א ווינדאוס באנוצער וואס וויל אריבער גיין קיין Linux

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

א ווינדאוס באנוצער וואס וויל אריבער גיין קיין Linux

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

אלס א פשוטע איד, וואס טייפט און שרייבט, אימעילט און זוכט, און גאר אביסל גרעפיקס און זום וכדו׳ האב איך א בענעפיט פון linux? איז עס טאקע אזויפיל שנעלער? קען איך נוצן אלע נארמאלע פראגראמס דארט? האב איך עפעס ענליך צו וואורד?

איך האב ווינדאוס, ווייל זייער שנעל ווערט עס זייער שטאט, און עס האלט אין איין טון זאכן, און נישט להנאתי. זאכן טוישן אהין און אהער, און קיינער פרעגט מיר נישט פארוואס און פאר ווען . מ׳זאגט מיר אז linux איז אאסך פשוטער. איך געדענק Dos פון אלס קינד, אבער איך בין שוין נישט באקאנט דערין.

איינער קען אונז זאגען, אדער ביטע מיט סקרין שאטס, וויאזוי עס לעבט זיך אין די וועלט פון linux?

ייש״כ מראש
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

ביטע נישט. חוץ אויב די האסט א חוש צו קאמפיוטערס. לינוקס איז נישט באמת געמאכט פאר די פשוטע באניצער. קודם כל וועלעכע סארט לינוקס? איך גלייב אז מען רעדט פון Ubuntu. אובונטא האט פראגראמען ווי ליברא אפיס, וואס דארפען זיין ווי ווארד און עקסעל, אבער זיי קומען נישט צו צו די פיסטריט פון מייקראסאפט אפיס. גרעפיקס מאן דכר שמי׳? זום האט א אפליקאציע פאר אובונטא, אבער דאס איז נאר ווייל זיי זענען זייער פאופלער, פשוט׳ע פראגרעמס אפילו די וואס זענען גאנץ פאפולער וועלען נישט ארבייטען אויף אובונטא.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: א ווינדאוס באנוצער וואס וויל אריבער גיין קיין Linux

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך האב ליברע אפיס פאר ווינדאוס, און הגם אז עס האט נישט אסאך פיעטשורס פון וואורד, עס האט אויך נישט די טפשות'דיגע באגס פון וואורד.

אבער למעשה זאגסטו אז פשוט'ע אינדיזיין קען מען אויך נישט נוצן. ווי אויך אוצה"ח און סקייפ וכדו'? אויב אזוי האב איך טאקע נישט וואס צו זוכן דארט. דער שלעפעריי פון ווינדאוס, און ווי עס ווערט אלט אזוי שנעל, מאכט מיר נאר אזוי נערוועז אז איך האלט עס נישט אויס
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מיר נוצמיר אויף ווינדאוס WPS וואס האט אויך פאר לינוקס, און פאר מיר איז ער נאך בעסער ווי מייקראסאפט אפיס אין אסאך זאכן (בעיקר אין ספרעדשיעטס.) סקייפ איז דא פאר לינוקס. אבער אדאובי און אוצה"ח העסטו טאקע נישט האבן...

סאו ווי Waukesha זאגט, עס איז נישט געמאכט פאר דער נארמאלע מענטש...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

כ'ווייס נישט וואסערע קאמפיוטער דו האסט, אבער אויב האסטו נישט קיין SSD פרוביר אריינצולייגן אזאנס און זע צי ס'איז נאך שטייט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

קוקט אויס ווי אין די נאנטע צוקנופט וועסטו קענען אויספרובירען לינוקס און זען טאמער עס קען ארבייטען פאר דיר.

https://www.theverge.com/2020/5/19/2126 ... l-features

בקיצור, ווינֿדאוס האט שוין פון לאנג לינוקס אריינגעבויעט אין זיך דורך די Windows Subsystem for Linux אדער WSL אין קורץ. עס האט נאר געקענט האבן א קאממענד ליין אין אידיש בלויז לויפן כעין דאס פראגרעמס נאר מיט קאממענדס, ווי עס שיינט, פלאנען זיי צוצלייגען אויך א GUI, אדער א גרעפיקעל יוזער אינטערפעיס, אין אידש מען זאל קענען לויפן געהעריגע פראגרעמס. די יעצטיגע WSL ארבייט מיט אובונטא, איך גלייב אז די GUI וועט אויך ארבייטען מיט אובונטא.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: א ווינדאוס באנוצער וואס וויל אריבער גיין קיין Linux

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

וויי איז פאר די וועלט ווען איך בין גאר דער נארמאלע מענטש. מיין אייגענע מאמע האט מיר קיינמאל נישט באשולדיגט מיט די טיטל.

עכ"פ זאגט מען אז מ'דארף ווארטן אויף די גוטע צייטן, ביזדערוויל זע'מיר היבש אונטערשטעליג און פארצייטיש.

ייש"כ!
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
חברה_מאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 13, 2018 2:13 pm
לאקאציע: In the NOC

Re: א ווינדאוס באנוצער וואס וויל אריבער גיין קיין Linux

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברה_מאן »

איישישאק האט געשריבן:וויי איז פאר די וועלט ווען איך בין גאר דער נארמאלע מענטש. מיין אייגענע מאמע האט מיר קיינמאל נישט באשולדיגט מיט די טיטל.

עכ"פ זאגט מען אז מ'דארף ווארטן אויף די גוטע צייטן, ביזדערוויל זע'מיר היבש אונטערשטעליג און פארצייטיש.

ייש"כ!

מאן יימר אז דו מוזט זיך מוטשענען מיט Ubuntu ווייל דיין פאנקיוטער ארבעט שטייט? ס'איז דא אסאך אנדערע solutions, אפילו דו ביזט נישט גרייט צו ספענדן יעצט געלט פאר א נייע PC קענסטו אויסלעשן געוויסע background services/tasks אדער אינסטאלירן א SSD, RAM וכד' אדער (פאר א וויץ) קענסטו אינסטאלירן XP ס'איז אסאך מער lightweight
A Computer without a "good Antivirus", is like walking in the dark without a reflector..!
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”