לקוטים וענינים - פרשת ואתחנן - נחמו נחמו עמי...

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מיין ברודער האט חתונה געהאט י"א אב דאכטזיך עס איז געווען תשנ"ד
האב איך געזאגט א פאר ווערטער ביי די סעודת החתונה
מען זאגט הרי את מקודשת לי כדת משה וישראל
תוס' שרייבט שוין אז דער לשון איז ווייל כל המקדש אדעתא דרבנן מקדש
אבער לפי שה וואלט גענוג געווען צו זאגען כדת משה
פארוואס זאגט מען כדת משה וישראל
עס איז פארהאן אנ'אינטערעסאנטע דעת זקנים אויף רב לך אל תוסף דבר אלי עוד
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=63
דו ווילסט מיר מתיר נדר זיין זאגט הקב"ה צו משה
דו קענסט דיר מתיר נדר זיין ווייל רב לך
אבער איך דאגט דער באשעפער קען מיר נישט מתיר נדר זיין ווייל אין לי רב עלי
די קשיא איז אבער פון א אפענע גמרא אין ברכות דף ל"ב ע"א
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =37952&st=%u05D5%u05D9%u05D7%u05DC%20%u05DE%u05E9%u05D4
ויחל משה את פני ה' רבא אמר עד שהפר לו נדרו
און רש"י איז מסביר אז משה רבינו האט מתיר נדר געווען דעם רבש"ע פון זיין דיבור "ואכלם"
איז דאך משה רבינו יא ביכולת מתיר נדר זיין דעם רבש"ע
נאך א הערה איז דער לשון הגמרא הנ"ל שהפר לו נדרו
און די הלכה איז דאך אז לשון הפרה גייט נאר ביי בין אב לבתו און בין איש לאשתו
אבער ביי חכם גייט נישט אהן לשון הפרה נאר לשון התרה דייקא
ובאמת דער מסורת הש"ס איז מגיה שהתיר אנשטאט שהפר
אויף די השתוקקות פון משה רבינו אריין צו גיין קיין אר"י איז דא אנ'אינטערעסאנטע גמרא אין סוטה דף י"ד ע"א
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =37960&st=%u05DC%u05D0%u05DB%u05D5%u05DC%20%u05DE%u05E4%u05E8%u05D9%u05D4%20%u05D4%u05D5%u05D0%20%u05E6%u05E8%u05D9%u05DA
פעידזש 630
האט משה רבינו געוואלט אריינגיין קיין אר"י לאכול מפריה ולשבוע מטובה?
נאר אוודאי כך אמר משה הרבה מצוות נצטוו ישראל ואין מתקיימין אלא בא"י אכנס אני לארץ כדי שיתקיימו כולן על ידי
האט דער אייבערשטער געזאגט: כלום אתה מבקש אלא לקבל שכר, מעלה אני עליך כאילו עשיתם
איז דאך פלאי פלאים ובאמת מהרש"א כבר העיר בזה האט דען משה רבינו געדינט דעם באשעפער על מנת לקבל פרס?
נאר קען זיין בהקדם א מדרש תהילים
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =14295&st=%u05ea%u05e4%u05dc%u05d4+%u05dc%u05de%u05e9%u05d4+%u05d0%u05d9%u05e9
פעידזש 511
למה נקרא שמו איש הא-לוקים, מה האיש הזה אם מבקש להפיר נדר אשתו מפיר, אם מבקש לקיים מקיים,
שנאמר אישה יקימנו ואישה יפירנו,
כביכול הקב"ה, אמר לו משה: קומה ה', שובה ה'
קומט דאך אויס אז משה רבינו האט טאקע געהאט א כח ווי כביכול א מאן צו א ווייב
ובספה"ק ווערט דאס אהנגערופען בעלה דמטרוניתא
און נאך שרייבען די ספרים אז יעדער צדיק האט דער כח, אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא
לפי זה איז גוט די גירסא אין גמ' ברכות עד שהפר לו נדרו ווייל טאקע דער לשון דייקא האט משה רבינו געקענט נוצען
און א כלל ידוע איז אז הפרה גייט דווקא אהן ביי דברים וואס עס איז מפסיד דעם מאן
און ביי מעשה העגל איז דאס געווען דער לך רד, רד מגדולתך האט ער געהאט א טענה אז ער פארלירט זיין שררה
וועגען דעם זאגט די גמ' סוטה האט משה רבינו געמוזט טענה'ן
אז ער האט א פארלוסט פון נישט קענען מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ
אז ער וועט האבען שאדען דער שכר המצוות כדי ער זאל קענען מפיר זיין
זאגט דער באשעפער מעלה אני עליך אזוי ווי האסט געטוהן ממילא וועסטו באקומען דער שכר
איז שוין נישט קיין מצב פון בינו לבינה
בלייבט נאך דער אופן פון התרת חכם אויף דעם זאגט דער דעת זקנים רב לך
התרת חכם דארף זיין דארך א גרעסערע חכם
ביים באשעפער איז דאס נישט שייך....
און ווי מען פריערט געזאגט איז דאס לאו דוקא ביי משה רבינו
נאר יעדער צדיק שבכל דור ודור האט דער כח
אזוי ווי ביי רבה בר בר חנה וואס האט געהערט עכשיו שנשבעתי מי מפיר לי
און זיינע חברים האבען געזאגט הוה לך למימר מופר לך
איז דאס דער רמז ביי א חתונה א חתן איז דאך א ריינע צדיק
מוחלין לו עוונותיו
איז זאגט מען אים געדענק אויסנוצען די געלעגענהייט
ווען דו ביזט מקדש א פרוי איז מען דיר מוחל כל העוונות
ממילא האסטו א געוואלדיגע כח היינט מפיר צו זיין שבועת הגלות
כדת משה וישראל אזוי ווי עס איז געווען ביי משה מיט די אידען וואס ער האט מפיר געווען די שבועה פון ואכלם...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

