פ' וירא: "שוב אשוב אליך כעת חיה" וגו', ווען איז דאס געווען?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

פ' וירא: "שוב אשוב אליך כעת חיה" וגו', ווען איז דאס געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ווער עס הערט די קשיא וועט גלייך אויפשפרינגען, וואס הייסט? די ערשטע טאג פסח, אזוי ווייס איך שוין פון ווען איך האב אנגעהויבן צו לערנען חומש אין כתה ב'.

דער אמת איז אבער, אז עס איז גארנישט אזוי פשוט, עס איז דא מער פון 6 שיטות דערביי. (אפשר נאך מער)

באמת הייבט זיך אן די קשיא נאך פריער.

אלע ווייסן די באקאנטע רש"י וואס ברעגט א גמרא אין מסכת ב"מ: (דף פו ע"ב) אמר רבי חמא בר' חנינא אותו היום יום שלישי של מילה של אברהם היה ובא הקב"ה לשאול באברהם הוציא הקב"ה חמה מנרתיקה כדי שלא יטריח אותו צדיק באורחים.

לויט ווי מיר האבן אויבן געזאגט אז וירא אליו ה' באלוני ממרא, און די מעשה מיט די מלאכים איז געווען און די ערשטע טאג פסח קומט אויס אז דריי טאג פריער איז געווען אדער יב' אדער יג' בניסן, למעשה שטייט אבער אין פירקי דרבי אליעזר אז אברהם האט זיך געמלט אין טאג פון יום כיפור.

נאך מער די גמרא אין מסכת ראש השנה (דף יא ע"א) זאגט: אלא דקאי בחג וקאמר לה בניסן, די גמ' מיינט צו זאגן דער מלאך וואס האט געזאגט: למועד אשוב אליך איז געשטאנען אינעם יו"ט סוכות און געזאגט פאר אברהם די בשורה אז דעם קומענדן יו"ט וועסטו האבן א קינד. זייטיגער נאטיץ: די גמרא אין מסכת ראש השנה האט געלערענט אז דאס ווארט למועד מיינט מען יו"ט אזויווי עס שטייט אין פסוק אלה מועדי ה' וכו'.

קומט אויס לויט די גמ' אין מסכת ראש השנה אז די ברית מילה איז געווען דריי טעג פאר סוכות און נישט יו"כ ווי עס שטייט אין פירקי דרבי אליעזר און אוודאי נישט יב' אדער יג' בניסן. תוס' זאגט אבער אז באמת איז טאקע יא געווען די ברית מילה אין יו"כ און די מלאכים זענען געקומען צוויי טעג פאר סוכות, איי שטייט אין די גמרא מסכת ראש השנה "דקאי בחג"? זאגט תוס אז דאס איז לאו דווקא ממש יו"ט נאר צוויי טעג פאר יו"ט סוכות.

די פני יהושע האלט אבער, אז דאס איז געווען דווקא אין יו"ט סוכות. די פני יהושע האלט אז די מימרא פון רבי חמא בר' חנינא אותו היום יום שלישי של מילה של אברהם היה, קומט נאר אויס לויט די שיטה אז די מעשה מיט די מלאכים איז געווען אום פסח אויב אזוי קען זיין אז די מילה איז געווען אום יום כיפור און וירא אליו ה' באלוני ממרא, און די בשורה פון למועד אשוב אליך, איז געווען אין יו"ט סוכות.

און אפילו מיר נעמען אז עס איז געווען אין פסח, ווייסן מיר נאך אלס נישט וועלעכע טאג דאס איז געווען. עס איז דאס א מחלוקת וועלעכע טאג איז : שלישי למילה איז? צו מרעכענט מעת לעת אדער אויף די טעג? אויך איז דא א שאלה צו מרעכענט דעם טאג פונעם מילה?

אין שולחן ערוך אורח חיים הלכות פסח (סי' תכט א) שרייבט דער חתם סופר אין זיינע הערות אז די סיבה פארוואס מ'זאגט נישט קיין תחנון ביום יג' ניסן ווייל אין יענעם טאג איז געווען די ברית פון אברהם אבינו, פון ווי ווייסט מען דאס? ווייל וויבאלד יום שלישי למילתו איז געווען די ערשטע טאג פסח, מוז זיין אז די ברית פון אברהם אבינו איז געווען ביום יג' ניסן.

