א ווארט אויף די פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

א נייניקל האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
ערעב איד האט געשריבן:זייער שיינע אשכול, אפשר וואלט געווען א געדאנק פון שרייבען די פרשה אנהייב תגובה אז פאר דעי - אזוי ווי מיר - וואס קומען אן די פערדע וואך זאלן גלייך קענען גיין צו דעי וואך.
בכל אופן זייער שיינע געדאנקען

אזוי אויך מ'זאל עס לייכט קענען טרעפן קומענדיגס יאר.

נישט קיין פראבלעם! די עיקר איז דאך מהנה צו זיין אידישע קינדער
נעקסטע יאר האף איך אי"ה צו לייגן נייע ווערטער

;l;p- וועט זיין א גרעסער אויסוואל.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת חיי שרה

נתתי כסף השדה, קח ממני.

שטייט דא די גאנצע שטאט אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר די רביצן שרה, אימיטן שטייען אברהם אבינו מיט עפרון, און פארהאנדלען איבערן פעלד. און אברהם בעט זיך ביי עפרון צו נעמען דאס געלט!
איז מוראדיג שווער,וואס האט אזוי געברענט פאר אברהם צו באצאלן? עפרון וויל עס דאך געבן בחינם?!

ענטפערט דער בנין אריאל. עס איז באקאנט די גמרא, ווען א מענטש גיבט א מתנה גיבט ער עס בעין יפה. און אויב ס'איז געווען אינעם פעלד א בוים אדער א גרוב, גיבט ער עס אויך אוועק. משא''כ ווען ער פארקויפט א פעלד, בעין רעה הוא נותן. ווייל געווענליך פארקויפט ער עס ווייל ער איז געדריקט אין געלט, ממילא פארקויפט עס דאס ווייניגסע וואס איז שייך.

עפרון זאגט דא פאר אברהם; השדה לך נתתי'. מיינט דאס די גאנצע פעלד, מיט אלעס ווואס געפינט זיך דארט. נאכדעם זאגט ער איבער 'והמערה אשר בו לך נתתיה'. פארוואס דארף ער עס איבערזאגן? נאר ער האט געזאגט פאר אברהם "לעיני בני עמי נתתיה לך" נאר אין פארנט פון די מענטשן דא וואס קענען נישט די הלכה געב איך עס פאר דיר,אבער די פארשטייסט פארוואס איך זאג עס עקסטער.

זאגט די תורה 'וישמע' אברהם לעפרון, ער האט דערהערט וואס עפרון זאגט, און האט אים באצאלט ארבע מאות שקל

בברכת שבתא טבא
לעצט פארראכטן דורך א נייניקל אום דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 7:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בנין אריאל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

אוראייניקל האט געשריבן:בנין אריאל

ייש''כ. פאראכטן
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

שכח הרב נייניקל.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת תולדות

ויברך אותו.. ויאמר האתה זה בני.. ויברכהו ויאמר..

פארוואס האט יצחק געבענטשט יעקב, און נאכדעם געפרעגט ווער ער איז?
און פארוואס האט ער אים נאכאמאל געבענטשט?

עס שטייט אין גמרא אז אויב מזאגט פאר איינעם אז זיין טאטע איז ל''ע אוועק און ער רייסט קריעה, נאכדעם ווערט ער געוואר אז ס'איז זיין זון דארף ער איבעררייסן קריעהווייל ער האט נישט געריסן אויף די ריכטיגע מענטש. משא''כ ווען מזאגט אים אז א קרוב איז אים ל''ע אוועק און ער מיינט אז ס'איז זיין טאטע, און ער ווערט געוואר אז ס'איז זיין זון, דארף ער נישט רייסן נאכאמאל, ווייל ער האט נאר געריסן מספק.
מיר זעען אויך ביי א מענטש ווואס האט מפריש געווען אן אשם תלוי, און למעשה ווערט ער געוואר אז ער האט נישט געזינדיגט האלטן די חכמים אז די קרבן בלייבט הייליג אפי' מ'האט עס נאר מפריש געווען מספק.
און אפי' ר' מאיר וואס קריגט אויף די חכמים, איז אויך מודה ווען ער איז מפריש צוויי -אז אויב גייט איינס פארלוירן ווערן זאל ער האבן די צווייטע- אז דעמאלטס זענען ביידע הייליג, ווייל ער ווייזט אז ער וויל מקריב זיין דעם קרבן סיי ווי.
זעען מיר פון דא, אז ווען א מענטש טוט עפעס אפי' מספק, מיינט ער דאס וואס ער טוט.

