א ווארט אויף די פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת ויחי

איך האב אמאל געהערט א הערליכע חשבון פון הגה''ק
ר' יענקעלע מ'פשעווארסק בשם ר' שמשון אוסטראפאלער,ס'איז
מיר זייער געפאלן. און כ'האף דער עולם זאל הנאה האבן.

האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים.
בקש יעקב לגלות את הקץ, ונסתלקה ממנו שכינה. (רש''י)

מיר ווייסן דאך אז איינע פון די סיבות פארוואס די שבטים זענען געגאנגען אין גלות איז ווייל מהאט פארקויפט יוסף.
בשעת די מכירה, האבן די שבטים געמאכט א חרם אז קיינער טאר נישט זאגן פאר יעקב. ראובן איז נישט דארט געווען, און בנימין איז נישט דארט געווען. זענען זיי נאר געווען ניין, האבן זיי מצרף געווען די שכינה.
זיי האבן גענוצט דעם שם א-ה-י'.

יעקב האט געוויסט וועלכע שם זיי האבן געניצט, אבער ער האט נישט געוויסט אז זיי האבן מצרף געווען די שכינה. האט ער געזאגט פאר די שבטים אז זיי גייען זיין אין גלות -אקעגן יעדער וואס איז געווען אין די חרם- איין און צוואנציג יאר, כמנין א-ה-י'. קומט אויס 9x21 =189!
דאס זאגט רש''י 'בקש יעקב לגלות את הק''ץ'. ער האט געוואלט מגלה זיין אז אין די 190'סטע יאר כמנין ק''ץ וועט מען ארויסגיין, אבער 'ונסתלקה ממנו שכינה'. ער האט נישט אריינגערעכנט די שכינה.
אויף דעם זאגט דער מדרש, אז די שבטים האבן אים געזאגט ''שמע ישראל... ה' אחד''. מיר האבן מצרף געווען די שכינה מיט אונז, ממילא איז נישט 190 די ריכטיגע צייט.

משה רבינו האט געוויסט אז די שבטים האבן מיטגערעכנט די שכינה, אבער ער האט געמיינט אז מ'האט פארקויפט יוסף מיטן שם הוי''ה. קומט אויס פאר יעדן איינעם כמנין הוי''ה, איז עס צווי הונדערט און זעכציג (10X26=260)
און ווען דער אייבירשטער האט אים געזאגט נאך 210 יאר אז מדארף אויסלייזן די יודן, האט משה רבינו זיך געווינדערט, וויל לפי' חשבונו האט מען נאכנישט געדארפט ווערן אויסגעלייזט.

זאגט די תורה, ''וירא ה' כי ס''ר לראות'' דער אייבירשטער האט געזען אז משה רעכנט ס''ר (בגימ' 260). ויאמר, א-ה-י' אשר א-ה-י'. מ'האט גענוצט דעם שם, און צעהן מאל איין און צוואנציג איז 210, ממילא איז שוין געקומען די צייט זיי אויסצולייזן.

זאל הקב''ה זיך שוין מרחם זיין אויף אונז, און אונז אויסלייזן מתוך רחמים וחסדים!
א גוט שבת
5 מאל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 1:15 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 5 מאל »

הערליך שיין! ישר כח
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

הערליך! א גרויסן שכח.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

5 מאל האט געשריבן:הערליך שיין! ישר כח

יישר 10 מאל

דאקטער רפאל האט געשריבן:הערליך! א גרויסן שכח.

שכח פאר די געז (טראצדעם וואס סאיז יעצט טייער)
5 מאל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 1:15 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 5 מאל »

א נייניקל האט געשריבן:
5 מאל האט געשריבן:הערליך שיין! ישר כח

יישר 10 מאל

האהא! :grin:
האמיר זיך איינגעשריבן פאר די וועכנטליכע נאוטיפקאציעס.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פרשת ויחי PDF

(פאר ווער עס פרינט נישט די שרייבער)
אטעטשמענטס
פרשת ויחי.pdf
(73.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 66 מאל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א נייניקל האט געשריבן:פרשת וישב

ואיך אעשה הרעה הגדולה הזאת וחטאתי לאלקים

לכאורה איז שווער, פארוואס האט יוסף געזאגט 'הרעה הגדולה'. א קליינע עבירה וויל ער דען יא טון?
און פארוואס האט ער געזאגט 'וחטאתי' בלשון עבר, ער דארף ווען זאגן ואחטא, אויב גיי איך עס טון, וועל איך זינדיגן?
ענטפערט דער הייליגער ישמח משה! זי, די אשת פוטיפר. האט גע'טענה'ט פאר יוסף, אז ער איז א צדיק האט ער שוין מקיים געווען אלע מצוות חוץ די מצוה פון תשובה, ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט געזינדיגט. האט זי אים אן עצה, ער זאל יעצט עובר זיין, וועט ער קענען תשובה טון.
האט יוסף איר געזאגט. 'ואיך אעשה הרעה הגדולה' אויב וויל איך זינדיגן, דארף עס נישט זיין אזא ''גרויסע עבירה'', איך קען יוצא זיין אויך מיט א קליינע עבירה'לע. און גראדע, כדי צו מקיים זיין די מצוה פון תשובה, 'וחטאתי לאלקים' האב איך שוין אמאל געזינדיגט!

