ר"ח שבט - 'חמשה עשר' שבו אוכלים פירות ממתקים

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פרינץ
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2007 11:43 am
לאקאציע: אין 'ווערצהויז'

ר"ח שבט - 'חמשה עשר' שבו אוכלים פירות ממתקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינץ »

אזוי ווי עס איז 'חמשה עשר' ממשמש ובא.
נו עפעס א גוט ווארט לכ' חמשה עשר

אילן אילן... יהי רצון שכל נטיעות שנוטעין ממך יהיו כמותך.
לעצט פארראכטן דורך פרינץ אום דינסטאג יאנואר 08, 2008 7:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאג שטענדיג דעם 'אמת'; אזוי וועסטו נישט דארפן געדענקען וואס דו האסט געזאגט 'לעצטע-מאל'
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פרינץ, כשם שמקבל שכר על הדרישה, כך מקבל שכר על הפרישה, מודים דרבנן היינו שבחייהו.

עס איז זייער וויכטיג ארויפצולייגן זאכן מיט א מקור, כדי לידע מבטן מי יצאו הדברים.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג יאנואר 08, 2008 10:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

לכאורה איז עס געקאפי-פעיסט פון עפעס אן איזראעלישען וועב-זייטל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

גוגל האט עס מיר אפירגעקראצט, אט דא איז די מקור

http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=675
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ס'איז דא א באקאנט ווארט פון הייליגן סאקמער רב זי"ע, וואס ער האט אמאל געזאגט בדרך צחות, דער בני יששכר פרעגט פארוואס שטייט, באחד בשבט ר"ה לאילן כדברי ב"ש מיט א כ"ף, אויך איז שווער פארוואס שטייט לאילן בלשון יחיד.
עס שטייט אין די ספרים א מנהג צו עסן חמשה עשר פירות, איינע פון די טעמים וועגן ס'איז קעגן די חמשה עשר יום לחודש, לפי זה קומט אויס אז לויט ב"ש דארף מען נאר עסן איין פרי ווייל ס'איז דאך יום א' לשבט, דאס איז פשט, ר"ה לאילן, פארוואס שטייט א לשון יחיד? ווייל מ'עסט נאר פון איין בוים, כדברי בית שמאי, אז עס איז אחד בשבט ודפח"ח.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

בס"ד
אטעטשמענטס
ScreenHunter_01 Jan. 22 11.37.gif
ScreenHunter_01 Jan. 22 11.37.gif (174.52 KiB) געזען 7083 מאל
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יעצט איז די צייט אנצוהייבן דעם קאמפיין
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט דערמאנט איר מיר?

אקעי, עס איז מער מיין שולד, איך דארף אריינקומען אפטער אין קרעטשמע.

הער נאר -----
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ארויפגעברענגט!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

עס איז באקאנט די ווארט פון רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע פארוואס חמשה עשר ווען עס איז ר"ה לאילנות עסט מען פירות אין שבועות ווען מען אזי דן די פירות לייגט מען ביימער, ווייל פון די קינדער קען מען זעהן וואס די עלטערן איז (די עלטערן אליין קענען נאך איינרעדן אז זיי זענען בסדר אבער פון די קינדער קומט אלעס ארויס אפילו מען וויל נישט) ממילא חמשה עשר ווען עס איז ר"ה לאילנות קוקט מען צו עס איז דא שיינע פירות, שבועות ווען מען איז דן די פירות לייגט מען די עלטערן ווייל די קינדער וואקסן אויס וויאזוי די עלטערן פירן זיך

(אזוי גייט עס בערך איך געדענק נישט פונקטליך, קיינער זאל מיר נישט כאפן ביים ווארט)
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

ארויפגעברענגט
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

א מעשה א משל א געדאנק וואס מען קען זאגן פאר פרויען אדער קינדער, ביטע?
יארצייטן
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2010 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יארצייטן »

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

באקומען אין אימעיל

תפילה לאתרוג נאה - להורדה - לחץ כאן

כתוב בספר ב"שם משמואל" (פרשת בשלח) כי ט"ו בשבט חל בשליש השנה, אז נשלמת גם בחינת הלב באדם, כי מקום הלב הוא בשליש הגוף, וכמו שבשנה נשלם זמן שליש השנה כך הוא הדבר לגבי האדם - שאז נעשית השלמת הלב, הנמצא בשליש הגוף, וכמו שעתה מתחילה תקופה חדשה באילן, כך גם מתחילה תקופה חדשה בעבודתו הרוחנית של האדם.

