דיונים ועיונים בפרשת מקץ (שבת חנוכה)

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

קוק דא אין פרקי דרבי אליעזר

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=206
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מיין מיינונג האט געשריבן:ווען איז זי געגאנגען קיין מצרים און ווי איז די מקור


און מדרש שטייט אז א מלאך האט איר גענומען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מיין מיינונג
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 6:24 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין מיינונג »

סאיז מיר באמת א פלא ווייל אלע ספרים זענען פארנומען אז די גאנצע נסיון פון יוסף איז געווען אז ער האט געזען אז סדארף ארויסקומען דורות פון איר און אים צוזאמען און למעשה האט ער חתונה געהאט מיט איר טאכטער אבער לפי מש״כ לעיל אז זי האט נישט געקענט האבן קינדער און אסנת איז געווען בת דינה וואס איז געווען די נסיון (נישט פארגעסן מ׳רעדט פון יוסף הצדיק אחד מהי״ב שבטי קה
יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג - איך זאג מיין מיינונג
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

א הערליך ווארט לכבוד שבת חנוכה פון דברי יואל ח"ב

טבוח טבח והכן, אין והכן אלא שבת וכו', די אנדערע גמרא טול גיד הנשה בפניהם לכאורה וויאזוי לערנט מען ארויס ביידע זאכן.
און אויסער דעם איז שווער פארוואס האט מען געדארפט ארויסנעמען גיד הנשה דוקא בפניהם פארוואס האט נישט יעדער געקענט ארויסנעמען אליין לא מיבעיא למ"ד אין בגידין בנותן טעם נאר אפילו לויט די אנדערע שיטות איז דאך אויך דא ס' קעגן די גיד
(די גמרא לערנט ארויס פון דא אז גיד הנשה נאסר לבני נח, תוס פרעגט אפשר איז עס נאר א חומרא אזוי ווי שחיטה)

באקאנט די חקירה וויזאזוי האבן די אבות געהאלטן שבת און מצרים אויב זיי האבן געהאלטן אז זיי האבן א דין בן נח לכאורה גוי ששבת חייב מיתה
באקאנט די פרשת דרכים אז יוסף האט געהאלטן מען האט א דין בני נח און וועגן דעם האט ער געהאלטן אז מען טאר נישט עסן קיין מפרכסת, קומט דאך אויס לויט דעם אז אויב איז אויסגעמישט מפרכסת פלייש מיט כשר'ע פלייש איז אויב האט מען א דין בני נח טאר מען עס נישט אויסקלויבן, ווייל עס איז בורר, משא"כ אויב האט מען א דין ישראל איז עסמותר באכילה איז עס נישט קיין בורר, קומט אויס אז יוסף האט אויסגעמישט פאר שבת פלייש וואס איז מפרכסת און בורר געווען שבת במילא האט ער מה נפשך גיט געטון, אויב האט ער א דין ישראל האט ער דאך גארנישט געטון משא"כ אויב האט ער א דין בן נח האט ער בורר געווען.

און יוסף האט געהייסן דא אנגרייטן אויף שבת אין והכן אלא שבת, האט ער געהייסן ארויסנעמען די גיד הנשה פאר שבת ווייל אום שבת איז דאך בורר במילא שטימט ביידע לימודים, אז ער האט געהייסן טול גיד הנשה בפניהם, במילא זעט מען פון דא אין והכן אלא שבת, ווייל אויב נישט שבת וואלט מען עס געקענט ארויסנעמען בשעת'ן עסן און עס וואלט זיך נישט אויסגעפעלט ארויסצונעמען פארד דעם.
(באקאנט אויף א חומרא בעלמא גייט נישט אן קיין בורר עי' בשו"ת מהר"ם שיק במילא מוז מען זאגן אז גיד הנשה איז אסור מדינא ווייל אויב איז עס נאר א חומרא וואלט דאך עס געווען מותר ארויסצונעמען שבת ווייל עס איז נאר א חומרא)
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מען קען קלערען צו אין בגידין בנותן טעם לפי דער רשב"א מיינט עס אז עס האט א טעם קלוש צו דאס איז בטל פאר בני נח
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