חת"ס על התורה אין דעם ערשטן שטיקל, שרייבט ער, אז די מילה איז געווען ביום יב' לחודש ניסן אין די שלישי למילה איז געווען ביום א' דפסח ביז אינמיטן טאג ווייל מרעכנט אזויווי די פוסקים וואס זאגן אז שלישי למילה איז גייט דווקא מעת לעת.

אויף די פיוט" ובכן ואמרתם זבח פסח" וואס מיר זאגן די צווייטע נאכט פסח שרייבט דער חת"ס אויף די הגדה אויף די ווערטער: "וְאֵל הַבָּקָר רָץ" זֵכֶר לְשׁוֹר עֵרֶךְ פֶּסַח וזל"ק משום שאותו היום הי יום ערב פסח [כר"ה יא ע"א] הערות הבחור הזעצער - פליאה עצומה די גמרא זאגט דאך אז עס איז געווען סוכות? ואפשר לתרץ ע"פ המרש"א במסכת ר"ה עיי"ש. או אפשר התכוון להגה"ה (תוס) דעמוד ב ששם כתוב דוודאי המלאכים באו בפסח.

בקיצור האבן מיר דא כמה שיטות
1) אין בסדר עולם און אין מכילתא און אזוי אויך פון די במדרש תנחומא וואס זאגט: שסרט לו סריטה בכותל מוז זיין אז עס איז געווען אין דעם ערשטן טאג פסח (תוס ר"ה ד"ה אלא).
2) אין בראשית רבה שטייט אז די מעשה מיט די מלאכים איז געווען פסח און אויף דעם קען מען זאגן 3 שיטות, א) ווי מיר האבן דערמאנט דעם ערשטן טאג פסח.
3) ב) איינע פון די אנדערע טעג פסח לאו דווקא די ערשטע טאג, לויט איין וועג אין (תוס' ד"ה אלא) איז דאס אחרון ש"פ.
4) ג) ווי דער חת"ס ברענגט צו אז דאס איז געווען ערב פסח.
5) די גמרא אין מסכת ר"ה אז דאס איז געווען סוכות [ליוט דעם פני יהושע].
6) לויט תוס' דארט אין מסכת סוכות איז דאס געווען צוויי טעג פאר סוכות.

מיר האבן דאס געשריבן במהירת רב, אשר על כן, אנשולדיגט אויב עס איז אריינגעפאלן טעותים.
דער עולם איז מכובד מוסיף צו זיין אויב מיר האבן עפעס פארפאסט, אדער נישט ריכטיג געשריבן.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

זייער שיין.
כהאב געזעהן פרעגן א שיינע קשיא. סשטייט אין פסוק שרה האט געלאגט אחרי בלותי היתה לי עדנה. אויך זאגן חז״ל ולחם לא הביא מלמד שפירסה שרה נדה. איז שווער אויב אזוי פארוואס האט זיך געלאכט? זי האט דאך געזעהן אז סאיז געווארן לי עדנה?
על "טעם וריח" אין להתווכח
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

גאר אינטערעסאנט

און וואס וועט לפי"ז טייטשן כעת חיה? רש"י זאגט "כעת הזאת לשנה הבאה"
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

טעם וריח האט געשריבן:זייער שיין.
כהאב געזעהן פרעגן א שיינע קשיא. סשטייט אין פסוק שרה האט געלאגט אחרי בלותי היתה לי עדנה. אויך זאגן חז״ל ולחם לא הביא מלמד שפירסה שרה נדה. איז שווער אויב אזוי פארוואס האט זיך געלאכט? זי האט דאך געזעהן אז סאיז געווארן לי עדנה?

עיין בהגה"ה (תוס') שם במסכת ראש השנה דף יא ע"ב ושם תמצא נחת.ער רעדט דארט פון דיין קשיא ואין להאריך בזה ודי.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

מיגו האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט

איר קענט דאך פרעגן אסאך שטערקער עס שטייט דאך בפירוש אין פסוק אין פרשת לך: לַמּוֹעֵ֣ד הַזֶּ֔ה בַּשָּׁנָ֖ה הָֽאַחֶֽרֶת׃?