דאס האט יצחק געוואלט ווייזן, זאגט דער חנוכת התורה (היינט די יארצייט). ער האט געבענטש יעקב, און נאכדעם געפרעגט ווער ער איז, ווייל די ברכה איז חל נישט קיין חילוק ווער ער איז. און כדי יעקב זאל זיין געבענטשט אפי לויט ר' מאיר'ס שיטה, האט ער אים איבערגעבענטשט נאכאמאל, ווייל דעמאלטס איז ר'מאיר אויך מודה אז ווען ער טוט עס איבער איז ער נישט אין קיין ספק.

זאלן מיר זיין געבענטשט!!!
א גוט שבת, און א פרייליכן חודש
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ייש"כ ר' א ניניניניקל, הנאה געהאט פון דיין ווארט אינעם 'שרייבער' מאגזין, יישר כוח!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ייש"כ ר' א ניניניניקל, הנאה געהאט פון דיין ווארט אינעם 'שרייבער' מאגזין, יישר כוח!

וואו!! א קאמפלימענט פון דיר??? smells me :wink:
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ייש"כ ר' א ניניניניקל, הנאה געהאט פון דיין ווארט אינעם 'שרייבער' מאגזין, יישר כוח!

גא"מ
איבערגעזאגט ביים שבת טיש
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת ויצא

ועיני לאה רכות
שהיו אומרים... גדולה לגדול.. כסבורה שתעלה בגורלה של עשיו (רש''י)

ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן,אז ס'איז שוין אמאל געווען די זעלבע שמועס. ווען תרח האט געהאט זיינע צוויי זון אברם און הרן, און נחור האט געהאט צוויי טעכטער, מלכה און יסכה (שרי). דעמאלטס האט יעדער געזאגט 'גדולה לגדול, וקטנה לקטן, אברם פאר מלכה, און הרן פאר שרי!
פארוואס טרעפן מיר נישט אז שרי האט געוויינט אז זי גייט נישט חתונה האבן מיטן צדיק הדור?
נאך איז שווער, רש''י זאגט דארט, פארוואס האט זי געהייסן יסכה, 'שסוכה ברוח הקודש, ושהכל סוכין ביפי'. פארוואס שרייבט עס נישט רש''י מיט דבר אחר, אלס אן עקסטערן פשט?

נאר סקען זיין, זאגט דער עדות ביהוסף. אז איינס פארענפערט די צווייטע. וווייל באמת וואלט שרה אויך געוויינט חתונה צו האבן מיט אברהם. נאר זי האט געזען ברוה''ק אז זי גייט חתונה האבן מיט אים, האט זי נישט געדארפט וויינען!

דאס זאגט רש''י 'שסוכה ברוח הקודש' האט זי געוויסט אז זי גייט זיין אברהמס ווייב, וועגן דעם איז ''הכל סוכין ביפי'' ווייל זי האט נישט געדארפט וויינען איז זי געבליבן מיט איר שיינקייט!

זאלן מיר אייביג זיין פרייליך!!!

א פרייליכן שבת
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

Rak Tov האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ייש"כ ר' א ניניניניקל, הנאה געהאט פון דיין ווארט אינעם 'שרייבער' מאגזין, יישר כוח!

גא"מ
איבערגעזאגט ביים שבת טיש

יעצט באמערקט!
א גרויסן שכ''ח פארן זאגן
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

שיין שיין
ייש"כ פאר יעדע ווארט, כמעט אלע מאל זאג איך עס איבער ביים שבת טיש
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

סופרים שטיבל האט געשריבן:שיין שיין
ייש"כ פאר יעדע ווארט, כמעט אלע מאל זאג איך עס איבער ביים שבת טיש

;l;p-
10 q
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

א יישר כח א נייניקל! גאר שיין געזאגט!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרישע קוגל האט געשריבן:א יישר כח א נייניקל! גאר שיין געזאגט!

סשמעקט מיר אז די ליינסט מיינע ווערק
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת וישלח

וישלח יעקב מלאכים...לאדני לעשיו...עם לבן גרתי!
מלאכים ממש... עם לבן גרתי ותרי''ג מצוות שמרתי (רש''י)

יעקב אבינו שיקט שלוחים צו עשיו אים מרצה צו זיין, קען ער דאך שיקן פשוטע מענטשן, פארוואס האט ער געדארפט מטריח זיין מלאכים?
ביי זיך אינדערהיים האט יעקב געקענט זאגן פאר די מלאכים 'כה תאמרון לעשיו' פארוואס האט ער געדארפט זאגן לאדוני?

וואס איז די איבריגע 'ל' פון לאדוני לעשיו, עס דארף שטיין לאדוני עשו?
און וואס האט יעקב געפילט פאר וויכטיג צו לאזן עשיו וויסן אז ער האט אפגעהיטן די תרי''ג מצוות?
עס שטייט אין מדרש 'ויהי לי שור וחמור' זה יוסף ומשיח, און די פסוק ענדיגט למצוא חן בעיניך, וויאזוי וויל ער האבן חן ביי עשיו דורך דעם?

