א ווארט אויף די פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

אמן!
שיין און קלאר מיט די ריכטיכע אידישע ווערטער
שכח
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

טייערע ידידים,
לכבוד שבת שקלים, בכל שנה אתה זוקף את ראשן.

נשיאות ראש איז נישט טייטש מ'הייב זיך אויף דעם קאפ, ס'מיינט דער קאפ זאל ווערן דערהויבן.

האטס א לעכטיגן שבת (מיט א אור פנים)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א נייניקל האט געשריבן:
פרשת ויקהל

ויעשו כל חכם לב בעושי המלאכה

מען דארף פארשטיין, וואס איז די "כל" חכם לב, וואס וויל די תורה מוסיף זיין?
און וואס מיינט "בעושי המלאכה", עס דארף שטיין עושי המלאכה, זיי האבן עפעס געמאכט "אין" די עושי המלאכה?

דער הייליגער קאזניצער מגיד איז מסביר די גמרא אין יומא. ווען דער כה''ג איז אהיימגעגאנגען מוצאי יוה''ק, האט דער עולם אים באגלייט, ווען מ'האט געזען שמעי' ואבטליון איז מען געגאנגען זיי באגלייטן, האט זיך דער כה''ג אפגערעדט פארוואס מ'לאזט אים אפ, און מ'באגלייט זיי, וואס זענען בני גרים. האבן זיי געזאגט "ייתי בני גרי דעבדי עובדא דאהרן".
איז מסביר דער הייליגער קאזניצער מגיד, זיי האבן געזאגט פארן כהן, נאר לכ' אונז-די תנאים-זענען דיינע תפילות געווארן אנגענומען, ווייל דער כהן האט נישט געוויסט וואס אינזין צו האבן, און זיי זענען געשטאנען אינדרויסן, און אינזין געהאט די ריכטיגע כוונות. דאס האבן זיי געזאגט אז מיר טוען די עובדא דאהרן, ווייל מיר ווייסן וואס אינזין צו האבן, און נאר אזוי ווערן דיינע תפילות נתקבל.
דאס, זאגט דער הייליגער תפארת שלמה. איז פשט אין פסוק. עס זענען געווען דא חכמי לב, ערליכע אידן. אבער זיי זענען נישט געווען קיין "עושי המלאכה", זיי האבן נישט געקענט מאכן בידים די אלע כלים, האבן זיי אינזין געהאט די ריכטיגע כוונות, און אזוי האבן די וואס האבן עס געמאכט מיט די הענט געטון ריכטיג

זאגט די תורה ויעשו "כל" חכם לב, אפי דער וואס האט נישט געקענט ארבעטן מיט די הענט. וויאזוי? "בעושי" המלאכה, זיי האבן אינזין געהאט די ריכטיגע כוונות "אין" די וואס האבן געארבעט, אזוי אי געווען א שלימות'דיגע ארבעט

זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צום בנין השלישי בביאה''ג

א פרייליכן שבת

הייליגע ווארט

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת פקודי

כל הזהב העשוי למלכאה....

אינטערעסאנט אנצומערקן, אז אין פ' ויקהל ביים מאכן די משכן און די כלים, שטייט נישט קיין צאל פון די גאלד, זילבער וכו', וויפיל ס'איז געווען פון וואס. נאר הערשט דא און פקודי ווען מ'גרייט זיך צו מאכן די קליידער, שטייט וויפיל פון יעדע זאך ס'איז געווען
קען זיין פשט, ווייל רש''י שרייבט פארגאנגענע וואך אויף "והנשאים הביאו" אז עס שטייט אן א יו''ד ווייל די נשיאים האבן זיך מתעצל געווען צו ברענגען, נאר זיי האבן געזאגט 'וואס ס'וועט פעלן וועלן מיר משלים זיין'.
פארדעם, אין פ' ויקהל האט יעדער געברענגט מה שנדבו רוחו, האט מען נישט געדארפט ציילן וואס ס'איז שוין דא, און וואס ספעלט נאך.
די וואך ווען מ'גייט שוין מאכן בגדים, האט מען קודם געדארפט אויסרעכענען וואס ס'איז דא, און זעהן וואס די נשיאים קענען ברענגען, ממילא שטייט אז מ'האט אויסגערעכנט, און דאן געמאכט די בגדים
חזק חזק ונתחזק, מיט פרישע כוחות אויף ווייטער

א גוט שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א שיין ווארט

איז דאס אייגענס?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:א שיין ווארט

איז דאס אייגענס?