עיין ברשב"א ובריטב"א ובמהרש"א
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

טעם וריח האט געשריבן:זייער שיין.
כהאב געזעהן פרעגן א שיינע קשיא. סשטייט אין פסוק שרה האט געלאגט אחרי בלותי היתה לי עדנה. אויך זאגן חז״ל ולחם לא הביא מלמד שפירסה שרה נדה. איז שווער אויב אזוי פארוואס האט זיך געלאכט? זי האט דאך געזעהן אז סאיז געווארן לי עדנה?

עס האט מיר טאקע אייביג געווינדערט פארוואס האט זי געלאכט אחרי בלותי היתה לי עדנה ואדוני זקן, עס איז דאך אסאך א גרעסערע חידוש ווען די פרוי איז אלט, יעצט שטימט מיר עס שוין טאקע ווייל עס איז שוין געווען נאכן טמא ווערן.
הגם מען קען זאגן אז עס איז נאך אלץ א חידוש ווייל אויב איז זי שוין טמא געווארן קען זי שוין נישט ווערן מעוברת פאר זי גייט נאכמאל אוועלעטען וואס דאס מיינט נאך אמאל א נס.

די אבן עזרא זאגט טאקע ועוד כי אדוני זקן, טייטש אז זי האט געלאכט אויף ביידע ווערט טאקע שווער לויט דעם די כלי יקר'ס קשיא וואס דו פרעגסט יעצט.
אחרי בלותי היתה לי עדנה וגו'. יש לדקדק למה צחקה שרה שהרי ראתה שנעשה לה נס כנגד הטבע וחזרה לימי עלומיה והיה לה להבחין כי לא לחנם נעשה לה נס זה, וכ"ש אברהם כי אין הדבר נמנע כי זקן הרבה יכול להוליד, ואם ראתה בו חולשה גדולה עד שחשבה שהתולדה נמנעת מצדו, אם כן למה שינה הקב"ה מפני השלום כי למה ירע בעיני אברהם על שאמרה האמת. ולשון האף אמנם אלד אינו מחוור לפרש"י
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
יקים
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקים »

דער חת"ס (עה"ת) פרעגט נאך א קשיא, אין מדרש שטייט דאך "סרט לו סריטה בכותל וכו', און לויט דעם האט דאס געדארפט זיין איבער א יאר פון א שנת חמה, וואס דאס איז לענגער פון אונזערע יאר מיט א צען טאג, עי"ש אז ער וויל זאגן אז "כעת חיה ולשרה בן" מיינט עס די יום המילה פון יצחק, וואס דעמאלס איז אנערקענט געווארן דאס אז "ולשרה בן", אז מ'האט נישט געקענט זאגן אז יצחק איז א 'אסופי', וויבאלד "היניקה בנים שרה" עי"ש ברש"י, וע"ש בחת"ס.
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק פאליטיקלי און אלע ברענגערס.

געזעהן פון סאטמאר רבי ז״ל אז די ״כעת״ איז א צייט וואס איז א עת פקידה, און דער רבונו של עולם קען מאכען די צייט זאל געשעהן ווען אימער ער וויל און ער טייטשט אזוי דעם בעתה אדער באחישנה, אז אין א עת פקידה טוישט די רבונו של עולם דער גאנצע בריאה.

אזוי איז טאקע געוועהן ווען אידען זענען ארויס פון מצריים און אין די זמן פון בשירת לידת יצחק איז געוועהן די בריאה אויסגעשטעלט מיט די אורות וואס עס קומען אראפ פסח, און בעת משיח וועט קומען וועט די גאנצע בריאה מיט אירע אורות ומזלות זיך טוישען צו דעם עת פקידה.