על פי דבריו יובן גם מדוע מתפללים על האתרוג בט"ו בשבט, מכיון שהאתרוג דומה ונמשל ללב האדם, ועתה בט"ו בשבט הוא מתחיל לחנוט. לכן בזמן שנשלם ומתגלה הלב בקומת השנה, אזי הוא הזמן המסוגל להתפלל על האתרוג שהוא בחינת לב, שיצליח.

נראה כי יש רמז לעניין זה בפרשת בשלח, שחלה תמיד בשבוע שחל בו ט"ו בשבט, בפסוק "זה אלי ואנוהו", שעל זה אמרו חז"ל: התנאה לפניו במצוות. והנה, התורה מרמזת על מצווה אחת שצריכה הידור, והיא מצוות האתרוג, וכפי שקוראת התורה "פרי עץ הדר", וכן "באתרוג דברי הכל הדר בעינן". נמצא אם כן, כי בפרשת בשלח נרמזת ב"זה אלי ואנוהו" המצווה הנקראת בתורה על שם נויה והדורה, שהיא מצוות האתרוג, ומכאן רמז על כך שמתפללים על האתרוג בפרשת בשלח בט"ו בשבט.

האתרוג של כל אדם גדל על פי עבודת הלב שלו במשך השנה. לכן יובן גם מדוע דווקא עכשיו כשמתגלה ונשלם הלב בקומת השנה, יש להתפלל על אתרוג כשר ומהודר שהוא כנגד הלב, כדי להשלים בחינת הלב שתתגלה בפועל בחיצוניות בסוכות במצות אתרוג, וט"ו בשבט הוא זמן תחילת חניטתו, לכן מבקשים שנזכה להשלמת ולהתגלות ההדר באתרוג ובעבודת הלב עד החג כי האדם עץ השדה

בט"ו בשבט ראש השנה לאילנות, על כן טוב ונכון לומר ביום ט"ו בשבט בשחרית פסוקים אלו ובקשה זו , וידוע הוא שיש קבלה ביד חכמי אשכנז ז”ל שצריך לבקש ביום ט"ו שבט בפרטות על האתרוג שיזדמן לישראל אתרוג טוב ויפה בחג:

תפילה על אתרוג נאה ועל עצי הפרי מה"בן איש חי"

יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֶאֱלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתְּבָרֵךְ כָּל אִילָנוֹת הָאֶתְרוֹג לְהוֹצִיא פֵּרוֹתֵיהֶם בְּעִתָּם וְיוֹצִיאוּ אֶתְרוֹגִים טוֹבִים יָפִים וּמְהֻדָּרִים וּנְקִיִּים מִכָּל מוּם וְלֹא יַעֲלֶה בָּהֶם חֲזָזִית, וְיִהְיוּ שְׁלֵמִים וְלֹא יִהְיֶה בָּהֶם שׁוּם חֶסְרוֹן וַאֲפִלּוּ עֲקִיצַת קוֹץ, וְיִהְיוּ מְצוּיִים לָנוּ וּלְכָל יִשְׂרָאֵל אַחֵינוּ בְּכָל מָקוֹם שֶׁהֵם, לְקַיֵּם בָּהּ מִצְוַת נְטִילָה עִם הַלּוּלָב בֶחָג הַסֻּכּוֹת שֶׁיָּבֹא עָלֵינוּ לְחָיַיִם טוֹבִים וּלְשָׁלוֹם כַּאֲשֶׁר צִוִּיתָנוּ בְּתוֹרָתְךָ ע"י מֹשֶׁה עַבְדְּךָ 'וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפּוֹת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עֲבוֹת'. וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֶאֱלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתַּעַזְרֵנוּ וּתְסַיְּעֵנוּ לְקַיֵּם מִצְוָה זוֹ שֶׁל נְטִילַת לוּלָב וַהֲדַס וַעֲרָבָה וְאֶתְרוֹג כְּתִקּוּנָהּ בִּזְמַנָּהּ בַּחַג הַסֻּכּוֹת שֶׁיָּבֹא עָלֵינוּ לְיַמִּים טוֹבִים וּלְשָׁלוֹם בַּשִּׂמְחָה וּבְטוּב לֵב, וְתַזְמִין לָנוּ אֶתְרוֹג יָפֶה וּמְהֻדָּר וְשָׁלֵם וְכָשֵׁר כְּהִלְכָתוֹ, וִיהִי רָצוֹן מִלִּפְנֵי ה' אֱלֹקֵינוּ וּלְקֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתְּבָרֵךְ כָּל מִינֵי הָאִילָנוֹת וְיוֹצִיאוּ פֵּרוֹתֵיהֶם בְּרִבּוּי שְׁמֵנִים וְטוֹבִים, וּתְבָרֵךְ כָּל הַגְּפָנִים שֶׁיּוֹצִיא עֲנָבִים הַרְבֵּה שְׁמָנִים וְטוֹבִים כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה הַיַּיִן הַיּוֹצֵא מֵהֶם מָצוּי לְרֹב לְכָל עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל לְקַיֵּם בּוֹ מִצְוַת קִדּוּשׁ וּמִצְוַת הַבְדָּלָה בְּשַׁבָּתוֹת וּבַיָּמִים טוֹבִים, וְיִתְקַיֵּם בָּנוּ וּבְכָל יִשְׂרָאֵל אָחִינוּ מִקְרָא שֶׁכָּתוּב "לֵךְ אֱכֹל בַּשִּׂמְחָה לַחַמְךָ וְשֶׁתֵּה בְּלֵב טוֹב יֵינְךָ כִּי כְּבָר רָצָה אֱלֹקִים אֶת מַעֲשֶׂיךָ" בָּאתִי לְגַנִּי אֲחוֹתִי כַּלָּה אָרִיתִי מוֹרִי עִם בְּשָׁמַי אָכַלְתִּי יַעֲרִי עִם דִּבְשִׁי שָׁתִיתִי יֵינִי עִם חֲלָבִי, אִכְלוּ רֵעִים שְׁתוּ וְשִׂכְרוּ דּוֹדִים (שה"ש, ה' א'). יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרִי פִּי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

