...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
טישן אויף בענק
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 9:50 am

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישן אויף בענק »

איינער קען מיר העלפן?

אינמיטן שרייבן אין ווארד פייל האב איך געוואלט מאכן א ציר"י אויף אידיש. בטעות האב איך געגעבן א דרוק 'קאנטראל' (אנשטאט דעם ALT קנעפל) און דערנאך דעם M קנעפל (אות צד"י).

וואס עס האט פאסירט איז, אז דער גאנצער פייל איז געגעבן א לויף צו די לינקע זייט, און איך קען עס נישט צוריקרוקן נארמאל אין צענטער. איך האב נישט קיין אנונג וואס דער וועג ארויס דא איז...

אויב איינער האט מיר א דרך תשובה וואלט איך זיך זייער געפרייט.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טישן אויף בענק האט געשריבן:איינער קען מיר העלפן?

קאנטראל+M מאכט אן 'אינדענט.'

צו אראפנעמען קענסטו (סעלעקטן די גאנצע טעקסט און) אדער ביי דער דעזיין טעב מאכן די לעפט אינדענט צו 0. אדער מיט דער קיבארד שארטקאט קאנטראל+שריפט+M.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
טישן אויף בענק
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 9:50 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישן אויף בענק »

קנאפער ידען האט געשריבן:
טישן אויף בענק האט געשריבן:איינער קען מיר העלפן?

אינמיטן שרייבן אין ווארד פייל האב איך געוואלט מאכן א ציר"י אויף אידיש. בטעות האב איך געגעבן א דרוק 'קאנטראל' (אנשטאט דעם ALT קנעפל) און דערנאך דעם M קנעפל (אות צד"י).

וואס עס האט פאסירט איז, אז דער גאנצער פייל איז געגעבן א לויף צו די לינקע זייט, און איך קען עס נישט צוריקרוקן נארמאל אין צענטער. איך האב נישט קיין אנונג וואס דער וועג ארויס דא איז...

אויב איינער האט מיר א דרך תשובה וואלט איך זיך זייער געפרייט.

קאנטראל+M מאכט אן 'אינדענט.'

צו אראפנעמען קענסטו (סעלעקטן די גאנצע טעקסט און) אדער ביי דער דעזיין טעב מאכן די לעפט אינדענט צו 0. אדער מיט דער קיבארד שארטקאט קאנטראל+שריפט+M.

א גרויסן יישר כח עס האט געארבעט!
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

איך האב פארלוירן די גרינע ליין וואס פלעגט מיר ווייזן וואו די בארדער איז פון די מארדזשינס, ווען איך דרעג א פיקטשער, איינער ווייסט וויאזוי איך קען עס צוריק באקומען ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

loyodea האט געשריבן:איך האב פארלוירן די גרינע ליין וואס פלעגט מיר ווייזן וואו די בארדער איז פון די מארדזשינס, ווען איך דרעג א פיקטשער, איינער ווייסט וויאזוי איך קען עס צוריק באקומען ?

Zo0fIOnjG6.png
Zo0fIOnjG6.png (102.85 KiB) געזען 1613 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

קנאפער ידען האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:איך האב פארלוירן די גרינע ליין וואס פלעגט מיר ווייזן וואו די בארדער איז פון די מארדזשינס, ווען איך דרעג א פיקטשער, איינער ווייסט וויאזוי איך קען עס צוריק באקומען ?

Zo0fIOnjG6.png

;l;p-
א שמחת פורים
בנצי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 3:33 pm

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנצי »

איז דא א וועג ווי אזוי אויסצוציען א אות, ווי למשל א ה', ווי דאס דעכל פונעם ה' זאל זיין לאנג, אבער די פיסלעך זאלן נישט ווערן לכבוד דעם דיק
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

בנצי האט געשריבן:איז דא א וועג ווי אזוי אויסצוציען א אות, ווי למשל א ה', ווי דאס דעכל פונעם ה' זאל זיין לאנג, אבער די פיסלעך זאלן נישט ווערן לכבוד דעם דיק

