על חטא. א הסבר מיט א פירוש אויף א יעדע עקסטער

ספרי קודש אויפן וועב

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

קשינו עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן זיך נישט צוגעהערט צו מוסר רייד (שיח יצחק, עץ יוסף)

ווען ס'איז געקומען אויף אונז צרות האבן מיר נישט תשובה געטוהן, נאר געהאלטן אז דאס איז א מקרה ח"ו (חיי אדם)
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 1:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

רשענו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן געטוהן אזעלכע זאכן וואס דואך דעם ווערט מען אנגערופן א רשע, למשל אויפהייבן א האנט אויף א חבר, גניבה, גזילה, און נאך (חיי אדם)

מיר האבן געטוהן גאר אסאך רשעות ווייל מיר האבן געהאט הצלחה און קיינער האט אונז נישט געקענט אפהאלטן פון טוהן רשעות (דובר שלום)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

שחתנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן זיך אליין פארדארבן דורך אונזערע עבירות (עץ יוסף)

מיר האבן פארדארבן אונזער הייליגקייט, און דורכדעם גורם געווען אז אונזער נפש זאל נישט קענען מקבל זיין פני השכינה (תפלה ישרה) אויך האבן מיר דורך דעם גורם געווען מיתת צדיקים (חיי אדם)

מיר האבן פארדארבן אונזער אמונה, דורך גאוה, כעס, פארמאכן די אויגן פון געבן צדקה, און אנדערע זאכן וואס ס'שטייט אויף דעם כאילו עובד ע"ז (חיי אדם)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תעבנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן פארעקעלט אונזער זעהל (עיון תפלה)

מיר האבן געטוהן אזעלכע מעשים וואס ווערט אנגערופן "נארישקייט" (עץ יוסף)
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תעינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

דאס א כללית'דיגע וידוי (עבודת הקודש להחיד"א)

מיר זענען אזוי שטארק פארקראכן פון גלייכן וועג, אז ס'איז שוין זייער שווער צוריקצוקומען צום ריכטיגן וועג (דובר שלום)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תעתענו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

וויבאלד מיר האבן נישט געוואלט צשובה טוהן, האט דער באשעפער אונז געלאזט בלאנדזשען אין אונזער אייגענע וועגן (עץ יוסף)

מיר האבן אליין געבלאנדזשעט אן אנדערע סיבות זאלן דאס גורם זיין (דובר שלום)

מיר האבן פארשעמט תלמידי חכמים, מלשון ומתעתעים בנביאיו (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

WOW, אזא הערליכע ארבעט. דבר בעתו מה טוב! יישר כח!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הערליכע ארבייט!!

כ'טראכט צו עס איז נישט כדאי צו מאכן די סדר לויט די בעל מימרא, אזוי קען מען עס נוצן די הייליגע טעג און ביי יעדע תפילה אינזינען האבן לויט איין מהלך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מורא'דיג! אפשר טוישן אשכול נאמען?
טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלנט טאפ »

הרב לוי יצחק שליט"א
דו האסט דאס אפשר אין איין ווארד פייל?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

לזכות הרבים pdf
אטעטשמענטס
אשמנו.pdf
(53.24 KiB) געווארן דאונלאודעד 227 מאל
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

געוואלדיג!! הערליכע ארבעט. יישר כח.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך באונס וברצון

באונס - מ' האט געזינדיגט נישט וואוסענדיג אז דאס איז א חטא (פני ארי')

מ'האט געצוואונגען ח"ו עובר צו זיין אויף איינע פון די דריי עבירות וואס די הלכה איז יהרג ואל יעבור, און מ'האט יא עובר געווען (סידור בית יעקב - עמדין)

מ'האט געצוואונגען עובר צו זיין אויף אן עבירה, אפילו די הלכה איז אז יעבור ואל יהרג, אבער מ'האט נישט מתפלל געווען אז מ'זאל נישט צוקומען צו דעם נסיון (ברוך שאמר)

באונס וברצון - אז מ'האט געזינדיגט ברצון, און דאס האט גורם געווען אז מ'זאל עובר זיין באונס (שפת אמת - ליקוטים)