שוין לאנג נישט געזעהן די שטיקעל, איך האף אז איך געב עס איבער ווי עס דארף צו זיין.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
באדראטשיג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראטשיג »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט

און וואס וועט לפי"ז טייטשן כעת חיה? רש"י זאגט "כעת הזאת לשנה הבאה"

איר קענט דאך פרעגן אסאך שטערקער עס שטייט דאך בפירוש אין פסוק אין פרשת לך: לַמּוֹעֵ֣ד הַזֶּ֔ה בַּשָּׁנָ֖ה הָֽאַחֶֽרֶת׃?

עיין ברשב"א ובריטב"א ובמהרש"א

החתם סופר מבאר שבפרשת לך לך היה בפסח ולכן נאמר "למועד הזה", אבל כאן בפרשת וירא היה בסוכות ולכן נאמר רק "למועד", דהיינו למועד - לרגל - הבא, דהיינו בפסח. עיי"ש מה שמבאר לפי דרכו ותרוה נחת
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

ס'איז דא א ווארט פון הייליגן רבי ר' ברוך'ל פון מעזשביזש ווי איז מרומז אין די תורה אז מ'דארף מאכן א סעודה פורים,
ווייל ס'שטייט ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמל את יצחק, אין הגמל איז אותיות מגלה, און ער לייגט צו ווייל יצחק איז געבוירן פסח ונוהגין שלא להניק את הילד רק כ''ג חודש נמצה היה הפורים.עכ''ד
ואני הק' טראכט אז אויך לשיטת רש''י וואס זאגט לסוף כ''ד חודש שטימט עס אויב איז געווען א עיבור יאר אינדערמיט, און א ראיה בדרך מליצה ווייל רש''י זאגט שהיו גדולי הדור מסובין בה, און פסח מישט מען זיך דאך נישט מיז זיין אז איינע פון די יארן איז געווען א עיבור יאר.
און קען זיין אז לויט די מהלך החמה קען מען זעהן אז ס'איז געווען א עיבור יאר.
אטעטשמענטס
20171104_231340.jpg
20171104_231340.jpg (323.24 KiB) געזען 4563 מאל
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:זייער שיין.
כהאב געזעהן פרעגן א שיינע קשיא. סשטייט אין פסוק שרה האט געלאגט אחרי בלותי היתה לי עדנה. אויך זאגן חז״ל ולחם לא הביא מלמד שפירסה שרה נדה. איז שווער אויב אזוי פארוואס האט זיך געלאכט? זי האט דאך געזעהן אז סאיז געווארן לי עדנה?

עיין בהגה"ה (תוס') שם במסכת ראש השנה דף יא ע"ב ושם תמצא נחת.ער רעדט דארט פון דיין קשיא ואין להאריך בזה ודי.

viewtopic.php?p=164690#p164690
viewtopic.php?p=1337098#p1337098
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
לויט ווי מיר האבן אויבן געזאגט אז וירא אליו ה' באלוני ממרא, און די מעשה מיט די מלאכים איז געווען און די ערשטע טאג פסח קומט אויס אז דריי טאג פריער איז געווען אדער יב' אדער יג' בניסן, למעשה שטייט אבער אין פירקי דרבי אליעזר אז אברהם האט זיך געמלט אין טאג פון יום כיפור.

די רבי ז"ל דער דברי יואל רעדט ארום דערוועגן און זאגט אז דער באשעפער איז משנה עיתים ומחליף את הזמנים און די באשעפער קען ארומדרייען טעג און צייטן. און זיין ברית איז געווען יו"כ און דריי טעג שפעטער איז טאקע געווען פסח
עפעס אזוי
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

ווי רעדט ד רבי דער ויואל משה דערפון ?
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

מטעמים האט געשריבן:א דאנק פאליטיקלי און אלע ברענגערס.

געזעהן פון סאטמאר רבי ז״ל אז די ״כעת״ איז א צייט וואס איז א עת פקידה, און דער רבונו של עולם קען מאכען די צייט זאל געשעהן ווען אימער ער וויל און ער טייטשט אזוי דעם בעתה אדער באחישנה, אז אין א עת פקידה טוישט די רבונו של עולם דער גאנצע בריאה.

אזוי איז טאקע געוועהן ווען אידען זענען ארויס פון מצריים און אין די זמן פון בשירת לידת יצחק איז געוועהן די בריאה אויסגעשטעלט מיט די אורות וואס עס קומען אראפ פסח, און בעת משיח וועט קומען וועט די גאנצע בריאה מיט אירע אורות ומזלות זיך טוישען צו דעם עת פקידה.