בטל ווערט עס אבער זיכער ווייל די ירך האט דאך ס' קעגן די גיד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ריכטיג
אבער מיין שאלה איז לגבי בני נח דלית בהו דין ביטול ברוב
אדער מיינסטו צו זאגען אז בעוצם מיעוטו איז דאס א מציאות'דיגע התבטלות וואס קען זיין אז ביי בני נח ארבעט עס אויך...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יתכן, גאנץ פיין, דאס איז מוכרח אז א בן נח איז נישט דא קיין דין ביטול ברוב?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

באשכול אחר כתבתי:

ויאמר פרעה אל עבדיו הנמצא כזה איש אשר רוח אלוקים בו, זאגט רש"י: הנמצא כזה, אם נלך ונבקשנו הנמצא כמוהו.

דהיינו לאפוקי פון ווי מ'טייטשט געווענליך - און דא טייטשט מען אויך אזוי, נישט כאפענדיג כוונת רש"י - הנמצא 'צו דען געפינט זיך', נאר די טייטש איז הנמצא 'צו וועלן מיר געפינען' דהיינו אז די נו"ן איז דער נו"ן פון א פעולת רבים, 'מיר', [שו"ר באבן עזרא אז ער שמועסט אויס ביידע וועגן].

וטעמא בעי פארוואס וויל רש"י משנה זיין מברוב מקומות [ווי די פסוק וואס דער שפתי חכמים ברענגט 'הנהיה כדבר הגדול הזה או הנשמע כמוהו'].

וחשבתי ע"ד אפשר דאיש אשר רוח אלוקים בו איננו פלא גדול כ"כ שיהא מוחלט מצד עצמו שאיננו מצוי בעולם עוד איש כזה, רק דאם נלך ונבקש לא נמצא כזה, אבל לא שמציאות זו - דאיש אשר רוח אלוקים בו - הוא מושלל בעצם, לכן לא שייך לומר רק ע"י חשבון, שנלך ונבקש ולא ימצא.

משא"כ שמיעת קול אלוקים מתוך האש הרי הוא דבר הכי מפורסם, ואם איתא שקרה דבר כזה לאומה אחרת בודאי הי' נשמע, בזה שפיר שייך לומר דלא נהי'.

------------------

און אז מ'רעדט שוין איז דא נאך א אינטערעסאנטע רש"י די וואך [דער רמב"ן רירט צו די נקודה].

וירכב אותו במרכבת המשנה, זאגט רש"י: השני' למרכבתו המהלכת אצל שלו, איז לכאורה משמע מדבריו אז משנה איז נישט טייטש אין חשיבות, נאר במציאות איז ער געווען די צווייטע מרכבה נעבן פרעה'ס [הגם אין תוכן איז עס די זעלבע].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

שאינו יודע האט געשריבן:יתכן, גאנץ פיין, דאס איז מוכרח אז א בן נח איז נישט דא קיין דין ביטול ברוב?

עס איז א גאנצער נידון וועגען דעם
די פשטות איז אז דער דין פון אחרי רבים להטות פאסט נאר ביי אידען וואס זענען נצטוה געווארען דערין
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 3&pgnum=27
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

מיין מיינונג האט געשריבן: (נישט פארגעסן מ׳רעדט פון יוסף הצדיק אחד מהי״ב שבטי קה

קוקטס וואס מרן האר''י החי שרייבט אויף יוסף [כ'על ברענגן די לשון] דע לך כי יוסף נאחז הוא לבדו בבחי' יסוד דז''א ולכן כשראה יעקב ליוסף בבחי' יסוד דז'א היה אוהבו הרבה יותר מכל אחיו, להיתו גדלה מעלתו מכל שאר בניו וכו' אולי באלאנגט עס און אשכול viewtopic.php?f=54&t=5513
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