מ'האט געזינדיגט מיט אן עבירה תחילתו באונס וסופו ברצון (שפת אמת - ליקוטים)

אז מ'האט געמוזט טוהן אן עבירה באונס, אבער מ'האט אינזין געהאט הנאה צו האבן דערפון, למשל אויב מ'האט געדארפט עסן באונס אן אכילת איסור און ער האט אינזין געהאט הנאה צו האבן פון די טעם דערפון (נשמת חי')


על חטא שחטאנו לפניך באמוץ הלב

אז מ'האט געשטארקט דאס הארץ נישט צו געבן צדקה פאר ארעמעלייט, אדער געשטארקט די הארץ נישט צו טוהן אנדערע מצוות וואס מ'האט געדארפט צו טוהן, אדער מ'האט געשטארקט דאס הארץ נישט צו אויסצוהערן בקול הורים ומורים (עיון תפלה)

מ'האט געשטארקט דאס הארץ נישט תשובה צו טוהן נאכ'ן עובר זיין אן עבירה (דובר שלום)

מ'האט דערשטיקט די הרגשות טובות וואס זענען געקומען (סידור תפלת ישראל)

מ'האט נישט ארויסגעהאלפן א צווייטע איד ווען ס'איז איהם געווען ענג, אדער אנדערע מיני אכזריות. מ'האט געגעבן צדקה און אין הארץ האט וויי געטוהן אז מ'געט עס (פני ארי')
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 1:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בבלי דעת

אן עבירה בשוגג דארף אויך א כפרה (סידור בית יעקב - עמדין)

מ'האט נישט ריכטיג אויסגענוצט די דעת צו לערנען תורה (עיון תפלה)

אז מ'האט נישט געהאט די דעת צו פארשטיין אז מ'זינדיגט פארן מלך מלכי המלכים ממש [שחטאנו "לפניך"] (דובר שלום)

מ'האט גע'פסק'ענט שאלות אפילו מ'איז נאכנישט אנגעקומען צו הוראה (מהרי"ל דיסקין)

אז מ'האט געזינדיגט ווייל מ'האט נישט געוואוסט די הלכה, און די עבירה איז ווייל מ'האט געדארפט ערנען און וויסן, אדער עכ"פ צו פרעגן א חכם אדער מחמיר זיין (פני ארי')

אז מ'האט מבטל תורה געווען וואס די תורה ברענגט דעת ווי אזוי צו דינען השי"ת (שפת אמת - ליקוטים)


על חטא שחטאנו לפניך בבטוי שפתים

נדרים, שבועות שוא, שארפע ווערטער קעגן א צווייטע איד, רעדן נישט בכבוד'יג כלפי מעלה, אדער פתח פיו לשטן (עיון תפלה)

גערעדט דברי תורה אין נישט ריינע פלעצער, מפסיק געווען מיט רעדן אינמיטן דאווענען אדער אינמיטן לערנען, זיך אנגערופן פארענט פון א רבי אדער א גרעסערע ת"ח, גערעדט דברים בטלים אין ביהכ"נ, געלערענט ת"ב, גערעדט איבריג מיט א פרוי, געלויבט איינעם פארענט פון זיין שונא, גע'פסק'ענט נאך איידער מ'איז אנגעקומען להוראה, מפרסם געווען עבירות וואס ער האט געטוהן ווען קיינער האט נישט געזעהן, ארויסגעזאגט דעם שם ה' לבטלה, גע'דרש'ענט במעשה מרכבה, נאכגעזאגט דברי תורה שלא בשם אומרם, דערציילט א שלעכטע בשורה, געזאגט אז מארגן גייט מען טוהן עפעס און נישט צוגעלייגט "בעזרת ה'", געדאפעלט א צוזאג וואס דאס איז אזוי ווי א שבועה, געזאגט א שאנדפולע זאך פון מויל און נישט פראבירט צו זאגן איידל, מאריך געווען פאר תלמידים דארט ווי מ'וואלט געדארפט מקצר זיין, ארויזגעזאגט דעם שם הוי', געדאווענט און געזאגט ברכות אן כוונה, געלויבט אן ע"ז. (דובר שלום)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בגלוי עריות