רחמנא אדכר לן זכותי' דיוסף צדיקא

א פרייליכן שבת

דעי ווארט ברענגט דער הייליגער ייטב לב בשם זיין פאטער רבי אלעזר ניסן וכבר קדמו בחנוכת התורה
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א נייניקל האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:גאר א גוט ווארט יישר כח ווי שטייט עס?

שכח פאר די חיזוק.
עס שטייט אין בנין דוד פון אוהלער רב ז''ל

דער פאטער פונעם ווייטצענער רב
דביה תחדי נפשא
ס'הערטצעך
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 9:35 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'הערטצעך »

א נייניקל האט געשריבן:
פרשת ויחי

איך האב אמאל געהערט א הערליכע חשבון פון הגה''ק
ר' יענקעלע מ'פשעווארסק בשם ר' שמשון אוסטראפאלער,ס'איז
מיר זייער געפאלן. און כ'האף דער עולם זאל הנאה האבן.

האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים.
בקש יעקב לגלות את הקץ, ונסתלקה ממנו שכינה. (רש''י)

מיר ווייסן דאך אז איינע פון די סיבות פארוואס די שבטים זענען געגאנגען אין גלות איז ווייל מהאט פארקויפט יוסף.
בשעת די מכירה, האבן די שבטים געמאכט א חרם אז קיינער טאר נישט זאגן פאר יעקב. ראובן איז נישט דארט געווען, און בנימין איז נישט דארט געווען. זענען זיי נאר געווען ניין, האבן זיי מצרף געווען די שכינה.
זיי האבן גענוצט דעם שם א-ה-י'.

יעקב האט געוויסט וועלכע שם זיי האבן געניצט, אבער ער האט נישט געוויסט אז זיי האבן מצרף געווען די שכינה. האט ער געזאגט פאר די שבטים אז זיי גייען זיין אין גלות -אקעגן יעדער וואס איז געווען אין די חרם- איין און צוואנציג יאר, כמנין א-ה-י'. קומט אויס 9x21 =189!
דאס זאגט רש''י 'בקש יעקב לגלות את הק''ץ'. ער האט געוואלט מגלה זיין אז אין די 190'סטע יאר כמנין ק''ץ וועט מען ארויסגיין, אבער 'ונסתלקה ממנו שכינה'. ער האט נישט אריינגערעכנט די שכינה.
אויף דעם זאגט דער מדרש, אז די שבטים האבן אים געזאגט ''שמע ישראל... ה' אחד''. מיר האבן מצרף געווען די שכינה מיט אונז, ממילא איז נישט 190 די ריכטיגע צייט.

משה רבינו האט געוויסט אז די שבטים האבן מיטגערעכנט די שכינה, אבער ער האט געמיינט אז מ'האט פארקויפט יוסף מיטן שם הוי''ה. קומט אויס פאר יעדן איינעם כמנין הוי''ה, איז עס צווי הונדערט און זעכציג (10X26=260)
און ווען דער אייבירשטער האט אים געזאגט נאך 210 יאר אז מדארף אויסלייזן די יודן, האט משה רבינו זיך געווינדערט, וויל לפי' חשבונו האט מען נאכנישט געדארפט ווערן אויסגעלייזט.

זאגט די תורה, ''וירא ה' כי ס''ר לראות'' דער אייבירשטער האט געזען אז משה רעכנט ס''ר (בגימ' 260). ויאמר, א-ה-י' אשר א-ה-י'. מ'האט גענוצט דעם שם, און צעהן מאל איין און צוואנציג איז 210, ממילא איז שוין געקומען די צייט זיי אויסצולייזן.

זאל הקב''ה זיך שוין מרחם זיין אויף אונז, און אונז אויסלייזן מתוך רחמים וחסדים!
א גוט שבת

זייער א שיין ווארט!!

קיפ אפ וויקלי..!!
פלאנירט איר סייוי צו אפלייען פאר איינע פון די פאלגענדע קארטלעך?
זיי אזוי גוט, און ניץ מיין לינק.

~זה נהנה וזה נהנה~

Chase Freedom ~ Chase Ink Business Unlimited/Cash ~ Capital One Spark Business ~ Capital One Quick Silver
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער זייער שיין

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

חמרא טבא האט געשריבן:

Batter later then never
ייש''כ פארן צוצייכענען
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

ס'הערטצעך האט געשריבן:זייער א שיין ווארט!!