מה שעלה ברעיוני בשעת קריאת התורה בקרא ויזכור יוסף את החלומות אשר חלם וגו' ויאמר אליהם מרגלים אתם לראות את ערות הארץ באתם, ויאמרו אליו לא אדני עבדיך באו לשבור בר וכו', ולכאו' למה תלה שהם מרגלים ומהו ענין מרגלים ומה היה הויכוח בכאן, ואפשר לומר דהנה איתא בזוהר חדש דף לד על מזמור לדוד הוי' מי יגור באהליך מי ישכון בהר קדשיך וגו' הולך תמים וכו' ופועל צדק אמר רבי יהודה בר יוסי אלין עשרה כנגד עשרת הדברות [וע' שם עוד ובמכות כד מבואר דהם אחד עשרה ואיכמ''ל] ומבואר שם דלא רגל על לשונו הוא כנגד לא תענה ברעך עד שקר עיי''ש, ועי' בזוה''ק פרשת יתרו דכל עשרת הדברות הם חמש והוה חד לקבל חד ואיכמ''ל ומבואר שם דלא תענה הוא כנגד זכור את יום השבת לקדשו, והנה השבת הוא כנגד מדת היסוד כידוע דכל ברכאן דעילא ותתא ביומא שביעאה תליין וע' בזוה''ק יתרו דף צב. זכור את יום השבת לקדשו דא איהו רזא דברית קדישא, וע' בזוהר חדש פרשת תולדות [בסופו] ת''ח לקבל אינון שבעה זכאין פקיד קב''ה באורייתיה לקרבא קרבן מוסף [פי' שיש ז' מוספין בשנה ג' רגלים שבת ר''ח יוה''כ ובר''ה] ומבואר שם דמוסף דשבת הוא כנגד יסוד עיי''ש בשבתא לקבל צדיק יסוד עולם דאקרי כל ואקרי שבת וכו' עיי''ש, וע''ע שם בתחלת פרשת תולדות ומבואר שם דשבת הוא יסוד [ואם יקשה לך שראית בהרבה ספ''הק ששבת הוא בחי' מלכות מבואר הרבה בספרי מרן האר''י החי אם תרצה בקיצור ע' בטעמי המצוות למרן בפרשת קדושים במצו' את שבתותי תשמרו בסוד שני שבתים יסוד ומלכות ואיכמ''ל והדברים עתיקים],
ונמצא דשבת הוא יומא דיוסף ולא תענה הוא פגם ביוסף וכן לא "רגל" על לשונו הוה פגם ביוסף , ועי' בספר הליקוטים למרן בפסוק אלה תולדות והנה השבטים פגמו ביסוד העליון וגנבו יוסף ומכרו אותו וכו' עיי''ש [ובאמת שהם חשדו שהוא פגם שהביא דבתם רעה ויתבאר לפי מש''כ לעיל ותמצא נחת שרגל על לשונו הוה פגם ביסוד] [ועי' עוד בשער המצות במצוות מילה דרוש השני הקטע שמתחיל ועתה נבאר ענין גניבת יוסף ב''פ גנב גנבתי ואגב יתבאר הגנב והגזלן וכו' שיש ב' בחינות המגולה והמכוסה וכאשר אחי יוסף גנבוהו גרמו שהערלה התלבש ביסוד וע''כ יונקת הערלה מן אורות החסדים שהם בגי' יוסף כי מצרים נקרא ערות הארץ והיא ערלת היסוד וכו'],
ואפשר שזהו ביאר מקראי קדש ויאמר להם מרגלים אתם שרמז להם בחי' פגם ביסוד את ערות הארץ באתם לראות דהיינו כנ''ל שע''י הפגם יונק מצרים שהוא ערות הארץ מיסוד העליון, והם אמרו לא אדני באו לשבר אכל והוא ענין התיקון ואין לי כח להאריך עוד
ואפשר שזהו ענין חנוכה עד שתכלה "רגל" מן השוק, ועי' בשעה''כ שיש לכוין שילוב הוי' אהי' במילוי גי' רגל וכו' וע''כ אסור להשתמש לאורה ואפשר דהכוונה כנ''ל [וע' בדברי חיים על חנוכה בד''ה נר חנוכה בשמאל וחי' שמועיל תשובה ויש לתקן מה שא''א לתקן בכל השנה עיי''ש ואפשר כנ''ל] ויש להאריך כ'האב שוין נישט קיין כח
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