משחית דרכו, פארמערט שמועסן מיט א פרוי, גייט אונטער א פרוי, ציילט אריין געלט פון זיין האנט צו א פרוי'ס האנט, קוקן אויף א פרוי, טראכטן פון עבירה, עובר געווען אויף איסור יחוד, זיל אנגע'שיכור'ט וואס דאס ברענגט צו עבירות (עיון תפלה)


על חטא שחטאנו לפניך בגלוי ובסתר

בגלוי - עובר געווען אן עבירה אפענערהייט און דורכדעם געמאכט א חילול ה'

ובסתר - עובר געווען אן עבירה באהאלטענערהייט פון מענטשן, און מיט דעם געהאלטן חשובער מענטשן ווי דער אייבערשטער כביכול (דובר שלום)

בסתר ובגלוי - דורכ'ן עובר זיין אויף די רמ"ח עשין און שס"ה ל"ת, האט מען פוגם געווען אין די רמ"ח איברים ושס"ה גידים וואס געפונט אויף די מענטש בגלוי, אויך האט מען פוגם געווען "בסתר עליון" אין די רמ"ח איברים ושס"ה גידים הרוחניים (שער המלך)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בדעת ובמרמה

בדעת - געזינדיגט פון אייגענעם דעת (עיון תפלה)

מ'האט עוסק געווען אין סודות הקבלה בשעת מ'איז נאכנישט געווען ראוי דערצו (נשמת חי')

מ'האט געזינדיגט מיט עבירות בין אדם למקום (דובר שלום)

מ'האט געזינדיגט צו ממלא זיין די תאוה וואוסענדיג אז דאס איז אן עבירה (דובר שלום)

מ'האט איבערגעדרייט די דעת תורה און מתיר געווען את האסור (עיון תפלה)

ובמרמה - פאפעריי בין אדם לחבירו (דובר שלום)

גניבת דעת, אונאת ממון, געפאפט מיט מדות ומשקלות (פני ארי')

די יצה"ר האט אויסגעפאפט אז דאס איז נישט אסור (דובר שלום)

מ'האט געפאפט דורך זיך אויסדרייען פון מצוות (עיון תפלה)

בדעת ובמרמה - דער אייבערשטער האט געגעבן דעת ווי אזוי איהם צו דינען און מ'האט געטוהן מיט דעם פאלשקייט (תפארת עוזיאל)


על חטא שחטאנו לפניך בדבור פה

גערעדט איבריג, און פון אסאך רעדן איז נישט מעגליך נישט צו זינדיגן (עץ יוסף)

גערעדט דברים בטלים, ליגענט, דברי מחלוקת (עיון תפלה)

פארשעמט א צווייטן, גע'פסק'ענט שלא כהלכה, מתכבד בקלון חבירו, מחזק געווען ידי עוברי עבירה, אפגעהיט פיינטשאפט, גערעדט אום שבת דברי משא ומתן, שחוק וקלות ראש אין ביהמ"ד וכ"ש בשעת'ן דאווענען, נישט איינגעהאלטן וואס מ'האט צוגעזאגט (פני ארי')

אנטפלעקט סודות פון א חבר צו א צווייטן (נשמת חי')
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בהונאת רע

סיי מיט געלט סיי מיט אונאת דברים (עץ יוסף)

געטשעפעט א יתום ואלמנה (פני ארי')

דורך דעם וואס מ'האט געטשעפעט א חבר האט השי"ת געפילט די צער קומט אויס אז מ'האט געטשעפעט השי"ת וואס ווערט אנגערופן "ריע" (נשמת חי')


על חטא שחטאנו לפניך בהרהור הלב

טראכטן פון ע"ז, מהרהר זיין נאכ'ן שכינה אדער נאך א רבי, טראכטן אין ד"ת אין נישט ריינע פלעצער, טראכטן פון עבירות וואס איז ערגער פון עבירה אליין, געטראכט נארישע טראכטונגען אנשטאט טראכטן דברי תורה, ווען גערעדט אין לערנען געטראכט אין הארץ הנאה צו האבן און זיך בארימען, מגיס לבו בהוראה, אדער אלע אנדערע זאכן וואס מ'האט געטוהן שלא לשם שמים (דובר שלום)

