ד' פרשיות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

ד' פרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אזויווי די וואך איז "שבת שקלים" די ערשטע פון די ד' פרשיות, וועל מיר שרייבן בעז"ה עטליכע ענינים איבער די ד' פרשיות,

עס איז באקאנט וואס איז מתאמרא משמי' פון ר' פנחס מ'קאריצער וואס ער פלעגט זאגן, איך ווארט שוין אויף די ד' פרשיות זיך צו קענען זעהן מיטן אייבערשטן, ווי אויך איז ידוע פון אסאך תלמידי בעל שם, אז די ימי השובבי"ם איז א הכנה צו די ד' פרשיות,
איז אודאי דבר בעתו מה טוב, שטייענדיג בימי השובבי"ם, אביסל ארום רעדן אין די ענינים כדי זיך צוגרייטן צו די ד' פרשיות מיט די ריכטיגע ידיעות און באדייט וואס די זמנים באדייטן אינעם לוח:
די מקור פון די קריאות אין די ד' פרשיות איז א משנה אין מס' מגילה דף כט עמוד א', זאגט די הייליגע משנה "ר"ח אדר שחל להיות בשבת קורין בפרשת שקלים – חל להיות בתוך השבת מקדימין לשעבר ומפסיקין לשבת אחרת בשני' זכור בשלישית פרה אדומה ברביעית החודש הזה לכם בחמישית חוזרין לכסדרן עד כאן לשון המשנה
די פשט איז אזוי
ווען ר"ח אדר געפאלט ביום שב"ק אזויווי דאס יאר ה' אלפים תשפ"א לפ"ג ליינט מען שבת שקלים ביום שב"ק ר"ח, די יאר קומט עס אויס ביום שב"ק פרשת משפטים - א' אדר די 2טע טאג ראש חודש,
און ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אין די גמ' און שפעטער אין די ראשונים און ווי עס ווערט גע'פסק'ט אין שולחן ערוך, אורח חיים סימן תרפ"ה "סדר ד' פרשיות" קומט אויס אזוי,
אויב ראש חודש אדר געפאלט ביום שבת קודש אזויווי היי יאר, נעמט מען ארויס 3 ספרי תורה אין די ערשטע ספר תורה ליינט מען שבעה קרואים אין די פרשה פון די וואך, דאס יאר איז עס פרשת משפטים, און אין א שנה מעוברת איז עס אדער פ' ויקהל אדער פקודי, דערנאך לייגט מען אראפ די צווייטע ספר אויפן בימה און מ'מאכט מען הגבה וגלילה אויפן ערשטן ספר,

אין די 2טע ספר תורה ליינט מען פאר די עלי' פון אחרון די קריאה פון ראש חודש אין פ' פנחס, מען הייבט אהן פון "וביום השבת" דערנאך "ובראשי חדשיכם ביז על עולת התמיד יעשה ונסכו", דערנאך לייגט מען ארויף די דריטע ספר תורה אויפן בימה און די בעל קורא זאגט קדיש, און מ'מאכט הגבה וגלילה אויפן צווייטן ספר
אין די 3טע ספר תורה ליינט פאר די עלי' פון מפטיר די פרשה פון "שקלים" אין פ' כי תשא ביז לכפר על נפשותיכם,

אויב ר"ח אדר געפאלט אינמיטן די וואך נעמט מען ארויס נאר 2 ספר תורות
אין די ערשטע ליינט מען די פרשה פון די וואך, אין א שנה פשוטה איז עס פרשת משפטים, און אין א שנה מעוברת איז עס געווענדליך "ויקהל",
אין די צווייטע ספר תורה ליינט מען פאר די עלי' פון "מפטיר" פ' שקלים,