די פאזל קלאפט הערליך אבער די פאנטש ליין פון רבב"ח און ווייטער פארשטיי איך נישט
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ס'איז א גמרא אין בבא בתרא דף ע"ד ע"א
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =37965&st=%u05D0%u05D5%u05D9%20%u05DC%u05D9%20%u05E9%u05E0%u05E9%u05D1%u05E2%u05EA%u05D9
רבה בר בר חנה דערציילט אז ער איז געווען אויף א פלאץ ווי ער האט געהערט א בת קול
אוי לי שנשבעתי ועכשיו שנשבעתי מי מפיר לי
און זיינע חברים האבען געזאגט האסט געזאלט זאגען מופר לך
נוצען זיי לשון הפרה
מוז דאך זיין אז יעדער צדיק קען דאס טוהן אזוי ווי משה רבינו איש הא-לוקים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

געוואלדיג.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טאקע געוואלדיג, אז מען לערענט קען מען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

הערליך אויסגעלייגט זייער מסודר'דיג און שיין.
דער דרוש כולו ממתקים וכולו מחמדים.

יה"ר גם להלאה.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

היינט איז מיר איינגעפאלען א ווארט
באוויסט דער מדרש אם אעברה נא, בטל סלח נא
וכבר נשתברו קולמוסים
קען זיין אזוי
מהרי"ל דיסקין זאגט אויף דעם פסוק רב לך אל תוסף דבר אלי עוד בדבר הזה
ע"פ דער מדרש אז משה רבינו האט געהאלטען ביי כביכול אויף צווינגען הקב"ה צו טוהן כמצות התורה
ווייל משה רבינו האט געטענה'ט אהבתי את אדוני - דעם באשעפער, את אשתי - די תורה, ואת בני - כלל ישראל, לא אצא חפשי
האט השי"ת געזאגט אל תוסף דבר אלי עוד בדבר הזה
ווייל חז"ל דרשנען ואם אמור יאמר העבד - עד שיאמר וישנה
קומט אויס אז דער עבד צו בלייבען ביים אדון דארף ער זאגען צוויי מאהל
האט דער אייבערשטער געזאגט ביזט גערעכט אבער זאג עס נישט צוויי מאהל....
בפשטות איז דאס אבער תלוי צו דיברה תורה בלשון בני אדם
אויב מען האלט דברה תורה כלשון בנ"א איז נישטא קיין מקום מדייק צו זיין פון טאפעלטע לשונות
האט משה געקענט נאך אלץ טענה'ן אז למ"ד דברה תורה כלשון בנ"א האט ער א גערעכטע טענה אז לא אצא חפשי
אבער ביי חטא העגל האט משה רבינו געטענה'ט האסט דאך נאר געזאגט אנכי ה' א-לוקך בלשון יחיד
וכי להם אמרת? נאר צו מיר האסטו געזאגט, און אזוי ארום האט ער מליץ יושר געווען פאר כלל ישראל
נאר וואס? לכאורה דאס שטימט נאר אויב מען האלט אז לא דברה תורה כלשון בני אדם
ווייל דרך בני אדם איז צו זאגען אויף א גרויסע עולם מענטשען בלשון יחיד
איז דערפאר זאגט השי"ת צו משה: אם אעברה נא, בטל סלח נא....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
גרינבערג
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2012 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינבערג »

הפלא ופלא ופלאי פלאים
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

זייער שיין