שוין לאנג נישט געזעהן די שטיקעל, איך האף אז איך געב עס איבער ווי עס דארף צו זיין.

פונקט געלערענט די וואך אין חיד"ת (שווארצע בענדער)

די רבי איז מיט דעם מבאר זייער אסאך דיוקים אז באמת האט אברהם אבינו זיך געמל'ט יוהכ"פ און 3 טעג דערויף זענען די מלאכים געקומען און ס'איז געווען תשרי וועגן דעם האט אברהם אבינו געהייסן אנגרייטן סתם עוגות, נאכדעם האט דער אייבערשטער געדרייט די בריאה צו די מזל פון פסח ווייל אלעס וואס האט מיט די גאולה מז געשעהן אין פסח ווי די רבי ברענגט פון מדרשים, און ס'איז געווארן פסח וועגן דעם האט דער אייבערשטער גורם געווען אז ס'איז געווארן נטמאה העיסה, און וועגן דעם ווען די מלאיכים זענען אנגעקומען די לוט איז ומצות אפה ווייל דעמאלסט איז שוין געווען פסח.
1 + 1 = חלה דעקל...
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

אגב שטייט שוין אין די ראשונים אז די 'שרט לו שריטה' האט געקענט זיין א האלבע יאר שפעטער אויך ווען די זון קומט אן צו די זעלבע פלאץ און יצחק איז געווען נולד לשבעה וואס קען זיין ששה חדשים ויום א', און 'לשנה האחרת' איז ווייל פון ר"ח ניסן אדער ר"ח תשרי הייבט זיך אן א נייע יאר.
1 + 1 = חלה דעקל...
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

לאלתר לחיים האט געשריבן:ס'איז דא א ווארט פון הייליגן רבי ר' ברוך'ל פון מעזשביזש ווי איז מרומז אין די תורה אז מ'דארף מאכן א סעודה פורים,
ווייל ס'שטייט ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמל את יצחק, אין הגמל איז אותיות מגלה, און ער לייגט צו ווייל יצחק איז געבוירן פסח ונוהגין שלא להניק את הילד רק כ''ג חודש נמצה היה הפורים.עכ''ד
.

זייער אינטרעסאנט דאס שטיקל פון רבי ברוך'ל, עס האט זיך געלוינט צו שרייבן די גאנצע זאך נאר צו הערן דעם שטיקל, עכ"פ פאר מיר. יישר כח פאר די און אלע אנדערע וואס האבן דא מוסף געווען נופך משלהם סיי מיט קשיות, שאלות, הערות און סיי מיט די שיינע תירוצים און ווי אויך די באדאנקערס.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

חלהדעקל האט געשריבן:אגב שטייט שוין אין די ראשונים אז די 'שרט לו שריטה' האט געקענט זיין א האלבע יאר שפעטער אויך ווען די זון קומט אן צו די זעלבע פלאץ און יצחק איז געווען נולד לשבעה וואס קען זיין ששה חדשים ויום א', און 'לשנה האחרת' איז ווייל פון ר"ח ניסן אדער ר"ח תשרי הייבט זיך אן א נייע יאר.

יא, לויט רבי יהושע איז בניסן נברא העולם. געווענליך פסק'נן מיר ווי רבי יהושע ווען ער איז מחלק ווי רבי אליעזר. בדרך אגב דארף מען האבן א תירוץ פארוואס דא פסק'נן ווי רבי אליעזר אונז ווייסן מיר דאך די כלל אז מ'פסק'נט נישט ווי רבי אליעזר דשמותי הוא. מיר וועלן דאס לאזן אויף א צווייטע מאל.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

להשלמת הענין די רש"י אין פר' בא

ויהי מקץ שלשים שנה וגו' ויהי בעצם היום הזה - מגיד שכיון שהגיע הקץ לא עכבן המקום כהרף עין בט"ו בניסן באו מלאכי השרת אצל אברהם לבשרו בט"ו בניסן נולד יצחק ובט"ו בניסן נגזרה גזירת בין הבתרים.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: פ' וירא: "שוב אשוב אליך כעת חיה" וגו', ווען איז דאס געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ווער עס הערט די קשיא וועט גלייך אויפשפרינגען, וואס הייסט? די ערשטע טאג פסח, אזוי ווייס איך שוין פון ווען איך האב אנגעהויבן צו לערנען חומש אין כתה ב'.