טראכטונגען פון גאוה און גלוסטעניש, חושד בכשרים, נישט געגלייבט און זיך פארלאזט אינגאנצן אויף השי"ת (פני ארי')
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בועידת זנות

יעדע אסיפה שלא לשם ה' (עיון תפלה)

מ'האט געוואלט זינדיגן, כאטש צום סוך האט מען נישט געזינדיגט (פני ארי')

א לשון פון באקאנטשאפט, געפרעגט בשלום האשה, אפילו דורך איר מאן (אמרי פנחס - קאריץ)


על חטא שחטאנו לפניך בודוי פה

געזאגט וידוי אן כוונה (דובר שלום)

זיך מתודה געווען ברבים אויף באהאלטענע עבירות (דובר שלום, סידור בית יעקב - עמדין)

זיך מתודה געווען אויף אן עבירה אבער נישט אפגעלאזט די עבירה (סידור בית יעקב - עמדין)

מ'האט גע'פסק'ענט ווען מ'טאר נישט פסק'ענען (מועד לכל חי - פאלאג'י)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ז'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בזלזול הורים ומורים

נישט מכבד געווען טאטע מאמע ווי ס'ברויך צו זיין (דובר שלום)

זיך נישט אויפגעשטעלט פאר זיי כהלכה, נישט מכבד געווען דער טאטע'ס אדער מאמע'ס זיווג שני, נישט מכבד געווען דעם עלטערן ברודער, זיך געקריגט אויפן רבי'ן אדער זיך באקלאגט אויף איהם, אדער אויף מורי הוראה אפילו זיי זענען נישט זיין רבי, אדער אפילו סתם לומדי תורה און ערליכע אידן, זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אן עלטערן איד (סידור בית יעקב - עמדין, פני ארי')

געהערט ווי איינער האט מזלזל געווען אין זיינע עלטערן אדער רבי'ס און מ'האט נישט מוחה געווען (שיח יצחק)


על חטא שחטאנו לפניך בזדון ובשגגה

א שוגג קעו נאר געשען נאכדעם וואס מ'האט שוין איין מאל עובר געווען במזיד, און דאן איז שוין נישטא די הבטחה פון רגלי חסידיו ישמור, דערפאר איז מען שולדיג אויך אויף א שוגג (דובר שלום)

ווען מ'טוט תשובה מיראה ווערן די זדונות שגגות, דערפאר איז מען מתודה אויך אויף די שגגות (ענף יוסף)

אויב איז די שוגג ווייל מ'האט נישט געלערענט גענוג און וועגן דעם נישט געקענט די הלכות, דארף מען אויף דעם א כפרה. אויך אויב איז מען עובר נאך א שוגג אויף די זעלבע עבירה במזיד, ווייזט דאס אז ער וואלט געטוהן דעם שוגג אפילו במזיד אויך (דובר שלום)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ח'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בחוזק יד

זיך געשטארקט אויף א צווייטן און געזינדיגט פאר יענעם (עץ יוסף)

געצוואונגען א צווייטן צו טוהן אזוי ווי די אייגענע ווילן. א פרנס וואס האט געלייגט אן איבריגע פחד אויפן ציבור (עיון תפלה)

מחזק געווען עוברי עבירה. נישט מחזק געווען וועמען מ'האט געדארפט מחזק זיין, למשל אן ארעמאן, אדער צו בארגן אפילו פאר אן עושר בשעת ער איז געדרוקט אין געלט. נישט ארויסגעהאלפן א חבר אין א צייט פון נויט. נישט מחזק געווען עושי מצוה. געטוהן זאכן נגד רצון ה' ווייל מ'האט נישט מורא געהאט פון מענטשן. נישט אויסגעהערט די ווערטער פון מוכיחים, אדער ערליכע אידן האבן נישט מוסר געזאגט צוליב די שטארקע האנט וואס מ'ווייזט (פני ארי')