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ישר כח א שיינער ווארט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

ש'כח פאר די שיין טייטש.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

msp האט געשריבן:מיין ברודער האט חתונה געהאט י"א אב דאכטזיך עס איז געווען תשנ"ד
האב איך געזאגט א פאר ווערטער ביי די סעודת החתונה

הפלא ולפלא! על כגון דא אמרי ז"ל, גדול המלבין שיניים...
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: לקוטים וענינים - פרשת ואתחנן - נחמו נחמו עמי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

שיין
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: לקוטים וענינים - פרשת ואתחנן - נחמו נחמו עמי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ווען משיח וועט קומען וועט אויך זיין קבלת התורה
שבת נחמו ליינט מען די עשרת הדברות, און שבועות ליינט מען אויך די עשרת הדברות, ווייל אום שבועות האט דער אויבערשטער געגעבן די תורה פאר די אידן, אזוי אויך ווען משיח צדקנו וועט קומען וועט מען אויך געבן די תורה אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק תורה חדשה מאתי תצא (און דער אויבערשטער וועט לערנען תורה מיט אידן) וועגן דעם ליינט מען די עשרת הדברות שבת נחמו.
(קדושת לוי)

נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם (הפטרה): מיר האבן געזינדיגט, און דער בית המקדש איז חרוב געווארן, אבער "נחמו" מיר טרייסטן זיך מיט דעם אז "עמי", מיר זענען נאך אלץ די אייבערשטערנ'ס פאלק, און אויב מיר פירן זיך ווי אן עם ה', זאגט דער פסוק ווייטער "יאמר" וועט דער אייבערשטער זאגן, "אלוקיכם" איך בין אייער גאט.
(תורת אבות - סלאנים)


נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם כי מלאה צבאה
איז שווער וואס מיינט כי מלאה צבאה – אז די הערשאפט וועט פיל ווערן? נאר עס שטייט אין די גמרא אז פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן איז פארמינערט געווארן די פמליא של מעלה. פארוואס? ווייל די מדרש זאגט פון ווען די בית המקדש איז חרוב געווארן זיצט דער אייבישטער און שווייגט אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ישב בדד וידום. און די חכמים זאגן אז יעדע ווארט וואס דער אייבישטער רעדט ארויס ווערט באשאפן מלאכים. און וויבאלד דער אייבישטער רעדט נישט ווערט נישט באשאפן קיין מלאכים.

מיט דעם טרייסט די נביא נחמו נחמו עמי אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין יאמר אלקיכם דער אייבישטער וועט רעדן ממילא וועט ווערן מלאה צבאה פיל מיט מלאכים. זאל דער אייבישטער העלפן אז די פמליא של מעלה זאל שוין גרויס ווערן און מען זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימא בב"א.
(פנינים יקרים)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”