א וואך צו ט"ו בשבט,
עפעס אינטערעסאנטע ענינים, מעשיות, אד"ג לכבוד היום, ביטע מיטטיילן מיטן ציבור
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

א נקודה בנוגע דעם ענין מתפלל צו זיין על הפירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

אלע זענען פארנומען אז עס איז א זמן צו מתפלל זיין אויך אויף די קינדער פירות האדם
פון חידושי הרי"ם ועוד ידוע מתפלל זיין אויך חידושי תורה ג"כ פירות
נאר מוסיף זיין הב"ח כותב (אורח חיים הלכות שאר ברכות ס' ר"ח ד"ה וכתב עוד) וז"ל אם ח"ו תטמא הארץ, נמשכת הטומאה גם בפירותיה, ובאכלם פירות היונקים מטומאת הארץ נכנסת הטומאה ר"ל בתוך בני ישראל והקדושה יוצאת מהם עכ"ל.
ע"כ כדאי מתפלל צו זיין אויף קדושת הארץ ווי אימער קאנאדע אמריקע א"י כדי אז די פירות זאלען יונק זיין ממקור הקדושה
אפשר וועט זיין צייט זיך זעצען און ציזאמען קלאפען עפעס אויף חמשה עשר יה"ר
אגב דער ענין פון עסען כמה מינים פירות איז דער מקור דער ירושלמי אז מען וועט פאר האלטען דעם מענטש פארוואס ער האט נישט נהנה געווען און געדאנקט הקב"ה אויף די גאנצע בריאה ממילא פראבירט מען צו עסען כמה מינים און דאנקען אויף זיין ווינדערליכע בריאה
איך האב נישט געטראען יעצט דעם ירושלמי ווער עס קען צושטעלן יעצט דעם מקור, יתברך מעל
ביי ביי.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מעשה פאר חמשה עשר (קרעדיט: יקותיאל)