כ'מיין אז נאר אין אינדיזיין אדער תג
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דרייטצעך האט געשריבן:
בנצי האט געשריבן:איז דא א וועג ווי אזוי אויסצוציען א אות, ווי למשל א ה', ווי דאס דעכל פונעם ה' זאל זיין לאנג, אבער די פיסלעך זאלן נישט ווערן לכבוד דעם דיק

כ'מיין אז נאר אין אינדיזיין אדער תג

איז דאס נישט עפעס וואס צומאל האט דער פאנט אליינס אלץ עקסטערע glyphs? אויב דער פאנט האט עס קען מען עס יא נוצן אין ווארד אויך דורך עס טרעפן ביי סימבאלן (אדער נוצן דער קיבארד שארטקאט אבער יעדע פאנט איז מיינעך אנדערש דערמיט.)

אויב דער פאנט האט עס נישט דאן מוז מען עס עדיטען אלץ אוטליין/וועקטאר, דאס טוט מען מסתם אין אילעסטרעיטער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
בנצי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 3:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנצי »

קנאפער ידען האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
בנצי האט געשריבן:איז דא א וועג ווי אזוי אויסצוציען א אות, ווי למשל א ה', ווי דאס דעכל פונעם ה' זאל זיין לאנג, אבער די פיסלעך זאלן נישט ווערן לכבוד דעם דיק

כ'מיין אז נאר אין אינדיזיין אדער תג

איז דאס נישט עפעס וואס צומאל האט דער פאנט אליינס אלץ עקסטערע glyphs? אויב דער פאנט האט עס קען מען עס יא נוצן אין ווארד אויך דורך עס טרעפן ביי סימבאלן (אדער נוצן דער קיבארד שארטקאט אבער יעדע פאנט איז מיינעך אנדערש דערמיט.)

אויב דער פאנט האט עס נישט דאן מוז מען עס עדיטען אלץ אוטליין/וועקטאר, דאס טוט מען מסתם אין אילעסטרעיטער.

ש'כח קנאפער
אין סימבאלן האב שוין געטראפן עפעס אנדערש אויך וואס כ'האב געזוכט דהיינו א האלבער א, אבער וואס טו איך ביי פאנטס וואס האט עס נישט, קען איך עס אליין עדיטן, ווי אזוי?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בנצי האט געשריבן:ש'כח קנאפער
אין סימבאלן האב שוין געטראפן עפעס אנדערש אויך וואס כ'האב געזוכט דהיינו א האלבער א, אבער וואס טו איך ביי פאנטס וואס האט עס נישט, קען איך עס אליין עדיטן, ווי אזוי?

אין וועקטאר עדיטינג פראגראמען (ווי אדאובי איליסטרעיטאר) קענסטו קאנווערטן די ווערטער צו אוטליינס (אזויווי א שטיק גרעפיקס) און דאן זיך שפילן דערמיט כרצונך הטוב.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
למדנים
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 12:11 am

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדנים »

איך האב א פייל מיט עטליכע הינדערט pages, אבער די page נומבער'ס [אין א.ב. אותיות] גייען נאר ביז שפ"ב און נאכדעם שטייט אויף אלע צעטליך אנשטאט די אות פונעם page שטייט ERROR , כ'האב שוין פרובירט צו קאפיען די פייל אויף א נייע פייל אבער ס'האט נישט געהאלפן... קען איינער מיך העלפן ביטע???
למדנים
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 12:11 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדנים »

איידלשטיין האט געשריבן:דאכט זיך אז ס'איז א לימיט אין ווארד, מען דארף מאכן א קאסטום field.

נו אויב איך מעג פרעגן אין קורצן וויאזוי מאכט מען א קאסטום פיעלד?
למדנים
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 12:11 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדנים »

איידלשטיין האט געשריבן:די לייכסטע איז צו נעמען א field פון אן עקזיסטירנדע דאקומענט.

זעט דעם צוגעלייגטן ווארד דאקומענט, און לאזט וויסן צו עס ארבעט פאר אייך.