msp האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:יתכן, גאנץ פיין, דאס איז מוכרח אז א בן נח איז נישט דא קיין דין ביטול ברוב?

עס איז א גאנצער נידון וועגען דעם
די פשטות איז אז דער דין פון אחרי רבים להטות פאסט נאר ביי אידען וואס זענען נצטוה געווארען דערין
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 3&pgnum=27



אחרי רבים להטות און ביטול ברוב איז צוויי אנדערע זאכן
רוב דעות געדענק איך אויך עפעס אז עס איז נישט דא ביי קיין גוי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז מיר שווער געווארן ביים לערנען חו"ר פארווואס ווען יוסף האט פותר חלום געווען האט ער געזאגט ביי די פרות רעות און די שבלים צנומות זאגט ער אז עס איז אייין זאך און די פסוק ענדיגט "יהיו שבע שני רעב" און ביי די זאטע יארן שטייט נישט אזוי נאר אז די צוויי חלומות זענען איינס און עס שטייט נישט "יהיו שבע שני שבע"


שו"ר און דעת זקנים אז יוסף האט געזאגט יהיו שני רעב איז געווען א תפלה ווייל לעולם וואלט געדארפט זיין42 הונגער יארן, 14 פאר די צוויי חלומות און 14 פארן דערציילן די חלום פאר יוסף און 14 וועגן יוסף האט עס איבערגעזאגט אבער יוסף האט מתפלל געווען אז עס זאל זיין נאר זיבן און ווען יעקב איז געקומען האט ער אראפגענומען נאך 5 און פאר די 40 יאר וואס עס האט געפעלט איז געקומען שפעטער און ירמי' שטייט אז מצרים איז 40 יאר געווען שממה
לויט דעם איז שוין פארענטפערט די לשון פון יהיו שבע שני רעב
לכאורה איז אבער שווער אז לפי זה וואלט די זאטע יארן אויך געדארפט זיין 42 וצ"ע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

שאינו יודע האט געשריבן:
msp האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:יתכן, גאנץ פיין, דאס איז מוכרח אז א בן נח איז נישט דא קיין דין ביטול ברוב?

עס איז א גאנצער נידון וועגען דעם
די פשטות איז אז דער דין פון אחרי רבים להטות פאסט נאר ביי אידען וואס זענען נצטוה געווארען דערין
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 3&pgnum=27



אחרי רבים להטות און ביטול ברוב איז צוויי אנדערע זאכן
רוב דעות געדענק איך אויך עפעס אז עס איז נישט דא ביי קיין גוי


ס'איז נישט פשוט אז בטול ברוב איז נישט מטעם הלך אחר הרוב, וידועים דברי שו"ת הרי"ד סי' א'.
אבל לעצם הענין, שטייט דער ספק לגבי ביטול ברוב אין פמ"ג יו"ד סי' סב במשב"ז סק"א, ועוד.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

שאינו יודע האט געשריבן:עס איז מיר שווער געווארן ביים לערנען חו"ר פארווואס ווען יוסף האט פותר חלום געווען האט ער געזאגט ביי די פרות רעות און די שבלים צנומות זאגט ער אז עס איז אייין זאך און די פסוק ענדיגט "יהיו שבע שני רעב" און ביי די זאטע יארן שטייט נישט אזוי נאר אז די צוויי חלומות זענען איינס און עס שטייט נישט "יהיו שבע שני שבע"