ס'איז אמאהל געוען א איד מיטן נאמען ר' כתריאל, ער פלעגט א גאנצע וואך האקן האלץ אין וואלד און ער האט געהאט דארט, אין וואלד א בודקע וואו ער פלעגט שלאפן כדי ער זאל נישט דארפן גיין א היים יעדן טאג, וואס איז געווען א וועג פון בערך צוויי שעה, נאר אויף שבת פלעגט ער אהיים קומען און זיך געזעהן מיט זיין משפחה, אלץ פלעגט ער טראכטן ביי זיך , אויב איך ארבעט יא אזוי שווער פארוואס האט מיין משפחה נישט גענוג צו עסן בריווח, א גאנצע וואך עסן זיי ברויט מיט וואסער, אבער ער האט זיך צוביסלעך צוגעוואוינט צו זיין מצב און ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין סדר היום, ער האט דאס אנגענומען באהבה, און פארשטאנען אז אזוי וויל מען פון הימל, די משפחה מיט די קינדער האבן א גאנצע וואך געגעסן ברויט און געטרינקען וואסער, און אויף שבת האבן זיי געהאט אביסל פיש און פלייש, פון צייט צו צייט פלעגט מען צוהערן ווי א קינד וויינט צו די מאמע אז ער וויל אביסל מילעך אדער אן איי אדער א שטיקל ברויט, אבער די מאמע האט נישט מער ווי געקענט מיט וויינען און זאגן איך וואלט דיר זייער געוואלט געבן נאר ס'איז ליידער נישט דא, איינמאהל ווען די קינדער האבן ביטערלעך געוויינט האט זיך פלוצלינג געהערט א קלאפ אין טיר , מ'האט געעפנט די טיר און מען האט געזעהן צוויי מענטשן און מ'האט גלייך געקענט דערקענען אויף זייער אנטוהן אז זיי זענען רייכע מענטשן, און זיי האבן געזאגט מיר האבן געהערט א געוויין פון א פרוי מיט קינדער האבן מיר זיך אפ געשטעלט און געקומען זעהן וואס איז געשעהן און צו מיר קענען מיט עפעס צו העלפען, האט די מאמע גענטפערט און צובראכענער הייט האט זי דערציילט איר ביטערע מצב, אז אירע טייערע קינדער האבן נאך היינט גארנישט געהאט אין מויל אריין צונעמען, האבן זיי געזאגט מיר האבן דא א זאק מיט קארטאפל (פאטייטעס) און מיר קענען דיר דאס געבן אויף בארג, כדי צו דערהאלטן די חיות פון די זיסע קינדערלעך, זי האט זיי זייער באדאנקט, און די צוויי מענטשן זענען פארשוואונדען געווארן, אין שטוב איז געווארן ששון ושמחה אז ס'איז ב"ה דא וואס צו עסן,
ווען דער טאטע איז א היים געקומען סוף וואך האט ער געזעהן די גרויסע שמחה וואס הערשט ביי אים אין שטוב, האט ער געפרעגט וואס גייט דא פאר, האט זי אים דערציילט וואס ס'איז געשעהן די וואך, אבער פון רוב מידעקייט איז דער מאן איינגעשלאפן און אפילו נישט געהערט וואס זי ענטפערט, א וואך שפעטער האט זיך אפ געשפילט די זעלבע מעשה, די זעלבע מענטשן זענען נאך אמאהל געקומען און זיי האבן געברענגט צוויי זעק מיט קארטאפל און נאך צוגעלייגט מייערן (קעריט'ס) צו דעם, און זיי האבן געזאגט אז זיי געבן די זאכן אויף בארג, און מ'וועט קענען באצאהלן שפעטער, א וואך שפעטער האט זיך אפ געשפילט די זעלבע מעשה נאך אמאהל זיי האבן נאך צוגעלייגט צוויבל, און ווייטער דאס געגעבן אויף בארג, די מאמע האט נאך דערווייל נישט געקענט באצאלן אפילו איין פרוטה, ר' כתריאל האט זיך דערוואוסט וואס דא גייט פאר האט ער איר געפרעגט וואס וועט זיין, ווען זיי וועלן דיר בעטן די געלט, ווי אזוי וועסטו דאס קענען צוריק באצאהלן, האט זי געזאגט איך ווייס טאקע נישט, ס'איז ווייטער אזוי אנגעגאנגען די מענטשן פלעגן אלץ ברענגען אסאך גוטע און געשמאקע עסן, אויף בארג, און די קינדער זענען געווען לוסטיג און פרייליך,