וויבאלד עס איז אלץ דא כאטש 5 שבתים פון שבת שקלים ביז שבת החודש און אמאל איז דא 6 ווי מיר וועלן שפעטער זעהן, איז אייביג דא א שבת הפסקה צווישן די ד' פרשיות, נאר יעדעס יאר איז די הפסקה אנדערש,
רוב יארן איז די הפסקה צווישן שקלים און זכור ווי די משנה זאגט ומפסיקין לשבת אחרת, און אמאל איז די הפסקה צווישן זכור און פרה און אמאל איז דא צוויי הפסקות, איינס צווישן שקלים און זכור און איינס צווישן זכור און פרה,
דאס יאר תשפ"א איז דא איין הפסקה און דאס קומט אויס צווישן זכור און פרה, דהיינו, שבת פ' משפטים איז ר"ח דעמאלט ליינט מען פרשת שקלים, א וואך דערויף שבת תרומה ח' אדר ליינט מען פרשת זכור, ווייל דאס די שבת פארן יו"ט פורים" פורים דפרזים קומט אויס דאס יאר ערב שבת, און פורים דמוקפין קומט אויס שב"ק, וואס דאס איז נאך אינטערסאנטע זאך אין די לוח פון דאס יאר, די מציאות פון פורים המשולש ווי מיר וועלן שפעטער רעדן אי"ה,
פרשת תרומה ח' אדר איז "שבת זכור" א וואך דערויף שבת תצוה ט"ו אדר שושן פורים – פורים דמוקפין איז שבת הפסקה, ווי באקאנט פון תלמידי בעל שם איז די שבת הפסקה אין א געוויסע זין העכער פון די ד' פרשיות, א וואך דערויף שבת כי תשא כ"ב אדר איז "שבת פרה" א וואך דערויף שבת ויק"פ כ"ט אדר ער"ח ניסן איז שבת החודש,
א וואך דערויף שבת ויקרא ז' ניסן אויף דעם איז געזאגט געווארן די לשון המשנה בחמישית חוזרין לכסדרן, הגם ס'איז די זעקסטע שבת פון שקלים, ווייל עס איז דאך דא א שבת הפסקה, ווערט עס אנגערופן חמישית צו די "ד' פרשיות"
אין שו"ע הלכות ראש חודש סימן ווערט געברענגט סימנים פאר די סדר פון קביעות ר"ח אדר און די סדר הפסקות ווי פאלגענד:
די סימן פאר ווען ווען עס קען געפאלן ר"ח אדר דאס מיינט א' אדר די צווייטע טאג ראש חודש איז זבד"ו, זין בית דלד ויו, דהיינו אז די צווייטע טאג ראש חודש אדר קען עפאלן איינע פון די פיר טעג, ז' דאס מיינט שבת קודש אזויווי דאס יאר תשפ"א, ב' דאס מיינט מאנטאג, ד' דאס מיינט מיטוואך, וי"ו דאס מיינט פרייטאג,
און די סימנים פאר די הפסקות זענען:
זט"ו
ב"ו
ד"ד
ובי"ו
דהיינו, למשל, דאס יאר תשפ"א איז די סימן זט"ו,
ז' מיינט אז ר"ח איז שבת, ט"ו מיינט אז די הפסקה איז ט"ו אדר, ווי מיר האבן שוין פריער דערמאנט, דאס הייסט אז די ערשטע אות ווייזט וועלכע טאג אין די וואך ס'איז ראש חודש, און די איבריגע אותיות ווייזן ווען די הפסקות זענען,
די סימן ב"ו מיינט אז ווען ראש חודש אדר איז ביום ב' מאנטאג, איז די הפסקה ביום שב"ק ו' אדר – און א וואך דערויף שב"ק י"ג אדר איז שבת זכור און א וואך דערויף שב"ק כ' אדר איז "שבת פרה" און א וואך דערויף שב"ק כ"ז אדר – שבת מברכין ניסן איז "שבת החודש
די סימן ד"ד מיינט אז ווען ר"ח אדר איז ביום ד' מיטוואך, איז די הפסקה ביום שבת קודש ד' אדר, און א וואך דערויף ביום שב"ק י"א אדר איז "שבת זכור" א וואך נאכדעם שב"ק י"ח אדר איז שבת פרה, און א שבת דערנאך כ"ה אדר שבת מברכין ניסן איז "שבת החודש"
די סימן ובי"ו מיינט אז ווען ר"ח אדר געפאלט ביום ו' פרייטאג עש"ק איז דא 2 הפסקות, איינס איז ב' ביום שב"ק ב' אדר און א וואך דערויף ביום שב"ק ט' אדר איז "שבת זכור" און א שב"ק דערנאך איז די צווייטע הפסקה דאס איז י"ו דאס מיינט ביום שב"ק ט"ז אדר – א שבת דערנאך ביום כ"ג אדר איז "שבת פרה" א שבת דערנאך ביום א' ניסן ר"ח, איז שבת החודש וואס דעמאלט נעמט מען אויך ארויס דריי ספרי תורה אזויווי דאס יאר שבת שקלים בעז"ה