שו"ר און דעת זקנים אז יוסף האט געזאגט יהיו שני רעב איז געווען א תפלה ווייל לעולם וואלט געדארפט זיין42 הונגער יארן, 14 פאר די צוויי חלומות און 14 פארן דערציילן די חלום פאר יוסף און 14 וועגן יוסף האט עס איבערגעזאגט אבער יוסף האט מתפלל געווען אז עס זאל זיין נאר זיבן און ווען יעקב איז געקומען האט ער אראפגענומען נאך 5 און פאר די 40 יאר וואס עס האט געפעלט איז געקומען שפעטער און ירמי' שטייט אז מצרים איז 40 יאר געווען שממה
לויט דעם איז שוין פארענטפערט די לשון פון יהיו שבע שני רעב
לכאורה איז אבער שווער אז לפי זה וואלט די זאטע יארן אויך געדארפט זיין 42 וצ"ע


דער עצם דרש שטייט שוין אין רש"י (יחזקאל כט) וילקוט שמעוני שם, ומרומז בתיב"ע (פ' ויחי עה"פ וימלאו לו ארבעים יום).
ואה"נ ס'וואלט לכאורה געדארפט זיין 42 שנות שבע, נאר דאס גופא איז געווען דער שטראף וואס יחזקאל איז דארט מנבא, אז ס'וועט ווערן א ממלכה שפלה ולא תתנשא עוד. וואלט ווען געווען נאכאמאל שנות שבע וואלט דאך געשעהן פארקערט, כבימי יוסף.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

שאינו יודע האט געשריבן:עס איז מיר שווער געווארן ביים לערנען חו"ר פארווואס ווען יוסף האט פותר חלום געווען האט ער געזאגט ביי די פרות רעות און די שבלים צנומות זאגט ער אז עס איז אייין זאך און די פסוק ענדיגט "יהיו שבע שני רעב" און ביי די זאטע יארן שטייט נישט אזוי נאר אז די צוויי חלומות זענען איינס און עס שטייט נישט "יהיו שבע שני שבע"

דער רמב"ן זאגט אז וויבאלד א שובע אין מצרים איז נישט געווען קיין חידוש כי הוא כגן ה', ממילא האט ער קודם דערמאנט די פתרון הרעב, און אויך [צ"ע אם הוא בהמשך להנ"ל או נקודה נוספת] ווייל דאס איז געווען די עיקר תועלת פונעם חלום כי האלוקים ברחמים הראה לפרעה הרעב להחיות לפליטה גדולה.

ומהאי טעמא - זאגט דער רמב"ן - שטייט שפעטער ותחילנה שבע שני הרעב לבוא כאשר אמר יוסף, ווייל ערשט ביי די הונגער יאהרן האט זיך דערקענט אמיתת דברי יוסף, ווייל דאס איז געווען א חידוש אין מצרים כנ"ל.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

gamyuchad האט געשריבן:אסנת בת דינה ושכם. נתגדלה בבית פוטיפר, אשת פוטיפר לא היתה יכולה לילד.
כמו במשיח בן דוד כן הדבר במשיח בן יוסף, ממני יצאו כבושין.


לכאורה במדרש רה איתא שהיתה לה ולד והי' נס שדברה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

עס באדערט מיר א שטיקעל קשי' פון די סדרה, איך קוק ארויס צו הערן פין איינעם א תירוץ אדער א אנווייזונג.

אין פרשת מקץ זעמיר ווי שיין יוסף הצדיק האט פותר חלום געוועהן פאר דעם פרעה, אז עס גייט קומען זיבען זאטע יארן און נאכדעם זיבען הונגער יארען.