אנפאנג חודש שבט איז געווען א געפערליכע קעלט און א שטארקע שניי און די מאמע איז געווען זייער דערשראקען זי איז געווען זיכער ביי זיך אז די צוויי מענטשן וועלן אין אזא וועטער נישט אנקומען, אבער אינמיטן טאג האט זי געהערט עפעס א קול אינדרויסן, זי קוקט ארויס פון פענטסטער און זעהט אז די צוויי מענטשן זענען יא אנגעקומען און זיי האבן אין וואגן קעסטליך מיט שיינע פרוכט, זי האט זיך זייער געפרייט און זיי געפרעגט וואס עפעס האט איהר היינט געברענגט מער ווי א צווייטע מאהל, האבן זיי געזאגט מיר ווייסן אז ביי ענק גייט באלד זיין א יום טוב וואס מ'עסט אסאך פרוכט, האבן מיר געברענגט שיינע פרוכט פאר ענקער יום-טוב, זי האט באלד פארשטאנען אז זיי מיינען חמשה עשר בשבט, און זי האט זיך זייער באדאנקט, און זיך געפרייט צו די אלע גוטע זאכן.
ווען די מענטשן האבן שוין געהאלטן ביים אוועק גיין, האבן זיי איר געפרעגט וואס איז מיט דעם גרויסן חוב וואס דו האסט ביי אונדז? ווען וועסטו דאס באצאלן? האט זי געזאגט איך האב ליידער נישט אפילו איין פרוטה ענק צו באצאהלן, און איך ווייס נישט ווי אזוי איך וועל דאס קענען באצאהלן. רופט זיך אן איינער פון די צוויי מענטשן, דארפסט נישט באצאלן דווקא מיט געלט זעהסט דא דיין אינגל שמעון ווי אלט איז ער, האט זי געזאגט צוועלעף און א האלב יאהר, פיין זאגן זיי, מיר לאזן אים דא איבער נאך א האלב יאהר און ווען ער וועט ווערן דרייצן וועלן מיר אים נעמען, איך האב נישט קיין קינדער וועל איך האבן איין קינד שמעון, און דו וועסט בלייבן מיט זעקס, און דו וועסטו נישט דארפן באצאהלן קיין איין פרוטה פאר די אלע זאכן וואס מיר האבן ענק געברענגט די גאנצע צייט,
חס ושלום !! האט זי געשריגן, מיין זוהן וועט אין זיין בר מצוה טאג ווערן א גוי? האבן זיי איהר פראבירט צו בארוהיגן און געזאגט דו ביזט אים נישט מפקיר, חס ושלום, דו וועסט אים קענען וויזיטן ווען דו וועסט וועלן, ביי מיר וועט ער באקומען אין איין טאג מער עסן און גוטע זאכן ווי ביי דיר זיין גאנץ לעבן, האט זי זיך אויפגערעגט און געוואלט זאגן איך בין דיר מוחל טובות, אבער די לעצטע מינוט האט זי זיך צוריק געהאלטן און געשוויגן, האט זיך איינער פון זיי אנגערופן, מיר האבן אפגעשריבן פונקטליך וויפיל דו ביזט שולדיג, אויב ביז אינמיטן חודש וועט דער חוב נישט באצאלט ווערן, וועלן מיר דאס איבער געבן פאר די פאליציי, און זיי וועלן דיך מיט דיין גאנצע משפחה אריין ווארפן אין תפיסה, יעצט האט די מאמע שוין גאנץ גוט פארשטאנען אז די מענט'שן האבן נישט געמיינט איר טובה נאר זיי האבן געלייגט א אויג אויף איר טייערן קינד שמעון, זי איז געבליבן שטיל פארטראכט און זי האט נישט געקענט רעדן אדער זיך רירן פון פלאץ, פלוצלינג לויפט איר אדורך א מחשבה איך קען זיי צוזאגן אבי זיי זאלן פון דא אוועק גיין, און ווען ס'וועט קומען די צייט וועל איך שוין זוכן אן עצה ווי אזוי אים אוועק צו נעמען פון שטוב, זי האט שטילערהייט געזאגט איך בין מסכים צו דעם פלאן וואס עטץ האט'ס דא פארגעלייגט, איינער פון זיי האט ארויס גענומען א פאפיר מיט א פעדער און אנגעשריבן פונקטליך ס'זאל שטימען לויט'ן געזעץ אז ווען שמעון ווערט דרייצן יאהר מוז ער אריבער גיין צו זייערע רשות, און זי האט מיט ציטער'דיגע הענט געחתמ'עט אויף דעם פלאן, און גלייך האבן זיך די צוויי מענטשן אויפגעשטעלט פרייליכער הייט און אריינגעברענגט קעסטליך מיט אזעלכע שיינע פרוכט וואס די מענטשן פון יענעם פלאץ האבן נאך אין זייער לעבן נישט געזעהן, די קינדער זענען געשטאנען ארום די פירות און פון אלעם געגעסן מיט א געוואלדיגע שמחה און די צוויי מענטשן זענען אויך אוועק פרייליך מיט א נצחון אז ס'איז זיי געלונגען,