אין אנדערע ווערטער, אזא יאר ווי היי יאר תשפ"א וואס די סימן פאר די הפסקה איז זט"ו נעמט מען ארויס 3 ספרי תורה שבת שקלים און ביי די אנדערע 3 פרשיות "זכור-פרה-החודש" נעמט מען ארויס 2 ספרי תורה אין איינס ליינט מען ז' קרואים און אחרון אין די פרשת השבוע, און מפטיר ליינט מען די צווייטע ספר תורה, שבת זכור די פרשה פון "זכור את אשר עשה לך עמלק" סוף פ' כי תצא, שבת פרה די פרשה פון "זאת חקת התורה" אנפאנג פרשת חוקת, שבת החודש "די פרשה פון "החודש הזה לכם" אין פרשת בא
און אין א יאר וואס די סימן הפסקה איז "ובי"ו" איז ביי די ערשטע דריי פון די ד' פרשיות, דהיינו "שקלים-זכור-פרה" נעמט מען ארויס 2 ספרי תורה, אין די ערשטע ליינט מען פרשת השבוע ז' קרואים און אחרון, און אין די צווייטע ליינט מען מפטיר פון די ד' פרשיות, יעדע אין זיין וואך, און שבת ר"ח ניסן שבת החודש, נעמט מען ארויס דריי ספרי תורה, אין די ערשטע ליינט מען ז' קרואים אין די פרשות השבוע, און די צווייטע אחרון, ליינט מען די פרשת פון "ראש חודש" ווי מיר האבן פריער געזאגט ביי די קריאה אין די צווייטע ספר תורה דאס יאר "שבת שקלים" און אין די דריטע ספר תורה ליינט מען פאר "מפטיר" פרשת החודש אין פרשת בא,
און אז מ'רעדט שוין פון די ד' פרשיות איז די פלאץ צו דערמאנען, וואס מיר אלע ווייסן אז אזויווי יעדע שבת איז דא א ענין צו עסן "קוגל" איז א שבת וואס מ'נעמט ארויס מער ווי איין ספר תורה, איז פאר יעדע ספר מאכט מען נאך א קוגל,
קומט אויס אז בעז"ה קומענדיגן שבת פ' משפטים שבת שקלים, איז די ענין צו עסן 3 קוגלעך, ווייל מ'נעמט ארויס 3 ספרי תורה, און ס'דא וואס זאגן אז שבת זכור, איז דא ענין צו מאכן 4 קוגלעך, ווייל עמל"ק איז נוטריקון, עפל, מעל, לאקשן, קארטאפל, און אז מ'רעדט שוין פון קוגל איז כדי מעורר צו זיין, א זאך וואס אסאך ווייסן נישט, אז די ווארט קוגל, קומט פונעם ווארט "כעיגול" דהיינו אז די ענין פון קוגל איז אז עס זאל ווערן געמאכט אין א רינדעכיגע בעקעלע, נישט פיר עקיג,
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ד' פרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

זייער שיין צולייגט,

יישר כח,
---
ווי איז די מקור, אז קוגל נעמט זיך פון כעיגול?

און וואס איז די מעלה פון רינדעכיג, אז מ'האט קורא שם געווען דעם קוגל עליו?
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ד' פרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

עומד מן הצד האט געשריבן:ווי איז די מקור, אז קוגל נעמט זיך פון כעיגול?

ספר פרדס המלך עמוד תמב
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: ד' פרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ווער איז די מחבר פון די ספר "פרדס המלך"
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ד' פרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

איך ווייס נישט איך האב עס געזעהן אין ספר מבואו ועד צאתו (איך האף אז עס איז נישט קיין היינטיגער)
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”