דער אמת איז אבער, אז עס איז גארנישט אזוי פשוט, עס איז דא מער פון 6 שיטות דערביי. (אפשר נאך מער)

באמת הייבט זיך אן די קשיא נאך פריער.

אלע ווייסן די באקאנטע רש"י וואס ברעגט א גמרא אין מסכת ב"מ: (דף פו ע"ב) אמר רבי חמא בר' חנינא אותו היום יום שלישי של מילה של אברהם היה ובא הקב"ה לשאול באברהם הוציא הקב"ה חמה מנרתיקה כדי שלא יטריח אותו צדיק באורחים.

לויט ווי מיר האבן אויבן געזאגט אז וירא אליו ה' באלוני ממרא, און די מעשה מיט די מלאכים איז געווען און די ערשטע טאג פסח קומט אויס אז דריי טאג פריער איז געווען אדער יב' אדער יג' בניסן, למעשה שטייט אבער אין פירקי דרבי אליעזר אז אברהם האט זיך געמלט אין טאג פון יום כיפור.

נאך מער די גמרא אין מסכת ראש השנה (דף יא ע"א) זאגט: אלא דקאי בחג וקאמר לה בניסן, די גמ' מיינט צו זאגן דער מלאך וואס האט געזאגט: למועד אשוב אליך איז געשטאנען אינעם יו"ט סוכות און געזאגט פאר אברהם די בשורה אז דעם קומענדן יו"ט וועסטו האבן א קינד. זייטיגער נאטיץ: די גמרא אין מסכת ראש השנה האט געלערענט אז דאס ווארט למועד מיינט מען יו"ט אזויווי עס שטייט אין פסוק אלה מועדי ה' וכו'.

קומט אויס לויט די גמ' אין מסכת ראש השנה אז די ברית מילה איז געווען דריי טעג פאר סוכות און נישט יו"כ ווי עס שטייט אין פירקי דרבי אליעזר און אוודאי נישט יב' אדער יג' בניסן. תוס' זאגט אבער אז באמת איז טאקע יא געווען די ברית מילה אין יו"כ און די מלאכים זענען געקומען צוויי טעג פאר סוכות, איי שטייט אין די גמרא מסכת ראש השנה "דקאי בחג"? זאגט תוס אז דאס איז לאו דווקא ממש יו"ט נאר צוויי טעג פאר יו"ט סוכות.

די פני יהושע האלט אבער, אז דאס איז געווען דווקא אין יו"ט סוכות. די פני יהושע האלט אז די מימרא פון רבי חמא בר' חנינא אותו היום יום שלישי של מילה של אברהם היה, קומט נאר אויס לויט די שיטה אז די מעשה מיט די מלאכים איז געווען אום פסח אויב אזוי קען זיין אז די מילה איז געווען אום יום כיפור און וירא אליו ה' באלוני ממרא, און די בשורה פון למועד אשוב אליך, איז געווען אין יו"ט סוכות.

און אפילו מיר נעמען אז עס איז געווען אין פסח, ווייסן מיר נאך אלס נישט וועלעכע טאג דאס איז געווען. עס איז דאס א מחלוקת וועלעכע טאג איז : שלישי למילה איז? צו מרעכענט מעת לעת אדער אויף די טעג? אויך איז דא א שאלה צו מרעכענט דעם טאג פונעם מילה?

אין שולחן ערוך אורח חיים הלכות פסח (סי' תכט א) שרייבט דער חתם סופר אין זיינע הערות אז די סיבה פארוואס מ'זאגט נישט קיין תחנון ביום יג' ניסן ווייל אין יענעם טאג איז געווען די ברית פון אברהם אבינו, פון ווי ווייסט מען דאס? ווייל וויבאלד יום שלישי למילתו איז געווען די ערשטע טאג פסח, מוז זיין אז די ברית פון אברהם אבינו איז געווען ביום יג' ניסן.