דורך די עבירות האט מען אריינגעגעבן א חיזוק און א שטארקקיט פאר די קליפות רח"ל (תפארת עוזיאל)


על חטא שחטאנו לפניך בחלול השם

א גאטספארכטיגע מענטש וואס טוט אפילו א קליינע עבירה'לע פארענט פון מענטשן הייסט דאס א חילול ה' (עיון תפלה)

א ת"ח וואס סעודות איבעראל (עיון תפלה)

א ת"ח וואס רעדט נישט איידל צו מענטשן (פני ארי')

מ'האט גרינגעשעצט אפילו אין איין מצוה, הייסט דאס חילול ה'. (שיח יצחק)

מ'האט געזאגט ברכות אן כוונה (שיח יצחק)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בטומאת שפתים

מטמא געווען די ליפן דורך רעדן מיאוסע ווערטער (סידור בית יעקב - עמדין, דובר שלום)


על חטא שחטאנו לפניך בטפשות פה

גערעדט דברי עבירה צוליב טפשות (עיון תפלה)

גערעדט דיבורים וואס האבן נישט קיין שום תועלת, נישט קיין חכמה, נישט קיין מוסר, נישט ווייל מ'האט געמוזט, און מיט דעם געוויזן אז מ'איז א טיפש און מ'ווייסט נישט מחשיב זיין צייט (סידור בית יעקב - עמדין)

ווען מ'האט געהערט ניבול פה האט מען געלאכט (נשמת חי')
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות י'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך ביצר הרע

מ'האט אנגערייצט די יצר הרע, למשל מ'האט געקוקט אדער געטראכט פון עבירות וואס דאס האט געברענגט הרהורים, אדער מ'האט זיך גע'חבר'ט מיט שלעכטע מענטשן ביז מ'איז געווארן א חלק פון זייער חברה (עץ יוסף)

מ'האט צוגערעדט אנדערע מענטשן צו טוהן עבירות, און מיט דעם געווארן יענעמס יצר הרע (עץ יוסף)

דורך די עבירות האט מען געגעבן כח פאר די סטרא אחרא וואס דאס איז די יצר הרע (אור המאיר)

אז מ'האט נישט אויסגענוצט די יצר הרע לעבודת ה', למשל די מדה פון גאוה אויף ויגבה לבו בדרכי ה', אדער די מדה פון קנאה מקנא צו זיין ת"ח ויראי ה' וכדומה (עיון תפלה)

מ'האט נישט אוועקגעטריבן דעם יצה"ר ווען ס'איז נאך געווען קליין און גרינג, און דורכדעם איז עס געווארן גרעסער און שווערער (פני ארי')

דורך די עבירות האט מען באשאפן פרישע יצה"ר'ס וואס רעדן ו צו טוהן נאך און נאך עבירות (טהור רעיונים)


על חטא שחטאנו לפניך ביודעים ובלא יודעים

ביודעים - מ'האט געוואוסט די הלכה און נישט געזאגט. בלא יודעים - מ'האט נישט געוואוסט די הלכה און יא געזאגט (עץ יוסף)

מ'האט געזינדיגט בין אדם לחבירו, ביודעים - יענער וויסט פונעם צער אדער שאדן וואס מ'האט איהם געטוהן. בלא יודעים - יענער ווייסט נישט פונעם צער, בושה אדער שאדן וואס מ'האט איהם געטוהן (סידור בית יעקב - עמדין)


ועל כולם אלוק סליחות, סלח לנו, מחל לנו, כפר לנו
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

מה פתאום??? האט געשריבן:לזכות הרבים pdf

יישר כח פאר די לינק.

פארוואס איז עס א זיפ פייל? קען מען עס מאכען פאר א געהעריגע פי די עף?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זינגער האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:לזכות הרבים pdf

יישר כח פאר די לינק.

פארוואס איז עס א זיפ פייל? קען מען עס מאכען פאר א געהעריגע פי די עף?

עס איז נישט קיין זיפ פייל, עס איז א געהעריגע פדף
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

יישר כח, העסט מאכן א פידיעף ווען פערטיג?

א כתיבה וחתימה טובה
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הספרים”