קיפ אפ וויקלי..!!

אי''ה
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:זייער זייער שיין

ייש"כ

שכ'ח פאר דיין חיזוק. סמיינט אסאך
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

די חומש שמות ווערט אויך גערופן "ספר השני"

פון חומש העמק דבר
אטעטשמענטס
ספר שני.JPG
ספר שני.JPG (91.64 KiB) געזען 1990 מאל
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

ערבי נחל.JPG
ערבי נחל.JPG (85.85 KiB) געזען 1984 מאל
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת שמות

ויאמר מלך מצרים למילדות העבריות אשר שם האחת שפרה ושם השנית פועה. ויאמר בילדכן... ולא עשו כאשר דבר אליהם מלך מצרים ותחינה את הילדים.

לכאורה פארוואס שטייט נישט אין די ערשטע פסוק וואס פרעה האט זיי געזאגט??
און פארוואס שטייט צוויי מאל ויאמר?

וואס איז די דאפלט לשון אז זיי האבן נישט געטון וואס פרעה האט געהייסן נאר זיי האבן געלאזט לעבן די קינדער. אויב האבן זיי נישט געפאלגט, האבן זיי דאך געלאזט לעבן?

זאגט דער הייליגער ישמח משה א מורא'דיגע דערהער. פרעה האט געוויסט, ווי לאנג די צוויי האבן אידישע נעמען גייען זיי אים נישט פאלגן. האט ער זיי קודם געהייסן זיי זאלן זיך טוישן אויף גויאישע נעמען און נאכדעם וועט ער זיי קענען הייסן הרג'נען די אידישע קינדער.
דאס איז פשט אין פסוק, ''ויאמר מלך מצרים למילדות העבריות'', ער האט זיי קודם געהייסן אז ''אשר שם האחת שפרה....'' זיי זאלן זיך רופן אויף גוי'אישע נעמען. און נאכדעם ''ויאמר בילדכן'', האט ער זיי געהייסן הרג'נען די אידישע קינדער.

זאגט די תורה ''ולא עשו כאשר דבר אליהם מלך מצרים'', זיי האבן זיך נישט געטוישט די נעמען, ממילא ''ותחיין את הילדים''

בזכות נשים צדקניות עתידין ליגאל

א פרייליכן שבת
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

PDF פרשת שמות
(פאר ווער עס פרינט נישט די שרייבער)
אטעטשמענטס
א ווארט אויף די פרשה, שמות.pdf
(70.33 KiB) געווארן דאונלאודעד 62 מאל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

ייש"כ
איך ווארט שוין קוים אויף די דבר תורה
אבער מיר קענען נישט מוותר זיין ס'זאל נישט ארייין גיין אין די רייכע שרייבער אויסגאבע
אפשר ביטע לזיכוי הרבים שיק עס אריין פריער
איך מיין א 'איינס' וועט מסכים זיין מיט מיר
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש''כ פאר די שיין ווארט - עס איז א הייליג ווארט

די ווארט ווערט שוין אויך געברענגט פין די הייליגע בני יששכר אין זיין הייליגן ספר מעין גנים אויף די יעב"ץ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זייער א שיין ווארט.

אז דו האסט שוין דערמאנט די פסוק איז כדי נאכצוזאגן א ווארט פון הגאון ר' שמואל רוזובסקי זצ"ל די פאנעוויטשע ראש ישיבה, אז רש"י ברענגט דאך פארוואס מ'האט זיי גערופן מיט די נעמען, שפרה - שמשפרת את הולד און פועה ווייל שפועה ומדברת והוגה לוולד, כדרך הנשים לפייס תינוק הבוכה. פרעגט, ר' שמואל האט דען די תורה נישט געטראפן א בעסערע שבח מיט וואס אויסצולויבן די צוויי צדקניות, נאר דעס אז זיי פלעגן זיך מטפל זיין מיט די קינדער? כ'מיין אז מ'קען פאר יוכבד און מרים טרעפן עפעס בעסערס פון דעם, ניין?

נאר וואס דען? די תורה לערנט אונז אז דאס גופא איז די גרעסטע שבח וואס מ'קען געבן פאר א פרוי, די ארבעט וואס א פרוי טוט מיטן זיך אפגעבן מיט די קינדער, שיין מאכן דאס קינד, דאס איז די גרעסטע זאך פון פרוי.

א אידישע מאמע וואס געבט זיך אפ מיט די קינדער, געט צו עסן, ליגט זיי שלאפן, באדט די קינדער, וכו' איז נישט דא עפעס שענערס פון דעם.