פרייטאג ווען דער טאטע איז אהיים געקומען און ער האט געזעהן וואס דא טוהט זיך האט ער געפרעגט זיי בעטן נישט אז מ'זאל זיי באצאלען אויף די אלע גוטע זאכן? האט די מאמע זיך ארויס געדרייט, און נישט גענטפערט געהעריג ווייל קיין ליגן האט זי נישט געוואלט זאגן, אבער זי האט אים נישט אויסגעזאגט וואס דא איז אמת'דיג געשעהן
ר' כתריאל, דער טאטע, האט זיך טיף אין הארטץ געפרייט ווייל באלד קומט שוין אן חמשה עשר בשבט, און יעדעס יאהר פארט ער צום טיש פון הייליגן רוז'שינער זי"ע, ווי א ארעמאן און ער קען גארנישט ברענגען, און די יאהר וועט ער קענען קומען ווי א גביר מיט שיינע פרוכט, וועגן דעם האט ער נישט געפרעגט צופיל שאלות, פאר חמשה עשר האט ר' כתריאל געדונגען א וואגן, ארויף געלייגט אלע שיינע פרוכט, און ער איז געפארן צום הייליגן רוז'שינער זי"ע, די גאנצע וועג פאהרנדיג צום הייליגן צדיק איז ר' כתריאל געווען מלא שמחה, ער האט געטראכט אז דער צדיק וועט זיכער הנאה האבן פון די שיינע פירות וואס ביים רבין'ס טיש האט מען נאך אזעלעכע טייערע פירות קיינמאהל נישט געזען, ווען ער איז אנגעקומען האט ער געוויזן פאר די גבאים וואס ער האט געברענגט, און זיי זענען געבליבן פארגאפט, ווייל זיי האבן אזעלכע טייערע פירות אין זייער לעבן נישט געזעהן, אויך האבן זיי זיך געוואונדערט ווי אזוי האט דער ביטערער ארעמאן ר' כתריאל געקענט איינקויפן אזעלכע טייערע פרוכט, גלייך האט מען געברענגט זילבערנע טאצן און ארויף געלייגט די פירות אויף דעם טיש פון דעם הייליגן רוז'שינער זי"ע, דער הייליגער צדיק האט אוועק געדרייט זיינע הייליגע אויגן, אז ער זאל נישט זעהן די פירות, די גבאים האבן פארשטאנען אז דער רבי האט מסתמא נישט געזעהן די שיינע פירות, האבן זיי דאס מער צוגערוקט צום רבי'ן אז דער רבי זאל דאס זעהן, דער רבי האט ארויס געוויזן א שטיקל קפידא און געהייסן אראפ נעמען די טאצן מיט פירות פון דעם טיש, און ר' כתריאל איז נעבעך אינגאנצן צובראכן געווארן און געטראכט ביי זיך וואס איז דאס אז דער הייליגער רבי האט געהייסן אראפ נעמען די שיינע פירות פון טיש ממש ווי א טמא'נע זאך, ווען ער איז א היים געקומען האט זיין ווייב גלייך געזעהן אז ר' כתריאל איז זייער צוטראגן, און די משפחה האט באלד פארשטאנען אז עפעס איז מיט אים געשעהן האבן זיי אים געבעטן אז ער זאל זיי דערציילן וואס ס'איז געשעהן, האט ער זיי דערציילט וואס איז געשעהן ביים טיש פון הייליגן רוז'שינער זי"ע, און די מאמע האט אויסגעפלאצט מיט א געוויין און זי האט אים דערציילט די גאנצע מעשה וואס איז געשעהן מיט די צוויי גויים האט ר' כתריאל געפרעגט וואס!!! דו האסט געחתמעט אוועק צו געבן אונזער טייער קינד שמעון? האט זי זיך זייער צעוויינט, און געזאגט איך האב נישט געהאט קיין ברירה!! האט ער אנגעהויבן צו שרייען, און זיך געקלאפט מיט די הענט אויף'ן קאפ וואס האסטו געטוהן? וואס האסטו געטוהן? און ער איז ארום געלאפן אין שטוב צו וולידעוועטער הייט און פלצלונג לויפט ער ארויס פון שטוב צו די פערד און וואגן און זיין ווייב לויפט אים נאך, זי פרעגט אים וואו גייסטו? האט ער איר גענטפערט, איך לויף צום הייליגן רוזשינער, פרובירן ארויס צושלעפן שמעון פון דעם פלאנטער, דער הייליגער רוזשינער זי"ע האט אויסגעהערט די גאנצע מעשה און ער גיט זיך א רוף אן מיט א ציטער, דיין זוהן איז אין א געפערליכע צרה, די טמא'נע מענט'שן וועלן אים נישט אזוי גרינג אוועק לאזן, ווען ר' כתריאל האט געהערט די ווערטער פון הייליגן צדיק האט ער זיך גענומען וויינען און שרייען, אוי וויי ! ! אז דער הייליגער רבי זאגט שוין אזוי, איז אפשר דאס שוין א פארלוירענע זאך, איך וועל שוין מסתמא מיין זוהן נישט קענען מגדל זיין צו זיין אן ערליכע איד ! !