נאופ (ביזדערווייל). איך האב עס געהערט פון מיין חשובע חברותא זז''ג, און איך דענק נישט פון וועם עס שטייט

ס'איז בכל אופן א שיינע געדאנק...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת ויקרא

ויקרא ה' אל משה, וידבר ה' אליו

און א שטאט, האט געוואוינט א גרויסער עושר, ער פלעגט ארויסהעלפן יעדן צובראכענעם איד, מיטן אויסהערן זיין מצב, און מיט א שיינע נתינה געלט.
ווען איינער גייט צו אים, דארף ער נישט זאגן זיין נאמען, נאר ער זאגט, "איך גיי צום עושר" מיט'ן ה''א הידיעה, אבער אויב ס'איז דא מערערע עשירים אין שטאט, מוז מען זאגן זיין נאמען, ווען מ'וויל אים דערמאנען

דאס זאגט דער הייליגער אמרי נועם איז פשט אין פסוק, "ויקרא אל משה" ווען איינער האט געוואלט דערמאנען משה רבינו'ס נאמען. האט ער אים אנגערופן אלס "וידבר ה' אליו" ער איז דער, וואס דער אייבירשטער רעדט צו אים

זאלן מיר אלע זוכה זיין צו גילו השכינה בב''א

א פרייליכן שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

פשיהא אזא שיין ווארט

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

עס שטייט אז דער הייליגער בעש"ט האט ארויסגענומען אלע זיינע רפואות וואס ער פלעגט געבן פון דעם ערשטן פסוק: ויקרא אל משה וגו'.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת צו

ואם האכל יאכל ביום השלישי לא ירצה, המקריב אותו לא יחשב

מיר ווייסן אז די כהנים זענען געווען זייער נזהר מיט זייער עבודה, נו ווי קען זיין אז ס'איז זיי איינגעפאלן א מחשבת פיגול?
און בכלל, פארוואס טאקע האט דער בוכ''ע געמאכט אז א קרבן זאל ווערן פיגול?

נאר באמת דארף מען פארשטיין, פארוואס ווען א מענטש זינדיגט, מעג ער גיין שחט'ן א בהמה. וואס האט די בהמה שלעכטס געטון?
נאר דער באשעפער האט געוואלט ווייזן דערמיט "השתעבדות הפחות לנכבד" די בהמה איז אונטערגעבויגן אונטערן מענטש, ממילא קען דער העכערער אים שחט'ן.
און פון דעם זאל דער חוטא מאכן א ק''ו ווי שטארק ער דארף זיין משובעד צום בוכ''ע, און דורך דעם תשובה טון.

זאגט דער הייליגער ישמח משה. ליבי אומר לי. אז ווען א מענשט האט נישט אינזין געהאט דאס, איז ער נישט צוגעקומען צום תכלית הקרבן, האט דער אייבירשטער אריינגעשיקט א מחשבת פיגול, ווייל ער איז נישט אנגעקומען צו זיין ציל.
דאס איז פשט אין פסוק. "ואם האכל יאכל ביום השלישי" אויב וועט דא זיין א מחשבה פון פיגול, "לא ירצה", ווייסט פארוואס?! ווייל "המקריב אותו, לא יחשב" דער מקריב האט נישט געטראכט וואס ער האט געדארפט.

זאלן מיר שוין זוכה זיין צו מקריב זיין קרבנות מיט די ריכטיגע מחשבה

א פרייליכן פורים, און א גוט שבת

פרשת שמיני

קח לך עגל לחטאת
להודיע שמכפר לו הקב''ה ע''י עגל זה, על מעשה עגל שעשה (רש''י)

וואס וויל רש''י דריקן מיט די ווארט 'להודיע', וועם דארף מען דאס מאכן וויסן?
און וואס זאגט רש''י אז די מעשה העגל ווערט מכופר 'ע''י עגל זה' דוקא, ער דארף זאגן ס''ה, אז דער בוכ''ע האט אים שוין מוחל געווען אויף די מעשה העגל

מיר ווייסן דעם טעם, פארוואס שחט מען א חטאת אויף די זעלבע פלאץ ווי אן עולה, ווייל ווען א איד איז מודה על חטאו, דארף ער מער נישט פארשעמט ווערן, ממילא איז מען מקריב דעם חטאת אויף דעם זעלבן פלאץ ווי די עולה.
משא''כ ביי עבודה זרה, וואו עס איז געווען א חילול ה', איז די בעסטע כפרה, אז ער זאל יא פארשעמט ווערן, און דורך דעם נתכפר ווערן