ס'כדי נאכצוזאגן אין שטוב, לאטס מיר וויסן צו ס'ארבעט...
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

א נייניקל האט געשריבן:
פרשת שמות

ויאמר מלך מצרים למילדות העבריות אשר שם האחת שפרה ושם השנית פועה. ויאמר בילדכן... ולא עשו כאשר דבר אליהם מלך מצרים ותחינה את הילדים.

לכאורה פארוואס שטייט נישט אין די ערשטע פסוק וואס פרעה האט זיי געזאגט??
און פארוואס שטייט צוויי מאל ויאמר?

וואס איז די דאפלט לשון אז זיי האבן נישט געטון וואס פרעה האט געהייסן נאר זיי האבן געלאזט לעבן די קינדער. אויב האבן זיי נישט געפאלגט, האבן זיי דאך געלאזט לעבן?

זאגט דער הייליגער ישמח משה א מורא'דיגע דערהער. פרעה האט געוויסט, ווי לאנג די צוויי האבן אידישע נעמען גייען זיי אים נישט פאלגן. האט ער זיי קודם געהייסן זיי זאלן זיך טוישן אויף גויאישע נעמען און נאכדעם וועט ער זיי קענען הייסן הרג'נען די אידישע קינדער.
דאס איז פשט אין פסוק, ''ויאמר מלך מצרים למילדות העבריות'', ער האט זיי קודם געהייסן אז ''אשר שם האחת שפרה....'' זיי זאלן זיך רופן אויף גוי'אישע נעמען. און נאכדעם ''ויאמר בילדכן'', האט ער זיי געהייסן הרג'נען די אידישע קינדער.

זאגט די תורה ''ולא עשו כאשר דבר אליהם מלך מצרים'', זיי האבן זיך נישט געטוישט די נעמען, ממילא ''ותחיין את הילדים''

בזכות נשים צדקניות עתידין ליגאל

א פרייליכן שבת

ווי איז דער ישמח משה איך זעה עס נישט.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מומחה יוחס האט געשריבן:ייש''כ פאר די שיין ווארט - עס איז א הייליג ווארט

די ווארט ווערט שוין אויך געברענגט פין די הייליגע בני יששכר אין זיין הייליגן ספר מעין גנים אויף די יעב"ץ

וואס הייסט אויף די יעב״ץ? בשם דער יעב״ץ?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חמרא טבא האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ייש''כ פאר די שיין ווארט - עס איז א הייליג ווארט

די ווארט ווערט שוין אויך געברענגט פין די הייליגע בני יששכר אין זיין הייליגן ספר מעין גנים אויף די יעב"ץ

וואס הייסט אויף די יעב״ץ? בשם דער יעב״ץ?

מעין גנים איז א פירוש אויפן ספר 'אור החיים' פון החסיד ר' יוסף יעבץ.
https://hebrewbooks.org/4742
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת וארא

וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל אשר מצרים מעבידים אותם, ואזכור את בריתי

און די גמרא (ברכות) ווערט געברענגט א מחלוקת, פארוואס יסורים מאכט ריין דעם מענטש פון עבירות.
ר' יוחנן, מאכט א ק''ו פון שן ועין, שן ועין איז נאר איין אבר און עבד יוצא בהן לחירות, כ''ש יסורים וואס איז אויף די גאנצע גוף, גייט דער מענטש זיכער ארויס לחירות.
און ריש לקיש לערנט, א ג''ש, עס שטייט ברית ביי מלח, און ס'שטייט ברית ביי יסורים, פונקט ווי זאלץ מאכט זיס די פלייש, אזוי אויך יסורים זענען ממתק דעם מענטש.
וואו גייט זיין א חילוק למעשה לויט די צוויי, אויב די יסורים קומט פון א פרעמדן מענטש. לויט ר''י גייט עס נישט מוחק זיין די עבירות, ווייל פונקט ווי שן ועין, קען זיין נאר פונעם בעה''ב, און נישט א פרעמדן. די זעלבע איז ביי יסורים.
משא''כ לויט ר''ל. פונקט ווי זאלץ, נישט קיין חילוק ווער עס לייגט עס, ווערט די פלייש זיס, די זעלבע ביי יסורים ווערט דער מענטש ריין, נישט קיין חילוק פון וועם עס קומט.

דאס זאגט דער פסוק ''וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל אשר 'מצרים' מעבידים אותם''. די צרות קומען פון די מצריים, און לויט ר'י טוט עס נישט אויף, ווייל די יסורים זענען דורך א פרעמדן. זאגט דער אייבירשטער ''ואזכור את בריתי'', איך דערמאן זיך פונעם דרש פון 'ברית' פון ר''ל, ממילא זענען זיי שוין ממותק געווארן, דארף מען זיי שוין אויסלייזן

יראו עינינו.... בישועת ה' בקרוב
א גוט שבת
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”