אבער דער הייליגער רוז'שינער זי"ע וועט נישט פארלאזן א אידישע נשמה אין שווערע צייטן און ער רופט זיך אן צו ר' כתריאל'ן ברענג אים אהער דיין זוהן שמעון די וואך וואס ער וועט ווערן דרייצן יאהר,
א וואך פאר שמעון איז געווארן דרייצן יאהר האט זיין טאטע אים געברענגט צום הייליגן רוז'שינער זי"ע דער צדיק האט אים אפגעהיטן, און אין זיין בר מצוה טאג האט דער רבי אים געלייגט תפילין און ער האט זיך באטייליגט ביי די סעודת בר מצוה וואס איז פארגעקומען נאכן דאווענען,
אין דעם טאג פון זיין בר מצוה זענען געקומען די צוויי גויים צו זייער שטוב אריין און זיי האבן געבעטן שמעון'ן האט די מאמע אנגעהויבן צו וויינען און געזאגט אז דער קינד איז פארשוואונדן געווארן פון שטוב, מיר זוכן אים שוין זייער לאנג און קיינער ווייסט נישט וואו ער איז, אבער זיי האבן זיך נישט געלאזט און האבן אנגעהויבן צו סטראשען מיט שטרענגע ווערטער אז זיי וועלן איר נישט פארשווייגן האט זי זייער מורא געהאט און זי האט אויסגעזאגט אז שמעון איז ביים הייליגן רוז'שינער זי"ע, די צוויי גויים האבן זיך נישט געפוילט און ביז א קורצע צייט זענען זיי אנגעקומען צום הייליגן רוז'שינער זי"ע, און ווילדערהייט האבן זיי זיך אריין געריסן אין בית המדרש און געפאדערט אז מ'זאל זיי געבן דעם בחור שמעון ווייל זיי האבן א געזעצליכן שריפט פון די מאמע אז פון דעם טאג און ווייטער איז דאס קינד זייער'ס,
דער הייליגער רוזשינער זי"ע האט זיך נישט דערשראקן, און רוהיגער הייט געזאגט צו זיי, איך זעה ענקער צעטל און עטץ זענט'ס לכאורה גערעכט, אבער איך בעט ענק איין בקשה איידער איהר נעמט דאס קינד זאלט איהר מיר לאזן רייכערן מיין לילקע-ציבעך, האבן זיי גענטפערט זיכער זענען מיר מסכים, אויף אזא קליין בקשה, מיר יאגען זיך נישט, אויב אזוי, זאגט ער צו זיי טוהט מיר א טובה און שרייבט מיר אונטער א צעטיל אז איר וועט אים נישט אוועק נעמען ביז איך וועל ענדיגן רייכערן די לילקע ציבעך, זיי האבן גלייך מסכים געווען און אונטער געשריבן אז זיי וועלן נישט נעמען דאס קינד ביז דער רבי ענדיגט רייכערן דאס לילקע-ציבעך, דער רבי האט געהייסן זיין גבאי אנפולן די לילקע-ציבעך מיט טאבאק, ס'זאל זיין גרייט צו רייכערן, די צוויי גוים זענען געשטאנען מיט געדולד און געווארט אז דער רבי זאל זיך נעמען רויכערן, אבער דער רבי יאגט זיך נישט, דער רבי זאגט עפעס פאר דעם גבאי'ן אין די אויערן, די גבאי לויפט און ברענגט א קליין קעסטל, דער רבי האט אין די קעסטל אריין געלייגט די לילקע-ציבעך און די גבאי האט פאר זיגעלט די קעסטל מיט ליים, דער רבי רופט זיך אן צו די גוים יעצט קענט איהר ווארטן אויף אייביג, ווייל איך וועל אי"ה די לילקע-ציבעך קיינמאהל נישט רייכערן, די גויים האבן אנגעהויבן צו שרייען וואס הייסט ! מ'האט אונד'ז אוֹיסְגֶעפָאפְּט ! מיר האבן א צעטיל וואס די מאמע האט אליין געחתמעט און דאס קינד איז אונזער'ס, דער הייליגער רוז'שינער זי"ע האט זיי מיט געדולד אויס געהערט, און זיי גענטפערט יא יא עטץ האטץ טאקע א צעטל פון זיין מאמע, אבער איך האב אויך א געחתמעטן צעטל פון ענק, אז עטץ נעמטץ נישט דאס קינד ביז איך וועל רייכערן מיין לילקע-ציבעך, עטץ האטץ מוותר געווען אויף דעם קינד מיט ענקער טפשות, פארשעמטערהייט האבן זיי פארלאזט דעם הויף פון הייליגן רוז'שינער זי"ע און געטראכט דער רבי האט צוגעזאגט צו געבן דעם קינד נאכן רייכערן אבער ער האט נישט געזאגט אז ער וועט רייכערן, אזוי האט דער הייליגער רוזשינער צדיק מיט זיין גרויסע חכמה און פקחות מציל געווען א יודיש קינד פון שאול תחתית.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