זאגט דער הייליגער חנוכת התורה, דאס מיינט רש''י צו זאגן. וויבאלד אהרן האט דאך געדארפט א כפרה אויף די מעשה העגל, וואס איז געוען א חילול ה', זאגט רש''י "להודיע" די בעסטע זאך איז, אז מ'זאל עס מאכן וויסן פאר יעדן איינעם, אז דאס קומט וועגן דעם עגל, פארוואס? ווייל 'ע''י עגל זה' דורך די בושה וואס יעדער ווייסט אז דאס איז א קרבן אויפ'ן חטא העגל, דורך דעם וועט ער ווערן מכופר
זאלן מיר שוין האבן די זכי' צו ברענגען די קרבנות על מזבחך לרצון

א גוט שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שבהערליך
ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א נייניקל האט געשריבן:
פרשת צו

ואם האכל יאכל ביום השלישי לא ירצה, המקריב אותו לא יחשב

מיר ווייסן אז די כהנים זענען געווען זייער נזהר מיט זייער עבודה, נו ווי קען זיין אז ס'איז זיי איינגעפאלן א מחשבת פיגול?
און בכלל, פארוואס טאקע האט דער בוכ''ע געמאכט אז א קרבן זאל ווערן פיגול?

נאר באמת דארף מען פארשטיין, פארוואס ווען א מענטש זינדיגט, מעג ער גיין שחט'ן א בהמה. וואס האט די בהמה שלעכטס געטון?
נאר דער באשעפער האט געוואלט ווייזן דערמיט "השתעבדות הפחות לנכבד" די בהמה איז אונטערגעבויגן אונטערן מענטש, ממילא קען דער העכערער אים שחט'ן.
און פון דעם זאל דער חוטא מאכן א ק''ו ווי שטארק ער דארף זיין משובעד צום בוכ''ע, און דורך דעם תשובה טון.

זאגט דער הייליגער ישמח משה. ליבי אומר לי. אז ווען א מענשט האט נישט אינזין געהאט דאס, איז ער נישט צוגעקומען צום תכלית הקרבן, האט דער אייבירשטער אריינגעשיקט א מחשבת פיגול, ווייל ער איז נישט אנגעקומען צו זיין ציל.
דאס איז פשט אין פסוק. "ואם האכל יאכל ביום השלישי" אויב וועט דא זיין א מחשבה פון פיגול, "לא ירצה", ווייסט פארוואס?! ווייל "המקריב אותו, לא יחשב" דער מקריב האט נישט געטראכט וואס ער האט געדארפט.

זאלן מיר שוין זוכה זיין צו מקריב זיין קרבנות מיט די ריכטיגע מחשבה

א פרייליכן פורים, און א גוט שבת

פארגעסן צו באדאנקן פאר לעצטע וואך אויך

כ'האב עס געזעהן פרייטאג שושן פורים, נאר כ'בין געוועהן שרעקליך מיד האב איך פארגעסן צו ענטפערן
אז ס'איז א שיין ווארט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:
א נייניקל האט געשריבן:
פרשת צו

פארגעסן צו באדאנקן פאר לעצטע וואך אויך

כ'האב עס געזעהן פרייטאג שושן פורים, נאר כ'בין געוועהן שרעקליך מיד האב איך פארגעסן צו ענטפערן
אז ס'איז א שיין ווארט

ייש''כ, עס גיבט באמת כוח אנצוגיין ווייטער.
זייער שיין פון דיר פארן אריינקומען יעדע וואך עקסטער
אוועטאר
וואסינייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 9:45 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסינייעס »

א נייניקל האט געשריבן:ייש''כ, עס גיבט באמת כוח אנצוגיין ווייטער.
זייער שיין פון דיר פארן אריינקומען יעדע וואך עקסטער

גא"מ
די גרעסטע הצלחה אין לעבן איז נישט קיינמאל צו פאלן, נאר זיך הייבן יעדעס מאל פון דאסניי
מלעבט נאר 1 מאהל, אבער אויב לעבט מען עס ריכטיג איז איינמאל גענוג
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת תזריע

אדם כי יהי' בעור בשרו.....

אינטערעסאנט אנצומערקן, שפעטער אין פסוק ט' שטייט, נגע צרעת כי תהי' באדם, והובא אל הכהן. דא שטייט קודם דער מענטש און הערשט נאכדעם די נגע, און דארט ווערט קודם דערמאנט די נגע.
און נאך איז אנדערש, ווייל דא זאגט די תורה "והובא אל אהרן הכהן", און דארט איז גענוג "ובא אל הכהן"

