זייטיגע נאטיץ
פארוואס דאס ווערט אנגערופן מעשי רציחה? (רש"י כי עיף אנכי) ווען נמרוד האט געהאט אן היסטאריע פון א מאסן מערדער, דער איז געווען מחיוב מיתה לכל הדעות?
זייטיגע נאטיץ
אינטערסאנט וואו נמרוד איז געשטארבן אין דעם זעלבן טאג ווי אברהם, דאס דערמאנט אונז א גמרא פון חגיגה דף ה עמוד ב פון ר' יהושע בן חנני' וואס האט האט געזאגט פאר זיין פטירה אז מען זאל נישט זיין באזארגט נאך זיין פטירה ווער עס וועט קעמפטן אקעגן די אפיקורסם ווייל עס שטייט אין פסוק נסעה ונלכה ואלכה לנגך (שוה בשוה)
עס איז שווער א הארבע קשיא, דער קלייד איז דאך געווען געאייגנט פאר אדם הראשון, אדם הראשון איז געווען גרויס (הויעך) מסוף העולם ועד סופו, נאכן חטא עץ הדעת האט דער אויבערשטער אים געמאכט קליין צו נאר הונדערט אמה [גמרא חגיגה י"ב עמוד א] נאכן זינד שטייט דער אויבערשטער האט אים געמאכט דעם קלייד. דאס מיינט דער קלייד איז געווען צוגעפאסט פאר א צוויי הונדערט פיסיגער מענטש. דאן וויאזוי האט עס נמרוד מיט עשו געקאנט אנטון??
צו וועט מען זאגן אז דאס איז געווען אזויווי דער קרוין פון די מלכי ישראל וואס האט זיך צוגעפאסט צו דער לובש? אבער דארט שטייט אויך אז ביי די נישט ערליכע מלכי ישראל האט דאס נישט פארסירט, דאן דא ביי א רשע ווי נמרוד/עשו ווי האט דאס געקאנט פארסירן א נס?
זייטיגע נאטיץ
אפשר אזוי קען מען פארשטיין פארוואס רבקה האט געהייסן אנטון פאר יעקב דעם בגדי חמדות ווייל עפעס א העכערקייט האט דער קלייד פארמאגט
עס איז דאך געווען פסח די משפחה האט געוואוסט אז עס איז דא געלעגנהייט א יצחק וועט וועלן בענטשן, עשו האט טאקע געציטערט אז יעקב מיט רבקה וועלן באמערקן, דער קלייד איז דאך געווען אין רבקה'ס הויז, און אויב וואלט ער אריין געקומען עס נעמען, וואלט געקאנט זיין א חשד אז דער גייט מקיים זיין כי ציד בפיו, אלזא האט ער עס נישט גענומען, און ער האט באצאלט א טייערער פרייז דערפאר זיך צו צולאנג אויפהאלטן אין פעלד און ער האט דאס פארפאסט מיט א מינוט צוויי.
נאך יצחק אבינו פטירה האט יעקב געזאגט אז עס איז נישט ראוי פאר עשו צו האבן אזא הייליג קלייד, און דאס מאל האט ער עס דערווישט און באגראבן אין זאמד און אזוי איז דער קלייד באהאלטן פון אונז עד היום הזה.