איך קוק מיך איהם אין די קומענדיגע סדרה זע איך אז למעשה איז געוועהן זיבען זאטע יארען אין נאר צוויי הונגער יארען. די סיבה ווייסען מיר איז וועגן יעקב אבינו איז געקומען קיין מצרים, אבער למעשה האט זיך די חלום נישט אנטוויקעלט ווי פאראויס געזאגט (בפשטות)

יישר כח למפרע
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאס זאגט דער מהרי"ל דיסקין איז געווען די סיבה פארוואס די חרטומי מצרים האבען נישט פותר געווען ווי יוסף הצדיק
ווייל זיי האבען געזעהן באיצטגנינות אז עס וועט נישט זיין קיין זיבען יאהר הונגער
אבער למעשה האט יא געזאלט זיין זיבען הונגער יאהרען נאר די זכות פון יעקב האט עס דוחה געווכן אויף שפעטער
אזוי כמדומה שרייבט דער רמב"ן אז די רעשט יאהרען איז געקומען שפעטער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

AHA האט געשריבן:עס באדערט מיר א שטיקעל קשי' פון די סדרה, איך קוק ארויס צו הערן פין איינעם א תירוץ אדער א אנווייזונג.

אין פרשת מקץ זעמיר ווי שיין יוסף הצדיק האט פותר חלום געוועהן פאר דעם פרעה, אז עס גייט קומען זיבען זאטע יארן און נאכדעם זיבען הונגער יארען.

איך קוק מיך איהם אין די קומענדיגע סדרה זע איך אז למעשה איז געוועהן זיבען זאטע יארען אין נאר צוויי הונגער יארען. די סיבה ווייסען מיר איז וועגן יעקב אבינו איז געקומען קיין מצרים, אבער למעשה האט זיך די חלום נישט אנטוויקעלט ווי פאראויס געזאגט (בפשטות)

יישר כח למפרע

עיין מזרחי בראשית מ"ז:
ולחם אין בכל הארץ חוזר לענין ראשון. שהיא השנה הראשונה לשני הרעב, לא לשנה השלישית שהיא אחר השנתים שעברו מהרעב כבי המובן ממקומו, שהרי בב"ר אמרו בהדיא "א"ר יוסי בר חנינא שתי שנים נעשה רעב כיון שירד יעקב למצרים כלה הרעב" ואין לחשוד את יוסף בפתרונו מפני שלא אמר יוסף בפתרונו שהרעב יהי' בארץ מצרים לבדה כמו בשבע שני השבע כי בשבע שני השבע אמר שבע גדול בכל ארץ מצרים, ובשבע שני הרעב אמר וקמו שבע שני רעב אחריהן ולא אמר במצרים, ואחריו כתיב ויהי רעב בכל הארצות ובכל ארץ מצרים, ובראותם שהרעב הי' בכל השבע שנים בשאר הארצות ובארץ מצרים לבדה הוקל מעת בא יעקב למצרים ידעו הכל שמפני ברכת הנביא היה זה וכ"ש בראותם את נילוס שעלה לקראתו שבזה נתפרסם לכל כי ברכת השם באה לרגלי הנביא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

עס איז מיר זייער שווער געווארן די חשבון פון די שבטים, ווען מ'האט זיי נאכגעלאפן ביים ארויסגיין פון מצרים אז זיי האבן געגנב'עט די בעכער, האבן די שבטים געזאגט; וואס? די בעכער? אונז?! (נאך מיט א ריזן קל וחומר..) קען-נישט-זיין!! ''אשר ימצא אתו מעבדיך ומת!'' ---

איין מינוט... שכל'דיג, פארוואס זאל נישט קענען זיין אז די בעכער ליגט ביי ענק אין זאק? האסט דאך שוין געזעהן פאריגעס מאל אז זיי פאקן אריין אין ענקער זאק אומגעוואונטשענע אביעקטן אן זיך צו שואל עצה זיין מיט ענק! טא ווי נעמט זיך די קאנפעדענץ ''נאפס! נישט אין אונזער זאק! זוך וויפיל דו ווילסט!''

(די רבינו בחיי קוועטש אביסל אבער די קשיא איז דזשאמבאו...)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”