שטייט אין ספר "אמרי שפר" פון ר' שלמה קלוגער, ס'איז דא עבירות וואס אויף דעם קומט נגעים, און אויב א מענטש באקומט א נגע דארף ער תשובה טון דערויף.
אבער אסאך מאל איז דא א מענטש וואס ער האט באמת נישט געזינדיגט, נאר וויבאלד א צווייטער האט יא געטון אן עבירה שהנגעים באים, קומט שוין אויף אים אויך ווייל כיוון שניתן רשות אינו מבחין
דאס איז די פשט און פסוק "אדם כי יהי' בעור בשרו" ער איז שולדיג פארוואס ער האט באקומען די נגעים, דאן והובא אל אהרן הכהן" מוז ער האבן א גרויסער צדיק וואס זאל אים מכפר זיין אויף זיינע עבירות.
אבער אויב ס'איז קודם "נגע צרעת" עס איז דא די נגע, און הערשט נאכדעם איז עס "כי תהי' באדם" קומט עס אן צום מענטש, אבער נישט פאר זיינע עבירות, דעמאלס איז גענוג "ובא אל הכהן" א פשוט'ער כהן איז אויך גוט

והחזירינו בתשובה שלימה לפניך

א גוט שבת און א פרייליכן און רואיג'ן חודש
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א מורא'דיגע ווארט

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת טהרה

זאת תהי' תורת המצורע ביום טהרתו , והובא אל הכהן: ויצא הכהן.......

די תורה הייבט אן זאגנדיג, "והובא אל הכהן" מ'דארף אים ברענגן צום כהן, און איין פסוק שפעטער שטייט "ויצא הכהן" דער כהן דארף ארויסגיין. זעט עס אביסל אויס ווי א סתירה

נאר עס איז דא צוויי ועגן וויאזוי דער בעל הנגע ווערט אויסגעהיילט, איינס איז אז ער טוט אליינס תשובה מקירות לבו, און איז מפשפש במעשיו, און דער בוכ''ע היילט אים אויס.
נאכדעם איז דא איינער, וואס ער איז בעצם נישט ראוי אויסגעהיילט צו ווערן, נאר עס איז א טאג וואס איז מכפר (חתן ביום חפתו וכדו') ממילא ווערט ער ריין פונעם נגע

דאס זאגט די תורה, אויב איז עס "ביום טהרתו" דער טאג האט אים מטהר געווען, דעמאלס "והובא אל הכהן" דארף ער קומען צום כהן, ער איז נישט ראוי אז דער כהן זאל זיך מטריח זיין און קומען צו אים
אבער אויב גייסטו זען אז "ויצא הכהן" דער כהן גייט ארויס צו אים, וועסטו פארשטיין ווייל "נרפא נגע צרעת" ער איז געווארן אויסגעהיילט "מן הצרוע" דורך אים אליינס, און במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים יכולים לעמוד, איז ער שוין גרעסער ווי דעם כהן, פארדעם מוז דער כהן קומען צו אים.

זאל שוין קומען דער טאג פון "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ" און מיר וועלן זוכה זיין לאכול מן הפסחים ומן הזבחים

א פרייליכן שבת
אוועטאר
פונקט פארקערט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 5:41 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקט פארקערט »

שטארק שטארק!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליכע שיינע ווארט

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת אחרי

בזאת יבא אהרן....

וואס וויל די תורה דריקן מיט דעם בזאת, אויב אויפן פר, קען שטיין "בפר בן בקר יבא אהרן"

עס שטייט אים מס' סוטה. "אני אשכון את דכא", הקב''ה וויל נאר וואוינען מיט איינעם וואס האלט זיך קליין און נישט מיט א בעל גאווה.
די חילוק צווישן אן עניו און אבעל גאווה איז, דער עניו ווען ער זעט עפעס פארסירט צו א צוויייטן, היט ער זיך אויס פון דעם גורם, ווייל ס'קען דאך געשען צו אים אויך
משא''כ א בעל גאווה, וועט אלס טראכטן, ס'איז נאר געשען צו יענעם ווייל יענער איז נישט גענוג קלוג/געלונגען/חשוב ווי מיר, אבער צו מיר וועט עס נישט געשען

זאגט דער אמרי שפר. נאך וואס מ'האט געזאגט פאר אהרן, "שלא תמות כדרך שמת פלוני". יעצט, אויב איז ער אן עניו און איז עס מקבל, "בזאת"מיט דעם וואס ער לערנט זיך פון א צווייטן, "יבא אהרן" קען ער קומען משמש זיין לפני ולפנים, ווייל ער האלט זיך קליין

רחמנא אדכר לן זכותי' דאהרן

א גוט שבת
אקדמות
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 03, 2022 3:56 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקדמות »

הערליך !!
יישר כח
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

שכח. כ'האב שטארק געקוועלט.

ס'מיין ערשטע מאל אבער ס'קוקט אויס ווייט פון די לעצטע.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש''כ הרב נייניקל

זייער געשמאק - קורץ אין שארף
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”