למעלה משבעים האט געשריבן:משה'עלע, viewtopic.php?p=428113#p428113

יא שכח כברענג עס ארויף פארן עולם
למעלה משבעים האט געשריבן:שטייט נישט אזא זאך, די מיינסט מן הסתם דאס וואס עס שטייט אין ירושלמי (קדושין מח:) רבי חזקיה ר' כהן בשם רב עתיד אדם ליתן דין וחשבון על כל שראת עינו ולא אכל. ר' לעזר חשש להדא שמועתא ומצמיח ליה פריטין ואכיל בהון מכל מילה חדא בשתא:
דארט אין ירושלמי שטייט גראדע נישט קיין פסוק, אבער אין ילקוט שמעוני (תהלים כב, תרפח) שטייט די פסוק, יאכלו ענוים וישבעו, א"ר חזקיה עתיד אדם ליתן דין וחשבון על כל מה שראתה עינו ולא אכל, ר' אלעזר חשש לה לההיא שמועתא ומצמית ליה פריטין ואכיל בהון מכל מילא חדא בשתא:
די ירושלמי ווערט צוגעברענגט אין הלכה, אין טו"ז סי' רכז, און מג"א סי' רכה.

והטעם הוא כי לזה ברא הקב"ה הפירות לשבח הקב"ה עליהם ולברך עליהם תחילה וסוף, ולכאורה הדין וחשבון הוא שהיה לו הזדמנות לשבח הקב"ה ולא שיבחו.
ביי ביי.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

לכבוד חמשה עשר בשבט:
ווען מ'איז מתפלל אויף קינדער און אויף חידושי תורה:

איז מיר בייגעפאלן א געדאנק וואס האט צוטוהן מיט ביידע:
סיי חידושי תורה
סיי קינדער

בבוקר זרע את זרעך, (אויב ווען עס גייט דיר גוט בבחינת בוקר איז זרע את זרעך, גייסטו אהן במלוא הדרו, דעמאלט) ולערב (ווען איז ליידער טינקל, כחשכות לילה, עס גייט ליידער נישט גוט) אל תנח ידיך (זאלסטו נישט נאכלאזן)

אדערף
ולערב (בעוה"ז, בעיקבתא דמשיחא, שהוא דומה ללילה), אל תנח ידיך
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שמן זית האט געשריבן:לכבוד חמשה עשר בשבט:
ווען מ'איז מתפלל אויף קינדער און אויף חידושי תורה:

איז מיר בייגעפאלן א געדאנק וואס האט צוטוהן מיט ביידע:
סיי חידושי תורה
סיי קינדער

בבוקר זרע את זרעך, (אויב ווען עס גייט דיר גוט בבחינת בוקר איז זרע את זרעך, גייסטו אהן במלוא הדרו, דעמאלט) ולערב (ווען איז ליידער טינקל, כחשכות לילה, עס גייט ליידער נישט גוט) אל תנח ידיך (זאלסטו נישט נאכלאזן)

אדערף
ולערב (בעוה"ז, בעיקבתא דמשיחא, שהוא דומה ללילה), אל תנח ידיך



איך האב דאס ווארט באקומען היינט אין א טעקסט מעסעדזש פון מיינס א באקאנטן, דאס ביזטו? ----- אויפס גילוי!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

א שכח פארן תפלה על האתרוג
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

חמשה עשר בשבט - כת ש"ץ - חמדת ימים... איינער האט עפעס אריינצורעדן אין די נושא?
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

זיי מסביר וואס די פרעגסט
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19755
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

.

תפילה לאתרוג

לחמשה עשר בשבט

.

דיזיינט דורך:

מכון אור חדש

Hebrew Publishing

http://www.hebrewpublishing.com/

.
אטעטשמענטס
tuv..JPG
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”