צוקער וואסער האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:צוקער וואסער האט געשריבן:און אויב איינער געדענק נאר זיין קאמפיוטער פּין נישט די
פעסווארד, ווי אזוי קענער טוישן זיין פעסווארד?
מ'קען עפענען אן אדמיניסטרעיטאר קאממענד פראמפט (נאכן זיין אריינגעסיינט אלץ אדמין מיט דער פין) און טוישן דער פעסווארד נוצענדיג די net user קאממענד.
זע דא https://www.makeuseof.com/tag/quick-tip ... mand-line/
יישר כח, עס האט געארבעט.
יעצט אז איך האב שוין די פעסווארד, ווי אזוי מעפ איך איין קאמפיוטער מיט די אנדערע?
פיילס פון איין קאמפיוטער צו די אנדערע? אדער די גאנצע?
אויב איז עס פיילס, רייט-קליק אויף די פאלדער וואו די פיילס ליגן. פראפערטיס, שעירינג עדווענסד שעירינג, טשעק אויף די טשעק באקס פון שעיר דהיס פאלדער. לייג צו פול קאנטראל פאר עווריוואן און דריק עפליי און אקעי. ווען דו ביסט פיניש, קוק ביי שעיר די פייל פעטה און קאפי עס. (מאך זיכער די קאמפיוטער וואו די פיילס ליגן האבן א פאסווארד. אדער טויש די סעטינגס צו לאזן שעירן אן א פאסווארד. אויב ס'נוגע, לאמיר וויסן און כ'וועל דיר שרייבן די אונסטרוקציעס. אזוי אויך מאך זיכער אז ביידע קאמפיוטערס זענען קאנעקטעד צו די זעלבע נעטווארק.)
גיי צו די אנדערע קאמפיוטער און גיי צו פייל עקספלארער. דרוק אויף דהיס פיסי, אויבן דרוק אויף קאמפיוטער, און דרוק אויף מעפ נעטווראק דרייוו, קענסט טוישן צו וועלכע אות דו ווילסט.. און פעיסט אריין די פעטה וואס דו האסט קאפירט פון די אלטע קאמפיוטער. אן דרוק אויף פיניש, עס וועט ארויפ-פראמפטן אז דו דארפסט אריינלייגן די קרידענטשעלס פון דיין קאמפיוטער "וואו די פיילס ליגן", לייג עס אריין און דרוק פיניש. לאמיר וויסן אויב ס'ארבעט.
(איך בין חושש אז דו האסט נאכנישט געטוישט דיין מייקראסאפט אקאונט צו א לאקאלער אקקאונט וואס קען מאכן פראבלעמען ביים מעפן א פאלדער, ממילא רעקאמענדיר איך דיר זאלסט עס טוישן און קריעט א פעססווארד פאר די לאקאלער יוזער.)