פארשטיי נישט פונקטליך וויאזוי מ'דארף עס טוען, כ'האב גענומען דיין 'א' און עס ארויפגעלייגט אויף מיין פייל נאך שצ"ב, גארנישט פאסירט.... אויב מעגליך בעסער מסביר זיין וואס מ'דארף טוען. תודה רבה
למדנים
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 12:11 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדנים »

איידלשטיין האט געשריבן:איר דארפט ערזעצן די יעצטיגע פעידזש נומערן מיט די נייע קאסטום field.

ב"ה יעצט ארבעט עס גוט, א גרויסן יישר כח
אבער ס'ארבעט נאר אויף א פייל וואס האט נאך קיינמאל נישט געהאט קיין נומבער'ס, אבער א אלטע פייל וואס האט שוין נומבער'ס [א-ב] ארבעט עס נישט, אפילו ווען איך נעם אוועק די אלטע פעיזש נומבער'ס, און איך ברענג אריין דיין 'א' קומט עס נישט אריבער.. מעגליך צו כאפן וואס גייט פאר?
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעריב ערבים »

ווען מהאט דאבעל view פון צוויי דפים זייט ביי זייט. ווי אזוי מאכט מען אז דף א' זאל זיין אויף די רעכטע זייט ?
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

המעריב ערבים האט געשריבן:ווען מהאט דאבעל view פון צוויי דפים זייט ביי זייט. ווי אזוי מאכט מען אז דף א' זאל זיין אויף די רעכטע זייט ?

https://superuser.com/a/648984
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך וויל סעיוון א ווארד דאקומענט צו א פי די עף אבער אסאך פאראגראפן צוטיילן זיך די לעצטע שורה, דאס הייסט אז ס'צוטיילט זיך אלע ווערטער אז ס'זאל אנפילן די גאנצע שורה, איינער ווייסט וואס איך קען טון דערוועגן?
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

תרמב האט געשריבן:איך וויל סעיוון א ווארד דאקומענט צו א פי די עף אבער אסאך פאראגראפן צוטיילן זיך די לעצטע שורה, דאס הייסט אז ס'צוטיילט זיך אלע ווערטער אז ס'זאל אנפילן די גאנצע שורה, איינער ווייסט וואס איך קען טון דערוועגן?

דער ניק שטאלצער איד האט מיר געהאלפן אין אישי, די אישו איז געווען אז געוויסע פאראגראפס האבן געהאט א שיפט ענטער, איך האב עס אויסגעמעקט און ס'איז מסודר געווארן
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

איז דא אן עצה אין ווארד, אראפ צו נעמען ניקוד פון א גאנצע טעקסט (למשל איך קאפי אריין א סידור, און איך וויל אראפ נעמען דעם ניקוד, איז דא א וועג פאר דעם גרינג און שנעל?)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איז דא אן עצה אין ווארד, אראפ צו נעמען ניקוד פון א גאנצע טעקסט (למשל איך קאפי אריין א סידור, און איך וויל אראפ נעמען דעם ניקוד, איז דא א וועג פאר דעם גרינג און שנעל?)

דא קענסט עס טון
https://www.yadmeir.co.il/?CategoryID=3 ... cleID=2857
דא א מהלך אין ווארד אליינס אויך מיינעך איך טרעף עס אבער נישט יעצט
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איז דא אן עצה אין ווארד, אראפ צו נעמען ניקוד פון א גאנצע טעקסט (למשל איך קאפי אריין א סידור, און איך וויל אראפ נעמען דעם ניקוד, איז דא א וועג פאר דעם גרינג און שנעל?)

זע דא https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=8276
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

ווייסט איינער א לינק ווי איך קען דאנלאדען יודיש קיבארד זאל ארבעטן אין ווארט (נישט עברית)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עבודת_הבורא האט געשריבן:ווייסט איינער א לינק ווי איך קען דאנלאדען יודיש קיבארד זאל ארבעטן אין ווארט (נישט עברית)

וואס איז א חילוק צווישן די צוויי?
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”