זאגט דער זיידע דער הייליגער רבי ר' אלימלך. יעקב אבינו האט געוויסט אז די וויכטיגסע זאך יעצט וואס ער דארף איז תפילות, אבער ער האט נישט געוואלט אז די מקטריגים זאלן שטערן, האט ער געשיקט ''מלאכים ממש" זאלן רעדן צו עשיו, און בדרך רמז בעטן פאר אים ביים באשעפער.
האט ער זיי געזאגט, ''כה תאמרון לאדוני'' עטס זאלטס זאגן פאר הקב''ה אבער עס זאל אויסזעהן 'לעשיו' ווי זיי רעדן צו עשיו!
'עם לבן גרתי', פאר עשיו זאגט, 'לא נעשתי שר', און פארן באשעפער, 'תרי''ג מצוות שמרתי'!
'ויהי לי שור וחמור' פאר עשיו זאל עס מיינען פשוט פשט, און ביים באשעפער מעורר זיין די זכות פון יוסף און משיח!

זאל דער בוכ''ע מקבל זיין אונזערע אלע בקשות לרחמים!
א פרייליכן שבת
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

בערך אויף דעם בחינה פון הרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז זי"ע יארצייט די וואך י"ט כסלו

עס איז באקאנט אז דער הייליגער רבי ר' ברוכ'ל מעזשיבוזש'ער זי"ע פלעג אפט שמועסן מיט די נאענטע, און פאר סתם מענטשן האט אויסגעזעהן אז דאס זענען פשוטע דיבורים. האט אמאל ר' ברוכ'ל געטייטשט: "ויברך דויד את ה' לעיני כל הקהל ויאמר דויד" אז באמת איז געווען ויברך דויד את ה', אבער לעיני כל הקהל, האט אויס געקוקט אז ויאמר דויד, ווי ער זאגט סתם דיבורים.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת וישב

ואיך אעשה הרעה הגדולה הזאת וחטאתי לאלקים

לכאורה איז שווער, פארוואס האט יוסף געזאגט 'הרעה הגדולה'. א קליינע עבירה וויל ער דען יא טון?
און פארוואס האט ער געזאגט 'וחטאתי' בלשון עבר, ער דארף ווען זאגן ואחטא, אויב גיי איך עס טון, וועל איך זינדיגן?
ענטפערט דער הייליגער ישמח משה! זי, די אשת פוטיפר. האט גע'טענה'ט פאר יוסף, אז ער איז א צדיק האט ער שוין מקיים געווען אלע מצוות חוץ די מצוה פון תשובה, ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט געזינדיגט. האט זי אים אן עצה, ער זאל יעצט עובר זיין, וועט ער קענען תשובה טון.
האט יוסף איר געזאגט. 'ואיך אעשה הרעה הגדולה' אויב וויל איך זינדיגן, דארף עס נישט זיין אזא ''גרויסע עבירה'', איך קען יוצא זיין אויך מיט א קליינע עבירה'לע. און גראדע, כדי צו מקיים זיין די מצוה פון תשובה, 'וחטאתי לאלקים' האב איך שוין אמאל געזינדיגט!

רחמנא אדכר לן זכותי' דיוסף צדיקא

א פרייליכן שבת
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת מקץ

בלעדי אלקים יענה את שלום פרעה
יתן עניה בפי לשלום פרעה (רש''י)

לכאורה לייגט רש''י גארנישט צו, צום פירוש הפסוק.

און וואס וויל רש''י דרוקן מיט די ווארט 'בפי', אוודאי אין מויל?

דער הייליגער בית יוסף האט אמאל געהאלטן אינמיטן לערנען און עס איז אים שווער געווארן א מורא'דיגע קשיא, און ער האט זיך זייער געמוטשעט ביז ער איז אויפגעקומען מיט א הערליכן תירוץ.
איז ער געגאנגען צו איינעם זאגן זיין חידוש. ער האט אנגעהויבן פרעגן די קשיא, און יענער האט גלייך געענטפערט דעם תירוץ אויף וואס דער ב"י האט זיך אזוי לאנג געפלאגט, עס האט אים זייער וויי געטאן, אז ער האט זיך אזוי לאנג געדארפט מוטשען, און יענעם איז עס גלייך איינגעפאלן.
ביז מהאט אים מגלה געווען פון הימל. אז באמת איז דאס זיין חידוש, נאר ביז יעצט איז עס געווען אויבן אין הימל, מ'האט עס נאר געדארפט אראפברענגען, און איינמאל דער ב"י האט עס מגלה געווען...קען מען עס משיג זיין אויף דער וועלט.