חת"ס על התורה אין דעם ערשטן שטיקל, שרייבט ער, אז די מילה איז געווען ביום יב' לחודש ניסן אין די שלישי למילה איז געווען ביום א' דפסח ביז אינמיטן טאג ווייל מרעכנט אזויווי די פוסקים וואס זאגן אז שלישי למילה איז גייט דווקא מעת לעת.

אויף די פיוט" ובכן ואמרתם זבח פסח" וואס מיר זאגן די צווייטע נאכט פסח שרייבט דער חת"ס אויף די הגדה אויף די ווערטער: "וְאֵל הַבָּקָר רָץ" זֵכֶר לְשׁוֹר עֵרֶךְ פֶּסַח וזל"ק משום שאותו היום הי יום ערב פסח [כר"ה יא ע"א] הערות הבחור הזעצער - פליאה עצומה די גמרא זאגט דאך אז עס איז געווען סוכות? ואפשר לתרץ ע"פ המרש"א במסכת ר"ה עיי"ש. או אפשר התכוון להגה"ה (תוס) דעמוד ב ששם כתוב דוודאי המלאכים באו בפסח.

בקיצור האבן מיר דא כמה שיטות
1) אין בסדר עולם און אין מכילתא און אזוי אויך פון די במדרש תנחומא וואס זאגט: שסרט לו סריטה בכותל מוז זיין אז עס איז געווען אין דעם ערשטן טאג פסח (תוס ר"ה ד"ה אלא).
2) אין בראשית רבה שטייט אז די מעשה מיט די מלאכים איז געווען פסח און אויף דעם קען מען זאגן 3 שיטות, א) ווי מיר האבן דערמאנט דעם ערשטן טאג פסח.
3) ב) איינע פון די אנדערע טעג פסח לאו דווקא די ערשטע טאג, לויט איין וועג אין (תוס' ד"ה אלא) איז דאס אחרון ש"פ.
4) ג) ווי דער חת"ס ברענגט צו אז דאס איז געווען ערב פסח.
5) די גמרא אין מסכת ר"ה אז דאס איז געווען סוכות [ליוט דעם פני יהושע].
6) לויט תוס' דארט אין מסכת סוכות איז דאס געווען צוויי טעג פאר סוכות.

מיר האבן דאס געשריבן במהירת רב, אשר על כן, אנשולדיגט אויב עס איז אריינגעפאלן טעותים.
דער עולם איז מכובד מוסיף צו זיין אויב מיר האבן עפעס פארפאסט, אדער נישט ריכטיג געשריבן.

יישר כח, זייער שיין צוזאמגענומען. תוספות אין ראש השנה אינעם הגהה לערנט אז די מעשה מיט די מלאכים איז געווען פסח, נאר דער צוויטער חלק נאך למה זה צחקה שרה, האט דער אייבערשטער געזאגט למועד אשיב אליך, דאס איז געווען אין תשרי
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:
אגב שטייט שוין אין די ראשונים אז די 'שרט לו שריטה' האט געקענט זיין א האלבע יאר שפעטער אויך ווען די זון קומט אן צו די זעלבע פלאץ און יצחק איז געווען נולד לשבעה וואס קען זיין ששה חדשים ויום א', און 'לשנה האחרת' איז ווייל פון ר"ח ניסן אדער ר"ח תשרי הייבט זיך אן א נייע יאר.
יא, לויט רבי יהושע איז בניסן נברא העולם. געווענליך פסק'נן מיר ווי רבי יהושע ווען ער איז מחלק ווי רבי אליעזר. בדרך אגב דארף מען האבן א תירוץ פארוואס דא פסק'נן ווי רבי אליעזר אונז ווייסן מיר דאך די כלל אז מ'פסק'נט נישט ווי רבי אליעזר דשמותי הוא. מיר וועלן דאס לאזן אויף א צווייטע מאל.
שטייט דאך אין תוס' און אין אריה“ק אז עס איז נישט קיין מחלוקה זה במחשבה וזה במעשה
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”