מיט דעם ענטפערט דער בנין דוד. אז דער רשע פרעה, האט נישט געוואלט אז יוסף זאל ווערן משנה למלך, האט ער געטראכט, אז ער וועט פארציילן דעם חלום פאר יוסף, און ער זאל אראפברענגען דעם פתרון במחשבה, און די חרטומים וועלן עס משיג זיין נאך פאר יוסף וועט עס זאגן, און יוסף וועט מען צוריקשיקן אין תפיסה.

אויף דעם האט יוסף געזאגט; 'אלוקים יענה'. זאגט רש''י, יתן עניה "בפי", די פתרון וועט דער אייבירשטער שיקן גלייך אין מיין מויל, און נישט במחשבה, וועלן די חרטומים עס נישט קענען משיג זיין

א פרייליכן חנוכה.
און א גוט שבת
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

גאר א גוט ווארט יישר כח ווי שטייט עס?
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:גאר א גוט ווארט יישר כח ווי שטייט עס?

שכח פאר די חיזוק.
עס שטייט אין בנין דוד פון ווייצענער רב ז''ל
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

PDF פרשת מקץ
אטעטשמענטס
פרשת מקץ.pdf
(118.12 KiB) געווארן דאונלאודעד 61 מאל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

Rak Tov האט געשריבן:PDF פרשת מקץ

ייש''כ. אתה באמת רק טוב
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת ויגש

והנה עניכם רואות... כי פי המדבר אליכם
....כך אין שנאה בליבי עליכם.. .בלה''ק (רש''י)

לכאורה וויאזוי האבן די שבטים געזען מיט די אויגן אז ער האט זיי מער נישט פיינט?
און וואס איז די ראי' אז ער רעדט לשה''ק, אז ער איז מיט זיי בשלום?

מ'געפינט אין די גמרא א מחלוקת, צו יוסף האט גוט געטון מיטן ארויסשיקן די מצריים ווען ער האט געזאגט אני יוסף.
איינער האלט אז ער האט גוט געטון, און האט נישט געדארפט מורא האבן אז זיי האבן אים נאך פיינט, ווייל ער האט שוין נישט געהאט קיין שנאה אויף זיי, און כמים פנים לפנים. האבן זיי אים שוין נישט פיינט.
און איינער האלט אז ער האט נישט געדארפט ארויסשיקן די מצריים, ווייל אפשר האלטן נאך די שבטים אז ס'קומט אים מיתה, און ווען זיי וועלן הערן אז ער איז יוסף, וועלן זיי אים הרג'נען.
לויט דעם פארוואס האט יוסף ארויסגעשיקט יעדעם?! נאר ווייל 'מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן של אש, ואל ילבין פני חבירו ברבים', און כדי זיי נישט צו פארשעמען איז ער געווען גרייט זיך מסכן צו זיין.

אבער באמת האט יוסף געהאט נאך א ברירה, ער האט געקענט דארט לאזן די מצריים, און רעדן אין לשון קודש, און די מצריים וועלן נישט פארשטיין. וועט ער נישט פארשעמען די ברודער.

דאס איז פשט. זאגט דער בנין אריאל! יוסף זאגט פאר די ברודער. ''והנה עיניכם רואות'' איר זעהט אז כהאב יעדן ארויסגעשיקט. איז א סימן אז 'כך אין שנאה בליבי'. איי, אפשר האב איך עס געטון ווייל איך וויל ענק נישט פארשעמען?! אבער ''כי פי המדבר אליכם- בלשה"ק''. איך וואלט געקענט רעדן לשון קודש, כדי אייך נישט צו פארשעמען. מוז זיין אז איך האב ענק מער נישט פיינט!

א גוט שבת
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

א נייניקל האט געשריבן:
פרשת ויגש

והנה עניכם רואות... כי פי המדבר אליכם
....כך אין שנאה בליבי עליכם.. .בלה''ק (רש''י)

לכאורה וויאזוי האבן די שבטים געזען מיט די אויגן אז ער האט זיי מער נישט פיינט?
און וואס איז די ראי' אז ער רעדט לשה''ק, אז ער איז מיט זיי בשלום?

א גוט שבת

זייער א שיין וארט.
איין קליינע הערה דאס וואס יוסף האט גערעדט אויף לשה"ק איז געווען צו ווייזן אז ער איז יעקב אבינו'ס זון
די ראיה אז אין שנאה בליבי עליכם איז געווען אז ער געזאגט בנימין מיט אלע שבטים צוזאמען און אזוי ווי אויף אים האט ער נישט קיין שנאה ווייל ער איז נישט געווען ביי די מכירה אזוי אויף די אנדערע שבטים אויך
ונסיים מעין הפתיחה, אז די ווארט (אפילךו ס'האט א הערה) איז זייער שיין
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”